דיונים ועיונים בפרשת משפטים

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

דיונים ועיונים על פרשת משפטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

דער ציבור וועט מיר אוודאי אנטשולדיגען,
פון גרויס ציטער און פרעשור פון די וואכענדיגע סדרה, איז מיר אלעס ארויס פון זכרון, כ'דענק שוין גארנישט,
כ'בעט אז א צווייטער זאל שרייבן עפעס א גוט ווארט (אויב ס'איז בכלל דא די וואך) אויף די סדרה.

יישר כוחכם
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

ווילסט עפעס הערן פון א שור תם און א שור מועד?
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

נישט קיין חילוק וואס, פון די שור'ס אדרבא.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3686
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יישר כח יגר'ל פארן ערפרישן די זכרונות פון אמאל.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

מה זה 'ערפרישן'?
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

אויב איינער קען מיר מסביר זיין, ווי אזוי רעכנט מען אויס צער, אז מ'קוקט וויפיל א מענטש וואלט זיך געלאזט באצאלן למשל אראפ צו נעמען איין האנט, אדער זיך לאזן כאפן א ברי, און אזויפיל דארף יענער באצאלן, מיין קשיא איז, ס'איז דא בכלל א סכום וואס איינער איז גרייט צו נעמען אז מ'זאל אים אראפ נעמען די האנט? און אויב יא מוז דאך יענער זיין משוגע, נו רעכנט מען זיך מיט א משוגע'נער?
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

איך הער, דיין קשיא איז מרפתין איגרא, דאכצעכמער אז רש"י פארענטפערט עס שוין.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

מיין קשיא האב איך געפרעגט שוין נאכן לערנען רש"י, קען זיין אז איך האב עס פארזעהן. ס'וואלט געווען א שיינע זאך פון דיין זייט אז דו זאלסט מיר אנצייגן ווי רש"י, פארענטפערט מיין קשיא.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

האומר (הכותב) דבר בשם אומרו מביא מגילה לעולם,
דאס האט קרעמער געשריבן אין אלט שטאט (הייד פארק) אויף די וואכענדיגע סדרה,
*
קרעמער
אזוי ווי מיין ביינאכט חברותא איז היינט נישט געקומען (פשוט אלס נקמה ווייל היינט פארטאגס האב איך אים געלאזט ווארטן אליין..) האב איך אביסל אדורכגעלערנט די חומש רש"י פון פרשת משפטים (איי איי ווער געדענקט נאך די פחד און די ספעציעלע "משפטים פיבער" וואס מיר פלעגן פעלשן יעדע יאר דאנערשטאג משפטים?).

איך האב באמערקט זייער אן אינטערסאנטע פשט אויף די פסוק עזוב תעזוב עמו. די פשוט'ע פשט איז, ווי רש"י זאגט העלף אים ארויס, אבער די תרגומים (אונקלוס און יונתן) זאגען א געוואלדיגע פשט, דער פסוק רעדט זיך דאך ווען מען זעט די אייזל פונעם שונא, זאגט מיר די תורה: עזוב לאז אפ די שנאה וואס דו האסט ביי דיר אין הארץ אויף יענעם, און תעזוב עמו זיי מוחל העלף אים ארויס פון זיין צרה!

די פשט איז מיר זייער געפאלן, כ'מיין אז איך האב עס נאך קיינמאל נישט געהערט בעפאר, און איך האב גלייך געקלערט אז איך וועל מיט דעם מהנה זיין דעם חשוב'ן ציבור אין די קרעטשמע.

*

אגב, די וואך איז באקאנט אז דער אבן עזרא שרייבט א שארפן אויסדרוק אויף א געוויסן מפרש וואס האט געזאגט אז כי יגח שור איש את שור רעהו טייטשט אזוי: ווען איין אקס וועט שטויסן זיין חבר, דעם אנדערן אקס. זאגט דער אבן עזרא: אין לשור ריע רק בן זוטא לבדו [אן אקס האט נישט קיין חבר, נאר דעם בן זוטא אליין, דאס איז די נאמען פון דעם מפרש] עכ"ל.

האב איך צוגעשריבן אין מיין "המאור" חומש (די בעסטע דרוק וואס איז נאר פארהאנען אין די וועלט, לעניית דעתי) א הגה, אז מיר געפונען יא אויף עטליכע פלעצער אז בהמות האבן חברים! זעה אין בבא קמא (מ"ח ע"ב) שרייבט די משנה שור שהיה מתכוין לחבירו, אזוי שרייבט אויך רש"י אין ב"ק (נ"ג ע"א) דהא חבירו דחפו עכ"ל.

איך גלייב שווער אז די חילוק כאפט צווישן דעם אויסרוק "רעהו" אדער "חבירו", אדרבה, אויב איינער האלט אנדערש, זאל ער מיר מודיע זיין.

שפעטער האב איך געהערט א שיעור פון א גרויסן גאון, האט ער אויך געפרעגט פון א גמרא אין מנחות (ט"ו ע"ב) וואס דארט שטייט חבירו כבש עיי"ש.
*
חייםושלום
קרעמער, דיין קשיא איז אינגאנצען נישט שווער. חבירו איז א לשון וואס ווערט כסדר באנוצט אויף די אויסדרוק אין אידיש "ענליכס". רש"י זאגסט אויף כמה מקומות "וחבירו במנחות" וכדו'. דאס הייסט אז ענליך געפונען מיר אין מס' מנחות. און דאס זעלבע איז מיט רעהו. אין די תורה זעה מיר ביי די לילאות אין משכן די אויסדרוק. ווען די פסוק זאל זאגן כי יגח שור איש את רעהו, וואלט אלעס געשטימט. ער האט געשטויסן זיין ענליכס. אבער ווען די פסוק זאגט שוין אז ער האט געשטויסן א צווייטע אקס, וואו קומט דא אריין רעהו?, אין אידיש שטייט דא: א אקס האט געשטויסן אן אנדערע אקס זיין חבר. דער אבן עזרא'ס קשיא איז א קושיא חותכת! וואס וויל דא די תורה מיט רעהו? עס שטייט שוין ער האט געשטויסן אן אנדערע אקס. וואס חבר ווען חבר? וואס ענליכס ווען ענליכס?
*
קרעמער
חייםושלום;

איך וועל דיר מעתיק זיין די גאנצע שטיקל פונעם אבן עזרא מיט די טייטש (וויאזוי איך פארשטיי עס):

עס שטייט אין פסוק וכי יגף (שור איש את שור רעהו), זאגט דער אבן עזרא אזוי: אמר בן זוטא בן זוטא זאגט כי רעהו תואר לשור אז דאס וואס עס שטייט אין פסוק "רעהו" גייט ארויף אויפן אקס, אז איין אקס האט געשטויסן דעם צווייטן אקס "זיין חבר", ולא ראה כי "שור איש" סמוך הוא, וכן הוא "שור רעהו" ער האט פארזעהן אז "שור איש" גייט אינאיינעם, דער שור פונעם איש, און אזוי אויך "שור רעהו" מיינט דער שור פונעם חבר, און נישט דער שור "דער" חבר. [דער אבן עזרא פירט אויס] ואין לשור ריע רק בן זוטא לבדו אן אקס האט נישט קיין חבר, אויסער בן זוטא... עכ"ל הנוגע לענינינו.

אויף דעם ארויף האב איך געפרעגט - און שפעטער האב איך דאס געהערט אין א שיעור פון א גרויסן גאון זצ"ל - אז מיר געפונען יא אויף עטליכע פלעצער די אויסדרוק "חבר" ביי בעלי חיים.

מילא דאס וואס דו ענטפערסט אז חבירו מיינט 'ענליך', פיין. אבער דיין פשט אין אבן עזרא הויב איך נישט אן צו פארשטיין.
****
ודבפח"ח,
כ'ברענג נאר די תורה'דיגע חלק,
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

מאשקע האט געשריבן:מה זה 'ערפרישן'?


די F5 קנעפל = REFRESH
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יישר כח צייטליך פארן זיין א דולה ומשקה מתורת היידפארק לקרעטשמע, תשואת חן חן לך.

אגב, דארט אין יענעם אשכול איז דא א ניק "צייטליך", ביסטו דאס?
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

קרעמער, איך וואלט געגליכן ווען דו מאכסט דיך ווען וואוסנדיג פון מיין קשיא.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

מען רעדט דאך דארט קלאר פון איינער וואס גייט סייווי פארלירן דעם האנט (דער קעניג האט באפוילן מען זאל עס אים ארונטערנעמען - מסתמא איז דאס געווען אין איראן), ער קען זיך נאר אויסוועלן אויב מען זאל אים פארשלעפן אדער נישט, און פאר די ריכטיגע פרייז וועט מען אים מאכן נישט שפירן די צער פונעם אפהאקן.

רש"י זאגט דאס קלאר.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

כעל נאכקוקן, דאכט זיך מיר רש"י זאגט פלעין אדם כיוצא בו וואלט זיך געלאזט וכו'.
אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסטער »

איך_הער, ער זאגט דאס נאר וועגן אזא פאל ווען ס'בלייבט נישט קיין מום און ס'איז דא בלויז צער:
"כויה תחת כויה - מכות אש, ועד עכשיו דבר בחבלה שיש בה פחת דמים, ועכשיו בשאין בה פחת דמים, אלא צער, כגון כוואו בשפוד על צפרנו אומדים כמה אדם כיוצא בזה רוצה ליטול להיות מצטער כך"
די וואָר הענגט אויף א האָר
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

קרעמער, נייין, דאס איז נישט איך.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יישר כח צייטליך פארן ענטפערן.
און א ריזן יישר כח הער ערנסטער פאר די חסידישע ווארט.
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

איך_הער האט געשריבן:אויב איינער קען מיר מסביר זיין, ווי אזוי רעכנט מען אויס צער, אז מ'קוקט וויפיל א מענטש וואלט זיך געלאזט באצאלן למשל אראפ צו נעמען איין האנט, אדער זיך לאזן כאפן א ברי, און אזויפיל דארף יענער באצאלן, מיין קשיא איז, ס'איז דא בכלל א סכום וואס איינער איז גרייט צו נעמען אז מ'זאל אים אראפ נעמען די האנט? און אויב יא מוז דאך יענער זיין משוגע, נו רעכנט מען זיך מיט א משוגע'נער?


איך הער טוה א קוק דא, אין מס' בב"ק פ"ה ע"א, צער במקום נזק היכי שיימינן וכו' וועט דיר לכאורה אלעס קלאר ווערן.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

דיונים ועיונים בפרשת משפטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

א שיינעם דאנק זארעכ.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

אויפן פסוק "אם כופר יושת עליו" זעהט מיר אויס וויא א מחלוקות רש"י און רמב"ן.
פון רמב"ן איז משמע אז דער בעל השור האט א ברירה צו ער וויל צאלען כופר צו נישט. ווידער פון רש"י זעהט אויס אז ער האט נישט קין ברירה, נאר ער איז מחויב צו צאלען.
איך וואלט גיואלט פרעגען פון די חבירי הפורם צי איך לערען ריכטיג פשט אין רמב"ן.
the SCY is the limit
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

שלום עליכם סקי-מ"ח-נ"א (אדער ד' אלפים תתנ"א);

דער רמב"ן שרייבט קלארע דיבורים: אם כפר יושת עליו בעבור היות הכפר כפרה כענין הקרבנות, ואם הוא אינו חפץ בה אין מכריחים אותו לבא לב"ד לחייבו בכך, ואפילו אם חייבוהו אין ממשכנין אותו, בעבור זה אמר "אם".

וואס קווענקלסטו?
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

וויסט די פון נאך ראשונים וואס האלטען אזוי?
the SCY is the limit
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

אין נאך מער.
אויב איינער איז מחויב א קרבן, האט ער אויך א ברירה צו ער וויל אדער נישט
the SCY is the limit
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

בליל ש"ק העבר בינותי בספרים ומצאתי את שאהבה נפשי במנחת חינוך מצוה נ"א והוא בדף רסג בהוצאה של מכון ירושלים בהגה"ות קומץ מנחה שהקשה קשות על זה הרמב"ן וז"ל שם

"וצע"ג שלא הביא שהיא איבעיא בש"ס ולא איפשיטא, ובצד אחד אמרינן שם דהוא חייב רק דאין ממשכנין,
ובדברי הרמב"ן מבואר דאין חיוב כלל, וצ"ע דכמו חייבי חטאות אע"ג דאין משכנין מ"מ חיבא איכא, הכי
נמי בכופר. וכו' וצע"ג "
the SCY is the limit
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”