צוריקבאקומען פארלוירענע דאטא פון א דזאמפ דרייוו

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2459
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

צוריקבאקומען פארלוירענע דאטא פון א דזאמפ דרייוו

תגובהדורך לאז געמאכט » דינסטאג פאברואר 19, 2008 8:46 pm

אינמיטן פון די פראבלעמן האב איך בטעות אויסגעמעקט אלע אינפארמיישאן פון מיין דזאמפ דרייוו..!

ב"ה איך האב געטראפן עפעס א פראגראם וואס הייסט דאטא ריקאווער דאקטאר אין די פרי טרייעל ווייזט מיר אלע פיילס וואס יאך האב געהאט אויף דעם דרייוו אבער עס צו צוריק שטעלן על מכונו מיט איך באצאלן...
ס'איז טאקע נאר $39 אבער איך פלאן נישט נאכאמאל צו באגיין דעם זעלבן נארישן טעות במילה פאר איינמאל צוריקצושטעלן האלט איך נישט ביים באצאלן

אפשר ווייסט איינער וויזוי איך קען מיך דא אן עצה געבן?? א שפאלט פאר דעם פראגראם מיין איך וואלט געווען די בעסטע אבער דערווייל קען איך נישט טרעפן.

דאס איז א לינק צו די פראגראם:
http://www.datadoctor.in/data-recovery- ... tware.html

אויך האב איך געלייגט א בילד וויזוי מען קוקט אויס ווען מפארלירט דאטא גענומען פון זייער סייט


דא האב איך שוין באריכות מסביר געווען מיין פראבלעם אבער וועגן די וויכטיגקייט פונעם ענין מאך איך אן עקסערן אשכול

די נושא איז אזוי איך האב בטעות אפגעמעקט אלע אינפארמיישאן פון מיין דזאמפ דרייוו אין יאך האב געטראפן א פראבראם וואס איז גרייט מיר דאס צוריק צו שטעלן די פראבלעם איז אז עס קאסט געלט.. וואס איך דארף איז אדער א שפאלט פאר דעם אדער אנאדערס וואס איז גרייט מיר דאס צוטון בחנם...

נו איינער ווייסט?
בילד

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג פאברואר 19, 2008 8:52 pm

מאשקע האט געשריבן:זוך אויף גוגעל pci file recovery. ס'איז אומזיסט.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2459
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » דינסטאג פאברואר 19, 2008 9:01 pm

א גרויסן שקויח מאשקע פאר דיין אזוי שנעלע הילפ איטס רילי עפרישיעטעט די פראגראם איז שוין אינסאלט איך גיי יעצט טשעקן צו עס ארבעט

אוועטאר
פיקח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 01, 2008 6:15 pm

Re: צוריקבאקומען פארלוירענע דאטא פון א דזאמפ דרייוו

תגובהדורך פיקח » דינסטאג פאברואר 19, 2008 10:43 pm

לאז געמאכט האט געשריבן:דא האב איך שוין באריכות מסביר געווען מיין פראבלעם אבער וועגן די וויכטיגקייט פונעם ענין מאך איך אן עקסערן אשכול

די נושא איז אזוי איך האב בטעות אפגעמעקט אלע אינפארמיישאן פון מיין דזאמפ דרייוו אין יאך האב געטראפן א פראבראם וואס איז גרייט מיר דאס צוריק צו שטעלן די פראבלעם איז אז עס קאסט געלט.. וואס איך דארף איז אדער א שפאלט פאר דעם אדער אנאדערס וואס איז גרייט מיר דאס צוטון בחנם...

נו איינער ווייסט?

און אויב עס ארבעט דיר נישט ווי עס באדארף צו זיין, גיב מיר די נאמען פון דיין פראגרעם איך וועל דיר ברענגען א קאוד.

איין זאך מאך זיכער די שרייבסט גארנישט ארויף אויפן דיסק גארניקס נאטינג, ווייל עס וועט דיר קאסטן דיינע פיילס, קאפיע גארנישט און מעק גארנישט אפילו נישט קיין אנדערע פיילס.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג פאברואר 19, 2008 10:47 pm

יא, גערעכט. פארגעסן אנצוזאגן.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
פיקח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 01, 2008 6:15 pm

Re: צוריקבאקומען פארלוירענע דאטא פון א דזאמפ דרייוו

תגובהדורך פיקח » דינסטאג פאברואר 19, 2008 10:58 pm

לאז געמאכט האט געשריבן:וואס איך דארף איז אדער א שפאלט פאר דעם אדער אנאדערס וואס איז גרייט מיר דאס צוטון בחנם...

נו איינער ווייסט?

איך האב דיר געשיקט אן אימעיל פונעם שליסעל צו רחבות..... גיי מאך אויף דעם טיר.

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2459
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » מיטוואך פאברואר 20, 2008 7:46 am

א גרויסן יישר כח פאר אלע אידן פאר ענקער הילפ.
פיקח: איך האב נאך א שטיקל פראבלעם מיט די פייל וואס די האסט געשיקט איך האב ריפלייט צו דיין אימעיל מיט די פרטים.
א גרויסן יישר כח

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2459
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » מיטוואך פאברואר 20, 2008 11:08 am

אקעי ב"ה פיקח האט מיר געשיקט די ריכטיגע סאפטווער אין איך האב מיינע פיילס ב"ה פארדעם.
למעשה אבער די דזאמפ דרייוו אליין איז געגאנגן א גאנג..
ווען איך וויל דאס עפענן שרייבט זיך אויף אז עס איז נישט פארמעטעט אין איך הייס אים עס פארמעטן זאגט ער אז ער קען נישט..
איך לייג דא א בילד פון די פראבערטיס פון די דרייוו.

איז דא א וועג צו מאכן דעם שטעקעל נוצבאר אדער איך זאל אים שטעלן צווישן די מיסט?
צוגעלייגטע
untitled.JPG
untitled.JPG (25.92 KiB) געזעהן 2583 מאל

אוועטאר
פיקח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 01, 2008 6:15 pm

תגובהדורך פיקח » מיטוואך פאברואר 20, 2008 11:26 am

לאז געמאכט האט געשריבן:למעשה אבער די דזאמפ דרייוו אליין איז געגאנגן א גאנג..
ווען איך וויל דאס עפענן שרייבט זיך אויף אז עס איז נישט פארמעטעט אין איך הייס אים עס פארמעטן זאגט ער אז ער קען נישט..

איז דא א וועג צו מאכן דעם שטעקעל נוצבאר אדער איך זאל אים שטעלן צווישן די מיסט?

יא מיט א ביסל תפילה איז דא א וועג צו אלעס,
גיי אריין צו start
run
טייפ אריין compmgmt.msc
גיי צו דיסק מענעדזמענט
רייט קליק אויפ דיין דרייוו
און קוועטש פארמעט
מאך אים דארט א fat32 מיט א quick format
דאס וועט עס לכאורה מאכן
צוגעלייגטע
Untitled-1.jpg
Untitled-1.jpg (55.58 KiB) געזעהן 2538 מאל

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » מיטוואך פאברואר 20, 2008 11:35 am

איז דא וועג צו רעקאווערן נאכדעים וואס מען האט שוין געמעקט און צוגעשריבען סחורה אויכעט?
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2459
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » מיטוואך פאברואר 20, 2008 12:14 pm

וואי ווי א גרויסן שכח עס ארבעט פייין..

אוועטאר
פיקח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 01, 2008 6:15 pm

תגובהדורך פיקח » מיטוואך פאברואר 20, 2008 12:19 pm

אלעקסיי האט געשריבן:איז דא וועג צו רעקאווערן נאכדעים וואס מען האט שוין געמעקט און צוגעשריבען סחורה אויכעט?

אלעס איז מעגליך, עס איז אבער זייער שווער, די זאך איז אז יעדע פייל ווערט געשריבן פון טויזענטע סעקטארס און בייטס, ווילאנג מען שרייבט נישט איבער דעם עצם סעקטאר, וועט ער קענען צוזאמשטעלן עפעס, יעדעס מאל ווען מען מעקט עפעס אויס איז עס נישט ממש אויסגמעקט געווארן, ער האט נאר געמאכט פלאץ פאר נייע דאטא צו ווערן געשריבן, ממילא איז זייער גרינג צוריקצוברענגן די אלטע אריגענלע סעקטארס
די מעשה הייבט זיך אהן אז אויב א חלק פון די סעקטארס זענען שוין נישט עוויליביל דעמאלס קען ער נישט צוריק שטעלן די גאנצע פייל מוז ער זיך מוטשן עפעס צו גיבן כאטש א חלק,

יעצט ווען מען שרייבט אן אנדערע פייל צו דעם דיסק, מיינט דאך נישט אז ער גייט ניצון די דאזיגע סעקטארן וואס יענע אויסגעמעקטע פייל האט גענוצט, ממילא קען מען אמאל צוריק ברענגן פיילס אפילו ווען מען שרייבט אנדערע, ווייל די ארגיעלע סעקטארס זענען נאך גאנץ.

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » מיטוואך פאברואר 20, 2008 3:48 pm

תקנתי האשכולות לתועלת החברים
איך האף איר וועט הנאה האבן
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » דאנארשטאג פאברואר 21, 2008 12:23 pm

פיקח, מיין שאלה שטעלט זיך אזוי, איך האב א רעקארדער וואס איז אויך א יס"ב, און עס האט זיך מיר פארלוירען א וויכטיגע ראקארדינג דערפון, אבער זייט דעמאלטס האב איך שוין עטליכע מאל אנגעפולט "אינגאנצען" די שטעקעלע, איז נאך דא א מעגליכקייט צו געפונען א רעקארדינג פון א יאר צוריק, וואס איז שוין פון לאנג געמעקט געווארן?

איך האלט שוין נאך יאוש בעלים. אויב האלטסו אז מען קען נאך מאכן א שינוי מעשה, אדער א שינוי רשות, לאז מיר ציוויסען.
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

אוועטאר
פיקח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 01, 2008 6:15 pm

תגובהדורך פיקח » דאנארשטאג פאברואר 21, 2008 12:44 pm

אלעקסיי האט געשריבן:פיקח, מיין שאלה שטעלט זיך אזוי, איך האב א רעקארדער וואס איז אויך א יס"ב, און עס האט זיך מיר פארלוירען א וויכטיגע ראקארדינג דערפון, אבער זייט דעמאלטס האב איך שוין עטליכע מאל אנגעפולט "אינגאנצען" די שטעקעלע, איז נאך דא א מעגליכקייט צו געפונען א רעקארדינג פון א יאר צוריק, וואס איז שוין פון לאנג געמעקט געווארן?

איך האלט שוין נאך יאוש בעלים. אויב האלטסו אז מען קען נאך מאכן א שינוי מעשה, אדער א שינוי רשות, לאז מיר ציוויסען.

אפשר איז א בעסער עצה די זאלסט קויפן א לאטערי טיקעט, לכאורה האט עס בעסערע שאנסן צו געווינען ווי די זאלסט צוריק ברענגן א פייל פון א יאר צוריק.

ליפא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 06, 2007 2:22 pm
לאקאציע: מחשובי אנ"ש

תגובהדורך ליפא » דאנארשטאג פאברואר 21, 2008 3:26 pm

דא האט שוין ליפא געברענגט א גוטע פראגרעם וואס קען בייהילפיג זיין אין צוריקברענגען פארלוירענע פיילס

קרעדיט" ליפא

אוועטאר
פיקח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 01, 2008 6:15 pm

תגובהדורך פיקח » דאנארשטאג פאברואר 21, 2008 4:24 pm

ליפא האט געשריבן:קרעדיט" ליפא

עס איז בערך אזוי ווי די מימרא
"If i have to say so myself"
וואס???

אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1036
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

תגובהדורך פויער » דאנארשטאג מארטש 27, 2008 8:33 pm

פיקח
שיק מיר אויך די פיילס
יישר כח
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!

splinter
שר חמישים ומאתים
תגובות: 332
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 21, 2009 4:45 pm

תגובהדורך splinter » פרייטאג אוגוסט 16, 2019 11:27 am

איינער מיט א פרי פראגראם פאר א SD CARD recovery software?

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10287
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דאנארשטאג אוגוסט 22, 2019 12:38 pm

splinter האט געשריבן:איינער מיט א פרי פראגראם פאר א SD CARD recovery software?

דא אסאך.

Recuva אדער TestDisk זענען צוויי באקאנטע.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com


צוריק צו “ווינדאוס און מעק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט