דיונים ועיונים במגילת איכה

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

געטראנק

דיונים ועיונים במגילת איכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געטראנק »

בכה תבכה בלילה.
פירש"י: בכו תבכה - שתי בכיות על שתי חורבנין. בלילה - שהמקדש נשרף בלילה דאמר מר לעת ערב הציתו בו את האור.

לכאורה לויט דעם פארוואס וויינט מען ליל ט' אב? די בית המקדש איז דאך חרוב געווארן לעת ערב פון י' אב?
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

לעת ערב פון י' אב מיינט, סוף ט' אב, און דערפאר קוקט מען לויט די אנפאנג ווען מ'האטעס אונטערגעצינדן, און מ'קלאגט ט' אב, און טאקע ווייל ס'האט בעיקר געברענט י' אב, דארף מען אנהאלטן רוב ניין טעג הלכות ביז י' אב ביי חצות. (אויסער ווען ס'געפאלט ערב שבת.)
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

א בפירושע גמרא, דאמר רבי יוחנן אלמלי הייתי באותו הדור - לא קבעתיו אלא בעשירי, מפני שרובו של היכל בו נשרף. ורבנן אתחלתא
דפורענותא עדיפא. (תענית כט.)
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
געטראנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געטראנק »

איך_הער האט געשריבן:לעת ערב פון י' אב מיינט, סוף ט' אב, און דערפאר קוקט מען לויט די אנפאנג ווען מ'האטעס אונטערגעצינדן, און מ'קלאגט ט' אב, און טאקע ווייל ס'האט בעיקר געברענט י' אב, דארף מען אנהאלטן רוב ניין טעג הלכות ביז י' אב ביי חצות. (אויסער ווען ס'געפאלט ערב שבת.)

עפעס זאגסטו, אבער למעשה נאך אלעם איז די בלילה וואס רש"י ברענגט 'שהמקדש נשרף בלילה' געווען ליל י' אב.

נאך איז שווער די לשון שהמקדש נשרף 'בלילה' וואס דאס איז י' אב, און ברענגט א ראי' כדאמר מר לעת 'ערב' הציתו בו את האור, וואס דאס איז געווען סוף ט' אב?
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

הציתו איז איין זאך און נשרף איז אן אנדערע זאך.

הציתו איז געווען לעת ערב, וואס טייטשט פארנאכט'ס, און נשרף וואס מיינט פארברענט, איז געווען בלילה, און די פייער האט געברענט ביז אינדערפריה.
געטראנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געטראנק »

אה! יעצט שטימט שוין בעסער.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

קען ווער אהערברענגען ר' וויכי? ער ווייסט פון א מהרש"א אויף די נושא.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

דא בינעך, יאפ, מיר האבן געלערענט, און איך האב מיך נישט געקענט גובר זיין אויף מיין יצר, כאגעמוזט ארויסנעמען א גמרא יעצט, און איבער-לערנען..

איכער האט זייער גוט פארענטפערט..

די גמרא ברענגט דארט אז ט' באב האבן די יודן געוויינט וועגן די מרגלים, און דער אייבערשטער האט געזאגט, "אתם בכיתם בכיה של חנם, ואני קובע לכם בכיה לדורות"..

(א זייטיגע זאך, די מהרש"א פארענטפערט זייער שיין די סתירות פון צוויי פסוקים, און ער טייטש'ט אריין, אתם בכיתם בכיה של "חנם" מיינט אלס "שנאת חנם" צום אייבערשטען, און דער אייבערשטער האט געשטראפט מדה כנגד מידה, אז די צווייטע ביהמ"ק איז חרב געווארן וועגן "שנאת חנם"..)

דאס וואס איכער ענטפערט, שטייט בפירוש אין די גמרא, די גמרא ברענגט איין פסוק (מלאכים, ב, כ"ה.) בחודש החמישי "בשבעה" לחודש... און די צווייטע פסוק (ירמיה, נב.) ובחודש החמישי "בעשור" לחודש..

ברענגט די גמרא א ברייתא, אז ס'קען נישט זיין די זיבעטע טאג אין אב, ווייל ס'שטייט די "בעשירי" און ס'קען נישט זיין די 10'טע טאג אין אב, ווייל ס'שטייט "בשביעי".. נאר וואס יא?. אין די זיבעטע טאג זענען די גוים אריין אין היכל, זיי האבן זיך דארט געדרייעט, און געטוהן וואס זיי האבן געוואלט.. "ותשיעי סמוך לחשיכה היציתו בו את האור והיה דולק והולך כל היום כולו"..
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

אז מ'רעדט שוין, איך זעה ווי געטראנק האט דערמאנט די רש"י.. לויט רש"י זענען די מרגלים צוריקגעקומען ח' אב נאכמיטאג, און ביינאכט האבן די יודן געוויינט, (קומט אויס אז דאס וויינען ח' ביינאכט.. שטימט גוט מיט די מרגלים.. אתם בכיתם..) לויט תוס', זענען די מרגלים צוריקגעקומען ט' אב נאכמיטאג, און די יודן האבן געוויינט ט' פארנאכט'ס.. און דעמאלטס האט מען טאקע אנגעצינדן די ביהמ"ק..
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
געטראנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געטראנק »

יישר כח מו"ה וויכטיג מאכער הי"ו.
אז מ'לערנט קען מען!
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”