בלאט 1 פון 1

טעסק באר

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 14, 2008 2:44 pm
דורך זארעכפעפער
אויפן דעסק טאפ אונטען, אויף דער רעכטער זייט, איז פארהאן אזא טעסק-באר. געווענדליך געפונט זיך דארט אפ: דער זייגער, א בילד פון דער וועלט, א בילד פון צוויי קליינטשיגע קאמפיוטערלעך, ועוד ועוד. טיילמאל, ווען מ'טוט דאונלאודן א פרישער פראגראם, שטעלט ער זיך מעצמו צו צום טעסק-באר, דארט אונטן.
איז מיין פראגע: איז מעגליך ארום צו ארבעטן מיט דעם טעסק-באר? האב איך ערגעץ אן אפשן וואו איך קען מוסיף אדער גורע זיין אייטעמ'ס. פון דעם רעכטן טעסק-באר?
ביי סטארט>סעטינגס>טעסק-באר און סטארט מעניו>קאסטעמייז, איז בלויז פאראן אן אפשן פון היד און אנהיד, די אנהיד אייטעמס קומען מיר טיילמאל צוריק ארויף נאכן ריסארטן דעם קאמפיוטער. מיין פראגע איז, צי כ'קען ערגעץ ארום ארבעטן דערמיט, און אינגאנצן מסלק זיין אדער מוסיף זיין אייטעמס צו דעם באר?

איך נוץ XP

א דאנק פון פאראויס

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 14, 2008 3:27 pm
דורך פאטאקי08
סאיז דאך דא א באטאן אין זייט קאסטעמייז פאר מער זאכען ווי למשל ווען סזאל זיין יעדע זאך און ווען נישט

ווי אויך האט כמעט יעדע סינגל פראגרעם א סעטינג צו מען זאל זען זיין אייקאן לעבן די זייגער צו נישט

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 14, 2008 4:06 pm
דורך זארעכפעפער
יישר כח פאטאקי,
דער קאסטעמייז וואס דו צייגסט אן, האב איך שוין דערמאנט אין מיין אנפראגע. און ווי דארט געשריבן, בלייבט דאס כסדר אינעם טעסק-באר, ער גיבט מיר נאר אן אפשן פון היד און אנהיד. מיין פראבלעם איז, אז ס'האנדלט זיך פון א פראגראם וואס כ'האב דאונלאודעד מיט א צייט צוריק, שפעטער האב איך דאס שוין נישט געדארפט, האב איך ארויסגעשליידערט דעם גאנצן פראגרעם פון מיין קאמפיוטער, אבער דער באטן אינעם טעסק-באר, דארט אונטן, איז מיר געבליבן. איך קען פון אים נישט לויז ווערן. עני העלפ?

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 14, 2008 5:03 pm
דורך לחיים ולברכה
זרח'ל, דאס וואס איז אינעם טעסק באר, דאס ארבייט יעצט ביי דיר אינעם קאמפיוטער. דאס הייסט אזוי, ווען ווינדויס עפענט זיך, עפענט זיך דערמיט פארשידענע פראגרעמס, וואס טייל דערפון איז אנגעשטעלט אז ס'זאל ארויפקומען אן אייקאן אינעם טעסק באר וואס פון דארט קען מען צוקומען מיט א רייטקליק צו אסאך אפציעס.

איז אזוי, טייל דערפון מוז מען האבן אנגעצונדען, למשל די 2 קאמפיוטערלעך, אנטיוויירוס וכו'. אבער גאר אסאך איז איבעריג, און ווען מ'רייט קליקט דערויף קומט ארויף די אפציע 'עקזיט'. טייל האבן 'אפשענס' אדער 'פרעפערענסעס' וואו מ'קען אנשטעלן אז ס'זאל זיך נישט אנצונדן ווען ווינדאוס צינדט זיך אן.
אדער גייט מען אריין צו msconfg וואס איז שוין דערמאנט געווארן ערגעצוואו אינעם פורום וואס דארט קען מען פונקטליך אויסוועלן וואס מ'וויל ס'זאל זיך אנצונדן און וואס נישט.

ביי מיר למשל, האבעך די זייגער'ל, 2 קאמפיוטערס, אנטיוויירוס, סאונד, גוגל טאלק און אוטלאק. די אנדערע האבעך ארויסגע'זרק'עט.

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 14, 2008 5:18 pm
דורך זארעכפעפער
יישר כח חיים ברוך, די מעשה איז אזוי ביי מיר. דעם עצם פראגראם האב איך שוין לאנג ארויסגעשטויסן פון מיין קאמפיוטער, אבער פונעם אייקן קען איך נישט פטור ווערן. דער עקזיט אפשן וואס דער אייקן האט, איז בלויז א דיחוי. ער ווערט מיר נעלם לשעה, אבער איינמאל איך לעש אויס, אדער איך ריסטאר, דעם קאמפיוטער איז דער (ליידיגער) אייקן צוריק, און כ'מוז אים ווידער זאגן עקזיט. וויאזוי ווער איך פטור דערפון?

