לקוטים וענינים בפרשת בהעלותך

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

בהעלתך את הנרת אל מול פני המנורה יאירו וגו' (ח-ב). ווען מען וויל אויפהייבען א נשמה פון א יוד, מוז מען דאס צום ערשט באהעפטן צו דעם צדיק הדור. עס שטייט אין פסוק: "נר ה' נשמת אדם", (משלי כ-כז) די נשמה פון א יוד איז צוגעגליכען צו א ליכט. "בהעלתך את הנרת" ווען דו ווילסט ארויף ברענגען די נשמות פון די יודן, "אל מול פני המנורה יאירו" מוז מען דאס קודם באהעפטן צום צדיק, וואס ווערט אנגערופען "פני הדור".
(ר' מנחם מענדל מרימנוב זי"ע)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

בהעלתך וגו'. למה נסמכה פרשת המנורה וכו', חלשה אז דעתו וכו', חייך שלך גדולה משלהם שאתה מדליק ומטיב את הנרות. (רש"י) אהרן הכהן מיט זיין עניוות האט געטראכט אז ער האט נישט אנטייל גענומען מיט די נשיאים ביי די חנוכת המשכן ווייל ער איז נישט אזוי חשוב ווי זיי. האט איהם דער אייבערשטער געזאגט: "שלך" צוליב דיין מידה פון עניוות, "גדולה משלהם" ביסטו נאך אסאך חשובער פון זיי.
(ישמח ישראל)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ויעש כן אהרן אל מול פני המנורה וגו'. להגיד שבחו של אהרן שלא שינה (רש"י). געווענליך ווען מענטשן טוהן מצוות שטענדיג מיט א געוואוינהייט, פארלירען זיי שפעטער די התלהבות און ברען וואס מען האט געהאט ביים ערשטן מאהל וואס מען האט געטוהן די מצוות. אזוי קילט אפ דער יצר הרע דעם מענטש פון צו דינען דעם אייבערשטען, און ער ברענגט אריין א געפיהל פון קאלטקייט אין די מצוות. "להגיד שבחו של אהרן", די תורה לויבט אהרן הכהן, "שלא שינה" אז ער האט נישט געטוהן די מצוות מיט א געוואוינהייט אזוי ווי אלע, ("שינה" איז א לשון פון איבערחזר'ן) נאר יעדען טאג איז דאס געווען פאר איהם ווי א נייע מצוה.
(רבי מנחם מענדל מלינסק זצ"ל)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

כי נתנים נתנים המה לי וגו' (ח-טז). נתונים למשא נתונים לשיר. (רש"י) א יוד דארף אייביג וויסען אז אפילו עס קומען אויף איהם שווערע צייטען וואס ער זעהט אז ער קען דאס שוין נישט אויסהאלטען, דארף ער זיך שטארקן און זיין בשמחה. ווייל מיט שמחה קען מען דורך טראגען די שווערסטע צייטען אין לעבן. דאס איז רש"י מרמז: "נתונים למשא" אפילו זיי זענען געגעבן פאר א שווערע לאסט און ליידען, "נתונים לשיר" הערען זיי נישט אויף צו זינגען און לויבן פאר דעם אייבערשטען.
(אמרי חיים)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ואתנה את הלוים נתנים לאהרן ולבניו מתוך בני ישראל וגו' (ח-יט). די לוים האבן זוכה געווען אז דער אייבערשטער זאל זיי אויסקלויבן, צוליב דעם וואס זיי האבן געוויסט אז זייער גאנצע כח און גרויסקייט איז: "מתוך בני ישראל" פון די קדושה פון די יודן, און זייער אייגענע קדושה איז בכלל נישט חשוב.
(חידושי הרי"ם)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דבר אל בני ישראל וגו', כי יהיה טמא לנפש או בדרך רחוקה וגו', ועשה פסח לה'. (ט-י) די פסוק וויל מרמז זיין אז אפילו א מענטש וואס איז שוין ליידער איינגעזינקען אין די טומאה און זיך אינגאנצען דערווייטערט פון דער אייבערשטער, קען זיך נאך פארעכטען. מיט דעם וואס ער וועט פארמערען מיט דאווענען און בעטן. "פסח" איז צוויי ווערטער: "פה-סח", די מויל רעדט און דאווענט.
(ברית אברם)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דבר אל בני ישראל וגו', כי יהיה טמא לנפש או בדרך רחוקה וגו', ועשה פסח לה'. (שם) "פה-סח" אלעס וואס דער מויל רעדט, "לה'" זאל זיין באשטימט פאר דער אייבערשטער.
(נועם אלימלך)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

בהעלתך את הנרות.
שטייט אין פסוק בהעלותך ווען דו וועסט אנצונדן, רש"י לערנט ארויס פון דעם לשון "בהעלותך" - אז ס'איז געווען א טרעפ פאר די מנורה וואס אויף דעם איז דער כהן געשטאנען ווען ער האט ריין געמאכט די רערלעך פון די מנורה, מ'דארף פארשטיין צו וואס האט בכלל געדארפט זיין דארט א טרעפ די גאנצע מנורה איז דאך געווען הויעך אכצן טפחים דאס איז דריי איילן וואלט דאך אהרן געקענט ריין מאכן די מנורה מיט'ן אויפהייבן זיינע הענט איז צו וואס האט אויסגעפעלט די טרעפ?
נאר דא רעדט מען פון אהרן הכהן וואס ער איז געווען אנגעטוהן מיט אכט קליידער, און די גמרא זאגט: אז דער כהן גדול האט נישט געטארט אויפהייבן זיינע הענט העכער דעם "ציץ" וואס דאס איז איין'ס פון די אכט קליידער. איז וועגן דעם איז געווען א טרעפ פאר די מנורה, אז בשעת ווען ער מאכט ריין די מנורה זאל ער נישט אויפהייבן זיינע הענט העכער'ן ציץ.
(מלא העמר)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ויעש כן אהרן זאגט רש"י מגיד שבחו של אהרן שלא שינה.
מ'קען עס צו פארשטיין לויט ווי רש"י זאגט אין פרשת וארא אז אהרן און משה זענען געווען אייניג אין מדריגות, וועגן דעם שרייבט די תורה איינמאל "אהרן" פאר "משה" און א אנדערע מאל שטייט "משה" פאר "אהרן", און עס ווערט געברענגט אין ספרים הקדושים אז די 7 רערן פון די מנורה זענען אנטקעגן אברהם יצחק יעקב. און די מיטעלסטע רער איז קעגן משה רבינו, און די אייבערשטער האט געהייסן דעם אהרן ער זאל בייגן אלע קנויטן אקעגן די מיטעלסטע, און אהרן האט טאקע אזוי געטוען כאטשיק ער האט געוואוסט אז ער איז די זעלבע חשוב ווי משה האט ער זיך קליין געהאלטן און געבויגן אלע קנויטן און אזוי אויך זיין קנויט קעגן די מיטעלסטע וואס איז מרמז אויף משה.
דאס זאגט רש"י - מגיד שבחו של אהרן שלא שינה - די פסוק קומט זאגן די לויב פון אהרן דאס מיינט זיין חשובע מדה פון ענווה וואס אהרן האט פארמאגט, אז - שלא שינה - ער האט נישט פארענדערט פונעם אייבערשטן און האט געבויגן אלע קנויטן אפילו זיין קנויט אקעגן די מיטעלסטע, צוליב דעם וואס ער האט זיך קליין געהאלטן.
(קדושת יו"ט)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ויעש כן אהרן זאגט רש"י מגיד שבחו של אהרן שלא שינה.
מ'קען דאס פארשטיין לויט ווי די ישמח משה זאגט: אז עס איז דא חילוק אינצווישן די גאר חשובע מענטשן וואס ווערן אנגערופן בני עלי', ווען זיי טוען א מצוה די צווייטע מאל און די דריטע מאל, טוען זיי עס מיט די זעלבע ברען, און מיט די זעלבע פלייסיגקייט ווי דעם ערשטן מאל, אבער די פשוטע מענטשן, טוען טאקע דעם ערשטע מאל א מצוה מיט א חשק און ברען, אבער נאכדעם ווערט אויסגעלאשן די געפיל צו די מצוה.
לויט דעם קען מען זאגן דאס וויל דא רש"י באמערקן, - מגיד שבחו של אהרן שלא שינה - ביי אהרן דער גרויסער צדיק האט געצינדן די מנורה א יעדן טאג, אזוי ווי עס וואלט געווען דעם ערשטן טאג, אזוי ווי די חז"ל זאגן - בכל יום בעינך יהיו כחדשים - יעדן טאג זאל זיין אין דיינע אויגן גערעכנט ווי ניי,
(דברי יואל דף רלו)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ויעש כן אהרן. (ח ג)
עס איז שווער געווען פאר רש"י פארוואס זאגט דאס דער פסוק, פארשטייט זיך אז אהרן הכהן האט געטוען וואס דער אייבערשטער האט באפוילן משה רבינו?
מען קען ענטפערן לויט ווי עס איז ידוע אז אין יעדער מצוה איז דא צוויי חלקים, די "מעשה המצוה", און אויך די "סודות המצוה", די באהאלטענע ענינים און כוונות פון יעדע מצוה.
דאס איז מרומז (באהאלטען) אין דעם פסוק: "ויעש כן אהרן" - "כן" באטרעפט זיבעציג, אזוי ווי עס באטרעפט "סוד", אהרן הכהן האט נישט נאר געטוען די מעשה המצוה וואס דאס איז פארשטענדליך, נאר ער האט אויך אינזין געהאט די סודות פון די מצוה
.משמרת איתמר
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

והאיש משה עניו מאוד.

עס ווערט דערציילט אויפ'ן צדיק הרה"ק ר' מנחם מענדל מוויטעבסק ז"ל, וועלכער האט זיך אונטער געשריבן "השפל באמת" ווי דער הייליגער בעל שם טוב האט עדות געזאגט אויף זיין גרויסקייט אין מדת ענווה ושפלות, אבער דאך איז ער געגאנגען אנגעטון מיט גאר שיינע קליידער מער פון אלע אנדערע תלמידים פון בעש"ט וואס דאס איז געווען זייער וואונדערליך פאר די תלמידים פון בעש"ט, צו פארשטיין ווי קומט צו אזא בעל מדריגה זיך באצירן מיט שיינע קליידער וואס דאס איז א מדה פון "גאווה".

דער "תולדות" האט אמאל ערקלערט מיט א משל דעם מהלך פון דעם צדיק, א משל צו אן עושר וועלכער פארמאגט מיט זיך גאר טייערע בריליאנטן און דימאנט שטיינער. גייענדיג אין גאס האט ער מורא אז גנבים זאלן אים נישט בארויבן זיין פארמעגן, קליידט ער זיך אן מיט פלשוט'ע מלבושים אז ער זאל נישט ציען די אויפמערקזאמקייט פון די רויבער. דאס זעלבע איז מיט דעם צדיק וועלכער פארמאגט אין זיך א פארמעגן פון מדות טובות ווי ענווה און שפלות, ווייל די צדיק האט מורא אז דער שטן זאל זיך נישט פארלייגן אויף אים, און אים וועלן שטרויכלען אין אן א עבירה, קליידט ער זיך אן מיט א פאלשע קליידונג פון גאווה וואס דאס פאפלט אפל דעם יצה"ר.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

עס איז דא א סגולה. ווען א איד פארשטייט נישט סיי וועלכען ענין אין די תורה זאל ער לייענען די פלרשה פון די מנורה אין א ספר תורה, דאן וועלן זיינע אויגען אויפלייכטען און ער וועט לייכטער פארשטיין דאס לערנען, והמשכיל יבין.

(אגרא דפרקא קמ"ב)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ומי יתן כל עם ה' נביאים
הרה"ק מלובלין זי"ע האט אמאל געזאגט בדרך צחות, ומי יתן, און ווער וועט געבן א גראשן (געלט), אויב כל עם ה' נביאים, אויב אלע אידן וועלן זיין רבי'ס, און ס'וועט נישט איבערבלייבן ווער ס'זאל געבן פאר זיי...
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

מי יאכלינו בשר
דער "חיד"א" שרייבט אין זיין ספה"ק "שמחת הרגל" ווי פאלגענד. כ'האב געהערט נאכזאגען פון "מגידי אמת", אז אין די צייט פון הגאון הקדוש מלומד בניסים רבי יוסף קובו ז"ל, ווען ער האט געוואוינט אין די שטאט סאלוניקי (גריכענלאנד), האט מען אויף איינמאל אנגעפאנגען צו שמועסן אויף א געוויסען מענטש וואס מ'האט ביז היינט בכלל נישט געהערט פון אים, אז ער האט פללוצלינג אנגעפאנגען צו באווייזן אויסטערלישע מופתים, איז מען געקומען פרעגן דעם אויבענדערמאנטען גאון וואס זיין מיינונג איז וואס אנבאלאנגט דעם פלערזאן, האט דער גאון געענטפערט זיי זאל זיך גוט איינקוקן ווי אזוי ער פירט זיך ביים עסען.
זיי זענען צוריק געקומען מיט אן ענטפער אז ער עסט מער ווי א געווענליכער מענטש. דאן דארף מען שוין מער נישט נאכקוקען, האט דער גאון געענטפערט. ס'איז ביי מיר קלאר אז ער איז פון די סט"א! וכך הוה, נאך א שטיק צייט איז נתגלה געווארען ברבים דער אינהלאט פון דעם פלערשוין, און מ'האט זיך אפלגעשיידט פון אים, עכלה"ק.
* * *
דער "חתם סופר" האט אמאל געזאגט, ס'איז נישט קיין וואונדער אז משה רבינו איז אויסגעוואקסען א "משה רבינו". ווען איך וואלט געהאט אזא רבי'ן ווי משה רבינו האט געהאט, וואלט איך אויך אזוי אויסגעוואקסען. איי, האט האט דער חתם סופר אויסגעפירט, וועט איר פרעגן פארוואס האב איך נישט זוכה געווען צו אזא גרויסען רבי'ן? איז דער ענטפער ווייל איך בין דאך נישט משה רבינו...
* * *
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

והאיש משה עניו מאוד
דער קאצקער רבי זי"ע פלעגט זאגען, אלע מצוות דארף מען מקיים זיין מיט די גוטע כוונה לשם שמים, אויסער ביי די מדה פון ענווה קען מען נישט אינזינען האבען די כוונה...
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

מקברות התאווה נסעו העם חצירות.
פארוואס קומט איר צו מיר? פארוואס האט איר זיך דא צוזאמגעקליבן? פרעגט שרייען דער קאצקער רבי צו זיינע תלמידים. איר ווילט אפשר אז איך זאל אויסזויבערן אייערע עבירות, און פארטרייבן די מחשבות זרות, אדער אפשר פאררעכטן וואס איר האט אין לויף פון די טעג פארדארבן? וואס בין איך, א שמוץ קערער?
איר דארפט דאס אליין טון פאר איר קומט צו פארן צו מיר, ווי מיר זעען אין פלסוק, מקברות התאווה נסעו העם חצירות, ערשט נאכ'ן באגראבן די תאוות איז מען געפארן צום רבי'נס הויף, נישט פארקערט. (ווי באקאנט איז אין קאצק א סאך מאל געהערט געווארן גאר שארפע דיבורים, וסוד ה' ליראיו.)
* * *
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ומדוע לא יראתם לדבר בעבדי במשה. (יב ח) בעבדי אף על פי שאינו במשה, במשה אפילו אינו עבדי. (רש"י)
דער קצות החושן איז געווען א רב אין א שטאט, און ער איז געווען א מתנגד צו חסידות, האט אמאהל פאסירט אז עטליכע חסידים פון דער חוזה פון לובלין האבן מזלזל געווען בכבודו פון דער קצות החושן, ווייל ער איז א מתנגד. האט דער קצות זיי אריינגעלייגט אין חרם אויף צוויי וואכן.
זענען די חסידים געפארן קיין לובלין כדי צו ווארטן ביים רבי'ן ביז עס וועט דורכגיין די צייט פון דער חרם. אנקומענדיג קיין לובלין האבן זיי געוואלט אריין צום רבי'ן, זאגט זיי דער גבאי: דער רבי האט מיך אנגעזאגט אייך נישט אריינצולאזן ביז צוויי וואכן!
נאך די צוויי וואכן ווען עס האט זיך שוין גענדיגט זייער חרם, זענען זיי אריין צום לובלינער, רופט זיך אן דער חוזה צו זיי: איך וועל אייך זאגן פשט אין די ווערטער פון רש"י (הנ"ל), ווייל מען דארף וויסען אז עס איז דא צוויי מיני מענטשען וואס מען דארף פון זיי מורא האבן, דער וואס איז בבחינת 'עבדי' ווייל ער איז דבוק יומם ולילה אין עבודת השם, "אע"פ שאינו משה" ער איז נישט דער גדול הדור בתורה. און דער וואס איז בבחינת "משה" א גדול הדור בתורה, "אפילו אינו עבדי" ער איז נישט אין די בחינה פון די בעלי העבודה.
* * *
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ויאמר אל נא תעזוב אותנו כי על כן ידעת חנותינו במדבר והיית לנו לעינים (י' ל"א)
דער גאון דער מהר"ם שי"ק זי"ע האט געשריבען צו הגאון רבי זוסמאן סופר זי"ע אז עס האט איינמאל פאסירט ביי זיין הייליגן רבי דער חתם סופר זי"ע אז מען האט אים אויפגענומען אין די גרויסע קהלה פיורדא און לאנד דייטשלאנד, עס איז געווען דער שמועס אז אויב דער חתם סופר וועט קומען קיין דייטשלאנד וועט ער איבערדרייען די גאנצע מדינה צום גוטן.
אבער די שטאט לייט פון פרעשבורג האבן שטארק געטומעלט און פארפירט נישט אוועק צו לאזין זייער הייליגען גרויסען רבי דער חתם סופר, מען האט זיך געבעטן אז ער זאל חלילה נישט פארלאזן די שטאט אבער מען האט נישט געקענט פועל'ן צו באיינפלוסן דעם חתם סופר ער זאל בלייבן.
ביז עס איז אנגעקומען א חשובע איד, ר' הירש יפ"ה, און ער האט זיך אויפגעשטעלט פאר'ן חתם סופר און אים געזאגט "רבי עס איז אמת אז אויב דער רבי וועט גיין קיין דייטשלאנד וועט ער דארטן אויפטוען גרויסע זאכען, אבער דאס איז דאך זיכער אז דא אין שטאט וועט ווערן שוואכער דאס אידישקייט, דאס לערנען תורה וועט ווערן שוואכער, און דאס וועט האבען א נישט גוטע השפעה אויף גאנץ אונגארן, נא רבי וואס איז דען בעסער, צו מאכן פון גוים אידן, אדער פון אידן גוים...
אט די לאגישע רייד האבן שוין באיינפלוסט דעם חתם סופר צו בלייבן אין פרעשבורג.
דאס זעלבע קען מען איינטייטשן אין פסוק ווען משה רבינו האט געזעהן ווי זיין שווער וויל צוריק גיין קיין מדין און דארט דערציילן די געוואלדיגע נפלאות ה' און מקדש זיין דארט דעם שם ה', האט משה רבינו געזאגט צו יתרו, טאקע דו וועסט אויפטוען דארט אין מדין פאר אידישקייט, אבער אויך דא אין מדבר קענסטו אויפטון פאר כבוד שמים, ווייל "כי אתה ידעת חנותו במדבר" ווי עס איז נישט קיין אויפגעבויטע ישוב און מען מוטשעט זיך שטארק, אבער ווען מען זעט דיך יתרו וואס דו האסט אלע באקוועמליכקייטן איבערגעלאזט וועגן כבוד שמים, דאן נעמען די אידן פון דיר א מוסר השכל ווי אזוי מען דארף אויף זיך מקבל זיין דעם עול מלכות שמים באהבה.
דאס זאגט משה רבינו, "אל נא תעזוב אותנו" זאלסט אונז נישט פארלאזן ווייל דורך דיין בלייבן דא "והיית לנו לעינים" מען וועט קוקען אויף דיר, און זיך אפלערנען פון דיר ווי אזוי צו דינען דעם רבש"ע. (מהר"ם סופר להגאבד"ק טיסא זצ"ל)
מרן אדמו"ר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרן אדמו"ר »

ויעש כן אהרן (ח, ג)
רש"י זאגט להגיד שבחו של אהרן שלא שינה אז די פסוק קומט צו פארציילן די לויב פון אהרן אז ער האט נישט משנה געווען,
מען קען דאס מפרש זיין אזוי, די משנה זאגט אין אבות (פרק ב' משנה ה') ולא עם הארץ חסיד אז א עם הארץ איז נישט קיין חסיד, מען קען מפרש זיין די משנה אויף א אנדערע אופן אז מען וועט עס זאגן מיט א לשון בתמי' אז די משנה זאגט ולא עם הארץ חסיד קען דען א עם הארץ נישט זיין א חסיד, ווייל אויב איינער טוט זיך אן מלבישי חסידות העלפט עס אסאך, ווייל זיינע קינדער וועלן זיך אפלערנען דערפון זיך צו פירן אויף די חסידישע וועג און זיי וועלן דינען השי"ת.
און מיט דעם קען מען מפרש זיין די פסוק (מלאכי ג, ו) ואני ד' לא שניתי ואתם בני יעקב לא כליתם אז השי"ת זאגט אז איך האב משנה געווען די ווארט "לא" פון די משנה לא עם הארץ חסיד און עס געזאגט בלשון בתמי' וואס דאס מיינט אז אפי' א עם הארץ קען זיין א חסיד דורך זיך אנטוען מלבושי חסידות און דורך דעם וועט זיין ואתם בני יעקב אז די קינדער און ווייטערע דורות לא כיליתם וועלן נישט ווערן פארלענדעדט ווייל זיי וועלן זיך אפלערנען דערפון און ווייטער דינען השי"ת.
אזוי אויך האט הרה"ק השר שלום מ'בעלז ז"ל מפרש געווען די פסוק (דברים כט, כח) הנסתרות לד' אלקינו והנגלות לנו ולבנינו עד עולם לעשות את כל דברי התורה הזאת, אז ווען א איד דינט השי"ת באהאלטן דעמאלט ווייסט נאר השי"ת דערפון אבער די וועלט ווייסט נישט דערפון און קיינער קען זיך נישט אפלערנען פון זיינע מעשים טובים אבער ווען א מענטש דינט השי"ת אפענערהייט דעמאלט וועלן זיך מענטשען ווי אויך זיינע קינדער קענען אפלערנען ווי אזוי מען דארף זיך פירן, דאס איז פשט הנסתרות לד' אלקינו ווען א איד דינט השי"ת באהאלטענערהייט איז עס נאר פאר השי"ת אבער והנגלות לנו ולבנינו עד עולם ווען איינער דינט השי"ת אפענערהייט איז עס אויך פאר אונזערע קינדער ווייל זיי וועלן זיך קענען אפלערנען לעשות את כל דברי התורה הזאת ווי אזוי מען דארף דינען השי"ת.
קען מען מפרש זיין אז דאס איז פשט אין רש"י, להגיד שבחו של אהרן צו זאגן די לויב פון אהרן שלא שינה אז ער האט משנה געווען די ווארט "לא" פון די משנה ולא עם הארץ חסיד און עס געזאגט אויף א אנדערע אופן וואס דאס מיינט בלשון בתמי'.
* * *
והנה מרים מצורעת כשלג (יב, י)
עס שטייט אין מדרש הרוצה לידע תחיית המתים מן התורה אז די ווילסט וויסן ווי עס איז מרומז תחיית המתים אין די תורה, יראה זאלסטו קוקן די פסוק והנה מרים מצורעת כשלג וועסטו עס זעהן וויבאלד עס שטייט אז מרים איז געווען קרעציג, ותמוה.
די גמ' אין מס' מנחות (דף מה.) פרעגט אז עס שטייט אין פסוק (יחזקאל מד, לא) וכל נבילה וטריפה לא יאכלו הכהנים אז די כהנים זאלן נישט עסן קיין נבילה וטריפה פרעגט די גמ' נאר כהנים טארן נישט עסן אבער א ישראל מעג דען יא, ענטפערט די גמ' א"ר יוחנן פרשה זו עתיד אליהו לדורשה אז די פרשה וועט אליהו הנביא מפרש זיי, רבינא אמר כהנים איצטריך לי' אז די פסוק דארף קומען ספעציעל זאגן אז כהנים טארן נישט עסן קיין נבילה וטריפה סד"א הואיל ואישתרי מליקה גבייהו נבילה וטריפה נמי לישתרי ווייל איך וואלט געקענט האבן א טעות אז פונקט אזוי ווי עס איז מותר געווארן פאר די כהנים צו מאכן מליקה וואס נארמאל דארף זיין שחיטה אזוי אויך איז מותר געווארן פאר זיי צו עסן נבילה וטריפה וועגן דעם דארף שטיין אין פסוק אז די כהנים טארן אויך נישט עסן קיין נבילה וטריפה.
די אחרונים זענען מסביר אז ר' יוחנן און רבינא קריגן זיך אין די מחלוקה פון מס' זבחים (דף נב:) צו מען זאגט הואיל ואשתרי אישתרי אז אויב עס איז עפעס מותר געווארן איז שוין מותר געווארן נאך זאכן אויך, צו מען זאגט נישט הואיל ואשתרי אישתרי, רבינא לערנט הואיל ואשתרי אישתרי ממילא וואלט מען געקענט האבן א טעות אז די כהנים מעגן נבילה וטריפה וויבאלד ביי זיי איז מותר געווארן מליקה וועגן דעם מוז די פסוק זאגן אז זיי טארן נישט, און ר' יוחנן לערנט אז מען זאגט נישט הואיל ואשתרי אישתרי אויב אזוי איז נישט קיין הו"א אז די כהנים זאלן מעגן נבילה וטריפה ממילא קען ער נישט ענטפערן אזוי ווי רבינא ענטפערט וועגן דעם מוז ער זאגן אז אליהו הנביא וועט מפרש זיין די פסוק.
די מפרשים זענען מסביר די כוונה פון דעם, ווייל די גמ' זאגט (נדה סא:) מצוות בטלות לעתיד לבא אז די מצוות וועלן בטל ווערן לעתיד לבא, אבער דאס איז נאר די מצוות וואס די אידן זענען באפוילן געווארן אבער די מצוות וואס די כהנים זענען באפוילן געווארן די מצוות וועלן נישט בטל ווערן ווייל זיי זענען באפוילן געווארן מיט אסאך מצוות.
דאס זאגט ר' יוחנן אז די פסוק איז עתיד אליהו לדורשה דאס מיינט אז לעתיד לבא ווען עס וועט זיין תחיית המתים און אליהו הנביא וועט צוריק לעבעדיג ווערן און דעמאלט וועלן אלע מצוות בטל ווערן און די מצוות וועט נאר נוגע זיין פאר די כהנים דעמאלטס וועט מען פארשטיין פארוואס עס שטייט דא לא יאכלו כהנים ווייל דעמאלטס וועט עס נאר זיין נוגע פאר די כהנים.
קומט אויס פון דעם אז פון די פסוק וכל נבילה וטריפה וכו' לא יאכלו הכהנים זעהן מיר אז וועט זיין תחיית המתים און צוליב יענע זמן שטייט אין די פסוק אז עס גייט ארויף אויף די כהנים אבער דאס איז נאר לויט ר' יוחנן וואס ער לערנט אז מען זאגט נישט הואיל ואשתרי אשתרי וועגן דעם זאגט ער אז די פסוק גייט ארויף אויף לעתיד לבא אבער לויט רבינא וואס ער לערנט אז מען זאגט יא הואיל ואשתרי אשתרי לויט אים גייט נישט די פסוק ארויף אויף לעתיד לבא און עס איז נישט דא קיין ראי' אויף תחיית המתים.
די קדמונים זענען מפרש א טעם פארוואס משה רבינו האט זיך פורש געווען פון זיין פרוי ווייל עס שטייט אין מדרש (ויק"ר פי"א ו) אז משה רבינו איז געווען די 40 יאר אין מדבר די כהן גדול, און עס שטייט אין תרגום יונתן (שמות יח, ב') אויף די פסוק אחר שלוחי' אז צפורה איז געווען א גרושה, און וועגן דעם האט ער זיך פורש געווען ווען ער איז געווארן א כהן ווייל א כהן טאר נישט חתונה האבן מיט א גרושה, אבער מרים האט געהאלטן אז מען זאגט הואיל ואשתרי אשתרי און וויבאלד משה רבינו האט שוין חתונה געהאט מיט איר ווען ער האט נאך געמעגט ווייל דאן איז ער נאך נישט געווען א כהן מעג ער יעצט אויך וואוינען מיט איר און דאס האט זי גערעדט לשון הרע, און וויבאלד מיר זעהן אז מרים איז געווארן באשטראפט איז א ראי' אז זי איז נישט געווען גערעכט נאר מיר לערנען אז מען זאגט נישט הואיל ואשתרי אשתרי און משה רבינו איז געווען גערעכט מיט דעם וואס ער האט זיך פורש געווען.
זעהן מיר פון דעם אז וויבאלד מרים איז באשטראפט געווארן איז א ראי' אז מיר לערנען אז מען נישט הואיל ואשתרי אשתרי.
יעצט פארשטייט מען שוין וואס די מדרש זאגט אז פון דעם אז מרים איז געשטראפט געווארן קען מען זעהן אז עס וועט זיין תחיית המתים, ווייל פון דעם אז מרים איז געשטראפט געווארן זעהן מיר אז מיר לערנען נישט הואיל ואשתרי אשתרי אויב אזוי איז די סיבה פארוואס עס שטייט אין די פסוק אז די "כהנים" טארן נישט עסן קיין נבילה אזוי ווי ר' יוחנן לערנט וואס פון דעם זעהן מיר אז עס וועט זיין תחיית המתים ווייל מען קען נישט זאגן די טעם פון רבינא ווייל מיר לערנען דאך אז מען זאגט נישט הואיל ואשתרי אשתרי אויב אזוי איז נישט דא קיין הו"א אז די כהנים זאלן מעגן עסן נבילה, אויב אזוי מוז מען זאגן די טעם פון ר' יוחנן און פון דעם איז א ראי' אז עס וועט זיין תחיית המתים.
* * *
והנה מרים מצורעת כשלג (יב, י)
עס שטייט אין מדרש הרוצה לידע תחיית המתים מן התורה אז די ווילסט וויסן ווי עס איז מרומז תחיית המתים אין די תורה, יראה והנה מרים מצורעת כשלג וועסטו עס זעהן וויבאלד עס שטייט אז מרים איז געווען קרעציג, ותמוה.
די גמ' זאגט אין מס' סנהדרין (דף צ ע"ב) פון ווי ווייסט מען אז עס וועט זיין תחיית המתים וויבאלד עס שטייט אין פסוק (במדבר יח, כח) ונתתם ממנו תרומת ד' לאהרן הכהן, אז מען זאל געבן די תרומה פאר אהרן הכהן, און אהרן הכהן לעבט דאך נישט אייביג איז א ראי' אז ער וועט נאך צוריק לעבעדיג ווערן און מען וועט אים דעמאלט ווייטער געבן תרומה.
די ראשונים זאגן (עי' בעקרים) אז ווען משיח וועט קומען וועלן קודם די צדיקים ווערן לעבעדיג כדי זיי זאלן קענען קונה זיין א גרויסע שלימות וואס זיי האבן נישט געקענט קונה זיין די ערשטע מאל און זיי וועלן דורך דעם מפרסם זיין פאר די וועלט די גרויסקייט פון השי"ת, און שפעטער ביי די יום הדין וועלן די איבעריגע אידן ווערן לעבעדיג.
לויט דעם איז נישט קיין ראי' פון די פסוק ונתתם ממנו תרומת ד' לאהרן הכהן אז עס וועט זיין תחיית המתים פאר גאנץ כלל ישראל, ווייל עס קען זיין אז נאר די צדיקים און אהרן הכהן וועלן ווערן לעבעדיג, און די צדיקים וועלן געבן די תרומה פאר אהרן און דורך דעם וועט מען מקיים זיין די פסוק אבער די איבעריגע אידן וועלן נישט ווערן לעבעדיג.
אבער עס איז ידוע אז אהרן איז געווען א אוהב שלום ורודף שלום און עס האט אים זייער וויי געטוען א אנדערע איד'ס צער און עס איז געווען נוגע צו זיין הארץ יענמ'ס צער, ממילא אויב אהרן וועט ווערן לעבעדיג און די איבעריגע אידן וועלן נישט ווערן לעבעדיג וועט עס אים זייער וויי טוען און עס וועט אים נישט זיין ווערט אז ער איז לעבעדיג געווארן ווייל ער וועט האבן גרויס צער דערפון, ממילא וויבאלד מיר זעהן פון פסוק אז אהרן וועט ווערן לעבעדיג מוז זיין אז אויך אלע אידן וועלן ווערן לעבעדיג, וועגן דעם זאגט די גמ' אז פון די פסוק איז א ראי' אז כלל ישראל וועט אויפשטיין תחיית המתים.
מיט דעם קען מען פארענטפערן א קשיא וואס די מפרשים פרעגן פארוואס איז אהרן הכהן נישט געווארן קרעציג אזוי ווי מרים, לכאורה ער האט דאך אויך גערעדט אויף משה רבינו, אבער וויבאלד אהרן איז געווען א אוהב שלום ורודף שלום און עס האט אים זייער וויי געטוען א אנדערע איד'ס צער און ער האט געשפירט ממש אזוי ווי ער האט די צער האט ער נישט געדארפט ווערן קרעציג ווייל ווען מרים איז געשטראפט געווארן מיט קרעטץ האט ער דאס אויך געשפירט און עס איז געווען אזוי ווי ער האט באקומען קרעטץ.
יעצט פארשטייט מען שוין די מדרש, אז ווי זעהט מען מרומז אין די תורה תחיית המתים אז גאנץ כלל ישראל וועט אויפשטיין תחיית המתים זאגט די מדרש פון די פרשה והנה מרים מצורעת כשלג אז מרים איז געשטראפט געווארן מיט קרעטץ איז שווער פארוואס איז אהרן נישט געשטראפט געווארן, איז די תירוץ ווייל אהרן איז א אוהב שלום ורודף שלום און ער שפירט מיט יענעמ'ס צער, און פון דעם ווייסט מען אז גאנץ כלל ישראל וועט אויפשטיין תחיית המתים ווייל אהרן מוז אויפשטיין אזוי ווי מיר זעהן פון די פסוק ונתתם ממנו תרומת ד' לאהרן הכהן און אויב נישט יעדער וועט אויפשטיין וועט עס זייער וויי טוען פאר אהרן איז א ראי' אז גאנץ כלל ישראל וועט אויפשטיין תחיית המתים.
גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 11, 2009 2:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבאי ביהמד »

מעלין בקודש
אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

אֶל מוּל פְּנֵי הַמְּנוֹרָה יָאִירוּ שִׁבְעַת הַנֵּרוֹת: (ח, ב)

הה"ד פתח דברך יאיר, ואתיא כמאן דאמר י"ז טפחים הוי מנרתא. (מדרש פליאה)

ווי באקאנט האט די מנורה געהאט 11 קנעפלעך, 9 בלומען, 22 בעכערס, און זיבן רערן. אין די הייך פון די מנורה איז פארהאן א פלוגתא, איין מאן דאמר זאגט 17 טפחים, און דער צווייטער מ"ד זאגט 18.

דאס זאגט די מדרש, פתח דברך יאיר, אז די אנהויבן פון די תורה איז מרמז אויף די מנורה. ווייל די ערשטע פסוק פון ספר בראשית האט 7 ווערטער, קעגן די רערן פון די מנורה. די ערשטע פסוק פון ספר שמות האט 11 ווערטער, קעגן די 11 קנעפלעך. די ערשטע פסוק פון ספר ויקרא האט 9 ווערטער קעגן די פרחים, די ערשטע פסוק פון ספר דברים האט 22 ווערטער קעגן די גביעים, און די ערשטע פסוק פון ספר במדבר זיבעצן ווערטער כנגד די הייעך פון די מנורה.

דערפאר פירט די מדרש אויס: ואתיא כמאן דאמר י"ז טפחים הוי מנרתא, כמנין טוב.

ילקוט אפרים בשם גאון אחד
אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

אֶלְדָּד וּמֵידָד מִתְנַבְּאִים בַּמַּחֲנֶה: וַיַּעַן יְהוֹשֻׁעַ בִּן נוּן .. וַיֹּאמַר אֲדֹנִי משֶׁה כְּלָאֵם: (יא, כז-כח)

דער בעל הטורים זאגט א רמז וואס איז מסביר פארוואס ווען יהושע האט געהערט אז "אֶלְדָּד וּמֵידָד מִתְנַבְּאִים בַּמַּחֲנֶה", האט ער באלד געזאגט: אֲדֹנִי משֶׁה כְּלָאֵם, כאטש עס שטייט נישט בפירוש וואס זיי האבן נביאות געזאגט. ווייל די ווארט מִתְנַבְּאִים איז נוטריקון מ'שה ת'נוח נ'פשו ב'גן א'לוקים, י'הושע מ'כניס.

די ווארט מִתְנַבְּאִים מאכט אויך: מת נביאם.
--
אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

די גמרא זאגט אין מגילה (יח.) מאי דכתיב (תהלים סה, ב) לך דומיה תהלה? .. כי אתא רב דימי אמר אמרי במערבא מלה בסלע משתוקא בתרין.

זאגט הגר"א מווילנא זי"ע, אז די גמרא איז מסביר די נבואה פון אלדד און מידד. ווייל די טעם פארוואס משרע"ה האט נישט אריינגעפירט די אידן קיין ארץ ישראל איז ווייל ער האט געשלאגן דעם שטיין ביי מי מריבה אנשטאט רעדן צום שטיין אזוי ווי דער ציווי ה' איז געווען. דאס זאגט די גמרא "מלה בסלע" – טאמער וואלט משה רבינו גערעדט צום סלע אנשטאט אים צו שלאגן, "משתוקא בתרין" – וואלטן די צוויי נביאים אלדד און מידד געשוויגן און נישט נבואה געזאגט אז משה מת ויהושע מכניס.
אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

אנהויב חגיגה (ג.) ברענגט די גמרא אן אינטערסאנטע מעשה:
הנהו תרי אילמי דהוו בשבבותיה דרבי בני ברתיה דרבי יוחנן בן גודגדא ואמרי לה בני אחתיה דרבי יוחנן דכל אימת דהוה עייל רבי לבי מדרשא הוו עיילי ויתבי קמייהו ומניידי ברישייהו ומרחשין שפוותייהו ובעי רבי רחמי עלייהו ואיתסו ואשתכח דהוו גמירי הלכתא וספרא וספרי וכולה הש"ס.

זאגט דער רמ"ע מפאנו, אז די צוויי שטומע תלמידים זענען געווען א גילגול פון אלדד און מידד, ווייל די צוויי ערשטע אותיות פון אלדד זענען "א-ל" און די ערשטע צוויי אותיות פון מידד "מי" – דאס זענען די תרי "אלמי". און דאס איז געווען זייער תיקון אז זיי זאלן זיין שטומע און מתקן זיין דאס וואס זיי האבן אין מדבר גערעדט שלא לצורך.
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”