אינסטאלן WINDOWS XP און בלייבן מיט די אלטע פיילס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

שיכור
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 15, 2007 1:52 pm

אינסטאלן WINDOWS XP און בלייבן מיט די אלטע פיילס

תגובהדורך שיכור » דאנארשטאג יולי 24, 2008 12:26 pm

מיינס א חבר האט גאר אן אלטע קאמפיוטער וואס ארבייט מיט WINDOWS ME (איינער געדענקט נאך וואס דא איז?)

יעצט וויל איך אינסטאלן פאר אים XP וויל איך וויסן וואס גייט געשעהן מיט אלע אלטע פראגרע ס און פיילס

גייט דאס בלייבן? אדער וועל איך דארפן נאכאמאל אינסטאלן אלע פראגרעמס למשל ווארד און עקסעל?

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2459
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » דאנארשטאג יולי 24, 2008 12:41 pm

אלעמאל ווען מען מאכט א סיסטעם אפגערעיד איז גוט צו מאכן א בעקאפ אויף די פייל'ס, נאך דערצו ווען מען לייגט עס אריין אויפ אזא אלטע כלי איז זיכער מצוי אז עס זאל זיך מאכן פראבלעמ'ן אינמיטן די אינסטאלעשן אין פיילס זאל'ן פארלוירן גיין.

אבער אויב אלעס גייט כשורה דארף אלעס בלייבן אזוי ווי עס איז געווען אלע פראגראמ'ס און אלע פיילס.

למעשה אבער אויב איז נישט שווער איז בעסער צו מאכן א זויבערע אינסטאלעשן, דאס הייסט פארמעטן די הארטע דרייוו און אנהייבן פון דאסניי,
אז נישט קען זיך מאכן פיל פראבעלמ'ן,

פון וואנעט ווייסעך דאס? ווייל איך האב שוין געאפגרעיד גאר אלטע קאמפיוטער'ס צו עקספי, די וואס איך האב געמאכט א זויבערע אינסאלעשין איז געגאנגן געשמירט די וואס נישט האב איך אלעמאל געהאט אביסל שוועריקייטן נישט פאר דיר געזאגט, אבער ב"ה אלע פון זיי ארבעטן פיין היינט צו טאג. דער אייבערשטער זאל העלפן אויך אויף ווייטער.

חיים
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 18, 2008 11:46 am

תגובהדורך חיים » דאנארשטאג יולי 24, 2008 12:42 pm

וויאזוי מאך איך דאס די אפגרעיד

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2459
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » דאנארשטאג יולי 24, 2008 12:44 pm

די האסט אויך א אלטע קאמפיוטער?

מען דארף האבן א סידי פון ווינדאס עקס פי מען לייגט דאס אריין און די סידי דרייוו און מען פאלגט די אינסטראקשענס אויפן סקרין

שיכור
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 15, 2007 1:52 pm

תגובהדורך שיכור » דאנארשטאג יולי 24, 2008 1:31 pm

און וואס טוט זיך מיט די פראגרעמס ווארד און עקסעל וואס אויף דעם קען איך נישט מאכן קיין בעקאפ

וועט דאס בלייבן נאכן אינסטאלן? עקס פי אדער וועל דארפן נאכאמאל אינסטאלן?

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » דאנארשטאג יולי 24, 2008 7:26 pm

נארמאלערהייט בלייבן אלע פראגראמען חוץ די וואס פארטראגן זיך נישט מיט די נייע סיסטעם, געווענליך פארן אינסטאלן זוכט די סעטאפ אדורך דעם קאמפיוטער צו זעהן אויב עס איז דא פראגראמען וואס וועלן זיך זיכער נישט אדער מעגליך נישט פארשטיין מיטן נייעם אפערעיטינג סיסטעם און ער ברענגט א ריפארט דערפון מען סעיווען דעם ריפארט צו קענען געדענקען וועלכע פראגראמען מען וועט דארפן אפדעיטען אדער איבער אינסטאלן


צוריק צו “ווינדאוס און מעק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט