קעפטשור סקרין אויף א קאמפיוטער

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1712
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

קעפטשור סקרין אויף א קאמפיוטער

תגובהדורך שמן למאור » מיטוואך אוגוסט 10, 2011 5:08 pm

איך ווייס נישט צו עס איז שוין דא א שמועס דערוועגן, אדרבה אויב עס איז שוין דא ביטע צייכנט מיר אהן.
איך האלט אין איין זעהן דא אינעם כדור הארץ אייוועלט קעפטשור'ס פון סקרין'ס אויפן קאמפיוטער, כעין זה ווי עס איז דא אויפן די סמארט סעלפאן'ס.
אוואו פארשאפט מען זיך דאס אזאנס פאר אומזינסט ?

אוועטאר
רשכבהג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 29, 2011 1:19 am

תגובהדורך רשכבהג » מיטוואך אוגוסט 10, 2011 5:10 pm

אויפן קיע-באורד איז דא געוועלעך א קנפעל Print Screen העכער די נאמבער פעד.

נאכן דריקן פרינט סקרין ווערט עס א קאפי -גייט אריין אין קליפ באורד- גייסט גארנישט זען ווי עפעס פאסירט, דארפסט עס נאר אריינפעיסטן אין עני פראגראם און סעיווען.

אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1712
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

תגובהדורך שמן למאור » מיטוואך אוגוסט 10, 2011 5:17 pm

געוואלדיג!
א ריזן יישר כח!

אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1585
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2007 11:13 am

תגובהדורך שמעק_טאביק » מיטוואך אוגוסט 10, 2011 5:57 pm

און אויב ווילסטו בלויז פון די "אקטיווע" ווינדאו, ד.ה. בלויז דעם פראגרעם אויף וואס דו ארבעטסט, נישט אלעס וואס אויפן סקרין, דרוק ALT בעפאר דו דרוקסט דעם Print Screen.
הפך בה והפך בה דכולה בה!

אוועטאר
רשכבהג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 29, 2011 1:19 am

תגובהדורך רשכבהג » מיטוואך אוגוסט 10, 2011 5:59 pm

אין ביהמ"ד בלא חידוש

אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1712
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

תגובהדורך שמן למאור » מיטוואך אוגוסט 10, 2011 6:03 pm

יישר כח טאביק!

מיינע הענט און פוס האבן זיך אזוי געווארפן בעפארן עפענען דעם אשכול, ווער ווייסט צו מען רעדט נישט דערפון שוין ערגעץ, איך האב געמאכט א פארגעשטרינענע זיכעניש, עס איז ארויפגעקומען ענינים אבער נישט קיין קלארע פונקציעס און אינסטראקציעס, פאר איך האב געגעבן דעם קוועטש אויפן שיק עס, האביך געגעבן אזא שאקל און א שוידער, ווער ווייסט וואס איך וועל נאך כאפן דא.

און גארנישט דער "רשכבהג" אליין זאגט אז "אין ביהמ"ד בלא חידוש, דאס איז געווען אזא בארואינגונגס פיל פאר די שוידערליכע פחדים וואס האבן זיך נאך געווארפן און אלע גלידער.

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3250
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » מיטוואך אוגוסט 10, 2011 6:19 pm

יישר כח שמעק טאביק, קיינמאל געוויסט דערפון.
מיסטער שמן כ'שפיר אז דו טרייבסט איבער.
הנותן לשכוי בינה...

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2498
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » מיטוואך אוגוסט 10, 2011 8:06 pm

אין ווינדאוס סעווען האבן זיי צוגעלייגט א קליינע פראגראם וואס איז זייער נוצבאר און פיל בעסער ווי די אלטע פרינט סקרין באטען. עס הייסט 'סניפינג טאהל'. SnippingTool.exe

מען קען עס פארשאפן פאר עלטערע ווערסיע'ס פון ווינדאוס אויך, אבער אין די נייערע קומט עס אריינגעבויט.

אוועטאר
רשכבהג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 29, 2011 1:19 am

תגובהדורך רשכבהג » מיטוואך אוגוסט 10, 2011 8:17 pm

דהיינו?

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2498
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » מיטוואך אוגוסט 10, 2011 8:25 pm

זיי מסביר דיין קשיא

אוועטאר
שטרויזאק
שר חמש מאות
תגובות: 507
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2008 9:24 am

תגובהדורך שטרויזאק » מיטוואך אוגוסט 10, 2011 8:28 pm

ווינדאוס וויסטע האט עס אויך.

דא קען מען דאונלאודן אזא טול פאר ווינדאוס עקס פי
איך גלייך צו בארגן געלט פון א פעססימיסט, ער ווייסט שוין אז איך גיי קיינמאל נישט באצאלן...

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11983
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מיטוואך אוגוסט 10, 2011 8:31 pm

ווי אזוי מאך איך א סקרין שאט אבער עס זאל נישט ווייזן אלע פראגרעמס וואס זענען אפן אויפן סקרין..?

אוועטאר
שטרויזאק
שר חמש מאות
תגובות: 507
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2008 9:24 am

תגובהדורך שטרויזאק » מיטוואך אוגוסט 10, 2011 8:36 pm

געלעגער האט געשריבן:ווי אזוי מאך איך א סקרין שאט אבער עס זאל נישט ווייזן אלע פראגרעמס וואס זענען אפן אויפן סקרין..?

שמעק_טאביק האט געשריבן:און אויב ווילסטו בלויז פון די "אקטיווע" ווינדאו, ד.ה. בלויז דעם פראגרעם אויף וואס דו ארבעטסט, נישט אלעס וואס אויפן סקרין, דרוק ALT בעפאר דו דרוקסט דעם Print Screen.
איך גלייך צו בארגן געלט פון א פעססימיסט, ער ווייסט שוין אז איך גיי קיינמאל נישט באצאלן...

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11983
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מיטוואך אוגוסט 10, 2011 8:47 pm

איך האב עס געטון און ער האט ניקס געארבעט, האב איך געמיינט אז ער רעדט פון עפעס אנדערש.

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » מיטוואך אוגוסט 10, 2011 8:49 pm

וואס הייסט ס'האט נישט געארבעט
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 10804
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מיטוואך אוגוסט 10, 2011 8:50 pm

דיין קי-בארד האט אפשר צוויי אלט'ס? אויב יא איז איינס כאילו אלט-קאנטראל, דריק די אנדערע.

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » מיטוואך אוגוסט 10, 2011 8:53 pm

לאז געמאכט האט געשריבן:אין ווינדאוס סעווען האבן זיי צוגעלייגט א קליינע פראגראם וואס איז זייער נוצבאר און פיל בעסער ווי די אלטע פרינט סקרין באטען. עס הייסט 'סניפינג טאהל'. SnippingTool.exe

גוט אז דו רעדסט דערפון. ווען איך וויל דאס נוצן מאך איך א גאנצע רינגעראנגעראויזי, איך גיי דורך העלפ וכו', אפשר זאגסטו די שארט קאט אויפן קיבארד עס צו עפענען?

אוועטאר
שטרויזאק
שר חמש מאות
תגובות: 507
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2008 9:24 am

תגובהדורך שטרויזאק » מיטוואך אוגוסט 10, 2011 10:10 pm

מאך דיר אליינס א שארטקאט קי ביי פראפערטיס
איך גלייך צו בארגן געלט פון א פעססימיסט, ער ווייסט שוין אז איך גיי קיינמאל נישט באצאלן...

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך אוגוסט 10, 2011 10:28 pm

שמן למאור האט געשריבן:איך ווייס נישט צו עס איז שוין דא א שמועס דערוועגן, אדרבה אויב עס איז שוין דא ביטע צייכנט מיר אהן.
איך האלט אין איין זעהן דא אינעם כדור הארץ אייוועלט קעפטשור'ס פון סקרין'ס אויפן קאמפיוטער, כעין זה ווי עס איז דא אויפן די סמארט סעלפאן'ס.
אוואו פארשאפט מען זיך דאס אזאנס פאר אומזינסט ?

דא איז שוין דא א שמועס דערוועגן (איך שטעל עס אבער נישט צוזאם, ווייל דו ציטערסט נעבעך אין די הויזן)
viewtopic.php?f=52&t=6361

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » מיטוואך אוגוסט 10, 2011 11:00 pm

יגעתי ומצאתי האט געשריבן:
לאז געמאכט האט געשריבן:אין ווינדאוס סעווען האבן זיי צוגעלייגט א קליינע פראגראם וואס איז זייער נוצבאר און פיל בעסער ווי די אלטע פרינט סקרין באטען. עס הייסט 'סניפינג טאהל'. SnippingTool.exe

גוט אז דו רעדסט דערפון. ווען איך וויל דאס נוצן מאך איך א גאנצע רינגעראנגעראויזי, איך גיי דורך העלפ וכו', אפשר זאגסטו די שארט קאט אויפן קיבארד עס צו עפענען?

אויב דארפסטו אינסטראקשענס קענסטו עס דאליינען אזוי אויף פאר אלעם,
אבער דארפסטו אזוי ארומגיין, קענסטו יעדע זאך זיכן פין סטארט, דריקסט למשל סטארט הייב אן צו טייפן sni אין ס'קומט גלייך ארויף, אויב ניצטו עס אפט וועט עס שוין גלייך זיין אין די סטארט מעניו
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11665
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דאנארשטאג אוגוסט 11, 2011 10:07 am

א ישר כח אייך לאז געמאכט

אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1712
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

תגובהדורך שמן למאור » דאנארשטאג אוגוסט 11, 2011 4:55 pm

קרעמער האט געשריבן:
שמן למאור האט געשריבן:איך ווייס נישט צו עס איז שוין דא א שמועס דערוועגן, אדרבה אויב עס איז שוין דא ביטע צייכנט מיר אהן.
איך האלט אין איין זעהן דא אינעם כדור הארץ אייוועלט קעפטשור'ס פון סקרין'ס אויפן קאמפיוטער, כעין זה ווי עס איז דא אויפן די סמארט סעלפאן'ס.
אוואו פארשאפט מען זיך דאס אזאנס פאר אומזינסט ?

דא איז שוין דא א שמועס דערוועגן (איך שטעל עס אבער נישט צוזאם, ווייל דו ציטערסט נעבעך אין די הויזן)
viewtopic.php?f=52&t=6361


דאנק אייך מר. קרעמער!

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11983
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דאנארשטאג אוגוסט 11, 2011 6:28 pm

ווינדער איבער ווינדער. ווען איך דרוק קנטרל צוזאמען מיט אלט און בענעזאם דרוק איך פרינט סקרין דאן נעמט ער אריין נאר די אקטיווע ווינדאו. ווידעראום אויב קוועטש איך נאר קנטרל-פרינט סקרין נעמט ער אלעס. אלט-פרינק סקרין טוט גארנישט ביי מיר א-חוץ ארויסשפייען א צעטיל פונעם פרינטער

אוועטאר
אבני שיש
שר מאה
תגובות: 114
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 30, 2010 2:23 pm
לאקאציע: אין די כלים

תגובהדורך אבני שיש » דאנארשטאג אוגוסט 11, 2011 6:46 pm

לאז געמאכט האט געשריבן:אין ווינדאוס סעווען האבן זיי צוגעלייגט א קליינע פראגראם וואס איז זייער נוצבאר און פיל בעסער ווי די אלטע פרינט סקרין באטען. עס הייסט 'סניפינג טאהל'. SnippingTool.exe

מען קען עס פארשאפן פאר עלטערע ווערסיע'ס פון ווינדאוס אויך, אבער אין די נייערע קומט עס אריינגעבויט.

וואספארא הוספות זענען דא אין 'סניפינג טול' ווס. 'פרינט סקרין'?

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » דאנארשטאג אוגוסט 11, 2011 8:58 pm

אנשטאט פרינטען די גאנצע סקרין איו עדיטען דערנאך קען מען עס גלייך אויסשניידן, ווי אויך איז עס מ'קען זאגן 10 מאל קלארער.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.


צוריק צו “ווינדאוס און מעק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט