ליקוטים וענינים לפרשת תצוה

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3054
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

תגובהדורך יודל מענדלזאהן » פרייטאג פאברואר 26, 2010 8:04 am

וְאַתָּה תְּצַוֶּה אֶת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל וְיִקְחוּ אֵלֶיךָ שֶׁמֶן זַיִת וכו' (כז, כ)
תצוה איז דאך שוין טייטש "דו זאלסט באפעלן", פארוואס פעלט נאך אויס די ווארט "ואתה"?
ענטפערט דער שארית יעקב לויט די מדרש אז ווען הקב"ה האט געזאגט די ערשטע צוויי דיברות, אנכי און לא יהיה לך, איז דער יצר הרע ארויס פון די הערצער פון אידישע קינדער, און זיי האבן געלערנט און נישט פארגעסן דאס לערנען. ווען די אידן האבן שפעטער געזאגט פאר משה רבינו "דבר אתה עמנו ונשמעה" איז די שכחה צוריקגעקומען.
ווייטער זאגט די גמרא (הוריות יב) אז שמן זית איז א סגולה קעגן שכחה.
דערפאר האט הקב"ה געזאגט פאר משה רבינו: ואתה תצוה, וויבאלד דו, משה רבינו, וועט זיין דער וואס באפעלט די מצוות פון אויבערשטן פאר די אידישע קינדער, איז דאך שוין שייך שכחה. דערפאר פעלט אויס ויקחו אליך שמן זית זך!
ילקוט האורים
--
וְיִקְחוּ אֵלֶיךָ שֶׁמֶן זַיִת זָךְ כָּתִית לַמָּאוֹר (כז, כ)
סתם שמן ווייסן מיר דאך מיינט מען שמן זית, און די פסוק זאגט דאך שוין אין פר' תרומה שמן למאור, פארוואס אויב אזוי דארף די פסוק דא ארויסזאגן שמן זית? און אויב שוין יא, פארוואס שטייט זית, א לשון יחיד, נישט שמן זיתים?
די גמרא זאגט אן עצה (פסחים לג:) אויף טרויבן וואס זענען טמא געווארן, אז מען קען נאך נוצן די וויין דערפון פאר נסכים טאמער מען קוועטשט עס אויס פחות פחות משיעור ביצה, ווייל עס ווערט נאר טמא ווען מ'קוועטשט עס אויס, און דאמאלס איז דאך עס ווייניגער פון א שיעור ביצה וואס איז נישט מטמא באוכלין.
אלע זיתים וואס אידן האבן ארויסגעברענגט פון מצרים איז דאך געווען בחזקת טומאה, ווייל די אידן האבן נאכנישט געוואוסט זיך צו היטן פון טומאות. דערפאר האט מען עס נישט געקענט אנדערש אויסקוועטשן נאר פחות פחות מכשיעור ביצה. א זית בינוני איז א שיעור פון א חצי ביצה, נאכדערצו א זית וואס מען האט דערפון אויסגעקוועטשט פאר די מנורה ווייל די זיתים זענען דאך געווען פון די בעסטע. דערפאר האט מען נישט געקענט אויסקוועטשן קיין צוויי זיתים צוזאמען, ווייל דאס וועט דאך שוין האבן א שיעור און מטמא זיין די אויל. האט די תורה געהייסן וְיִקְחוּ אֵלֶיךָ שֶׁמֶן זַיִת אז מען זאל נעמען די שמן פון יעדע זית'ל באזונדער, און נישט אויסקוועטשן צוויי זיתים צוזאמען.
פנים יפות
--
וְאַתָּה הַקְרֵב אֵלֶיךָ אֶת אַהֲרֹן אָחִיךָ וְאֶת בָּנָיו וכו' (כח, א)
כשאמר הקב"ה למשה ואתה הקרב אליך, הרע לו. אמר לו, תורה היתה לי ונתתיה לך.
מ'קען מסביר זיין דעם מדרש לויט די גמרא (מגילה ג) אז תלמוד תורה דרבים איז הארבער פון עבודה. אבער תלמוד תורה דיחיד, איז עבודה ענדערש. די מפרשים זאגן די טעם אז הקב"ה האט געגעבן די תורה דורך משה רבינו, ווייל ער איז געווען שקול כנגד כל ישראל. קומט אויס, אז זיין תורה איז געווען אזוי ווי תלמוד תורה דרבים.
איצט קען מען פארשטיין דעם מדרש: כשאמר הקב"ה למשה ואתה הקרב אליך, הרע לו, עס האט אים וויי געטוהן אז ער וועט נישט טוהן די עבודה, ווייל ער האט געהאלטן אז זיין תורה איז נאר אזוי ווי תלמוד תורה דיחיד, וואס די עבודה איז חשובער דערפון. אמר לו, תורה היתה לי ונתתיה לך – און פארוואס דוקא פאר דיר? ווייל דיין תורה איז שקול קעגן אלע אידן, איז עס דאך גלייך צו תלמוד תורה דרבים, וואס איז חשובער פון עבודה. דעריבער דארפסטו זיך מער נישט ערגערן.
אשל אברהם
--
וְעָשִׂיתָ בִגְדֵי קֹדֶשׁ לְאַהֲרֹן אָחִיךָ לְכָבוֹד וּלְתִפְאָרֶת: (כח, ב)
פארוואס זאגט דער פסוק א טעם, אז דערפאר זאלסטו מאכן די בגדים פאר אהרן, אז עס זאל זיין לְכָבוֹד וּלְתִפְאָרֶת?
נאר די בגדים האבן געמוזט זיין אויסגעמאסטן לויט די פונקטליכע מאס פון די כהן, נישט קערצער אדער לענגער. עס איז דאך באקאנט אז דער כהן וואס איז געזאלבט געווארן מיט די שמן המשחה איז געוואקסן פיזיש בעת'ן זאלבן. טא ווי אזוי האט מען געקענט נייען קליידער פאר'ן כהן גדול לויט זיין מאס, ער וועט דאך באלד וואקסן ווען מען וועט אים זאלבן?
אבער די קליידער פונעם כהן האט מען אויך געזאלבט, און זיי זענען אויך געוואקסן לויט די מאס וואס דער כהן איז געוואקסן. ווען דער כהן איז געוואקסן האט נאך איינער געקענט טענה'ן אז עס איז א נאטירליכע זאך. אזוי שטייט דאך, שמועה טובה תדשן עצם. אבער דאס אז די קליידער זאלן וואקסן, דאס איז זיכער געווען עפעס אומנאטירלעך, אן אפענע נס! דאס ווייזט אז עס איז פון הימל.
דאס זאגט די פסוק, וְעָשִׂיתָ בִגְדֵי קֹדֶשׁ לְאַהֲרֹן אָחִיךָ. איי פון וואו זאלסטו וויסן זיין מאס? ער וועט דאך באלד וואקסן נאכ'ן זאלבן? דאס איז אבער נישט קיין פראבלעם, ווייל די בגדים וועלן מיטוואקסן. און אט דאס, זאגט די פסוק, איז לְכָבוֹד וּלְתִפְאָרֶת פאר'ן כהן. אלע וועלן אים מכבד זיין און באשיינען און קיינער וועט נישט קענען האבן קיין טענות אויף זיין כהונה, ווייל די אפענע נס איבערצייגט יעדן אז מה' יצא הדבר.
תפארת יהונתן
--
אדער קען מען זאגן פשט, ווייל ספעציעלע און שיינע קליידער העלפן דעם מענטש אין צוויי ענינים. איינס איז עס לְכָבוֹד וּלְתִפְאָרֶת פאר א תלמיד חכם אז ער האט ספעציעלע קליידער קעגן אנדערע מענטשן. אזוי ווי ר' יוחנן האט אנגערופן זיינע בגדים "מכבדותא", אז זיי טוען פאר אים ארויסרופן רעספעקט. צווייטנס העלפט עס פאר'ן טרעגער פון די בגדים צו געדענקען אלעמאל וואו ער שטייט איין, אז ער זאל זיך נישט מישן מיט פרעמדע און נידריגע שטאפל, פראסטע לייט, און אוודאי נישט טוהן אזוי ווי זייערע מעשים. ווייל קוקנדיג אויף זיינע קליידער זעהט ער דאך אז עס פאסט נישט.
אבער דער ריכטיגער ת"ח דארף נישט אנקומען צום צווייטן טעם, ווייל ער האט יראת שמים אזוי אויך. ביי אים זענען די בגדים טאקע נאר לְכָבוֹד וּלְתִפְאָרֶת. און דאס קומט די פסוק דערציילן די מעלה פון אהרן הכהן, אז ער האט נישט וועגן דעם געדארפט אנטוהן די בגדים כדי עס זאל אים דערמאנען אז ער איז א כהן גדול און דארף אלעמאל זיין בקדושה, ווייל ער איז אזוי אויך געווען פרוש וקדוש. זיינע בגדים זענען טאקע געווען בלויז לְכָבוֹד וּלְתִפְאָרֶת.
כתב סופר
--
וְלֹא יִזַּח הַחשֶׁן מֵעַל הָאֵפוֹד: (כח, כח)
די מפרשי התורה רעכענען די לאו אלס איינע פון די תרי"ג מצוות. מיר ווייסן דאך אז די תורה איז א ניצחית, און איז שייך אלעמאל ביי יעדן איד. טא ווי אזוי קענען מיר מקיים זיין די מצוה פון ולא יזח החושן?
ווייל די חושן איז געלעגן אויפ'ן הארץ, און "אפד" איז בגימ' פה. דאס מיינט ולא יזח החושן – די הארץ זאל זיך נישט אוועקרירן, מעל האפוד – פון די רייד פון מויל, אז דער מענטש זאל אלעמאל זאגן מיט'ן מויל וואס ער מיינט מיט'ן הארץ, נישט זיין קיין אחד בפה ואחד בלב.
דגל מחנה אפרים
--
פִּתּוּחֵי חֹתָם קֹדֶשׁ לַה'. (כח, לו)
די גמרא זאגט (תענית ב.) "אמר רבי יוחנן: ג' מפתחות בידו של הקב"ה שלא נמסרו ביד שליח, ואלו הן: מפתח של גשמים, ומפתח של חיה, ומפתח של תחית המתים".
דאס איז פשט: פִּתּוּחֵי – די שליסלען פון די דריי זאכן וואס זענען מרומז אין די ראשי תיבות פון די ווארט "חֹתָם", ח'יה, ת'חיית המתים, מ'טר, די דריי זענען קֹדֶשׁ לַה' און נישט איבערגעגעבן געווארן צו קיין שליח.
הגה"ח רבי אלי' מווילנא זי"ע
--

וּמִלֵּאתָ יַד אַהֲרֹן וְיַד בָּנָיו: (כט, ט)
אין עניני עולם הזה איז נישטא קיין שלימות, ווייל אלעמאל פעלט פאר'ן מענטש וואס זוכט תענוגים גשמיים. למשל טאמער האט ער א געשמאק פון געלט, פעלט אים די געשמאק פון כבוד וכדומה. אלעמאל פעלט אים נאך. משא"כ ביי עבודת הבורא, ווער עס דינט דעם אויבערשטן איז גאנץ מיט אלעס ווייל "דורשי ה' לא יחסרו כל טוב". דערפאר שטייגט די תענוג פון עבודת השם איבער אלע וועלטליכע תענוגים, ווייל ווער עס איז דבוק אין די חיות און עבדות פון אין סוף וואס ער איז דאך גאנץ מיט כל מיני שלימיות, ממילא פאר דער מענטש וואס איז דבוק אין אים פעלט אויך נישט גארנישט.
און דאס איז וואס די פסוק זאגט: "וּמִלֵּאתָ יַד אַהֲרֹן וְיַד בָּנָיו", אז הקב"ה האט געזאגט פאר משה ער זאל זעהן צו ברענגען אהרן און זיינע קינדער צו די מדרגה פון דבקות אין בחינות הקדושה, און דאן וועלן זייערע הענט אנגעפילט זיין מיט כל טוב. "וּמִלֵּאתָ" – ווייל עס וועט זיי שוין גארנישט פעלן ווען זיי וועלן שפירן די הימלישע זיסקייט און געשמאק. און דערפאר הייסט עס די "שמונת ימי המלואים", ווייל צוליב די השראת השכינה וואס איז געווען צווישן זיי, זענען זיי געווען אנגעפולט מיט תענוג פון די קדושה.
קדושת לוי
--
שבת זכור

כְּתֹב זֹאת זִכָּרוֹן בַּסֵּפֶר וְשִׂים בְּאָזְנֵי יְהוֹשֻׁעַ (יז, יד)
פון דא זעהט מען אז עס איז נישט גענוג אז מען לערנט אין די תורה הקדושה און די ספרים הקדושים, נאר מען דארף פארן צו א צדיק לערנען פון זיין מויל תורה און הערן פון אים דער דרך פון עבודת השם.
כְּתֹב זֹאת זִכָּרוֹן בַּסֵּפֶר - האט הקב"ה געהייסן פאר משה רבינו. אבער דאס איז נישט גענוג, נאר וְשִׂים בְּאָזְנֵי יְהוֹשֻׁעַ – זאג אים אריין אין די אויערן, ער מוז הערן פון דיין מויל. ווייל די ווערטער וואס מ'הערט פון צדיק ברענגען אריין אין די מענטש א חיות דקדושה און עס האט א פיל גרעסערע תועלת.
מרן הבעש"ט הק' זי"ע
--
כְּתֹב זֹאת זִכָּרוֹן בַּסֵּפֶר וְשִׂים בְּאָזְנֵי יְהוֹשֻׁעַ כִּי מָחֹה אֶמְחֶה אֶת זֵכֶר עֲמָלֵק (יז, יד)
אין פר' כי תצא שטייט דאך תמחה את זכר עמלק, אז די מצוה איז אויף די אידן אויסצומעקן דאס געדעכעניש פון עמלק. איז דאך עס לכאורה א שטיקל סתירה מיט די פסוק דא אז דער אויבערשטער זאגט אז ער אליין וועט אויסמעקן עמלק?
טייטשט דער הייליגער ראפשיצער רב זי"ע, אזוי ווי מיר ווייסן אז די שטענדיגע מלחמת עמלק איז אונזער מלחמה מיט'ן יצר הרע, וועלכע מיר דארף אויסרייסן. חז"ל זאגן שוין אז דער מענטש אליין קען נישט מלחמה האלטן מיט'ן יצה"ר, נאר הקב"ה העלפט אים, אלמלא הקב"ה עוזרו לא יוכל לו.
דערפאר זאגט טאקע הקב"ה אז ער אליין, מחה אמחה את זכר עמלק. אויב אזוי וועט דאך דער מענטש שטיין אין די זייט און גארנישט העלפן אין די מלחמה? האט הקב"ה געהייסן: כתוב זאת זכרון בספר, זא"ת איז נוטריקון ת'מחה א'ת ז'כר. אריינשרייבן זאל מען אז עס איז א ציווי אויפ'ן איד אויסצומעקן עמלק. יעדער איינער דארף טוהן זיין ארבעט. אבער ושים באזני יהושע, פאר יהושע אין אויער קענסטו זאגן שטילערהייט, כִּי מָחֹה אֶמְחֶה אֶת זֵכֶר עֲמָלֵק – איך כביכול אליין וועל אויסמעקן דעם זכר פון עמלק!
--
וַיָּבֹא שְׁמוּאֵל אֶל שָׁאוּל וַיֹּאמֶר לוֹ שָׁאוּל בָּרוּךְ אַתָּה לַה' הֲקִימֹתִי אֶת דְּבַר ה' (שמואל א. טו, יג)
האט געפרעגט דער הייליגער ריזשינער זי"ע: ווי קען דאס שאול המלך זאגן אזא זאך, אז ער האט אויסגעפירט דעם דבר ה', ער האט דאך איבערגעלאזט די שאף און רינדער און דעם מלך אגג ביים לעבן?
האט דער ריזשינער עס פארענטפערט לויט די גמרא (שבת פח.) ויתיצבו בתחתית ההר, אמר רב אבדימי בר חמא בר חסא מלמד שכפה הקדוש ברוך הוא עליהם את ההר כגיגית ואמר להם: אם אתם מקבלים התורה מוטב, ואם לאו שם תהא קבורתכם! אמר רב אחא בר יעקב מכאן מודעא רבה לאורייתא. אמר רבא אף על פי כן הדור קבלוה בימי אחשורוש דכתיב קימו וקבלו היהודים, קיימו מה שקיבלו כבר.
ווען שאול האט איבערגעלאזט ביים לעבן דעם אגג מלך עמלק, איז פון אים ארויסגעקומען המן הרשע. צוליב המן און זיינע גזירות, און די גרויסע נס וואס איז דאן געשעהן, האבן די אידן מקבל געווען די גאנצע תורה נאכאמאל מאהבה. דאס האט שאול המלך געמיינט צו זאגן: הֲקִימֹתִי אֶת דְּבַר ה', ווייל איך האב איבערלאזט אגג, האב איך גורם געווען אז די תורה זאל האבן א קיום און עס זאל מער נישט זיין קיין מודעה רבה לאורייתא צוליב די כפה עליהם הר כגיגית.
--

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » זונטאג פאברואר 13, 2011 1:57 pm

ביי מעביר סדרה זיין האב איך מיך דערמאנט א ווארט אויף די פרשה וואס איך האב געהערט פון הרב טירנאער זצ"ל מיט יאהרען צוריק, (שיהא שפתותיו דובבות בקבר)
כעין אוויא דאס ווארט וואס יודל האט געשריבען אויבען בשם ילקוט האורים'
נאר א ביסעל אנדערשט.

די תורה זאגט 'ואתה תצוה את בני ישראל ויקחו אליך שמן זית זך'

די גמרא זאגט און הוריות י"ג ע"ב בשם ר' יוחנן
כשם שהזית משכח לימוד של שבעים שנה כך שמן זית משיב לימוד של שבעים שנה.

עס איז אויך ידוע פון ספרים אז שכחת התורה קומט פון די שברי לוחות. אויב די לוחות וואלטען נישט צובראכען געווארען וואלט מען נישט פארגעסען וואס מען לערענט.

האט הרב טירנאער זצ"ל געזאגט אז דאס קען זיין א רמז און פסוק.

'ואתה' און די, וואס די האסט צובראכען די לוחות און דורך דעם האסטו גורם געווען שכחת התורה,
'תצוה' זאלסט באפעלען אז 'ויקחו' ...שמן זית. מען זאל ברענגען שמן זית, וואס די סגולה שמן זית איז צוריק ברענגען וואס מעהאט פארגעסען.

יהא זכרו ברוך
the SCY is the limit

אוועטאר
מר. קליען
שר חמש מאות
תגובות: 738
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 15, 2010 1:41 pm
לאקאציע: אויפן באטעל

תגובהדורך מר. קליען » זונטאג פאברואר 13, 2011 4:32 pm

זייער שיין ר' שמחה
מקען אפשר צולייגן: כתית למאור
כתית מען דארף עס צושטויסן עס זאל ווערן שמן זית און נישט זית אליינס,כדי למאור עס זאל באלייכטען ווייל זית אליין איז שכחה
מעג מען דאס לאזן ליידיג אדער מען מוז עפעס שרייבן איינער ווייסט?

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלף
תגובות: 1656
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

ואתה תצוה

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » מאנטאג פאברואר 27, 2012 10:12 am

ואתה תצוה

זיידעניו האט שוין געברענגט אז תצוה אוז מלשון צוותא וחיבור, (וכן הוא בעוד ספרי חסידות מאור ושמש ועוד.

און ספר תפילה למשה טייטשט דער ישמח משה, אויפען פסוק תורת ה' תמימה, אז וויאזוי ווייסט א מענטש אויב זיין חידושי תורה איז אמת, דורך דעם וואס ער זעהט אז עס שטימט איבעראל, ווייל א אמתע תורה און גאנצען, איז גאנץ איבעראל און ער זעהט פלוצלונג ווי אלעס פאנגט אן צו שטימען, און נישט נאר אז איין שטיקעל שטומט.

לפי"ז קען מען טייטשען ואתה תצוה מלשון צוות וחיבור, ווען די ווילסט אז אלעס זאל זיך צוזאמנעמען צוזאמענקלעען (צוזאםפלעכטען), איז עס נאר אויב סאיז שמן זית זך, הרומז לתורה, אינגאנצען אמת אן קיין שמרים.(הרב טייטעלבוים)
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » דינסטאג פאברואר 28, 2012 8:11 am

ברוך שהחיינו וקימנו והגיענו לזמן הזה
כהאב געטראכט אז עס איז פאסיג צו שרייבען די תגובה אין ביהמ"ד דקהילתנו
און אויך אויסדרוקען נאך אמאהל אדאנק פאר דעם מייסד די ראשי הקהל און די גבאים פאר אהערשטעלען א ריינע פלאץ ווי ערליכע אידען קענען פארברענגען און אדארכשמועסען חשובע ענינים בכל מקצועות התורה
א פאר הערה'לעך
א
ואתה תצוה
משה רבינו ווערט נישט דערמאנט אין די סדרה און די ספרים שרייבען אז דאס איז ווייל ער האט געזאגט מחני נא מספרך
אין די סדרה זענען דא 101 פסוקים און דער סימן איז מיכאל
די ספרים שרייבען אז דער מלאך ממונה געגען שכחה איז מיכאל בסוד מאה פעמים ואחד
אתפשטותא דמשה בכל דרא ודרא יעדענס חלק אין תורה איז דארך דער ניצוץ פון משה רבינו כמשאז"ל משה שפיר קאמרת
און וויבאלד תורה איז נצחיית אזוי אויך משה רבינו
ובפרט אז משה איז כנגד ספירת נצח
דער העלם פון משה דהיינו מלשון פארגעסען איז אויך די אותיות וואס זעהן זיך נישט
דאס מיינט מם שין הא איז דער העלם מ י נ א וואס מאכט 101
איז דערפאר ווי עס ווערט נישט געברענגט משה נאר עס איז דא א העלם
דארף מען צו ברענגען מאה פעמים ואחד מיט דעם מלאך מיכאל א קעגען שכחה
ב
וחשב אפודתו אשר עליו כמעשהו ממנו יהיה
דער חיד"א זאגט א רמז בדרך כלל איז ביי עבירות מחשבה רעה נישט גערעכענט
נאר ביי עבודה זרה שטייט למען תפוש את בני ישראל בלבם אז מחשבה הייסט אויך געטוהן די עבירה
זאגט ער אפוד איז דאך מכפר אויף עבו"ז ממילא דארף אויך מכפר זיין אויף מחשבה
וחש"ב אפודתו כמעשה"ו ממנו יהיה
ג
תפתח את שתי האבנים על שמות בני ישראל
דער מהרי"ל דיסקין איז מפרש דעם "על" כפשוטו אז מען האט אויסגעקראצט די נעמען אויף דער אינטעשטער זייט
אזוי אז מען זאל עס קענען ליינען פון די נישט אויסגעקראצטע זייט
וויבאלד די שטיינער זענען דאך געווען דורכזיכטיג
איז דאך ממילא די שטיינער געווען איבער די נעמער
ד
ונשמע קולו בבואו אל הקודש
באקאנט די מעשה ווען דער פריערדיגע באבובער רב זצ"ל איז געווען אין מלחמה גרייט פאר קידוש השם
האט ער אהנגעהויבען זיין צוואה ונשמע קולו בבואו אל הקודש
שפעטער האט ער זיך געכאפט אז די סיפא פון דעם פסוק איז ולא ימות...
האט ער צוריסען די פאפיער און געווען פול ביטחון אז ער וועט געראטעוועט ווערען
וכך הוה...
ה
מזבח הזהב
די מפרשים שטעלען זיך פארוואס עס הייסט מזבח
אין זוה"ק שטייט אז מען שחט דער שטן דארך די קטורת
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג פאברואר 28, 2012 11:15 am

אויף תורה ב' מדברי רמש"פ, יש לציין לדברי הכלי יקר שכתב ממש דברים הללו בפסוק ועשו את האפד ע"ש.

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלף
תגובות: 1656
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » דינסטאג פאברואר 28, 2012 11:45 am

והחיד"א מביא מרבינו אפרים להיפך לטובה, ודחשב האפוד, מחשבה טובה למצוה, כמעשהו
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלף
תגובות: 1656
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

כתית למאור להעלות

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » דינסטאג פאברואר 28, 2012 10:02 pm

כתית למאור להעלות.
זאגט דער הייליגער אור לשמים, אז די זעסט א איד וואס ער איז כתית, ער איז צובראכען צושטויסען, למאור זאלסטו אים אויפלייכטען להעלות נר תמיד.
אולי מוסיף זיין ויקחו אליך, ויקחו איז מלשון לערנען א "לקח", (וואז דער שורש איז וואס "נעם" איך ארויס פון דעם) נעם דער לקח צו דיר, נישט נאר ווען דיין חבר איז צוברכען זאלסטו אים אויפלייכטען, נאר אויב דו טרעפסט דיך אליינס אמאל צובראכען, "לייכט דיך אויף".
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מיטוואך פאברואר 29, 2012 5:50 am

שיין
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2100
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » דינסטאג פאברואר 20, 2018 9:59 pm

ואתה תדבר אל כל חכמי לב. חתם סופר מפרש ואתה תדבר אל כל חכמי לב, דבר זה תאמר להם אשר מלאתיו רוח חכמה, כי דבר זה יחזק אותם לעשות מלאכתם בכח ואומץ
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט