שנעלע Core Duo אדער שטייטערע Core 2 Duo? [מסודר]

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
קרעזי
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 07, 2006 7:00 am
לאקאציע: צו ס'איז אין מקוה, צו גאר הכנות, א איד בלייבט א איד בכל מקום שהוא

שנעלע Core Duo אדער שטייטערע Core 2 Duo? [מסודר]

תגובהדורך קרעזי » דאנארשטאג אוגוסט 30, 2007 9:41 am

שמעו נא רבותי,

וועלכע איז בעסער צו קויפן? א שנעלערע Core Duo אדער א שטייטערע Core 2 Duo? די רעדע איז פון א Core Duo מיט צוויי גיגאהערץ, און די צווייטע (Core 2 Duo) איז 1.6 גיג.

שאנקע דיין.
4:29 - קאלטשפיל >> אתערותא דלעילא לתתא >> פאררעכט דיך.

Thinker
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 28, 2007 5:45 pm

תגובהדורך Thinker » דאנארשטאג אוגוסט 30, 2007 2:10 pm

וועט דאס די ענטפערן, http://tech.yahoo.com/blogs/null/8263 אין קורצן וואס איך זעה איז אז די Core Duo 2 ארבייט 30% שנעלער

אוועטאר
שמייכל
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 07, 2007 2:01 am
לאקאציע: אויף די לעפצן

תגובהדורך שמייכל » דאנארשטאג אוגוסט 30, 2007 7:10 pm

די חילוק פון core מיט core 2 איז אין די clock speed אויב ווייסטו וואס ס'מיינט.

לויט דעם thinker אז די שנעלקייט איז 30% מער, דאס איז נאר שייך אויב רעדט מען פון צוויי די זעלבע מאס GHZ.

יעצט אין אונזער פאל, איז דיין core 2.00 גהז מיט 20% שנעלער פונעם core 2 מיט 1.6 גהז. אבער רעכנט מען צו די שנעלקייט פונעם עצם core 2 איז דאס 30-10% , קומט אויס אז דער core 2 איז נאך אלץ שנעלער.

אגב, איך מיין אז די core2 געט ארויס ווייניגער היץ, נישט קאנפירמירט.

אוועטאר
קרעזי
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 07, 2006 7:00 am
לאקאציע: צו ס'איז אין מקוה, צו גאר הכנות, א איד בלייבט א איד בכל מקום שהוא

תגובהדורך קרעזי » זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 3:34 pm

שמייכל,

גאנץ א גוטע חשבון, אבער לויט וויפיל איך האב ארומגעזוכט אינעם נעץ, זעה איך אז עס הערשט אן ערנסטען אומקלארקייט איבער די נושא. טייל ווילן זאגן אזוי ווייט ווי אז עס איז נישט פארהאן קיין שום דיפערענץ בכלל, אויסער ממש קלייניגקייטן.

דער חילוק כלפי די היץ האב איך אויך געזעהן ערגעצוואו, און קען זיין אז דאס איז איינע פון די קליינע דיפערענצן צווישן די צוויי.

אגב, בין איך דא מוסר מודעה אז איך בין זייער בייז אויף אינטעל פאר זייערע נארישע וועג פון געבן די נעמען פאר די צוויי פראסעסארס.
4:29 - קאלטשפיל >> אתערותא דלעילא לתתא >> פאררעכט דיך.


צוריק צו “הארדווער, פראגרעמס, און פארשידענס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט