שבת הגדול - טעמים

ליקוטים וטעמים על ענינים שונים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3030
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

שבת הגדול - טעמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

שבת הגדול - טעמים

דעם שבת פאר יו"ט פסח הייסט "שבת הגדול", אט אין דעם שבת איז געשעהן די גרויסע נס וואס ווערט דערמאנט אין תהלים למכה מצרים בבכוריהם כי לעולם חסדו, ווען אידישע קינדער האבן געקויפט א שה און א טלה פארן קרבן פסח און צוגעבינדן צום בעט, האבן די מצרים געקריצט מיט די ציין, און די בכורים האבן געהערט אז זייער סוף איז נאנט האבן זיי אנגעהויבן א קריג מיט די עבדי פרעה כמבואר בטור.

מיר ווילן מאכן א ליקוט פון טעמים פארוואס דעם שבת הייסט "שבת הגדול", מיין ציל איז צו האבן דא טעמים לכה"פ כמנין גדול = 43, אדער אפי' כמנין הגדול = 48, ווער עס קען בייהילפיג זיין שכרו כפול מן השמים

.
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3030
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

א) די מצרים האבן געדינט ע"ז צום מזל טלה וואס ווייזט אויף טבע, דערפאר האבן די אידן געדארפט נעמען א טלה און ציבינדן צום בעט צו ווייזן אז דער טבע איז צוגעבינדן צום באשעפער או אז אידן זענען העכער פון אלע כוחות און מזלות, יום השבת איז טאקע געוועהן די פאסיגע זמן צו ווייזן אז כביכול איז העכער פון טבע פונקט ווי יום השבת איז העכער פון די זעקס טעג פון די בריאת הטבע, דערפאר הייסט די שבת "שבת הגדול" ווייל דאן האט מען מגלה געוועהן כי "גדול" ד' מכל אלקים.
(עוללות אפרים - דומה לזה ביערות דבש)
(ועי' בחמשה מאמרות – מונקאטש, מאמר תורת שבת פ' בא שהאריך בזה טובא)

ב) אט דער שבת איז כולל אלע שבתים פון אגאנץ יאר, דערפאר איז דער שבת "גדול", ווייל ער האט אין זיך אלע שבתים.
(דעת משה – קאזניץ)

ג) כאטש וואס דער נס איז געוועהן ביום עשירי ובשבת האט מען קובע געוועהן דעם זכר שבת און נישט ביום העשירי, ווייל ווען אידן האבן גענומען דעם שה איז געוועהן דער זמן פון משכו ידיכם מע"ז, וואס שבת איז די פאסיגע זמן צו דעם (השומר שבת מחללו וכו' אפי' עבד ע"ז וכו') דערפאר הייסט דער שבת "גדול, כמ"ש נודע ביהודה אלקים בישראל "גדול" שמו, ווי אויך שטייט (יחזקאל לח) והתגדלתי והתקדשתי ונועדתי לעיני גוים רבים וגו'.
(דרישה)

ד) עס הייסט גדול ווייל עס ווערן געטון עטליכע זאכן מער ווי יעדע שבת, עס זענען דא לענגערע יוצרות, און אויך א דרשת חכם, דערפאר הייסט דאס שבת הגדול,
(ס' הפרדס לרש"י ובשבולי לקט)

הוספה: בדרך צחות ווען א מענטש האט הנאה פון עפעס שפירט ער נישט ווי די צייט לויפט, אבער ווען ער האט נישט קייין הנאה רוקט זיך די צייט זייער שטאט, אין דעם שבת ווען די דרשות זענען לאנג ווייליג פאר די צוהערער הייסט דאס שבת הגדול ווייל ס'שפירט זיך זייער לאנג און גרויס...
(דרשות מהר"ם בריסק – טאשנאד)

הוספה ב': מ'זאגט נאך פונעם חת"ס בדרך צחות בשעה שהחכם יושב ודרוש הקב"ה מוחלים עונותיהם של ישרא', בשלמא ווען דער חכם שטייט אויף די פיס איז נאך א א שטיקל נחמה אז באלד וועט דער חכם מיט ווערן און אויפהערן רעדן אבער בשעה שהחכם "יושב ודורש" ער זיצט און רעדט, דאם איז שוין הקב"ה מוחלים וכו' ע"כ, קען מען ממתיק זיין די מד' אדם שעבר עבירה ועשה תשובה מוחלים לו לפיכך נקרא שבת הגדול, ווען באקומט א מענטש א מחילת עונות ביי א לאנגע דרשה וואס איז יושב ודורש און ס'איז לאנגווייליג, אט אזא דרשה מאכט דעם שבת אויסקוקן שבת הגדול א לאנגע שבת כנ"ל פון טאשנאד'ע רב.
(המלקט בדרך צחות)

ה) אין מצרים האט דאך משה רבינו געפועל'ט אז אידן זאלן נישט מוזן ארבעטן שבת, אבער נאך יעדן שבת זענען די אידן צוריק צו די ארבעט, אבער דעם שבת וואס איז געוועהן דאס לעצטע שבת אין מצרים האט דאך שוין יעדער געוויסט אז מ'גייט די וואך אויסגעלייזט ווערן, איז מען שוין מוצאי שבת נישט צוריק צו די ארבעט, איז עס געוועהן א שבת הגדול.
(צפנת פענך)

הוספה: כאטש וואס אלע שבתים האבן די אידן גערוהט אין מצרים ווייל משה רבינו האט דאס געפועלט ביי פרעה, אבער די שביתה איז נאר געוועהן צוליב מנוחה, אבער די היינטיגע שבת איז געוועהן דאס ערשטע שבת וואס איז געוועהן לשם ד', דערפאר הייסט דאס שבת הגדול ווייל די שבת איז געוועהן לשם ד'.
(מועדים לשמחה דף ע"א בשם ס' א')

ו) אזויווי אנדערע שבתי ווערן אנגערופן לויט די הפטורה, שבת חזון, שבת נחמו, שבת שובה, ווערט דעם שבת אנגערופן אויף די הפטורה וואס מ'ליינט וערבה וגו' הנה אנכי שולח לכם את אלי' הנביא לפני בוא יום "הגדול" והנורא, ע"ש דעם הגדול הייסט דאס דוקא שבת הגדול מיט א ה'גדול, נישט סתם שבת גדול.
(מטה משה)

ז) די צדוקים האלטן אז וספרתם לכם ממחרת השבת מיינט נישט ממחרת הפסח נאר ממחרת פונעם ערשטן שבת, אבער אונז האלט מיר אז פסח ווערט אויך אנגערופן שבת, כדי צו געבן א סימן ולהוציא מלבם רופט מען דעם שבת פריער שבת הגדול, דאס איז דער גרויסע שבת, און פסח איז די קליינע שבת וואס מ'ציילט ספירה ממחרת השבת.
(בני יששכר בשם ס' שמן המור)

ח) פונקט ווי ווען איינער ווערט בר מצוה באקומט ער דעם נאמען גדול, אזוי אויך אידן זענעם דעם שבת נתחייב געווארן במצות, הייסט דאס שבת הגדול.
(אבודרהם וכן שאר הראשונים)

ט) חז"ל זאגן "גדול" המצוה ועושה, און אידן זענען מצווה געווארן דעם שבת מיט מצות, הייסט דאס שבת הגדול.
(עוללות אפרים, וגם הרבה אחרונים)

י) יעדן מוצאי שב"ק זאגט מען ויהי נועם צוליב דעם וואס די נשמות גייען צוריק אין גיהנום, אבער שבוע שחל בו יו"ט זאגט מען נישט ווייל קדושת שבת ציט זיך אריין ביז יו"ט ווי א יומא אריכתא, וואס אין די טעג האבן די מזיקים נישט קיין שליטה, דעם שבת איז געוועהן די ערשטע שבת וואס האט געהאט א יו"ט דערצו דאס איז די ערשטע יו"ט פסח במצרים, איז דער שבת געוועהן א יומא אריכתא איין לאנגע טאג פון שבת ביז נאך יו"ט, דעריבער הייסט דאס שבת הגדול.
(דרשות חת"ס)

יא) יו"כ הייסט צומא רבה ווייל די כפרה פון יו"כ ווערט נמשך ביז סוכות, וואס די ערשטע טאג סוכות נעמט מען שוין די ד' מינים פאר א כפרה ראשון לחשבון עונות, קומט אויס א זאך וואס ווערט נמשך אפאר טעג הייסט רבה – גרויס, דעם שבת האט מען געהייסן אידישע קינדער זאלן נעמען די קרבנות צו מאכן גרייט אויף ערב פסח, די הכנות פון קרבן פסח האט זיך שוין אנגעהויבן שבת און זיך געצויגן אפאר טעג, דערפאר הייסט דאס שבת הגדול, אזויווי צומא רבה.
(דרשות חת"ס)

הוספה: אין שער יששכר מאמר שבה"ג אות ט' ווערט מבואר בארוכות אז יום העשירי פון חודש ניסן איז מכוון קעגן יו"כ וואס איז יום העשור, און וויבאלד יו"כ הייסט שבת שבתון, ממילא איז איז דער שבת בעשירי בניסן וואס איז מכיוון קעגן יו"כ שבת שבתון שבת הגדול ווייל ס'איז בבחי' שבת שבתון עכ"ד,
אבער לפי החת"ס איז דאך מער מובן די שייכות פון יו"כ וואס הייסט צומא רבה מיט שבת הגדול ווייל ס'ווערט נמשך אויף אפאר טעג, ועוד ס'איז דאך א מחלוקה צו בניסן נברא העולם צו בתשרי נברא העולם, ממילא איז פשוט אז י' ניסן מיט י' תשרי זאלן האבן שייכות.

יב) שבת איז קביעא וקיימא, אבער יו"ט ווענט זיך אויף בי"ד ווען זיי זענען מקדש דעם חודש, שבת האלט זיך אליין, אבער יו"ט ווערט געהאלט דורך אנדערע אזוי ווי א קטן וואס ווערט געהאלטן דורך אנדערע, פארדעם א שבת פאר דעם ערשטן יו"ט פון די רגלים, הייסט שבת הגדול צו זאגן דעם חילוק פון שבת ליו"ט וואס שבת איז ווי א גדול וואס האלט זיך אליין.
(בני יששכר)

יג) יעדן שבת וואס איז פאר א יו"ט קומט שוין די קדושת החג אינעם שבת בעפאר, אזויווי פסח איז א ענין פון פה –סח, דאס איז די מויל וואס האט ה' הוצאות הפה, אט די קדושת הפה שפירט מען שוין שבת פריער, הייסט דאס שבת ה'גדול, ס'ווערט נתגדל דעם ה'.
(דברי יחזקאל בשם מהרצ"ה מרימינוב זי"ע)

הוספה: דערפאר איז מען מקדים שבת צו זאגן די הגדה ווייל ס'ווערט שוין א התעוררות אינעם קדושת הפה, דארף מען ניצן דעם פה צו זאגן די הגדה.

יד) די הלכה איז אז גוי ששבת חייב מיתה, אויב די אבות האבן געהאט א דין בני נח האבן זיי געמוזט טון א מלאכה תיכף ביים זמן מוצ"ש ווייל ס'איז דא א חיוב אויף בני נח יומם ולילה לא תשבותי, אט דעם שבת זענען די אידן ארויס מכלל בני נח איז געוועהן די ערשטע שבת וואס זיי האבן געקענט האלט דעם שבת לענגער, דעריבער הייסט דאס שבת הגדול.
(בני יששכר)

טו) אין דעם טאג האבן דאך די אידן גענומען די טלאים פארן קרבן פסח, וואס דארט שטייט ולקח הוא ושכינו הקרוב מ'האט זיך צוזאמען געשטעלט איין קרבן פאר עטליכע מענטשן, ממילא האבן דאך זייער אסאך מענטשן געטון א גמילת חסד מיטן מצרף זיין אנדערע צו זיין קרבן, און חז"ל זאגן (סוכה מט) "גדול" גמ"ח יותר מן הצדקה, דערפאר הייסט דאס שבת הגדול, ווייל אסאך מענטשן האבן מקיים געוועהו דעם גדול גמ"ח.
(שער יששכר)

טז) די ציוו פון משכו וקחו איז געוועהן דייקא שבת ווייל השומר שבת כדת מחללו, אפי' עבד ע"ז מוחלין לו, דערפאר האט מען מקיים געוועהן דוקא שבת דעם משכו ידיכם מע"ז, קומט אויס אז אין דעם שבת איז נתגלה געווארן ווי גרויס שבת איז, ס'איז נברר געוואר אז שבת איז גדול.
(שער יששכר)

יז) הקב"ה האט צוגעזאגט פאר א"א ואחרי כן יצאו ברכוש גדול, די התחלת הגאולה האט זיך אנגעהויבן דעם שבת, וואס די סוף הגאולה אזי געוועהן די רכוש "גדול", הייסט דאס שבת הגדול.
(הרבי ר' יונתן)

הוספה: בעשירי בניסן ליינט מען נשיא לשבט דן, א רמז צום פסוק וגם הגוי אשר יעבודו "דן" אנכי, וואס ס'שטייט נאכדעם ואחרי כן יצאו ברכוש "גדול".
(המלקט)

יח) שבת הגדול איז דער זמן צו בעטן אויף די גאולה, וואס דאן וועט זיין שמו שלם וכסאו שלם, דער שם ד' וועט ווערן גרעסער, הייסט דאס שבת הגדול,
(אגרא דצבי, וגם בשער יששכר אות יט)

יט) אין דעם שבת ווערן געהערט די דרשות וואס ווערט געזאגט דורך די גדולי הדור, דאס איז זייער שבת, דעריבער רופט מען עס אן שבת הגדול.
(הרבה ספרים)

הוספה: לכאורה איז דאך שבת שובה די זעלבע זאך ווייל די גדולי הדור זאגן דרשות, וואלט מען דאך לכאורה געדארפט רופן שבת שובה אויך שבת הגדול צוליב די גדולי הדור?, נאר דער אמת איז אז ס'איז נישט קיין פארגלייך, תשובה קען מען טון מכל מקום לקבל את האמת ממי שאמרו, אבער הלכות מוז מען הערן פון א גדול, דעריבער הייסט שבת שובה נאר תשובה ווייל מ'מוז נישט זיין קיין גדול מעורר צו זיין יענעם, אבער שבת הגדול הייסט גדול דוקא צוליב דעם גדול וואס זאגט די דרשה מיט הל' פסח, דאס איז פשט אין די מדר' פליאה אדם שעבר עבירה ועשה תשובה מוחלין לו, ווייל תשובה קען מען טון מכל מקום דורך יעדן איינעם, לפיכך נקרא שבת הגדול, נאר דעם שבת הייסט גדול און נישט שבת שובה ווייל דא רעדט מען נישט פון תשובה נאר פון הלכות ע"י הגדול.
(המלקט)

כ) שטייט אין אגרא דפרקא אז אין מדבר איז יעדע קליינע חטא געוועהן ווי א גרויסע חטא, וויבאלד אידישע קינדער האבן געזעהן מיט זייערע אויגן אזעלכע ניסים ונפלאות איז א פגם יעדע קליינע חטא ע"כ, דעם שבת איז געוועהן די סוף פון די 10 מכות, ווייל די בכורים האבן זיך שוין געשלאגן וויסנדיג אז ס'קומט שוין זייער סוף, איז פון דעם שבת און ווייטער הייסט שוין יעדע קליינע חטא א גרויסע חטא, הייסט דאס שבת הגדול.
(אגרא דצבי)

כא) אנשי כנסת הגדולה האבן מתקן געוועהן צו זאגן הק'ל הגדול הגיבור ווייל הן הן גבורותיו אז אידן קענען זיך האלטן צווישן גוים, כאטש הקב"ה טוט נסים ונפלאות יעדע רגע אבער אין מצרים איז דאס געוועהן בהתגליא, שטייט אין די ספרים אז די 3 ימים טובים זענען קעגן גדול גבור או נורא, פסח איז קעגן גדול דעריבער הייסט דער שבת בעפאר פסח שבת הגדול, ווייל ס'ווערט נתגלה די גדלות.
(שר שלום)

כב) ס'איז דא א ווארט פון מיטעלע בעלזא רב למען תספר באזני בנך ובן בנך, אז מ'פארציילט די ניסים פאר די קינדער דעמאטץ וידעתם כי אני ד', דער טאטע אליין באקומט א ידיעה ס'מאכט שטארק דעם טאטנ'ס אמונה עכ"ד, שבה"ג איז דער מנהג מ'זאגט די הגדה די השפעה פון למען תספר הייבט זיך שוין שבת, וואס דאן באקומט דער טאטע אויך א הארה, הייסט דאס שבת הגדול ווייל דער גדול דער טאטע באקומט א השפעה.
(המלקט)

כג) דער תכלית פון א קרבן איז אריין צו ברענגען אין א מענטש הכנעה צו ווייזן אז ער איז נישט מער פון א בהמה אויב טוט ער נישט דעם רצון ד' כידוע, און דער כלל איז דאך אז מאן דאיהו רב איהו זעיר ומאן דאהו זעיר איהו רב, ס'טייטש אז דער וואס האלט זיך קליין איז באמת גרויס, אין דעם שבת ווען אידן האבן צוגעגרייט דעם קרבן זענען זיי צוגעקומען צו די ריכטיגע הכרה וענוה וואס מ'דארף האבן ביי הקרבת הקרבן, זענען זיי דאך געווארן גרויס ווייל מאן דאיהו זעיר איהו רב, הייסט דאס שבת הגדול ווייל זיין זענען געווארן גרויס.
(המלקט)

כד) שבת איז מער חמור פון יו"ט, חודש ניסן און פסח איז ר"ה לרגלים, דעריבער פאר די ערשטע יו"ט זאגט מען אז שבת איז מער חמור פון יו"ט, גיבט מען א נאמען דעם ערשטן שבת "הגדול" צו ווייזן אז שבת איז מער חמור פון יו"ט.
(חכמת שלמה לר"ש קלוגער)

כה) די אורות פון פסח ביינאכט קומען שוין אראפ שבת פריער, ווי ס'שטייט כל ברכאן דלעילא ותתה ביומא שביעאה תלי', די אורות וואס ווערט געברענגט אין פסוק לעושה אורים גדולים כי ל"ח, הייסט דער שבת "הגדול" ע"ש די אורים גדולים.
(ספרי חסידות)

כו) משה רבינו האט געזעהן דעם סנה ווערט נישט פארברענט, זאגט דער פסוק מש"ר האט געזעהן המראה הגדול הסנה אננו אוכל, זאגט רש"י דאס איז א רמז אז די מצרים זענען נישט שולט אויף די אידן, אט אין דעם שבת האט מען קלאר געזעהן אז די מצרים האבן נישט שולט געוועהן אויף די אידן, הייסט דאס שבת הגדול ווייל ס'איז מקיום געווארן המראה "הגדול".
(פאר ראובן בשם כתר יהושע)

כז) עס זענען דא אסאך טעמים פארוואס אידן זענען ארויס פון מצרים פרי פאר די צייט, קודם ווייל די שכינה איז מיטגעגאנגען מיט זיי און האט משלים געוועהן, די אנדערע פיר גליות זענען משלים, דער ריבו העם ווען ס'איז געבוירן געוועהן ששה בכרס האט משלים געוועהן, די נעכט האבן משלים געוועהן ווייל אידן האבן געארבעט בייטאג און ביינאכט, אט די אלע רמזים זענען מרומז אינעם ווארט "הגדול"
ה"ג = גלות השכינה,
ד' = ד' גליות, שאר גליות השלימו
ו' = ששה בכרס, ריבו העם,
ל' = לילות,
(קרן ישועה)

הוספה: די שכינה ווערט אנגערופן גדול ווי מ'זאגט ובמורא גדול זו גילה שכינה, ווי אויך שטייט אין מדר' והאבן הגדולה עפ"י הבאר הוא השכינה, דאס איז מרמז צו זיין אז די שכינה איז מיטגעגאנגען מיט אידן אין גלות.
(הנ"ל)

כח) פסח קען נישט אויספאלן אין די טעג בד"ו, קומט אויס אז שבת בעפאר קען נאר געפאלן אין די טעג פון ח, י, י"ב, אדער י"ד לחודש, אט די אלע זמנים ח' י' י"ב י"ד איז בגי' צוזאמען ווי דאס ווארט הגו"ל, דעריבער הייסט דער שבת "הגדול" וואס איז צוזאמען געשטעלט פון די אותיות ד – הגול, ד' איז די פיר זמנים ווען דער שבת קען געפאלן וואס איז בגימ' הגו"ל.
(קרן ישועה, והוא רמז נאה)

כט) פסח ביינאכט נעמט מען די מיטל'סטע מצה ביי יחץ, די גרעסערע העלפט לייגט מען אוועק פאר אפיקומן, דער אפיקומן איז לזכר קרבן פסח, שבת וואס מען איז עוסק אין די הלכות קרבן פסח הייסט שבת הגדול, ווייל ביז דערווייל איז נאך דא דער חלק הגדול פון יחץ וואס איז לשם קרבן פסח.
(צבי לצדיק)

ל) רש"י זאגט נהר הגדול הוא נהר פרת אז באמת איז דער נהר פרת נישט גדול נאר וויבאלד ס'איז סמוך לא"י הייסט דאס גדול, קומט אויס א זאך וואס איז סמוך לחשוב הייסט גדול, דעריבער א שבת וואס איז בעפאר פסח הייסט גדול.

הוספה: מ'קען מוסף נופך זיין ווי ס'שטייט אין תרגום יונתן אז די עננים האבן אויפגעהויבן אידישע קינדער פסח ביינאכט און זיי האבן געגעסן דעם קרבן פסח אין א"י, קומט אויס אז דער שבת וואס מ'האט זיך צוגעגרייט צום קרבן פסח איז געוועהן סמוך לא"י ממש, ווייל דעם עצם קרבן פסח האט מען געגעסן אין א"י, איז רעכט פארוואס ס'הייסט שבת הגדול, ווי נהר פרת וואס איז סמוך לא"י.
(המלקט)

לא) שטייט פון קאזניצער מגיד אז חודש ניסן איז קעגן שם א-ד-נ', א' איז די ערשטע טאג פסח, י' איז די צען טאג פון ר"ח ביז שבת הגדול, ד' איז קעגן די פיר טעג פון שבה"ג ביז פסח, און נ' איז די פופציג טעג פון ספירה ע"כ, דעם שבת ווען אידן האבן געזעהן אז מ'האלט שוין 10 טאג נאך ר"ח און ס'גייט קומען נאך פיר טעג צו פסח צום יום א', האבן זיין פארשטאנען אז די קומט דער שם א- ד –נ', דעריבער הייסט דאס שבת הגדול ווי ס'שטייט אין פסוק ועתה "יגדל" נא כח אדנ' וגו'.
(קרן ישועה)

לב) די גמ' זאגט אין פסחים מאי דכתיב ויגדל הילד ויגמל אז עתיד הקב"ה לעשות סעודה לצדיקים ביום שגמל חסדו וכו' עיי"ש, לעתיד לבוא ווען משיח וועט קומען וועט זיין א סעודה, ס'איז ידוע אז די אכילה בליל הסדר איז א דוגמא דלעתיד לבוא, שבת פאר פסח ווען מ'ווערט באפוילן מיט דיני פסח, הייסט דאס שבת הגדול ע"ש הקרא "ויגדל" הילד ויגמל וואס איז מרמז די סעודה לע"ל.
(קרן ישועה)

לג) כל העוסק בתורת עולה כאילו הקריב עולה, אין דעם שבת לערנט מען די הל' קרבן פסח איז אזויווי מ'איז אליינס מקריב די קרבנות, דער הייליגער דב"ח האט געזאגט אז ווער ס'איז זוכה דער באקומט אפי' בזה"ז א שטיקל קרבן פסח (נאכן זאגן די מאמר האט מען געזעהן פעטנס אויפן בארד פון הייליגן דב"ח), די קרבנות אויף יענע וועלט ווערט געמאכט דורך מיכאל שר הגדול, דעריבער הייסט דער שבת הגדול, ווייל מיר האפן צו באקומען א שטיקל קרבן פסח דורך דער שר "הגדול"
(המלקט)

לד) ביים חטא העגל שטייט משה רבינו האט געבעטן אנא חטא העם הזה חטאה גדולה, איז זייער שווער משה רבינו דארף דאך מלמד זכות זיין נישט מאכן דעם חטא גרעסער צו וואס זאגט ער חטאה גדולה?, שטייט אויף דעם א משל, ווען א טאטע ווארנט אן א קינד נישט צו קריכן אויף א לייטער און אז דאס קינד קריכט יא וועט אים די טאטע באשטראפן, אבער אויב קומט מען זאגן פארן טאטן דיין קינד איז אראפ געפאלן פונעם לייטער און געכאפט א לאך אין קאפ, וועט נישט דער טאטע מאכן קיין חשבונות מיטן קינד היתכן ער איז געקראכן, נאר שנעל אריין לויפן אין שפיטאל, אזוי אויך דא משה רבינו האט געטענה'ט רבש"ע ס'איז א חטאה גדולה ס'איז ווי א לאך אין קאפ ס'איז נישטא קיין ברירה מ'דארף עפעס טון יעצט איז נישט קיין צייט פאר חשבונות און עונשים, ע"כ שמעתי מפי מגיד א', ביי יצי"מ איז געוועהן אזוי אז אידן זענען געוועהן במ"ט שערי זיי האבן שוין נישט געקענט בלייבן דארט מ'האט זיי געמוז בע"כ ארויס נעמען פאר די צייט, דעריבער הייסט דער לעצטע שבת וואס אידן זענען געוועהן אין מצרים שבת הגדול, ווייל ס'איז געוועהן אזא מצב ווי דער חטאה גדולה וואס מ'מוז ראטעווען באצייטנס.
(המלקט)
.
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

לה) כאטש וואס דער נס איז געוועהן ביום עשירי ובשבת האט מען קובע געוועהן דעם זכר שבת און נישט ביום העשירי, ווייל עשירי בניסן איז א תענית משום יום שמתה בו מרים ונסתלק הבאר כמבואר בהלכות תענית סימן תק"פ סעיף ב'
(מ"א הלכות פסח סימן ת"ל ס"ק א')
the SCY is the limit
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3030
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

זייער גוט ר' שמחה, אבער דאס איז נאכנישט קיין טעם פארוואס מ'רופט דעם שבת "שבת הגדול",
.
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

לו) בדרך צחות קען מען זאגען
דעם שבת עסט מען און קיטשען נישט און דיינינג רום, און מען עסט אויף פעיפער אנשטאט דישעס, הייסט עס שבת הגדול בלשון סגי נהור
the SCY is the limit
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3030
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

לז) דער בעש"ט האט געזאגט אז מתחילה האט זיין תלמוד דער הייליגער ר' איציקל דרוביטשער זי"ע געהאט א קליינע נשמה, נאר ער האט עס אויפגעארבעט צו אזא הויכע מדריגה ממש ווי נשמת רשב"י (כ"כ באגד"פ), אידן זענען אין דעם שבת נתעלה געווארן צו אזא הויכע מדריגה אז זייער נשמה גופא איז געווארן העכער און היייליגער, דערפאר הייסט דער שבת "שבת הגדול" ווייל די נשמות זענען געווארן גרעסער.
(אגרא דצבי)

הוספה: מיט דעם ווערט פארענפערט די קושיא פארוואס האט מען קובע געוועהן דער נס פון שבת הגדול דווקא שבת, דער נס איז דאך געוועהן ביום עשירי בניסן און נישט יעדעס יאר געפאלט שבת הגדול בעשירי?, נאר וויבאלד שבת באקומט יעדער איד א נשמה יתירה, און לפי הנ"ל איז דאס געוועהן דער ענין פון שבת הגדול אז די נשמות זענען געווארן גרעסער, האט מען קובע געוועהן דוקא שבת.
(המלקט)

לח) חג הפסח איז קעגן אברהם, וואס אברהם איז מדת החסד, וואס הקב"ה ווערט אנגערופן דורך מדת החסד הק'ל הגדול, דערפאר איז שבת בעפאר פסח ווען עס הייבט זיך אן די השפעה פון פסח שבת הגדול, אלץ די מדה פון הק'ל הגדול.
(הישר והטוב)

הוספה: די מדרש זאגט טאקע אז ווען אידן זענען ארויס פון מצרים כרתו ברית לגמול חסד זה עם זה, צו טון חסד איינער מיטן צווייטן, דאס איז די זעלבע ענין ווייל חסד איז דאך די מדה פון הק'ל הגדול, קומט אויס אז די מדה פון חסד וואס אידן האבן באשלאסן צו טון ביי יצי"מ האט זיך שוין אנגעהויבן שבת בעפאר, (ועי' לעיל באות ט"ו אז זיי האבן טאקע געטון חסד יענעם שבת) ממילא הייסט דער שבת הגדול אלץ די מדת החסד, הק'ל הגדול.
(המלקט)

לט) די צוויי שבתים שבת הגדול און שבת שובה זענען צוויי שבתים מיוחד לתשובה, איינס איז אין חודש תשרי און איינס איז אין חודש ניסן, דער רבינו יונה זאגט אז תשובה דארף זיין כקטן שנולד דמי מ'דארף זיך פארשטעלן כאילו מ'איז הערשט געבוירן און פארגעסן פונעם שלעכטן עבר, אבער דאס איז הני מילי ווען מ'טוט תשובה מיראה דאן דארף מען פארגעסן פונעם עבר, אבער ביי תשובה מאהבה וואס זדונות ווערט זכיות דאן וויל מען יא האבן א שייכות מיטן עבר כדי צו האבן וואס מער זכיות (כמו שפי' בקדושת לוי ולקחתם לכם ביום הראשון) איז ווען איינער טוט תשובה מאהבה איז ער נישט ווי א קטן שנולד נאר ווי א גדול, דערפאר אין אזא שבת ווען מ'טוט תשובה מאהבה איז רעכט צו ווערן אנגערופן שבת הגדול.
(הישר והטוב)

מ) שטייט רם על כל גוים ד', דעס ווארט רם מיינט בלויז אויבן, די גוים האלטן אז כביכול איז נאר משגיח בעליונים, ווידער אידן האלט אז גדול ד' ומהולל מאד, גדול איז א לשון פון איבעראל בעליונים ובתחתונים, און דעם שבת ווען אידן האבן גענומען די טלאים האט מען געזעהן בחוש ווי די מצרים האבן נישט קיין שליטה אויף די אידן דאס מיינט אז כביכול איז משגיח בתחתונים און גיבט אכט אויף אידן, האט מען געזעהן בחוש דעם "גדול" ד', איז דאס א שבת הגדול.
(הישר והטוב)

מא) די מדרש זאגט אז שבת האט גע'טענה'ט מיט קב"ה, לכולם נתת בן זוג ולי לא נתת, האט קב"ה גענפערט כנסת ישראל יהי' בן זוגך, אידן אין מצרים ווילאנג זיי זענען געוועהן במ"ט שערי האבן זיי נישט געקענט ווערן א זווג מיטן שבת, אבער דעם שבת ווי נאר מ'האט עוסק געוועהן אין מצוות, האבן זיי שוין געקענט ווערן א זווג צום שבת, האט דאך דער שבת באקומען א פאר, איז דער שבת גרויס געווארן, איז ער געווארן א שבת הגדול.
(דרשות מהרי"ץ)

הוספה: א חתן די שבת פאר די חתונה מוז עולה זיין, איז דער טעם כדי צו ווייזן אז ער איז א גדול און זיין קידושין איז תופס, אזויווי כלל ישראל האט זיך משדך געוועהן מיטן שבת דעם שבת מוז דאך זיין אז זיי זענען גדולים, דעריבער הייסט דאס שבת הגדול!.
(המלקט)

מב) אויב סתם א שבת נעמט א מענטש אביסל מנוחה פון די שווערע ארבעט, איז דעם שבת די מנוחה אסאך גרעסער ווייל געווענדליך ארבעט מען די וואך פאר פסח שווערער ווי געווענדליך מיט די הכנות לפסח, איז דער שבת א שבת הגדול, ווייל די מנוחה איז מער און גרעסער.
(דרשות מהרי"ץ בדרך צחות)

מג) שטייט פון קדמונים אז לכתחילה איז די וועלט געוועהן בלויז 6 טעג, און יעדע טאג האט געהאט 28 שעה, נאר אלע טעג האבן אוועק געגעבן 4 שעה לצורך השבת איז געווארן א עקסטערע טאג, דערפאר זאגט מען חמדת ימים אותו קראת, ווייל דער שבת איז א חמדת ימים ער איז אויסגעקליבן פון אלע טעג, אידן אין מצרים האבן טאקע גערוהט שבת אבער זיי האבן געמיינט אז אלע טעג האבן אוועק געגעבן שעות צום שבת בלויז פאר מנוחה, אבער דעם שבת זענען זיי צוגעקומען צו די הכרה אז די שעות פון שבת זענען אויסגעוועלט געווארן נאר לצורך קדושה ס'זאל זיין איין טאג העכער פון אלע טעג, און דערפאר האבן אלע טעג פון די וואך געוואלט האבן א חלק דערון, רופט מען דעם שבת "שבת הגדול" ווייל יעצט האט מען אנערקענט אז דער שבת איז גדול פון אלע טעג, יום זה מכובד מכל ימים.
(דרשות מהרי"ץ בתוס' ביאור, ועי' לעיל אות ה')

מד) ס'איז דא א מחלוקת הפוסקים בנוגע שקיעת החמה, דער ר"ת האלט אז ס'איז דא צוויי שקיעות, די ערשטע איז ווען די זון גייט אונטער, און דער צווייטע ווען די נאכט פאלט צו, די אוה"ע האלטן אז ס'איז דא נאר איין שקיעה (עי' גמ' פסחים צ"ב) משה רבינו האט געפועל'ט ביי פרעה אז אידן זאלן נישט דארפן ארבעטן אין שבת, אבער לויט די שיטת אוה"ע האבן זיי גערוהט נאר ביז די שקיעה הראשונה ווייל ביי זיי איז שוין יעצט נאכט, ווידער דעם שבת האט משה רבינו געזאגט משכו ידיכם מע"ז מ'זאל האלטן דעם זמן ביז שפעטער ביזן צווייטן שקיעה, איז דעם שבת געוועהן במציאות א לענגערע שבת.
(מרן מהריט"ב מסאטמאר זי"ע, כ"כ בכתבי קודש למהר"י מפשעווארסק מכתב מ"ג ששמע בעצמו)

מה) לויט די שיטה וואס האלט אז ספיקא דאורייתא לחומרא דארף מען מוסיף זיין צום שבת נאך בעפאר בין השמשות, ווייל צו מאכן תוס' שבת לערנט מען פון א פסוק זכור ושמור זאגט די מכילתא זכור מלפניו ושמור לאחריו, און אויב האלט איך אז ספיקא דאורייתא לחומרא וואלט דאן בין השמשות סייווי געדארפט זיין שבת ווייל ס'איז ספק יום וספק לילה און ספיקא דאורייתא לחומרא, אלא מאי מוז דער פסוק פון תוס' שבת גיין אויך נאך תוס' פון מער ווי בין השמשות, און אויב האלט איך ספיקא דאורייתא לחומרא דארף מען באקוקן א קרבן אפאר טאג פריער ווייל ס'איז א ספק און ס'איז לחומרא, איצט אז מ'האט געהייסן אידן נעמען א קרבן פיר טעג פריער כדי צו באקוקן, איז דאך משמע אז מ'האלט ספיקא דאורייתא לחומרא, אויב אזוי דארף מען מוסיף זיין תוס' שבת נאך מער ווי בין השמשות, ווייל בין השמשות זעלבסט איז דאך א ספיקא דאורייתא, האט מען דעם שבת מוסיף געוועהן מער ווי דער שיעור, איז ער געוועהן א שבת הגדול.
(עטרת ישועה)

מו) שבת הגדול איז דער מנהג אז מ'איז מעורר אידן צו תיקון המעשים און דער ציבור זאל מקבל זיין אין הארצן די ווערטער, אין תהלים קאפיטל ל"ד וואס גייט לויט די א"ב, איז
אות ג' גדלו לד' אתי,
אות ד' דרשתי את ד',
אות ל' לכו בנים שמעו לי,
דאס איז דאס ווארט גדל, דאס איז די תכלית פון שבת הגדול, דרשתי צו דרש'נען און בעטן דאס פאלק, אז לכו בנים שמעו לי און דורך דעם וועט זיין גדלו לד'.
(עטרת ישועה)

מז) שבת הגדול הייבט זיך אן די השפעה פון פסח, דריי מאל "מצה" (פאר די 3 מצות פונעם סדר) מיט פיר מאל כוס (פאר ד' כוסות) איז בגימ' 749, גענוי אזויווי "שבת הגדול" 750 מיטן כולל,
(עטרת ישועה)

מח) חז"ל זאגן אז אידן האבן נישט געהאט קיין זכות אויסגעלייזט צו ווערן ביז זיי האבן געמאכט די צוויי מצות פסח ומילה, דער טעם דערביי איז ווייל קב"ה האט צוגעזאגט פאר א"א ביי ברית בין הבתרים אז מ'וועט אויסלייזן זיינע קינדער, אבער ביז יעצט זענען די אידן נישט געוועהן במדריגה צו ווערן אנגערופן בניו של א"א, אבער יעצט ביי קרבן פסח ווען אידן האבן זיך געלאזט מל זיין במסי"נ (בבריתו של אברהם אבינו) קענען זיי ווערן אנגערופן בני אברהם, און ביי אברהם שטייט ואעשך לגוי גדול זאגט רש"י זה שאומרים אלקי אברהם, אויף דעם ואעשך לגוי גדול אז אידן זענען געווארן קינדער פון אברהם הייסט דער שבת "שבת הגדול"
(קרן לדוד)

הוספה: מ'זעהט טאקע ביי אברהם אבינו ווען ער האט זיך מל געוועהן ביי די הונדערט יאר כאטש וואס ער האט מקיים געוועהן כל התורה אבער ער האט געווארט אויפן ציוו ד' ווייל "גדול" המצוה ועושה, איז רעכט אז ווען אידן האבן זיך מל געוועהן בברית של א"א, און ס'איז געוועהן מצוה ועושה אז זיי זאלן הייסן בני אברהם, און דער שבת זאל הייסן "שבת הגדול"
(המלקט)

מט) אידן זענען געוועהן אין מצרים רד"ו שנים, לכאורה איז דאס פאר די צייט וואס די גזירה איז געוועהן אויף ת"ל שנים, נאר די גזירה איז נאר געוועהן אויף די וואכן טעג און נישט אויף די שבתים, ווייל קדושת שבת איז קאי וקיימו פון ששת ימי בראשית איז זיכער נישט געוועהן קיין גזירה פון קב"ה צו ארבעטן אין שבת, כאטש וואס משה רבינו האט געפועל'ט זיי זאלן נישט ארבעטן שבת אבער א שבעוד איז געוועהן שבת אויך ווי יעדער עבד האט א שבעוד אפי' נישט בשעת די ארבעט, ס'איז ידוע אז שבת איז דער מיטל פונקט פון אגאנצע וואך, שבת גיבט דער כוח און די השפעה פאר די קומענדיגע וואך, קומט אויס אז אידן האבן געארבעט דאפלט קודם די גאנצע וואך, און אויך שבת וואס איז אויך שקול ווי אגאנצע וואך, האבן זיי געהאט א דאפלטע שבעוד, צוויי מאל רד"ו איז ת"כ, רעכן אראפ 10 יאר פון די שבטים כמבואר בזו"ח, איז די חשבון ת"ל, דעם שבת האבן אידן געזעהן דער כח פון שבת אז ס'איז שקול ווי א גאנצע וואך, דערפאר הייסט דער שבת הגדול ווייל שבת' הגדול' ס"ת ת"ל ס'איז נשלם געווארן ת"ל שנים.
(צבי לצדיק)

הוספה: מיט דעם איז פארענפערט די קושיא פארוואס מ'האט קובע געוועהן דוקא שבת נישט ביום העשירי, ווייל שבת איז דאך דער זמן וואס האט משלים געוועהן.
(הנ"ל)

נ) מכת בכורות איז געוועהן די לעצטע מכה וואס דאן האט קב"ה געזאגט אז יעדער גדול פון יעדן מצרי וועט שטארבן אבער כלל ישראל איז בני בכורי ישראל בני יעקב היייסן יעצט דער גדול אין עשו הייסט קטן, פארדעם אין דעם שבת וואס איז נחתן געווארן די גזירה אויף די בכורי המצרים הייסט שבת הגדול.
(צבי לצדיק)

נא) גדול איז די זעלבע אותיות ווי דלוג, אין דעם טאג פון לקיחת הטלאים איז געוועהן צוליב דער קרבן פסח, וואס שם פסח איז ע"ש שפסח על בתי בנ"י דער באשעפער וועט מדגל זיין איבער אידישע הייזער, שבת הגדול - גדול – דלוג.
(צבי לצדיק)

נב) שטייט אין ס' הרוקח איינער וואס עסט מצות פסח נעשה שותף עם מעשה בראשית, און חז"ל זאגן כל האומר ויכלו נעשה שותף עם מעשה בראשית, און די ווערטער פון אוהחה"ק איז ידוע אז די כוח פון שמירת שבת גיבט א כח צו דערהאלטן די וועלט ווייל אן שמירת שבת צופאלט די וועלט און דערפאר איז מען א שותף במעש"ב, אין דעם שבת וואלט געוועהן א סברא צו זאגן אז וויבאלד אין דעם וואך עסט מען מצה ווערט מען דאך סייווי א שותף במעשה בראשית מוז מען נישט אזוי נזהר זיין אין שמירת שבת, דערפאר האט מען א נאמען געגעבן "שבת הגדול" צו ווייזן אז קדושת שבת איז גדול אסאך מער ווי קדושתו של יו"ט און אכילת מצה.
(צבי לצדיק)

נג) משה רבינו זאגט פאר אידן משכו וקחו, דאס ווארט משכו איז שם-כו, דער שם הוי' א רמז אז דער קרבן פסח מוז זיין לשם ד', דער פסוק זאגט כי שם ד' אקרא הבו גודל לאלקינו, אז שם ד' הייסט גודל, דעריבער אין דעם שבת וואס מ'האט געזאגט משכ"ו – שם –כ"ו איז גדול.
(צבי לצדיק)

נד) שטייט פון ר' חיים וויטאל אז די ערשטע י"ג טעג פון חודש ניסן איז קעגן די ערשטע י"ג שנים פון א מענטש וואס ער איז נאך א קטן, און פארדעם אור לי"ד בודקין את החמץ ווייל דאם קומט שוין אן דער יצה"ר דער חמץ, און די זיבן טעג פסח זענען קעגן די זיבן טעג וואס איז פון די בר מצוה ביז די 20 וואס מ'איז נאכנישט קיין בר עונשין, חז"ל זאגן (יבמות ס"ז) אז א קטן פון ט' שנים ויום א' האט שוין סימיני גדלות עיי"ש, קומט אויס אז בשנת הי' איז מען שוין א שטיקל גדול מיט סימני גדלות, קומט אויס לפי רח"וו אז י' ניסן איז קעגן שנת הי' פון א מענטש וואס הייבט זיך שוין אן סימני גדלות איז זייער גוט פארוואס דער צענטע טאג איז גערופן געווארן "שבת הגדול"
(אמרי נועם)

נה) ווען אידן האבן זיך מל געוועהן האבן זיי אראפ געברענגט דעם אור הגנוז ווי ביי ששת ימי בראשית, וואס אט יענעם אור האט געשיינט פאר ל"ו שעות, ווייל ל"ו מאל דאס ווארט טוב איז בגימ' ברית, (טוב איז מרומז אויף איינעם וואס איז גע'מלט ווי ס'שטייט ביי משה רבינו ותרא אותו כי טוב שהי' מהול) פארדעם איז יענעם פסח געוועהן לילה כיום יאיר ווייל דער אור הגנוז האט געשיינט, און שבת בעפאר האט זיך שוין אנגעהויבן דעם גרויסן אור וואס איז געוועהן בשבת בראשית, איז דער אור געוועהן שבת הגדול.
(אמרי נועם)

הוספה: לפי הרמז הזה קען זיין נאך מער ווייל רש"י זאגט אין פ' ואתחנן את גדלך זו מדת טובך, ווייל איינער וואס מל'ט זיך איז טוב איז געוועהן דעם שבת בעפאר די מילה דער שבת הגדול, את "גדלך" זו מדת טובך מצות מילה שנקרא טוב.
(המלקט)

נו) דער צענטע טאג אין ניסן איז קעגן שבט דן, וואס זיי האבן געהאט אין זיך דעם פסל מיכה וואס האט גורם געוועהן חטא העגל, דעם שבת איז דער זמן פון משכו ידיכם מע"ז וואס איז מכפר אויפן חטא העגל, וואס דארטן שטייט אנא חטא העם הזה חטאה גדולה, און יעצט ווערט א כפרה אויף דעם ווייל השומר שבת אפי' עבד ע"ז וכו', דערפאר ווען ס'ווערט א כפרה אויפן חטא העגל וואס הייסט חטאה גדולה הייסט דאס שבת הגדול.
(אמרי נועם)

נז) מ'פסק'נט אז חרש שוטה וקטן איז פטור פון מצוות ווייל זיי האבן נישט קיין ריכטיגע דעת צו טון די מצוה, אין מצרים זענעם אידן געוועהן ארעם פון מצות, ואין עני אלא בדעת, זענען זיי געוועהן אזויווי קטנים שאין בהם דעת, אבער אין דעם שבת וואס איז געוועהן משכו ידיכם מע"ז זאגן דאך חז"ל הכופר בע"ז כאילו מודה בכל התורה כולה זענען זיי אריין געקומען לכלל דעת, הייסן זיי שוין גדולים, איז רעכט אז דער שבת הייסט שבת הגדול.
(אור פני יושע)
.
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3030
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

נח) בדרך צחות, היות מיר האבן נאר געוואלט מלקט זיין טעמים כמנין "גדול" אדער כמנין "הגדול", למעשה איז עס געווארן מער ווי דער שיעור, ווייל ס'איז שבת הגדול, ס'איז דא א גרויסע שיעור, האבן מיר מער טעמים ווי דער מנין הגדול.........
ועוד חזון......

.
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 10, 2009 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאיר »

ריזיגע יישר כח רבי שאצל!
איך בין נתפעל ממעשי ידיך להתפאר... אזא הערליכע שיינע ליקוט נאך דערצו מיט אזויפל שיינע הוספות און חידושים אין די זייט, איז ממש א זעלטענהייט!
כה לחי!
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3030
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

נט) ווען אידן האבן געהאלטן שבת אין מצרים האבן זיי נאר געהיטן די חלק המלאכה, אבער מיטן דיבור האט מען נישט מקיים געוועהן ודברו דבר, און פיל מאל געטון אמירה לעכו"ם, אבער אין דעם שבת האבן זיי אנגעהויבן צו היטן אויפן שבת אפי' מיטן דיבור, דערפאר איז דער שבת געוועהן א שבת הגדול.
(יטב פנים אות ו' והאריך שם)

הוספה: אפשר א רמז, גדול ר"ת 'גם 'דיבור 'לשבות 'ולנוח.
(המלקט)

הוספה ב': שטייט אין אמרי נועם אמרון ד' אמרות טהורות כסף צריף, אז די גמ' זאגט דער תלמוד איז געקומען פאר רבינו הקדוש, רבי פרנסיני ככלב וכעורב, איז משמע אז פרנסה קומט זיך פאר א מענטש ווייל ער איז נישט אנדערש פון א בעל חי, אבער דאס איז הני מילי ווען ער איז נישט ערגער ווי א בעל חי, א בעל חי רעדט דאך נישט, אבער אויב רעדט ער דיבורים שלא כהוגן דאן איז ער נאך ערגער פון א בעל חי, אמרות ד' אמרות טהורות, אז מ'האט ריינער דיבורים, כסף צריף, קומט געלט, מכח ווייל ער איז נישט ערגער ווי א בעל חי עכ"ד, אין דעם שבת איז דאך אראפ געקומען די השפעה פונעם רכוש גדול, ווייל כל ברכאן דלעילא ביומא דשביעא תליא, דאס איז דערפאר ווייל אין דעם שבת זענען אידן געוועהן נזהר בדיבור כנז' פון יטב פנים, און בשכר זאת איז דא כסף צריף, איז רעכט דער נאמען שבת "הגדול", אויפן רכוש גדול.
(המלקט)

ס) אידן זענען ארויס פון מצרים מכח זייער תפלה, ווי זיי האבן געשריגן כמ"ש ונצעק אל ד', און די פסוק זאגט ומי גוי "גדול" אשר לו אלקים קרובים אליו כד' אלקינו בכל קראינו אליו, אין דעם שבת איז געוועהן די אתחלתא דגאולה, איז רעכט אז דער שבת איז שבת הגדול, ווייל מ'האט געזעהן די כח פון תפלה כמ"ש ומי גוי גדול וגו'.
(יטב פנים)

סא) עס זענען דא צוויי טעמים אויף שבת ווי ס'שטייט אין עשרת הדברות (פ' יתרו) אז מ'האלט שבת כי בו שבת מכל מלאכתו, די צווייטע טעם איז ווי ס'שטייט אין עשרת הדברות (פ' ואתחנן) וזכרת כי עבד היית, ביז איצט האבן אידן נאר געהיטן שבת צוליב מעשה בראשית כי בו שבת מכל מלאכתו, אבער יעצט איז נתגלה געווארן נאך א טעם אז שבת איז משום יצי"מ, הייסט דאס א שבת הגדול, ווייל די טעמי שבת זענען געווארן מער.
(יטב פנים)

סב) די מדר' זאגט אז איינער וואס היט שבת כתקינהמעלין עליו הכתוב כאילו שמר כל השבתות מיום שנברא הקב"ה עולמו עד שיחי' מתים, דאס ענין איז ווי דער אוהחה"ק זאגט אז יעדן שבת וויל די וועלט צוריק גיין לתוהו ובוהו און דורך'ן היטן שבת דערהאלט מען די וועלט, אין דעם שבת האבן אידן צום ערשטן מאל געהאלטן שבת לשם ד' ולא לשם מנוחה (כנ"ל אות ה') ממילא איז דעי שבת באמת געוועהן א שבת הגדול ווייל ס'איז נחשב כאילו שמר הרבה שבתות
(מהריט"ב)

סג) דאס אז שבת איז משפיע אויפן קומענדיגע וואך איז נאר ווען מ'גרייט זיך צו צום שבת מיט די ריכטיגע הכנה די ששת ימי המעשה, אבער עכ"ז אויב טוט מען תשובה אין שב"ק דאן וועט דער שבת משפיע זיין אויף אגאנצע וואך כאטש מ'האט נישט געהאט א הכנה במשך די ששת ימים, אין דעם שבת האבן אידן זיך פורש געוועהן מע"ז און געטון תשובה איז זיכער אז ס'קומט השפעות אויף אגאנצע וואך, איז עס טאקע א שבת הגדול.
(מהריט"ב)

הוספה: וממילא איז מיושב די מד' אדם שעבר עבירה וכו' לכפיך נקרא שבה"ג, ווייל אז מ'טוט תשובה איז אלע גוט,
(הנ"ל)

סד) דעת הרמב"ן אז מכת חושך האט זיך אנגעהויבן ביום ז' ניסן, שטייט אין חוט המשולש כאטש וואס יעדע מכה האט משמש געוועהן זיבן טאג, אבער מכת חושך האט נאר משמש געוועהן 6 טאג ווייל שבת איז נישט געוועהן חושך, לפי זה קומט אויס אז מכת חושך איז געוועהן ביום ז' ח' ט', יום י' איז דאך געוועהן שבת האט נישט משמש געוועהן די מכת חושך, און דערנאך איז געקומען יום יא' יב' יג' די צווייטע העלפט מכת חושך, ווייל די סיבת פון מכת חושך איז געוועהן צוליב אידן זאלן קענען קוקן ביי די מצרים'ס פארמעגנ'ס און צו באגראבן די מתים וואס זענען געשטראבן בשלשת ימי אפילה, אט די ביידע טעמים זענען נישט שייך שבת, ממילא האט שבת נישט משמש געוועהן מיט מכת חושך, און די עיקר סיבה פארוואס מכת חושך איז נישט געוועהן שבת איז ווייל די מצרים זאלן זעהן מיט די אויגן ווי אידן נעמען די טלאים זייער ע"ז און נישט קענען טון גארנישט, קומט אויס אז דער שבת איז געוועהן א נס "גדול" ווען די חשוך האט זיך אויפגעהערט פאר איין טאג, און דאס איז צוליב שבת, איז דאס טאקע שבת הגדול.
(מהריט"ב)

סה) שבת איז זכר לבריאת העולם, א הוכחה לבריאת העולם איז יצי"מ דערפאר איז טאקע די הלכה אז פסח איז דוחה שבת, ווייל פון פסח זעה איך די תכלית וואס שבת איז מורה, און דאס איז די דרשת חז"ל (ברכות נ"ח) לך ד' הגדולה זו מעשה בראשית, והגבורה זו יצי"מ, איז רעכט אז דער שבת רופט מען הגדול, ווייל ס'ווייזט דער תכלית מעשה בראשית וואס איז מרומז אין דעם לך ד' הגדולה.
(ר"ח פלאגי)

סו) בפשטות, עפ"י דרשת חז"ל אויפן פסוק גם הוא יגדל (בראשית מ"ח) אז ער האט געזעהן לעתיד וועט ארויס קומען פון מנשה גדעון שנעשה נס על ידו, זעהט מען אז א ווען ס'ווערט געמאכט א נס דורך איינעם הייסט יענער א גדול, נו איז דאך פשוט ס'געשעהן אזעלכע ניסים ס'זאל הייסן שבת הגדול.
(ר"ח פלאגי)

סז) ס'איז דא א הלכה פסוקה אז ווען מ'זעהט איינעם חלילה אנקומען צו ע"ז דארף מען יענעם גיין מציל זיין אפי' מחלל שבת זיין, אין מצרים זענען נעבאך געוועהן אסאך עובדי ע"ז (הללו עובדי ע"ז) און אסאך מאך האט מען זיין געדארפט מציל זיין אפי' אין שבת, און מחלל געוועהן את השבת, אבער אין דעם שבת ווען אלע אידן האבן מושך געוועהן ידיהם מע"ז, האט מען מער נישט געדארפט מחלל שבת זיין, איז עס געוועהן א שבת הגדול.
(ר' חיים פלאגי)

סח) ס'איז דא א קבלה פון הייליגן חוזה אז אין די ערשטע טעג פון חודש ניסן איז יעדן טאג ווי א חודש, און ער אליין האט פאראויס געזאגט די ערשטע 12 טעג וואס ס'גייט געשעהן יענעם חודש, י' ניסן איז קעגן חודש טבת, קומט אויס האט ער דאך אין זיך פיר שבתים, בנוסף צו זיין אייגענע קדושת שבת ווארום עס איז דאך געוועהן שבת, איז דא קדושת שבת פון פינעף שבתים, איז דער יום השבת בחודש ניסן מער ווי סתם א טאג אין חודש ניסן וואס האט נאר פיר שבתים האט דער שבת פינעך שבתים, ממילא איז עס א שבת הגדול, ער איז גרויסער ווי אלע אנדערע ניסן טעג.
(הגדה ש"פ עפ"י התקדש החג)

הוספה: פארדעם הייסט עס שבת ה'גדול, מיט א ה', וויל ס'איז דא קדושה פון פינעף שבתים.
(המלקט)
.
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

[quote="שאץ מאץ"]הוספה: בדרך צחות ווען א מענטש האט הנאה פון עפעס שפירט ער נישט ווי די צייט לויפט, אבער ווען ער האט נישט קייין הנאה רוקט זיך די צייט זייער שטאט, אין דעם שבת ווען די דרשות זענען לאנג ווייליג פאר די צוהערער הייסט דאס שבת הגדול ווייל ס'שפירט זיך זייער לאנג און גרויס...
(דרשות מהר"ם בריסק – טאשנאד)

מ'קען מוסיף זיין בדרך צחות, אז וויבאלד די גדולים האלטן דעמאלס זייערע דרשות, ווערט עס גערופן שבת הגדול, על שם די גדולים.
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3030
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

זיס
עי' אות "יט"
דו זאגסט עס בדרך צחות, אנדערע זאגן עס ערנסט
.
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3030
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

סט) עס איז דא א שבת הגדול פאר פסח און א שבת קטן פאר ט' באב, פונקט די זעלבע מאס טעג וואס איז דא צווישן שבת הגדול ביז פסח די זעלבע מאס טעג איז דא צווישן שבת חזון און ט' באב, זה לעומת זה.
(אמרי פנחס – קאריץ)

ע' פנים לתורה) תחילה למקראי קודש זכר ליציאת מצרים, פאר יעדן יו"ט איז דא א גרויסן שבת, פאר פסח איז דא שבת הגדול, פאר ר"ה איז דא שבת סליחות, פאר יו"כ איז דא שבת שובה, יו"ט הייסט מקרא קודש, תחלה למקראי קודש פאר שבת – מקרא קודש איז דער שבת וואס איז זכר ליצ"מ, אט אין דעם שבת דארף מען מאכן די הכנה צו דעם גרויסן יו"ט פסח, דערפאר הייסט דאס שבת הגדול ווייל אין דעם שבת הייבט מען זיך אויף הויעך און גרויס מיט די הכנה צום יו"ט,
(בית אהרן – קארלין)

עא) אין די וואך פון פסח איז נתגלה געווארן די שטערקסטע חסד ד', און שבת אזי דאך די העכסטע טאג פון די וואך, אין דעם שבת פאר פסח איז נכלל אלע שבתות פון אגאנץ יאר, דערפאר הייסט דאס שבת הגדול,
(דעת משה – קאזניץ)
.
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3306
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

שאץ מאץ האט געשריבן:סט) עס איז דא א שבת הגדול פאר פסח און א שבת קטן פאר ט' באב, פונקט די זעלבע מאס טעג וואס איז דא צווישן שבת הגדול ביז פסח די זעלבע מאס טעג איז דא צווישן שבת חזון און ט' באב, זה לעומת זה.
(אמרי פנחס – קאריץ)
.


(נקודה קטנה: ויש להבין ווייל ווען פסח געפאלט אום שבת איז שבת הגדול 7 טאג פריער, אבער תשעה באב איז נדחה ליום ראשון, און שבת חזון איז איין טאג פאר תשעה באב).
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3030
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

אבער ט' באב איז שבת, און לפי הלוח איז דא זיבן טעג פון שבת ביז ט' באב פונקט ווי פאר פסח, די נקודה איז אז דער לוח איז געווענדליך די זעלבע,
.
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3030
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

עב) יעדע שבת איז משפיע פאר דריי טעג אין וואך ביז דינסטאג, (פון מיטוואך איז שוין דא די השפעה פונעם קומענדיגן שבת) שבת הגדול יענס יאר וואס איז געוועהן למכה מצרים בבכרויהם האט די השפעה פונעם שבת זיך געצויגן ביז מיטוואך ערב פסח, און דארנשטאג איז געוועהן יצ"מ פסח (וואס הייסט שבת ממחרת השבת) קומט אויס אז דער שבת הגדול האט משפיע געוועהן פאר איין טאג לענגער ווי סתם א שבת, הייסט דאס שבת הגדול.
(בת עין)

עג) מיר געפינען אז חול המועד ווערט אנגערופן מועד קטן, ווייל א קטן הייסט איינער וואס איז סמוך על שלחן אביו - גדול, ווידער א גדול איז א מענטש פאר זיך אליין, חוה"מ איז א מועד וואס איז סמוך א עכטע יו"ט ער ווערט נשפע פונעם יו"ט הסמוך, שבת איז א יום בפני עצמו וואס איז גאר משפיע פאר די וואכעדיגע טעג, כאטש וואס פסח הייסט אויך שבת, אבער שבת האט א מעלה יתירה ער איז נישט מוסמך אויף קיינעם, משא"כ יו"ט איז מוסמך אויף בי"ד זאל אים מקדש זיין, וויבאלד שבת איז בפני עצמו איז ער ווי א גדול, הייסט עס שבת הגדול,
(ארץ צבי – נכד התפארת שלמה)

עד) דער אבן עזרא זאגט אויפן פסוק את שני המאורות הגדולים כאטש וואס ס'איז פארהאנען געוויסע שטערנס וואס פארמאגן פיל מער ליכטיגקייט און זענען פיל גרעסער ווי די זון און די לבנה דאך נאר אזא שיין וואס שיינט אויף דער ערד הייסט המאור הגדול, אין דעם שבת איז נתגלה געווארן די נסים פון באשעפער לעין כל דורך דעם מכה מצרים בבכוריהם, איז עס גדול פונקט ווי די מאור הגדול איז גדול ווייל זיין שיין דערקענט זיך אזוי איז דער שבת גדול ווייל דער כבוד ד' דערקענט זיך.
(ארץ צבי)

עה) דער רמב"ם שרייבט אין הל' יו"ט אז די גדולים און די רבנים פון שטאט דארפן מזהיר זיין פאר יו"ט איבער תערובות אנשים ונשים, (וואס זאל נישט פארקומען במשך דעם יו"ט וכן מבואר בשו"ע) אין דעם שבת בעפאר יו"ט איז בודאי דער זמן מעורר צו זיין אויף די ענינים צו שטיין על המשמר בצניעות, די גמ' זאגט אין מס' סוכה אז מ'האט געמאכט א תיקון "גדול" בין אנשים ונשים, דעריבער הייסט דאס שבת הגדול.
(ארץ צבי)

עו) שטייט אין יערות דבש (דרוש ג') א חשבון אז הריגת ושתי איז געוועהן ביום י' ניסן שחל בשבת, ווייל בשנת שלש למלכו האט מען אנגעהויבן מיט די סעודות שמונים ומאת יום, וואס עפ"י חשבון אחד מלא אחד חסד האט זיך דאס גענדיגט ביום ג' ניסן, דערנאך איז געוועהן זיבן טעג פאר אנשי שושן וואס דער זיבעטע טאג כטוב לב המלך ביין איז געוועהן י' ניסן און ביום השביעי איז געוועהן שבת ע"כ, הריגת ושתי איז געוועהן די התחלת הישועה ווייל ווען נישט איר הריגה וואלטן די אידן נישט געהאט קיין קיום כידוע, דעריבער האט מען קובע געוועהן שבת הגדול כאטש וואס די עצם יצ"מ איז געוועהן שפעטער אבער די התחלת הנס איז געוועהן ביום השבת י' ניסן, און די התחלת הנס איז דער עיקר, אלע אנדערע נסים נאכדעם זענען נאר ווי א טפל צום התחלה, אט אזוי זעהט מען ביי ושתי, מ'האט איר גע'הרג'ט ביום השבת צוליב איר פייניגן בנות ישראל ביום השבת וואס דאס איז געוועהן די התחלת הישועה, דעריבער האלטן מיר שבת הגדול אויך צוליב דעם נס פון הריגת ושתי.
(אמרי נועם)

הוספה: דעם נאמען שבת הגדול איז טאקע דערפאר, ווייל די גאנצע מגילה דרייט זיך ארום גדולה, אחשורוש מאכט א סעודה צו ווייזן את יקר תפארת "גדולתו", אסתר האט חתונה ויעש המלך משתה "גדול" את משתה אסתר, דערנאך "גדל" המלך את המן, שפעטער ויספר המן לזרע אשתו את רוב בניו ואת אשר "גדלו" המלך, שפעטער ווען דאס רעדן דרייט זיך בלילה ההוא פרעגט אחשורוש מה נעשה יקר "וגדולה" למרדכי, און צום סוף ונהפוך הוא ווי ס'שטייט כי "גדול" מרדכי בבית המלך, כי מרדכי וגו' "וגדול" ליהודים, דעריבער ווען די התחלת הנס בהריגת ושתי איז געוועהן ביום י' ניסן שבת וואס דאס איז שבת הגדול איז רעכט מ'זאל עס רופן שבת "הגדול".
(המלקט – שריים פון פורים)
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
פישל
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2010 11:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פישל »

עז) דער קדושת לוי זאגט א טעם אין פרשת יתרו פאר וואס דער שבת הייסט שבת הגדול, ווייל דאס וואס די אידן האבן געטוהן אז זיי האבן גע'שחט'ן דעם אפגאט פון די מצריים אן קיין שום מורא, דאס איז געווען צוליב וואס זיי האבן געדינט דעם רבוש"ע מיט "מוחין דגדלות", ווייל ווען מען דינט דעם אויבערשטן מיט מוחין דגדלות האט מען נישט קיין מורא ופחד פון קיין שום מאורע בעולם, פארדעם האט מען עס א נאמען געגעבן גדול שנעשה בגדלות השכל.
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3030
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

עח) תכלית פון נעמען דעם שה פאר קרבן פסח איז כדי צו ווערן בענוה, דערפאר אין דעם שבת וואס מ'האט גענומען דעם שה במצרים הייסט שבת הגדול ווייל דער גדול קומט צו צום תכלית הענוה, משכו וקחו משכו ידיכם מע"ז, ווייל כל המתגאה כאילו עובד ע"ז, וקחו לכם שה, ש"ה ר"ת שבת הגדול.
(דמשק אליעזר – וויזניץ)

עט) אברהם אבינו ביים ברית בין הבתרים שטייט אז והנה אימה חשכה גדולה נפלת עליו, זאגט רש"י דאס איז די חשכות הגלות, אידן אין גלות מוזן דורך גיין דעם אפל, דעם שבת ווען אידן האבן גענדיגט זייער תפקיד אין מצרים איז נשלם געוועהן די חשכה גדולה פון אברהם, דערפאר הייסט דאס שבת הגדול.
(בגד אהרן – רש"א מקארטשין)

פ) הגדול בגימ' מ"ח, א רמז צו די מ"ח דברים שהתורה נקנית בהם, ווער ס'איז עוסק אין די מ"ח דברים ער איז א גדול, אין יענם שבת האבן אידן עוסק געוועהן בתורה בהל' פסח דורך מ"ח דברים שהתורה נקנית בהם, איז דאס געוועהן שבת "הגדול" בגימ' מ"ח.
(נטיעות אדר)

הוספה: דער אמרי חיים זצ"ל (יארצייט ט' ניסן) פלעגט טייטשן וזכינו לקבל שבתות מתוך רוב שמחה, מתוך שמחה די אותיות פון אימיטן שמחה איז "מח" מ'זאל מקבל שבת זיין מיטן ריכטיגן מח ע"כ, לפי הנ"ל אז הגדול איז בגימ' מ"ח, איז פשוט א שבת הגדול, וזכינו לקבל "שבתות" מתוך רוב שמחה מיטן מח כנזכר.
(המלקט)

פא) עס איז דא דריי מדריגות, קטן, בינוני, גדול, ביז משה רבינו איז געוועהן שמירת שבת באונס ווי א קטן, אין מצרים ווען משרע"ה האט געפועלט אז אידן זאלן רוען שבת איז געוועהן סתם ווי א בינוני נישט ווייל ס'איז א מצוה, אט דעם שבת ווען אידן האבן שוין געהאלטן שבת ווייל ס'איז א מצוה איז עס שוין געוועהן כבחי' גדול, הייסט דאס שבת הגדול.
(נטיעות אדר)

פב) די גמ' זאגט (חולין י"ב) אז קטן האט נישט קיין מחשבה א מעשה קען ער טון אבער נישט מיט מחשבה, ווידער א גדול האט א כח סיי אויף מעשה און סיי אויף מחשבה, ביז איצט אז שמירת שבת אין מצרים בלויז געוועהן למעשה אבער אן קיין מחשבה, פון דעם שבת איז שוין געוועהן אויך מחשבה, הייסט דאס שבת הגדול ווי א גדול וואס האט סיי מעשה און סיי מחשבה.
(נטיעות אדר)

הוספה: יענעם שבת איז טאקע געוועהן דעם משכו וקחו ווי חז"ל זאגן משכו ידיכם מע"ז, און ע"ז איז עפ"י רוב נאר במחשבה, ממילא דעם שבת ווען שבת איז געוועהן במחשבה איז שייך געוועהן דעם משכו ידיכם מע"ז,
ועוד, וואס איז טאקע געוועהן די מחשבה דעם שבת מער ווי ביז איצט?, נאר די טעם פון שבת שטייט אין פ' ואתחנן אין די עשרת הדברות, וזכרתו כי עבד היית בארץ מצרים ויוצאיך וג' ע"כ צוך ד' אלקיך לעשות את השבת, קומט אויס אז שבת איז מטעם יציאת מצרים, און ביז איצט איז נישט געוועהן דעם טעם פון יצי"מ זייענדיג אין מצרים, אבער יעצט דעם שבת איז שוין געוועהן א מחשבה ווייל ס'איז שוין דא א טעם וזכרת כי עבד היית.
(המלקט)

פג) די גמ' זאגט אין מס' מגילה (כז) א מחלוקה די פסוק זאגט (ירמי' נב) ואת כל בית הגדול, צו בית הכנסת של תפלה איז גדולה צו א בית המדרש של תורה איז גרעסער די חשובות, מיר האלטן אז בית המדרש של תורה איז מער גדול ווייל תורה איז גרעסער פון עבודה, און דאס איז די כוונת הכתוב ואת כל בית הגדול, אידן אין מצרים האבן געהאט תפלה במשך די צייט ונצעק אל ד' אלקינו וגו', תורה איז נישט געוועהן, דעם שבת איז געוועהן די ערשטע שבת ווען אידן האב עוסק געוועהן בתורה מיט הל' פסח, איז דער גדול בית המדרש של תורה גרעסער, הייסט דאס שבת הגדול,
(נטיעות אדר)

הוספה: פארדעם האט מען מתקן געוועהן דעם שבת עוסק צו זיין מער בתורה ווי יעדן שבת, דורך דרשות והל' פסח, ווייל אט דער שבת איז נאר גדול צוליב די תורה וואס מ'לערנט אין איר,
(המלקט)
.
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

פד) געהערט בשם ר' יודאלע מדזוקיב זי"ע. כל ברכאין דלעילא ותתא ביום השביעי תליא, שבת קומט אראפ די השפעות פארן גאנצן וואך. אין ליל הסדר איז דאך משפיע א סדר לכל השנה, און די השפעה דערפון קומט שוין אראפ א שבת בעפאר, קומט דאך דעם שבת אראם מער השפעות ווי אין סתם א שבת, ווייל ס'קומט אראפ פארן סדר נאכט, מילא הייסט עס שבת הגדול.

פ"ה) ערגעץ אויבן (כ'האב נטש דורכגעלערנעט די גאנצע אויפאמאל) האב איך געזעהן ברענגן אז גדול איז אותיות דילוג, על שם שפסח.

ס'קען זיין ווי אין הגדה ברך משה ברענגן זיי דברי מוסר והכנה פונעם רבין, זאגט ער א טעם אויף פסח בשם דאכט זיך הרה"ק ר' מעכיל מזלאטשוב זי"ע אז פסח קען מען גיין מיט גרויסע טריט, אפי' מ'איז נישט אין א מדריגה צוצוקומען צו תשובה שלימה, אבער פסח ווערט נשפע דער שפסח על בתי בני ישראל און אפי' א אדם פשוט קען איבער שפרינגען גאנצע דעכער און אנקומען צו הויכע מדריגות. פארדעם זאגט ער רופט מען עס יו"ט פסח, ווייל אין דעם יו"ט קען מען איבערטאנצן.

מילא קען זיין, גדול איז אותיות דלוג, טאנצן, אין שבת קומט שוין אראפ די השפעה פארן גאנצן וואך, אויך די השפעה אז מ'זאל קענען איבערשפרינגן און אנקומען צו העכרע מדריגות ווי מ'האלט באמת, הייסט עס שבת מגדול ע"ש הדלוג.
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

ראיתי בדרשות חתם סופר, מיט די בחינה פון ויגבה לבו בדרכי ה', און דער חתם סופר זאגט אז אידן אין מצרים זענען געווען נכנע אונטער די מצרים און האב נישט גהאט קיין גאוה דקדושה, יעצט ווען זיי האבן גענומען דעם קרבן פסח און צוגעבינדן צום בעט, און זיך גערייצט מיט די מצרים כמבואר בטור, האבן זיי זיך אויסגעלערנט זיך גרויס צו האלטן מיט א מצוה און נישט קוקן וואס יענער זאגט, דערפאר הייסט עס שבת הגדול, א בחינה פון גדלות און גאות דקדושה וואס די אידן האבן דאן באקומען
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3030
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

יאסלמאן דעיס ווארט פון ר' יודלע איז דעס:
ער האט עס נאכגעזאגט פונעם פעטער דער ווישעווא רב זצ"ל

כל ברכאן דלעילא ותתה תליא ביומא דשבועה, פרנסה פון אגאנצע וואך איז תולה אינעם שבת, פסח איז די מקור הפרנסה פון אגאנץ יאר ווייל נדונים על התבואה, קומט אויס אז שבת פאר פסח איז דער מקור הפרנסה פונעם יאר, איז רעכט אז ס'איז א שבת הגדול.
(שארית מנחם – ווישעווא)
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אינגערמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 25, 2009 9:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינגערמאן »

פונקט היינט געזעהן פון הרה"ח ר' שמואל יצחק ראטה ז"ל אז שב'ת הגדו'ל איז ס"ת ת"ל, און אין שו"ע אין סי' ת"ל ( הל' פסח) רעדט מען ארום פון שבת הגדול.
---
אגב די פשוט'ע טעם וואס די משנה ברורה ברענגט אראפ (כ'געדענק שוין נישט פון וועם) האט קיינער נישט געשריבן דאכט זיך.
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3030
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

איך קוק איבער דעם אשכול, איך ווינדער זיך אויף מיר אליין ווי איך האב אזאנס צוזאמען געשריבן, אבער די פלא איז אז דער אשכול עקזעסטירט נישט אינעם מפתח,
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

שאץ מאץ האט געשריבן:איך קוק איבער דעם אשכול, איך ווינדער זיך אויף מיר אליין ווי איך האב אזאנס צוזאמען געשריבן, אבער די פלא איז אז דער אשכול עקזעסטירט נישט אינעם מפתח,


זעיט אויס אז אייער שאיפה איז נתמלא געווארן סאיז טאקע "הגדול" בה"א הידועה אין עס האט פשוט נישט אריינגעפיט אינעם מפתח!
גיוואלדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 09, 2011 6:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיוואלדיג »

המתחיל במצוה אומרין לו גמור
ביטע עס ארויפלייגן אויף א פד"ף
אז עס זאל זיין עולה על שולחן מלכים
רבי אלחנן וואסערמאן זי"ע:
ואין לטעות... כי כל הנגררים אחריהם מזרע עמלק הן, חלילה לאמר כן, כי הדברים אמורים כאן רק על ראשיהן ומנהיגיהם מוריהם ומדריכיהם כתבניהם ודרשניהם אלו הם מזרע עמלק... אבל כל ההמון הנספח עליהם מזרע ישראל הולכים אחריהם כבהמה בבקעה
אוועטאר
שמן
שר האלף
תגובות: 1391
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 11:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן »

גיוואלדיג האט געשריבן:המתחיל במצוה אומרין לו גמור
ביטע עס ארויפלייגן אויף א פד"ף
אז עס זאל זיין עולה על שולחן מלכים

אפשר דאך !
שרייב תגובה

צוריק צו “ליקוטים וענינים”