דיונים ועיונים בפרשת במדבר

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1036
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

תגובהדורך פויער » פרייטאג מאי 14, 2010 11:26 am

farshlufen האט געשריבן:
לחידודי בעלמא: וואס איז דער טייטש פון די ווארט "ראש" וואס שטייט כמה וכמה פעמים אין די סדרה?



מיין רבי פלעגט טייטשן די קאפצאל
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22367
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מוצ"ש מאי 15, 2010 9:23 pm

דיין רבי'נס "קאפ" איז נישט געווען אויפן פלאץ, עיין במפרשים בפרשת תשא.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מוצ"ש מאי 15, 2010 10:23 pm

אריין אין גרייזיגע טייטש.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג יוני 05, 2011 12:04 am

מיין אינגל האט מיר נאכגעזאגט א פראגע בשם א אינגל פון זיין חדר, וואס האט געהערט ווי איינער פרעגט דאס אין בית המדרש:

וועלכע משפחה פון די לויים האט געפירט דעם כיור? עס שטייט נישט ארויסגעשריבן אין פסוק

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג יוני 05, 2011 1:31 am

נישט מררי?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג יוני 05, 2011 1:32 am

מיר זעהן מען האט געציילט די בנ"י "במספר שמות", וואס מיינט דאס?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22367
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג יוני 05, 2011 10:47 am

שוועמל האט געשריבן:נישט מררי?
פיל גלייכער בני קהת.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג יוני 05, 2011 10:55 am

נישט זיכער, די כיור האט נישט געהאט קיינע מוטות.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1484
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » זונטאג יוני 05, 2011 2:52 pm

וואו קומט דא אריין מוטות?

מררי האט פארנוצט אלע וועגענער פאר די קרשים, ממילא אויב מררי האט דאס געטראגן איז עס אויך געווען מיט די הענט. נאר פארוואס זאל נישט זיין גרשון וואס האבן געהאט וועגענער אין ס'שטייט נישט וואס מען האט געטראגן דערויף.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג יוני 05, 2011 3:45 pm

און ביי מררי שטייט דען יא וואס מ'האט געפירט אויף די וועגענער?
מסברא זאג איך אז גרשון האט געפירט אלע שווערע יריעות'ער אויף די וועגענער, אויב נישט צו וואס האבן זיי געברויכט בכלל וועגענער.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1484
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » זונטאג יוני 05, 2011 3:59 pm

אוודאי שטייט, מררי האט פארנוצט אלע זייערע וועגענער פאר די קרשים, קוק ווי בעילאוט לערנט דא פאר.
משא"כ גרשון שטייט נישט וואס זיי האבן געטון מיט די וועגענער, אבער דאס זענען דאך געווען ריזיגע וועגענער, א כיור האט געהאט פלאץ דארט.

דער אמת געזאגט, דאס אלעס איז נישט קיין ראי' ווייל מררי האט געשלעפט מיט די הענט 100 אדנים, יעדע איינס א כיכר. ממילא קען אויך זיין מען זאל שלעפן א כיור מיט די האנט.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מוצ"ש יוני 11, 2011 11:27 pm

קרעמער האט געשריבן:מיין אינגל האט מיר נאכגעזאגט א פראגע בשם א אינגל פון זיין חדר, וואס האט געהערט ווי איינער פרעגט דאס אין בית המדרש:

וועלכע משפחה פון די לויים האט געפירט דעם כיור? עס שטייט נישט ארויסגעשריבן אין פסוק

חשבתי אז די כיור האט מען דאך איינגעזינקען אין דער ערד כדי שלא יפסל בלינה, אם כן איז א סברה אז ביי די נסיעות האט עס קיינער נישט געטראגן נאר מען האט דאס אריינגעלייגט בבארו של מרים און ס'יז געגאנגען פון זיך אליינס.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » זונטאג יוני 12, 2011 4:59 am

בזכרוני שבספר טעמא דקרא של ר"ח [שי"ח] קנייבסקי כתוב אודות נשיאת הכיור, כמדומני שמציין לרמב"ן ושיש עוד ממפרשי הרמב"ן שכותבים בנושא.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » דינסטאג מאי 07, 2013 5:07 pm

קרעמער האט געשריבן:עס איז אויך אינטערסאנט דער לשון רבינו בחיי, וואס ערקלערט אז אפילו פון20 יאר און עלטער, האט מען אויך געציילט נאר די געזונטע און שטארקע וואס זענען פעהיג געווען ארויסצוגיין אין מיליטער:


(56) רבינו בחיי על במדבר פרק כו פסוק נא
(נא) שש מאות אלף ואלף שבע מאות ושלשים - דע כי המספר הזה גם אותו שבמדבר סיני שעלו שש מאות אלף ושלשת אלפים וחמש מאות וחמשים לא נכלל בו כל ישראל, כי אין להם סוף ותכלית ולא ידענו מזה מספר כל ישראל, שהרי ישראל לא נמנו כאן וכאן אלא מבן עשרים שנה ומעלה כל יוצא צבא בישראל, ובודאי היו בישראל אותם (שהם מבן עשרים שנה ולמטה,) (ו) שהם מבן עשרים שנה ומעלה כמה זקנים וכמה חולים וחלושי הכח ואינם מן המנין לפי שלא היו ראויין לצבא ואינן בכלל יוצאי צבא, ואם כן מספר בני ישראל לא נזכר בכתובים בשום מקום ולא ידענוהו כלל, כי מעת שירדו למצרים בשבעים נפש נשתלחה הברכה בהם שעלו לששים רבוא שיצאו משם הגברים לבד מטף, והם הם שקבלו התורה בחדש השלישי לצאתם, ונשתלחה הברכה בהם עוד בחדש השני בשנה השנית לצאתם מארץ מצרים שעלו לששים רבוא מבן עשרים שנה ומעלה כל יוצא צבא:


איז אינטערעסאנט צוצוצייכענען די הייליגע ווערטער פון אור החיים הקדוש בפרשתן: [קרעדיט אוצר החכמה]
צוגעלייגטע
Untitled1.png
Untitled1.png (26.05 KiB) געזעהן 2290 מאל

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » דינסטאג מאי 07, 2013 5:55 pm

ב"ה, יעדע דגל האט געהאט זיין קאליר. וגם צורה. אזוי שטייט אין מד"ר דא אין די פרשה.

אין די נייע עוז והדר מקראות גדולות חומש צום סוף [איידי דאתי לידן, מכיון שהזכירו ראוי לשבחו, יש"כ פארן מכון, א נחת פון א חומש, אזא געשמאק אז מען וויל זיך דערפון נישט שיידן, איך האב עס נאך קיינמאל נישט פארמאכט ווייל איך האב איינגעדרימעלט! ווען איך האב עס פארמאכט איז געווען אדער וועגן די זייגער האט עס פארלאנגט אדער ווייל מען האט געענדיגט די סדרה. חזקו ואמצו] בקיצור, צום סוף האבן זיי בילדער פון די פענער, האב מיר עס באטראכט אביסל.

ביי די דגל פון ראובן, שרייבט דער תרגום יונתן אז ס'האט געהאט א בילד פון א "בן איל". אבער אין אבע"ז שטייט: וקדמונינו אמרו שהי' לדגל ראובן צורת אדם מכח דרש דודאים, ע"כ. [אני הקטן פארשטיי עס נישט, ווי קומט צורת אדם וועגן דודאים, ווייל פון די דודאים איז באשאפן געווארן א מענטש?. זאל עס האבן א צורת דודאים אליינס].

איז נאר אינטערעסאנט צוצוצייכענען אז דארט אין תרגום יונתן שרייבט ער אז יעדע פאן האט אויך געהאט א פסוק, דגל מחנה יהודה האט געהאט דעם פסוק: קומה ד' ויפוצו אוביך וינוסו משנאיך מפניך. דגל אפרים: וענן ד' עליהם יומם בנסעם מן המחנה. דגל ראובן: שמע ישראל ד' אלקינו ד' אחד. דגל דן: שובה ד' רבבות אלפי ישראל. דער עוז והדר האט געמאכט דעם פאן אנדעם פסוק, און איך האב מיך געוואונדערט אויף אזא געלונגענעם ארבעט זאלן זיי דאס פארפעלן, אויף עוז והדר איז עס א חידוש.
-
מענין לענין: שטייט דארט אין תרגום יונתן, והי' ראוי להיות צורת בן בקר [על דגל ראובן] רק משה החליפו בשביל שלא יזכר להם עון העגל. [דער לשון איז איבערגעזעצט פונעם תרגום יונתן בעזר ה'ביאור יונתן בחומש עו"ה הנ"ל].

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11713
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך מאי 08, 2013 10:22 pm

יגר'ל

דער אבן עזרא לשיטתו, ער שרייבט ביי די דודאים אין פ' ויצא בזה"ל:
והם על צורת בן אדם כי יש להם דמות ראש וידים
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » פרייטאג מאי 10, 2013 11:46 am

יש"כ לכאורה!, אינטערעסאנט.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג מאי 12, 2013 2:58 pm

שוועמל האט געשריבן:מיר זעהן מען האט געציילט די בנ"י "במספר שמות", וואס מיינט דאס?

איינער א תירוץ?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9777
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » זונטאג מאי 12, 2013 5:10 pm


אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

תגובהדורך פייערמאן » דאנארשטאג מאי 25, 2017 3:45 pm

שוועמל האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:מיין אינגל האט מיר נאכגעזאגט א פראגע בשם א אינגל פון זיין חדר, וואס האט געהערט ווי איינער פרעגט דאס אין בית המדרש:

וועלכע משפחה פון די לויים האט געפירט דעם כיור? עס שטייט נישט ארויסגעשריבן אין פסוק

חשבתי אז די כיור האט מען דאך איינגעזינקען אין דער ערד כדי שלא יפסל בלינה, אם כן איז א סברה אז ביי די נסיעות האט עס קיינער נישט געטראגן נאר מען האט דאס אריינגעלייגט בבארו של מרים און ס'יז געגאנגען פון זיך אליינס.

http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=400

א שיינעם איינפאל,
http://www.otzar.org/wotzar/book.aspx?1 ... id=2400004

כשוועמיל,
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =&pgnum=55


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט