שיעורים פון קידוש, מצה און מרור
שיעור רביעית המקובל מהחזון איש 6 oz. ומהרב חיים נאה 3 oz.
כמה שיטות אחירות בשיעורי רביעית של החזון איש והרב חיים נאה
2.4oz.\ 2.7oz. \ 3.01oz. \ 4.4oz. \ 5.25oz. \ 6.3oz. \ 6.67oz
שיעור כזיתא כזית איז א דריטל רביעית, קומט אויס אז לויט די שיעור אז א רביעית איז 3 oz. איז א כזית 1 oz., און לויט די שיעור אז א רביעית איז 6 oz. איז א כזית 2 oz.
(א ברוינפן גלעזל איז 1 oz., מ'קען אנפילן א ברוינפן גלעזל פון מצה ומרור און אזוי מעסטן דעם שיעור).
מומחים האבן געמאסטן אסאך מיני מצות, און עס איז אויסגעקומען אז א כזית מצה לחומרא
(צוברעקלט און אריין געלייגט אין א 2 oz.גלעזל, לויט די שיעור אז א רביעית איז 6 oz.) האט עס געוואויגן אביסל ווייניגער ווי 1 oz.
(28.5 gram), און לקולא
(לויט די שיעור אז א רביעית איז נאר 3 oz.) וועגט עס אביסל ווייניגער ווי א oz. ½ .
ע"פ רוב וועגט א גאנצע מצה
(סיי א מאשין מצה, און סיי א האנט מצה) בערך 2 oz.
(דער חשבון שטומט ווייל די סטייפלער האט געזאגט אז די שיעור פון כזית איז א האלבע מאשין מצה)סך הכל "בערך"
כזית לחומרא: 1 oz. [א האלבע מצה] כזית לקולא: oz. ½ [א פערטל מצה]
מוציא מצה: דער מברך דארף דאך עסן 2 כזיתים, 1 כזית פאר "מצה"
(די מצוה דאורייתא פון עסן א כזית מצה פסח ביינאכט), און 1 כזית פאר "מוציא",
(די כזית פאר לחם משנה), די אנדערע מענטשן זאלן אויך לכתחלה עסן אזוי פיל, אבער בדיעבד איז גענוג 1 כזית
(ווייל עס זענען דא וואס האלטן אז דער וואס מאכט נישט די ברכה אויף די לחם משנה דארף נאר עסן איין כזית פאר די מצוה פון עסן מצה, אבער די כזית פון לחם משנה נישט).כורך: 1 כזית
אפיקומן: לכתחלה 2 כזיתים, בדיעבד 1 כזית.
* עס איז כדאי צו מחמיר זיין ביי די ערשטע כזית מצה, וואס איז מדאורייתא *