דיונים ועיונים בפרשת עקב

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6624
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

דיונים ועיונים בפרשת עקב

תגובהדורך scy4851 » מיטוואך אוגוסט 05, 2009 2:38 pm

וואס איז פינטליך געשעהן מיט קרח?
וויא אזוי איז ער געשטארבען?

מיר ווייסען אלע און אזוי האט מען געלערענט מיט אינז אז קרח איז איינגעזונקען און דער ערד.

מיין זוהן ווייסט מיר היינט א רמב"ן און די וואכעדיגע סדרה פרשת עקב
דער פסוק זאגט
ואשר עשה לדתן ולאבירם בני אליאב בן ראובן..וכו'..אשר פצתה הארץ את פיה ותבלאם וכו'
זאגט דער הייליגער רמב"ן, וזל"ק
ולא הזכיר קרח ועדתו שיצאה אש מלפני ד' ותאכל אותם, בעבור כי איש זר הקרב להקטיר קטורת הוא מלאוי התורה, ולעולם הוא נענש לדורות, כאשר קרה גם לעזיהו, על כן לא מנאו באותות המדבר
ווייזט אויס פון רמב"ן אז קרח איז געשטארבען אוויא די מקריבי הקטורת.

מיר איז א ביסעל שווער אויף דעם רמב"ן, ווייל ביי די מקריבי הקטורת זענען געווען אהרן, קרח, מיט חמשים ומאתים איש, און ווען די תורה זאגט אז זיי זענען פארברענט געווארען שטייט און פסוק
ותאכל את חמשים ומתאים איש מקריבי הקטורת
נאר 250 , איי קרח איז אויך געווען... איז דאך געוון מיט איינס מער...

איז וויא אזוי איז קרח געשטארבען?
the SCY is the limit

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 18115
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך אוגוסט 05, 2009 2:50 pm

ר' שמחה, דער קאמארנער אין פרשת קרח, זאגט אז קורח אליין האט נישט מקריב געווען קיין קטורתאון דערפאר נישט פארברענט געווארן.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 18115
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג אוגוסט 09, 2009 2:30 pm

ר' שמחה אין צדה לדרך ברענגט ער עטליכע תירוצים למה לא הזכיר קורח, ולפי א' מן התירוצים הי' בין מן השרופים ובין מן הבלועים.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1349
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » מיטוואך אוגוסט 17, 2011 6:00 am

שוין יארן וואס מיר איז שווער.

אין די פרשת היראה די וואך, זאגט די תורה וידעתם היום כי לא את בניכם אשר לא ידעו ואשר לא ראו וכו' ואת אותותיו בתוך מצרים לפרעה וכו' ואשר עשה לחיל מצרים, צום סוף פירט ער אויס כי עיניכם הרואות את כל מעשה ה' הגדול אשר עשה.

עס זעהט אויס פון די פסוקים כאילו ח"ו עס איז דא מער התחייבות פאר די דור המדבר וואס האט דאס מיטגעהאלטן ווי די דורות שפעטער, און דאס איז זיכער נישט ריכטיג.
נאך מער, די רוב פון די אידן דארט האבן שוין נישט געזעהן וואס עס איז געווען אין מצרים וכדומה, די אלע (פון 20 ביז 60) וואס האבן מיטגעהאלטן זענען געשטארבן, בלויז די מיעוט האט געזעהן די אלע ניסים, אויב אזוי וויאזוי זאגט מרע"ה כי עיניכם הרואות וכו'.
בפרט אז די תורה איז דאך א נצחיות, די אלע מוסר וואס משרע"ה זאגט פאר די אידן איז אויך פאר אונזער דור, ממילא וויאזוי שטימט דאס.

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מיטוואך אוגוסט 17, 2011 6:06 am

אולי מיינט משה רבינו צו זאגען אז אזא דור וואס האט נישט דערלעבט קיין הסתר פנים איז די תביעה אסאך גרעסער
רביה"ק זי"ע האט דאך געזאגט אז ביי א איד וואס ווען ער לייגט תפילין אויף אנ'ארם וואס עס זענען אריינגעקראצט נומערען
קען מען געבען א קוויטעל ווייל אזא איד האט זיך שטארק געהאלטען אפילו דארך אזא הסתר פנים ווי די קריג
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

כיצחק
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 26, 2011 5:31 pm
לאקאציע: THE "SANE" ASSYLUM

תרי מרגניתא

תגובהדורך כיצחק » דאנארשטאג אוגוסט 18, 2011 11:05 pm


אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 7:12 am

אין צבי לצדיק שטעלט ער זיך אויף לא תוכל כלותם מהר פן תרבה עליך חית השדה
אז וויבאלד דער ענין רעדט דאך פון עושין רצונו של מקום
איז וואס פאסט דער פחד פון חית השדה
און ער שרייבט אז דאס איז א הערה חדשה שלא העירו בה
און ער גייט כדרכו בדרך הקבלה באריכות צו פארענטפערען
ולפלא איז מיר אז ער ברענגט נישט אראפ רש"י דארט אויפן ארט
וואס זאגט אז גלוי לפניו אז אידען וועלען פאלען אין א מדריגה פון אין עושין רצונו של מקום
אולי מיינט ער צו פרעגען אז אדעוואהל איז נישטא קיין רמז אין די פרשה אז מען וועט אראפ פון די מדריגות
נאר קען זיין אז וויבאלד עס שטייט כי תאמר בלבבך רבים הגויים האלה ממני איכה אוכל להורישם
גייט דאס אריין אין די בחינה פון וכי תאמרו מה נאכל אזוי ווי דער רבי רבי זושא זי"ע זאגט הובאו דבריו בסה"ק נועם אלימלך פ' בהר
אז דאס פרעגען אליין האקט אפ די שפע ברכה והצלחה פון הימעל
ממילא קען זיין אז דאס פרעגען איז אליין גורם א ירידה אין מדריגה אין א געוויסען זין צו א מדריגה פון אין עושין רצונו של מקום
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7772
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 10:21 am

שטארקע הערה.

---
וכי תאמרו וכו' איז א שיינער רעיון.

אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 710
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

תגובהדורך פייערמאן » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:28 am

בשייכות למה שהבאנו בפרשת פיקודי אם היה לחם הפנים במדבר, וקושיית הקר"א על התוס' אמאי לא הביאו מהפסוק ויערוך עליו ערך לחם, הנה בספרי פר' עקב איתא דלחם הפנים נוהגת רק בא"י, ובשו"ת חדות יעקב סי' כ"ד תמה האמרי אמת ע"ז, והקשה גם על התוס' כקושיית הקר"א, וראה עוד בדף על הדף מס' מנחות דף מ"ט.

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1501
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 5:51 am

וכי למדין ממדבר, דלמא מיירי הספרי אחר שנכנסו לארץ

אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 710
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

תגובהדורך פייערמאן » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 11:04 am

בלעטל האט געשריבן:וכי למדין ממדבר, דלמא מיירי הספרי אחר שנכנסו לארץ

ז"ל הספרי פסוק י"ג 'אין לי אלא מצות שנוהגות עד שלא נכנסו לארץ, כגון בכורות וקרבנות ומעשרות בהמה. מצות נוהגות משנכנסו לארץ, כגון העומר והחלה וב' הלחם ולחם הפנים, מנין? - ת"ל "והיה אם שמוע תשמעו אל מצותי", לרבות שאר מצות.'

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1501
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 6:59 pm

אה יעצט רעדסטו


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט