בלאט 1 פון 1

געשריבן: מאנטאג אפריל 14, 2008 5:18 pm
דורך יאנאש
[align=center]בלויע סקרין ווען איך סוויטש יוזער[/align]
אמאליגע יארן ווען אלעס איז געווען כשורה, פלעג איך פארן ארויסגיין פון אפיס - כדי צו לאקן מיין קאמפיוטער - דריקן אויפן סוויטש יוזער קנעפל, און עס פלעגט גיין צום סוויטש יוזער בלאט, פון וואו מען קען נאר אריינקומען מיט א פעסווארד.

אבער שפעטער האט דאס אנגעהויבן מאכן פראבלעמען, און אנשטאט זעהן דעם געשמאקן יוזער סוויטש בלאט פלעגט ארויפקומען א ליידיגע בלוי סקרין אן קיינע קנעפלעך, און דער מייזל איז געווארן פארטראכט, אבערווען עס איז אליין געגאנגן צו יענעם בלאט דורך סקרין סעווער איז אלעס געווען כשורה.

אבער לעצטנס איז דאס שוין אויך נישט כדבעי, עד כדי כך אז איך האב געברויכט סטאפן די גאנצע סקרין געסעיוואכטס, און איך קען נישט לאקן מיין קאמפיוטער, איז דא איינער וואס ווייסט א רפואה דערפאר?

טעגליכע קאמפיוטער פראבלעמען און אנשטויסונגען

געשריבן: מאנטאג אפריל 14, 2008 6:51 pm
דורך וואס_מאכסטו
יאנאש:
1) ס'קומט דיר ארויף עפעס אן עראר ביים אריינגיין צו סוויטש יוזער אדער ווען די צינדסט אן די קאמפיוטער?
אויב יא ביטע שטעל עס ארויף דא, און אפשר וועל מיר עפעס קלוגער ווערן

2) די האסט אן אנטי-ווירוס פראגראם אויף דיין קאמפיוטער?, ווייל אויב נישט איז מעגליך אז די האסט פשוט א וויירוס און עס האט עפעקט ביי סוויטש יוזער (איך האב שוין אויך אמאל געהאט אזא פראבלעם און עס איז געקומען פון וויירוס)

לאז אונז וויסן די צוויי זאכן און בעז"ה וועלן מיר פרובירן צו העלפן מיט וואס מיר קענען

געשריבן: מאנטאג אפריל 14, 2008 8:32 pm
דורך יאנאש
1) ווען עס קומט ווען ארויף א עראר וואלט איך דאך געוואוסט וואס דער וויל פון מיר, עס ווערט אבער פעלין בוי די סקרין אזוי ווי די בעקראונד פון די סוויטש יוזער-לאג אין פעידש.

2) איך האב עי ווי דזי, זאן אלארם, און נאך עפעס וואס צינדט זיך אן יעדן טאג דרייע נאכמיטאג, איך האב נישט קיין אנדערע פראבלעמען מיט וויירוסן, סאו איך גלייב אז נישט דאס איז די פראבלעם.

געשריבן: דינסטאג אפריל 15, 2008 12:47 am
דורך ליפא
ברוך השם האט געשריבן:איינער קען מיר אפשר העלפן???
צומאל ווען איך וויל אוועק גיין פון מיין לעפטאפ און איך מאך עס צו, נישט איך לעש עס אויס נאר פשוט איך מאך צו דעם דעקל. נאכדעם ווען איך וויל צוריק עפענען דעם דעקל צינד זיך נישט צוריק אן די סקרין און איך דארף ריסטארטן, איז איינער קען מיר אפשר העלפן?


גיי אויפן דעסקטאפ, רייט קליק, פראפערטיס, סקרין סעיווער, פאויער - Power, און דארט שטעל אן פונקטליך וואס עס זאל פאסירן ווען ער קלאצט, הייבערנעיט, פארמאכן די סקרין וכדו'

געשריבן: דינסטאג אפריל 15, 2008 10:33 am
דורך ברוך השם
איך האב אויפרובירט די וועג פון באהאלטן א פייל מיט אראפ נעמען די אייקאן פיקטשער און די נאמען פון די פייל/פאלדער, האב איך געזעהן אז ווען מ'ריפרעשט די קאמפיוטער גיט עס א טאנץ ארויף, סוי איך האב געקלערט אז מ'זאל עס נישט לייגן אויפן דעסקטאפ נאר ערגעץ אויף א באהאלטענערע פלאץ אינעם קאמפיוטער

געשריבן: דינסטאג אפריל 15, 2008 10:37 am
דורך ברוך השם
ביי די וועי ליפא שכוח פארן ארויס העלפן אבער איך כאפ נישט פונקטליך ווי וואס ווען
איז אפשר אויב מעגליך גיבסטו מיר אביסל קלארער אינסטראקשנס?

געשריבן: דינסטאג אפריל 15, 2008 2:06 pm
דורך איש חסיד
אראפ נעמען די אייקאן איז סייווי נאר פאר אינטערעסאנטקייט, ווייל אויב מען שרייבט אין דעם עפעס וואס מוויל באהאלטן טוט עס גארנישט אויף ווייל די פיילס זענען נישט באהאלטן, נאר די פאלדער, און מען קען עס טרעפן אין א search