פון Vista צוריק צו XP

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

ליפא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 06, 2007 2:22 pm
לאקאציע: מחשובי אנ"ש

פון Vista צוריק צו XP

תגובהדורך ליפא » מאנטאג ינואר 07, 2008 8:15 pm

איך האב געקויפט א Acer לעפטאפ, פארשטייט זיך פאר א גוטע פרייז, און ווי פארשטענדליך איז ער אנגעקומען מיט ווינדאוס וויסטע
וויל איך פרעגן די חברים אויב איינער האט געהאט א גוטע עקספיריענס מיט א Acer קאמפיוטער צוריקצודרייען צו עקס-פי

די קאמפיוטער מאדעל איז Acer Aspire 7720-6155
פאר איך ווענד זיך דא האב איך פארשטייט זיך גוט ארומגעוואנדערט אבער איך האב גארנישט געטראפן דערווייל

אלע פארומס וואס באהאנדלען די אישו האבן בעיקר ארומגערעדט פון אן אנדערן מאדעל וואס וואל-מארט האט פארקויפט אינעם שווארצן פרייטאג, איך האב פרובירט דאס נאכצוגיין ווי ווייט מעגליך אבער ערגעץ-ווי אינצווישן האב איך זיך אויסגעגליטשט

אויב איינער האט עני גוטע אינפארמאציע, ווערט געבעטן דאס אהער צו קרעטשמע'ן, אדער דאס גוגל'ען, איך גלויב אז אסאך וואלטן געוואלט אינפארמאציע איבער דעם ענין.

יישר כח להבא

ליפא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 06, 2007 2:22 pm
לאקאציע: מחשובי אנ"ש

תגובהדורך ליפא » מאנטאג ינואר 07, 2008 8:21 pm

דא און די צוויי פלעצער האב איך געטראפן א גאנצע אפהאנדלונג איבער דעם, איך ברענג דאס נאר צו אז מ'זאל פארשטיין פון וואס דאס רעדט זיך

http://answers.yahoo.com/question/index ... 211AAXCfNV

http://www.fixya.com/support/t251236-sw ... windows_xp

און דער עיקר פראבלעם איז מיט די Drivers, ווייל די הארדווער אינעם קאמפיוטער קומט פארשטייט זיך נאר דרייווערס פאר וויסטע, און איך זיך אויך די דרייווערס פאר ווינדאוס XP.
למשל, די סקרין איז א שארפע קלארער סקרין, א הויכע רעזעלאציע, מיט א ספעציעלע טעכנעלאגיע וואס ס'איז שווער אפילו נאכצוזאגן, און פאר עקס פי קען איך נישט טרעפן קיין דרייווערס, די Audio ארבעט בכלל נישט, וכהנה רבות....

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2459
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » מאנטאג ינואר 07, 2008 10:12 pm

פארוואס ווילט איר בכלל צוריק גיין צום אלטן?
מייקראספאט האט שטארק עדווערטייזט אז עס איז א נייע וועלט מיט א נייע ווינדאס... וואס ווילסטו מאכן א אלטע וועלט צוירק.???
וען וועלט וואלט געווען וועלט וואלט געווען א קשיא...

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » מאנטאג ינואר 07, 2008 10:34 pm

איך האב נישט קיין עקספיריענס אין דעם, אבער לדעתי איז דער איינציגסטער וועג צו אנ-אינסטאלן וויסטע און אינסטאלן עקס-פי.

חוץ אויב דו מיינס דער אויסזעהן פון עקס פי.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג ינואר 07, 2008 10:41 pm

לחיים, ער קען דאך נישט, ווייל ער האט נישט קיין דרייוערס פאר עקס-פי.

לאז געמאכט, לאז געמאכט. קענסט אים נישט בלעימען פאר'ן וועלן צוריקגיין צו עקס-פי. וויסטע איז א שטיק (מיאוס'ע ווארט...).

כ'האב שוין אמאל געשריבן פארוואס ס'הייסט ווינדאוס וויסטע: מייקראסאפט, נאך א ווינדאוס? וואס 'וויסטע'? האבן מיר נאכנישט גענוג געליטן פון ענקערע פראגראמען?...
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » דאנארשטאג ינואר 10, 2008 10:13 pm

ליפא:
דא און די צוויי פלעצער האב איך געטראפן נאך גאנצע אפהאנדלונגן איבער דעם ענין פון כמעט די גרעסטע טעכנעלאגישע דורכפאל פון יאר 2007 (לויט CNET.COM) וואס הייסט ווינדאוס וויסטע
http://www.yiddishworld.com/forum/viewtopic.php?t=957
http://www.yiddishworld.com/forum/viewtopic.php?t=3249
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

ליפא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 06, 2007 2:22 pm
לאקאציע: מחשובי אנ"ש

תגובהדורך ליפא » פרייטאג ינואר 11, 2008 11:56 am

שכוח די_פאקט פאר'ן צוצייכענען די אינפארמאציע.

און שטייצעך אויך פארן איבער ארבעטן און אויפלעבן דעם גאנצן געגנט ארום, ישלם ה' פעלך
איך קום יעדן איינציגן טאג אהער, און איך האף בל"נ אריינצוווארפן מיינע צוויי דריי סענט ווי איך וועל קענען העלפן

למעשה האב איך שוין צוריקגעגעבן דעם קאמפיוטער פאר סטעפלס, און ווען זיי האבן געפרעגט פארוואס האב איך זיי שיין געענטפערט, אהובי ידידי איך בין פון היינטיגן דור, איך דריי מיך אין קרעטשמע, דארט איז דא איינער "די_פאקט" מיר קען מען נישט אזוי גרינג פאר'נער'ען מיט שוואכע סחורה, מאכט'ס צודרייט א צווייטן.

איך האב געהאט געקאלט Acer אויך, קודם האבן זיי פרובירט זיך צו מאכן טאמע-וואטע (אריין אין שפראך) אז זיי וויסן נישט וואס איז ראנג, נא, אביסל שטאטער, נישט געפערליך, די גאנצע וועלט ניצט דאך דאס היינט.
זאג איך איהם, אז ווי מ'גייט און ווי מ'שטייט זעהט מען אלס מענטשען רעדן זיך אפ אויף וויסטע און יעדער זוכט צוריקצוטוישן צו XP,
דא האט ער מיר מגלה סוד געווען, אז דאס איז א חלק פון זייער דיל מיט מייקראסאפט, און זיי קענען נישט "עמטליך" צושטעלן דרייווערס פאר XP פאר די נייע מאדעל'ס, אז איך וויל זאל איך גיין צו דרייווערס דאט-קאם און דארט אפיר זוכן וואס איך דארף, באצאהלן, און זיך אליין מוטשענען, (ער האט מיר אויך אריינגעווארפן אינדערמיט אז מענטשען ברענגען צוריק קאמפיוטערס אין גרויסן)


צוריק צו “ווינדאוס און מעק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט