Tutorials אויף אידיש

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

Thinker
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 28, 2007 5:45 pm

Tutorials אויף אידיש

תגובהדורך Thinker » מאנטאג אוגוסט 27, 2007 10:39 pm

איך ארבייט אויף א וועבסייט וואס וועט כסדר צושטעלן ווידיאו tutorials וועגן פארשידענע טעכנעלאגיש ענינים. די וועבזייטל וועט האבן א וועכענטליכע ????? (tutorial) די פראבלעם איז אז איך קען נישט טרעפן א גוטן נאמען און אידיש פאר דעם. "ארטיקל" איז נישט גוט, סעסיע איז צו נאריש, קען איינער אפשר אויף קומען מיט עפעס?

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג אוגוסט 28, 2007 12:46 am

לעקציע
לעקטשור
סעסיע
שיעור
הילפס קלאס
הסברה
פרישע ארטיקלען
וכו'
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » דינסטאג אוגוסט 28, 2007 9:13 am

"גרינג און שנעל"
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

Thinker
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 28, 2007 5:45 pm

תגובהדורך Thinker » דינסטאג אוגוסט 28, 2007 9:30 am

לעקציע הממ.... כ'מיין אז דאס איז עס, כאטש איך וואלט געוואלט עפעס בעסערס.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג אוגוסט 28, 2007 12:07 pm

איך פארשטיי נישט עפעס. ס'גייט זיין א וועבסייט אויף די אידישע שפראך?
An article a day keeps the babies away

עמך איד
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 12, 2007 12:27 am

תגובהדורך עמך איד » דינסטאג אוגוסט 28, 2007 1:39 pm

איך פארשטיי נישט דיין פראגע. שרייב "געפונען געווארן ווידיא פאר אימגראנטן"...

Thinker
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 28, 2007 5:45 pm

תגובהדורך Thinker » דינסטאג אוגוסט 28, 2007 2:06 pm

עס גייט זיין וועכענטליכע נייע ווידיאוס ארום די וועלט פון טעכנאלאגיע, ווי למשל איין ווידיאו איז א איבערבליק וואס א דעטאבעיס איז, די אנדערע ווידיאו איז מסביר וואס מען דארף וויסן באפאר מען בעשליסט צו עפענען א וועב סייט, די דריטע איז מסביר אלאס וואס אן אינוועסטירער דארף צו וויסן כדאי צו קענען אינוועסטן אין נייע טעכנאלאגיעס מיט א קלארן דעת. די פראבלעם איז אז איך וויל עס נישט רופן פשוט "ווידיאו" איך דארף עפעס בעסער... אין די גויאישע וועלט איז דא נעמען ווי צב"ש: שוי, VLOG,אפדעיט, קליפ, TV(רח"ל)
און יא מאשקע ס'גייט זיין אויף די אידישע שפראך, איך טראכט אז פילע וועלן האבן ניצן פון דעם

Thinker
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 28, 2007 5:45 pm

תגובהדורך Thinker » דינסטאג אוגוסט 28, 2007 2:09 pm

עמך, עס איז נישט ווידיאו וואס זענען בלויז געפונען געווארן, ס'איז ווידיאו'ס וואס זענען ספעציעל געמאכט געווארן ביי מיר פאר די אידישע וועלט. איך זוך בלויז אן אייז קאלטער נאמען פאר די ווידיאוס.

אוועטאר
קרעזי
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 07, 2006 7:00 am
לאקאציע: צו ס'איז אין מקוה, צו גאר הכנות, א איד בלייבט א איד בכל מקום שהוא

תגובהדורך קרעזי » דינסטאג אוגוסט 28, 2007 3:32 pm

Thinker האט געשריבן:עס גייט זיין וועכענטליכע נייע ווידיאוס ארום די וועלט פון טעכנאלאגיע, ווי למשל איין ווידיאו איז א איבערבליק וואס א דעטאבעיס איז, די אנדערע ווידיאו איז מסביר וואס מען דארף וויסן באפאר מען בעשליסט צו עפענען א וועב סייט, די דריטע איז מסביר אלאס וואס אן אינוועסטירער דארף צו וויסן כדאי צו קענען אינוועסטן אין נייע טעכנאלאגיעס מיט א קלארן דעת. די פראבלעם איז אז איך וויל עס נישט רופן פשוט "ווידיאו" איך דארף עפעס בעסער... אין די גויאישע וועלט איז דא נעמען ווי צב"ש: שוי, VLOG,אפדעיט, קליפ, TV(רח"ל)
און יא מאשקע ס'גייט זיין אויף די אידישע שפראך, איך טראכט אז פילע וועלן האבן ניצן פון דעם


ס'גייט זיין א ווידיאו וואס איז מסביר וויאזוי צו זיך איינשרייבן אין די היימישע קרעטשמע?
4:29 - קאלטשפיל >> אתערותא דלעילא לתתא >> פאררעכט דיך.

אוועטאר
קרעזי
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 07, 2006 7:00 am
לאקאציע: צו ס'איז אין מקוה, צו גאר הכנות, א איד בלייבט א איד בכל מקום שהוא

תגובהדורך קרעזי » דינסטאג אוגוסט 28, 2007 3:36 pm

וואס איז מיט "אריינפיר", "פארשטעלונג", "אנווייזונגען"?
4:29 - קאלטשפיל >> אתערותא דלעילא לתתא >> פאררעכט דיך.

Thinker
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 28, 2007 5:45 pm

תגובהדורך Thinker » דינסטאג אוגוסט 28, 2007 3:54 pm

פארשטעלונג, לעקציע, מיר זענען אויפן וועג

Thinker
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 28, 2007 5:45 pm

תגובהדורך Thinker » דינסטאג אוגוסט 28, 2007 3:58 pm

אבער די אלע ווערטער זענען צי טיפיש, איך זוך עפעס א צוזאמען-געשטעלט\ אויפ-געטראכטע ווארט.

Thinker
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 28, 2007 5:45 pm

תגובהדורך Thinker » דינסטאג אוגוסט 28, 2007 3:59 pm

קרעזי, עפעס אזוי ווי קאלטשפיל....

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג אוגוסט 28, 2007 7:21 pm

דאס איז א דורכברוך אין די וועלט פון אידישע טעכנאלאגיע.

מיינט דאס אז מען וועט זען היימישע טעכניקער אויפן ווידיאו? מיט די בארד און פיאות וועלן זיי אויף מאמע לשון ערקלערן פאר די צושויבערטע פיאה צוקוקער די טעכנאלאגישע ערפינדונגען פון די תי"ף שי"ן סמ"ך'ס? (נייע מילאניום עפ"ל).

אויב אזוי, איז פילייכט פאסיג דאס אנצורופן "אידיאו"...

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג אוגוסט 28, 2007 11:15 pm

קרעמער, אייזן !!!
נא גאנץ ענליך צו 'אידיאט'..


טראכטער,
אויף אידיש איז נישטא דע באגריף פון ערפינדן נייער קלינגענדיגע ווערטער א שטייגער ווי גוגל פרוגל שמוגל און יעדער קויפט עס אפ, און מארגן קאפירייט מען עס.
אויב מאכסטו נייע ווערטער וועסטו אויסקוקן ווי יענער צייטונג וואס אפשלאגט יעדע וואך א סעריערע פון ניי ערפינדעטע ווערטער וואס ווערן דירעקט מאכירט פאר זייערע קאלומנס. עס ענטהאלט אן עדיטאריאליסטישע אפירגעזעעכץ צו וואס די קונדן און לייענער לעכצן צו אויסליינען אויף א געלימפערטן אויפן.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג אוגוסט 28, 2007 11:41 pm

שוועמל, דיין תגובה איז ווערד קעש...
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » מיטוואך אוגוסט 29, 2007 10:49 am

טינקער, לייג ארויף דא איין ווידיאו, א סעמפל. אויף אידיש.

לאז דער עולם פאראויס הנאה האבן.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

Thinker
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 28, 2007 5:45 pm

תגובהדורך Thinker » מיטוואך אוגוסט 29, 2007 12:41 pm

קרעמער האט געשריבן:מיינט דאס אז מען וועט זען היימישע טעכניקער אויפן ווידיאו? מיט די בארד און פיאות וועלן זיי אויף מאמע לשון ערקלערן פאר די צושויבערטע פיאה צוקוקער די טעכנאלאגישע ערפינדונגען פון די תי"ף שי"ן סמ"ך'ס? (נייע מילאניום עפ"ל).


עס איז נישט א ווידיאו גענומען מיט א ווידיאו קאמערא, און אוודאי נישט קיין פנימער פון קיין מענטשן, ס'איז ווידיאו'ס וואס ווייזן א קאמפיוטער סקרין און סליידס.

Thinker
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 28, 2007 5:45 pm

תגובהדורך Thinker » מיטוואך אוגוסט 29, 2007 12:46 pm

שוועמל האט געשריבן:קרעמער, אייזן !!!
נא גאנץ ענליך צו 'אידיאט'..


טראכטער,
אויף אידיש איז נישטא דע באגריף פון ערפינדן נייער קלינגענדיגע ווערטער א שטייגער ווי גוגל פרוגל שמוגל און יעדער קויפט עס אפ, און מארגן קאפירייט מען עס.
אויב מאכסטו נייע ווערטער וועסטו אויסקוקן ווי יענער צייטונג וואס אפשלאגט יעדע וואך א סעריערע פון ניי ערפינדעטע ווערטער וואס ווערן דירעקט מאכירט פאר זייערע קאלומנס. עס ענטהאלט אן עדיטאריאליסטישע אפירגעזעעכץ צו וואס די קונדן און לייענער לעכצן צו אויסליינען אויף א געלימפערטן אויפן.


צווישן אידיאו און אפירגעזעעכץ קען איך שוין מאכן א ביזנעס פון אידישע - קלינגעדיגע- קאפירייטעד - עדיטאריאליסטישע ווערטער.

Thinker
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 28, 2007 5:45 pm

תגובהדורך Thinker » מיטוואך אוגוסט 29, 2007 12:47 pm

אופס! איך האב פארגעסען פון תי"ף שי"ן סמ"ך'ס...

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך אוגוסט 29, 2007 5:43 pm

היינט האב איך זיך דערקלערט אז פילייכט איז בעסער:

אידישאו!

עס ענטהאלט די ווארט 'אידיש', און די ווארט 'שאו', און זאגט זיך כמעט ווי ווידיאו...

Thinker
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 28, 2007 5:45 pm

תגובהדורך Thinker » מיטוואך אוגוסט 29, 2007 7:08 pm

http://www.yiddishtech.com דאס איז מיין ערשטע אידישוי (שגיאות מי יבין)

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך אוגוסט 29, 2007 11:33 pm

יישר כח פארן אננעמען מיין פארשלאגע...

אוועטאר
לאקשען ברעט
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 03, 2007 10:51 am

תגובהדורך לאקשען ברעט » דאנארשטאג אוגוסט 30, 2007 11:51 am

בס"ד

נאפס ס'גייט נישט דורך מיין פילטער

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דאנארשטאג אוגוסט 30, 2007 12:40 pm

ביי מיר שטייט עס שוין אן ערך פון 10 מינוט און גארנישט פאסירט, איך זעה א ליידיגער בלאט, מיט ווערטער אינטן וואס די קימענדיגע לעקציע וועט זיין,

הילף ווערט געזיכט.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.


צוריק צו “ווינדאוס און מעק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט