בלאט 1 פון 1
ריסטארן (restore) א ווינדאו
געשריבן: דינסטאג פעברואר 12, 2008 2:16 pm
דורך 3x0
וויאזוי קען מען ריסטארן א ווינדאו מיט די קיבארד?
און נאכן ריסטארן, וויאזוי קען מען עס מעקסימייזען?
געשריבן: דינסטאג פעברואר 12, 2008 2:46 pm
דורך יאנאש
ריסטארן פון וואו? פונעם טעסקבאר אונטן, דריקט 'אלט' 'טעב' צוזאמען.
מעקסימייזן ווייסעך נישט.
געשריבן: דינסטאג פעברואר 12, 2008 3:01 pm
דורך 3x0
יאנאש,
נישט דאס מיין איך. לעפט קליק אויף די בלויע ליין אויבן אויף דיין סקרין, און דריק ריסטאר, וועסטו זען פון וואס איך רעד. איך רעד פון קלענער מאכן די ווינדאו, ס'זאל נישט פארנעמען די גאנצע סקרין, און צירוק גרעסער מאכן.
געשריבן: דינסטאג פעברואר 12, 2008 3:04 pm
דורך מאשקע
"אלט" מיט "ספעיס" ברענגט ארויף דעם מעניו.
געשריבן: דינסטאג פעברואר 12, 2008 3:06 pm
דורך 3x0
א גרויסן שכוח.
געשריבן: מיטוואך פעברואר 13, 2008 9:36 am
דורך פיקח
מען קען דריקן alt+space און נאכדעם דריקן X וועט ער זיך מעקסעמייזן.
צו מינימייזען צו א קלענער באקס דארף מען דריקן alt+space און נאכדעם R