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 14, 2008 5:23 pm
דורך פיקח
זארעכפעפער האט געשריבן:יישר כח חיים ברוך, די מעשה איז אזוי ביי מיר. דעם עצם פראגראם האב איך שוין לאנג ארויסגעשטויסן פון מיין קאמפיוטער, אבער פונעם אייקן קען איך נישט פטור ווערן. דער עקזיט אפשן וואס דער אייקן האט, איז בלויז א דיחוי. ער ווערט מיר נעלם לשעה, אבער איינמאל איך לעש אויס, אדער איך ריסטאר, דעם קאמפיוטער איז דער (ליידיגער) אייקן צוריק, און כ'מוז אים ווידער זאגן עקזיט. וויאזוי ווער איך פטור דערפון?

סגולה בדוק ומנוסה......... לדחוק כל מיני פגעים רעים המתרגשות ובאות לעולם.
געפון אויס דעם נאמען פון דעם פגע, דערנאך זוך אים אויף אין די task manager מאך אים צו דארט, גיי אריין צו די c\windows אדער c\windows\system32 פאלדער,
זיך נאכאמאהל אויף דעם פארשוין און מעק אים אויס, דעמאלס וועט ער גיין לחיים ולשלום.

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 14, 2008 5:48 pm
דורך לחיים ולברכה
פיקח, גאו אהעיד, וויזוי ווערט מען געוואויר די נאמען פונעם פראגרעם?

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 14, 2008 6:03 pm
דורך פיקח
לחיים ולברכה האט געשריבן:פיקח, גאו אהעיד, וויזוי ווערט מען געוואויר די נאמען פונעם פראגרעם?

זאג מיר ווי אזוי הייסט די פראגרעם,
אז די ווילסט נישט דעמאלס גיי אריין דארט אין טעסק מענעדזער צו די טעב processes, און ווען מען עקסיט דעם אייקאן גיבט מען גוט א קוק וועלכע פון די ליסטע פליט אוועק אזוי ווייסט מען ווי אזוי עס הייסט.
נאכדעם מאך א סירטש פון יענע פייל נעים אויפן גאנצען הארג דרייוו און מעק אים אויס.....

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 14, 2008 6:14 pm
דורך זארעכפעפער
יישר כח פיקח, איך האלט שוין נאך דיין עצה, ולא הועיל. איך האב שוין געסערדזשט דעם פייל אויפן גאנצן הארד דרייוו און ער איז מיר ארויף געקומען מיט אן ענטפער אז איך האב כלל נישט דעם פייל אין מאשין.

למעשה בין איך אריין אין רעדזשיסטער, איך האב אפיר געזוכט דעם לאקעישן און נאמען לויט ווי דער MSCONFIG האט מיר אנגעצייכנט, און כ'האב אים פון דארט דיליטעד, און כ'בין דערווייל פטור געווארן פונעם. יישר כח אייך אלע.

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 14, 2008 6:18 pm
דורך פיקח
אויב איז ער אין די טעסק מענעדזער דעמאלס איז ער ערגעץ באהאלטען
ווען די סירטשט דארפסטו מאכן זיכער אז search hidden files and folders איז סעלעקטעד.

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 14, 2008 8:39 pm
דורך שוועמל
מסתם וועט ער אים נישט טרעפן דורך סתם א סיורטש , ווייל ס'יז שוין קאראפטירטע פיילס. נאר דורך עדווענסד אנאינסטולערס וועט מען עס טרעפן.

אבער די עצה פון רבי זרכי צו ארויסווארפן פון רעג'עסטרי איז גאר א גוטער, און אז ס'האט געהאלפן איז דאך נאך בעסער.
כלל גדול, די אלע פגעים רעים שרייבן זיך איבער עטליכע מאל אין רעזשיסטרי און אויף עטליכע לאקאציעס כדי ס'זאל אלעמאל בלייבן טרעיסעס דערפון און קענען אנווערטשאפטן וואס זיי ווילן.

טעסק באר

געשריבן: דאנערשטאג יולי 16, 2009 12:35 pm
דורך פארצייטישע
נארמאל ווען מען עפענט א פראגרעם אין ווינדאוס, קומט צו דער נאמען פון דער פראגרעם פון אונטן אויף די טעסק באר. אויב מען מינימייזט דער פראגרעם, קען מען עס צוריק עפענען דורך דריקן דארט אויף די טעסק באר. דער פראבלעם ביי מיר איז אז דאס איז פארשוואונדן געווארן-די טעסק באר בלייבט ליידיג אפילו ווען עס איז דא פראגרעם'ס אפען. אויב איך וויל טאנצן פון איין אפענע פראגרעם צום צווייטן דארף איך עפענען דעם טעסק מענעדזשער אבער דאס איז א גרויסער שלעפ ווי איר קענט פארשטיין. איז דא איינער וואס קען זיך אויס דערמיט און קען מיר העלפן דאס צוריקצובאקומען?

געשריבן: דאנערשטאג יולי 16, 2009 1:12 pm
דורך סתם_אזוי
די סטארט באטטאן האסטו יא?

געשריבן: דאנערשטאג יולי 16, 2009 1:20 pm
דורך פארצייטישע
יא. איך האב אלע אייקאנס וואס זענען אויף די רעכטע זייט נעבן די זייגער און אויך האב איך אלע שארטקאטס וואס איך האב ארויפגעלייגט אויף די טעסקבאר.

געשריבן: דאנערשטאג יולי 16, 2009 1:22 pm
דורך ווער בין איך?
דו מוזט נישט עפענען די טעסק מענדזשער, דו קענסט דריקן אלט+טעב

געשריבן: דאנערשטאג יולי 16, 2009 1:24 pm
דורך קאר אינשורענס
you could press alt+tab and get all your programs that are open then press tab tab to move to the next open program

--------
oops!! "ver bisty?" said it already but i am sending it anyways

געשריבן: דאנערשטאג יולי 16, 2009 1:25 pm
דורך פארצייטישע
אבער קיינער ווייסט נישט א וועג ווי דאס זאל צוריקקומען?

געשריבן: זונטאג יולי 19, 2009 9:51 am
דורך פאטאקי08
אנלאק די טעסק באר און זיי מסדר די גרעניצן פאר די טעסק באר און קוויק לאנטש און אזוי ווייטער

געשריבן: זונטאג יולי 19, 2009 11:20 am
דורך שוועמל
Right click on start, there you can customize a million options

געשריבן: מאנטאג יולי 20, 2009 6:18 pm
דורך פארצייטישע
פאטאקי08 האט געשריבן:אנלאק די טעסק באר און זיי מסדר די גרעניצן פאר די טעסק באר און קוויק לאנטש און אזוי ווייטער


אט דאס איז די פראבלעם, די גרעניצין זענען פארשווינדען,

אפשר דארף טאקע מיין שאלה זיין ווי אזוי קען איך צוריק באקומען די גרעניצין

געשריבן: מאנטאג יולי 20, 2009 10:24 pm
דורך thefact
פארצייטיש:
פרוביר די טול, אפשר וועט עס העלפן
http://www.kellys-korner-xp.com/Taskbar ... lPlus!.zip

געשריבן: מאנטאג יולי 20, 2009 10:42 pm
דורך בןהרחמן
אז די זעהסט נישט די גרעניצען דאס איז טאקע א סימן אז דער טעסק באר איז פארשלאסן, ממילא מאך א רעכטן קליק מיטן מייזל אויפן טעסק באר און אויב איז געטשעקד דארט ווי עס שטייט LOCK THE TASKBAR און דרוק דערויף וועט עס ווערן אויפגעשלאסן און עס וועלן צוריקקומען די גרעניצען, דאן וועסט קענען מסדר די זאך.

געשריבן: דינסטאג יולי 21, 2009 10:31 am
דורך פארצייטישע
thefact האט געשריבן:פרוביר די טול, אפשר וועט עס העלפן
http://www.kellys-korner-xp.com/Taskbar ... lPlus!.zip


"די פאקט" איז, אז איר זענט א איד וואס העלפט ארויס אנדערע מיט אזא העפליכקייט!

איר האט מיך ממש מחיה געווען, דיין פראגרעם האט געטוהן פונקטליך וואס איך האב געדארפט,
א גרויסע יישר כח, און איר זאלט זוכה זיין צו העלפן אנדערע אידן עד מאה ועשרים שנה.

געשריבן: זונטאג יולי 26, 2009 2:07 pm
דורך האניג
א גרויסן יישר כח פון מיר אויך, דער פאקט!
נאך חדשים זיך מוטשען צו טרעפן א וועג וויאזוי דאס צו פארעכטן דורך עפעס א מהלך אינ'ם רעג'יסטרי, קומט צו גיין עפעס א פאקט, און איינס צוויי לייזט ער מיר דאס גאנצע פראבלעם!
דער זכות זאל אייך ביישטיין אויף לאנגע געזונטע יארן!

געשריבן: זונטאג יולי 26, 2009 6:58 pm
דורך פארצייטישע
שלום עליכם חבר דבש מתוקים
די זעלבע געפיל האב איך געהאט ווען איך בין אריינגעקומען דא אין דעם קרעטשמע פאר דאס ערשטע מאל

עס איז נישט צו גלייבן אז אזוי פיהל זאכן וואס איך האב מיך געמוטשעט פאר א לאנגע צייט האב איך דא געטראפן די לעזונג איינס צוויי,
דאס איז נאר ווייל דא זיצן אידן אנשי שלומינו וואס געבן א אוועק צייט צו העלפן אנדערע אידן
תהי' משכורתם שלימה מאת ד'