דיונים ועיונים בפרשת פקודי

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
באנקיר
שר חמש מאות
תגובות: 692
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 04, 2008 11:24 am
לאקאציע: מיין קאפ, אין באנק

דיונים ועיונים בפרשת פקודי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באנקיר »

וויפיל פסוקים איז דא אין פ' פקודי?

(אנוואונק: ניתי ספר ונחזי)
אוועטאר
באנקיר
שר חמש מאות
תגובות: 692
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 04, 2008 11:24 am
לאקאציע: מיין קאפ, אין באנק

וויפיל פסוקים איז דא אין פ' פקודי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באנקיר »

די סדרה, איז די איינציגסטע, וואס עס שטייט נישט געדריקט אין דו חומשים סוף סדרה, די סכום פסוקים.

האט די ליובאוויטשע רבי געזאגט:
עס איז דא 92 פסוקים אין פ' פקודי, דער ערשטער דריקער וואס האט געשריבן אויף יעדע סדרה, די סכום פסוקים און א סימן דערויף.
האט מן הסתם געשריבן סוף סדרה, בזה"ל "בלי כל סימן", ווייל בל"י כ"ל איז בגי' 92.

דער צווייטער דריקער - הבחור הזעצער - האט פארשטאנען אז בל"י כ"ל מיינט עס נישט דא קיין סימן.
האט ער באשלאסן, עס איז א שאד צו שרייבן עס איז נישט דא קיין סימן (יעדעס אות האט געקאסט אסאך געלט),
האט ער עס אויסגעמעקט אינגאנצן.

דוק, ותשכח
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15481
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

באנקיר;

יישר כח, איך האב געזעהן דיין פראגע צוויי טאג צוריק, און איך האב טאקע נאכגעקוקט און נישט געטראפן, אבער איך האב פארגעסן דיר צו בעטן אז דו זאלסט אויסזאגן דעם סוד.

אבער דו האסט א גוט הארץ אבוויסלי, סאו יישר כח, און עס איז טאקע א טייער ווארט, וועלכער רבי פון ליובאוויטש האט דאס געזאגט?
אוועטאר
באנקיר
שר חמש מאות
תגובות: 692
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 04, 2008 11:24 am
לאקאציע: מיין קאפ, אין באנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באנקיר »

יאנאש;
האדמו"ר ר' מנחם מענדל.

מען דערציילט, אז מען האט טאקע אזוי געטראפן אין אן אלטן כתב יד (אדער יא, אדער יא).
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15481
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

יישר כח.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35437
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דער טורי זהב אין דברי דוד טייטשט זייער אינטערעסאנט די רש"י אויפן פסוק ובצלאל בן אורי בן חור עשה כאשר צוה ה' את משה [שמות ל"ח פ' כ"ב]:
זאגט רש"י: כי משה צוה לבצלאל לעשות תחלה כלים ואחר כך משכן אמר לו בצלאל מנהג העולם לעשות תחלה בית ואח"כ משים כלים בתוכו אמר לו כך שמעתי מפי הקב"ה

טייטשט ער כך שמעתי מפי הקב"ה אזוי האב איך געהערט פון בוכ"ע אז איך זאל דיר הייסן תחלה כלים, און דו וועסט מיך פארעכטן אז ס'איז נישט ריכטיג. ודפח"ח
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15481
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

שכוח פארשלאפן פארן ברענגן דעם שיינעם ווארט פונעם הייליגן דברי דוד.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

מיין אייניקעל האט מיך היינט געפרעגט פארוואס און די ערטע רש"י די וואך שרייבט רש"י 'לכסף ולזהב ולנחשת' נישט וויא דער סדר פון די ווייטערדיגע פסוקים וויא קדם רעכענט ער זהב, דערנאך כסף און דערנאך נחשת.

א תירוץ עמעצער?
the SCY is the limit
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

טערסאנטע הערה, קוק אין די חומש מיט י"א מפרשי רש"י.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

קרעמער האט געשריבן:טערסאנטע הערה, קוק אין די חומש מיט י"א מפרשי רש"י.

יעצט געקוקט.
גארניקס!
the SCY is the limit
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

בליקנדיג אין נועם אליעזר פון אלטן סקולענער רבי'ן זצ"ל, האב איך באמערקט אן אויבנאויף קשיא וואס איז מיר קיינמאל נישט בייגעפאלן און איך האב עס נאך קיינמאל נישט געהערט פרעגן:

עס שטייט די וואך אין רש"י אז קיינער האט נישט געקענט אויפשטעלן די משכן, ביז משה רבינו איז געקומען און דאס אויפגעשטעלט (אדער ער האט דאס אנגעכאפט און עס האט זיך אליינס אויפגעשטעלט). פרעגט ער, עס שטייט דאך ביי די מסעות אז די לוים זעלבסט האבן אויפגעשטעלט די משכן ביי יעדע רוהינג, וויאזוי האבן זיי דאס באוויזן?
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

דער בעל לקט בהיר, רעדט דערפון, כ'געדענק נישט צו דורך א קשיא, צו ער רעדט סתם אזוי ארום פון די נס וואס דער אייבישטער האט געמאכט פאר משה רבינו.

אויב איך געדענק גוט, איזער מסביר, אז ביי משה רבינו האט דער אייבישטער געמאכט, אז ס'זאל אויסקוקן כאילו משה רבינו שטעלטעס אויף, דאס הייסט אז די נס איז געווען בהסתר, אז די כבוד פון משה רבינו זאל שטייגן, משא"כ ביי די לוויים, זיי האבן זיך טאקע באפאסט מיטן אויפשטעלן, אבער מ'האט קלאר געזען ווי ס'געשעט פון זיך, עפעס אזוי דאכט זיך מיר שרייבטער, איך דארפעס בעסער נאכקוקן.
גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 11, 2009 2:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבאי ביהמד »

ארויף געברענגט!
גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 11, 2009 2:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבאי ביהמד »

גבאי ביהמד האט געשריבן:ארויף געברענגט!
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

מיין אייניקעל פרעגט מיך היינט,
פון וויא האבען יודען געהאט ווייץ צו מאכען די לחם הפנים און מדבר?
אויב זיי האבען עס געקויפט פון תגרים, אויב אזוי פארוואס האבען זיי געהאט טענות אויפען מן 'ונפשינו קצה בלחם הקלקל'', זיי האבען דאך געהאט די ברירה צו קויפען ווייץ ביי די תגרים און אליינס מאכען ברויט ?
the SCY is the limit
נודע למשגב
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2008 8:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודע למשגב »

scy4851 האט געשריבן:מיין אייניקעל פרעגט מיך היינט,


איז דאס די זעלבע אייניקל פון די פאריעריגע קשיא???

בכל אופן אסאך אידיש נחת פון דעם אייניקל און פון אלע קינדער און אייניקלעך געזונטערהייט
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

נודע למשגב האט געשריבן:איז דאס די זעלבע אייניקל פון די פאריעריגע קשיא???

ניין
נודע למשגב האט געשריבן:בכל אופן אסאך אידיש נחת פון דעם אייניקל און פון אלע קינדער און אייניקלעך געזונטערהייט

אמן! און די פון דיינע!

אבער א תירוץ?
און יעצט שרייבענדיג פאלט מיר איין אז דאס זעלבע קען מען פרעגען, וויא האבען יודען גענומען ווייץ פאר מצה א יעדען פסח און מדבר?
the SCY is the limit
טראכט גוט וועט זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 561
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 07, 2010 3:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראכט גוט וועט זיין גוט »

גוט געפרעגט. כוועל עס מאכן בקיצור.

די אבן עזרא שרייבט (שמות יב , כה) אז די יודן האבן טאקע נישט געגעסן קיין מצה!!!

עי' פנ"י (קידושין לח) אז די מן איז נישט כשר פאר מצה (דלא באה לידי חימוץ).

הגרצ"פ זצ"ל במקראי קודש כתב עוד דבעי גידולי קרקע, אך זה יש לדון כידוע מספרונו בפ' בשלח דהי' בלקיטת מן משום קוצר, ועל כרחך דיש לומר דנחשב כגידולי קרקע.

פרעגסטיך אבער גוט וואס טוט מען מיט לחם הפנים.

די אמת איז אין ספרי פרשת עקב (פיסקא מא) מבואר דלא היה לחם הפנים במדבר. אבער בפרשתינו מבואר להדיא דהיה לחם הפנים במדבר.

און עס רעדט שוין דערפון נישט קיין צווייטער ווי רבינו הגדול החיד"א כאן בספרו נחל קדומים עי' שהביא דבר נפלא בשם רבינו אפרים (אחד מן הראשונים)

די חתם סופר (קידושין דף לח) זאגט אז מען האט עס גענומען פון די מן.

יש עוד להאריך אך לא אמרו להאריך במקום שאמרו לקצר.

פארזעצונג קומט אי"ה
הפתגם "טְרַאכְט גוּט ווֶעט זַיין גוּט" נאמר על ידי אדמו"ר הצמח צדק לאחד שביקש רפואה עבור חולה. מענה זה נהפך ליסוד המבטא את חשיבותה של כח המחשבה ויכולתה לשנות את המציאות. (חב"דפדיא).
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

טראכט גוט וועט זיין גוט האט געשריבן:גוט געפרעגט. כוועל עס מאכן בקיצור.

די אבן עזרא שרייבט (שמות יב , כה) אז די יודן האבן טאקע נישט געגעסן קיין מצה!!!

עי' פנ"י (קידושין לח) אז די מן איז נישט כשר פאר מצה (דלא באה לידי חימוץ).

הגרצ"פ זצ"ל במקראי קודש כתב עוד דבעי גידולי קרקע, אך זה יש לדון כידוע מספרונו בפ' בשלח דהי' בלקיטת מן משום קוצר, ועל כרחך דיש לומר דנחשב כגידולי קרקע.

פרעגסטיך אבער גוט וואס טוט מען מיט לחם הפנים.

די אמת איז אין ספרי פרשת עקב (פיסקא מא) מבואר דלא היה לחם הפנים במדבר. אבער בפרשתינו מבואר להדיא דהיה לחם הפנים במדבר.

און עס רעדט שוין דערפון נישט קיין צווייטער ווי רבינו הגדול החיד"א כאן בספרו נחל קדומים עי' שהביא דבר נפלא בשם רבינו אפרים (אחד מן הראשונים)

די חתם סופר (קידושין דף לח) זאגט אז מען האט עס גענומען פון די מן.

יש עוד להאריך אך לא אמרו להאריך במקום שאמרו לקצר.

פארזעצונג קומט אי"ה

איך זעה אז דו זאגסט גוט אויך, ביסט נישט צופרידן מיט טראכטן גוט.

אבער וואס איז פשט פון לא אמרו להאריך במקום שאמרו לקצר? תורה היא וללמוד אנו צריכים. געב ארויס וואס דו האסט אין דיינע אוצרות.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

הרב 'גוט געטראכט און גוט געזאגט'
א געוואלדיגען ישר כוח פאר די אלע מראה מקומות, אבער פארוואס דארף מען מקצר זיין, אוויא קרעמער האט מעורר געווען?
the SCY is the limit
טראכט גוט וועט זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 561
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 07, 2010 3:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראכט גוט וועט זיין גוט »

א גרויסע שכח פאר די חיזוק ווערטער.

העמיר גיין אביסעלע ווייטער.

די ריטבא (קידושין לח) נאך א טעם פארוואס די מן איז נישט גוט פאר מצה וויל סברויך זיין פון חמשת מיני דגן.

ס'זענען דא וואס ווילן דאס תולה זיין אין די גמרא אין יומא אויב טעמו [במן] טעמו ולא ממשו אדער אויך ממשו ודו"ק וק"ל.

עי' שפתי צדיק לל"ג בעומר קלערט פון ווי האט רשב"י געהאט יין לקידוש כל השנים שהיה במערה און זאגט א חידוש גדול "ומסתם הי' בחרובין שלהם כל הטעמים כמו במן ועל מה היו ישראל מקדשים בהיותם במדבר, מסתם על כוס מן וכוונו שיהי' בו טעם יין כי יין ממש לא הי' להם".

ויש להעיר פון די באקאנטע מדרש תלפיות אז די משקאות האבן יודן געהאט פון די בארו של מרים און פון דארט געהאט אלע טעמים בנוגע "משקאות".

ועי' רש"י יהושע (א, יא).

נישט געזארגט כהאב נישט יעצט נאכגעקוקט די אלע זאכן. נאר כהאב א מאמר געהאט וועגן די נושא אין מיינע ארכיוון.
סאיז דא נאך דארט וועגן דעם, אפשר שפעטער.

כפלאן אי"ה צו עפענען א אשכול פון "אינטערעסאנטע זאכן אויפן פרשה" אויב די צייט וועט ערלויבן
הפתגם "טְרַאכְט גוּט ווֶעט זַיין גוּט" נאמר על ידי אדמו"ר הצמח צדק לאחד שביקש רפואה עבור חולה. מענה זה נהפך ליסוד המבטא את חשיבותה של כח המחשבה ויכולתה לשנות את המציאות. (חב"דפדיא).
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

הרב 'געוואלדיג געטראכט און געשריבען'
האלט נישט צוריק, נאר פאק אויס אלעס וואס די האסט אויף דער נושא.

און קענעדיג מיין אייניקעל (ווען ער עפענט א ספר פארלירט ער זיך אז ער ווייסט נישט וואס טוט זיך ארום אוהם), ווען איך גיב אוהם די אלע מראה מקומות, וועט ער אפילו פארגעסען פון עסען אדער שלאפען.
the SCY is the limit
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

טראכט גוט וועט זיין גוט האט געשריבן:כפלאן אי"ה צו עפענען א אשכול פון "אינטערעסאנטע זאכן אויפן פרשה" אויב די צייט וועט ערלויבן

וואס איז געווארן? דער עולם ווארט דערויף.
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

ער האט עס טאקע געטין, קוק אויף די אנדערע פרשה'ס
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

לגבי דעם ויכוח פון משה און בצלאל תחלה משכן ואח"כ כלים צי פארקערט, פארשטיי איך נישט די נפקא מינא אויף למעשה.
ווייל די משכן האט מען זיכער הערשט אויפגעשטעלט א' ניסן, טא אפילו לויט בצלאל וואס האלט תחלה בית, האט מען דאך אבער נישט אריינגעלייגט די נארוואס-פערטיגע כלים אינעם משכן וואס איז נאכ אפילו נישט געשטאנען. ולכאורה מאי הנפק"מ?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”