ליקוטים וענינים על פרשת במדבר

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

ליקוטים וענינים על פרשת במדבר

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג מאי 25, 2008 1:56 am

וידבר ה' אל משה במדבר סיני באהל מועד וגו'. שאו את ראש וגו' (א-א)
"מדבר סיני" איז מרמז אויף ענווה. (דער אייבערשטער האט געגעבן די תורה אויף דעם בארג, וועגן זיין קליינהייט). ווען א מענטש דינט דעם באשעפער אהן קיין שום כוונה פון כבוד אדער שכר, איז ער זוכה אז ער ווערט שפעטער אויפגעהויבן אויף גאר הויכע מדריגות, וואס געווענליכע מענטשן קענען דערצו נישט אנקומען. דאס זאגט דער פסוק: "במדבר סיני" אויב דו וועסט זיך האלטן אין ענווה אזוי ווי "סיני", דעמאלס "שאו את ראש" וועט דיך דער אייבערשטער אויפהייבן און גרויס מאכן.
(מחזה אברהם - בוטשאטש)

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג מאי 25, 2008 1:57 am

וידבר ד' אל משה במדבר סיני וגו', שאו את ראש כל עדת בני ישראל
זאגט אויף דעם רש"י, "מתוך חבתן מונה אותם כל שעה". מען קען זאגן א שיינעם פשט אין די ווערטער פון רש"י, לויט ווי עס איז ידוע אז אפילו דער גרעסטער רשע פון צווישן די יודען, האט פון צייט צו צייט א הרהור תשובה, און אין יענעם שטיקל צייט פיהרט ער זיך אויף עהרליך, אזוי ווי עס שטייט אין מסכת אבות (פרק ד', משנה ג'), "אין לך אדם שאין לו שעה" עס איז נישט דא קיין מענטש וואס האט נישט אמאהל א שעה וואס ער פיהרט זיך אויף ווי עס דארף צו זיין. און כאטש אפילו אז דער מענטש פיהרט זיך נישט אייביג אויף ווי עס דארף צו זיין, טוט אבער דער אייבערשטער א חסד מיט עם, און ער רעכנט צוזאם די אלע צייטן וואס דער יוד האט זיך יא אויפגעפיהרט עהרליך, אז עס זאל אויסקומען צו א גרעסערן חשבון, און אזוי קען עם דער אייבערשטער געבן שכר דערויף. דאס איז מרומז אין די ווערטער פון רש"י, "מתוך חיבתן" וויבאלד דער אייבערשטער האט ליב די יודען, "מונה אותם כל שעה" רעכנט ער צוזאמען די אלע שעה'ן וואס זיי פיהרן זיך אויף עהרליך, און אזוי קענען זיי באקומען שכר.
(ילקוט מהרי"א)

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג מאי 25, 2008 1:57 am

שאו את ראש כל עדת בני ישראל וגו' לגלגלותם
לכאורה דארף מען פארשטיין, פארוואס ווען דער אייבערשטער האט געהייסן משה רבינו ציילן די יודען, שטייט אין פסוק דאס ווארט "לגלגלותם", אבער שפעטער אין די פרשה, ווען דער אייבערשטער האט געהייסן משה רבינו ציילן די לויים, שטייט נישט דערמאנט דאס ווארט "לגלגלותם". מען קען דאס פארענטפערן, לויט ווי די גמרא זאגט אין מסכת מנחות (דף ל"ו ע"א), אז א מענטש וואס ווערט געבוירן מיט צוויי קעפ, הייסט א טריפה, ווייל ער קען נישט בלייבן לעבן. לויט דעם, קען מען מסביר זיין דעם חילוק צווישן די צוויי פסוקים, ווייל ווען משה רבינו האט געציילט די יודען אויסער שבט לוי, האט ער זיי געקענט ציילן "לגלגלותם" לויט זייער קאפ צאהל, דאס הייסט, ער האט געקענט ציילן די יודען לויט וויפיהל קעפ עס זענען געוועהן ביי זיי, און ער האט נישט געדארפט אריינקלערן, אז אפשר געפינט זיך צווישן זיי א מענטש מיט צוויי קעפ, ווייל די יודען האט מען געציילט נאר פון צוואנציג יאהר און העכער, און א מענטש מיט צוויי קעפ וואלט זיכער נישט געלעבט ביז די צוואנציג יאהר, ווייל ער איז דאך א טריפה. אבער ווען דער אייבערשטער האט געהייסן משה רבינו ציילן די לויים, וואס זיי האט מען געציילט פון א חודש און העכער, וואלט זיך דאך ביי זיי יא געקענט טרעפן א מענטש מיט צוויי קעפ, און אויב משה רבינו וועט ציילן לויט די קעפ, וועט ער רעכענען א מענטש מיט צוויי קעפ, פאר צוויי מענטשן, איבערדעם שטייט דארט נישט "לגלגלותם".
(תפארת יהונתן)

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג מאי 25, 2008 1:58 am

איש איש למטה איש ראש לבית אבותיו הוא
מען קען מרמז זיין א שיינע כוונה אין דעם פסוק, לויט ווי עס איז ידוע פון ספרים הקדושים, אז א מנהיג ישראל, כאטש אז ער איז א חשוב'ער מענטש, טאהר ער זיך אבער נישט האלטן אין גרויסן, אבער ער זאל זיך אויך נישט האלטן צו קליין, ווייל אויב יא, וועט ער נישט קענען מוסר זאגן די מענטשן. און עס שטייט אין מדרש תנחומא (פרשת שמיני), אז דאס ווארט "איש" נוצט מען נאר ביי א חשוב'ער מענטש. קען מען זאגן, אז דער פסוק זאגט אזוי, "איש איש" יעדער מענטש וואס איז א "איש" א חשוב'ער מענטש זאל זיך האלטן "למטה" נידריג און קליין, אבער ער זאל אויך געדענקען, "איש ראש לבית אבותיו הוא" אז ער איז אן "איש" א חשוב'ער מענטש, און ער דארף פיהרן כלל ישראל, און ביי דעם זאל ער זיך נישט קליין האלטן.
(רבי ייבי)

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג מאי 25, 2008 1:58 am

ויהיו בני ראובן בכור ישראל
לכאורה איז שווער, פארוואס שטייט א לשון עתיד "ויהיו בני ראובן", עס וואלט געדארפט שטיין א לשון עבר "והיו בני ראובן". מען קען דאס פארענטפערן, לויט ווי עס שטייט אין זוהר הקדוש (פרשת ויחי), אז כאטש אפילו אז יעקב אבינו האט אוועקגענומען די בכורה פון זיין זוהן ראובן, און ער האט עס אוועקגעגעבן צו זיין ברידער יוסף (ווען ראובן האט ארום געטוישט דעם בעט פון יעקב אבינו), וועט אבער ראובן צוריק ווערן דער בכור פון יעקב אבינו לעתיד לבוא. קען זיין, אז איבערדעם האט דער פסוק געשריבן א לשון עתיד, "ויהיו בני ראובן בכור ישראל", כדי מרמז צו זיין, אז לעתיד לבוא וועט ראובן ווידער זיין דער בכור פון יעקב.
(אגרא דכלה)

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג מאי 25, 2008 1:58 am

אך את מטה לוי לא תפקוד
זאגט אויף דעם רש"י, אז דער טעם פארוואס דער אייבערשטער האט געהייסן משה רבינו ציילן די לויים באזונדער איז, וויבאלד די לויים האבן נישט געזינדיגט ביים חטא העגל, איבערדעם האט דער אייבערשטער נישט געוואלט אז זיי זאלן ווערן געציילט צוזאמען מיט די אנדערע יודן. מען קען מסביר זיין די ווערטער פון רש"י אזוי, ווייל עס שטייט א פסוק אין פרשת משפטים, "אחרי רבים להטות" מען דארף גיין נאך רוב, און אפילו אויב א טייל מענטשן האלטן אז מען דארף טוהן איין זאך, אבער אויב רוב מענטשן האלטן פארקערט, דארף מען גיין נאך רוב. איבערדעם האט דער אייבערשטער נישט געוואלט אז מען זאל ציילן די לויים צוזאמען מיט די אנדערע יודען, ווייל דער אייבערשטער האט מורא געהאט, אז אפשר וועלן רוב יודען נאכאמאהל זינדיגן, און דער אייבערשטער וועט זיי וועלן פארלענדן, און ער וועט זיי שוין נישט פארגעבן אזוי ווי ביים חטא העגל, ממילא וועט דער אייבערשטער ח"ו מוזען הרג'נען אפילו די לויים, ווייל אפילו אויב די לויים וועלן נישט מיטהאלטן מיט די יודען, וועלן זיי אבער בטל ווערן צו רוב יודען, און דער אייבערשטער וועט זיי אויך דארפן שטראפן, איבערדעם האט דער אייבערשטער געהייסן אז משה זאל זיי ציילן באזונדער, כדי אז ער זאל זיי נישט דארפן משפט'ן לויט'ן רוב פון כלל ישראל.
(בני יוסף)

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג מאי 25, 2008 1:58 am

זאת עשו להם וחיו ולא ימותו
מען קען מרמז זיין א הייליגע כוונה אין די ווערטער, לויט ווי די גמרא זאגט אין מסכת מנחות (דף נ"ג ע"ב), אז דאס ווארט "זאת" איז מרמז אויף די תורה (וויבאלד עס שטייט אין פסוק "וזאת התורה"). קען מען זאגן, אז דער פסוק קומט צו זאגן אזוי, "זאת עשו" אויב אלעס וואס די יודען וועלן טוהן וועט זיין אויסגעהאלטן על פי תורה, "וחיו ולא ימותו" קענען זיי זיין פארזיכערט אז זיי וועלן לעבן א אמת'ן פיינעם לעבן, און נישט קיין אפגעשטארבענעם לעבן אזוי ווי להבדיל די גויים.
(כנסת יחזקאל ראדאמסק)

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג מאי 25, 2008 1:59 am

שטייט אין מדרש, אז ווען די אידען האבען מקבל געווען די תורה, האבען אלע פעלקער מקנא געווען די אידען, און זיי האבען געזאגט "מיט וואס זענען די אידען מער פון אונז, אז זיי זענען זוכה מקבל צו זיין די תורה" ? האט זיי השי"ת גענטפערט "ברענגט'ס פאר מיר אייערע יחוס, אזוי ווי מיינע קינדער (די אידן) ברענגען זייער יחוס", אזוי ווי רש"י זאגט (פסוק י"ח) ויתילדו על משפחותם - "הביאו ספרי יחוסיהם" אז די אידען האבען געברענגט זייער יחוס.

פרעגען אלע מפרשים, השי"ת האט דאך געוואלט געבען די תורה פאר די אלע פעלקער, אזוי ווי מיר געפונען אין די גמרא מסכת עבודה זרה (ב' ע"ב) עס שטייט אין פסוק (דברים ל"ג) "ה' מסיני בא" השי"ת איז געקומען פון בארג סיני, "וזרח משעיר למו" און ער האט געשיינט פון שעיר צו זיי, "הופיע מהר פארן" און ער האט ער האט געלאכטען פון בארג פארן.

פרעגט די גמרא, "וואס האט השי"ת געטוהן אין שעיר, און וואס האט ער געטוהן אין פארן" ? ענטפערט די גמרא, "אמר ר' יוחנן, דער פסוק לערענט אונז אז השי"ת האט גענומען די תורה און איז מיט איר ארום געגאנגען צו אלע פעלקער, און קיינער פון זיי האט געוואלט נעמען די תורה, ביז השי"ת איז געקומען מיט די תורה צו די אידען, און זיי האבען גענומען די תורה". האבען דאך די פעלקער נישט געוואלט נעמען די תורה, פארוואס האבען זיי טאקע מקנא געווען די אידען בשעת מתן תורה ?

אזוי אויך איז שווער, וואס האט השי"ת גענטפערט פאר די פעלקער, ברענגט'ס פאר מיר אייער יחוס, - פרעגען די מפרשים, וואס פאר א שייכות האט קבלת התורה מיט יחוס, מיר טרעפען דאך פונקט פארקערט, אז יחוס האט קיין שום שייכות מיט תורה, אזוי ווי די משנה זאגט אין מסכת הוריות (דף י"ג ע"א) "ממזר תלמיד חכם קודם לכהן עם הארץ" אז א ממזר תלמיד חכם איז פאר א כהן גדול וואס איז אן עם הארץ, זעהן מיר פון דעם אז תורה האט נישט קיין שייכות צו יחוס ?

מען קען זאגען, אז דאס וואס די אידען האבען זוכה געווען מקבל צו זיין די תורה, איז ווייל זיי האבען געהאט א חזקה אין די תורה, וויבאלד די אבות האבען שוין געהאלטען די תורה נאך איידער מען האט עס געגעבען, אזוי ווי די גמרא זאגט אין מסכת יומא (דף כ"ח ע"ב) אז אברהם אבינו האט מקיים געווען די גאנצע תורה נאך איידער עס איז געגעבען געווארען, אבער אלע אנדערע פעלקער האבען נישט קיין חזקה אין די תורה, דעריבער האבען זיי נישט באקומען די תורה.

אבער די קינדער פון ישמעאל און די קינדער פון עשו, וואס זיי זענען דאך אויך קינדער פון די אבות, האבען אויך א דין חזקה אין די תורה, דעריבער האט אויס געפעהלט אז השי"ת זאל גיין צו זיי און פרעגען אויב זיי ווילען מקבל זיין די תורה. מיט דעם איז שוין זייער פארשטענדיג פארוואס שטייט אין פסוק וזרח "משעיר" (בני עשו) הופיע מהר "פארן" (בני ישמעאל), וואס לכאורה איז שווער פארוואס איז השי"ת געגאנגען פונקט צו די צוויי פעלקער, און נישט צו אלע אנדערע אומות העולם (פעלקער) ? אבער מיט דעם פארשטייט מען עס שוין זייער גוט, ווייל אלע אנדערע פעלקער האבען נישט געהאט קיין חזקה אין די תורה, דעריבער האט נישט אויס געפעהלט אז מען זאל זיי אפילו גיין פרעגען צו זיי ווילען מקבל זיין די תורה, אבער די בני עשו און בני ישמעאל וואס זיי האבען יא א דין חזקה, האט זיי השי"ת געפרעגט צו זיי ווילען ווייטער אנהאלטען זייער חזקה, און זיי האבען אויף דעם גענטפערט אז זיי ווילען נישט.

מיט דעם פארשטייט מען שוין זייער גוט דער מדרש, - אלע פעלקער (נישט די בני עשו און בני ישמעאל) האבען מקנא געווען, פארוואס מען האט זיי נישט געפרעגט צו זיי ווילען די תורה ? האט זיי השי"ת גענטפערט, ברענגט'ס פאר מיר אייער יחוס אזוי ווי די אידען ברענגען זייער יחוס, וואס פון דעם יחוס פון די אידען זעה איך אז זיי האבען א דין חזקה אין די תורה, וויבאלד די אבות האבען שוין מקיים געווען די תורה, אבער איהר (די אלע אנדערע פעלקער) האבען נישט קיין חזקה אין די תורה, ווייל אייערע עלטערן האבען נישט געהאלטען די תורה נאך איידער עס איז געגעבען געווארען.

עזר מיהודה

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג מאי 25, 2008 2:00 am

ויתילדו על משפחותם


שטייט אין מדרש, אז ווען די אידען האבען מקבל געווען די תורה, האבען אלע פעלקער מקנא געווען די אידען, און זיי האבען געזאגט "מיט וואס זענען די אידען מער פון אונז, אז זיי זענען זוכה מקבל צו זיין די תורה" ? האט זיי השי"ת גענטפערט "ברענגט'ס פאר מיר אייערע יחוס, אזוי ווי מיינע קינדער (די אידן) ברענגען זייער יחוס", אזוי ווי רש"י זאגט אין פרשת במדבר (פסוק י"ח) ויתילדו על משפחותם - "הביאו ספרי יחוסיהם" אז די אידען האבען געברענגט זייער יחוס.

לכאורה דארף מען פארשטיין, די גוים האבען דאך אויך א יחוס, ווייל זיי שטאמען פון ישמעאל אדער עשו, קענען דאך די גוים אויך ברענגען זייער יחוס ?

נאר עס איז דא א חילוק צווישען די אידען און די גוים, ביי די אידען ווי שפעטער די דורות, ווערען זיי שוואכער און שוואכער, עס איז היינט נישט דא די גדולי ישראל ווי אמאהל. ביי די גוים איז פונקט פארקערט, ווי שפעטער די דורות, ווערען זיי קלוגער און קלוגער, זייער חכמה איז היינט אסאך מער ווי אמאהל.

קומט אויס אז ביי די אידען, ווען מען טראכט צוריק אין די יחוס, ווי אזוי די פריערדיגע דורות האבען אויסגעזעהן, ברענגט דאס א געוואלדיגע שטרעבונג פאר א איד צו וועלען זיין אזוי ווי די פריערדיגע דור. אבער ביי די גוים, ווען א גוי טראכט ווי אזוי זיינע פריערדיגע דורות האבען אויס געזעהן, לאכט ער פון זיי ווי נאריש זיי זענען געווען.

ווען די גוים האבען מקנא געווען די אידען און האבען אויך געוואלט מקבל זיין די תורה, האט השי"ת גענטפערט פאר די אלע פעלקער, בשלמא די אידען וואס זיי ווילען זיין אזוי ווי זייערע עלטערן, און די אבות האבען מקיים געווען די תורה, געב איך פאר די אידען די תורה.

אבער איהר גוים, וואס איהר ווילט דאך נישט זיין אזוי ווי אייערע עלטערן (איהר האלט אז איהר זענט קלוגער פון זיי) דעריבער קענט איהר נישט באקומען די תורה.

דאס קען זיין די כוונה פון מדרש, הביאו ספר יחוסיהם "כדרך" - אויף די זעלבע וועג און אופן וואס די אידען באנוצען זיך מיט זייער יחוס, זיי ווילען זיין ווי זייערע עלטערן, וואס האבען מקיים געווען די תורה.

שמן ראש
פרקי אבות

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג מאי 25, 2008 2:00 am

איש על דגלו באתת לבית אבתם וכו'
מנגד סביב לאהל מועד יחנו


לכאורה איז דא א סתירה אין פסוק, ווייל קודם שטייט, אז די אידען זאלען רוהען "מנגד", וואס דאס מיינט ווייט, און דערנאך שטייט "סביב" לאהל מועד יחנו, אז מען זאל רוהען ארום (נאהנט) צו דעם אהל מועד ?

דער מדרש זאגט, באתת לבית אבותם - "אל תקרי באותות אלא באותיות" ליין עס נישט באותות נאר "באותיות", און וועגען דעם האט בלעם געזאגט "מה אקב", ווי אזוי קען איך שעלטען די אידען, "לא קבה אל", ווען השי"ת האט זיי נישט געוואלט שעלטען. דארף מען פארשטיין, וואס האט די אותיות צו טוהן, אז בלעם האט נישט געוואלט שעלטען די אידען ?

זאגט דער אוהב ישראל פשט אין דעם מדרש, אז אויף אלע פיר דגלים זענען געווען געשריבען די אותיות פון די אבות, אברהם יצחק יעקב. אויף דגל מחנה יהודה, איז געווען געשריבען די ערשטע אות פון די אבות, דאס מיינט, דער א' פון אברהם, דער י' פון יצחק, און דער י' פון יעקב. אויף דגל מחנה ראובן איז געווען געשריבען דעם צווייטע אות פון די אבות, דער ב' פון אברהם, דער צ' פון יצחק, און דער ע' פון יעקב. אויף דגל מחנה אפרים איז געווען דעם דריטען אות פון די אבות, דער ר' פון אברהם, דער ח' פון יצחק, און דער ק' פון יעקב, און אויף דגל מחנה דן איז געווען אויף געשריבען דעם פערטען אות פון די אבות, דער מ' פון אברהם, דער ק' פון יצחק, און דער ב' פון יעקב.
אבער דעם פערטען אות פון אברהם, דער אות ה' האט מען נישט ארויף געשריבען אויף דעם דגל, נאר עס איז געפלויגען אין די לופט, און עס האט באדעקט אלע אידען, אז קיין שום שלעכטס זאל נישט קומען אויף זיי. ווייל אויב מען וואלט געשריבען דעם פערטען אות פון אברהם, דער אות ה', צוזאמען מיט דעם פערטען אות פון יצחק און יעקב, וואלט אויס געקומען דאס ווארט קב"ה - וואס דאס איז א לשון פון שעלטען. דעריבער האט מען אויס געלאזט דעם ה' פון אברהם און געשריבען דער מ'.

דאס איז פשט אין מדרש, אל תקרי באותות אלא "באותיות לבית אבתם" אז מען זאל שרייבען די אלע אותיות פון די נעמען פון די אבות הקדושים. און ווען בלעם הרשע האט געזעהן די אידען און דער אות ה' איז העכער זיי, ווייל מען האט נישט געוואלט אז עס זאל זיין אויף דעם דגל די אותיות קב"ה, האט בלעם געזאגט "מה אקב" ווי אזוי קען איך גיין שעלטען, "לא קב"ה אל", ווען מען האט נישט ארויף געשריבען די אותיות קב"ה אויף דעם דגל.

מען קען אפשר זאגען, אז דער אות ה' וואס איז געווען אויסגעשפרייט העכער די אידען, איז געקומען מרמז זיין דאס וואס די גמרא זאגט אין מסכת מנחות (כ"ט ע"ב) אז די וועלט איז באשאפען געווארען מיט דער אות ה', וואס דער אות ה' זעהט אויס ווי א שטוב וואס איין וואנט איז אפען, און די וועלט איז אויך אפען אז ווער עס וויל ארויס גיין און וויל זיין א רשע לאזט מען איהם. פרעגט די גמרא, פארוואס הענגט (פארוואס איז אפגעהאקט) די פוס פון דער ה' ? ענטפערט די גמרא, אז אויב ער וועט תשובה טוהן וועט ער צוריק אריין גיין דורך די זייט וואס איז אפען נעבען דעם דאך פון דער ה'. פרעגט די גמרא, זאל ער צוריק אריין גיין דורך דעם זייט (די אונטערשטע) וואס ער איז ארויס ? ענטפערט די גמרא, וויבאלד ווען א מענטש טוט תשובה דארף ער האבען הילף, זיך קעגען שטעלען דעם יצר הרע, דעריבער דארף מען איהם עפענען צוויי זייטען, אזוי ווי דער ה' איז אפען פון אונטען און פון אויבען. פרעגט די גמרא, פארוואס איז דא א קרוין אויף דער ה' ? ענטפערט די גמרא, ווייל השי"ת זאגט אויב דער רשע וועט תשובה טוהן וועל איך איהם מאכען א קרוין.

זעהן מיר פון דעם אז דער אות ה' קומט מרמז זיין, אז אפילו מען האט געזינדיגט, קען מען נאך תשובה טוהן, און דער אויבערשטער איז גרייט מקבל צו זיין די תשובה, און מען קען זיך צוריק מקרב זיין צו השי"ת, ביז כביכול השי"ת וועט ארויף לייגען א קרוין אויף זיין קאפ.

דאס קען זיין פשט אין פסוק - "באתת לבית אבתם" אז די אלע אותיות פון די אבות זענען געווען געשריבען אויף די דגלים, אויסער דער אות ה', וואס איז געווען העכער די אידען, וואס דער אות ה' איז מרמז אויף תשובה, וואס פון דעם קען מען זיך לערנען אז אפילו "יחנו בני ישראל מנגד" אז אפילו א איד שטייט ווייט (מנגד) אוועק פון השי"ת, ווייל ער האט געטוהן עבירות, זאל ער זיך אבער נישט מייאש זיין, נאר ער זאל זעהן דער אות ה', אז מען קען נאך צוריק אריין קומען, און זיין "סביב לאהל מועד יחנו" צוריק צו קומען נאהנט צו השי"ת, און השי"ת וועט מאכען פאר איהם א קרוין אויב ער וועט תשובה טוהן.

"שמן ראש"

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג מאי 25, 2008 2:00 am

באחד לחודש השני


זאגט אויף דעם רש"י, "מתוך חבתן לפניו מונה אותם כל שעה" דורך די ליבשאפט וואס דער אויבערשטער האט צו כלל ישראל וועגען דעם האט ער זיי געציילט איעדע צייט. די אידען זענען געציילט געווארען ווען זיי זענען ארויס פון מצרים, און ווען זיי זענען געפאלען ביי דעם עגל, און אויך ווען דער אויבעשרטער איז געקומען מאכען רוהען זיין שכינה אויף די אידען האט מען זיי געציילט.

לכאורה דארף מען פארשטיין, פארוואס זאגט דאס רש"י אויף די ווערטער פון פסוק "באחד לחדש השני", רש"י וואלט דאס געדארפט זאגען שפעטער אויף די ווערטער "שאו את ראש" ? אויך דארף מען פארשטיין ווי איז געדרינגען אז מען האט געציילט די אידען וועגען ליבשאפט, עס קען זיין אז מען האט זיי געציילט ווען זיי זענען ארויס פון מצרים כדי צו וואוסען וויפיל אידען זענען ארויס, און אזוי אויך ביים עגל קען מען זאגען אז מען האט זיי געציילט כדי צו וואוסען וויפיל אידען זענען געשטארבען, און דא אויך ביי מאכען רוהען די שכינה קען זיין אז דעריבער האט מען זיי געדארפט ציילען כדי צו וואוסען אויב עס זענען דא גענוג אידען כדי די שכינה זאל קענען רוהען, ווייל די גמרא זאגט אין מסכת יבמות (ס"ד ע"א) "אין השכינה שורה על פחות משני אלפים ושני רבבות" די שכינה רוהט נישט אויף די אידען אויב זיי זענען ווייניגער פון צוויי און צוואנציג טויזענט ?
און בכלל איז שווער, אויב מען האט געציילט די אידען ווייל דער אויבערשטער האט געמאכט רוהען די שכינה, פארוואס האט מען זיי געציילט ראש חודש אייר, מען וואלט זיי געדארפט ציילען ראש חודש ניסן ווייל דעמאלטס האט אנגעהויבען די שכינה צו רוהען ?

מען קען דאס פארענטפערן, ווייל אויב מען וואלט געציילט די אידען ראש חודש ניסן, וואלט מען געקענט זאגען אז מען האט זיי געציילט נאר צוליב דעם מען זאל וואוסען אויב עס איז דא גענוג אידען אז די שכינה זאל קענען רוהען. וועגען דעם זאגט רש"י "באחד לחודש השני" פון דעם וואס מען זעהט אז מען האט זיי געציילט ראש חודש אייר, דאס איז א באווייז אז מען האט זיי געציילט נאר צוליב ליבשאפט.

און מיט דעם איז שוין זייער פארשטענידג פארוואס רש"י ענדיגט מיט די ווערטער "באחד בניסן הוקם המשכן", די ערשטער טאג אין חודש ניסן איז די משכן אויף געשטעלט געווארען - "ובאחד באייר מנאם" - און דער ערשטער טאג האט מען זיי געציילט, האב איך פון דעם א ראיה אז די עיקר סיבה פארוואס מען האט זיי געציילט איז נאר צוליב ליבשאפט.

טללי אורות

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג מאי 25, 2008 2:01 am

באחד לחודש השני



מען קען פארענטפערן די קשיא פארוואס האט מען זיי געציילט ראש חודש אייר, מען וואלט זיי געדארפט ציילען ראש חודש ניסן ווייל דעמאלטס האט אנגעהויבען די שכינה צו רוהען, און נאך איז שווער, דאס איז דאך נישט געווען דאס ערשטע מאהל וואס די שכינה האט גערוהט ביי די אידען, די שכינה איז שוין געווען אין מצרים און אזוי אויך ביי מתן תורה ?

נאר די ערשטע צוויי מאהל וואס די שכינה האט גערוהט איז עס נישט געווען בקביעות, עס איז נישט דארט געווען קיין דרייסיג טעג, איז עס איז נאך נישט געווען קיין חזקה אז די שכינה גייט דארט בלייבען, דעריבער האט מען זיי נישט געציילט. ווען עס איז אבער אדורך א גאנצע חודש פון ראש חודש ניסן ביז ראש חודש אייר וואס די שכינה איז דארט געווען האט עס שוין א דין פון א דירת קבע. אזוי ווי מיר געפונען ביי הלכות מזוזה (יורה דעה סימן רפ"ו סעיף כ"ב) אז נאר נאך דעם וואס מען וואוינט שוין דארט דרייסיג טעג ווערט עס אנגערופען א דירת קבע. און אזוי אויך געפונען מיר אין מסכת בבא בתרא (ח' ע"א) אז מען ווערט נאר אנגערופען א תושב אין א שטאט נאר נאכדעם וואס מען ואווינט שוין דארט דרייסיג טעג. וועגען דעם האט מען זיי ערשטע געציילט חודש אייר.

תרומת הדשן


נאך א תירוץ קען מען ענטפערן אויף די קשיא פארוואס האט מען זיי געציילט ראש חודש אייר, מען וואלט זיי געדארפט ציילען ראש חודש ניסן ווייל דעמאלטס האט אנגעהויבען די שכינה צו רוהען, מיט דעם וואס שטייט ווייטער (ג' ט"ו) אז מען האט געדארפט ציילען אפילו די קליינע קינדער פון שבט לוי פון א חודש און העכער. איז רש"י דארט מסביר, מען האט געווארט ביז דאס קינד גייט ארויס פון דין נפל (ביז דרייסיג טעג ווערט א ניי געבוירענע קינד אנגערופען [ספק] נפל).

דאס קען זיין די טעם פארוואס מען האט געווארט צו ציילען די אידען ביז חודש אייר, ווייל מען האט געוואלט אז די לוים וואס זענען געווען ווייניגער פון דרייסיג טעג אלט ראש חודש ניסן ווען די שכינה האט אנגעהויבען צו רוהען, אז זיי זאלען אויך קענען געציילט ווערען.

דגל יהודה

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג מאי 25, 2008 2:01 am

אלה הפקודים אשר פקד משה ואהרן
ויהיו כל פקודי בני ישראל וכו'
ויהיו כל הפקדים שש מאות אלף וכו'



לכאורה דארף מען פארשטיין פארוואס זאגט איבער די פסוק דריי מאהל אז מען האט געציילט די אידען ? אין פסוק מ"ד "אלה הפקדים", און אין פסוק מ"ה "ויהיו כל פקודי", און אין פסוק מ"ו נאך אמאהל די ווערטער "ויהיו כל הפקדים" - די זעלבע לשונות איינס נאך די אנדערע ?

מען קען דאס פארענטפערען, מיט דעם וואס דער רמב"ן שרייבט דריי טעמים פארוואס מען האט יעצט געציילט די אידען. 1) דורך דעם וואס די אידען וועלען אדורך גיין משה און אהרן, און דורך דעם וואס משה און אהרן וועלען קוקען מיט זייערע הייליגע אויגן אויף יעדען איד באזונדער, וועט דאס זיין פאר א זכות און א טובה פאר די אידען, און משה און אהרן וועלען מתפלל זיין פאר זיי. 2) דער צווייטער טעם איז כדי מען זאל וואוסען און פעסטשטעלען ווער עס איז ראוי, און וויפיל עס זענען דא צו גיין האלטען א מלחמה. 3) און דער דריטער טעם איז, כדי צו באקאנט מאכען און מען זאל זעהן די גרויסע חסדים פון דער אויבערשטער, אז פון זיבעציג נפשות וואס זענען געקומען קיין מצרים, האבען זיך די אידען פארמערט צו א פאלק פון איבער זעקס הונדערט טויזענט נפשות, בלויז מענער פון צוואנציג יאהר און העכער.

לויט דעם קען מען זאגען אז אלע דריי טעמים זענען מרומז אין די פסוקים: "אלה הפקדים" - פארוואס האט מען זיי געציילט, זאגט אויף דעם דער פסוק 1) "אשר פקד משה ואהרן" כדי עס זאל זיין א טובה און א זכות פאר די אידען אז זיי גייען דורך משה און אהרן ווען זיי ווערען געציילט. 2) נאך דעם זאגט דער פסוק דער צווייטער טעם, "כל יצא צבא בישראל" כדי מען זאל וואוסען וויפיל און ווער קענען ארויס גיין צו א מלחמה. 3) נאך דעם זאגט דער פסוק דער דריטער טעם, כדי מען זאל זעהן אז די אידען האבען זיך פארמערט, "ויהיו כל הפקדים שש מאות אלף וכו'" וועט מען זעהן די גרויסע חסדים פון דער אויבערשטער.

כתב סופר

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג מאי 25, 2008 2:02 am

אך את מטה לוי לא תפקוד ואת ראשם לא תשא


לכאורה דארף מען פארשטיין, פארוואס שטייט א דאפעלטע לשון, "לא תפקוד" זאלסטו נישט ציילען, און נאכאמאהל "ואת ראשם לא תשא" און זייער קאפ צאהל זאלסטו נישט אויפנעמען?

רש"י זאגט צוויי טעמים פארוואס מען האט געציילט שבט לוי באזונדער, איין טעם איז "כדאי הוא לגיון של מלך להיות נמנה לבדו" עס איז ווערד דעם באדינער פון קעניג צו ווערען געציילט באזינדער, און נאך א טעם זאגט רש"י, וויבאלד דער אויבערשטער האט געזעהן אז עס איז אנגעגרייט א גזירה אויף די אלע וואס ווערן געציילט פון צוואנציג און העכער אז זיי וועלן שטארבען אין דעם מדבר, האט דער אויבערשטער געזאגט אז שבט לוי וועלען נישט האבען קיין טעות ביי דעם עגל, דעריבער זאלען זיי נישט געציילט ווערען צוזאמען מיט כלל ישראל, ווייל זיי זענען מיינע.

עס קען זיין אז די צוויי טעמים פון רש"י זענען מרומז אין פסוק. ווייל דאס ווארט "יפקוד" האט צוויי טייטשען, עס קען מיינען "ציילען", און מען קען עס אויך טייטשען א לשון פון "חסרון" - פעהלען, אזוי ווי מיר געפונען אין פרשת מטות (במדבר ל"א מ"ט) "ולא נפקד ממנו איש".

און מען קען אזוי זאגען פשט אין פסוק, וועגען דעם זאל מען נישט ציילען שבט לוי צוזאמען מיט כלל ישראל, איין טעם איז ווייל "את מטה לוי לא תפקוד" פון שבט לוי וועט קיינער נישט פעהלען - אויף שבט לוי וועט נישט זיין די גזירה אז יעדער פון צוואנציג יאהר און העכער וועט שטארבען, און נאך א טעם פארוואס מען זאל ציילען שבט לוי באזונדער, ווייל "ואת ראשם לא תשא בתוך בני ישראל", עס איז ווערד צו דעם באדינער פון קעניג צו זיין געציילט באזינדער, און זיי זאלען נישט געציילט ווערען "בתוך בני ישראל".

דברי מהרי"א

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג מאי 25, 2008 2:02 am

ואלה תולדות אהרן ומשה
ביום דבר ה' את משה בהר סיני


רש"י זאגט אז דער פסוק רעכענט נאר אויס די קינדער פון אהרן, און נישט די קינדער פון משה, ווייל זיי ווערען אויך גערופען די קינדער פון משה, ווייל משה רבינו האט מיט זיי געלערענט תורה, פון דא לערנען מיר ארויס אז דער וואס לערנט מיט זיין חבר'ס זון תורה, רעכנט איהם השי"ת ווי גלייך ער האט איהם געבוירען.

לכאורה דארף מען פארשטיין, ווייל לויט דעם נישט נאר מיט אהרן'ס קינדער האט משה רבינו געלערנט תורה, נאר אויך אלע אידען געדארפט אנגערופען ווערען די קינדער פון משה רבינו, ווייל ער האט דאך געלערנט תורה מיט אלע אידען ?

אויך דארף מען פארשטיין, וואס איז די המשך פון פסוק "ביום דבר ה' את משה בהר סיני" פארוואס דארף מיר דער פסוק דאס זאגען, דאס איז דאך א פשיטא אז נאר פון דעמאלטס פון ווען משה רבינו האט מקבל געווען די תורה האט ער געלערנט מיט די קינדער פון אהרן ?

מען קען זאגען, אז אין הכי נמי אלע אידען ווערען אנגערופען קינדער פון משה רבינו, ווייל משה רבינו האט דאך געלערנט תורה מיט גאנץ כלל ישראל. נאר די רבותא און חידוש איז אז אפילו אהרן'ס קינדער ווערען אויך אנגגערופען קינדער פון משה רבינו. ווייל נדב און אביהוא זענען געווען אסאך גרעסער פון משה, אזוי ווי מיר געפונען נאך דעם וואס נדב און אביהוא זענען געשטארבען, האט משה רבינו געזאגט צו אהרן "הוא אשר דבר ה' בקרבי אקדש", איז רש"י מסביר, משה האט געזאגט צו אהרן, איך האב געוואוסט אז דער אויבערשטער וועט הייליגען זיין משכן, דורך דעם וואס איינע פון זיינע באליבטע וועלען שטארבען, איך האב געמיינט אז עס וועט זיין אדער מיר אדער דיר אהרן, יעצט אבער אז איך זעה אז זיי זענען געשטארבען, זעה איך אז זיי זענען גרעסער פון מיר און פון דיר.

דאס קומט אונז דער פסוק מרמז זיין, אז נדב און אביהוא זענען געווען אסאך גרעסער פון משה און אהרן. אויב אזוי פארוואס ווערען זיי טאקע אנגערופען קינדער פון משה, זאגט אויף דעם דער פסוק "ביום דבר ה' את משה בהר סיני" ווייל דער אויבערשטער האט געגעבען די תורה דורך משה רבינו, ווייל ער איז געווען א עניו.

ווייל באמת וואלט די תורה געדארפט געגעבען ווערען דורך נדב און אביהוא, נאר די סיבה פארוואס עס איז נישט געגעבען געווארען דורך זיי, ווייל זיי האבען געהאט אין זיך אביסל די מדה פון גאוה, זיי האבען זיך גרויס געהאלטען. און די תורה קען נאר געגעבען ווערען דורך א עניו, דעריבער איז עס געגעבען געווארען דורך משה רבינו.

מיט דעם קען מען זאגען פשט אין די גמרא מסכת מגילה (דף כ"ט ע"א) צוויי גרויסע בערג הר תבור און הכרמל זענען געקומען אז מען זאל אויף זיי געבען די תורה, איז ארויס געגאנגען א בת קול פון הימעל און האט געזאגט צו די צוויי בערג "וואס ווילט איר אייך קריגען מיט דעם בארג סיני, איר זענט פעלערהאפטיגע בערג קעגען בארג סיני.

די צוויי בערג זענען מרמז אויף נדב און אביהוא וואס זיי האבען זיך גרויס געהאלטען, און בארג סיני איז מרמז אויף משה רבינו, וואס ער האט זיך געהאלטען קליין אזוי ווי בארג סיני.

חתם סופר

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג מאי 25, 2008 2:02 am

ואלה תולדות אהרן ומשה
ביום דבר ה' את משה בהר סיני


רש"י זאגט אז דער פסוק רעכענט נאר אויס די קינדער פון אהרן, און נישט די קינדער פון משה, ווייל זיי ווערען אויך גערופען די קינדער פון משה, ווייל משה רבינו האט מיט זיי געלערענט תורה, פון דא לערנען מיר ארויס אז דער וואס לערנט מיט זיין חבר'ס זון תורה, רעכנט איהם השי"ת ווי גלייך ער האט איהם געבוירען.

לכאורה דארף מען פארשטיין, ווייל לויט דעם נישט נאר מיט אהרן'ס קינדער האט משה רבינו געלערנט תורה, נאר אויך אלע אידען געדארפט אנגערופען ווערען די קינדער פון משה רבינו, ווייל ער האט דאך געלערנט תורה מיט אלע אידען ?

אויך דארף מען פארשטיין, וואס איז די המשך פון פסוק "ביום דבר ה' את משה בהר סיני", וואס פון פסוק איז משמע אז נאר אין יענעם טאג זענען זיי געווען די קינדער פון אהרן און משה ?

אויך איז שווער, פארוואס אין פסוק ב' שטייט נאר "ואלה שמות בני אהרן" און עס שטייט נישט "בני אהרן ומשה" – אז זיי זענען אויך די קינדער פון משה ?

מען קען דאס פארענטפערן מיט דעם וואס דער פסוק זאגט (דברים ט' כ') "ובאהרן התאנף ה'" – אז דער אויבערשטער האט געצערנט אויף אהרן נאך דעם חטא העגל, און רש"י זאגט אז דער אויבערשטער האט געוואלט שטראפען אהרן מיט דעם אז זיינע קינדער זאלען שטארבען. נאר משה רבינו האט מתפלל געווען אויף אהרן, און די תפלה פון משה רבינו האט געהאלפען אויף העלפט אז נאר צוויי פון אהרן'ס קינדער זענען געשטארבען.

קומט אויס לויט דעם, אז די צוויי קינדער פון אהרן, אלעזר און איתמר וואס זיי זענען געבליבען לעבן דורך די תפילות פון משה רבינו זיי ווערען גערעכענט אזוי ווי משה רבינו וואלט זיי געבוירען. וועגען דעם שטייט "ואלה תולדות אהרן ומשה" – זיי זענען די קינדער פון אהרן ומשה – דאס מיינט מען אלעזר און איתמר – ווייל "ביום דבר ה' את משה בהר סיני" דעמאלטס ווען משה רבינו איז געווען אויף דעם בארג סיני צו נעמען די תורה האט משה רבינו מתפלל געווען אז די קינדער פון אהרן זאלען נישט שטארבען, און אלעזר און איתמר זענען געבליבען לעבען.

אבער ווען עס שטייט ווייטער "ואלה שמות בני אהרן" און עס שטייט נישט אז זיי זענען אויך די קינדער פון משה רבינו, מיינט מען די אנדערע צוויי קינדער פון אהרן וואס זענען געשטארבען - נדב און אביהוא. מיט דעם פארשטייט מען פארוואס די תורה דערציילט דא אז צוויי קינדער פון אהרן זענען געשטארבען און צוויי זענען געבליבען לעבן.

כלי יקר

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג מאי 25, 2008 2:03 am

וימת נרב ואביהו לפני ה' ...
ובנים לא היו להם


לכאורה דארף מען פארשטיין פארוואס שטייט אין פסוק "וימת" וואס דאס איז א לשון יחיד, אז נאר איינער איז געשטארבען, עס וואלט געדארפט שטיין "וימותו", וואס דאס איז א לשון רבים, אז ביידע זענען געשטארבען - סיי נדב און סיי אביהו.

נאר די גמרא זאגט אין מסכת יבמות (דף ס"ד ע"א) אז נרב און אביהו זענען געשטארבען ווייל זיי האבען נישט געהאט קיין קינדער, ווייל זיי האבען נישט חתונה געהאט. און עס איז ידוע וואס דער זהר הקדוש שרייבט "בר נש בלא איתתא פלג גופא" אז אויב א מענטש איז אהן א ווייב, ער האט נישט חתונה געהאט ווערט דער מענטש אנגערופען א "פלג גופא" - א האלבע גוף, קומט אויס אז נדב און אביהו צוזאמען זענען געווען גערעכנט אזוי ווי איינער.

דאס זאגט דער פסוק "וימת נדב ואביהו", און עס זאל דיר נישט זיין שווער פארוואס שטייט "וימת" וואס דאס איז א לשון יחיד, דעריבער זאגט דער פסוק ווייטער "ובנים לא היו להם", ווייל זיי האבען נישט חתונה געהאט דעריבער ווערען זיי גערעכנט ווי א פלג גופא, וואס צוזאמען ווערען זיי גערעכנט ווי איינס, וועגען דעם שטייט "וימת" - א לשון יחיד.

ילקוט האורים

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג מאי 25, 2008 2:19 am

אויף דעם זעלבן ענין טייטשט דער "אור פני משה" פון פשעווארסק זי"ע, אז די עצה ווי אזוי אנצוקומען צו די מדריגה פון ענווה, איז גוט אריין צו טראכטן ווי אהין ער וועט אנקומען נאך זיין שטארבן: אין ערד און שטויב. אזוינע מחשבות ברענגן דעם מענטש צו ענווה און שפלות. אויף דעם איז דער פסוק מרמז: "באהל מועד" ("מועד" מיינט אויף דער צייט פון שטארבן), אז דער מענטש וועט אריין טראכטן וואס מיט איהם וועט געשעהן נאך זיין שטארבן, דאן: "במדבר סיני" קען ער אנקומען צו ענווה וואס איז מרומז אין "סיני".
(אור פני משה)
לעצט פאראכטן דורך זיידעניו אום זונטאג מאי 25, 2008 12:43 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג מאי 25, 2008 2:20 am

וידבר. כשיצאו ממצרים מנאן, וכשנפלו בעגל מנאן, וכשבא להשרות שכינתו עליהם מנאן (רש"י) דער ענין פון די דריי ציילונגען איז, די ערשטע ציילונג איז געווען נאך יציאת מצרים, כדי דורך דעם זאלן זיי אינגאנצן אפגעטיילט ווערן פון די טומאת מצרים. די צווייטע מאהל איז געווען נאך די חטא העגל, ווען די יודן זענען זייער צובראכן געווארן אין הארץ, האט זיי דער אייבערשטער מיט דעם געשטארקט. אבער די מערסטע חשובע ציילונג איז געווען, ווען דער אייבערשטער איז געקומען מאכן רוהען זיין שכינה ביי די יודן.
(באר משה)
לעצט פאראכטן דורך זיידעניו אום זונטאג מאי 25, 2008 12:54 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג מאי 25, 2008 2:20 am

באחד בניסן הוקם המשכן ובאחד באייר מנאן (רש"י) עס ווערט געפסק'ענט אין שולחן ערוך (או"ח סי' תכ"ט) אז א ארימאן וואס באזעצט זיך אין א נייע שטאט דרייסיג טעג, איז מען איהם מחויב צו געבן "מעות חיטים" פאר פסח. ווייל דרייסיג טעג הייסט שוין א באשטימע וואוינוג. דערפאר האט זיי דער אייבערשטער געהייסן צו ציילן א חודש נאך דעם וואס די משכן איז אויפגעבויט געווארן, כדי די שכינה זאל שוין האבן ביי די יודן א באשטימטע וואוינוג אויף אייביג.
(מהר"ש מבעלזא זי"ע)
לעצט פאראכטן דורך זיידעניו אום זונטאג מאי 25, 2008 12:44 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג מאי 25, 2008 2:21 am

בני נפתלי תולדותם למשפחותם לבית אבתם (א-מב) די בעל הטורים פרעגט, פארוואס ביי אלע שבטים שטייען, מיט א למד "ל"בני און ביי נפתלי שטייט אהן א ואו? נאר דער סדר איז געווען, אז קודם האט מען צוזאמען גענומען אלע צעטלעך פון יעדער איינער, און נאכדעם זענען געקומען די נשיאים פון אלע שבטים, און יעדער פון זיי האבן מיטגעברענגט א קאסט'ן, און מ'האט אויסגעקליבן די צעטלעך, און יעדער נשיא האט ארויסגענומען דער צעטל וואס באלאנגט צו זיין שבט, און ער האט דאס אריינגעלייגט אין זיין קאסטן, קומט דאך אויס אז די לעצטע שבט (נפתלי) האט נישט געדארפט מיטברענגען א קעסטל, ווייל עס האט געקענט בלייבן אין די גרויסע קאסט'ן, וועגן דעם שטייט ביי די אנדערע שבטים "לבני" אז דאס באלאנגט צו איהם, אבער ביי נפתלי שטייט "בני" ווייל זיינע איז געבליבן אין די גרויסע קעסטל.
(בשם האר"י הקדוש)

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג מאי 25, 2008 2:21 am

וחיו ולא ימותו בגשתם את קדש הקדשים (ד-יט) קדש קדשים איז מרמז אויף די הייליגע שבתים און ימים טובים, בגשתם ווען מען דערנענטערט זיך, את קדש הקדשים, צו די הייליגע שבתים און ימים טובים, דארף דאס זיין בבחינת "וחיו" מיט א לעבעדיקייט, און נישט ח"ו פאקערט.
(אמרי חיים)

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג מאי 25, 2008 2:23 am

במדבר איז נוטריקן - בם דבר -, בם איז א רמז צו די הייליגע תורה אזוי ווי ס'שטייט ודברת "בם", דבר מיינט רעדן, ד.מ. צו זאגן אז מ'זאל שטענדיג רעדן אין די הייליגע תורה .
(מילי מעלייתא)

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג מאי 25, 2008 2:24 am

איש ראש לבית אבותיו,
שטייט אין פסוק איש ראש לבית אבותיו, א מענט'ש א הויפט צו זיין פאטערלעכע שבט הוא איז ער, מ'דארף פארשטיין צו וואס שטייט די ווארט הוא ס'זעהט דאך אויס איבעריג? מ'קען זאגן אז ד.מ. צו זאגן אז דער ראש לבית אבותיו דער הויפט הוא ער אליין זאל זיין חשוב און ווערד צו זיין א הויפט איבער זיין שבט און נישט וועגן זיין עלטערן'ס יחוס אדער וועגן זייער כבוד ווייל זיי זענען א שיינע משפחה אדער ווייל ער האט אסאך געלט נאר הוא ער אליין זאל טאקע ווערד זיין צו זיין א נשיא .
(כלי חמדה)

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג מאי 25, 2008 2:25 am

לבנימן אבידן בן גדעוני
ווען די פסוק רעכנט אויס די נשיאים וואס זאלן שטיין מיט משה ווען ער ציילט די אידישע קינדער שטייט, "לבנימן אבידן בן גדעני". עס ווערט געברענגט אין די ספרים הקדושים, א רמז וואס איז געזאגט געווארן פון א צדיק נסתר, פאר ער איז נסתלק געווארן פון דעם עולם.

עס איז געווען א צדיק נסתר וואס ער האט געדינט דער אויבערשטער באהאלטענערהייט זיין גאנץ לעבן, און פאר ער איז נסתלק געווארן, האט ער צוזאמען גערופן די חברה קדישא, און דער רב פון שטאט, און ער האט מגלה געווען ווער ער איז.

די לעצטע זאך וואס ער האט זיי געזאגט, איז געווען א רמז אויף דעם פסוק. עס שטייט אין די חז"ל, אז אויב איינער האט א קינד וואס איז ערליך, און ער טוט מצוות און מעשים טובים, קען ער א טובה טוען פאר זיין טאטע אויף די עולם האמת. אויב עס זענען דא שווערע דינים אויף דער טאטע, קען העלפן די זכות פון זיין קינד, אז מען זאל דורך דעם מסלק זיין די דינים פון אים.

דאס איז מרומז אין דעם פסוק, "לבנימן", צו דער וואס האט א בן ימין, דאס מיינט א רעכט קינד, א קינד וואס גייט אויף די רעכטע וועג, איז דעמאלס אויב, "אבי-דן", מען איז דן דער טאטע, "בן", קען דער זון, "גדעני", גד איז א לשון פון פארשניידן, און עני איז א לשון פון פיין, דאס מיינט אז דער זון קען פארשניידן די פיין וואס דער טאטע דארף אדורך גיין.


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט