וואו געפינען זיך מיינע גרויסע פיילס?

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3314
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

וואו געפינען זיך מיינע גרויסע פיילס?

תגובהדורך יידישע קהילות » דינסטאג אוגוסט 27, 2019 12:32 am

מיין הארד-דרייוו איז 190 ג"ב פול, מיט בלויז 13 ג"ב אוועיליבעל.
איך האב נישט אזויפיל פראגראמען, און נישט אזויפיל פיילס.
ערגעצוואו מוז זיין אז עס האט זיך אנגעזאמלט אסאך שיריים און אפפאל פון אויסגעמעקטע אדער אומבאנוצטע פיילס און פראגראמען.
ווייסט איינער וויאזוי איך קען אויסמעקן די גרויסע פיילס? וואו טרעפט מען זיי?
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1779
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » דינסטאג אוגוסט 27, 2019 12:55 am

יידישע קהילות האט געשריבן:מיין הארד-דרייוו איז 190 ג"ב פול, מיט בלויז 13 ג"ב אוועיליבעל.
איך האב נישט אזויפיל פראגראמען, און נישט אזויפיל פיילס.
ערגעצוואו מוז זיין אז עס האט זיך אנגעזאמלט אסאך שיריים און אפפאל פון אויסגעמעקטע אדער אומבאנוצטע פיילס און פראגראמען.
ווייסט איינער וויאזוי איך קען אויסמעקן די גרויסע פיילס? וואו טרעפט מען זיי?

רק בדרך אפשר, ביי די סעטינגס פון די פיילס, זוך אויף אז ער זאל אויך ווייזן hidden files, און זעה אויב דעמאלטס וועט ער זיך יא באווייזן.

עס קען זיין אסאך זאכן, און איינס דערפון קען זיין אז די פיילס זענען קארופטירט, אדער אז די הארד דרייוו בכלל פונקציאנירט נישט ווי עס ברויך צו זיין, וואס דעמאלטס וועסטו עס אפשר דארפן format'ן.

קיסריה
שר חמש מאות
תגובות: 585
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

תגובהדורך קיסריה » דינסטאג אוגוסט 27, 2019 7:13 am

ביטע אינסטאליר ccleaner
די פראגראם איז גענצליך אומזיסט און וועט אויפזוכן אלע דזשאוק / טעמפ פיילס און עס מוחק זיין כדבעי.

אביגעזונט
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 23, 2015 3:35 pm

תגובהדורך אביגעזונט » דינסטאג אוגוסט 27, 2019 10:37 am

אדער WinDirStat

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3314
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » דינסטאג אוגוסט 27, 2019 11:16 am

דער פראבלעם איז אז די גרויסע פיילס געפונען זיך אין פאלדערס בתוך פאלדערס. אויפן פאלדער קען מען בכלל נישט וויסן ווי גרויס זענען די פיילס וואס זענען אינעווייניג .
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3314
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » דינסטאג אוגוסט 27, 2019 11:46 am

מיין גרעסטע פראגראם איז "בר אילן" וועלכע איז 11 ג"ב!!
ווערט שווער מיין קשיא, וואו זענען די אנדערע 180 ג"ב?
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
וועלטניק
שר האלף
תגובות: 1909
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובהדורך וועלטניק » דינסטאג אוגוסט 27, 2019 11:33 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:מיין הארד-דרייוו איז 190 ג"ב פול, מיט בלויז 13 ג"ב אוועיליבעל.
איך האב נישט אזויפיל פראגראמען, און נישט אזויפיל פיילס.
ערגעצוואו מוז זיין אז עס האט זיך אנגעזאמלט אסאך שיריים און אפפאל פון אויסגעמעקטע אדער אומבאנוצטע פיילס און פראגראמען.
ווייסט איינער וויאזוי איך קען אויסמעקן די גרויסע פיילס? וואו טרעפט מען זיי?

איך מאך געווענטליך א סוירטש אויף א פינטל (.) זייענדיג אין די הויפט פאלדער
מאך זיכער אז ס׳איז אנגעשטעלט צו זעהן פייל עקסטענטשאנס
דארט וועסטו זעהן אלע פיילס, דאן סארט עס לויט די סייז

veltsman
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 03, 2014 8:48 pm

תגובהדורך veltsman » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 12:22 pm

Tree Size
די בעסט

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14317
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 5:59 pm

ווארשיינליך דיין דאונלאוד פייל ווי ס'זאמעלט זיך אן יעדע עטעטשמענט וואס דו דאונלאודסט.
ביי מיר האב איך פונקט געטשעקט און ס'איז 85 ג"ב

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3314
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 11:14 pm

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:ווארשיינליך דיין דאונלאוד פייל ווי ס'זאמעלט זיך אן יעדע עטעטשמענט וואס דו דאונלאודסט.
ביי מיר האב איך פונקט געטשעקט און ס'איז 85 ג"ב

קען זיין. איך האב פרובירט צו סעלעקטן אלע און זעהן וויפיהל זיי זענען, אבער ווען זיי זענען אלע סעלעקטעד זאגט עס נישט וויפיל זיי וועגן.
די מאקסימום וואס איך קען סעלעקטן אויף איינמאל איז 99 פיילס.
איך האב קע"ה 1500 פיילס אין דעם פאלדער.
איז דא א וועג צו זען וויפיל די גאנצע מעשה וועגט?
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14317
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 11:17 pm

לייג די מייזל אויפן פייל, אדער רייט-קליק און גיי צו פראפערטיס

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10487
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דאנארשטאג אוקטובער 24, 2019 9:57 pm

veltsman האט געשריבן:Tree Size
די בעסט

ווי וועלטניק זאגט! נוץ דער פראגראם TreeSize (גענומען פונעם מייקראסאפט סטאר ווי ער האט געלינקט אדער קענסט עס דאונלאודן דא https://customers.jam-software.de/downl ... anguage=EN).

מאך זיכער עס צו ראנען אלץ אדמיניסטרעיטאר. און ער וועט דיר ווייזן שיין אין א סדר פונקליך וואו דער וואג ליגט. כזה:
Columns.png
Columns.png (201.31 KiB) געזעהן 569 מאל
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
וועלטניק
שר האלף
תגובות: 1909
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובהדורך וועלטניק » פרייטאג אוקטובער 25, 2019 12:50 am

פשוט ס'זאל זיין א דבר בשם אומרו
יאך האב געזאגט עפעס אנדערש, מיינסט זיכער וועלטסמאן, ער איז א געהעריגער מאן, נישט סתם א ניק

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10487
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » פרייטאג אוקטובער 25, 2019 1:00 am

וועלטניק האט געשריבן:פשוט ס'זאל זיין א דבר בשם אומרו
יאך האב געזאגט עפעס אנדערש, מיינסט זיכער וועלטסמאן, ער איז א געהעריגער מאן, נישט סתם א ניק

וועלטסמאן איט איז.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com


צוריק צו “ווינדאוס און מעק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט