די לעפטאפ אינעם בוזעם טאש

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

די לעפטאפ אינעם בוזעם טאש

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג ינואר 08, 2009 10:41 pm

נאר בלעקבעריס און שמעריבעריס מעגן ארויסשפראצן ווי שוועמל נאך א רעגן?
עס איז שוין צייטליך פאר קאמפיוטערס אויך צו מאכן עפעס פארשריט און נישט בלייבן שטעקן ווי אלטע זיידעניוס....
(פאר די קומענדיגע דורות: מען האט היינט אפגעראכטן וואלן אין די קרעטשמע, ס'ליגט מיר נאך אין די גומען)


סאני האט אנאנסירט די וועלטס קלענסטע לעפטאפ וואס וועגט א נישטיגע 1.4 פונט, און איז אזוי גרויס ווי א געווענליכע ענוועלאפ אין די בוזעם, און דיק ווייניגער פון א אינטש!

פאר מענטשן וואס זענען זייער 'פארטעבל' און פליען פון איין ארט צום אנדערן איז דאס א מוראדיגער דורכברוך, מען קען עס בלויז אריינלייגן אין בוזעם פאקעט און ויסעו, מען האט דעם גאנצן קאמפיוטער מיט אלע אירע נאכווייען. . . מיט א בעטערי וואס קען אנציען ביז פיר שעה. אדער נוצט מען אן עקסטענדעד באטערי וואס ציהט אן ביז 8 שעות.

די נייע מאדעל איז אין די סאני 'וואיא' P סעריע פון לעפטאפס.

עס פארמאגט א 1.33 גהז אינטעל פראסעסאר, מיט 30 גב הארד דרייוו (מאקסימום 60 גב), צוויי יו עס בי שטעקערס (ווער דארף נאך סידי'ס היינט?), 2 גב רעמ, א העדפאן און מייקראפאן זשעקס. 8" וויידסקרין מיט עקסברייט טעכנאלאגיע, וויי-פיי און בלוטוט קעיפעבעל. און אויך א בילט-אין קאמערע פאר א נויט.

די סייז איז קנאפע פינף אינטשעס ביי קנאפע 10 ביי דרייפערטל אינטש דיק.

קאמיקער האבן צוגעשריבן "איז דאס בלויז א קאמפיוטער צי א סעלפאן אויכעט"...

די חסרון איז אז עס ראנט אויף די אומצופרידענע "ווינדאוס וויסטע" האום בעיסיק. (עט ליעסט מיין עקפיריענס מיט וויסטע).
עס ווערט פארקויפט פאר $899.

אויב ווילט איר עס קויפן ווארט צו א חודש וועלן פרייזן מעגליך פאלן.
צוגעלייגטע
vaio-p.JPG
די טריפה'נע כלי אין טאש
vaio-p2.JPG
די באטטאנס
vaio-p2.JPG (21.11 KiB) געזעהן 1368 מאל
vaio-p3.JPG
מערקט די מייזל אינדערמיט
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
וועלטסמאן
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 02, 2008 12:18 pm

תגובהדורך וועלטסמאן » פרייטאג ינואר 09, 2009 2:33 am

מיין טייערע חבר איר זענט אביסל צוריקגעבליבן, מיין סירטש פון צוויי חדשים צוריק האט געוויזן אזוי

וועלטס קלענסע XP קאמפיוטער איז Digital Cube i-Station G43
סייז איז פינעף אינטשעס ביי דריי , דיק ווייניגער ווי א אינטש

וועלטס קלענסע VISTA קאמפיוטער איז Sharp Willcom D4 וועגט בלויז איין פונט, סייז איז "7.4x 3.3" x 1.0

קען זיין אז איך בין שוין אויך צוריק געבליבן אבער איך האב נישט יעצט קיין צייט נאכצוקוקן
בשבילי נברא העולם...!!!

אוועטאר
ווארום
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 24, 2007 11:40 am

תגובהדורך ווארום » פרייטאג ינואר 09, 2009 6:37 am

די טעכנאלאגיע ווערט קלענער און מער קאמפאקט
נאר אונזערע פינגער בלייבן גרויס און גרויזאם..

וואזשע טוט מען?

אוועטאר
פריץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 20, 2008 5:32 pm

תגובהדורך פריץ » פרייטאג ינואר 09, 2009 11:24 am

שוועמל גוט גוט

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » פרייטאג ינואר 09, 2009 11:55 am

עס איז דא א ACER קאמפיוטער
עס איז טאקע אביסל גרעסער, עס איז אזוי גרויס ווי א קובץ (אור ישראל, היכל הבעש"ט וכו')
אבער עס האט ווינדאוס XP
1 GB RAM
160 GB הארד דרייוו
און א 6 שעה'איגע בעטערי
און דאס אלעס פאר בערך 350!!!
מען דארף אביסל סוירטשן צו באקומען די ביליגסטע פרייז
אבער לכאורה לוינט עס.

ACER וועבזייטל
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג ינואר 09, 2009 12:10 pm

עס איז אויך יעצט ארויסגעקומען א קליינער קאמפיוטער מיט א סוויוועל סקרין פון די פירמע ASUS.

איינער קען טרעפן דעם מאדעל?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג ינואר 12, 2009 3:02 pm

די מייזל איז דער קליינער באלי אינדערמיט?

נישט אזוי באקוועם.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.


צוריק צו “ווינדאוס און מעק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט