וויאזוי קען מען טוישן די קאמענדס פין א קיבארד

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

בן יועזר
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 14, 2007 3:21 pm

וויאזוי קען מען טוישן די קאמענדס פין א קיבארד

תגובהדורך בן יועזר » מיטוואך אוגוסט 06, 2008 9:54 pm

ווייסט איינער צי סאיז שייך (אדער אויב סאיז דא א ספעציעלע פראגראם) צי קענען טוישן א קאמענד פין די BUTTON פין די קיבארד, למשל כ'ויל אנשטעלן אז ווען איך דריק די CAPS LOCK באטאן, זאל עס טון די קאמענד פין די SHIFT באטאן. שכח למפרע.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך אוגוסט 06, 2008 11:32 pm

דעס וואס דו ווילסט טון ווערט גערופן Remmaping the keyboard.

די קיעבארד קיעס זענען אויסגעשטעלט געווארן אין יעדן נאציאן עטוואס אנדערש און דאס ווערט עסיינט אין די רעגיסטרי פונקטליך די פונקציאן פאר יעדן קי.
דרוק 'ווינדאוס+R' און טייפ regedit, דערנאך סקראל צו:
HKEY_LOCAL_MACHINE\SYSTEM\CurrentControlSet

עס איז ראטזאם צו דאונלאדן דריטע-פארטי פראגראמען וואס טוען דעם זשאב פאר דיר, ווייל צו שפילן מיט די רעגיסטרי אויב מען קען זיך נישט אויס איז אביסל א ריסק.

איין גוטע פראגראם איז דא וואס הייסט Sharp Keys. מאך א זוך וועסט עס גלייך טרעפן.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך אוגוסט 06, 2008 11:41 pm

אזוי זוכנדיג פאר דיר יוסי, האב איך באגעגענט זייער א סימפל און לייכטע יוטיליטי וואס טוט עס שנעל און גרינג.

קליק דא און דאונלאד די פראגראם Key Tweak. (גיי נישט צו אלע זייטיגע פארפירערישע עדס און לינקס)
http://www.freewareweb.com/cgi-bin/arch ... =1&ID=1698
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » דינסטאג אוגוסט 12, 2008 12:19 am

שכח שוועמל

ס'קען מיר אויך אמאל צוניץ קומען
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
moishy08
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 01, 2008 8:17 am

תגובהדורך moishy08 » דאנארשטאג אוגוסט 14, 2008 8:36 am

איך האב געטראפן א גוטע פראגראם וואס טוישט די קאמענד באטענס פון F1 ביז F12 , עס איז זייער געשמאק און סימפל , מען קען מאכן אז למשל F1 זאל דיר עפענען א געוויסע פייל מיט וואס די באנוצט זיך כסדר, אדער שרייבן א טעקסט וואס די שרייבסט געווענליך למשל דיין נאמען אדער חתימה, ווי אויך קען מען אנשטעלן אז עס זאל עפענען א געוויסע סייט ווי למשל "אידישע וועלט"
כדי צו מזכה זיין דעם רבים שטעל איך דא צו די דיירעקט לינק , http://www.freeware.co.il/hotkey/
אז די שרייסט הערט מען דיר ,אז די רעדסט פארשטייט מען דיר, ווען די שמייכעלסט גלייכט מען דיר (מאמר החכם)
מה שבטוח ,אולי......

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג אוגוסט 14, 2008 12:15 pm

יישר כח מוישי.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג אוגוסט 14, 2008 11:16 pm

איז דאס א פאראנטווארליכע זאך? קען מען זיי טראסטן מיט די האקעלע פונקציעס פונעם קיעבאורד?

אויך וויל איך פרעגן א זייטיגע פראגע: וואס זענען די געווענליכע פונקציעס פון די F קנעפלעך (וואס איך נוץ ממש קיינמאל נישט), און צו קען איך עפעס דערלייגן מיטן איבערשטעלן זייערע פונקציעס. יישר כחכם.

בן יועזר
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 14, 2007 3:21 pm

תגובהדורך בן יועזר » פרייטאג אוגוסט 15, 2008 12:15 am

שוועמל שכח פאר דיין אינפא. העמער עס פרובירן בל"נ!!

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג אוגוסט 15, 2008 2:34 am

קרעמער שרעק דיך נישט

דער פראגראם וואס כ'אב אויבן באצייכענט, קען דיר געבן א היסטארי פון אלע טוישונגען. חוץ מזה קען מען אלץ צוריקגיין צו דיפאלט לעיאוט און אלע האקעלע פונקציעס בלייבן האקל און גייען צוריק א פונקט א ווי א פריער.

די F קנאָפּן זענען קורצשניטס צו פארשידענע פונקציעס אין כמעט יעדן פראגראם. למשל די פאפולערע סעלעבריטי F1 איז אנגענומען נעשאנווייד אין ראוז קעסטל USA אלס א צענטראלע העלפּ שארטקאט, די F5 אינעם פעדעראלן ביוראקראטישער IE V.7 איז א שארטקאט צום 'אויפפריש' קנעפל אזוי אויך אין די אנגענומענע OE צו זעהן אויב ס'יז צוגעקומען פרישע GMAILS. ווידעראום אין שנעלביכער איז F2 אן אויפברענג צום פראדאקט אינפארמאציע קעסטל ABOUT.
F3 אין IE ברענגט ארויף דעם 'זוך' קעסטעלע. וכאשר צוה כן יעשה.

ווי אויך זענען דאס קאמענדאציעס צום עצם פענצטער [לשיטת אידיש פענצטער פּלוראל] ביים אנצינדן דעם קאמפוטער. EXIT F8 קען מען נעמען צו כאפן דעם 'זיכערע מאדע'. F2 נעמט דיך גלייך אריין אינעם הארלעם ריווער דרייוו פון די BIOS [א שווארצער סקרין דארטן].
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג אוגוסט 15, 2008 10:58 am

אוי ביסטו זיס שוועמל, יישר כח פאר די אינפא (פלורעל בלעז).

בן יועזר
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 14, 2007 3:21 pm

תגובהדורך בן יועזר » פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 12:20 am

שוומעל איך האב עס פראבירט ס'ממש א מחיה,
כוועל געבן א דוגמא וואס כ'האב גטעוהן (ס'קען צוניץ קומען אויך פא אנדערע) איך געמאכט אז מיין CAPS LOCK זאל ווערן אזוי ווי א פלע /י פאז באטן, עני וועי טענק יא ווערי מאטש ;l;p-


צוריק צו “ווינדאוס און מעק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט