בלאט 1 פון 5

Crypto סטייל וויירוסעס - הילף און אינפארמאציע

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 24, 2013 2:12 pm
דורך מומחה עצום
עס גייט עצט ארום א נייע סארט וויירוס וואס הייסט CryptoLocker, און אויף אלע שונאים געזאגט אזא וויירוס.

די וויירוס ענקריפט אלע פיילס (ווארד, פידיעף, עקסעל וכו') אויפן הארד דרייוו און נאכדעם בעט עס געלט פון אייך צו קענען דעקריפטן די פיילס

בילד

ווען איר זעהט די מעסעדזש איז שוין צו שפעט, און אדער צאלט איר וויפיל די העקערס בעטן, און זיי וועלן אייך שיקן די קאוד צו עפענען די פיילס, אדער איר פארלירט די דאטא נאך די דעדליין.

מאכט זיכער אז איר נוצט א גוטע און אפדעיטעד אנטי-וויירוס (נישט מייקראסאפט סעקיוריטי עסענטשעלס) און רבותי, וויפיל מאל דארף מען זאגן, זעהט צו האבן א בעקאפ פון אלעס.

[אויב האט מען א בעקאפ קען מען פשוט פארמעטן די הארד דרייו און ריאינסטאלן ווינדאוס]

עס איז דא א פראגרעם וואס קען העלפן (נישט גאראנטירט) אז איר זאלט נישט אינפעקטירט ווערן פון דעם CryptoLocker וויירוס, עס הייסט CryptoPrevent

חוץ פון דעם איז דערווייל נישטא א געהעריגע עצה דערצו און די איינציגסטע זאך וואס איר קענט טון איז עטליכע קאפיטלעך תהילים, שטארק אויפפאסן וואס איר דאונלאוד און וועלכע עטעטשמענטס איר עפענט אין אימעילס - זייט געווארענט אז די וויירוס קען קומען פארשטעלט אלס א פידיעף פייל אדער דאקומענט!

דא קענט איר זעהן א ווידיא וויאזוי די וויירוס ארבעט: לינק

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 24, 2013 2:45 pm
דורך שנאפס
ייש"כ פאר די אינפארמאציע!

וועלכע אומזינסטע אנטי-וויירוס איז יא גוט?

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 24, 2013 2:54 pm
דורך מומחה עצום
זעה דא

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 24, 2013 3:20 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
קען עס אויך אריינקומען אפילו אן דאונלאודען עפעס פונעם נעט?

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 24, 2013 4:25 pm
דורך שנאפס
מומחה עצום האט געשריבן:זעה דא


און וועלכע רעקאמענדירט די מומחה עצום?

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 24, 2013 6:52 pm
דורך מומחה עצום
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:קען עס אויך אריינקומען אפילו אן דאונלאודען עפעס פונעם נעט?

טעארעטיש יא, אין א Drive by download

שנאפס האט געשריבן:און וועלכע רעקאמענדירט מומחה עצום?

AVG אדער Avast

געשריבן: פרייטאג אוקטובער 25, 2013 12:01 am
דורך משנה מקום
פאר באצאלטע פול פראטעקשען איז די לעצטע פאר יאר קארספארסקי די בעסטע

געשריבן: פרייטאג אוקטובער 25, 2013 2:35 am
דורך leiby
אז מ'רעדט שוין, א שאד טאקע אז MSE גייט שוין.
וועלמיר דארפן טרעפן א ריפלעיסמענט, כ'זוך עפעס בעסער ווי AVG.

געשריבן: פרייטאג אוקטובער 25, 2013 1:35 pm
דורך שנאפס
עצה טובה..

Capture.JPG

געשריבן: זונטאג אוקטובער 27, 2013 10:39 am
דורך מומחה עצום
Avast free דיטעקט די וויירוס - אינסטאלט עס אויב איר האט נישט עפעס בעסערס (באצאלטע)

געשריבן: פרייטאג ינואר 10, 2014 11:27 am
דורך פאטאקי08
איינער מיט עקספיריענס מיט די Crypto Locker וויירוס דא?

געשריבן: פרייטאג ינואר 10, 2014 11:39 am
דורך נאר נייעס
באצעל אויב די דארפסט די דעטע אין אויב נישט פארמעט די הארד דרייוו

געשריבן: פרייטאג ינואר 10, 2014 12:08 pm
דורך פאטאקי08
איז דא עימיצער מיט עקספיריענס מיט די קריפטא לאקער וויירוס? איך רעד פון עקספיריענס פון קויפן א ביט קוינס קארטל און באצאלן און אנלאקן די פיילס און אויך אנלאקן עקסטענעל הארד דרייווס וואס זענען אויך געלאקט געווארן

קודם גיי איך ענטפערן די אלע עצהס וואס גייען ארויפשווימען דא ווי שוועמל נאכן זיך רעגן (קרעדיט?)

עצה 1: מאך א סיסטעם ריסטאר
ענטפער: נישט געהאלפן נאר פארקערט עס האט אנאינסטאלט קריפטא לאקער און זיך געדארפט מוטשן עס צוריקצוברענגן איך זאל כאטש קענען באצאלן
עצה 2: ניץ א בעקאפ
ענטפער: די לעצטע בעקאפ איז פון צוויי יאר צוריק כמעט
עצה 3: ניץ VSS ניץ פריוויוס ווערדזשען ניץ סיסטיעם ריסטאר עקספלאראר
ענטפער: איך רעד פון א אלטע מאשין א ווינדאוס עקס פי
עצה 4: באצאל מיט א קרעדיט קארד און דיספיוט די טשארדזש
ענטפער: מען קען נאר מיט ביט קוינס אדער עפעס א צווייטע אפשען ענליך דערצו

וואס נאך?
איך האב נאך היינט עס צובאצאלן און אויפלאקן די פיילס
איך וויל וויסן וואו מען קויפט דאס און וויאזוי מען באצאלט און וואס איך טוה נאך דעם
און וויאזוי איך קען אנלאקן די פיילס פון די עקסטערנעל הארד דרייוו וואס איז קאנעקטעד צו א צווייטע קאמפיוטער אויפן נעטווארק

געשריבן: פרייטאג ינואר 10, 2014 12:20 pm
דורך היפאקריט
CryptoLocker זעט אויס צו זיין גאר געפארפול, און פארלאנגט אן אשכול פאר זיך מיט אינפארמאציע און הילף
http://www.bleepingcomputer.com/virus-r ... on#decrypt
כ'האב נאר געהערט אביסל איבער דעם א צייט צוריק
ווער עס בקי אין די עניינים זאל מוחל זיין נעמען די מיקראפאון

געשריבן: פרייטאג ינואר 10, 2014 12:32 pm
דורך פאטאקי08
דאנק אייך פאר די לינק

געשריבן: פרייטאג ינואר 10, 2014 12:33 pm
דורך פאטאקי08
וואו קען מען קויפן ביט קאוינס? ער בעט .5 ביטקוינס

געשריבן: פרייטאג ינואר 10, 2014 12:37 pm
דורך היפאקריט

געשריבן: פרייטאג ינואר 10, 2014 12:39 pm
דורך היפאקריט
so sorry, it's a lot of money my dear

געשריבן: פרייטאג ינואר 10, 2014 12:40 pm
דורך פאטאקי08
היפאקריט האט געשריבן:so sorry, it's a lot of money my dear

וואס הייסט?
קען מע עס קויפן דורך די לינק אדער נישט?

געשריבן: פרייטאג ינואר 10, 2014 12:49 pm
דורך היפאקריט
מען קען, אבער עס איז אסאך געלט (ביט-כהן איז עפעס קורענסי אזא, און איין ביטקוין איז = $800 בערך צי די יעצטיגע צייט)

http://preev.com/btc/usd

אין א בעזונדערע אשכול זאל לכתחלה אדער ווער באריכטן ווער און וואס פאר א שווארץ קאפל ביטקוין איז, ווער ברויך עס, אאו (דוכט זיך עפעס א שייכות מיט די וואס גלויבן נישט אין די אמעריקאנישע וואלוטע ווייל ס'גייט שוין באלד אונטער ל"ע ול"ע)

CryptoLocker אפדעיט:

געשריבן: זונטאג ינואר 12, 2014 1:31 pm
דורך מומחה עצום
עס זענען שוין דא עטליכע סארט CryptoLocker וויירוסעס.

איין מין פון די וויירוס קען זיך שוין אליין פארשפרייטן דורך USB, מעמארי קארדס וכו׳.

אויך האבן קרימינאלן געמאכט פארשידענע Activators און קרעקס פאר אלע פאפולערע סאפטוועיר און פראגרעמס ווי מייקראסאפט אפיס, ווינדאוס, קוויקבוקס, אדאובי פאטאשאפ און נאך; זיי האבן פארשפרייט די אלע פיילס אנליין אז ווער ס'זוכט געגנבעטע סחורה זאל דאס אנטרעפן און פארשטייט זיך אינסטאלן.


געשריבן: זונטאג ינואר 12, 2014 1:58 pm
דורך נאר נייעס
אפשר איז עס מיקראסאפט אליינס
זיי ווילען מענטשן זאלען סטאפן גאנבענען סאפטווער

געשריבן: זונטאג ינואר 12, 2014 2:35 pm
דורך בערקא
חחח

געשריבן: זונטאג ינואר 12, 2014 2:38 pm
דורך בערקא
מומחה עצום האט געשריבן:[אויב האט מען א בעקאפ קען מען פשוט פארמעטן די הארד דרייו און ריאינסטאלן ווינדאוס]

איך האב א WD הארד דרייו, וויזוי מאכט מען א בעק אפ? (כ'רעד ניש פון סתם קאפיען אלע פיילס)

געשריבן: זונטאג ינואר 12, 2014 2:41 pm
דורך מומחה עצום
בערקא האט געשריבן:
מומחה עצום האט געשריבן:[אויב האט מען א בעקאפ קען מען פשוט פארמעטן די הארד דרייו און ריאינסטאלן ווינדאוס]

איך האב א WD הארד דרייו, וויזוי מאכט מען א בעק אפ? (כ'רעד ניש פון סתם קאפיען אלע פיילס)

ווינדאוס?

גיי צו Backup & Restore