שיעורים לליל פסח, מצה, מרור, כוסות,

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

info seeker
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 8:00 am

תגובהדורך info seeker » דאנארשטאג אפריל 21, 2016 11:25 pm

ישלהוסיף האט געשריבן:דער שיעור 'ישמח משה' איז זייער ווייניג, היינט קען מ'קויפן די נאך געמאכטע בעכער. אדמו"ר מבית חיים יהושע ד'באבוב שליט"א נוצט אזא בעכער וואס ער האט באקומען פון זיין שווער הרה"ח ר' אהרן טייטלבוים ז"ל.

and the yismach moshes itself was even smaler because the current one was imitated from the outside
#known in r' aron t"b family

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1507
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » דאנארשטאג מארטש 23, 2017 2:07 am

ביקסאד האט געשריבן:שיעור רביעית וואס איז אן גענומען בימינו אלה,

א. הג"ר אברהם חיים נאה איז כמנין כו"ס דהיינו 86 גראם.
ב. בעל חזון אי"ש איז כמנין כו"ס הגו"ן דהיינו 150 גראם.

אבות אבותינו האבן על פי רוב גענוצט א כוס מיט א קלענערען שיעור
- און פון דעם דארף מען אויך נאר צו טרינקען רוב כוס -
חוץ די וואס האבן מחמיר געווען כשיטת הנודע ביהודה.

עס זענען דא דעות וואס האלטן אז אין דעם כוס דארף מען קאנען אריין לייגן 4 רביעית.

דאס איז דער שיעור חזון איש, נאר העלפט, דער חזון איש האלט דער קליינער שיעור ער האלט נאר דאפלט.
דאס איז 75 קיוביק סענטימעטער הנקרא בלשונם סמ"ק אדער מיליליטער, [גראם איז משקל נישט נפח] וואס אין אונסעס איז עס 2.645 .
דאס איז די זעלבע שיעור פון דריי פערטל דעצי וואס מ'האט געוואוסט אייביג, א דעצי איז הונדערט מילי-ליטער [צענטל ליטער], און דרייפערטל איז 75.
ביי קידוש איז מען מחמיר [ביי שבת עכ"פ וואס איז דאורייתא כאטש על היין קען מען דן זיין, בפרט יו"ט איז קידוש דרבנן, אבל יש לעיין בדברי הרמב"ן במקרא קודש עכ"פ על היין בוודאי.] צו נעמען די דאפלטע שיעורים, אזוי שרייבן די פוסקים וכן נהג רבינו זי"ע.

אבער די איבעריגע דריי כוסות איז גענוג די קליינע שיעור. פאר ווער ס'פירט זיך אזוי מאבות אבותיו.

די טבלא מיט די כזיתים מעמוד א' שטימט עפעס נישט, נאר ביי די ערשטע כזיתים נוצט מען די גרויסע שיעור כזית, און דאפלטע כזיתים, מרור און כורך וואס איז מדרבנן, דארף מען נישט מחמיר זיין. בפרט ווען איינער קען נישט איז גענוג א כזית וואס איז א שליש ביצה נישט חצי ביצה. און אוודאי נישט די דאפלטע שיעורים.. אבער אז מ'קען איז עפעס אנדערש.

אוועטאר
גליון
שר האלף
תגובות: 1650
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 24, 2011 1:24 am
לאקאציע: אין שֵמות

תגובהדורך גליון » דינסטאג מארטש 28, 2017 1:59 pm

איך זעה עדווערטייזד א "וואָג" פאר די שיעורים למצות ולמרור.
איינער שוין געקויפט?
Impossible is just an opinion

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12401
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דינסטאג מארטש 28, 2017 9:23 pm

DIABETICS וואס זענען בקשר מיט ר הערשעל מייזעלס און זיין FWD ווייסען שוין מן הסתם פון די PICTURES

אבער עס זענען דא א סאך סאך אנדערע וואס מוזען אדער ווילען מאיזה סיבה (gluten free wheat allergy) וכדומה מצמצם זיין מיט עסען מצה

די שיעורים זענען על פי הוראת הרה"ג מ' מ' וו"מ רב דק' נייטרא מאנסי שליט"א
והרי"ג ישראל פנחס באדנער שליט"א מח"ס כזית השלם - הלכות שיעור כזית, וס' ותן ברכה

קאוד: וועל אויס אלע

Pictures of actual K'Zayis for Matzah    Print ONLY on legal paper (8.5 by 14), set to landscape.  Also make sure to UNCHECK the following settings in the print dialog box: "Shrink oversized pages to paper size" and "Expand small pages to paper size" and "Auto rotate and center pages".  If you leave them checked Adobe will change the dimensions of the graph, which will give you false amounts for the Shiurim.

Thin Matzah (9 Matzahs per pound
לה"ק
ENGLISH
Thick Matzah (6 Matzahs per pound
לה"ק
ENGLISH

אוועטאר
גליון
שר האלף
תגובות: 1650
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 24, 2011 1:24 am
לאקאציע: אין שֵמות

תגובהדורך גליון » דינסטאג מארטש 28, 2017 10:03 pm

געטראפן די עד
צוגעלייגטע
Capture2.JPG
Impossible is just an opinion

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12401
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דינסטאג מארטש 28, 2017 10:12 pm

קען מיר איינער מסביר זיין וואס א כזית (א מדת הנפח) האט א שייכות מיט משקל?
א כזית ניסלעך וועגט אזויפיל ווי א כזית סאלאט?
אלע מינים ווייץ וועגען דאס זעלבע?

חלה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 309
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 13, 2014 5:24 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך חלה » זונטאג אפריל 09, 2017 5:22 pm

לכבוד היום

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1507
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » זונטאג אפריל 09, 2017 8:11 pm

ביי די ספרדים איז געווען אזוי עיין בכף החיים.
אויב מ'ווייסט אז כך וכך נפח איז כך וכך משקל ביי מים קען מען שוין ווייטער משער זיין על דרך זה

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2550
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

שיעורי כזיתי מצה וד' כוסות

תגובהדורך עקבי הצאן » מאנטאג אפריל 10, 2017 12:30 am

אטעשטירט איז א בלעטל וואס האט זיך ארומגעדרייט, צוזאמגעשטעלט דורך הרב הערשל מייזליש פון ריעים מתוקים, ער זאגט אז די שיעורים זענען גאר היבשט לחומרא, וכל אחד ישתמש בו עפ"י הוראות הדיין שלו.

א לעכטיגן יום טוב פאר יעדעם.
צוגעלייגטע
שיעורים.pdf
(302.27 KiB) דאונלאודעד 147 מאל
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

מצלמה
שר חמש מאות
תגובות: 937
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 25, 2015 7:37 pm

תגובהדורך מצלמה » מאנטאג אפריל 10, 2017 12:04 pm

4 כזיתים פער מצה?

IMG_1215.JPG
א פערטל מצה א כזית!!!

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4570
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מאנטאג אפריל 10, 2017 2:00 pm

מצלמה האט געשריבן:4 כזיתים פער מצה?

IMG_1215.JPG

נישטע קיין מצה וואס איז 4 אונסעס. און וואס קומט דא בכלל אריין פלאוד אונסעס?

ס'איז לכאורה א טעות.

אבער דאס אז ס'דא פיר כזיתים איז ריכטיג, א געווענליכע מצה פון די סאטמערע בעקערייען וועגט לכה"פ 60 גראם וואס איז 2.12 אונסעס, און דאס איז 4 כזיתים כשיעור הגדול (של חצי ביצה, אז יעדע כזית איז 15 גראם).
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1507
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » מאנטאג אפריל 10, 2017 4:37 pm

נא_שכל האט געשריבן:
מצלמה האט געשריבן:4 כזיתים פער מצה?

IMG_1215.JPG

נישטע קיין מצה וואס איז 4 אונסעס. און וואס קומט דא בכלל אריין פלאוד אונסעס?

ס'איז לכאורה א טעות.

אבער דאס אז ס'דא פיר כזיתים איז ריכטיג, א געווענליכע מצה פון די סאטמערע בעקערייען וועגט לכה"פ 60 גראם וואס איז 2.12 אונסעס, און דאס איז 4 כזיתים כשיעור הגדול (של חצי ביצה, אז יעדע כזית איז 15 גראם).

אויב כזית איז חצי ביצה איז עס 25 גרם

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2068
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » מיטוואך אפריל 12, 2017 9:59 pm

להבהרת הענין; שיעורי כזית כביצה רביעית וכדו' ווערט אלעמאל גערעכנט לויט 'נפח' (volume), נישט 'משקל' (weight). נאר וואסזשע דען? מ'קען איינמאל צוקוועטשן/צומאלן דעם מאכל און אפמעסטן די ריכטיגע מאס און 'וואליום', דערנאך עס אפוועגן, און פין יעצט און ווייטער וויסן "אויך" דורך די וואג, וויפיל די שיעור איז. אבער מ'דארף עס טאקע טון מיט יעדע מאכל באזונדער, היות יעדע זאך האט אנאנדערע וואג.

א פלאץ וואו מ'קען זיך אסאך מאל צומישן איז ביי 'Ounce' וואס איז דא סיי ביי Weight און סיי ביי Volume אבער האט נישט באמת קיין שייכות, למעשה נעמט מען אן אז א כזית איז בערך איין 'פלואיד (volume) אונס' (לכאו' לויט'ן שיעור פין הגרא"ח נאה, וואס איז די אנגענומענע שיעור ביי רוב היימישע עולם).

________

אגב, דער אטעטשירטע טבלא אינעם פריערדיג'ן בלאט, זאגט צו נוצן ביי מוציא מצה 4 כזיתים אין טאטעל. איך געדענק אז מען דארף נאר צוויי אין טאטעל, אפשר קען איינער אויסקלארן.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1507
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » דאנארשטאג אפריל 13, 2017 1:20 am

אַבּערוואַס האט געשריבן:להבהרת הענין; שיעורי כזית כביצה רביעית וכדו' ווערט אלעמאל גערעכנט לויט 'נפח' (volume), נישט 'משקל' (weight). נאר וואסזשע דען? מ'קען איינמאל צוקוועטשן/צומאלן דעם מאכל און אפמעסטן די ריכטיגע מאס און 'וואליום', דערנאך עס אפוועגן, און פין יעצט און ווייטער וויסן "אויך" דורך די וואג, וויפיל די שיעור איז. אבער מ'דארף עס טאקע טון מיט יעדע מאכל באזונדער, היות יעדע זאך האט אנאנדערע וואג.

א פלאץ וואו מ'קען זיך אסאך מאל צומישן איז ביי 'Ounce' וואס איז דא סיי ביי Weight און סיי ביי Volume אבער האט נישט באמת קיין שייכות, למעשה נעמט מען אן אז א כזית איז בערך איין 'פלואיד (volume) אונס' (לכאו' לויט'ן שיעור פין הגרא"ח נאה, וואס איז די אנגענומענע שיעור ביי רוב היימישע עולם).

________

אגב, דער אטעטשירטע טבלא אינעם פריערדיג'ן בלאט, זאגט צו נוצן ביי מוציא מצה 4 כזיתים אין טאטעל. איך געדענק אז מען דארף נאר צוויי אין טאטעל, אפשר קען איינער אויסקלארן.

לויט חזו"א איז עס 1.115 פלואיד אונס. אויב רעכנט מען שליש ביצה.

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2131
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » מאנטאג מארטש 26, 2018 2:18 pm

ארויף.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט