שיעורים לליל פסח, מצה, מרור, כוסות,

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2882
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

שיעורים לליל פסח, מצה, מרור, כוסות,

תגובהדורך שאץ מאץ » פרייטאג אפריל 03, 2009 10:46 am

וויפיל איז באמת דעם שיעור?

איך פארשטיי ס'איז דא מחלוקת אין שיעורים, ביזן שיעור חזן איש,
אבער פאקטיש איז עסן צופיל מצה גורם אז מ'וועט אנגעפילט וואס דאן איז דער אפיקומן אכילה גסה און מ'איז נישט יוצא,
יעדע מצה איז דאך אנדערשט און די שיעורים זענען אלץ לויט די גראם, יעצט גיי מעסט א מצה וויפיל ס'וועג,

אבער באופן כללי ברענגט איך דא א בילד, און ארבעטן לויטן בילד
צוגעלייגטע
.JPG
.JPG (4.33 KiB) געזעהן 4742 מאל

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2882
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » פרייטאג אפריל 03, 2009 10:51 am

איז אזוי, א געהעריגע מצה נישט צו דין נישט צו דיק, איז מען יוצא אלע שיעורים מיטן עסן די ערשטע צוויי כזיתים א' ב' ג' ד',
ווייבער און קינדער וואס קענען נישט עסן אזויפיל קען מען מקיל זיין צו עסן בלויז א' ב' ג'

כורך, איז א' ב' גענוג און נאך איבער דעם שיעור

צפון, אכילת אפיקומן, דארף ווידער זיין לכתחילה א' ב' ג' ד',
און אז מ'קען נישט זאל מען גיין צו א' ב' ג'

היות די אפיקומן אליין איז דאך נישט אזוי גרויס ווי פון א' ביז ד',
עסט מען קודם איין כזית פון א אנדערע מצה, און דערנאך דעם אפיקומן,
ואידך פרישא זיל גמור

יעצט זאל יעדער וואס ווייסט געבן די שיעורים אויף מרור און די ארבע כוסות, איך בין נאר דער מתחיל,
.

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » פרייטאג אפריל 03, 2009 2:30 pm

שיעור רביעית וואס איז אן גענומען בימינו אלה,

א. הג"ר אברהם חיים נאה איז כמנין כו"ס דהיינו 86 גראם.
ב. בעל חזון אי"ש איז כמנין כו"ס הגו"ן דהיינו 150 גראם.

אבות אבותינו האבן על פי רוב גענוצט א כוס מיט א קלענערען שיעור
- און פון דעם דארף מען אויך נאר צו טרינקען רוב כוס -
חוץ די וואס האבן מחמיר געווען כשיטת הנודע ביהודה.

עס זענען דא דעות וואס האלטן אז אין דעם כוס דארף מען קאנען אריין לייגן 4 רביעית.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » זונטאג אפריל 05, 2009 8:31 am

שאץ, א גרויסן יישר כח פאר די נויטיגע אינפא. איבער די שיעורים, איצטערט א שאלה וויאזוי מעסט מען די שיעורים? עס האט מיט א וואג אדער מיט די סייז? און פון וואו נעמט איר אייער שיעורים?

ביקסאד, דער אמעריקאנער עולם איז נישט אזוי באקאנט מיט 'גראם' דא האט איר די שיעורים אין אונסעס.

ביקסאד האט געשריבן:א. הג"ר אברהם חיים נאה איז כמנין כו"ס דהיינו 86 גראם.
ב. בעל חזון אי"ש איז כמנין כו"ס הגו"ן דהיינו 150 גראם.


86 גראם איז 3.033 אונסעס.
150 גראם איז 5.29 אונסעס.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19695
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג אפריל 05, 2009 10:21 am

וכאן המקום להביע צערי ברבים, אויף די זילבער סוחרים וואס האבן אייננגעפירט כוסות וואס זענען איבער אכט אונסעס גרויס, וואס לגבי די ד' כוסות און ספעציעל פאר די וואס זענען יוצא מיט שטארקן וויין איז עס א גרויסער שטער, עס האט נישט קיין שום סיבה להלכה ווען אפילו לויטן חזון איש קען מען יוצא זיין מיט אונטער 5 א האלב אונסעס.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2882
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » זונטאג מארטש 28, 2010 12:37 am

לתועלת איז כדאי מענטשן זאלן זיך אפמעסטן די שיעורים פאר יו"ט נישט זיך אנעסן צופיל אז די אפיקומן זאל נישט זיין קיין אכילה גסה

אוועטאר
פארדינט
שר האלף
תגובות: 1391
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

תגובהדורך פארדינט » זונטאג מארטש 18, 2012 1:51 pm

ארויף לכבוד יו"ט
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2363
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » זונטאג מארטש 18, 2012 2:34 pm

דער שיעור 'ישמח משה' איז זייער ווייניג, היינט קען מ'קויפן די נאך געמאכטע בעכער. אדמו"ר מבית חיים יהושע ד'באבוב שליט"א נוצט אזא בעכער וואס ער האט באקומען פון זיין שווער הרה"ח ר' אהרן טייטלבוים ז"ל.

אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1390
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 24, 2009 8:12 am

תגובהדורך יאפין » זונטאג מארטש 18, 2012 6:50 pm

א איד האט מיר געזאגט אז זיין טאטע לייגט אריין א טרויב כדי די בעכער זאל זיין פיל.ר
אויב אזוי קען מען יוצא זיין ידי שניהם, קויפן א גרויסען בעכער, און נישט דארפן טרינקן אזוי פיל.
ס'האט גענומען לאנג אבער, יאפס. איי עם אין.

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלף
תגובות: 1656
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » זונטאג מארטש 18, 2012 9:22 pm

יאנאש האט געשריבן:שאץ, א גרויסן יישר כח פאר די נויטיגע אינפא. איבער די שיעורים, איצטערט א שאלה וויאזוי מעסט מען די שיעורים? עס האט מיט א וואג אדער מיט די סייז? און פון וואו נעמט איר אייער שיעורים?
.

אפשר אז סעט זיין צייט עלען מיר שרייבען אביסל דא
אבער עס ווענט זיך אוןסייז (אבער נישט סייז בילד נאר סייז גראם, אבער עס איז דא א וועג וויאזוי מקען רעכענען גראם משקל, (און פארוועם עס איז שווער צו עסען אסאך מעג עס וועגען פסח ביים סדר.
מער איבער דעם ווען סעט זיין צייט
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות

אוועטאר
אשר
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 03, 2008 7:09 am
לאקאציע: ירושלים

תגובהדורך אשר » מאנטאג מארטש 19, 2012 4:03 am

גענומען פון הגדה המשובח הוצאת עטרת
צוגעלייגטע
046.jpg

אוועטאר
ים רויבער
שר האלף
תגובות: 1926
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 03, 2011 2:13 pm

תגובהדורך ים רויבער » דינסטאג מארטש 20, 2012 5:40 pm

אין זמירות דברי יואל ברענגט ער ביי קידוש אז א שיעור רביעית איז 2 3/8 אונסעס איך בין נייגעריג די מקור דערויף
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
pirate.ivelt@gmail.com

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » מאנטאג ינואר 20, 2014 8:14 pm

ישלהוסיף האט געשריבן:דער שיעור 'ישמח משה' איז זייער ווייניג, היינט קען מ'קויפן די נאך געמאכטע בעכער. אדמו"ר מבית חיים יהושע ד'באבוב שליט"א נוצט אזא בעכער וואס ער האט באקומען פון זיין שווער הרה"ח ר' אהרן טייטלבוים ז"ל.

די ישמח משה בעכער איז 185 מ"ל, 6.25 אונסעס, גרעסער ווי אלע שיעורים.

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » מאנטאג ינואר 20, 2014 8:41 pm

ים רויבער האט געשריבן:אין זמירות דברי יואל ברענגט ער ביי קידוש אז א שיעור רביעית איז 2 3/8 אונסעס איך בין נייגעריג די מקור דערויף

בקונ' תמר יפרח (אות קל"ח) כתב דרביה"ק זי"ע אמר בכל שנה בדרשת שבת הגדול ששיעור רביעית הוא שלשה רבעי דעצי (75 מ"ל), ושלשיטת הצל"ח הוא כפל.

מנוחה ושמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 05, 2013 9:01 pm

טבלא פון שיעורים כזתים מצה ומרור

תגובהדורך מנוחה ושמחה » דאנארשטאג אפריל 10, 2014 6:22 pm

איך זוך צו געפונען א דעטאלירטע טבלא פון די שיעורים לויטן וואג פאר די כזתים מצה און מרור לויט אלע שיטות, אזוי אויך די משקל פון א כזית לעטערס און א כזית כריין.
עס וועט מיר זיין א גרויסע הילף.
יישר כחכם .

אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 13, 2009 12:30 pm

תגובהדורך היימישער איד » דאנארשטאג אפריל 10, 2014 6:24 pm

שוין דא אן אשכול דערוועגן, ה'שמעלצער ישמעלצו.
viewtopic.php?f=5&t=7356

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג אפריל 10, 2014 6:27 pm

נעכטן געזען א נייער ספר ערשינען אויף מדות ושיעורים "מדה נכונה", דורך הרב אפרים זעליג מרגליות מאנטריאל.
ער האט זייער שיינע טבלאות אויף אלע שיעורים.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
היפאקריט
שר האלף
תגובות: 1005
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 05, 2012 1:28 pm
לאקאציע: נישט צום געפינען

תגובהדורך היפאקריט » דאנארשטאג אפריל 10, 2014 6:34 pm

שוועמל האט געשריבן:נעכטן געזען א נייער ספר ערשינען אויף מדות ושיעורים "מדה נכונה", דורך הרב אפרים זעליג מרגליות מאנטריאל.
ער האט זייער שיינע טבלאות אויף אלע שיעורים.

דוכט זיך דער ספר איז ערשינען בשנה שעברה, שיין ספר געדענק איך נישט נאר די טבלאות, שיינע ביאורים וכו'
און דער מחבר אפרים זלמן מרגליות עפעס גאר א שיינער נאמען... מן הסתם אן אייניקל
טרייבט צו מיר יעדעס ביסל צייט וואס איר קענט נאר, איך וועל אייך שטארק דאנקבאר זיין
חתם סופר
viewtopic.php?p=750174#p750174

אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1709
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

תגובהדורך שמן למאור » דאנארשטאג אפריל 10, 2014 9:30 pm

דער ספר איז ארויסגעקומען פאריאר, און היי יאהר איבערגעדריקט געווארן בתוספות מרובה על העיקר, אלעס איבער שיעורים נישט נאר פאר פסח נאר פאר א גאנץ יאהר, מיט גאר שיינע טבלאות צום סוף פונעם ספר.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג אפריל 10, 2014 11:36 pm

ביים שיעור פון הרב פערענץ אין ראדני, האט מען געטיילט א הערליכע טבלה.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7773
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מיטוואך אפריל 01, 2015 10:55 pm

הכונו...

goldman
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 22, 2013 11:51 am

תגובהדורך goldman » דינסטאג אפריל 12, 2016 11:59 pm

ווינקל האט געשריבן:הכונו...

הכנה ליום טוב, איך מיטשע זיך יעדעס יאר, כהאב נישט קיין וואגשאל.
קען איינער אריבער געבען די שיעורים פון מצה בערך לויט די היינטיגע מצות?
בילדער נאך בעסער.

אוועטאר
בן מהללאל
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2015 5:25 pm

תגובהדורך בן מהללאל » זונטאג אפריל 17, 2016 11:58 am

goldman האט געשריבן:
ווינקל האט געשריבן:הכונו...

הכנה ליום טוב, איך מיטשע זיך יעדעס יאר, כהאב נישט קיין וואגשאל.
קען איינער אריבער געבען די שיעורים פון מצה בערך לויט די היינטיגע מצות?
בילדער נאך בעסער.

ווייסט איינער וויפיל וועגט א דורכשניטליך פאפא-צעהלים מצה?
און א קערעסטירע?
און א מאנטריאלע?
און א קוממיותע?
ייש"כ.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12476
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » זונטאג אפריל 17, 2016 12:28 pm

goldman האט געשריבן:
ווינקל האט געשריבן:הכונו...

הכנה ליום טוב, איך מיטשע זיך יעדעס יאר, כהאב נישט קיין וואגשאל.
קען איינער אריבער געבען די שיעורים פון מצה בערך לויט די היינטיגע מצות?
בילדער נאך בעסער.

viewtopic.php?f=25&t=19622&p=1214300#p1214300

חלה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 314
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 13, 2014 5:24 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך חלה » דאנארשטאג אפריל 21, 2016 5:27 pm

איז דא צו באקומען א וואג וואס מען מעג ניצן יו"ט?
(ביי חלה האב איך נישט קיין פראבלעם)


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט