ליקוטים וענינים על פרשת במדבר

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

בני נפתלי
פארוואס ווען די תורה רעכנט אויס די צאהל פון די שבטים שרייבט די תורה ביי יעדן שבט לבני און נאר ביי שבט נפתלי שטייט בני און נישט לבני? מ'קען זאגן אז אות ל' איז דער העכסטער פון אלע אותיות דאס איז א רמז אויף גאוה זיך גרויס האלטן, און דאס וויל די תורה דא מרמז זיין אז אלע שבטים וואלטן זיך געקענט גרויס האלטן איינער פון דעם אנדערן אז מיר האט מען געציילט פאר דיר, אבער נפתלי האט מען דאך געציילט דער לעצטער האט ער זיך נישט געקענט גרויס האלטן גרעסער פון א צווייטן שבט, פארדעם שטייט נישט ביי אים לבני מיט א ל' נאר - בני - אליין ווייל ער האט זיך נישט געקענט גרויס האלטן.
(אגרא דכלה)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ראש לבית אבותיו הוא
עס האבן זיך אמאל געקריגט ý2þ אידן איינער איז געווען אן ערליכע יוד, גוט געדאווענט, אוןגעלערנט מיט זיינע קינדער, און בכלל זיך אויף געפירט אזוי ווי מען דארף, ער האט אבער געשטאמט פון זייער א פשוטע משפחה, דער אנדערער האט זיך אויף געפירט זייער פראסט, קיינמאל נישט געלערנט און נישט געדאווענט ערליך, אבער ער האט געשטאמט פון זייער א שיינע מיוחס'דיגע משפחה,
און דער מיוחס האט זיך געטשעפעט מיט'ן ערליכע יוד, וועגן זיין פראסטע יחוס, האט אים דער ערליכע איד געזאגט אמת ! מיינע זיידעס זענען נישט געווען קיינע גרויסע צדיקים, און דיינע זיידעס זענען געווען גאר גרויסע צדיקים, אבער מיט דיר ענדיגט זיך דער יחוס, און דיינע קינדער וועלן זיך נישט גרויס האלטן מיט דיין תורה און מיט דיינע מדות, אבער מיינע קינדער וועלן אי"ה זיין שטאלץ מיט מיינע מדות, און מיט מיין התמדה און ערליכקייט, און מיט מיר הויבט זיך אן זייער יחוס.
דאס זאגט דער פסוק "ראש לבית אבותיו הוא" יעדער איינע פון די נשיאים זענען געווען אזעלכער וואס דער יחוס האט זיך נישט ביי אים אויסגעלאזט, נאר פונקט פארקערט זיי זענען געווען ראש לבית אבותם, זיי האבן אנגעהויבן די שיינע יחוס, די קינדער זענען געווען שטאלץ מיט זייער טאטען'ס תורה און מדות טובות.
(מלאכת מחשבת)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

לגלגלותם.
פארוואס שטייט נישט ביי שבט לוי לגלגלתם? מ'קען פארענטפערן אז אין די גמרא מנחות ווערט געברענגט אז ס'קען זיין אז ס'ווערט געבוירן א קינד מיט צוויי קעפ און דאס קינד ווערט אנגערופן א טריפה און ער קען נישט לעבן מער ווי צוועלעף חדשים, איז פארדעם ביי די שבטים וואס מ'האט זיי געציילט פון צוואנציג יאהר און העכער דארט שטייט לגלגלתם ווייל ס'קען נישט זיין א מענט'ש מיט צוויי קעפ ביי די צוואנציג יאהר ווייל אזא מענט'ש לעבט נישט מער ווי צוועלעף חדשים איז קען מען ציילן לגלגלתם ביי זייערע קעפ מ'וועט נישט קיין טעות האבן, אבער ביי שבט לוי וואס מ'האט זיי געציילט פון א חודש אן און העכער איז אויב מ'וועט ציילן לגלגלתם צו זייערע קעפ קען מען אמאהל א טעות האבן אויב ס'וועט געבוירן ווערן א קינד מיט צוויי קעפ וועט מען נישט ציילן ריכטיג אויב מ'וועט ציילן לגלגלתם צו זייערע קעפ איז פארדעם שטייט נישט ביי שבט לוי לגלגלתם.
(חתם סופר)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

מבן עשרים שנה ומעלה כל יצא צבא בישראל תפקדו אתם לצבאתם אתה ואהרן.
דער רמב"ן זאגט (ווייטער אין קאפיטל כ"ו פסוק ס"ד), אז מען האט געציילט די מענטשן, נאר ביז זעכציג יאר אלט.
דער אבן עזרא זאגט, אז די ערב רב האט מען נישט געציילט, אזוי ווי די פסוק זאגט ארויס "בישראל", נאר די אידן און נישט די ערב רב.


לשמעון שלמיאל בן צורישדי.
ווייטער אין פסוק ט"ז זאגט דער בעל הטורים, אז דאס איז געווען זמרי בן סלוא, וואס האט געטוען די
ווייטער שלעכטע מעשה, וואס ווערט פארציילט סוף פרשת בלק.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

לבני יוסף לאפרים אלישמע בן עמיהוד למנשה גמליאל בן פדהצור.
זאגט דער רמב"ן (ווייטער אויף פסוק ל"ב), אז אפרים ווערט אויסגערעכנט פאר מנשה, און די פסוק טוט אויך מיחס זיין יוסף'ס נאמען אויף שבט אפרים, וועגן צוויי טעמים.
א) ווייל אפרים איז געווען די בעל הדגל (אזוי ווי מיר וועלן ווייטער לערנען "דגל מחנה אפרים"), און ער איז געווען דער בכור, אזוי ווי יעקב האט געזאגט ביי זיין ברכה "ישימך אלקים כאפרים וכמנשה".
ב) נאך א טעם, ווייל שבט אפרים איז געווען מער מענטשן ווי שבט מנשה, וועגן דעם זענען זיי געווען חשוב'ע.
וועגן די טעמים טרעפן מיר אויך ווייטער אין קאפיטל ב' פסוק י"ח, ווערט אפרים אויסגערעכנט פאר מנשה.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ואת כל העדה הקהילו באחד לחדש השני ויתילדו על משפחתם לבית אבם במספר שמות מבן עשרים שנה ומעלה לגלגלתם.
פרעגט דער רמב"ן, פארוואס דארף די תורה זאגן, אז די געמיינדע האט זיך איינגעזאמעלט ראש חודש אייר, אין אנהויב פון די פרשה שטייט שוין אז דער אויבערשטער האט אים געזאגט ראש חודש אייר, אז ער זאל ציילן די אידן?
ענטפערט דער רמב"ן, אז די תורה וויל אונז לערנען די זריזות פון משה רבינו, צו מקיים זיין די מצוות פון דער הייליגער באשעפער, אז אין די זעלבע טאג וואס דער אויבערשטער האט אים געהייסן ציילן, האט ער שוין אנגעהויבן צו ציילן.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ויתילדו על משפחתם וגו'.
רש"י לערנט, אז זיי האבן געברענגט עדות, און שטרות פון יחוס, אויפצואווייזן פון וועלכע שבט יעדער איינער שטאמט.
דער רמב"ן קריגט, און ער האלט אז די אידן האבן נישט געדארפט אויפווייזן זייער יחוס מיט עדות אדער שטרות, און די כונה פון ויתילדו מיינט, אז יעדע איז געקומען צו משה מיט זיין מחצית השקל אין די הענט, און ער האט געזאגט פאר משה, אז איך בין דער זון פון דער, וואס קומט פון דער שבט, און אזוי האט ער געוויזן פון וואו זיין לידה שטאמט.
דער אבן עזרא לערנט, אז די כונה פון ויתילדו איז, אז יעדע האט אויפגעוויזן, ווען ער איז געבוירן געווארן, כדי צו וויסן צו מען זאל אים ציילן, ווייל מען האט דאך נאר געציילט פון צוואנציג יאר און העכער.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ויהיו בני ראובן בכר ישראל תולדתם למשפחתם לבית אבתם במספר שמות לגלגלתם כל זכר מבן עשרים שנה ומעלה כל יצא צבא.
פרעגט דער אור החיים הק', פארוואס חזר'ט איבער די תורה ביי יעדע שבט באזונדער, אז די געציילטע זענען געווען די וואס גייען ארויס אין די מיליטער?
ענטפערט דער אור החיים הק', אז די תורה וויל אונז דא לערנען א גרויסע נס וואס איז געווען ביי כלל ישראל. יעדע איד פון אלע שבטים וואס זענען געווען צוואנציג יאר און העכער, זענען אלע געווען ראוי ארויס צו גיין אין מלחמה, ווייל אלע זענען געווען געזונטע מענטשן, גרויסע גבורים. ביי יעדע פאלק, זענען דא געוויסע מענטשן, וואס זענען העכער צוואנציג יאר, וואס זיי זענען נישט ראוי צו גיין אין מלחמה, און דא ביי די אידן, איז יעדע מענטש געווען ראוי.
דאס איז די כונה פון פסוק, "כל", יעדע מענטש פון זיי, "יצא צבא", איז געווען ראוי ארויס צו גיין אין מיליטער.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

לבני שמעון תולדתם למשפחתם לבית אבתם "פקדיו" במספר שמות וגו'.
די מפרשים שטעלן זיך, פארוואס נאר ביי שבט שמעון שטייט די ווארט "פקדיו"? עס ווערט געברענגט א תירוץ פון דער רמ"ע מפאנו, אז די ווארט פקדיו, איז א לשון פון פעלן, אזוי ווי עס שטייט א פסוק, "ולא נפקד ממנו איש", עס האט נישט געפעלט פון אונז קיין מענטש.
ביי שבט שמעון זעהן מיר, אז אסאך מענטשן זענען פון זיי געהרג'עט געווארן, ווייל ביי דעם ציילונג, זענען זיי געווען ניין און פופציג טויזענט, דריי הונדערט, און ביי די ציילונג פון פרשת פינחס, זענען זיי נאר געווען צוויי און צוואנציג טויזענט, צוויי הונדערט. דאס איז געווען, ווייל די ערב רב וואס זענען ארויס פון מצרים, האבן זיך מדבק געווען אין שבט שמעון, און זיי האבן חתונה געהאט מיט זייערע טעכטער, און פון זיי זענען ארויסגעקומען נישט קיין ערליכע מענטשן. וועגן דעם שטייט ביי זיי די לשון פקודיו, צו ווייזן אז פון זייער שבט וועט אסאך פעהלן.
דער רבינו בחיי זאגט, אז פקדיו איז א לשון פון שטראפן, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק "פוקד עון אבות על בנים", דער אויבערשטער שטראפט די עבירות פון די עלטערן אויף די קינדער. די מענטשן פון שבט שמעון זענען געווען די געשטראפטע פון די עבירה פון זייער פאטער שמעון. שמעון איז געווען דער וואס האט אריין געווארפן יוסף אין די גרוב, און אויף דעם חטא איז דער אויבערשטער נאך געווען ברוגז, און דאס האט חל געווען אויף די קינדער פון שמעון. וועגן דעם ווערן זיי אנגערופן פקודיו.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

והלוים למטה אבתם לא התפקדו בתוכם.
פרעגט דער רמב"ן, פארוואס האט משה נישט געציילט די לוים, דער אויבערשטער האט אים נאך נישט געזאגט אז ער זאל נישט ציילן שבט לוי צוזאמען מיט די אידן, ערשט אין די קומענדיגע פסוקים וועט אים דער אויבערשטער זאגן, אז ער זאל ציילן די לויים באזונדער?
ענטפערט דער רמב"ן, אז משה האט פארשטאנען פון פריער אז ער זאל נישט ציילן שבט לוי, ווייל וויבאלד דער אויבערשטער האט אים אויבן אויסגערעכנט די נעמען פון די נשיאים פון יעדן שבט, וואס זיי זאלן שטיין ביים ציילן, און א נשיא פאר שבט לוי ווערט דארט נישט אויסגערעכנט, האט ער פארשטאנען אז שבט לוי איז נישט אין דעם אריין גערעכנט.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ואלה שמות בני אהרן הבכר נדב ואביהוא אלעזר ואיתמר.
בפשטות לערנט מען, אז די ווארט הבכר, גייט ארויף אויף נדב, ער איז געווען דער בכור פון אהרן.
זאגט דער בעל הטורים, אז עס גייט נישט ארויף אויף נדב, נאר עס גייט ארויף אויף אהרן, "אהרן הבכר", אהרן איז געווען דער בכור. וועגן דעם איז דא א פסיק צווישן הבכר און נדב, צו ווייזן אז הבכר גייט אויף ארויף, און נישט אויף אראפ.


וימת נדב ואביהוא לפני ה' וגו'.
זאגט דער רמב"ן, איבעראל וואו עס שטייט דעם לשון אז איינער איז געשטארבן "לפני ה'", איז די כונה אז זיי זענען געשטארבן אזא סארט מיתה, וואס יעדע האט געזעהן קלאר אז דאס איז געקומען פון דער אויבערשטער. אזוי אויך טרעפן מיר ביי די מרגלים שטייט, אז זיי זענען געשטארבן "במגפה לפני ה'" (במדבר י"ד, ל"ז).
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

קורצע בליצן


- א -
וידבר ה' אל משה במדבר סיני.
במדבר סיני. א איד דארף זיין אן עניו, און זיך לערנען די מדה פונעם בארג סיני, אבער טיילמאל קען מען דערמיט אנקומען צו עצבות, אריינטראכטענדיג ווי גארנישט ער איז. דעריבער זאגט די תורה, באוהל "מועד", ער דארף זיין שטענדיג פרייליך און יום טוב'דיג, ווייל עצבות איז פון די ערגסטע זאכען.
(נועם אלימלך)
- ב -
במדבר סיני באוהל מועד.
במדבר סיני, ווען א איד וויל זיך לערנען די מדה פון ענוה, וואס איז מרומז אין בארג סיני, באוהל מועד, זאל ער זיך דערמאנען פונעם געצעלט, וואו מ'לייגט אריין דעם מענטש ווען ס'קומט אן די באשטימטע צייט, דערמיט וועט ער ביי זיך קליין ווערען.
(אור פני משה - פלשעווארסק)



- ג -
במדבר סיני באוהל מועד.
במדבר סיני, ווייל די אידן זענען געגאנגען אין וויסטען מדבר, נישט האבענדיג מיטגענומען מיט זיך קיין שום שפלייז, און זיי האבן זיך אינגאנצען פארלאזט אויפ'ן אויבערשטען, באוהל מועד, וועגן דעם האבן די אידן זוכה געווען אז די שכינה זאל רוען אינעם אוהל מועד.
(בת עין - אווריטש)
- ד -
מבן עשרים שנה ולמעלה.
מבן עשרים שנה, פון 20 יאר און העכער, ווען א איד קומט אריין לכלל עונשים, ווען מ'שטראפט שוין אויבען אינעם בי"ד של מעלה, דאן פארשטארקט זיך דער יצה"ר. דעריבער ווערט מען פון די "יוצא צבא", די וואס גייען אין קאמף, און אין מלחמה קעגען דעם יצר הרע.
(אור פני משה)
- ה -
אחיעזר בן עמישדי.
אחי עזר, דורך דעם וואס ס'הערשט די פולע אחדות ביי אידן, און מ'ווערט אן "עזר" איינער פאר'ן צווייטען, אזוי ווי געטרייע ברידער, איז מען משפליע, עמי שדי, אז דער אויבערשטער זאל שוין זאגען פאר זיין פאלק, "שד"י שוין גענוג דער זכות און זאל זיין נאר ישועות ורפואות.
(דברי בינה)
- ו -
פלגעיאל בן עכרן.
פלגעיאל, מ'קען בעטן דעם אויבערשטען (פלגיעה פון די לשונות התפלה) בן עכרן, אפילו מ'שטאמט
פון נישט ערליכע, (פונעם לשון "עוכר ישראל"), און ס'ווערט אנגענומען ביים אויבערשטען.
(שארית ישראל)
- ז -
באותות לבית אבותם.
באותות, דורך די אותיות התורה, דורך דעם וואס מ'לערנט תורה, לבית אבותם, איז מען זוכה צו גיין אין דעם אויסגעטרעטענם וועג פון אונזערע אבות הקדושים.
(מאור עינים - טשערנאביל)
- ח -
אך את מטה לוי לא תפקוד.
א איד דארף דינען דעם אויבערשטען, סיי ווען עס זעט אויס גוט, און סיי ווען ס'פעלט אויס עפלעס ח"ו. דאס קומט דער פלסוק מרמז זיין, "אך" איז א לשון "מיעוט". ד.מ. ס'פעלט אים עפלעס, "את" איז א לשון "ריבוי", ד.מ. ער האט ב"ה פון אלעם גוטן, מטה לוי די באהאפטענקייט צום אויבערשטען, (לוי איז טייטש באהאפטען, ווי ס'שטייט אין פלסוק הפלעם ילוה אישי) "לא תפקוד" זאל קיינמאל נישט פארמינערט ווערען, (פון די לשון ולא נפקד ממנו איש) נאר שטענדיג דארף מען מוסיף זיין אין קדושה.
(אמרי נועם)

- ט -
ושא את מספלר שמותם.
מיר געפינען אין די מסורה צוויי מאל דאס ווארט "ושא", ושא את מספלר שמותם, "ושא" עיניך ימה וצפונה, ראה עניי ועמלי "ושא" לכל חטאתי. מ'קען דאס ערקלערן לויט ווי ס'שטייט אין "זרע קודש" (פ' ויצא) אז די עצה אקעגען עיה"ר איז אז מ'זאל אויפהויבן די אויגען צום באשעפער, און אזוי ארום גיט מען נישט אן עיה"ר אויף יענעם.
נאך אן עצה איז פארהאן, אז מ'זעט ווי פאר יענעם גייט גוט און ס'קען שאטן א "גוט אויג", זאל מען טראכטען אז מן הסתם מאכט יענער מיט פארשידענע אנדערע מיטמאכענישן, ווייל קיינער לעקט נישט קיין האניג אויף די וועלט, און אזוי ארום גיט מען נישט קיין עיה"ר.
דאס איז דער פלשט אין די מסורה, ושא את מספלר שמותם, און כדאי אז בשעת מ'ציילט די אידן זאל נישט צוקומען צו קיין עין הרע, זאגט די מסורה די אויבענדערמאנטע צוויי עצות, א) ושא עיניך, הייב אויף דיינע אויגען ארויף, ב) ראה עניי ועמלי, זעה יענעמ'ס פללאג, וועט שוין נישט זיין די עיה"ר.
(קדושת ציון - באבוב)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

פקודי הלוים - שנים ועשרים אלף
אין די וואטכנדיגע סדרה שטייט אחז שבט לוי האטט מען נישט געציילט צוזאחמען מיט אחלע אידן, נאטר באחזונדער. חוץ פון דעם האטט מען שבט לוי געציילט מהבלזן "חידזשס" וטמחעאלטה (נישט ווי אחלע יודן וואטס זענען געציילט געוואטרן מהבלזן "עזשעארהים" וטמחעאלטה). פרעגט דער רמב"ן, פאחרוואטס איז שבט לוי געוועהן דאטס קלענסטע שבט מיט מענטשן, דער צאטל פון 22000 איז דאטך מהבלזן "חידזשס" וטמחעאלטה, און פון דעם זענען נאטר געוועהן 8000 מענטשן העכער "דרייסיג" יאטהר, קומט אויס אחז זיי זענען אפילו נישט העלפט פון דעם קלענסטן שבט (דאס מיינט שבט מנשה, וואטס איז געוועהן 32000), און פאחרוואטס זאטל דאטס אויסגעוועהלטע שבט זיין אחזוי קליין. דער רמב"ן אחליין ענטפערט צוויי תירוצים, און עס זענען פאחרהחאנען נאטך עטליכע תירוצים אויף די קשיא.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

הטאטרוין הטיטה מאכחלזה בלהזם
רש"י ז"ל זאטגט אין פרשת ויצא (כט, לד) וויבאחלד די לויים האטבן געטראטגן דעם ארון, און זיי האטבן נישט גענוג אחכטונג געגעבן אויף דעם כבוד פונעם ארון, האטט דער ארון אויסגע'הרג'עט אחסאחך מענטשן פון שבט לוי.
די מפרשים פרעגן אויף רש"י, מען האטט דאטך געציילט די יודן אח חודש נאטכ'ן אויפשטעלן דעם משכן, און די לויים האטבן דעמאטלס נאטך נישט געטראטגן דעם ארון, איז פאחרוואס זענען זיי "שוין דעמאטלס" געוועהן ווייניג מענטשן.
נאטך פרעגט מען אויף רש"י, דער ארון האטבן דאטך געטראטגן נאטר די בני קהת, אטבער בני גרשון און בני מררי נישט. וואטלט דאטך געדאחרפט זיין אחסאחך מענטשן פון גרשון מיט מררי, און ביז דערווייל האטט קהת מער מענטשן ווי גרשון מיט מררי.
ליא הטיטה בטהזם עהנלולי, לאפהיכטךא אוין בלטהזם רהבלולי
דער רמב"ן ענטפערט, גאחנץ כלל ישראל האטט דער אויבערשטער פאחרמערט אין מצרים שלא כדרך הטבע, ווייל די מצריים האטבן זיי געפייניגט, און דער אויבערשטער האטט געזאטגט, ואכחאגשסזר יאעחנלול איתוי כלון יהראבלזה ואכון יהפאריץ. אטבער שבט לוי וואטס האטט נישט געאחרבעט, און איז נישט געוועהן אינעם כלל פון "כלחאגשסזר יאעחנלול איתוי", זענען זיי אויך נישט געווען אינעם כלל פון "כלון יהראבלזה", דערפאחר זענען זיי נישט פאחרמערט געוואטרן שלא כדרך הטבע.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

כחלעחס החזלטקון עגלויהזם
נאטך אח תירוץ ענטפערט דער רמב"ן, ווייל יעקב אבינו האטט זיך אויפגערעגט אויף שמעון מיט לוי, ווען זיי האטבן גע'הרג'עט די שטאטט שכם, און "כלחעחס החזלטקון עגלויהזם", דאס מיינט דער כעס פון יעקב אבינו ליגט אויף זיי, און דאטס האטט גורם געוועהן אחז שבט לוי זאטל זיך נישט קענען פאחרמערן מיט אחסאחך מענטשן (און שבט שמעון איז אויך ווייניגער געוואטרן ביי די מגיפה פון זמרי בן סלוא ביז 22000 מענטשן).
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

ליקוטים וענינים על פרשת במדבר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

החתלוירטה מחתלזשזת כליחטם
דער "צרור המור" ענטפערט, אחז די לויים זענען געוועהן אין מצרים באחשעפטיגט מיט דינען דעם אויבערשטען און מיט לערנען די תורה, וואטס יעקב אבינו האטט זיי איבערגעגעבן פון וואס ער האט געלערנט ביי שם ועבר, און תלוירטה מחתלזשסזת כליחוי שסזל אטדטם, דאטס מיינט די תורה מאחכט שוואחך אח מענטש, דערפאחר האטבן זיי נישט געקענט האטבן אחזוי פיהל קינדער
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

רויב שובזט לווהי פלהראשעול מהנלאשעויתויהזם
דער "כלי יקר" ענטפערט, אחז ווען עמרם האטט זיך גע'גט פון יוכבד נאטך די גזירה פון פרעה "כלטל החבלון החילהללויד החיאאירטה תלחשסאלהיכולהול", האטט רוב שבט לוי אים נאטכגעמאחכט און האטבן זיך אויך גע'גט פון זייערע ווייבער. קומט אויס אחז אח לאחנגע זמן איז רוב שבט לוי געוועהן אטפגעשיידט פון די ווייבער, דערפאחר זענען געבוירן געוואטרן ווייניג קינדער ביי שבט לוי.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

כלטל החמאשכבלטח גהדלוללוי, יטקטר ואקטשזה לטצואת אזל החגלאמחר
דער "העמק דבר" ענטפערט: אחזוי ווי ביי ביימער, איז דער בוים וואטס געבט נישט אחרויס קיין פרוכט, נאטר סתם בלעטער, וואחקסט אחסאחך שנעלער ווי דער בוים וואטס געבט יאט אחרויס פירות, און צווישן די פירות ביימער, דער פרוכט וואטס איז בעסער און טייערער, וואחקסט אחרויס שפעטער ווי אחנדערע פרוכט.
אזוי אויך "הטאטדטם עוץ החשעטדזה", אח מענטש איז צוגעגליכן צו אח בוים, און דער מענטש וואטס איז אין אח גרעסערע מדריגה ווערט געבוירן שפעהטער. דערפאחר די גוים האטבן זיך שוין פאחרמערט אין די צייטן פון אברהם אבינו, אטבער כלל ישראל וואטס זענען אין אח גרעסערע מדריגה פון די אומות העולם, האטבן זיך ערשט פאחרמערט ווען זיי זענען געוועהן אין מצרים, און שבט לוי וואטס זענען אין נאטך אח גרעסערע מדריגה האטבן זיך ערשט פאחרמעהרט ווען מען איז אטנגעקומען קיין ארץ ישראל.
און אחזוי שטייט אין נ"ך, אחז אין ארץ ישראל זענען די לויים געוועהן 38000 מבן "שלשים" ומעלה, קומט אויס אחז זיי זענען געוואחקסן מיט 30000 מענטשן מער אין ארץ ישראל.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ליא יהראבלזה עגלויהזם חחילחת הטאטרזץ
דער "אברבנאל" ענטפערט, דאטס וואטס די יודן האטבן זיך פאחרמערט שלא כדרך הטבע, דאטס איז כדי זיי זאטלן זיך קענען צושפרייטן אין גאחנץ ארץ ישראל, און די חגילוית הטאטרזץ זאטלן נישט קומען צו זיי, אטבער שבט לוי וואטס האטבן סיי ווי נישט קיין חולזק אין ארץ ישראל האטבן זיך נישט געדאחרפט אזוי פאחרמערן.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דולגאמחת החמלחלאאטכהים בלאמחתלחן תלוירטה
פון מקובלים (מכלל יופי) שטייט אח תירוץ, מען זאטגט שבועות ביי די יוצרות "רהבלויתחיהם אחלאפוי שסהנאאטן" דאטס מיינט אחז עס זענען געוועהן 22000 מלאכים ביי מתן תורה (רהבלויתחיהם מיינט צוויי מאטהל ראבטבטה, און "אחלאפוי" איז נאך 2000), און שבט לוי אין מדבר זענען געוועהן אחזוי ווי די מלאכים, דערפאחר דאחרפן זיי אויך זיין די זעלבע צאטהל וואטס די מלאכים זענען געוועהן ביי מתן תורה
.
א. דער מדרש זאגט אין פרשת במדבר (פ"א), אז דער בארג סיני האט זעקס נעמען: הר אלקים, הר בשן, הר גבנונים, הר חמד, הר חורב, און הר סיני. זאגט הרה"ק רבי שמשון מאוסטראפאלי זי"ע, אז ווייל גבנונים איז א לשון פון גבינה (קעיז), קען עס זיין נאך א טעם פארוואס מ'עסט גבינה און מאכלי חלב אין שבועות.

ב. דער טעם פארוואס ביי אלע מסעות איז "דגל מחנה יהודה" געגאנגען צום ערשט, און "דגל מחנה דן" איז געגאנגען צום לעצט, איז, ווייל די ביידע זענען געוועהן די שטערקסטע שבטים, אזוי ווי מען טרעפט אז יעקב אבינו האט אנגערופען שבט יהודה "גור אריה יהודה" (אין פרשת ויחי), און אזוי אויך האט משה רבינו אנגערופען שבט דן "דן גור אריה" (אין פרשת וזאת הברכה).
(אבן עזרא)
ג. מען טרעפט ביי די ציילינגען, אז שבט לוי האט געהאט די ווייניגסטע מענטשן פון אלע אנדערע שבטים. דער טעם פון דעם איז, ווייל עס שטייט אין פסוק (אין פרשת שמות), אז ווען די מצריים האבן געמאכט די אידן ארבעטן שווער צוליב "פן ירבה", האט רוח הקודש צוגעזאגט אז עס וועט זיין "כן ירבה", די אידן וועלן זיך מערן שלא כדרך הטבע. ממילא איז שוין פארשטענדליך, פארוואס ביי די מענטשן פון שבט לוי, וואס האבן נישט געארבעט אין מצרים, איז נישט געבוירן אזויפיהל קינדער ווי ביי אלע אנדערע שבטים.
(רמב"ן)
ד. אלה פקודי בני ישראל לבית אבותם. די אידן האט מען 10 מאהל געציילט, דאס ערשטע מאהל איז געוועהן ווען די אידן זענען געגאנגען קיין מצרים - "בשבעים נפש ירדו אבותיך" (דברים י'), דאס צווייטע מאהל ווען די אידן זענען ארויס פון מצרים - "ויסעו בני ישראל מרעמסס סכתה" (שמות י"ב), און נאכאמאהל נאך די מעשה העגל - "כי תשא את ראש בני ישראל" (שם ל'), און צוויי מאהל אין ספר במדבר, איינס ביי די דגלים און איינס ביים צוטיילן דאס לאנד, צוויי מאהל בימי שאול - "ויפקדם בטלאים ויפקדם בבזק" (שמואל א' ט"ו), און איינס בימי דוד - "ויתן יואב את מספר מפקד העם" (שם ב' כ"ד), און איינס בימי עזרא - "כל הקהל כאחד ארבע רבוא" (שם ב' כ"ד), און דאס לעצטע מאהל לעתיד לבא - "עוד תעבורנה הצאן על ידי מונה" (ירמי' ל"ג).
(מדרש רבה)
ה. איין טעם פארוואס דער בארג וואס השי"ת האט געגעבן אויף דעם די תורה הייסט הר "סיני" איז, ווייל ווען מ'נעמט איינס פון די שטיינער פון בארג סיני און מ'צוברעכט עס, זעהט מען אויף יעדען טייל די צורה פון א סנה (ווייל השי"ת האט זיך באוויזען צו משה רבינו דארט אין א סנה), וועגן דעם הייסט עס "סיני" וואס איז א לשון "סנה".
(ספר מגדול עוז בשם ספר אחד)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ויקח משה את כסף הפלדיום.
אין ספר "אילנא דחיי" ווערט אראפלגעברענגט, אז ר' איציק'ל נעשכיזער ז"ל האט אמאל געזאגט, ס'איז א טעות וואס מענטשען זאגען אז דאס וואס מ'ווייסט אז די שייכות פון א סעודת פלדיון הבן ווערט גערעכנט ווי פ"ד תעניתים, איז גאר א מדרש אדער א ילקוט, ווייל דער אמת איז אז דאס געפינט זיך נישט אין קיין שום ארט, נאר דאס שטאמט פון מיין טאטען הרה"ק ר"ר מרדכי מנעשכיז, וואס האט דאס אמאל ביי א געלעגנהייט אויסגעשמועסט, און געברענגט א ראי' דערצו פון די תורה, אז אין די גאנצע תורה שטייט נישט דער לשון פלדיום, אויסער דא וואס ס'שטייט "הפלדיום", ביי די פלרשה וואס רעדט זיך פון אויפטוישען די בכורים, וואס דאס איז די ווערטער פ"ד יו"ם. דאס קומט מרמז צו זיין אז ווען איינער לייזט אויס זיינע בכורים, וואס פון דעם רעדט זיך אין די פלרשה, איז די סעודה גערעכנט ווי פ"ד תעניתים.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

מטה זבולון.
א גרויסע "דין תורה" האט אויסגעבראכען צווישן צוויי בעלי בתים, וועלכע האבן זיך בשום אופן נישט געקענט פארגלייכען. זעענדיג אז ס'קומט נישט צו קיין עק, האבן זיי אפלגעפלאסט ביי זיך, אז יעדע זייט וועט אויפנעמען א פארטרעטער, און די צוויי פארטרעטער, וועלען זיך שוין אדורך קומען. איין צד האט אויסגעקליבען דעם ווילנער גאון ז"ל, דאקעגען די צווייטע זייט האט אויסגעקליבען א פלשוט'ן בעה"ב, וועלכער האט א קנאפלע ידיעה אין די הלכות.
דער ווילנער גאון ז"ל האט זיך אנטזאגט פון שטיין מיט יענעם אין ווארט, זאגענדיג אז דער האט אינגאנצען נישט קיין דעת תורה, און פארשטייט נישט דערצו. ער האט דאס אויך געברענגט פון פלסוק, ווי מיר געפינען די וואך אז די אלע שבטים שטייט פון אנפאנג א וא"ו, ווי צ.ב.ש. ו'מטה שמעון א.א.וו., אויסער ביי זבולון שטייט "מטה זבולון" אן א 'ו', וואס איז דער טעם? האט דער גאון אויסגעפירט, דער זבולון איז, ווי באקאנט, געווען אין מסחר. דעריבער האט ער פארשטאנען אז ס'קומט נישט אז זבולון זאל זיין צוזאמען מיט יששכר וועלכער שטייט אויסגערעכנט פאר אים...
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ויתילדו על משפלחותם.
ביי טייל רבי'ס איז געווען א מנהג, אז פאר מ'האט געשלאסען א שידוך, האט מען זיך אויסגערעכנט דעם יחוס פון ביידע צדדים. ווען הרה"ק ר"ר הערש מרימנוב זי"ע - וועמענ'ס טאטע איז געווען א פלשוט'ער שניידער - האט זיך משדך געווען מיט זיין מחותן, האט אים דער מחותן אויסגעפרעגט איבער זיין יחוס, האט ער געענטפערט, מיין טאטע איז געווען א שניידער, און ער האט מיך געלערנט 2 יסודות, נישט צו פארדארבען ווען מ'מאכט א נייעם (בגד), און פלרובירען ווי מער צו פאררעכטען דאס אלטע (בגד). דער מחותן האט פארשטאנען דעם רמז, און דער שידוך איז באלד געשלאסען געווארען...
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

אטעטשמענטס
Note (Medium).jpg
Note (Medium).jpg (42.99 KiB) געזען 2458 מאל
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

אטעטשמענטס
Note0001 (Medium).jpg
Note0001 (Medium).jpg (52.61 KiB) געזען 2628 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”