פראבלעם מיט ניקוד אין עקס. פי.

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2727
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

פראבלעם מיט ניקוד אין עקס. פי.

תגובהדורך האניג » דאנארשטאג דעצמבער 31, 2009 12:13 pm

כ'האב א קאמפיוטער אין ארבעט וואס וויל עפעס נישט לאזן טייפן קיין נקודות, ס'קומט ארויף די פשוט'ע סימבאלן איבער די אותיות, כ'ווייס נישט פארוואס, כ'פארשטיי נישט דעם ---- פששי!.... מיר האבן געכאפט דעם פראבלעם!!! כ'האב א לייזונג! (יאפ, אינמיטן שרייבן דער פראבלעם האט דער אייבערשטער געהאלפן!)

מיר האבן אויסגעפונען אז דער פראבלעם איז אז ---- לאמיר גיין פאוואליע: (אנטשולדיגט פאר'ן שליכעצען היינט...)
ווי באקאנט, אויב וויל מען ארויסברענגן א שטארקע נקודה (אפילו א שוואכע, דער עיקר אז מ'וויל שרייבן א נקודה) צינדט מען אן 'קעפס לאקס', און דערנאך קוועטשט מען 'שיפט' צוזאמען מיט איינע פון די נומערן פון אויבן און ס'קומט צו פליען א מלאך און שנעל און פלינק לייגט ער אונטער דעם פריערדיגן אות א שיין קמץ און פליט שנעל צוריק, וחזקה ששליח עושה שליחתו. עד כאן נאכגעשריבן פון סמ"ג (געטוישט און פארדרייט פילע ווערטער כדי לסבר את האוזן און ס'זאל זיין נוגע פאר אונז).

יעצט, וואס איז געווען מיין פראבלעם? איינער האט זעציכאויס געטוישט דעם סעטטינגס אין דעם שפראך דייעלאג פון ווינדאויס און געמאכט אז ווען מ'וויל דיעקטעוועיטן קעפס לאק (מאכן אויס), אנשטאט קוועטשן נאכאמאל 'קעפס לאק' ווי געווענליך, ברויך מען קוועטשן 'שיפט' (אן איינפאל, נישט אזוי?). איז אזוי: ווען כ'האב געוואלט לייגן נקודות, האב איך געקוועטשט 'קעפס לאק' כדי עס אנצוצונדען, יעצט האב איך געטון ווי א גוטע סיטיזען און אן איידעלער איד און וויאזוי אונזער זיידעס און רבי'ס האבן זיך אלע יארן געפירט, און געקוועטשט 'שיפט' צוזאמען מיט'ן נומער. אבער וואס איך האב נישט באמערקט איז, אז דער רגע איך האב אנגערירט דעם 'שיפט' קנעפל האט זיך קעפס לאק שטארק באליידיגט און זיך תיכף ומיד אויסגעשאלטערט! און יעצט ווען כ'האב געקוועטשט דעם נומער, האט מיר דעם קאמפיוטער מיט א תמימות געגעבן וואס כ'האב אים געבעטן, ס'הייסט, פשוט און פראסט שיפט+נומער (אנע קעפס לאק)!

האב איך געטון וואס כ'האב געטון, און צוריק געמאכט צום דיפולט סעטטינגגס און שיינערהייט געהייסן דעם קעפס לאק ער זאל זיך נישט רעכענען מיט דעם אויסווארף, דעם שיפט קנעפל, נאר אויספאלגן וואס 'איך' הייס אים! און ס'האט הערליך געהאלפן! אט דאס האט אחשורוש געשריגן טויזענטער יארן צוריק: "להיות כל איש שרר בביתו" איך בין בעלעבות, נאר מיר וועט מען דא אויסהערן, און דאן איז "ומדבר כלשון עמו!" ס'עט אנהייבן שרייבן אידיש מיט נקודות, און נישט קיין פרעמדע שפראכן מיט סימבאלן!

נ.ב. צום באדוירען איז דער סמ"ג פאר ווינדאויס עקס. פי. נישטא צו באקומען, היות ער איז לדאבוננו נפטר געווארן פאר ביל געיטס האט עס אנאונסט.
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.

צוריק צו “ווינדאוס און מעק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט