Nvidia מאכט שנעלער דעם קאמפיוטער

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

Nvidia מאכט שנעלער דעם קאמפיוטער

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג דעצמבער 29, 2008 12:08 am

די פירמע וואס שטעלט צו גרעפיק קארדס פאר קאמפיוטערס Nvidia איז לעצטענס ארויסגעקומען מיט א נייעם אויפטרעף; נעמליך יעדע ווידיאו קארד איז דאך צוזאמגעשטעלט פון אסך קליינטשיגע פראסעסארס, טא פארוואס זאל די קאמפיוטער זיי נישט אויסנוצן ווי עס באדארף צו זיין?

זענען זיי ארויסגעקומען מיט א פשוטע "דרייווער אפדעיט" פאר אלע זייערע גרעפיק קארדס פון מאדעלס 7800 און העכער, דער אפדעיט וועט ערלויבן פון היינט און ווייטער אז ווען מען טוט גרויסע טעסקס ספעציעל מיט גרעפיק און ווידיאו וואס שלעפט געווענליך אסך CPU פונעם הויפט פראסעסאר (לעצטערע פראסעסארס זענען אינטעל קאר טו ווי-פרא, אדער אינטעל סענטרינא ווי-פרא) וועט ער אויפנוצן זיינע אייגענע צענדליגער פראסעסארט אנשטאט, אזוי ארום וועט די קאמפיוטער פערפארמענס זיין פול פול שנעלער.

דער געדאנק איז נישט ממש א נייער. עס ווערט ברייט באנוצט ביי גרויסע נעטווארקס ווי שפיטעלער, לאבראטאריעס, און גרעפיקערס וואס טוען דורכפירן לאנגע און שווערע טעסקס אויף א רעגולער באזיס. זיי נוצן א געוויסע סאפטוועיר וואס טוט פארבינדן אלע פראסעסארס אינאיינעם און ווען עס קומט אונטער א שווערערע טעסק שלעפט עס אביסלע CPU פון אלע קאמפיוטערס פונעם נעטווארק.
יעצט האט דאס Nvidia אינקארפארירט אין א לאקאל מאשין אויכעט.

זיי רופן דאס אן Nvidia Graphics Processor. איר מוזט האבן א Nvidia גרעפיקס קארד מיט א מאדעל נאמבער עטליעסט פון 8000 און העכער צו קענען דאונלאדן די דרייווער אפדעיט. איך פערזענליך פארמאג מאדעל GeForce Go 7600 סאו האב איך עס נאכנישט פרובירט אבער איך הער פון אנדערע אז מען זעהט א געוואלדיגע חילוק אין שנעלקייט דורכן אפדעיט.

איר קענט עס דאונלאדן דא
http://www.nvidia.com/Download/index.aspx?lang=en-us
און לאזט וויסן אויב עס ארבייט טאקע.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מאנטאג דעצמבער 29, 2008 12:18 am

ווי קען איך זעהן אויב איך בין פון די גלוקליכע וואס האבן די נעווידיי סיסטעם?


צוריק צו “הארדווער, פראגרעמס, און פארשידענס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט