ווינדאויס 7

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

ווינדאויס 7

תגובהדורך thefact » מאנטאג אפריל 07, 2008 9:17 pm

ליפא האט געשריבן:וואס גייט פאר מיט ווינדאוס ? עפעס א ווינדאוס 7 קומט ארויס נעקסט יאר, איז דאס א אפגרעיט פאר וויסטע אדער א צווייטע זאך, וויאזוי איז מייקראסאפט דאס מסביר, וואס וועט זיין מיט עקס פי, פארוואס איז נישט גענוג געווען די סערוויס פעק 1 פאר וויסטע אז זיי האבן געדארפט מעלדן איבער א נייע ווינדאוס וכו'

איך ווארט איינער וואס קען זיך אביסל אויס זאל אראפלייגן א גוטן ארטיקל, שכוח
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

ליפא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 06, 2007 2:22 pm
לאקאציע: מחשובי אנ"ש

תגובהדורך ליפא » מאנטאג אפריל 07, 2008 10:43 pm

האסט מיך גוט צוגעפיקס מר. וואסער, איך האב עס אייך געשיקט אין אישית פאר א סיבה, איך האב געוואלט א שיינע ארטיקל.......

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג אפריל 07, 2008 11:17 pm

ווינדאוס 7 איז די באקאנטע "ווינדאוס וויענע" פון וואס מען רעדט שוין יארן.
עס ברויך ארויסקומען ערגעץ אין 2010, אויב קאמפיוטער וועט נאך דעמאלט עקזיסטירן.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » דינסטאג אפריל 08, 2008 12:17 pm

האלטס אז ביז דאן גייט שוין זיין א נייער דעווייס???
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » דינסטאג אפריל 08, 2008 1:39 pm

ליפא האט געשריבן:האסט מיך גוט צוגעפיקס מר. וואסער, איך האב עס אייך געשיקט אין אישית פאר א סיבה, איך האב געוואלט א שיינע ארטיקל.......


אז מ'בעט אין פאבליק האט מען מער טשענסעס... והא ראי' שוועמל האט געענטפערט...
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג אפריל 08, 2008 8:43 pm

אלעקס,

ניין, איך האלט אז מיר וועלן אלע זיין אין ארץ ישראל דעמאלט מקריב זיין שלמים בע"ה. (בעסערע דאגות פון קאמפיוטער, הא ?)
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
MUTCHE
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 09, 2007 1:09 pm
לאקאציע: דא

תגובהדורך MUTCHE » מיטוואך סעפטעמבער 24, 2008 5:57 pm

ווינדאוס זיבן למספרם

בילד
דער זיבעטער ווינדאוס – דער זיבעטן וואונדער?

Windows 7 איז די נייע ווינדאוס וואס מייקראסאפט פלאנט ארויס צו געבן אין די קומענדיגע יאר, צוליב דעם דורכפאל פונעם ווינדאוס וויסטע, האט מייקראסאפט פארשנעלערט דעם דאטום וואס האט געזאלט זיין אנהייב 2011 און אפיציעל צוריק געריקט אויף 2010 און אומאפיציעל אויף יוני 2009, דעם ריקצונג קומט פונעם שוואכן פאפולערקייט פונעם יעצטיגן ווינדאוס וויסטע וואס איז זייער שוואך אויפ-געכאפט געווארן.

קיין פונטקליכע דעטאלן איז נישטא צוליב דעם וואס מייקראסאפט האלט זיך צוריק פון געבן סיי וואספארא אינפארצמציע. ניטאמאל קיין געהעריגע נאמען האט דאס און מען רופט דאס ווינדאוס 7 ווייל דאס איז דאס זיבעטען ווינדאוס וואס מייקראסאפט געבט ארויס (די ערשטע זעקס זענען 95, 98, ME, 2000, XP, VISTA)
עטליכע חדשים צוריק איז ארויס געקומען א ווידעא ווען מען ווייזט אז ווינדאוס 7 וועט ארבעטען מיט די "מאלטי טאטש" טעכנאלגיע, דאס מיינט אז מען רירט מיטן פינגער אויפן סקרין, וואס זעהט אויס ענדליך צום נייעם קאמפיאטער-טישל וואס מייקראסאפט האט ארויסגעגעבן לעצטענס (א באזונדערע נושא פאר זיך).
ווי אלע נייע טעכנאלאגישע פראדוקטן, ווי נאר מען הערט אז עס קומט ארויס, הייבן אהן צו ווירבלן די פאלשע בילדער אינדאסטריי, יעדעס פארווארפענעם בלאג שטאלצירט זיך מיט זייער פאלשן בילד און דערקלערט אז דאס האט מען דערווישט אונטערן טיש, אזוי גענוי וועט אויסקוקן דעם פראדוקט, רוב מאל איז דאס בילד פאברעצירט אויף פאטאשאפ, און קומט גלייך ארויס פונעם דמיון. אזוי איז געווען ביים אייפאון. וכמעשהו באייפאון, כך מעשהו בווינדאוס. געווענטליך קוקט מען ניטאמאל אין א זייט פון די אלע בילדער, און בלויז בילדער פון קראנטע קוועלער ווערן ברייט צושמירט אין די נייעס.
עטליכע טעג צוריק האט thinknext.net ארויס געגעבן בילדער פון ווינדאוס 7 און איז עס אויסגעשמיסט געווארן איבעראל, זעהט אויס אז דאס איז גאנץ קראנט. די בילדער קומען ווארשיינליך פון א BATA וואס איז ארויס געגעבן געווארן פאר דיוועלאפערס וואס זאלן ארבעטן דערויף. (BATA איז די נישט פארטיגע פראגרעם וואס איז געאיינט פאר די מומחים זאלן עס אויס ארבעטן, געוונטליך געבט מען דאס נישט ארויס פארן ברייטען ציבור ווייל עס איז נאך רוי און פיל מיט פראבלעמען, ערשט ווען עס ווערט מער סטאבליזרט געבט מען עס ארויס, ווי למשל IE8 און גאגעל קראום זענען דערווייל נאר אין בעיטע).

א באריכט וואס איז פאריגע וואך ארויסגעקומען, האט געמאלדן אז מייקראסאפט פלאנט שוין ארויס צו געבן די סיסטעם אין בעיטע פאר פראגרעמערס און א צוזאמקום אין לאס אנדשזעלעס סוף קומענדיגע אקטאבער, א צווייטע באריכט מעלדט אז די ערשטע בעיטע וועט ארויס קומען אין דעצעמבער, אבער פאר דיוועלאפערס געבט מען עס פריער.
אויב זענען די בילדער קראנט, קוקט דאס אויס גענצליך ווי וויסטע מיט בלויזע קלייניגקייטן אנדערש, אבער די סטארט מעניא, די אינטערפעיס (אויסקוק), אלעס מיט די זעלבע קאלירן.

וואס עס איז אנדערש איז עטליכע זאכן וואס קומען שוין פון ווינדאוס איינס (ווינדאוס 95) און דאס זענען ווארד פעד, פעינט, און קאלקאלעיטער, און קיינמאל נישט געטוישט געווארן. איצט איז געקומען זייער צייט.

