בלאט 5 פון 5

געשריבן: מוצ"ש סעפטעמבער 03, 2016 11:03 pm
דורך חכם ממה נשתנה
די פראבלעם איז אז אסאך מאל שיקן זיי פון אימעילס וואס די קענסט יא

Malwarebytes Anti-Ransomware Beta V8

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 4:13 pm
דורך בנימין הלוי

געשריבן: זונטאג אוקטובער 30, 2016 8:16 pm
דורך מומחה עצום
א נייע וועבסייט צו העלפן מענטשן וואס זייערע פיילס זענען פארשפארט געווארן דורך קריפטא וויירוסעס.

געשריבן: מאנטאג מאי 15, 2017 11:50 pm
דורך קנאפער ידען
יעדער איז ביזי מיט דער נארישער (סאו טו סעי, עס איז נישט זייער סאפיסטיקירט דער וויירוס אליינס, בעט ווייניג געלט) איך-וויל-וויינען רענסאמווער אז מען מיינט אז אלע אנדערע שפילערס אינעם פעלד זענען שטיל....

א היבש פרישע רענסאמווער מיט נאמען jaff האט אויכעט אנגעהויבן דאנערשטאג א פארשפרייטונג קאמפיין, טאקע נישט מיט דער NSA עקספלויט אבער מיט א מאסיווע באטנעט (א באטנעט איז א וויירוס וואס האט קאנטראל איבער א הויפן פון דעווייסעס און הייסט זיי טון זאכן) וואס שיקט ספעם אימעילס.

דער Necurs באטנעט איז איינער פון די גאר גרויסע היינט צוטאגס קאנטראלירענדיג א געשאצטע זעקס מיליאן קאמפיוטערס אונטער זיינע פליגלען. און ער שיקט ארום ספעם מיט PDF אטאטשמענטס וואס ברענגען דער jaff רענסאמווער. די ספעם גייט אזויפיל ווי פינעף מיליאן מעסעדזשעס אין א שעה!! (נישט אומזיסט שאצן ריסטערטשער אז אזויפיל ווי 65% פון אלע אימעילס וואס פארן ארויס זענען ספעם!)

jaff איז א גוט אויסגעארבעטע וויירוס אן קיין לעכער וואס מען קען עס אויפשפארן (עס קוקט אויס ווי דאס קומט פון א גרופע וואס טוט דאס שוין יארן...און געוויסע זאגן אז דאס איז דער זעלבער וואס האט געהאט געמאכט דער זייער פארשפרייטער Locky רענסאמווער). און - דאס איז א היבשע חידוש - ער בעט איבער דריי אלפים צו אויפשפארן פיילס.

געשריבן: מיטוואך מאי 17, 2017 1:05 pm
דורך דוד משה
ווער קען מיר געבן צו פארשטיין ?
וואס איז די אויפטו פון א אנליין/קלאוד בעקאפ אויב יעדע בעקאפ טוט אוועררייטן די עלטערע ווערסיע פון יעדע פייל קומט דאך אויס אז נאכן ווערן אטאקירט פונעם וויירוס וועט דאך די ענקריפטעד ווערסיע פונעם פייל אוועררייטן די גוטע ווערסיע ואם כן מה הועילו חכמים ?

געשריבן: מיטוואך מאי 17, 2017 1:11 pm
דורך קאמפיוטער עקספערט
מען דארף טאקע מאכען זיכער אז זיי האלטען ווערזשענס
למשל דראפבאקס קען מען בעטען פון זיי אז זיי זאלען צירוק ראולען אלע פיילס צו פאר א געוויסע דעיט און זייגער סאו דו דארפסט נישט ארבעטען

געשריבן: מיטוואך מאי 17, 2017 5:56 pm
דורך קנאפער ידען
דוד משה האט געשריבן:ווער קען מיר געבן צו פארשטיין ?
וואס איז די אויפטו פון א אנליין/קלאוד בעקאפ אויב יעדע בעקאפ טוט אוועררייטן די עלטערע ווערסיע פון יעדע פייל קומט דאך אויס אז נאכן ווערן אטאקירט פונעם וויירוס וועט דאך די ענקריפטעד ווערסיע פונעם פייל אוועררייטן די גוטע ווערסיע ואם כן מה הועילו חכמים ?

ווי קאמפיוטער עקספערט זאגט, יעדע נארמאלע "קלאוד בעקאפ" סערוויס (עז עפאוזד צו קלאוד סטארידזש וואס האט גראדע א פאלדער אויף דיין קאמפיוטער. דארט ווענדט זיך עס שוין, געוויסע יא און געוויסע נישט) האט פייל ווערדזשענינג און ער האלט א שיינע פאר (געוויסע אנלימיטעד אפילו) ווערסיעס פון יעדע פייל וואס ווערט געטוישט.

געשריבן: מיטוואך מאי 17, 2017 6:13 pm
דורך רופא נפשות
איז one drive גוט פא דעם?

געשריבן: מיטוואך מאי 17, 2017 6:21 pm
דורך קנאפער ידען
רופא נפשות האט געשריבן:איז one drive גוט פא דעם?

איך מיין אז נאר דער וואן דרייוו פאר ביזנעס (וואס קאסט געלט) האט פייל ווערדזשענינג.

געשריבן: מיטוואך מאי 17, 2017 11:06 pm
דורך רופא נפשות
וואס וואלסטו רעקאמענדעט פאר איינעם וואס וויל ארבעטן אויף פיילס פון אפאר דיווייסעס, עס זאל זיך אפלאודן און דאונלאודן א גאנצן טאג ווען סיי וועלכע שינוי ווערט געמאכט זאל עס גלייך זיין אין הימל, און עס זאל אויך זיי גוט פאר בעקאפ? בכלל פארוואס האסטו נישט אויסגערעכנט וואן דרייוו ביזנעס אלץ גוט פאר בעקאפ? מיט וואס זענען די אנדערע בעסער?

געשריבן: מיטוואך מאי 17, 2017 11:56 pm
דורך קנאפער ידען
רופא נפשות האט געשריבן:וואס וואלסטו רעקאמענדעט פאר איינעם וואס וויל ארבעטן אויף פיילס פון אפאר דיווייסעס, עס זאל זיך אפלאודן און דאונלאודן א גאנצן טאג ווען סיי וועלכע שינוי ווערט געמאכט זאל עס גלייך זיין אין הימל, און עס זאל אויך זיי גוט פאר בעקאפ? בכלל פארוואס האסטו נישט אויסגערעכנט וואן דרייוו ביזנעס אלץ גוט פאר בעקאפ? מיט וואס זענען די אנדערע בעסער?

דער סיבה פארוואס איך האב עס נישט געזאגט? סימפעלי ווייל איך האב עס קיינמאל נישט אויסגעטשעקט אדער גענוצט צו קענען רעדן דערוועגן...אדרבה פארצייל וויאזוי עס ארבעט וועט מען עס קאמפערן.

אבער איך גלייב אז עס מאכט נישט קיין בעקאפ פון דער גאנצער קאמפיוטער, נאר זיין פאלדער און אפשר נאך אפאר. וואן דרייוו איז זייער גוט פאר ארבעטן פון אפאר כלים, און עס איז אינטערגרעיטעד גוט מיט ווארד, אבער פאר בעקאפ איז עס דעריבער (אויב עס איז אמת) נישט גוט. אויכעט ווייסעך נישט צו דער ביליגער פלען האט ווערדזשאנס, און אויב דו ווערדזשאנס זענען אפילו דו מעקסט עס אויס.

געשריבן: דאנארשטאג מאי 18, 2017 4:51 pm
דורך רופא נפשות
יישר כח ער מאכט טאקע נאר בעקאפ פון דיין פאלדער אבער דאס איז מיר גענוג ווייל אלע וויכטיגע פיילס האלט איך דארט און אלעס פירט זיך פון דארט,

געשריבן: מאנטאג מאי 22, 2017 11:12 am
דורך נישט
געווארן אפעטירט פון קריפטא לאקער עני עדווייס?

געשריבן: מאנטאג מאי 22, 2017 11:28 am
דורך טויגליכער איד
קאנטאקט קנאפער

געשריבן: מאנטאג מאי 22, 2017 11:29 am
דורך עין טובה
טויגליכער איד האט געשריבן:קאנטאקט קנאפער

רט

קריפטא לאקער אדער די נייע? וויל וויינען?

געשריבן: מאנטאג מאי 22, 2017 11:44 am
דורך נישט
עין טובה האט געשריבן:
טויגליכער איד האט געשריבן:קאנטאקט קנאפער

רט

קריפטא לאקער אדער די נייע? וויל וויינען?

קריפטא לאקער

געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2017 6:33 pm
דורך מומחה עצום
פראביר דאס

געשריבן: דאנארשטאג יולי 13, 2017 6:55 pm
דורך קנאפער ידען
וואס פאלט אלץ ביי פאר מענטשן!! א פרישע רענסאמווער אויף ענדרויד וואס פארשפארט נישט קיין פיילס נאר ער טוט עפעס אנדערש....

ער אפלאודט פריוואטע בילדער, בראוזער היסטאריע, קאנטעקטס און נאך ארויף צו זיך, און דאן גיבט ער אזא מעסעדזש:

All personal data from your smartphone has been transferred to our secure cloud.

In less than 72 hours this data will be sent to every person on your telephone and email contacts list. To abort this action you have to pay a modest ransom of $50 (£38).

Please note that there is no way to delete your data from our secure but paying for them. Powering off or even damaging your smartphone won't affect your data in the cloud.

געשריבן: דאנארשטאג יולי 13, 2017 7:27 pm
דורך זאכליך
דעי חברה ווערן מער און מער ראפינירט. Wow

געשריבן: דאנארשטאג יולי 13, 2017 11:00 pm
דורך עין טובה
רעדנדיג פון ענדרויד מעלווער...
https://www.bleepingcomputer.com/news/s ... sms-proxy/

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 30, 2017 6:47 pm
דורך קנאפער ידען
א פרי טאאל פון קאספארסקי ספעציעל אנקעגן רענסאמווער https://go.kaspersky.com/KART.html?utm_ ... w_o_170705

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 30, 2017 8:15 pm
דורך עין טובה
טענקס קנאפי

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 18, 2018 7:03 pm
דורך קנאפער ידען
היפאקריט האט געשריבן:לפי ווי דער זאגט קענט איר פאר $20 האבן קריפטו פריווענט מיט אוטומאטישע אופדעיטס
דאס איז נאר גוט בעפאר די חברה האבן זיך אריינגעשמוגלט, איינמאל זיי זענען דא ברויך מען שיין בעצאלן.. און דערפאר איז כדאי צו פארזיכערן זיך פון בעפאר

זיי זענען היינט ארויס מיט אן אפדעיט צו ווערסיע 9. די וואס האבן פרימיום וועט זיך עס אטאמאטיש אפדעיטן, אבער אויב מען האט דער פרי ווערסיע דארף מען מעניועלי אפדעיטן, מען קען דאונלאודן דער נייער ווערסיע פון דא https://www.foolishit.com/cryptoprevent ... #gsc.tab=0

געשריבן: זונטאג ינואר 21, 2018 2:56 pm
דורך אלטן דור
thanks