לקוטים וענינים בפרשת שלח

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

שלח לך אנשים
זאגט רש"י: לדעתך. אויב דו ווילסט קענסטו שיקן מרגלים אבער איך הייס דיר נישט שיקן.
לכאורה איז שווער א קשיא, אויב שיקן מרגלים איז א גוטע זאך, פארוואס האט דער אויבערשטער נישט געהייסן שיקן ? און אויב עס איז נישט קיין גוטע זאך, פארוואס טאקע האט דער אויבערשטער אים נישט צוריק געהאלטן פון שיקן ?
מען קען ענטפערן, ווייל עס שטייט אז פון אויבערשטן קומט נישט ארויס קיין שלעכטס. דער אויבערשטער האט געזאגט פאר משה רבינו אז ער וועט נישט אריין גיין אין ארץ ישראל.
קומט אויס, אויב וואלט מען נישט געשיקט מרגלים וואלטן די אידן גלייך אריין אין ארץ ישראל, דאס איז א טובה פאר די אידן, אבער א שלעכטס פאר משה רבינו ווייל ער וואלט געשטארבן פריער.
אויב וועט מען יא שיקן מרגלים וועלן די אידן נישט אריין אין ארץ ישראל ביז 40 יאר דאס איז א טובה פאר משה רבינו אז ער וועט נישט תיכף שטארבן, אבער עס איז א שלעכטע זאך פאר די אידן, ווייל זיי וועלן דארפן זיין אין מדבר 40 יאר. קומט אויס אז ווי אזוי מען וועט טוען וועט פאר איינעם נישט זיין גוט.
וועגן דעם האט דער אויבערשטער געזאגט פאר משה רבינו שלח לך קענסט שיקן מרגלים דאס וועט זיין א טובה נאר פאר דיר. אבער ווייל דורך דעם וועט ארויס קומען א שלעכטע זאך פאר די אידן, קען איך דיר נישט הייסן שיקן.
(פנינים יקרים)
ב
שלח לך אנשים ויתרו את ארץ כנען אשר אני נותן לבני ישראל וגו' (יג-)
עס ווערט געברענגט אין ספר עמודי שבעה בשם האר"י הקדוש אז די מרגלים זענען געווען די נשמות פון די הייליגער שבטים (די צען ברידער וואס זענען געקומען צו יוסף הצדיק.) און וועגען דעם האט יוסף הצדיק מרמז געווען צו די ברידער "מרגלים אתם" איר גייט שפעטער זיין די מרגלים. די ברידער האבען אבער נישט פארשטאנען וואס יוסף מיינט, האבען זיי געענפערט "לא היו עבדיך מרגלים" מיר זענען נישט געווען פריער מרגלים! מיר וועלען ערשט זיין מרגלים אין די צייטען פון משה רבינו. מיט דעם קען מען אויך פארשטיין פארוואס מען האט זיי אנגערופען "אנשים-צדיקים", ווייל דאס זענען דאך געווען די הייליגע "שבטי י-ה".

ג
כולם אנשים ראשי בני ישראל המה. ברש"י: ואותה שעה כשרים היו. (יג ג)
לכאורה זענען די ווערטער "באותה שעה" איבריג, רש"י וואלט געקענט זאגן נאר די ווערטער "כשרים היו"? מען קען דאס זייער שיין מפרש זיין בדרך חשבון:
מיר ווייסען אז די אידן האבן שפעטער באצאלט פאר די עבירה אז מ'אז געבליבן אין מדבר 40 יאר, "יום לשנה" - פאר יעדען טאג וואס די מרגלים האבן שפיאנירט אין ארץ ישראל איז מען געבליבן אין מדבר א יאר.
אויב מיר זאלן דאס רעכענען אויף שעות, וועט אויסקומען אז אויף יעדע שעה וואס די מרגלים זענען געווען אין ארץ ישראל, איז מען געווען אין מדבר א האלבע חודש, ווייל 40 טעג איז 960 שעה, און 40 יאר איז 480 חדשים, און צוויי מאל 480 איז 960, קומט אויס אז אין פערציג יאר איז דא 960 האלבע חדשים, קומט אויס א שעה פאר א האלבע חודש.
און מיר ווייסען אז די אידן זענען נישט געווען אין מדבר גאנצע 40 יאר, ווייל זיי זענען ארויס פון מצרים י"ד ניסן, און אריין אין ארץ ישראל י' ניסן, פעלט דאך 4 טעג. אויך 11 טעג פון די 40 יאר וואלטן זיי דאך סיי ווי געגאנגען, ווי עס שטייט אין פסוק "אחד עשר יום מחורב דרך הר שעיר".
קומט אויס אז עס איז פונקט 15 טעג ווייניגער פון 40 יאר, וואס לויט'ן פריעדיגען חשבון איז פאר יעדע שעה וואס זיי זענען געווען אין מדבר האט מען באצאלט 15 טעג (א האלבע חודש). מיט דעם פארשטייען מיר שוין וואס רש"י זאגט "באותה שעה כשרים היו" אז איין שעה זענען זיי יא געווען ערליך ממילא פעלט טאקע פון די עונש 15 טעג פאר די שעה.
(דברי חכמים)
ד
ויקרא משה להושע בן נון יהושע.
זאגט דער תרגום יונתן: אז ווען משה רבינו האט געזען אז יהושע איז א עניו, ער האלט זיך קליין, האט ער אים אנגערופן יהושע.
לכאורה וואס פאר א שייכות האט דער נאמען יהושע מיט זיין קליין האלטן ?
נאר מען קען דאס זייער גוט פארענטפערין. ווייל עס שטייט אין מדרש: ווען עס וועט קומען די צייט פון תחיית המתים במהרה בימינו וועלן די מתים אויפשטיין לויט די אל"ף בי"ת. דאס מיינט, אז די מענטשן וואס זייער נאמען הייבט זיך אטן מיטן אות א' (למשל: אברהם, אהרן) וועלן אויפשטיין צו תחיית המתים בעפאר די מענטשן וואס זייער נאמען הייבט זיך אן מיט א ב' (למשל: ברוך, בנימין). אויסער די מענטשן וואס האבן זיך געהאלטן קליין, זיי וועלן אויפשטיין בעפאר יעדעם איינעם נישט לויט די רייע.
לויט דעם וועט מען זייער גוט פארשטיין דעם תרגום יונתן, ווען משה רבינו האט געוואלט רופן הוש"ע מיט'ן נאמען יהוש"ע האט ער געטראכט אז יהושע וועט האבן טענות צו אים, ווייל דורך דעם וועט זיין נאמען זיך אנהייבן מיטן אות יו"ד אנשטאט דעם אות ה' וועט ער דאך אויפשטיין צו תחיית המתים שפעטער. אבער ווען משה רבינו האט געזען אז ער איז א עניו וועט ער דאך ממילא אויפשטיין בעפאר יעדעם איינעם, קען מען אים שוין אנרופן מיט'ן נאמען יהוש"ע.

(עבורת ישראל – בליקוטים)
ה
ויקרא משה להושע בן נון יהושע (שם)
אין פרשת בהעלותך (יב-ג) שטייט: "והאיש משה ענו מאד מכל האדם אשר על פני האדם". משה רבינו מיט זיין גרויס ענוה, האט אבער דאס נישט געוואלט אריין שרייבען, האט ער געשריבען "ענו" חסר אהן א "י" (אנשטאט "עניו".) און ווען ער האט געזעהן די גרויס ענוה פון יהושע ווי ער אנטלויפט פון כבוד, האט ער צוגעלייגט צו זיין נאמען יענער "י".
(מהר"ש מבעלזא זי"ע)

ו
והערים בצורות גדולות מאוד. (לשון בירניות גדולים - רש"י).
די מרגלים האבן דערציילט פאר די אידן, אז אין א"י געפינען זיך אזעלכע רונדיגע פלאלאצן. זייער כוונה דערמיט איז געווען, לויט ווי רש"י ברענגט אין פלר' מצורע, אין נאמען פון חז"ל, אז די אמוריים האבן באהאלטן זייער פארמעגן אין די וואנט אויס מורא אז די אידן וועלן הנאה האבן דערפון ווען זיי וועלן אריינקומען. צוליב דעם האט השי"ת געשיקט די נגעי בתים, איז אנטדעקט געווארן די אוצרות, און די אידן זענען נתעשר געווארן דערפון.
די הלכה איז (נגעים פל"ב מ"א), אז אין רונדיגע הייזער איז נישטא דער דין פון נגעי בתים. דאס האבן די מרגלים געמיינט מרמז צו זיין פאר די אידן, אויב קלערט איר אז מ'וועט נאך סוכ"ס הנאה האבן פון זייער פארמעגן וואס ליגט באהאלטן אין די ווענט, ניין, והערים בצורות, דארטן איז פארהאן רונדיגע פלאלאצן וואס ס'איז נישטא די הלכה פון נגעי בתים, דעריבער לוינט זיך נישט ארויפצוגיין קיין א"י, ווייל זייער פארמעגן וועט קיינמאל נישט אנטדעקט ווערן.
(הגאון ר' שלמה קלוגער ז"ל)
ז
ארץ אוכלת יושבי'.
דער מנהג המקום פון די כנענים איז געווען, אז ווען ס'איז געשטארבן א מענטש ל"ע, האט מען אים באהאלטן ביז ס'איז נפטר געווארן אן אדם חשוב, דאן האט מען ארויסגענומען אלע מתים און צוזאמען געמאכט א גרויסע לוי'. אזוי ווי אין יענעם טאג ווען די מרגלים האבן באזוכט א"י איז איוב נפטר געווארן, האבן זיי דאן באערדיגט אלע נפטרים. ווען די מרגלים האבן דאס באמערקט, זענען זיי צוריקגעקומען מיט זייער נייעס אז ס'איז אן ארץ אוכלת יושבי'
(ליקוטי האר"י הק')

ח
אלה שמות האנשים אשר שלח משה לתור את הארץ ויקרא משה להושע בן נון יהושע.
די מפרשים ברענגען א ירושלמי אין מסכת סנהדרין (פ"ב הלכה ו'), ר' הושעיא האט געזאגט, די יו"ד וואס איז אוועק גענומען געווארן פון די נאמען שרי, ווען מען האט געטוישט איר נאמען פון שרי צו שרה, איז ארויף געגאנגען צום אויבערשטער, און ער האט געזאגט, האר פון דער וועלט! דו האסט מיר ארויס געריסן פון די צדיקת שרה!
האט דער אויבערשטער געענטפערט, פריער ביסטו געווען אין די נאמען פון א נקבה, און דו ביסט געווען ביים סוף פון די נאמען, איך שווער ביי דיין לעבן, אז איך וועל דיר אריין לייגן אין די נאמען פון א זכר, און דו וועסט זיין ביים אנהויב פון זיין נאמען. דאס איז דא ביי די נאמען הושע, וואס מען האט צוגעלייגט די יו"ד אין אנהויב פון זיין נאמען.
זאגן די מפרשים, אז מיט דעם קען מען אויך פארענטפערן, פארוואס עס איז דא א חיריק אונטער די ב' פון די ווארט בן און נישט קיין סגול, ווייל די יו"ד וואס איז געקומען פון שרי, האט נישט קיין געהאט קיין נקודות, און ביי יהושע האט עס באקומען א שו"א, אויב אזוי, פון וואו האט מען גענומען דעם שו"א? נאר מען האט צוגענומען צוויי פונטליך פון די סגול וואס איז אונטער די ווארט בן, און דאס האט מען צוגעלייגט אונטער די יו"ד פון יהושע, און אזוי איז געבליבן נאר א חיריק אונטער די ווארט בן.
ט
וישבו מתור הארץ מקץ ארבעים יום:
עס שטייט אין צעטיל קטן (סעיף ט"ז) פון הייליגן רבי ר' אלימלך זי"ע, אויב מען וויל צוברעכן א שלעכטע מדה זאל מען טוען 40 טעג אנדערש פון די שלעכטע מדה, און נאך דעם וועט ער שוין זיין צוגעוואוינט צו די גוטע מדה.
דאס קען זיין מרומז אין פסוק: וישבו מתור הארץ אויב מען וויל זיך צוריק קערן פון "ארציות" (ארציות מיינט: נישט גוטע מדות) פון שלעכטע מדות, מקץ ארבעים יום זאל מען ארבייטן אויף זיך 40 טעג.
(אך פרי תבואה)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ואלה שמותם למטה ראובן שמוע בן זכור.
דער רמב"ן זאגט, אז די שבטים ווערן דא אויסגערעכנט לויט זייער חשיבות (און נישט לויט זייער עלטער, און נישט לויט די סדר הדגלים). דער נשיא וואס איז געווען מער חשוב, ווערט זיין שבט אויסגערעכנט ערשט.
די מפרשים זאגן, אז פון דעם זעהן מיר, אז די מענטשן זענען געווען זייער גרויס, ווייל יהושע ווערט דא אויסגערעכנט די פיפטע, קומט אויס, אז די אלע וואס זענען אויסגערעכנט פאר אים, זענען געווען גרעסער פון יהושע.


למטה יהודה כלב בן יפנה.
די גמרא זאגט אין מסכת סוטה (דף י"א:), אז זיין טאטע'ס נאמען איז געווען חצרון, אזוי ווי עס ווערט דערמאנט אין נ"ך, נאר וועגן דעם רופט מען אים דא "יפנה", שפנה מעצת מרגלים, ווייל ער האט זיך אוועק געקערט פון די עצה פון די מרגלים.


למטה אפרים הושע בן נון.
פארוואס שטייט די ווארט "בלהן" מיט א חיריק אונטער די ב', און נישט מיט קיין סגול, אזוי ווי עס שטייט אייביג ביי די ווארט בן? זאגט דער רמב"ן אין פרשת בשלח צוויי תירוצים. א- עס איז אסאך מאל די שטייגער פון די תורה צו שרייבן בן מיט א חיריק, אזוי ווי מיר טרעפן ביי די פרשה פון מלקות "והיה אם בן הכות הרשע", און אזוי אויך ביי נאך ערטער. ב- מען האט אים אזוי גערופן פאר זיין כבוד, ווייל ער איז געווען די גרעסטע פון די תלמידים פון משה רבינו, און מען האט אים גערופן "בינון", וואס דאס איז א לשון פון וויסנשאפט, ווייל עס איז נישט געווען א נבון אזוי ווי אים.


למטה יוסף למטה מנשה גדי בן סוסי.
דער דעת זקנים מבעלי תוס' ברענגט א מדרש, אז דא האט יוסף גענומען זיין באלוינונג, פארדעם וואס ער האט גערעדט לשון הרע אויף זיינע ברודער. וועגן דעם טוט די פסוק מיחס זיין יוסף צו די נשיא פון שבט מנשה, און נישט צו די נשיא פון שבט אפרים, ווייל די נשיא פון שבט מנשה האט גערעדט לשון הרע אויף ארץ ישראל, און די נשיא פון שבט אפרים האט נישט גערעדט לשון הרע אויף ארץ ישראל.
זאגט דער חזקוני, דאס איז אויך דער טעם, פארוואס די פסוק האט דא אפגעטיילט שבט אפרים פון שבט מנשה, ווייל איינער האט יא גערעדט לשון הרע, און דער אנדערע האט נישט גערעדט לשון הרע.


ויקרא משה להושע בן נון יהושע.
די מפרשים שטעלן זיך, פארוואס האט ער געדארפט טוישן זיין נאמען? דער טור על התורה זאגט, אז משה האט געוואלט, אז מען זאל אים נישט דערקענען. יהושע איז געווען דער, וואס האט געהאלטן מלחמה מיט עמלק, און ער האט זיי איינגענומען, און יעצט קומען זיי אן אויף די פלאץ וואו די עמלקים וואוינען, האט משה געטוישט זיין נאמען, כדי מען זאל נישט דערקענען ווער ער איז.


וישלח אתם משה לתור את ארץ כנען ויאמר אלהם עלו זה בנגב ועליתם את ההר.
זאגט דער חזקוני, וועגן דעם האט ער זיי געהייסן אז זיי זאלן ארויף גיין דעם בארג, ווייל דער ערשטער זאך דארף מען זעהן ווי אזוי איינצונעמען דעם בארג, און אויב מען וועט אייננעמען דעם בארג, וועט מען שוין גרינג קענען ווייטער אייננעמען, ווייל ווען מען האלט מלחמה פון א בארג, איז גרינג צו באזיגן דעם שונא, וואס שטייט פון אונטן.

והתחזקתם ולקחתם מפרי הארץ והימים ימי בכורי ענבים.
משה רבינו האט געזאגט פאר די מרגלים, אז זיי זאלן זיך שטארקן, און זיי זאלן נעמען פון די פירות פון ארץ ישראל, כדי צו ווייזן פאר די אידן. פרעגט דער רמב"ן, פארוואס האט אויסגעפעהלט אז זיי זאלן זיך דארפן שטארקן, צו נעמען פירות פון דארט? ענטפערט דער רמב"ן, ווייל אויב די מענטשן וועלן באמערקן, אז זיי טראגן ארויס פון דארט די פירות, וועט מען דערקענען אז זיי זענען מרגלים, און מען וועט זיי אפשר כאפן. וועגן דעם האבן זיי געדארפט האבן חיזוק, אז זיי זאלן נישט מורא האבן.
דער חזקוני זאגט, אז די פסוק אליין זאגט פארוואס זיי האבן געדארפט האבן חיזוק, ווייל וויבאלד עס איז געווען די צייט וואס די טרויבן ווערן געצייטיגט, ממילא זענען געשטאנען שומרים אין אלע פעלדער, כדי אפצוהיטן אלע פרוכט, ממילא האבן זיי געדארפט האבן חיזוק, אריין צו גיין אין די פעלדער, און צו נעמען פון די פרוכט, אפילו עס שטייען דארט שומרים.




(י"ג, כ"ב) "ויעלו בנגב ויבא עד חברון ושם אחימן ששי ותלמי ילידי הענק וגו'".
זאגט רש"י, אז כלב אליין איז דארט געגאנגען (וועגן דעם שטייט א לשון יחיד "ויבא" עד חברון), און ער האט מתפלל געווען אויף די קברים פון די אבות, אז ער זאל נישט ווערן איבערגערעדט פון די מרגלים, צו האלטן אזוי ווי זיי.
דער רד"ק זאגט אין נביא יהושע (קאפיטל י"ד פסוק ט'), אז וועגן דעם איז נאר כלב דארט געגאנגען, ווייל די אנדערע מרגלים האבן מורא געהאט דארט צו גיין, ווייל דארט האבן געוואוינט די גרויסע ריזן, און זיי האבן מורא געהאט פון די ריזן. דאס איז די כונה פון די המשך פון די פסוק "ושם אחימן ששי ותלמי ילידי הענק". די פסוק וויל געבן צו פארשטיין פארוואס די אנדערע זענען נישט געגאנגען.
מיר דארפן אבער פארשטיין, פארוואס איז יהושע נישט געגאנגען דארט? ווייטער אין קאפיטל י"ד פסוק כ"ד, זאגט דער אור החיים הקדוש, ווייל יהושע האט נישט געדארפט מתפלל זיין ביי די קברי אבות, אז ער זאל געראטעוועט ווערן פון די עצה פון די מרגלים, ווייל ער האט געהאט די ברכה פון די צדיק משה רבינו, ממילא איז ביי אים נישט אפילו געווען א גדר פון א נסיון. אבער כלב וואס ער האט נישט געהאט די ברכה פון דער צדיק, האט געהאט שווערע נסיונות, זיך צו קענען האלטן, האט ער געדארפט יא גיין מתפלל זיין ביי די קברי אבות.

(י"ג, כ"ד) "למקום ההוא קרא נחל אשכול על אדות האשכול אשר כרתו משם בני ישראל".
פארוואס האט מען עס א נאמען געגעבן "נחל" אשכול, פארוואס האט מען עס נישט א נאמען געגעבן אשכול אליין?
זאגט דער תרגום יונתן, אז עס איז גערינען אזוי פיל וויין פון דעם אשכול, אז עס איז געווארן אזוי ווי א נחל פון וויין. וועגן דעם האט מען עס א נאמען געגעבן נחל אשכול.

(י"ג, ל"ג) "ושם ראינו את הנפילים בני ענק מן הנפלים וגו'".
דער דעת זקנים מבעלי תוס' זאגן צוויי פשטים, פארוואס די ריזן ווערן אנגערופן מיט די לשון "נפילים".
א- דאס איז א לשון פון פלא, וואונדער, אלע וואס קוקן אן אויף די ריזן טוען זיך וואונדערן אויף זייער הויכקייט.
ב- עס איז א לשון פון נפילה, פאלן, ווער עס זעהט זיי, האט מורא, אז ער זאל נישט ארויף פאלן אויף אים.

(י"ד, ג') "ולמה ה' מביא אתנו אל הארץ הזאת לנפל בחרב וגו'".
דער בעל הטורים זאגט, אז די חטא פון די מרגלים האבן גורם געווען צו די חורבן בית ראשון, און אויך האט עס צוגעברענגט צום שטער, פון אויפבויען די בית שני אין די צייט פון המן.

(י"ד, ט') "אך בה' אל תמרדו ואתם אל תיראו את עם הארץ כי לחמנו הם סר צלם מעליהם וה' אתנו אל תיראם".
יהושע און כלב האבן געזאגט צו כלל ישראל, אז מען זאל נישט ווידערשפעניגן אין דער אויבערשטער, און איר דארפט נישט מורא האבן פון די גוים פון ארץ ישראל, ווייל זיי זענען אזוי ווי אונזער ברויט. (דאס מיינט אז מיר וועלן זיי פארלענדן אזוי ווי מען פארלענד ברויט, ווען מען עסט עס) עס האט זיך אפגעטוען די שאטן פון זיי, און דער אויבערשטער איז מיט אונז, ממילא דארפט איר נישט מורא האבן פון זיי.
די ראשונים שטעלן זיך אויף די ווערטער "סר צלם מעליהם", די שאטן האט זיך אפגעטוען פון זיי. וואס איז די כונה פון די ווערטער? רש"י זאגט צוויי פשטים.
א- עס האט זיך אפגעטוען זייער שאטן, אז דער צדיק איוב וואס האט באשיצט אויף זיי, אזוי ווי א שאטן פון א בוים טוט באשיצן אויף דער מענטש פון די זין, איז שוין געשטארבן.
ב- "צלו של מקום סר מעליהם", דער שאטן פון דער אויבערשטער האט זיך אפגעטוען פון זיי. דאס מיינט אז דער אויבערשטער טוט זיי מער נישט שיצן, ממילא וועט מען זיי קענען גרינג אייננעמען.
ג- דער אבן עזרא זאגט, אז "צלם" מיינט זייער פאנצער, וואס מען טוט זיך דערמיט באשיצן פון די שפיזן פון די שונה, בשעת מען איז אין א מלחמה. דאס האלט מען אין די הענט, און מען טוט דערמיט פארשטעלן די שפיזן פון דעם שונא.
די פסוק מיינט צו זאגן, אז עס איז געפאלן אזא גרויסע פחד אויף די גוים, אז זיי האבן שוין אפגעטוען די פאנצער, דאס מיינט אז זיי האבן אראפ געלייגט זייער געווער, און זיי האלטן נישט ביי גיין אין מלחמה מיט אונז.
דער רמב"ן פירט אויס, אז דאס איז א גוטע פשט.
ד- דער רמב"ן זאגט, אז עס איז באקאנט אז אין די נאכט פון הושענא רבה, קען א מענטש זעהן, צו ער וועט אויסלעבן די קומענדיגע יאר. אויב ער גייט ארויס ביינאכט צו די ליכטיגקייט פון די לבנה, און ער זעהט נישט די שאטן פון זיין קאפ, איז א סימן אז ער וועט נישט אויסלעבן די יאר.
דאס מיינט די פסוק צו זאגן, "סר צלם מעליהם", זייער שאטן האט זיך אפגעטוען פון זיי, וואס פון דעם זעהט מען אז זיי וועלן געהרג'עט ווערן, און מען דארף גארנישט מורא האבן פון זיי.
ה- עס איז באקאנט וואס די חז"ל זאגן, אז יעדע פאלק האט א מלאך, א שר אין הימל. פאר דער אויבערשטער טוט שטראפן א פאלק, טוט ער קודם מאכן פאלן זייער האר אין הימל, וואס טוט באשיצן אויף זיי.
זאגט די פסוק "סר צלם מעליהם", אז עס איז שוין אפגעטוען געווארן געווארן זייער שר אין הימל, וואס טוט באשיצן אויף זיי, און ממילא דארף מען זיך נישט זארגן, ווייל זיי האבן שוין נישט קיין שום כח.

ויאמרו כל העדה לרגום אתם באבנים וגו'.
רש"י זאגט אז זיי האבן געוואלט פארשטיינערן יהושע און כלב, און אזוי זאגט אויך דער אבן עזרא. אבער אין תנא דבי אליהו (פרק כ"ט) איז משמע, אז זיי האבן געוואלט פארשטיינערן משה און אהרן.

ועבדי כלב עקב היתה רוח אחרת עמו וימלא אחרי והביאתיו אל הארץ אשר בא שמה וזרעו יורשנה.
פרעגן די מפרשים, וואס איז מיט יהושע, פארוואס זאגט נישט דער אויבערשטער, וואס יהושע וועט באקומען פאר זיין שכר, וואס ער איז אויך נישט מיט געגאנגען מיט די עצה פון די מרגלים? עטליכע תירוצים זענען דא אויף דעם אין די מפרשים.
א- דער רמב"ן זאגט, ווייל עס פאסט נישט, אז מען זאל דא זאגן די שכר פון יהושע, אז ער וועט איבער נעמען די הנהגה פון כלל ישראל, נאכדעם וואס משה וועט נסתלק ווערן, ווייל וויבאלד דער אויבערשטער רעדט דא צו משה רבינו.
ב- דער אור החיים הקדוש זאגט, ווייל יהושע בן נון האט נישט געהאט קיין שום מלחמה מיט זיין יצר הרע, אז ער זאל נישט מיט שטיין מיט די מרגלים, וויבאלד משה רבינו האט אויף אים מתפלל געווען "י-ה יושיעך מעצת מרגלים", און מיר ווייסן אז עס איז דא א כח אין די תפילה פון א צדיק, צוריק צו האלטן א מענטש פון א חטא.
ג- דער פענח רזא ענטפערט, ווייל די עיקר פון די שכר פון דעם פסוק, איז דאס וואס די פסוק זאגט צום סוף "וזרעו יורשנה", אז זיינע קינדער וועלן פארטרייבן די גוים פון ארץ ישראל, און זיי וועלן עס ירש'ענען. די חז"ל דרש'ענען אין מסכת פסחים (דף קי"ט), אז יהושע האט נישט געהאט קיין זון, ממילא איז ביי אים נישט געווען שייך דעם ברכה.



ויהיו בני ישראל במדבר וימצאו איש מקשש עצים ביום השבת.
עס זענען דא דריי שיטות אין די חז"ל, וואס דער איד האט געטוען, וואס מיט דעם האט ער מחלל שבת געווען.
א- איינער האלט, אז ער האט אויסגעריסן גראזן פון דער ערד.
ב- איינער האלט אז ער האט געטראגן פיר איילן אין דער רשות הרבים.
ג- איינער האלט אז ער האט צוזאמען געקליבן די תבואה, און ער האט געמאכט א שייער מיט בינטלעך, וואס דאס איז די מלאכה פון מעמר.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

- א -
שלח לך אנשים
הרה"ק מקאצק זי"ע פלעגט זאגן בדרך מליצה, שלח לך אנשים, "שיק אוועק דאס מענטשליכקייט" (ד.מ. געוויסע זאכען מאכט מען ווייל "יענער" מאכט דאס. טיילמאל דארף מען דאס פארמיידען).
(אמת ואמונה)
- ב -
"אנשים" טוט אנדייטען אויף חשוב'ע פלערזאנען. דאס זאגט דער פלסוק, שלח לך אנשים, שטענדיג אין יעדען דור שיקט השי"ת אראפל צדיקים וואס זאלן פירען די אידישע קינדער, ווי חז"ל זאגן "אתפלשטותא דמשה בכל דרא ודרא".
(הרה"ק ר' אהרן מקארלין זי"ע)

- ג -
איש אחד איש אחד למטה אבותיו
דורך דעם וואס אידן האלטען זיך באחדות, "איש אחד", זענען זיי זוכה מעורר צו זיין "זכות אבות", ווי דער פלסוק פירט אויס "למטה אבותיו".
(דברי בינה)
- ד -
וישלח אותם משה ממדבר פלארן
משה רבינו ע"ה האט זיי געשיקט דייקא פון "מדבר פלארן" דאס פללאץ וואו מרים האט גערעדט לשה"ר, און איז געשטראפט געווארען דערויף, טראצדעם וואס איר כוונה איז געווען לשם שמים. מיט דעם האט משה רבינו געוואלט מרמז זיין, אז טראצדעם וואס מ'האט א גוטע כוונה, איז נישט ערלויבט צו רעדן לשה"ר.
(אור פני משה - פלשעווארסק)
- ה -
למטה שמעון שפט בן חורי
דאס איז א רמז אז דער וועלכער האלט זיך צו די רייד פון די תוה"ק, ווערט פריי פונעם יצה"ר, ווי חז"ל זאגן, אין לך בן חורין אלא מי שעוסק בתורה. דאס איז פלשט, למטה "שמעון", דער וועלכער הערט זיך צו (מלשון שמיעה) "שפט בן חורי" ווערט א "בן חורין" פונעם משפלט פונעם יצה"ר.
(אמת ליעקב - בלענדוב)
- ו -
למטה זבולון גדיאל בן סודי
זבולון, דער וועלכער ווערט א "זבול", א וואוינונג פאר די שכינה, גדיאל בן סודי, זאגט אים השי"ת אויס די "סודות התורה", ווייל ער איז ווערט דערצו.
(גנזי יוסף)
- ז -
הטובה היא אם רעה
ווען איינער האלט זיך קליין, און טרעפט ביי זיך חסרונות, דאס איז דער גרעסטער באווייז אז ער איז נאענט צום אויבערשטן. דאס איז פלשט הטובה היא, א סימן אז מ'איז גוט, אם רעה, אויב ער האלט זיך פאר רעה.
(דברי אמת)
- ח -
היש בה עץ אם אין
דער וועלכער האלט זיך פאר גארנישט אין די בחינה פון "אין", איז א באווייז אז ער איז דבוק צום עץ החיים.
(זאת זכרון)
- ט -
וראיתם את הארץ מה היא
די ארבעט פון א איד אויף דער וועלט איז, אז ער זאל איינזען אז די וועלט איז גארנישט. דאס זאגט דער פלסוק וראיתם את הארץ, איר זאלט קוקען אויף די וועלט מה היא, וואס איז עס ווערד, אלעס איז הבלי הבלים.
(נועם אלימלך)
- י -
החזק היא הרפה
די וועלכע ווערען אפלגעשוואכט דורך לערנען תורה, ווי חז"ל זאגן אז לימוד התורה מתשת כוחו של אדם, זענען אבער באמת שטארק, ווייל זיי זענען חשוב און טייער אין הימעל. דאס איז דער רמז, החזק היא, זיי זענען שטארק, טראצדעם וואס מ'מיינט הרפה, אז זיי זענען שוואך.
(ישמח משה)
- יא -
החזק היא הרפה
די מעלה פון א"י, האט משה רבינו געזאגט, החזק היא, אפילו דער וועלכער ס'איז באמת יא ערליך און חשוב, הרפה, האלט זיך קליין.
(זרע קודש)
- יב -
אם אין והתחזקתם ולקחתם מפלרי הארץ
אז מ'וויל צוקומען צו די מדריגה פון "אין", זאל מען זיך נעמען א ראי' פון די פלירות פון די ערד, וואס ווען מ'פלאנצט זיי אן, ווערען זיי ערשט פארפוילט אינגאנצען, ערשט דערנאך בליען זיי. דאס זעלבע קען א איד נאר דעמאלט צוקומען צום שלימות, ווען ער ווערט קודם קליין און נישטיג ביי זיך.
(באר משה)
- יג -
וכן היינו בעיניהם.
דאס איז די ארגסטע עבירה, אז די מרגלים האבן געקלערט ווי אזוי זיי האבן אויסגעזען אין די אויגן פון אנדערע. וואס דארף א מענטש אינטערעסירן מיט וואס פארא אויגן א צווייטער קוקט אויף אים
(הרה"ק מ'קאצק ז"ל)
- יד -
ויפלול משה ואהרן על פלניהם.
די מנהיגי ישראל שעפלן זייערע כוחות פונעם פאלק. דעריבער, אזוי ווי די אידן זענען איצט אריינגעפאלן אין אזא מרה שחורה, איז געווען ויפלול משה ואהרן על פלניהם, אויך זיי האבן פארלוירן זייערע כוחות
(תפארת יונתן)
- טו -
סלח נא לעון העם הזה.
משה רבינו האט דא נישט ערווענט דעם זכות פון די אבות הקדושים אזוי ווי ער האט געטון ביי אלע אנדערע עבירות, ווייל דא האבן זיי גערעדט אויף דעם לאנד וואס באלאנגט פאר די אבות הקדושים, דאס לאנד וואס השי"ת האט געגעבן פאר א מתנה צו אונזערע אבות, דעריבער האט משה רבינו געהאלטן אז איצט קען מען נישט דערמאנען דעם זכות פון די אבות הקדושים
(רבינו בחיי)
- טז -
במדבר הזה יתמו ושם ימותו.
די תוה"ק איז דא מרמז, במדבר הזה דורכ'ן דיבור, יתמו, קען מען זוכה זיין צו תמימות, דורכדעם וואס מ'רעדט אויסגעהאלטענע דיבורים, אבער ושם ימותו, דורכ'ן דיבור קען מען אויך צוקומען צו די בחי' פון מיתה ר"ל, אז מ'רעדט אומאויסגעהאלטענע דיבורים
(אור המאיר-זיטאמיר)
- יז -
ויתאבלו העם מאוד - וישכימו בבוקר.
פון דא איז א סימן צו דעם מנהג אז מ'שטייט אויף בהשכמה אום תשעה באב צופרי, אזוי ווי די תורה דערציילט אז אין יענעם ת"ב איז אויך געווען וישכימו בבוקר
(חסד לאברהם)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

: וויפיל מרגלים האט משה רבינו געשיקט
שלח לך אנשים ויתרו את ארץ כנען אשר אני נתן לבני ישראל איש אחד איש אחד.
אין די ירושלמי, איז דא א מחלוקת רבי ישמעאל מיט רבי עקיבא, וויפיל מרגלים זענען געשיקט געווארן. רבי ישמעאל האלט, אז מען האט געשיקט צוועלף מרגלים, אזוי ווי עס איז משמע פון פסוק. רבי עקיבא האלט אז מען האט געשיקט פיר און צוואנציג מרגלים. ער איז מדייק די דאפעלטע לשון "איש אחד איש אחד", אז דאס קומט צו לערנען, אז מען האט געשיקט צוויי מענטשן פון יעדן שבט.
* * *
: ווער זענען געווען די נשיאים

וישלח אתם משה ממדבר פארן על פי ה' כלם אנשים ראשי בני ישראל המה.
זאגט דער בעל הטורים, אז דאס זענען געווען פון די שרי חמשים, וואס משה רבינו האט באשטימט אין פרשת יתרו. "המה", באטרעפט פופציג, צו לערנען אז זיי זענען געווען די שרי חמשים.
דער חזקוני זאגט, אז זיי זענען געווען פון די שרי אלפים.
* * *

: געווארן ווי א שטיין
וישלח אתם משה לתור את ארץ כנען.
דער ילקוט ראובני ברענגט א מכילתא, אז ווען די מרגלים זענען אריין געגאנגען אין ארץ ישראל, יעדע מענטש וואס האט זיי געזעהן, און האט געזאגט, אז דאס זענען די מרגלים פון די אידן, איז געווארן פלוצלינג אזוי ווי א שטיין.
* * *

: א טייך פיל מיט וויין
למקום ההוא קרא נחל אשכול על אודות האשכול אשר כרתו משם בני ישראל.
פארוואס האט מען עס א נאמען געגעבן "נחל" אשכול, פארוואס האט מען עס נישט א נאמען געגעבן אשכול אליין? זאגט דער תרגום יונתן, אז עס איז גערינען אזוי פיל וויין פון דעם אשכול, אז עס איז געווארן אזוי ווי א נחל פון וויין. וועגן דעם האט מען עס א נאמען געגעבן נחל אשכול.
* * *

: וואס איז די ריכטיגע טייטש פון 'נפילים'
ושם ראינו את הנפילים בני ענק מן הנפלים וגו'.
דער דעת זקנים מבעלי תוס' זאגן צוויי פשטים, פארוואס די ריזן ווערן אנגערופן מיט די לשון "נפילים". א- דאס איז א לשון פון פלא, וואונדער, אלע וואס קוקן אן אויף די ריזן טוען זיך וואונדערן אויף זייער הויכקייט. ב- עס איז א לשון פון נפילה, פאלן, ווער עס זעהט זיי, האט מורא, אז ער זאל נישט ארויף פאלן אויף אים.
* * *


ווי אזוי זענען זיי נפטר געווארן
במדבר הזה יפלו פגריכם וכל פקדיכם לכל מספרכם מבן עשרים שנה ומעלה אשר הלינתם עלי.
אין די ירושלמי שטייט ווי אזוי די דור המדבר איז געשטארבן די פערציג יאר וואס זיי זענען געווען אין די מדבר. יעדן ערב תשעה באב, איז ארויס געגאנגען אן אויסרופונג פון משה, אז יעדע איד זאל גראבן פאר זיך א קבר, און יעדע האט גענעכטיגט דעם נאכט פון תשעה באב אין זיין קבר. מארגן צופרי האט מען אויסגערופן, אז די לעבעדיגע זאלן זיך אפשיידן פון די טויטע, און יעדע וואס איז געבליבן לעבן, איז ארויס געגאנגען פון זיין קבר, און יעדע וואס האט געדארפט שטארבן, איז א ווארעם ארויס געגאנגען פון זיין קערפער, און עס איז אריין געקראכן אין זיין מויל, און אזוי איז ער געשטארבן.
* * *


"איש אחד איש אחד למטה". רבי עקיבא איז מדייק פון דעם כפל הלשון אז יעדער שבט האט געשיקט צוויי מרגלים, צוזאמען 24.
(תוס' סוטה ל"ד, בשם הירושלמי)

לפי זה קומט אויס, אז דאס וואס מען לערנט ארויס פון דעם פסוק "עד מתי לעדה הרעה הזאת" אז עדה מיינט צעהן (מנין), גייט לויט ר' ישמעאל וואס האלט אז עס זענען נאר געוועהן 12 מרגלים.
(רעק"א וחת"ס)

"ויבכו העם בלילה ההוא". די גמרא זאגט, אז דאס איז געוועהן די נאכט פון תשעה באב. האט דער אויבערשטער געזאגט, "וויבאלד די אידן האבן געוויינט אין די נאכט פון תשעה באב אומזיסט, וועל איך זיי געבן א סיבה צו וויינען", און דאס בית המקדש איז ליידער חרוב געווארן אין די נאכט.
(סנהדרין ק"ד:)

"וימצאו איש מקושש עצים וגו', ויאמר ה' אל משה לאמור דבר אל בני ישראל ואמרת אליהם ועשו להם ציצית". נאך די מעשה פון דעם "מקושש", האט דער אויבערשטער געפרעגט משה רבינו, "פארוואס האט דער מקושש געזינדיגט?", האט משה רבינו געענטפערט אז ער ווייסט נישט. האט עם דער אויבערשטער געזאגט, אז די סיבה איז, ווייל א גאנצע וואך פארמאגן די אידן די חשוב'ע און הייליגע מצוה פון תפילין, וואס ווען א איד טוט עס אהן, האלט עס עם צוריק פון טוהן אן עבירה, און וויבאלד שבת טוט מען נישט אהן קיין תפילין, האט דער "מקושש" געזינדיגט. האט דער אויבערשטער באפוילן משה רבינו, אז ער זאל אויסוועהלן א מצוה, וואס וועט באשיצן די אידן פון עבירות, אפילו אין שבת. דעמאלסט איז געגעבן געווארן די מצוה פון ציצית, וואס מען איז אויך מקיים אין שבת, און דאס היט אפ דעם כלל ישראל פון ח"ו טוהן עבירות אין שבת קודש.
(תנא דבי אליהו)

"והיה לכם לציצית וראיתם אותו". פון די ווערטער "וראיתם אותו" לערנט מען ארויס, אז א "כסות המיוחד ללילה" איז פטור פון ציצית, ווייל ביינאכט קען מען נישט זעהן.
(שבת כ"ז:)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער גרויסער און געטרייער פלאסטוך פון כלל ישראל אויף וועמען השי"ת האט זיך אין די פארגאנגענע פלרשה אויסגעדרוקט לא כן עבדי משה בכל ביתי נאמן הוא, הערט קלארע רייד ווי דער אויבערשטער ערקלערט אים, אז ער זאל נישט שיקן קיין מרגלים צו שפליאנירן דאס לאנד, ווי רש"י ברענגט דעם מדרש, אני איני מצוה אותך, איך באפעל דיר נישט צו שיקן די מרגלים, און מיט דעם אלעמען האט ער געשיקט מרגלים אויסצוקוקן דאס לאנד, פארוואס האט דאס משה רבינו געטון, אין די צייט וואס ער האט קלאר געהערט פון השי"ת אז דאס לאנד איז א גוט לאנד?

ערקלערט דער חתם סופר, אז משה רבינו האט געוואלט דערמיט פארמערן די גרויסקייט פונעם אויבערשטנ'ס נאמען, ווייל ווען די מרגלים וואלטן נישט באקוקט דאס לאנד, וואלטן די אידן דאס באטראכט אלס נאטור אז עס רוקט זיך אן אזא גרויסע מחנה ווי זעקס הונדערט טויזנט נפשות, אז זיי זאלן אייננעמען דאס לאנד, דעריבער האט דער אויבערשטער באפוילן אז מ'זאל גיין זען ווי שטארק דאס פאלק איז און ווי מעכטיג אירע איינוואוינער זענען, כדי די אידן זאלן דערפון זען אז נאר מיט די הילף פון השי"ת איז זיי מעגליך איינצונעמען דאס לאנד, און אזוי וועט ווידער פארפולקאמט ווערן דער יתגדל ויתקדש שמי' רבא, אז השי"ת פירט אלעס, און נאר מיט זיינע אנווייזונגען קען יעדע זאך דורכגעפירט ווערן.

דער זעלבער יסוד ווערט ערקלערט אין אוחה"ק אויפ'ן פלסוק שלח לך אנשים ויתירו את ארץ כנען אשר אני נותן. ער שטעלט זיך, פארוואס דער פלסוק דארף ווידער ארויסברענגען דעם אשר אני נותן, ווייסן מיר דען נאך נישט ביז אהער אז השי"ת איז דער וואס האט געגעבן ארץ ישראל? נאר דער פלשט דערפון איז, אז דער ציל פון שיקן די מרגלים איז געווען ארויסצוברענגען פאר אלע אידן דעם געדאנק, "אשר אני נותן", אז השי"ת איז דער וואס גיט ארץ ישראל פאר די אידישע קינדער.

טראצדעם וואס ביי יעדע געשעעניש וואס פלאסירט אויף די וועלט דארף מען גלויבן אז אלעס איז מיד ה', דאך זעט מען אז ביי ארץ ישראל האט דער פלסוק פיל מאל מרמז געווען אז מ'דארף געדענקען כסדר אז השי"ת איז דער וואס האט דאס געגעבן, ווי דער פלסוק זאגט, כי תאמר בלבבך רבים הגוים ההם איכה אוכל להורישם, מערקט דארט אן דער ספלורנו, אז דאס זאגט מען נישט בלשון תימה נאר בניחותא, אז דער פלסוק זאגט, אז א איד דארף טאקע וויסן אז בדרך הטבע קען ער נישט אייננעמען דאס לאנד ארץ ישראל ווייל די פעלקער וועלכע געפונען זיך דארט זענען א סאך מער ווי אונז אידן, און נאר ווען א איד טראכט טאקע אזוי, וועט השי"ת באווייזן זיינע וואונדער און וועט זיי העלפן ירש'נען דאס לאנד ארץ ישראל.

דער מהרש"ם לייגט נאך צו, אז דאס איז גאר א תנאי פון השי"ת, אז נאר דאן ווען אידן וועלן איינזען און זיך דערשרעקן פון די גוים וואוסענדיג אז זיי זענען אנגעוויזן אין השי"ת, דאן וועלן זיי געהאלפן ווערן ווייל השי"ת באגלייט די וואס ווענדן זיך צו אים, ווי דוד המלך ע"ה איז דאס מרמז אין אשרי, קרוב ה' לכל קוראיו לכל אשר יקראוהו באמת, אז די אלע וואס האלטן און פארשטייען באמת אז השי"ת איז דער וואס היט זיי, צו די איז השי"ת נאענט און ער היט זיי אפל.

מיט דעם דערמאנטן יסוד, ערקלערט דער אוחה"ק דאס וואס משה רבינו האט זיך געבעטן ביים אויבערשטן ווען השי"ת האט ל"ע געוואלט ברענגען א מארד אויף די אידישע קינדער ר"ל, ועתה יגדל נא כח ה' כאשר דברת לאמור. ערקלערט ער, אז משה רבינו האט זיך געבעטן ביי השי"ת, איצט איז די בעסטע צייט אז דיין נאמען זאל געעהרט ווערן ביי די אידישע קינדער. נאכדעם וואס מ'האט געשיקט מרגלים און די אידן ווייסן שוין אז אן דיין הילף קענען זיי ארץ ישראל נישט אייננעמען זיי מוזן צוקומען צו דיר, וועלן דאך די אידן פון דעם האבן די ריכטיגע לעקציע אז זיי ווערן געפירט דורך דיר, דעריבער איז נישט פלאסיג און גינסטיג אז דו זאלסט זיי אומברענגען. כאשר דברת לאמור, אזוי ווי דו האסט געזאגט שלח לך אנשים האסטו דאך דאס מכוין געווען, אז די מרגלים זאלן מודיע זיין פאר די אידן די גרויסע נסים וואס מ'וועט זען, מיט דעם וואס מ'וועט אריינגיין אין ארץ ישראל. דעריבער זאלסטו אלע אידן לאזן לעבן כדי די אידן זאלן דאס איינזען און ס'זאל זיין יתגדל ויתקדש שמי' רבא.

שוין ביי די ערשטע רש"י על התורה ברענגט ער דעם מדר"ש וואס דערציילט אונז, אז אין די תורה געוואלט שרייבן דעם גאנצן סדר בראשית, אז מיר זאלן וויסן אז ארץ ישראל האט אמאל באלאנגט פאר די גוים, און השי"ת האט דאס אוועקגענומען פון זיי און געגעבן פאר די קינדער פון אברהם אבינו, וואס אין די רש"י ליגט אויך מרומז, אז דער רצון ה' איז געווען, אז יעדער זאל וויסן אז כדי צו באקומען ארץ ישראל, איז דאס נאר געווען דורכדעם וואס השי"ת האט עס געגעבן פאר זיי במתנה, און מיט זייערע כוחות וואלטן זיי דאס נישט געקענט באקומען. דעריבער איז הארבער ווען א איד איז ח"ו עובר עבירות אין א"י, ווי דער פלסוק זאגט, אז דאס לאנד וועט אויסשפלייען די ווידערשפלעניגער, ווייל דער ציל פון ארץ ישראל איז גרויס צו מאכן דעם נאמען פונעם אויבערשטן, און די וואס זענען עובר אויף עבירות טוען גאר דאס פארקערטע.


בעוונותינו הרבים האבן זיך אריינגעזעצט אין א"י אזעלכע וואס טוען דאס פארקערטע, זיי שרייען כחי ועוצם ידי עשה לי את החיל הזה, אז מיט די אייגענע כוחות האבן זיי איינגענומען ארץ ישראל (עפ"ל), וואס אלע גדולי עולם האבן געשטורעמט אקעגן זייער רעיון, און היינט זעט מען שוין טאקע וואס דאס האט צוגעברענגט, וויפיל צרות אידישע קינדער אויף די גאנצע וועלט ליידן וועגן זיי. דעריבער ליגט א פליכט אויף אונז צו בעטן השי"ת, כי תעביר ממשלת זדון מן הארץ, און מיר דורך אונזערע מעשים זאלן שוין צוברענגען אז ס'זאל שוין בקרוב זיין דער יתגדל ויתקדש שמי' רבא.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

שלח לך אנשים ויתורו.
דער בריסקער גאון ז"ל האט אמאל געשיקט עטליכע משולחים צו גיין צוזאמקלייבען נדבות לטובת זיין ישיבה. די משולחים האבן זיך געלאזט וואויל גיין אויף דעם חשבון און זיך געדינגען א רייכן וואגען, און איינגעשטאנען אונטערוועגענס אין גרויסע רייכע האטעלן, וואס דאס האט פאראורזאכט אז ווען זיי זענען צוריקגעקומען, איז אויסגעקומען אז דאס גאנצע געלט וואס זיי האבן צוזאמגענומען איז געגאנגען פאר זייערע אויסגאבן...
ווען דער גאון האט דאס געזען האט ער געזאגט בדרך צחות, איצט פארשטיי איך שוין דעם פלסוק שלח לך אנשים "ויתורו", שיק אזעלכע מענטשען וואס עס זאל ביי זיי איבערבלייבן אויך...

* * *

ועשו להם ציצית.
א גרויסע מחלוקה געפינען מיר צווישן די בעלי התוס', אויב מ'פלסל'ט די ציצית פון א נפטר ל"ע, נאך די הונדערט און צוואנציג יאר. אין שו"ע יור"ד איז פארהאן אין דעם צוויי שיטות. דער ווילנער גאון ז"ל האט געהאלטען און האט אזוי אויך געשריבען אין זיין ביאור הגר"א, אז מ'זאל נישט אראפלרייסען די ציצית פונעם נפטר.

קורץ פאר די פלטירה פונעם גאון ז"ל, האט ער געלאזט רופען איינעם פון זיינע נאענטע תלמידים מיט'ן נאמען ר' סעדי', זאגענדיג טראצדעם וואס מ'פירט זיך איבעראל אראפלצורייסען פון די ציצית, (ווייל א מת איז פלטור ממצוות) פארלאנגט ער אבער אז ביי אים זאל מען מאכען אן אויסנאם, און לאזן אלע 4 ציצית אויפ'ן בגד, אזוי ווי ער איז געגאנגען ביים לעבן.

דער תלמיד האט טאקע גענומען אויף זיך די אויפגאבע אז ער וועט ערפילן זיין רבינ'ס רצון. דער רצון ה' איז אבער געווען אנדערש, און ווען דער גאון איז נפטר געווארען, איז דער תלמיד נישט געווען אין ווילנא. ווי נאר ער איז געוואויר געווארען אז זיין רבי איז נפטר געווארען, האט ער זיך אנגעהויבען צו איילען, ער זאל נאך דערגרייכען די שטאט איידער מ'באערדיגט זיין רבי'ן, אויסצופירען דעם וואונטש פון זיין רבי'ן.

ווי פארוואונדערט איז דער תלמיד געווארען זעענדיג אז ער איז אנגעקומען צום ווילנער ביה"ח געציילטע מינוטן נאכ'ן סתימת הגולל! באלד האט ער אויסגערופען, "וויסען זאלט איר אז דער רצון פון רבי'ן איז אנדערש געווען".

ס'איז געווארן א רעש און א צעמישעניש וואס מ'זאל איצט טאן, אבער דער בי"ד פון שטאט ווילנא האט באשלאסען אז וויבאלד דאס האט פלאסירט, איז א באווייז פון הימעל אז דאס איז דער ריכטיגער וועג, אזוי ווי מ'האט זיך געפירט ביי אנדערע גדולים, און מ'האט שוין אזוי געלאזט.
* * *

וראיתם אותו וזכרתם.
דער רוסישער אויסערן מיניסטער האט אמאל פאררופן אן אסיפה וואו עס האבן זיך צוזאם געטראפן אלע ראשי ישיבות און קהלה פירער. דער ציל פון די אסיפה איז ליידער געווען אויפצוטוישן דעם סדר הלימודים אין די ישיבות און צו מאדערניזירן די קליידונג פון די תלמידי הישיבות. דארט איז אויך געווען דער "רב מטעם" דר. ליילענטאל, וועלכער איז געווען דער ראבינער פון די רעגירונג.

אינמיטן די אסיפה האט דער מיניסטער זיך געוואנדן צום גאון ר' איצילע פון פעטערבורג ז"ל און געפרעגט, פארוואס דארפט איר טראגן אזא גרויסן טלית קטן, אין די צייט וואס דר. ליילענטאל וועלכער איז אויך א רעליגיעזער, טראגט בלויז א קליינעם טלית קטן און מ'זעט ניטאמאל די ציצית פון אינדרויסן? האט דער גאון ערקלערט פאר'ן מיניסטער, דער צוועק פון די ציצית איז, אז מיר זאלן געדענקן די מצוות פון השי"ת, ווי אין די תורה שטייט, וראיתם אותו וזכרתם. דעריבער, דר. ליילענטאל, וועלכער איז א העכסט שטודירטער מאן און האט א גוטן זכרון, איז פאר אים גענוג א קליינער טלית קטן, אים צו דערמאנען די מצוות פון אויבערשטן, דאקעגן איך, אן עלטערער איד, וועמען דער קאפל דינט שוין נישט אזוי גוט, דארף האבן א גרויסן טלית וואס זאל מיך דערמאנען די מצוות ה'...
* * *
וראיתם את הארץ מה היא
דער נאסוידער רב ז"ל איז אמאל געווען אין קראלי, איז די רבי זי"ע וואס איז דעמאלטס געווען דארט דער רב, אים געגאנגן באזוכען. און מען האט פאר די צוויי גרויסע צדיקים אנגעגרייט א טאץ מיט פירות. נאך איידער די צדיקים האבן טועם געווען דערפון האבן די בחורים וואס זענען מיט געגאנגען געכאפט שיריים.

האט זיך דער נאסויד'ער רב אנגערופן צו די בחורים: וואס כאפט איר, עס איז דאך נאך אפילו נישט קיין שיריים ?
האט אים די רבי זי"ע געזאגט: אז עס שטייט אין ספרים הק' אז מיט'ן בלויזן קוקן פון א צדיק ווערט דאס שוין שיריים !
האט דער נאסויד'ער רב געזאגט: דאס איז מרומז אין פסוק די וואך: וראיתם את הארץ מה היא אז מיט'ן קוקן אליין קען מען שוין עפעס אויפטוען.

ורב חסד.
דער אפלטער רב ז"ל האט דערציילט, אז ער איז אמאל איינגעשטאנען אין א אכסניא וואו דער הייליגער ר"ר אלימלך ז"ל איז אויך איינגעשטאנען. שטייענדיג אונטער'ן טיר האט ער געהערט ווי דער צדיק רעדט צו זיך אליין: מיילעך מיילעך, דו ביזט נישט ווערד אויף גארנישט, און האט אויסגערעכנט אלע זיינע עבירות וואס ער האט (נישט) געטון, און איז געבליבן מיט'ן סך הכל אז ער וועט נישט זוכה זיין צו עוה"ב. צום שלוס האט ער אויסגעפירט, אז השי"ת איז דאך א גרויסער בעל חסד, ווי חז"ל זאגן, אז ער איז מלבוש ערומים, מבקר חולים, מנחם אבלים (סוטה י"ד). דאס איז אלעס גוט אויף די וועלט, אבער אויף יענע וועלט איז דאך נישטא די אלע גשמיות'דיגע זאכן, טא ווי אזוי איז השי"ת מקיים מצות צדקה אויף יענע וועלט? אז דער אויבערשטער וועט שענקן פאר מיילעכן אביסל עולם הבא, וועט ער דערמיט מקיים זיין מצות צדקה...

* * *

ויאמר ה' סלחתי
דער "איד הקדוש" זצ"ל האט אמאל געזאגט ווען איך בין געווען א קינד, און איך האב געלערנט אל"ף-בי"ת ביי א מלמד, האב איך זיך אפגעלערנט א גרויסן כלל, אז אויב צוויי אידן זיצן צוזאמען און טרינקען א גלעזעלע משקה, און יעדער איינער איז זיך מבטל פארן צווייטן, און האלט זיך נישם גרעסער פון יענעם, דאן איז דער אויבערשטער מוחל פאר זיי זייערע עבירות, ווייל ווען איך האב געפרעגט מיין דעמאלמט'דיגן רבין וואס איז דאס א פינטעלע? האט ער מיר גענטפערט: "א יוד". האב איך אים געפרעגט און וואס איז דאס צוויי פינטעלעך?" האט ער מיר געענטפערט: "צוויי יודי"ן זענען דער הייליגער שם, דער .נאמען פונעם אויבערשטן

שפעטער ווען איך האב געזען צוויי פינטעלעך איינם העכער דעם אנדערן ( א ), האב איך אויך געמיינט אז דאס איז א "שם", האט מיר דאן דער מלמד ערקלערט - דו זאלסט שטענדיג געדענקען דעם כלל, ווען די צוויי יודי"ן זענען גלייך, קיינער איז נישט העכער פונעם צווייטן, איז עם א שם, אבער טאמער זענען די יודי"ן איינער העכער דעם צווייטן, איז דאם נישט קיין שם.

דערפון האב איך ביי מיר געלערנט, אז אויב צוויי אידן זיצן צוזאמען, און קיינער האלט זיך נישט העכער פונעם צווייטן, דאן זענען זיי אין א בחינה . פון א שם. און "כוס" איז די ראשי תיבות פון "ויאמר סלחתי כדברך", פעלט נאך דערפון דעם שם הוי"ה, און די צוויי אידן וועלכע טרינקען צוזאמען אויף דעם וועג, נישט האלטנדיג זיך גרעסער איינער פון צווייטן, זענען זיי משלים דעם שם, און דאן איז דער פסוק ווי עס דארף צו זיין: "ויאמר ה' סלחתי כדברך" !
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

שלח לך אנשים ויתרו את ארץ כנען אשר אני נותן לבני ישראל וגו' (יג-) עס ווערט געברענגט אין ספר עמודי שבעה בשם האר"י הקדוש אז די מרגלים זענען געווען די נשמות פון די הייליגער שבטים (די צען ברידער וואס זענען געקומען צו יוסף הצדיק.) און וועגען דעם האט יוסף הצדיק מרמז געווען צו די ברידער "מרגלים אתם" איר גייט שפעטער זיין די מרגלים. די ברידער האבען אבער נישט פארשטאנען וואס יוסף מיינט, האבען זיי געענפערט "לא היו עבדיך מרגלים" מיר זענען נישט געווען פריער מרגלים! מיר וועלען ערשט זיין מרגלים אין די צייטען פון משה רבינו. מיט דעם קען מען אויך פארשטיין פארוואס מען האט זיי אנגערופען "אנשים-צדיקים", ווייל דאס זענען דאך געווען די הייליגע שבטי י-ה.

למטה שמעון שפט בן חורי (יג-ה) "למטה" א איד וואס בייגט זיך איין, "שמעון" צו הערן די רייד פון די תורה, "שפט" פון די משפט פון זיין יצר הרע, "בן חורי" איז ער אינגאנצען פריי.
(אמת ליעקב)

ויקרא משה להושע בן נון יהושע (שם) אין פרשת בהעלותך (יב-ג) שטייט: "והאיש משה ענו מאד מכל האדם אשר על פני האדם". משה רבינו מיט זיין גרויס ענוה, האט אבער דאס נישט געוואלט אריין שרייבען, האט ער געשריבען "ענו" חסר אהן א "י" (אנשטאט "עניו".) און ווען ער האט געזעהן די גרויס ענוה פון יהושע ווי ער אנטלויפט פון כבוד, האט ער צוגעלייגט צו זיין נאמען יענער "י".
(מהר"ש מבעלזא זי"ע)

עלו זה בנגב ועליתם את ההר (יג-יז) "נגב" איז מרמז אויף תורה אזוי ווי עס שטייט אין די גמרא (ב"ב כה:) הרוצה שיחכים ידרים, "עלו זה בנגב" ווען דו ווילסט ארויפגיין און ווערען גרויס אין תורה, ועליתם את ההר "הר" איז מרמז אויף גאווה, דארף מען אמאהל זיך באניצען מיט אביסעלע גאווה, אזוי ווי עס שטייט, ויגבה לבו בדרכי ה'.
(אמרי חיים)

וגם זבת חלב ודבש הוא וזה פריה (יג-כז) לכאורה זיכען זיי דאך צו רעדען שלעכט'ס אויב אזוי פארוואס זאגען זיי יעצט גוטע רייד אויף ארץ ישראל? (עיין רש"י ז"ל התירוץ) מען קען ענטפערען נאך א תירוץ, ווי באקאנט ווען מען פלעגט אייננעמען שטעט פלעגט מען קודם פארמאכען אלע וואסערען וואס קומט אריין צום שטאט, ווי אויך האט מען בכלל נישט אריינגעלאזט קיין עסען צום שטאט, און אזוי האבען די מענטשען פון שטאט זיך געמוזט איבערגעבען צום שונא. דאס האבען די מרגלים געזאגט: "מיר קענען בכלל נישט אייננעמען ארץ ישראל ווייל אפילו מיר וועלען דארט נישט אריינלאזען קיין עסען, וועט אונז גארנישט העלפען ווייל ארץ ישראל איז א ארץ זבת חלב ודבש, און ארץ ישראל דארף נישט צוקומען צו קיין טובות פון קיין אנדערע לענדער".
(מפי השמועה)

ושם ראינו את הנפילים וגו', וכן היינו בעיניהם (יג-לג) האט דער הייליגער ר' מנחם מענדל פון קאצק זי"ע געזאגט: ווילסטו וואוסען וואס איז געווען די עבירה פון די מרגלים, קוק וואס שטייט אין סוף פסוק: "וכן היינו בעיניהם". וואס אינטערעסירט דיך וואס יענער טראכט פון דיר. דו דארפסט דינען דעם באשעפער אהן דעם וואס יענער טראכט אויף דיר אזוי צו אזוי.
(ר' מנחם מענדל פון קאצק זי"ע)


אך בה' אל תמרדו וגו', כי לחמנו הם וגו' (יד-ט) נאכלם כלחם (רש"י) עס איז שווער צו פארשטיין, פארוואס האבן זיי פונקט צוגעגליכן די פעלקער צו ברויט? נאר זיי האבן געוואלט מרמז זיין דערמיט, אז ווען א איד עסט א סעודה מיט קדושה און טהרה, טוהט דאס פארגעבן אזוי ווי קרבנות אויף די מזבח. און אין דעם זכות וועט זיי דער אייבערשטער באשיצען און זיי וועלן קענען פארלענדען די אלע פעלקער גרינגערהייט.
(מהרי"ד מבעלזא)

במספר השנים אשר תרתם את הארץ ארבעים יום, יום לשנה יום לשנה תשאו את עונתיכם (יד-לד) אין די פערציג טעג פון ראש חודש אלול ביז נאך יום כיפור, איז מען זוכה מכפר צו זיין אויך אויף די חטא המרגלים. אין די עיקר כפרה אויף דעם איז אין יום כיפור אליין. דאס זאגט די פסוק: "ארבעים יום" אין די פערציג טעג פון ראש חודש אלול, "יום לשנה יום לשנה" דאס איז יום כיפור, דער הייליגסטער טאג אין יאהר, "תשאו את עונתיכם" וועט עטס פארגעבן פאר דעם זינד.
(אמרי נועם)
אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פויער »

אל תיראו את עם הארץ כי לחמנו הם סר צלם מעליהם
זאגט דער דגל אז ער האט געהערט בשם זיין זיידן דעם אור שבעת הימים מרן הבעש"ט זי"ע אז יעדע יראה חיצונית וואס א מענטש האט מורא פון א דרויסנדיגע אך איז נאר כדי עהם צו צוברענגן צו יראה פנימית אמת'ע יראה יראת הרוממות, אין איינמאהל מען האט שוין דעם יראה פנימית ווערט בטל די אלע יראה חיצונית, זאגט דער דגל דאס איז פשט אל תיראו את עם הארץ מען דארף שוין נישט מורא האבן פון זיי, כי לחמינו הם לחם איז א רמז אויף די שכינה אז די עיקר יראה איז אז מען זאל צוקומען צו מורא האבן פון די שכינה, ממילא זאל מען מורא האבן פון די שכינה וועט מען שוין נישט מורא האבן פון זיי
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!
אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פויער »

וכל מנאצי לא יראוה
איך האב אמאל געהערט פון מיין ראש ישיבה הגאון הגדול זקן ראש הישיבות שליט"א, אז די פסוק מיינט נישט דוקא די דור המדבר דאס מיינט אין אלע דורות, און פארדעהם טאקע האט די אויבערשטער פארשיקט די יודן פון א"י ביים חורבן ביהמ"ק, און ער האט זיך אנגערופן "איר מיינט די היינטיגע מנאצים זעהן יא ארץ ישראל, עס קען נישט זיין די פסוק זאגט קלאר לא יראוה, נאר עס איז אוועק פון דארט ארץ ישראל, עס איז היינט פונקט ווי חוץ לארץ" עכ"ד
די בחינה שטייט אין אסאך חסידישע ספרים אז די גמרא זאגט ארץ צבי עס איז איינגעצויגן געווארן, דאס מיינט סיי בכמות אין סיי באיכות, עס איז א רצועה פון חוץ לארץ עס איז מער נישט דא די קדושה,
ועי' בויואל משה מאמר ישוב א"י
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!
אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פויער »

ונהי בעינינו כחגבים וכן היינו בעיניהם. זאגט רש"י שמענו אומרים נמלים יש בכרמים. לכאורה די פסוק זאגט חגבים וואס זאגט רש"י נמלים, (עי' למעלה).
ענטפערט דער קדושת לוי זי"ע אז עס שטייט אין ילקוט אז תלמי המלך האט געזאגט פאר די יודן פארוואס ווילט עטץ אייננעמען א"י די גאנצע וועלט איז פונעם אויבערשטער און ער האט אונז עס געגעבן, ממילא איז עס גזל עס אוועקצונעמען, די גמרא זאגט אין עירובין (ק:) אז גזל קען מען זיך לערנען פון א נמלה וואס נעמט נישט צו פון א צווייטן, דאס מיינט רש"י שמענו אומרים נמלים יש בכרמים כאנשים זיי האבן זיך בארוהיגט אז מען דארף זיך נישט זארגן אז די יודן וועלן נעמען א"י ווייל זענען אזויווי נמלים וואס גזל'ן נישט, אבער באמת ענטפערט דעס שוין רש"י אין פרשת בראשית ברצונו נתנה להם וברצונו נטלה מהם ונתנה לנו ממילא איז עס נישט גזל.
קדושת לוי
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!
אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פויער »

ויאמר ה' סלחתי כדבריך. זאגט רש"י ז"ל כדבריך, בשביל מה שאמרת פן יאמרו כו'. לכאורה איז שווער וואס וויל רש"י זאגן דערמיט.
מען קען זאגן די כוונה איז, ווייל משה'ס טענה איז געווען אז עס וועט זיין א חילול השם אז מען וועט זאגן אז כביכול קען זיי נישט אריינטראגן אין א"י ח"ו, לכאורה איז שווער יעדעם'ס מחשבות איז אין די אויבערשטער'ס הענט ממילא קען ער מאכן אז די גוים זאלן נישט טראכטן מבלתי וכו'. נאר די ענין איז אז א צדיק'ס ווערטער מאכט א רושם אין הימל אזוי ווי עס שטייט (איוב כב, כח) ותגזור אומר כו'. ממילא אז משה האט געזאגט עס וועט זיין א חילול השם וועט זיכער זיין. דאס איז פשט אין רש"י ווייל די האסט געזאגט אס עס וועט זיין א חילול השם ממילא וועט זיין מוז כביכול מוחל זיין. אבער ווען די זאגטס ווען נישט וואלט שוין דער באשעפער כביכול געמאכט אז עס זאל נישט זיין א חילול השם.
קדושת לוי
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!
אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פויער »

ויקרא משה להושע בן נון יהושע (במדבר יג טז). זאגט דער תרגום יונתן כד חמא משה ענותנותו דהושע, קרא לו יהושע.
מען קען זאגן פשוט, די גמרא זאגט (סוטה י"ז ע"א) איש ואשה שכינה ביניהם,דאס איז די שם ק"ה וואס איז די ביי ביידע, ממילא קומט אויס אז דער שם איז מרמז אויפ'ן שכינה. די גמאר זאגט אין סוטה (דף ה' [ע"א]) כל המתגאה, אמר הקב"ה אין אני והוא יכולין לדור בעולם, אבער ביי ענוה שטייט (ישעיה נז טו) ואשכון את דכא ושפל רוח, אז די שכינה רוהט ביי עהם. אין לויט דעהם קען מען פארשטיין די תרגום יונתן אז ווען ער האט געזעהן אז יהושע איז א עניו קען די שכינה רוהען ביי עהם ממילא קען ער האבן די שם ק"ה אין זיין נאמען, אין דאס איז אויך פשט ק"ה יושיעך מעצת מרגלים, ווייל איינער וואס איז דבוק אין די שכינה איז העכער פון די טבע, ממילא האט ער נישט מורא פון שטארקע הויכע מענטשען אין בנינים,
מען קען זאגן נאך א פשט אויך די תרגום יונתן, ווייל עס שטייט בילקוט דוד (פ"י) בשם דעם של"ה, אז די טענה פון די מרגלים איז געווען אז די יודען זענען נישט ראוי אריינצוגיין קיין ארץ ישראל ווייל מען דארף זיין גרויסע צדיקים צו קענען אריינגיין אין ארץ ישראל. אבער איינער וואס איז א עניו האלט דאך יעדעם פאר א צדיק ממילא איז יהושע ניצל געווארן פון די מרגלים דורך זיין ענוה.
ישמח משה
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

א שיינע איבערבליק איבער די שליחות המרגלים
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=4837
גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 11, 2009 2:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבאי ביהמד »

מעלין בקודש
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

למטה יוסף למטה מנשה גדי בן סוסי

למטה - א איד קומט אראפ אויף דער וועלט מיט די מטרה
יוסף - צו פארמערן מצות און מעשים טובים.
למטה - אבער למעשה ווען ער קומט אראפ
מנשה - פארגעסט ער די מטרה
גדי - דאן זאג דו אליין
בן סוסי - ביזטו נישט קיין פערד?
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

הרה"ק בעל בית ישראל מגור זי"ע האט זיך אמאל געטראפן מיט הרה"ק בעל ברכת אברהם מסלאנים זי"ע, בשעת'ן שמועסן האבן זיך די חסידים ארומגעשטופט. האט הרה"ק מסלאנים געפרעגט "וואס שטיפט מען זיך אזוי?", האט הרה"ק מגור געענטפערט אויפן ווארט פון קאצקער "שלח לך אנשים" - שיק אוועק די מענטשליכקייט. האט הרה"ק מסלאנים מעיר געווען אז אמאל איז מען געווען האלבע מענטשן האלבע מלאכים, אויב האט מען אוועקגעשיקט די מענשטליכקייט איז מען געבליבן גאנצע מלאכים, היינט איז מען האלבע מענטשן האלבע בהימות... אך און וויי אויב מען שיקט אווועק די מענטשליכקייט, וואס בלייבט איבער?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35239
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ר' זיס א דאנק, איך האב אבער געקלערט
אז דאס איז אלעס ווען איך בין כאטש א פערד
ליידער אבער זענען מיר צומאל דעם טיטל אויך נישט ווערט
דער פערד טוט זיין צוגעטיילטע ארבעט אומגעשטערט
ער פארגעסט נישט זיין מטרה אויף דער ערד
אבער מיר מענטשן מגושמים מיט די לאנגע בערד
זענען צומאל פון שכל און דעת אויסגעלערט
מ'ווערט נשפע פון די מיט וועמען מ'פארקערט
און מ'פארגעסט דעם רצון פון דעם וואס האט אונז אט דעם לעבן באשערט
דארף מען אריינטראכטן און וויסן אז צייט האט א ווערט
יוה"ר אז די ווערטער טיף אין אונזער הארץ זאל שוין ווערן דערהערט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

קינד און קייט קענען די תורה פארוואס שטייט ביי יהושע בן נון די ווארט "בן" מיט א חיריק? וויבאלד עס שטייט אין מדרש אז מען האט אוועקגענומען די י' פון שרי און מען האט דאס געגעבן פאר יהושע, איז אויב אזוי דארף דאך יהושע אויך באקומען א "שוא" צו די אות י', ממילא האט מען אוועקגענומען די צוויי פינטלעך פון די סגול פון "בן", מען האט פון דעים געמאכט א שוא צו די אות י', ממילא איז איבערגעבליבן ביי יהושע בן נון, די ווארט בן מיט א חיריק.

די תורה שטייט אין אגרא דכלה בשם דער רבי פון לובלין וואס האט דאס נאכגעזאגט פון זיין זיידע, די תורה ברענגט אויך דער חתם סופר בשם "מצינו".

האב איך געהערט פאריאר א קשיא אויף די תורה, וואס איז לענ"ד א שטארקע קשיא. ביי די נאמען "הושע" איז די אות ש' מיט א "צירי" וואס האט נאר צוויי פינטלעך, ביי די נאמען "יהושע" -חוץ וואס עס קומט צו די שוא ביי די אות י' - קומט דאך אויך צו א "שוריק" ביי די אות ש, ביז יעצט האט ער געהייסן הושע מיט א צירי, יעצט הייסט ער הושע מיט א שורוק וואס האט דריי פינטלעך, נו אויב אזוי פון ווי האט מען גענומען די פינטל?

ווער עס האט א תירוץ אויף די קשיא זאל אויפהייבן די הענט.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

סידיראם האט געשריבן:קינד און קייט קענען די תורה פארוואס שטייט ביי יהושע בן נון די ווארט "בן" מיט א חיריק? וויבאלד עס שטייט אין מדרש אז מען האט אוועקגענומען די י' פון שרי און מען האט דאס געגעבן פאר יהושע, איז אויב אזוי דארף דאך יהושע אויך באקומען א "שוא" צו די אות י', ממילא האט מען אוועקגענומען די צוויי פינטלעך פון די סגול פון "בן", מען האט פון דעים געמאכט א שוא צו די אות י', ממילא איז איבערגעבליבן ביי יהושע בן נון, די ווארט בן מיט א חיריק.

די תורה שטייט אין אגרא דכלה בשם דער רבי פון לובלין וואס האט דאס נאכגעזאגט פון זיין זיידע, די תורה ברענגט אויך דער חתם סופר בשם "מצינו".

האב איך געהערט פאריאר א קשיא אויף די תורה, וואס איז לענ"ד א שטארקע קשיא. ביי די נאמען "הושע" איז די אות ש' מיט א "צירי" וואס האט נאר צוויי פינטלעך, ביי די נאמען "יהושע" -חוץ וואס עס קומט צו די שוא ביי די אות י' - קומט דאך אויך צו א "שוריק" ביי די אות ש, ביז יעצט האט ער געהייסן הושע מיט א צירי, יעצט הייסט ער הושע מיט א שורוק וואס האט דריי פינטלעך, נו אויב אזוי פון ווי האט מען גענומען די פינטל?

ווער עס האט א תירוץ אויף די קשיא זאל אויפהייבן די הענט.


די תורה וועגן די נקודות האב איך נאך קיינמאל נישט געהערט ביז די וואך ווען מיין אינגל האט אהיים געברענגט די פרשה צעטליך, און ס'האט מיר געקאסט א שמייכל.

אין חתם סופר שטייט נישט וועגן די נקודות, אגרא דכלא האב איך נישט געקענט טרעפן. אפשר צייכן צו מראי מקומות.

אין מקור הדברים שטייט אויך נישט וועגן נקודות
'אמר רבי שמעון בן יוחאי: יו"ד שנטל הקדוש ברוך הוא משרי, היה טס ופורח לפני כסאו של הקב"ה. אמר לפניו: רבש"ע! בשביל שאני קטנה שבאותיות, הוצאתני משרה הצדקת?! אמר לו הקדוש ברוך הוא: לשעבר היית משמה של נקבה, ובסופן של אותיות, עכשיו אני נותנך בשמו של זכר, ובראשן של אותיות, שנאמר (במדבר יג): "ויקרא משה להושע בן נון יהושע".' (ב"ר מז,א)
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

בון און נישט בן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

רמב"ן (פרק לג פסוק יא):
וטעם בן נון בא בחירק תמורת סגול, וכן דברי אגור בן יקה (משלי ל א), שבן לילה היה ובן לילה אבד (יונה ד י), אם בן הכות הרשע (דברים כה ב). ועם כל זה אני תמה מדוע לא נמלט בשם הצדיק הזה אחד שיבא כמנהג. ואני חושב כי נהגו לקרותו כן לכבוד, כי היה הגדול בתלמידי משה רבינו ויקראו לו בינון, כלומר הנבון, כי אין נבון וחכם כמוהו, או יהיה ענינו יהושע שהבינה מוליד, יעשו נון מלשון לפני שמש ינון שמו (תהלים עב יז).
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוי וויי טאטע
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 16, 2018 8:56 pm
לאקאציע: בין נפש אלוקית והבהמית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוי וויי טאטע »

ובכלל קשה ווייל אפילו ווען ער האט נאך געהייסן 'הושע' שטייט שוין אויך בן מיט א חיריק
'
מיין נאמען סימבאליזירט נישט מיין אלגעמיינע וועזן, נאר א שוואכקייט אין די מינוט פון זיך ברעכן קאפ פאר א 'ניק'...
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

איינס האט געשריבן:
סידיראם האט געשריבן:קינד און קייט קענען די תורה פארוואס שטייט ביי יהושע בן נון די ווארט "בן" מיט א חיריק? וויבאלד עס שטייט אין מדרש אז מען האט אוועקגענומען די י' פון שרי און מען האט דאס געגעבן פאר יהושע, איז אויב אזוי דארף דאך יהושע אויך באקומען א "שוא" צו די אות י', ממילא האט מען אוועקגענומען די צוויי פינטלעך פון די סגול פון "בן", מען האט פון דעים געמאכט א שוא צו די אות י', ממילא איז איבערגעבליבן ביי יהושע בן נון, די ווארט בן מיט א חיריק.

די תורה שטייט אין אגרא דכלה בשם דער רבי פון לובלין וואס האט דאס נאכגעזאגט פון זיין זיידע, די תורה ברענגט אויך דער חתם סופר בשם "מצינו".

האב איך געהערט פאריאר א קשיא אויף די תורה, וואס איז לענ"ד א שטארקע קשיא. ביי די נאמען "הושע" איז די אות ש' מיט א "צירי" וואס האט נאר צוויי פינטלעך, ביי די נאמען "יהושע" -חוץ וואס עס קומט צו די שוא ביי די אות י' - קומט דאך אויך צו א "שוריק" ביי די אות ש, ביז יעצט האט ער געהייסן הושע מיט א צירי, יעצט הייסט ער הושע מיט א שורוק וואס האט דריי פינטלעך, נו אויב אזוי פון ווי האט מען גענומען די פינטל?

ווער עס האט א תירוץ אויף די קשיא זאל אויפהייבן די הענט.


די תורה וועגן די נקודות האב איך נאך קיינמאל נישט געהערט ביז די וואך ווען מיין אינגל האט אהיים געברענגט די פרשה צעטליך, און ס'האט מיר געקאסט א שמייכל.

אין חתם סופר שטייט נישט וועגן די נקודות, אגרא דכלא האב איך נישט געקענט טרעפן. אפשר צייכן צו מראי מקומות.

אין מקור הדברים שטייט אויך נישט וועגן נקודות
'אמר רבי שמעון בן יוחאי: יו"ד שנטל הקדוש ברוך הוא משרי, היה טס ופורח לפני כסאו של הקב"ה. אמר לפניו: רבש"ע! בשביל שאני קטנה שבאותיות, הוצאתני משרה הצדקת?! אמר לו הקדוש ברוך הוא: לשעבר היית משמה של נקבה, ובסופן של אותיות, עכשיו אני נותנך בשמו של זכר, ובראשן של אותיות, שנאמר (במדבר יג): "ויקרא משה להושע בן נון יהושע".' (ב"ר מז,א)


ספר תורת משה לחת"ס על במדבר פרק יג פסוק טז
ויש לפרש עוד יהושע נקרא בן נון, בן בחירק ומצינו לזה ב' טעמים אחד ללמד שהי' מתבונן בשער נון אע"ג דשער נון לא ניתן אפי' למשה מ"מ מקצת בינה הי' לו בו ממש למשה ובין לשון התבוננות וטעם שני דיו"ד של יהושע היא יו"ד של שרי ושם היתה בלי נקודה ועכשיו תהי' בנקודת שוא וגם הנקודות אע"ג שהם מתורה שבע"פ מ"מ אין להוסיף עליהם והם במספר לכך נוטל מהסגול של בן ב' נקודות וממילא לא נשאר רק חירק ולכם נקוד בן בחיריק תחת סגול ופירושו בן היינו בנו של נון ולפ"ז ע"י משה שקרא לו יהושע עם יו"ד והוצרך ליטול שוא דהיינו ב' נקודות הוכרח לקרוא לבן בחירק ואינו מוכרח לפרש דידע להבין בשער נון ויש לו ע"י הוספת היו"ד גריעותא דאינו ניכר מעלה שלו שמתבונן בשער נון הי' אפשר לומר דלא ניחא לי' ליהושע בזה לכך אמר התרגום יונתן כד חמי ענותנותו הוסיף לו, עכ"ל.

ספר אגרא דכלה - פרשת שלח
למטה אפרים הושע בן נון. באתי להזכיר בכאן פרט אחד מה שנתקשו כל המפרשים למה נכתב בכל מקום בן בחירק, ודברי בעלי הפשט ידועים (עיין ברד"ק ריש יהושע). ושמעתי מדברי אדמו"ר הרב הק' מהריעי"צ זצוק"ל שאמר בשם זקנו, דידוע מה שאמרו רז"ל [ב"ר פמ"ז א'] שהיו"ד של שרי נתרעמה עד שצירפה הקב"ה ליהושע, והנה היו"ד של שר"י לא היה לה ניקוד, ומהיכן נתהווה ניקוד ביהושע, אזי לקח הש"י תרין נקודות מג' נקודת הסגול שבכל מקום בתיבת בן, ועשה מהם שבא תחת היו"ד, ונשאר בתיבת ב"ן נקודה אחת חירק, ודפח"ח:
ולי הקטן נראה, דידוע מה שאמר הש"י למשה ונתת מהודך עליו [במדבר כז כ] שנתנבא מהודו של משה, והוכרח להיות מקושר בנצח כי נצח ישראל לא ישקר, והוא סוד תרי פלגא גופא כנודע, על כן נקרא בן בחירק ניקוד נצח, לקשרו בנצח לנצח על מלאכת י"י, ליתן המון לאומים תחת רגליו, והבן, עכ"ל.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”