ווארד פעד וועט האבן פון אויבן די ריבען (RIBBON) אויסקוק, גענוי ווי די נייע מייקראסאפט אפיס.
בילד

פעינט וועט אויך ווערן אויסגעשטעלט פון דאסניי.
בילד

די קאלקעלעיטער וועט באקומען פיל מער מעגליכקייטן ווי ביז יעצט.
א נייע חידוש איז דער ווינדאוס מידיע פלעיער לייט (גרינג), וואס קומט ארויף יעדעס מאל מען דריקט אויף א ווידעא פייל, דאס קען גארנישט טוהן מער ווי אויפשפילן דאס ווידעא, און עס שפארט דאס ווארטן אז דער גרויסער ווינדאס מידיע פלעיער זאל זיך אנצינדן. (ווער עס האט א שוואכע קאמפיאטער שאקלט יעצט צו מיטן קאפ...)
לעצט פאראכטן דורך MUTCHE אום מיטוואך סעפטעמבער 24, 2008 6:02 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
MUTCHE
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 09, 2007 1:09 pm
לאקאציע: דא

תגובהדורך MUTCHE » מיטוואך סעפטעמבער 24, 2008 6:01 pm

ווער עס לויפט יעצט קיין THINKNEXT וועט נישט טרעפן קיין זכר פון בילדער און ווידעאס, דער שרייבער שרייבט דארט אז מייקראסאפט האבן אים געמאלדן דורך זייער'ס א מענטש, אז ער זאל זאפארט אראפ נעמען אלע בילדער און קליפס.

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » מיטוואך סעפטעמבער 24, 2008 7:14 pm

זייער אינטערסאנט, לאמיר האפן אז די הרוגי בעטאר וועלן שנעל אויפשטיין תחיית המתים, נישט אזוי ווי גוגל'ס ג'ימל וואס איז שוין לענגער אויף בעטא, פון ווי לאנג עס קען זיין געהעריג...
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך סעפטעמבער 24, 2008 10:54 pm

יישר כח מאטכע. כ'האב הנאה פון דיינע לענגערע אנאליזן וואס זענען פול מיט אינהאלט און ידיעות.

אגב, ווינדאוס איז עלטער פון 95. ס'איז געווען א 3.1 און א 3.11. קען זיין אז מ'רעכנט דאס יא, נאר ME רעכנט מען נישט... יענץ איז געווען א גרעסערע דורכפאל פון וויסטע.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1036
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

תגובהדורך פויער » דאנארשטאג סעפטעמבער 25, 2008 8:29 am

וואס איז די חילוק צווישן ME און 2000

איך מיין עס איז ארויסגעקומען די זעלבע צייט

און וואס איז געוען די דורכפאל ביי ME
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג סעפטעמבער 25, 2008 10:33 am

די דורכפאל איז געווען אז ס'איז געווען א דורכפאל. קיינער האט נישט גערעדט דערפון, קיינער האט עס נישט געקויפט,ס 'איז זייער שנעל אראפ פון די מארקעט. אסאך מענטשן געדענקען ניטאמאל אז ס'איז געווען אזא ווינדאוס.

די חילוק פון ME ביז 2000 איז געווען, אז ME איז געווען געבויעט אויפ'ן מהלך פון 95/98, און 2000 איז געווען געבויעט אויף windows NT, וואס איז פיל שטערקער און מער סטאביל. 2000 איז געווען די באליבטע און אנגענומענע ווינדאוס פאר א שיינע פאר יאר.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1036
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

תגובהדורך פויער » דאנארשטאג סעפטעמבער 25, 2008 10:35 am

פארוואס האבן זיי געמאכט צוויי
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג סעפטעמבער 25, 2008 11:47 am

ME איז געווען געצילט פאר היים-באנוצער, בשעת 2000 איז געווען געצילט פאר ביזנעסער.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » דאנארשטאג סעפטעמבער 25, 2008 8:27 pm

מייקראסאפט האט נאך נישט פארלאנגט פון קרעטשמע אראפצונעמען די בילדער? אינטערסאנט.
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » מוצ"ש סעפטעמבער 27, 2008 11:46 pm

אלעקסיי חחח
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
MUTCHE
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 09, 2007 1:09 pm
לאקאציע: דא

תגובהדורך MUTCHE » זונטאג נובעמבער 16, 2008 2:26 am

מייקראסאפט האט ארויסגעגעבן פאר דיוועלאפערס די ווינדאוס זיבן, ווי עס קוקט אויס איז עס געבויעט אויף וויסטע, און בלויז געטוישט און צוגעלייגט עטליכע זאכן.

די נייע טעסק באר פון אונטען
בילד

איינע פון די נייע זאכן איז די לייבעריס, דאס איז אויפן לינקען זייט פון יעדען פענסטער וואס באשטייט פון עטליכע קנעפלעך פאר אלע בילדער מוזיק ווידעאס דאקומענטן וואס ליגן אויפן קאמפיאטער.

די נייע לייבעריס
בילד

נאך א נייע אויפטוה איז די זייטיגע פרייוויא פענסטער וואס וויזט פארויס בילדער און דאקומענטן אן דעם וואס מען זאל עס דארפן עפענען.
נייע זייטיגע פריוויא פענסטער
בילד

ווי שוין באריכטעט איז די ווינדאויס מידיע פלעיער איינגעטיילט אין צוויי, די לייכטע ווערסיע, וואס צינדט זיך אהן יעדעס מאל ווען מען עפענט א מידיע פייל און דאס ווערט גערופן now playing mode און מיטן דרוקן א קנעפל עפענט זיך די לייבערי.

ווינדאוס מידיע פלעיער 12
בילד

NOW PLAYING MODE
בילד

אוועטאר
MUTCHE
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 09, 2007 1:09 pm
לאקאציע: דא

תגובהדורך MUTCHE » זונטאג ינואר 04, 2009 11:16 am

פאריגע וואך איז ארויס גערינען געווארן די נייעסטע בעטע פון די ווינדאוס 7, איינער האט דאס ארויף געלייגט אויף די פאפולערע דאנלוידן סייטס, און דער גאנצע עולם האט זיך צוכאפט דערמיט.
ווי די מומחים געבן איבער, איז דאס באניץ מיטן נייעם ווינדאוס גאר געשמאק און עס לייגט אין א זייט סיי וויסטע און סיי עקספי, עס איז אזוי געלונגען אז די קאנספיראציע ליב-האבער שרייען שוין אז מייקראסאפט האט פאר דווקא ארויס געגעבן דאס בעטע, די עולם זאל זעהן ווי גוט עס איז און מען זאל דערפון שמוסען.
דערווייל איז אבער נישט רעקאמענדירט זיך בכלל צו באניצן דערמיט, וויבאלד ווי נישט ווי איז נאך דא דערין עטליכע פראבלעמען וויבאלד דאס נישט די פארטיגע פראדאקט (וואס וועט ווארשיינליך ערשינען אנהויב זוממער) און קיין איינער נעמט נישט קיין אחריות... :roll:

ביזנעסמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 349
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 12:04 pm
לאקאציע: אויף וואקאציע

תגובהדורך ביזנעסמאן » זונטאג ינואר 04, 2009 11:26 am

זייט נישט בייז אז איך האק אריין מיט א פראגעלע וועלכע איז אפשר נישט אזוי ווייט דא אויפן פלאץ, אבער אז מ'רעדט דא איבער די טעמע בכלל וואלט איך געוואלט הערן וואס איר האלט.
איך פארמאג xp. ווי די שטייגער ביי ווינדאוס קומען פון צייט צו צייט פארשידענע אפדעיטס צום קאמפיוטער, נעכטן האבן זיי מיר געאפערט צו אינסטאלירן service pack 3 (איך פארמאג דעם צווייטן סערוויס פעקל) אבער איך מוז פון פריער מאכן א בעק אפ אויף אלע פיילס מיינע.
זעענדיג דעם תנאי האב איך זיי הפנים אויף דערווייל אפגעזאגט דעם מתנה אויס מורא אז ס'וועט מאכן אן אפענסיווע אין מיין קאמפיטער, אבער אצינד, זעענדיג ווי ריזיגע מומחים דוסוטירן דא איבער די ווינדאוס למיניהם וויל איך פרעגן וואס איר האלט. וואס עס מיינט? צו לוינט זיך עס צו אינטאלירן? וואס מיינען זיי מיטן בעק אפ וואס זיי בעטן צו מאכן וכו' וכו'
דאנקע שיין.
תורה איז די בעסטע סחורה.

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » זונטאג ינואר 04, 2009 12:49 pm

דער בעקאפ איז נאר פאר פריקאושען, איך מאך עס קיינמאל נישט פארן אינסטאלן סערוויס פעק טרי און כ'האב עס שוין אינסטאלט ביי אסאך קאסטומער'ס און כ'האב נאכנישט געהאט קיין פראבלעם דערמיט,

מייקראסאפט וויל נאר נישט זאלסט אים רופן צו דין תורה נעם טאקע נישט מיין ווארט דערויף (קענסט מיך אויך נישט רופן צו די תורה :grin: )

סיי ווי אזוי סערוויס פעק טרי איז וויכטיג און גוט, שליידער עם אריין
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

ביזנעסמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 349
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 12:04 pm
לאקאציע: אויף וואקאציע

תגובהדורך ביזנעסמאן » זונטאג ינואר 04, 2009 2:20 pm

אין אנדערע ווערטער, קומענדיגעס מאל ווען זיי אפערן מיר סערוויס פעק 3, קען איך זיי אריינלאזן צו מיר אן קיין צווייפל?
און בד"וו, וואס פאר א חילוקים זענען פארהאן צווישן 2 און 3? עפעס ספעציעל אז דו ראטסט אזוי דערויף? מיט די פלייגישע אויגן וועל זען עפעס א נפ"מ?
תורה איז די בעסטע סחורה.

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2459
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » זונטאג ינואר 04, 2009 9:56 pm

נאך איבער סירוועס פעקל דריי פאר עקספי...

ס'איז טאקע זייער וויכטיג אין אויך רעקאמענדירט דאס צו אינסטאלן, אבער ערווארט נישט צו זעהן קיינע שינוים אינעם קאמפיוטער.

עס איז בעיקר געמאכט צו פארעכטן סיקורעטי פראבלעמ'ן ווי אויך אנדערע פראבלעמ'ן אבער חוץ דעם זעהט אלעס אויס די זעלבע אין אלעס ארבעט די זעלבע.

אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1036
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

תגובהדורך פויער » דאנארשטאג ינואר 15, 2009 11:04 am

דאס שרייב איך פון ווינדאויס 7 און אינטערנעט עקפלארער 8 יעצט אינסטאלט

זעהט אויס גאנץ פיין

דערווייל קוקט אויס אז אלע וויסטע פראגרעמס ארבעטן דא אויך

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11184
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דאנארשטאג ינואר 15, 2009 11:41 am

פויער האט געשריבן:דאס שרייב איך פון ווינדאויס 7 און אינטערנעט עקפלארער 8 יעצט אינסטאלט

זעהט אויס גאנץ פיין

דערווייל קוקט אויס אז אלע וויסטע פראגרעמס ארבעטן דא אויך


פויער
איך מעג אפשר רימאוטן דיין קאמפיוטער?

אוועטאר
Tech
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 09, 2008 10:13 pm

תגובהדורך Tech » דאנארשטאג ינואר 15, 2009 10:49 pm

פאטאקי08 האט געשריבן:
פויער האט געשריבן:דאס שרייב איך פון ווינדאויס 7 און אינטערנעט עקפלארער 8 יעצט אינסטאלט

זעהט אויס גאנץ פיין

דערווייל קוקט אויס אז אלע וויסטע פראגרעמס ארבעטן דא אויך


פויער
איך מעג אפשר רימאוטן דיין קאמפיוטער?


אפשר איך אויך?


צוריק צו “ווינדאוס און מעק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט