עפעל ווס מייקראסאפט

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

עפעל ווס מייקראסאפט

תגובהדורך אנדי פעטיט » דאנארשטאג ינואר 17, 2008 4:58 pm

איך בין נישט די גרעסטער חכם ווען עס קומט צו קאמפיוטערס (אויך נישו די גרעסטע נער) ווייל עס איז מיר ווייניג נוגע.

דאך האב איך ליב צו האבען נאלעדז איבער אלעם.

איך וויל אז אין דער אשכל זאל ווערען א שמועס איבער די חילוקם צווישען די צוויי קאמפאניס און קאמפיוטערס.

פארוואס זאל איינער וועלען ענערשער קויפן איינס איבער דאס אנדערע?

לויט מיינע ביז היינטיגע ידיעות איז עפעל מער געאייגענט פאר די וואס דארפען עס אלץ א שפילצייג און אויך פאר גרעפיק ארטיסיסטס.

און מייקראסאפט איז מער געאייגענט פאר שטודירען און פאר ביזנעס.

דא ענדיגט זיך מיין נאלעדז איבער דער נושא.


אה! יא! נאך איין זאך.

ווען אימער איך זעץ מיך אוועק צו אן עפעל קאמפיוטער פול איך מיך אזוי ווי איך האב מיך געפילט אלץ קינד ווען מען איז אהיים שאבעס פון שול און די טאטעס זענען געשטאנען ביים קארנער גאס אין געשמועסט און מיין טאטע האט אנגעהאלטען מיין הענטעל. נישט איך האב פארשטאנען א ווארט וואס זיי האבן געשמועסט און איך האב אויך נישט געקענט ארום לויפן מיט מיינע ברודערס און די קינדער פון די אינדערע טאטעס.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דאנארשטאג ינואר 17, 2008 5:15 pm

דא שמועסט מען אביסל איבער דעם נושא
http://www.yiddishworld.com/forum/viewtopic.php?t=957

אדרבה, שוין א לענגערע צייט וואס איך קלער פון טרייען עפעס נייע, אפשר קען אייניגע פון די היי קלעס עפעל נוצער זיך לאזן הערן.

ליפא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 06, 2007 2:22 pm
לאקאציע: מחשובי אנ"ש

תגובהדורך ליפא » זונטאג ינואר 20, 2008 4:13 pm

שינע אינטרעסאנטע אדווערטייזמענט קליפס פון עפל - נעגעטיוו קעגן ווינדאוס

עס איז באמת א חידוש אז א קאמפאני וואס האלט זיך אזוי בא'גדול'ט און פראבירן צו האלטן זייער פרעסטידזש זאל זיך אזוי אראפלאזן, אבער פארפאלן, ווען איך האב אזעלכע גוטע סחורה וואלט איך דאס אויך נישט געקענט דאס צוריק האלטן

http://www.apple.com/getamac/ads/

מען דארף האבן קוויק-טיים פלעיער

ליפא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 06, 2007 2:22 pm
לאקאציע: מחשובי אנ"ש

תגובהדורך ליפא » זונטאג ינואר 20, 2008 4:21 pm

איינע פון די בעסטע

http://download.yousendit.com/6AC350ED4B7C84A3

מען דארף פארשטיין אז עס ליגן טיפע כוונות באהאלטן אין יעדע איינציגע עד

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2459
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » זונטאג ינואר 20, 2008 4:56 pm

איך בין נישט פלאטשיק אבער ס'רוב פון די קליפס פארשטיי איך בכלל נישט די באדייט
אבער דאס פארשטיי איך יא אז עפל גייט אויפ זייער א קריגערישע וועג

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » זונטאג ינואר 20, 2008 5:40 pm

יעדע פאר טעג קומט ארויס נייע משוגענע קליפס פון זיי.
כ'ווארט אויך צו הערן פון איינער וואס נוצט מעקענטאש.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?


צוריק צו “ווינדאוס און מעק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט