ראש השנה שחל בשבת

ליקוטים וטעמים על ענינים שונים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

ראש השנה שחל בשבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

א) 'תקעו 'בחודש 'שופר וגו' ר"ת שבת.
(ספה"ק)

ב) שבת בלאזט מען נישט קיין שופר ווייל ס'איז דא רחמים אן שופר אויך, ווי די גמ' זאגט הנכנס לבקר את החולה בשבת אומרים יכולה הוא שתרחם דער שבת אליין האט א כח אפי' אן תפלה וצעקה, אזוי אויך בר"ה האט דער שבת א כח אפי' אן די תקיעות צו פועל'ן רחמים.
(דברי חיים)

ג) די תקיעות זענען דאך לערבב השטן, אבער שבת אית דאך לית שולטנא אחרא בכלהו עלמא וכל דינים וכו', מוז מען נישט אנקומען צום שופר אים צו פארמישן.
(מאור ושמש)

ד) שבת איז אסור צו שרייבן נאר בשעת פיקוח נפש, האט דער הייליגער קדושת לוי געזאגט אז אזא יאר וועט זיכער זיין א גוט יאר, ווייל קב"ה וועט נישט שרייבן קיין שלעכט'ס אין שבת, נאר גוט'ס אלס פיקוח נפש.
(אור ישרים)

ה) שבת בגימ' קשי"א רפי"א, דאס איז די עבודה ר"ה ביידע טעג צו מאכן פון דינא קשיא דינא רפיא.
(בנ"י)

ו) בשם הרבי ר' אלימלך זי"ע, יעדן שבת באקומט א מענטש א נשמה יתירה, ר"ח באקומט א מענטש א נפש יתירה, און יעדן יו"ט באקומט א מענטש א רוח יתירה, אויב ר"ה געפאלט אין שבת איז דא אלע דריי יתירה'ס צוזאמען פון יו"ט ר"ח און שבת פון נפש רוח ונשמה.
(חשבה לטובה)

הוספה: שטייט פון צדיקים (וכ"כ בקהלת יעקב לר"ש קלוגער) אז ר"ה שחל להיות בשבת די מלאכים וואס זענען ממונה אויף די תקיעת טראגן ארויף זכותים פאר כלל ישראל (ובשם ר' אהרן קארלינער כת' אז די מלאכים הממונה על התקיעות זענען בשבת ממונה אויף די מאכלי שבת), לפי זה איז פשט כתר יתנו לך ד' אלקינו מלאכים המוני מעלה, די מלאכים טראגן ארויף זכותים אויף אידן עם עמך ישראל קבוצי מטה, ווען איז דאס, ווען יחד כולם קדושה לך ישלשו, וואס ס'איז דא דריי קדושת פון נפש רוח ונשמה בשבת ר"ח ויו"ט.
(המלקט)

ז) כאטש מ'קען נישט בלאזן אין שבת, אבער במקדש האט מען יא געבלאזן, כהיום איז נאך אלי' הנביא מקריב קרבנות אין הימל, אלי' הנביא ער בלאזט יא אפי' אין שבת.
(קהלת יעקב לר"ש קלוגער)

ח) בלאזן שופר איז מרומז אויף עבדות ווי ס'שטייט אין זו"ח פ' בהר, דעריבער בלאזן מיר שופר ר"ה צו ווייזן אנזער עבדות אז דער באשעפער זאל מושל זיין איבער אונז, הני מילי בחול איז דאס גוט אבער שבת איז דאך די הלכה גוי ששבת חייב מיתה ווייל ער איז א משתמש בשרביטו של מלך, נאר א איד וואס האט א דין בנים למקום ער מעג האלטן שבת ווייל אב שמחל כבודו מחל, קומט אויס אז אין שבת קענען מיר נישט בלאזן שופר וואס ווייזט אויף עבדות, ווייל דאן ווערט א סתירה פון בנים צו עבדים.
(קהלת יעקב לר"ש קלוגער)

הוספה: קען זיין פשט אם כבנים אם כעבדים וכו', לכאורה פארוואס זאגט ער אזא לשון אם כבנים אם כעבדים, נאר לפי הנזכר איז מובן, אם כבנים איז היינט שבת וואס ווייזט אויף בנים למקום איז דאך גוט, רחמינו כרחם אב על בנים, ווידער אם כעבדים ס'איז בחול און מ'בלאזט שופר צו ווייזן עבדות, עינינו לך תליות עד שתחנינו, מיר ווארטן און האפן אז די תקיעות זאלן פועל רחמים זיין לטוב.
(המלקט)

ט) שופר איז מעורר יראה כמ"ש היתקע שופר בעיר והעם לא יחרדו, עיקר תשובה איז דאך קבלה אויף לעתיד, האט מען דאך מורא אז מ'וועט זיך מקבל זיין אויפן עתיד און זאגן שקר, בלאזט מען שופר מעורר צו זיין א פחד צו זאגן ליגנט, משא"כ שבת איז אפי' ע"ה אימתא דשבת עליו שבת איז דא א פחד סייווי דארף מען נישט צוקומען צום פחד פונעם שופר, בלאזט מען נישט.
(קהלת יעקב לר"ש קלוגער, ודומה לזה בפרי צדיק)

הוספה: מ'זאגט טאקע אזוי אינעם נוסח פון מגן אבות, המניח לעמו ביום שבת קדשו, לפניו נעבוד ביראה ופחד וכו', איז משמע אז אין שבת איז דא א אייגענע פחד כנ"ל.
(המלקט)

י) די גמ' זאגט אין סנהדרין (ח:) אז א חבר א ת"ח דארף נישט קיין התראה, תקיעת שופר איז א התראה א קול וואס ווארנט דעם עולם צו טון תשובה, אין שבת הייסט יעדער א ת"ח ווייל אפי' ע"ה אימתא דשבת עליו, דערפאר בלאזט מען נישט קיין שופר שבת.
(קהלת יעקב לר"ש קלוגער)

יא) שבת הייסט אפי' די דיבור א מעשה, ווי חז"ל דרש'נען ודברו דבר שלא יהא דבורך של שבת כדבורך של חול, בימות החול איז דער דיבור בלויז א דיבור משא"כ שבת איז דער דיבור א מעשה, פארדעם זאגט מען שבת ר"ה זכרון תרועה ווייל בלויז מיטן דיבר איז גענוג מעור צ זיין דער כח פון שופר זכרון תרועה.
(הנ"ל)

הוספה: איך געדענק אמאל ר"ה שחל להיות בשבת האט דער ברך משה זצ"ל מעורר געוועהן ביי תקיעות שופר דרשה אז היות מ'בלאזט נישט קיין שופר זאל מען זיך נישט מתיר זיין צו רעדן ביי הויכע שמו"ע, וואס געווענדליך איז מען נזהר מ'רעדט נישט איס ביז נאך אלע תקיעות (שמעתי בעצמי או בשנת נ"א נ"ב בערך) לפי הנ"ל אז שבת האט דער דיבור א כח וווי א מעשה איז טאקע אסאך ערגער דאס רעדן ביי שמו"ע.

יב) ר"ה וואס געפאלט אין שבת זענען אידן זיך מעכב פון בלאזן שופר צליב די תקנת חז"ל, כאטש זיי ווייסן אז דער שופר איז זייער לעבן און מיט דעם קען מען פועל'ן, איז מען זיך מתגבר און מ'בלאזט נישט, דאס אליין איז מעורר א געוואלדיגע זכות למעלה מ'זאל נושא פנים זיין פאר אידישע קינדער, טאקע די מלאכים וואס געווענדליך זענען זיי ממונה אויף די תקיעת זיי אליין טראגן ארויף אט די לימוד זכות, אז אידן האלטן זיך צוריק פון בלאזן שופר צוליב תקנת חז"ל.
(קהלת יעקב לר"ש קלוגער)

יג) שבת ווען מיר קענען נישט בלאזן, בלאזט כביכול אליין פאר אונז, און כביכול וייסט זיכער אלע כונות און יחידים וואס מ'דארף האבן ביים בלאזן וועט ער דאך זיכער פעל'ן א ישעה פאר אונז, בעט מען טאקע תקע בשופר גדול לחרותנו, דער באשעפער אליין זאל בלאזן פאר אונז.
(הרה"ק מרוזין)

הוספה: חז"ל זאגן אונס רחמנא פטרי', איז פשט אז ווען איינער איז א אונז, רחמנא, דער באשעפער דער רחמיו על כל מעשיו, פטרי' ער פטרט אים מיטן טון די מצוה אנשטאט אים, ווען אידן קענען נישט בלאזן שופר, בלאזט כביכול אנשטאט אונז.
(הרה"ק מפארשיסכא)

יד) די סבה פארוואס מ'בלאזט נישט שופר שבת איז צוליב דעם חשש פון שמא יעברנו ד' אמות, אז א מענשט וועט זיך פארגעסן אז ס'איז שבת היינט, איב אזוי איז דא א לימוד זכות אויף מענטשן וואס האבן חוטא געוועהן אז זיי קענען זיך פארגעסן, אויב האט מען געמוזט מאכן אזא גזירה מבטל צו מאכן א מצוה צוליב שכחה פון מענטשן, וואס איז דען א מענטש שולדיג ווען דער יהצ"ר מאכט אים פארגעסן?.
(קדושת יו"ט)
.

טו) אז ימלא שחוק פינו וגו', א"ז איז מרמז אויף א' ר"ה שחל להיות בז' אין שבת, ימלא 'שחוק 'פינו 'ולשונינו 'רנה, ר"ת שופר, די שמחה פון שבת איז במקום דעם כח פון שופר.
(הוד והדר בשם העטרת צבי מזודטשוב)
.
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

טז) חז"ל זאגן אז במחשבה האט דער באשעפער געווואלט באשאפן די וועלט בדין, אבער במעשה האט ער מצרף געווועהן מדת הרחמים, די עבודה פון ר"ה איז ממתיק צו זיין אט די מחשבת דין, שבת ווען מ'בלאזט נישט איז מען נאר מקיים תקי"ש במחשבה, און מיט די מחשבה קען מען בעסער ממתיק זיין די מחשבת דין.
(עטרת ישועה)

הוספה: ביים ישמח ישראל זי"ע איז איין יאר ר"ה שחל בשבת איז ער ארויף אויפן באלעמער און געזאגט מ'דארף זיך גרייטן צו תקי"ש, אויף די ווינדער פונעם ציבור האט ער גלייך געזאגט, נישט אז ער האט פארגעסן אז ס'איז שבת, אבער ווייל ס'איז שבת מיינט נאך נישט מ'דארף זיך נישט צוגרייטן צו תקי"ש, א הכנה דארף זיין ס'איז נאר דא א גזירה פון חז"ל שמא יעברנו ד' אמות בר"ה,
(מקרא קודש)

יז) וד' פקד את שרה כאשר אמר, שר"ה ר"ת 'שבת 'ראש 'השנה, ר"ה שחל בשבת איז א עת פקידה וד' פקד את שר"ה, כאשר אמר, ווען מ'זאגט נאר זכרון תרועה באמירה נישט במעשה.
(עפ"י העטרת ישועה)

יח) אשרי העם יודעי תרועה, אין שבת איז נאר דא א ידועה אז מ'בלאזט ווייל למעשה בלאזט מען דאך נישט, אין אזא טאג שחל בשבת ווערט נשפע תורה וגדולה ווייל יו"ט ווערט נשפע תורה (כמבואר באריה"ק שער הכוונות) ווידער שבת איז משפיע פרנסה, כמ"ש כל ברכאן דלעילא ותתה ביומא שביעא תליא, "שבת" מיט "יום טוב" צוזאמען איז בגימ' צוויי מאל שלחן, א רמז לב' שולחנות תורה וגדולה, אשרי העם יודעי תרועה, שבת ווען ס'איז דא בלויז די ידועה, ד' באור פניך יהלכון, באור פניך ווי ס'שטייט באור פני מלך חיים, ב' שולחנות.
(עטרת ישועה)

הוספה: דאס איז די המשך הפסוקים כי בשמך וגו', ווייל ר"ה שחל בחול איז דא דין צופרו ביז תקי"ש וואס דאן ווערט רחמים, ווידער שבת איז שוין דא רחמים פון אנפאנג טאג, שבת איז בשמך יגולין "כל היום" דעם גאנצן טאג איז דא שמחה ורחמים.
(שם)

יט) לכאורה וויאזוי האבן חז"ל געקענט גוזר זיין אזא גזירה פון נישט בלאזן שופר ס'איז דאך א פראגע פון פיקוח נפש?, ווייל חז"ל זאגן בשעת תקי"ש הקב"ה עמד מכסא דין ויושב על כסא רחמים, אויב אזוי איז דאך אונזער לעבן ממש תלו אין שופר ווי קען מען דאס מבטל מאכן, אלא מאי האבן חז"ל גענומען אויף זיך די אחריות אז אויב וועט מען דארפן ממתיק זיין דינים וועלן זיי זיך שטעלן צו המתקת הדינים, די תנאים ואמוראים אליין וועלן זיכער מאכן אז ס'קומט נישט ארויס א תקלה דורך זייער גזירה.
(שער יששכר)

הוספה: קען זיין פשט באין מליץ יושר מול מגיד פשע, אן קיין שופר איז דאך נישטא קיין מליץ יושר, תגיד ליעקב דבר חק ומשפט, די חק ומשפט די הלכה אז מ'טאר נישט בלאזן, זיי אליין די חז"ל גופא וועלן ממליץ טוב זיין אויף אידן.
(המלקט)

כ) שטייט אין תפארת שלמהבלילה ההוא נדדה שנת המלך, אז יענע נאכט פסח ביינאכט ווען ויעבור מרדכי מרדכי הצדיק האט מבטל געמאכט דעם ליל פסח וואס איז דא אין דעם אזויפיל סודות ויחידים, דאס האט געמאכט א רעש אין הימל ווי זענען אט די אלע כוונות וצרופי שימות פארשווינדן און דאס האט געברענגט די ישועה ע"כ, די זעלבע איז מיטן שופר, די אלע כוונות ויחידים וואס ליגן באהאלטן אינעם שופר וואס ס'קומט שבת און מ'בלאזט נישט ווערט זיכער א רעש אין הימל און ס'ברענגט א ישועה.
(ברך משה)

כא) משל למה הדבר דומה, ס'איז געוועהן א עושר וואס איז נעבאך געווארן א יורד מנכסיו, ס'איז אים גארנישט איבער געבליבן פון זיין אלטן פארמעגן נאר איין קלייד, ויהי היום א שריפה האט אויסגעבראכן און האט פארברענט דאס אלטע קלייד, דער מענטש האט זיך גענומען וויינען מיט בכיות עצומות, צו די ווינדער פון די מענטשן ארום אויף זיין געוויין נאר וועגן איין קלייד, האט ער גענפערט אז ביז יעצט האט ער נאך געהאט א סימן פון זיין אמאליגן עשירות, אבער יעצט וויינט ער האב איך שוין נישט אפי' קיין סימן פון מיין אמאליגן עשירות,
הנמשל מובן כלל ישראל האט געהאט אן עשירות א בית המקדש קרבנות חצוצרות וכלי שיר, אבער ס'איז גארנישט געבליבן פון די גאנצע קדושת העבודה, די שופר איז נאך א סימן פונעם אמאליגן עבודה, היינט שבת אז מיר האבן שוין דאס אויך נישט, דארף מען הערשט וויינען.....
(קהלת יעקב לר"ש קלוגער)
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

כב) שופר איז פועל צו ווערן א שותף במעשה בראשית, פארדעם בלאזט מען נישט שבת, ווייל שמירת שבת איז אויך כאילו נעשה שותף במעשה בראשית, און ס'איז מרומז אין פסוק די ר"ת פון 'בחודש 'השביעי 'באחד 'לחודש 'יהי' 'לכם 'שבתון 'זכרון 'תרועה איז בגימ' פונקט ווי דאס ווארט "שותף" שותף למעשה בראשית.
(צבי לצדיק)

כג) 'שבתון 'זכרון 'תרועה די ר"ת איז בגימ' השבת
(צבי לצדיק בשם האריה"ק)

כד) שטייט אין בני יששכר אז שבת עסט מען פיש, ווייל ביום ה' לבריאה זענען די פיש געבענטשט געווארן, ביום ו' איז דער מענטש געבענטש געווארן, וביום השבת איז דער טאג געבענטשט געווארן, עסט דער מענטש פיש ביום השבת ס'זאל זיין דריי ברכות, דריי מאל "ברכה" איז בגימ' תרועה, שב"ת איז ר"ת 'שלש 'ברכות 'תרועה.
(צבי לצדיק)
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

הערליכע ליקוט

ייש''כ הרב ש''ץ

די קדושת לוי וואס די דערמאנסט דאכט זיך טייטשט עס אויף די משנה יו''ט של ראש השנה שחל להיות בשבת, אז ס'איז א יו''ט.
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

כה) שבת קודש וואס עס איז דא א נשמה יתירה און אהבה מגולה פון הקב"ה און אלע עולמות איז דא שבת א שינוי לטובה, אפילו די יורדי גיהנם ווערן בארואיגט פון זייערע יסורים ווייל שבת איז דער באשעפער דער מלך חיים מאיר פנים פאר יעדן, במילא דארף מען שבת בכלל נישט צוקומען צום שופר פאר המתקת הדינים ווייל אלעס איז שוין במילא נמתק בשורשם אום שבת.
(דברי חיים)
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

דער דברי שלום ברענגט די טייטש פונעם קדושת לוי: יום טוב של ראש השנה - עס איז א גוטע טאג ראש השנה, כשחל להיות בשבת - ווען ראש השנה געפאלט אין שבת ווייל מען קען נאר שרייבן גוטס כנ"ל.
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

אגב וויל איך דא נאכאמאל צוברענגען וואס איך האב שוין געשריבן אין אן אנדערע אשכול: איך האב געהערט פון הרה"ג ר' ישראל דוד שלעזינגער שליט"א נאכזאגנדיג פון א ספר מנחת עני לפרשת האזינו, פון בעל ערוך לנר, אז די בעסטע יארן וואס כלל ישראל האט געהאט איז געפאלן ר"ה אום שבת, און די זעלבע פארקערט די יארן וואס כלל ישראל האט געהאט די מערסטע צרות איז אויך געווען ר"ה שבת. ופלא. און עס ברענגט ארויס די שטארק וויכטיגקייט פון איינרייסן אין אזא יאר אום ראש השנה ווארום דער צווישענשייד איז מורא'דיג עקסטרעים ודי.
איך האב אויך געזען אין דברי יואל די געוואלדיגע התעוררות דרשה וואס רבינו הקדוש מסאטמאר זי"ע האט געהאלטן ר"ה שנת תש"ג כשחל בשבת און ווי באוואוסט איז אין יענע יאר פארגעקומען די מערסטע הריגות אויף די אונגארישע אידענטום און עס איז פילייכט פון די ביטערסטע יארן אין די היסטאריע פון כלל ישראל.
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

כו) שטייט פון הרמ"ע מפאנו אז אלי' איז מקרב אויבן אין הימל קרבנות, די מדר' זאגט אמר רשב"י במקום שיש קרבנות בלאזט מען שופר, אויב אזוי אז אין הימל איז דא קרבנות בלאזט אלי' הנביא אויבן אין הימל אפי' אין שבת אזוי ווי במקדש (א"ה, עי' לעיל אות ז' כמעט די זעלבע זאך פון ר"ש קלוגער, אבער דא זאגט ער דאס מדילי') פארדעם שטייט אז דער שטן ווערט בהיל ביים צווייטן מאל בלאזן, דאס מיינט ביי די תפילת המוספין די תקיעות דמעומד, ווייל מוסף איז דאך במקום קרבן, און ווען מ'זאגט די תפלה במקום קרבן בלאזט מען אויבן אין הימל דורך אלי', מיינט דער שטן אז ווען אלי' הנביא בלאזט אז דאס איז שוין די אויסגעווארטע בלאז פון אלי' לחרותינו,
דאס איז די רמז 'תקעו 'בחודש 'שופר ר"ת שבת, לכאורה איז דאך פונקט פאקערט שבת בלאזט מען דאך נישט, נאר דער פסוק פארענפערט דאס ווייטער, בכסה ליום חגינו, דער תקעו בחודש שופר פון שבת ווערט געבלאזן באהאלטענעהייט דורך אלי' הנביא.
(דברי יואל)
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

אויפריכטיג האט געשריבן:דער דברי שלום ברענגט די טייטש פונעם קדושת לוי: יום טוב של ראש השנה - עס איז א גוטע טאג ראש השנה, כשחל להיות בשבת - ווען ראש השנה געפאלט אין שבת ווייל מען קען נאר שרייבן גוטס כנ"ל.

מעולם לא זכיתי להבין דבריו הקדושים, יו"ט מעג מען דען יא שבת, זולת הם נאמר שזה מצותו של יום למעלה ודוחה יו"ט ואינו דוחה שבת, ודוחק
או י"ל כי אין המדובר נאיסור כתיבה, כי אינו דומה למלאכת המשכן, רק כעין דאסור לדון, והתי' כנ"ל
או כעין מה דאין אומרים תחינות בשבת
ועדיין צ"ע
ואכיר טובה למי שיתרצנו באופן המתקבל
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארד2007 »

שאץ מאץ האט געשריבן:הוספה: איך געדענק אמאל ר"ה שחל להיות בשבת האט דער ברך משה זצ"ל מעורר געוועהן ביי תקיעות שופר דרשה אז היות מ'בלאזט נישט קיין שופר זאל מען זיך נישט מתיר זיין צו רעדן ביי הויכע שמו"ע, וואס געווענדליך איז מען נזהר מ'רעדט נישט איס ביז נאך אלע תקיעות (שמעתי בעצמי או בשנת נ"א נ"ב בערך) לפי הנ"ל אז שבת האט דער דיבור א כח וווי א מעשה איז טאקע אסאך ערגער דאס רעדן ביי שמו"ע.


.

כאפ א בליק אין ברך משה מאמר זכרון תרועה אות ב ווי דער רבי האט א אריכות וועגן ראש השנה שחל בשבת מען זאל נזהר זיין נישט רעדן ביי מוסף
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

Re: ראש השנה שחל בשבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

היי יאר אקטועל
וואס איך האב געשריבן מיט 11 - 12 יאר צוריק
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
באנאנא
שר האלפיים
תגובות: 2849
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
לאקאציע: אין די אידישע וועלט

Re: ראש השנה שחל בשבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באנאנא »

זאגט מיר איינער א גוט ווארט, אז היי יאר וועט די שטן זיין אינגאנצען צעמישט וויבאלד מען וועט נישט בלאזן דעם שופר פאר גאנצע צוויי טעג פאר ראש השנה.
ויגער ביצר הרע מן הנשיאים...אמן.
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: ראש השנה שחל בשבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

מצווה הגדולה והעיקרית של ראש-השנה היא מצוות תקיעת שופר - "מצוות היום בשופר". דברים גדולים ונשגבים טמונים בה. די לראות את טעמי המצווה, כפי שהם מופיעים בחלק ה'נגלה' של התורה - וקל-וחומר, טעמיה המופלאים על-פי הקבלה והחסידות - כדי להבין עד כמה היא רבת-חשיבות עבור העולם כולו.

והנה, בזמן בית שני באו חכמי-ישראל וקבעו, שכשראש-השנה חל בשבת - אין תוקעים בשופר (חוץ מבבית-המקדש). הם ביטלו מצוות-עשה מן התורה, ולא סתם מצווה, אלא את המצווה הגדולה והחשובה של תקיעת שופר בראש-השנה (כשהוא חל בשבת).

מהי הסיבה לעקירת המצווה? מסבירה הגמרא (ראש-השנה כט,ב): "הכול חייבין בתקיעת שופר, ואין הכול בקיאין בתקיעת שופר; גזירה שמא ייטלנו בידו ויילך אצל הבקי ללמוד, ויעבירנו ד' אמות ברשות-הרבים". כלומר, בשל חשש בלבד, שמא הדיוטות יעבירו את השופר ברשות-הרבים ויעברו על איסור הוצאה בשבת - ביטלו חז"ל את המצווה לכל עם-ישראל!

ביטול מצווה?

מעבר לשאלה למה החליטו חז"ל לעקור מצוות-עשה בשל חשש בלבד, מעניינת אותנו שאלה מהותית יותר: הרי ידוע, שכל שפע-החיים ששופע לעולמות במשך השנה, בא על-ידי תקיעת השופר. תורת החסידות מרבה לבאר את מעלתו של השופר, שמעורר חיות חדשה מפנימיותו ועצמותו של הקב"ה. יוצא אפוא, שביטול המצווה בראש-השנה שחל בשבת, מונע לכאורה מאיתנו את ההשפעות העליונות של השופר!

נושא זה נדון בהרחבה רבה בתורת החסידות, ותמצית שבתמצית מובאת להלן. השופר מהווה חלק מרכזי בהכתרת הקב"ה למלך העולם. בכל שנה צריך לעורר מחדש אצל הקב"ה את רצון המלוכה, וכדי לעורר רצון כזה יש לעורר תחילה נקודה של עונג בקיום העולם. כלומר: צריך שהקב"ה יתענג מקיומו של העולם, וכתוצאה מכך יתעורר בו הרצון למלוך עליו.

כיצד מעוררים את העונג הזה? - על-ידי השופר. תקיעת השופר מבטאת את הצעקה הפנימית של היהודי אל הקב"ה, צעקה בלי מלים שפורצת מעומק הלב, והיא מגיעה עד פנימיותו ועצמותו של הקב"ה ומעוררת בו עונג בקיומו של העולם. על-ידי-זה מתעורר אצל הקב"ה רצון חדש למלוכה, והוא נענה לבקשת עם-ישראל: "מלוך על העולם כולו בכבודך".

בא לבד

אך כאשר ראש-השנה חל בשבת, אין כל-כך צורך לעורר את העונג העליון, מכיוון שהשבת עצמה מהווה התגלות של עונג. העונג הוא חלק מרכזי ממהותה של השבת, שכן היא באה לאחר סיום המלאכה ("ויכל אלוקים"), ואז מתעורר עונג רב למראה המלאכה שהושלמה. עונג זה, שהיה בשבת הראשונה של הבריאה, חוזר וניעור מדי שבת, עד שהדבר משפיע גם עלינו, ולכן אנו מצווים לענג את השבת.

יוצא אפוא, שכאשר ראש-השנה חל בשבת, יורדת ממילא חשיבותו של השופר, שכן השבת עצמה מחוללת את מה שעושה תקיעת השופר. עצם מציאותה של השבת מעוררת את העונג העליון, ועל-כן די בכך שעם-ישראל רק אומר את פסוקי ה'מלכיות', 'זכרונות' ו'שופרות', כדי שהקב"ה יקבל את הבקשה להיות מלך על העולם.

דבר זה מסביר למה דחו חז"ל את מצוות השופר בראש-השנה שחל בשבת. הואיל והפעולות הרוחניות שנוצרות על-ידי השופר, נעשות ביום זה מעצמן על-ידי השבת, על-כן די היה בחשש שמא מישהו יחלל שבת לצורך השופר כדי לבטל את מצוות התקיעה ביום זה. איננו מאבדים אפוא דבר בכך שאיננו תוקעים בשופר בראש-השנה שחל בשבת; אדרבה, כל הברכות וההשפעות העליונות אינן תלויות כלל בעבודת האדם אלא באות מלמעלה, בזכות השבת, והן באות בשלמות ומתוך שמחה.

(במאמרי חסידות של אדמו"רי חב"ד)
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: ראש השנה שחל בשבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

איז דער רבי זי"ע מוסיף אויף דעם טאקע שבת האט דער עונג אליין און מען דארף ניט מעורר זיין די עונג העליון, אבער וואו איז אונזער קבלת המלכות?

שופר איז דאך הכתרת המלך, מען איז מקבל דער אויבערשטער אלץ אונזער קעניג, דורך בלאזן שופר וואס איז קול אהן ווערטער, וואס וויזט אויף אונזער ביטול צום מלך.

ווי טוט מען קבלת המלכות אויף ראש השנה שחל להיות בשבת?

דורך א גרעסערע ביטול, אגרעסער ביטול אז מען טוט גארניט מען בלאסט אויך ניט
ווי עס שטייט מאן דמחוי במחוג קמי מלכא איז חייב מיתה ווייל אינפראנט פון קעניג יעדער תנועה וואס מען טוט ניט לכבוד המלך זייער האב

איז אויף א זא הייליגע טאג ווי ראש השנה וואס פאלט אום שבת דערגרייכט מען א גרעסער דרגא פון ביטול און מען טוט אוף קבלת המלכות אהן תקיעות.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: ראש השנה שחל בשבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

פי די עף פון ליקוטי הרב שאץ מאץ
ראש השנה שחל בשבת.pdf
(61.03 KiB) געווארן דאונלאודעד 112 מאל
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
מאנסי געבוירענער
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 30, 2020 10:12 am
לאקאציע: ספרינג וואלי יצ"ו

זכרון תרועה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנסי געבוירענער »

Capture.JPG
Capture.JPG (78.65 KiB) געזען 2313 מאל
געב אכטונג וואס דו טוהסט, ארבעט אביסל מער לאנגסאם!!!
די ארבעט איז נישט פאר מיר, איך בין נישט קיין פעלדמאן!!!!!


מצילי אש ד׳ראקלענד
24hr emergency line
845-426-9111
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

זכרון תרועה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

מאנסי געבוירענער האט געשריבן:
Capture.JPG

ישר כח פארן אויפמערקן איך האב געהאט דעם טעות ביז היצט
The Divided States Of America
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

זכרון תרועה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

מאנסי געבוירענער האט געשריבן:
Capture.JPG

דאס איז א שטארקע הערה.
אבער היות איך זעה אז די מחזורים וואס איך פארמאג אינדערהיים שרייבן אלע אז שבת זאגט מען "יום זכרון תרועה", האב איך אביסל געבלעטערט אין שו"ע ופוסקים, און איך זעה אז דער פרי מגדים (א"א תקפ"ב סק"ד) ברענגט יא דעם לשון "ובשבת אומר ותתן לנו באהבה את יום השבת הזה ויום זכרון תרועה מקרא קודש"! [הגם, ער ברענגט עס כאילו פון לבוש, און אין לבוש גופא שטייט נישט אזוי, אבער אפשר כדאי הוא הפמ"ג לעצמו!]
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

זכרון תרועה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

יש בו האט געשריבן:
מאנסי געבוירענער האט געשריבן:
Capture.JPG

ישר כח פארן אויפמערקן איך האב געהאט דעם טעות ביז היצט

דו געדענקסט נאך וואס דו האסט געזאגט 11 יאהר צוריק?
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

זכרון תרועה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

דער פרי מגדים שרייבט 2 מאל איבער דאס זעלביגע אינעם זעלבן סעיף קטן. שפעטער שרייבט ער "ובשבת כו' 'יום זכרון תרועה באהבה מקרא קדש'"!
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

זכרון תרועה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

אוראייניקל האט געשריבן:
יש בו האט געשריבן:
מאנסי געבוירענער האט געשריבן:
Capture.JPG

ישר כח פארן אויפמערקן איך האב געהאט דעם טעות ביז היצט

דו געדענקסט נאך וואס דו האסט געזאגט 11 יאהר צוריק?

מיין שיגרא דלישנא
The Divided States Of America
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

זכרון תרועה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

איך האב אינדערהיים 6 אנדערע סארט מחזורים, און אלע פון זיי שרייבן אז שבת זאגט מען "יום זכרון תרועה"

ווער איז זיך מתנדב צו מאכן א שאלת חכם דערוועגן?
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

זכרון תרועה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

פארהאן א גאנצע אשכול אין אוצר החכמה בענין זה
http://forum.otzar.org/viewtopic.php?f=50&t=40642
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

זכרון תרועה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

פון די מראי מקומות דארטן (להיפך ווערט נאר געברענגט דעם פרמ"ג הנ"ל)

רא"ש שלהי מסכת ראש השנה: וגם רבינו שמואל בר רבי חפני כתב שמנהג בשתי ישיבות שאם חל ראש השנה בשבת אומרים 'מועדים לשמחה חגים וזמנים לששון את יום הזכרון הזה זכרון תרועה מקרא קודש', ואם חל להיות בחול אומרים 'יום תרועה מקרא קודש'.

לבוש (או"ח סי' תקפ"ב סעי' ז'):
אם חל ראש השנה בחול יאמר יום הזכרון הזה יום תרועה מקרא קודש וכו', ובשבת יאמר ותתן לנו יי' אלהינו באהבה את יום השבת הזה ואת יום הזכרון הזה זכרון תרועה מקרא קודש, ולא יאמר יום תרועה, שכיון שאין תוקעין בשבת אלא מזכירין התרועה בפה לא שייך לומר יום תרועה:

ספר המנהגים (מהר"י טירנא)
(ואם שבת יום השבת הזה ויום הזכרון הזה זכרון תרועה מקרא קודש)

און בפירוש שטייט אזוי אין
מהר"ם בנעט סימן תקפב
[מג"א ס"ק ד]
ואין לומר באהבה מקרא קדש רק זכרון תרועה מקרא קדש.
אם חל בשבת. גם אין לומר יום זכרון תרועה רק זכרון תרועה, וכ"ה בהרי"ף סוף מסכת ראש השנה.


אזוי אויך שטייט דארט פון 'לוח ארש החדש', ואינו תח"י (ס'איז דא אין אוצה"ח, אבער מ'ברויך זיין א מעמבער).
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

זכרון תרועה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

יישר כח. כ'זעה מ'רעדט שוין דארט פונעם פמ"ג.
שרייב תגובה

צוריק צו “ליקוטים וענינים”