אויטלאאק טעסק'ס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

אויטלאאק טעסק'ס

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג מארטש 17, 2009 9:25 pm

ביז היינט האט עס געארבעט אזוי, יעדע ארבייטער האט אינדערפרי ביים גוט מארגן זאגן פארן קאמפיוטער געטראפן אן אי מעיל פון מיר מיט טעסק'ס וואס ער האט צו ערלעדיגן היינט, דאס הייסט אז א טאג פריער האב איך אויפגעסעט און אויטלאאק פאר יעדען איינעם א פאלדער ווי איך האב אריינגעשריבן די נאויטס פון אלע זאכן וואס דארפן ערלעדיגט ווערן, און ביינאכט האביך געאימעיל'ט פאר יעדען איינעם זיין טא דא ליסט, אבער דאס האט זיך למעשה נישט אויסגעארבעט ווייל נישט אלעס האבן זיי ערלעדיגט אדער עס איז נישט "מישאן אקאמפלישט" למשל א קאסטומער האט געגעבען האלב געלט, אדער מען דארף אים צוריק רופן, איז סוף טאג פון אלע טעסק'ס געקומען א ליסטע פון אימעיל'ס און איך האב מעניולי געדארפט אריינשרייבן ביי יעדען און זיין מארגענדיגע טעסק וואס מען דארף נאך א פאלוי אפ, מיינע געהירן גייען שוין באלד אויך א שפאציר, ווייל זאכן ווערן נישט פערטיג.

איז מיין שאלה אויב איך קען מאכן אויף די סערווער אזא זאך און זיי זאלן דארט אריינשרייבן ווי עס האלט, אדער זאל עס אויסקוקן ווי עס איז דא און קרעטשמע אין די אישית אז יעדע נושא האט זעהט מען אויף איין מאל אלעס סטעדשיעס, אדער פון זייער אימעיל וואס זיי שיקן זאל זיין א רול אז די טעסק'ס זאלן זיך אריינשטעלן צו די טעסק ביי מיר מיט די זעלבע סאבדזשעקט?.

אוועטאר
שטרויזאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 494
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2008 9:24 am

תגובהדורך שטרויזאק » מיטוואך מארטש 18, 2009 4:44 am

דו דארפסט קריעטן טעסקס און טעסק ריקוועסטס, און מען דארף דיר יעדן טאג שיקן א רעפארט.
אזוי וועסטו שטענדיג קענען זען דיינע עסיינט טעסקס.
און ווען עס ווערט קאמפליטעט ווערט די טעסק אויטאמאטיש אפדעיטעט ביי דיר.

פרעג פאר מער דיטעילס
איך גלייך צו בארגן געלט פון א פעססימיסט, ער ווייסט שוין אז איך גיי קיינמאל נישט באצאלן...

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מיטוואך מארטש 18, 2009 3:14 pm

יישר כחכם רבי שטרויזאק!

הננו! און אט בין איך דא פאר מער דיטעלס,

אויב מעגליך סטעפ ביי סטעפ דיטעלס, יישכר כחכם למפרע

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21346
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך מארטש 18, 2009 3:57 pm

ר' זיידעניו, press ctrl shift +u פון דארט און וויטער וועסטו שוין זען.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
שטרויזאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 494
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2008 9:24 am

תגובהדורך שטרויזאק » מיטוואך מארטש 18, 2009 8:09 pm

צו קריעטן א טעסק ריקוועסט:
נא>טעסק ריקוועסט (קאנטראל+שיפט+U) און לייג אריין צו וועם דו שיקסט עס מיט די דיטעילס.


ווען יענער באקומט זיין ריקוועסט, האט ער א ברירה עקסעפט אדער דיקליין.
אויב ער עקסעפט, איז די טעסק זיינס, עס קןמט אריין א קאפי אין דיין טעסקס פאלדער און דו זעסט ביי דיר אז די טעסק איז באשטימט פאר יאנקל.
אויב ער דיקליינט ח"ו (באלד עט ער בעטן א רעיז...) קומט עס צוריק צו דיר און דו מוזט עס ריקלעימען דורך קליקן אויף "ריטארן טו טעסק ליסט".

ווען יאנקל מארקט די טעסק קאמפליט ווערט דיין קאפי אויטאמאטיש אפדעיטעט און עס ווערט אויך געמארקט קאמפליט (יעצט קען מען טראכטן פון א רעיז).

יאנקל דארף דיר יעדן טאג שיקן א סטעטוס ריפארט:
אינעם טעסק דארף ער קליקן אויף: עקשאנס>סענד סטעטוס ריפארט.
ווען דו באקומסט די סטעטוס ריפארט ווערט דיין קאפי אויך אפדעיטעט.

צו קוקן א ריפארט פון דיינע אלע עסיינט טעסקס:
אין דעם טעסקס פאלדער:
view>arrange by>current view>assignment
וועסטו זען אלע עסיינט טעסקס און די סטעטוס.

לאז וויסן וויאזוי ס'גייט
איך גלייך צו בארגן געלט פון א פעססימיסט, ער ווייסט שוין אז איך גיי קיינמאל נישט באצאלן...


צוריק צו “אינטערנעט און אימעיל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט