ליקוטים וענינים על פרשת יתרו

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

ליקוטים וענינים על פרשת יתרו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער ערשטער דיבור:

אנכי ה' אלקיך

דער אל"ף האט זיך בארואיגט
אין מדרש שטייט אז 26 דורות האט שוין די אות אל"ף געהאט טענות אז מ'האט אנגעפאנגען די תורה מיט א ב' ב'ראשית ברא, האט אים השי"ת גענטפערט זארג נישט דו וועסט נאך אמאל ווערן באצאלט, און יעצט איז דאס מקוים געווארען ווען מ'האט אנגעפאנגען די עשרת הדברות מיט אן א' אנכי ה' אלוקיך.

א אל"ף האט נישט קיין גלייכען
ר' יוסי האט געזאגט א יעדע אות האט א גלייכען צו דעם ווי למשל ח' מיט ה' זעט אויס די זעלבע, ב - כ, ו - ז, און אזוי ווייטער, אבער א אל"ף האט נישט קיין גלייכען, וועגן דעם האט די אויבערשטער געזאגט די מצוה פון אמונה מיט א א' אז אזוי ווי די אות א' האט נישט קיין גלייכען האט דער אויבערשטער אויך נישט קיין גלייכען.

אנכי איז א מצריש'ע שפראך
ר' נחמי' האט געזאגט אז אנכי שטאמט פון די מצרי'שע שפראך, א משל צו א קעניג וואס זיין זון איז פארטריבען געווארען צווישען פאנגער'ס און ער האט זיך אויסגעלערנט די שפראך פון זיי האט זיין טאטע אנגעפאנגען קודם צו רעדען מיט אים די שפראך וואס ער איז געווען צוגעוואוינט, די זעלבע זאך האט פאסירט יעצט ווען די אידן זענען געווען אין מצרים האבן זיי זיך אויסגעלערנט די שפראך און אין זייער שפראך זאגט מען איך "אנוך", האט השי"ת אויך אנגעפאנגען מיט די ווארט אנכי וואס איז די לשון.

דער סימן וואס יעקב האט געגעבען
א ליבהאבער פון קעניג האט געהאלטען פאר'ן שטארבן האט ער געזאגט פאר זיינע קינדער איך וועל ענק זאגן א סימן וואס אויב איינער וועט ענק דאס זאגן וועט איר וויסען אז ער איז דער קעניג, דאס זעלביגע האט יעקב געזאגט פאר זיינע קינדער ווען ער האט געהאלטען פאר'ן שטארבן אז די סימן פון השי"ת איז די ווארט "אנכי, ווייל פאר מיין זיידען אברהם האט ער געזאגט "אנכי" מגן לך, פאר מיין טאטען יצחק "אנכי" אלוקי אברהם אביך, פאר מיר אליין "אנכי" האל בית אל, און די זעלבע אויב ער וועט קומען מיט די לשון וועט עטץ וויסען אז ער איז דאס, ווען דער אויבישטער האט געזאגט אנכי האבן זיי דערקענט אז דאס איז דער באשעפער.

ראשי תיבות
ר' יוחנן האט געזאגט אנכ"י איז ר"ת א'נא נ'פשאי כ'תבית י'הבית - דאס מיינט אז ווער עס לערנט די תורה גייט אין אים אריין א חלק פון כביכול.
די אויבערשטער טרייסט די אידן

ר' שמעון בר יוחאי האט געזאגט אז אנכי איז א לשון פון תנחומים – טרייסטען, ווי ס'שטייט אין פסוק "אנכי אנכי הוא מנחמכם" אז א קעניג האט אמאל איבערגעלאזט די קעניגען פאר א לאנגע צייט און געפארען אין מדינת הים ווען ער איז שפעטער צוריק געקומען האט זי פארלאנגט פון אים אז ער זאל דאפלען איר כתובה און נאר אזוי גייט זי צוריק, די זעלבע זאך דא, זאגט השי"ת ביים בארג סיני האב איך נאר געזאגט איינמאל פאר ענק אנכי, אבער אין ירושלים וועל איך שוין זאגן צוויי מאל אנכי, ווי ס'שטייט אין פסוק "אנכי אנכי הוא מנחמכם".
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער צווייטער דיבור:

לא תעשה לך פסל

אליין א פסל
איינער פון די צדיקים האט געטייטש דעם פסוק לא תעשה לך פסל, לויט ווי מיר ווייסען אז ווען איינער טוט א עבירה ווערט די עבירה איינגעקריצט אויפ זיין שטערען און ס'נעמט ח"ו אראפ די צלם אלוקים, דאס זאגט די פסוק לא תעשה "לך" פסל זאלסט נישט מאכן פון דיר אליין א פסל א פאלטשע בילד אויף דיר, נאר וואס דען וכל תמונה, זאלסט בלייבן גאנץ מיט דיין געשטאלט.


צי מען מעג עס אפוואשען שבת,
מענין לענין באותו ענין, האט אמאל ר' איציקעל זצ"ל פון אנטווערפען געפרעגט הרה"ק מסאטמאר זי"ע לויט ווי ס'שטייט אין די ספרים אז די סגולה אפצומעקען די עבירות איז א מ'וויינט זיך אויס פאר'ן באשעפער און מ'נעמט די טרערען און מ'לייגט עס אויפ'ן שטערען און ס'מעקט זיך אפ, האט ער געפרעגט הרה"ק מסאטמאר צי מען מעג עס טוהן אין שבת? האט ער אים קודם גענטפערט אין די הלכה, און דערנאך האט ער אים געזאגט אז מיר ווייסען אז אלע ל"ט הלכות לערנט מען ארויס פון בית המקדש, אלעס וואס איז געווען א מלאכה אין ביהמ"ק טאר מען נישט טוהן, און די סארט מחיקה איז אין ביהמ"ק נישט געווען דערפאר איז עס נישט קיין איסור.

א שטיקעל זוהר הקדוש
אין זוה"ק שטייט אז איינער וואס זאגט אייגענע תורה וואס ער האט נישט מקבל געווען פון זיין רבי'ן אויף אים זאגט דער פסוק לא תעשה לך פסל וכו' און ווען זיין נשמה וועט אריינקומען אין היכל וועט אים דער אויבערשטער ארויסווארפן ר"ל, ר' אבא האט געזאגט ס'שטייט דא לא תעשה לך פסל און ס'שטייט פסל לך שני לוחות אבנים, דאס מיינט צו זאגן אז די זאלסט דיר נישט מאכן א אייגענע תורה.

פוקד עון אבות
דער אלשי"ך הקדוש טייטש אז פוקד איז פון לשון ולא "יפקד" ממנו איש - פעלען, און עון איז פון לשון יסורים ווי ס'שטייט ימקו בעונם, און דער פשט איז פוקד - ער רעכנט אראפ עון אבות - דאס וואס די עלטערען האבן יסורים על בנים פון זייערע קינדער אז זיי וועלען שוין נישט דארפען ליידען, אבער פארקערט אויב די טאטע באקומט שכר רעכנט מען דאס גארנישט אראפ און די קינדער און שפעטערע דורות קענען אויך באקומען.

די ערשטע צוויי בלשון נוכח
אין זוהר הקדוש שטייט אז די ערשטע צוויי דברות וואס דער אויבערשטער אליין האט געזאגט איז געשריבען אלעס בלשון נוכח "הוצאתיך" "על פני" וכו' ווייל דאס האט דער אויבערשטער גערעדט צו די אידן אליין, אבער די אנדערע דברות וואס ס'איז געקומען דורך א שליח משה רבינו שטייט שוין בלשון נסתר "לא תשא את שם ה'" און ס'שטייט נישט שמי, ווייל דאס איז געווען דורך א שליח.

מסירות נפש
אין מכילתא שטייט לאוהבי - דאס איז אברהם וואס ער איז די ליבהאבער פון אויבערשטען, ולשומרי מצוותי - דאס איז די אידן וואס זענען מקיים די מצוות מיט מסירות נפש און זענען זיך מקריב פאר השי"ת, די בא
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער דריטער דיבור:

לא תשא

די וועלט ציטערט
די גמרא זאגט בשעת דער אויבערשטער האט געזאגט די דיבור "לא תשא" האט די גאנצע וועלט געציטערט פון שרעק, זאגט דער גמרא ווייל ביי קיין איין פלאץ שטייט נישט "לא ינקה" נאר דא וואס דאס מיינט אז השי"ת וועט נישט מוחל זיין, און ווי די גמרא פירט אויס אז ביי סתם א עבירה שטראפט מען נאר אים, אבער ביי א פאלשע שבועה שטראפט מען אויך די גאנצע וועלט.


די עונש פון א פאלשע שבועה בשוגג
די גמרא פארציילט אז א פרוי האט אמאל געבאקען א קיכעל און בטעות איז אריינגעפאלען אין די טייג צוויי דינרים, איר מאן איז אהיים געקומען און איר געפרעגט ווי דאס געלט איז, האט זי נישט געוויסט און געגאנגען פרעגען אירע שכנים צו זיי ווייסען עפעס דערפון, ווען זיי האבן געזאגט אז זיי ווייסען נישט האט זי געשוואוירען אז דער וואס האט עס, זאל באגראבען ר"ל אירע קינדער, שפעטער זענען אירע קינדער געשטארבן, דערנאך האט זי איינמאל אויפגעבראכען דעם טייגעל און געטראפען איר געלט דארט האט מען פארשטאנען פארוואס די קינדער זענען געשטארבן, ווען די חכמים האבן געהערט די מעשה האבן זיי געזאגט אז פון דא זעהט מען אז א שבועה טאר מען נישט נוצען סיי בשוגג און סיי במזיד.

מ'שווערט מיט שופרות
אין די גמרא שטייט אמר ר' סימון פארוואס ווען מ'היייסט איינעם ביי בי"ד שווערן בלאזט מען מיט שופרות?, האט ער גענטפערט אז מ'זאל זיך לערנען פון די שופרות, אזוי ווי א שופר קומט קודם אנגעפולט מיט ביינער און דערנאך ליידיגט מען עס אויס און ס'ווערט הויל פון אינעווענדיג, דאס זעלביגע וועט זיין מיט איינעם וואס שווערט פאלש ער וועט ווערן ליידיג פון זיין פארמעגען.

שארפע ווערטער פון אבן עזרא
דער אבן עזרא זאגט אסאך מענטשען טראכטען אז די עבירה פון שווערן איז א גרינגע עבירה, דער אמת איז אבער אז דאס איז נאך הארבער ווי אלע עבירות, ווייל די אלע עבירות פון רציחה און ניאוף קען מען נישט עובר זיין כסדר, אבער די עבירה פון שבועת שוא ווער עס געוויינט זיך דערצו איז דאס עובר כסדר, ווייל ווען מ'פרעגט אים, האסט געשוואוירען, זאגט ער איך שווער אז נישט, "און ווען ס'וואלט נאר געווען די עבירה ביי אידן איז שוין גענוג א עבירה פארוואס די גלות איז אזוי לאנג" ווייל ס'איז א גרויסע חילול השם...

וואס מיינט שבועת שוא?
די חכמים זאגן אז אלע שבועות גייט אריין בכלל שבועת שוא, למשל איינער וואס מאכט א ברכה לבטלה, אדער ער זאגט ארויס די נאמען פון השי"ת אומזיסט, איינער וואס זאגט שבחים פאר השי"ת מער ווי די נביאים האבן געמאכט, אדער ווער ס'הערט ווי מ'דערמאט די נאמען פון השי"ת אומזיסט און ער איז נישט מוחה.

ביים בענטשען - ברויט אויפן טיש
אין זוהר הקדוש שטייט אז איינער וואס ביים בענטשען האט נישט קיין ברויט אויפן טיש נאר די טיש איז ליידיג גייט אויך אריין אין די לאו לא תשא את שם השם לשוא - לריק, אויף א ליידיגע טיש ביים בענטשען.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער פערטער דיבור:

זכור את יום השבת לקדשו

זכור מיט וויין
פון די ווארט זכור לערנען די חכמים ארויס אז מ'דארף מאכן קידוש מיט וויין שבת ביינאכט, ווייל מיר געפונען אין הושע י"ד די פסוק זאגט זכרו "כיין" לבנון, זעה איך אז די לשון זכור ניצט מען ביי וויין, ס’איז דא א מחלוקה אין מס' נזיר צווישן רש"י און תוס' צי דאס איז א דארייתא אבער א דרבנן.

מצות עשה דאורייתא
ר' יהודה בן בתירה האט געזאגט פון ווי ווייס איך אז ווען איינער ציילט די טעג פון די וואך דארף ער ציילען צו שבת, ראשון בשבת אאו"ו, פון די ווארט זכור זעט מען אז א גאנצע וואך דארף מען געדענקען אז ס'איז דא א שבת נישט ווי גוים וואס ציילען אנדערשט.

נישט טראכטען שבת
דער טור ברענגט אין סימן ש"ו א מדרש ועשית כל מלאכתך, פרעגט דער מדרש ווי קען מען דען אין 6 טעג מאכן די גאנצע מלאכה? נאר א מענטש דארף זיך אין שבת פארשטעלען ווי די גאנצע מלאכה איז שוין געטוהן און ער זאל גארנישט טראכטען פון זיין ארבעט אין שבת, און א מעשה ברענגט ער צו פון א חסיד וואס ס'האט זיך ביי אים אין פעלד צובראכען די צוים און ער האט עס באמערקט אין שבת און געטראכט עס צו פארעכטען, נאר אזוי ווי ער האט געטראכט אזא מחשבה האט ער עס שוין מער קיינמאל נישט פאראכטען, האט ער באקומען שכר און ס'איז אים ארויס געוואקסען א בוים מיט'ן נאמען "צלף" און פון דעם האט ער מיט זיינע אלע קינדער געהאט פרנסה אלע זיינע טעג בזכות השבת.

שבת איז א פלאטר מיט די אידן
ר' שמעון בר יוחאי האט פארגעלענט אז דער שבת איז געקומען פאר'ן אויבערשטען און געפרעגט אז אלע טעג האבן א פלטאר זונטאג - מאנטיג, אאו"ו נאר איך האב נישט קיין פלטאר, האט השי"ת געזאגט כנסת ישראל וועט זיין דיין פאר, יעצט ווען ס'איז געקומען צו מתן תורה האט דער אויבערשטער געזאגט געדענקט איך האב צוגעזאגט פאר'ן שבת אז איר זענט זיין פלטאר.

די שכר פון "כבוד שבת"
אין מדרש ווערט פארציילט ר' ישמעאל האט געפרעגט רבי פארוואס האבן די בני סוריא אזויפיל גוט'ס האט ער אים גענטפערט אין זכות פון האלטען שבת, האט ר' חייא פארציילט איינמאל האט מיך איינער פון לודקיא איינגעלאדענט האב איך געזעהן ווי מ'שלעפט פאר אים 24 בעטען פיל מיט זילבער און גאלד, און ס'איז געווען דארט אלע ערליי עסענווארג פון די גאנצע וועלט, און צוויי קינדער זענען געשטאנען און געזאגט די פסוקים לה' הארץ ומלואה, לי הכסף ולי הזהב נאום ה' כדאי ער זאל זיך נישט גרויס האלטען מיט די געלט, האב איך אים געפרעגט פון ווי ער האט באקומען אזויפיל געלט, האט ער גענטפערט ווייל איך האב געגעבען כבוד פאר שבת און אלע פעטע בהמות וואס איך האב געהאט האב איך אוועק געלייגט אויף שבת.

זכור את יום השבת לקדשו
במה אתה מקדשו - במאכל ובמשתה ובכסות נקייה, שלא יהא סעודתך בשבת כסעודתך בחול, שבת קודש דארף אלעס אנדערש אויסזעהן.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער פינפטער דיבור:

כבד את אביך ואת אמך

נאר טאטע - מאמע
דער אור החיים הקדוש ברענגט אז מיר זעהן אז השי"ת האט נישט געהייסען געבען כבוד נישט פאר קיין נשיא אדער מלך און אפילו נישט פאר אים אליין נאר פאר טאטע - מאמע, און אפילו דאס אז מ'דארף געבען פאר אים כבוד שטייט אויך נישט אין פסוק נאר אין משלי שטייט כבד את ה' מהונך, אבער פאר טאטע - מאמע שטייט נישט נאר סתם אין די תורה נאר טאקע ממש אין די עשרת הדברות דאס ווייזט ווי וויכטיג דאס איז.

כבוד מיט א שיינע וועג
די גמרא ברענגט אין מסכת קידושין אז ס'קען זיין דא איינער וואס הייסט זיין טאטע'ן ארבעטען און ער איז זוכה לחיי עולם הבא און ס'קען זיין איינער וואס געט עסן פאר זיין טאטע'ן די בעסטע עופות פלייש און ער פארטרייבט זיך פון חיי עולם הבא, ברענגט רש"י דארט א מעשה פון ירושלמי אויף דעם, אז ס'איז געווען איינער וואס ס'איז געקומען א באפעל פון קעניג אז זיין טאטע דארף גיין ארבעטען פאר'ן קעניג ביטערע שווערע ארבעט האט ער געזאגט פאר זיין טאטע דו בלייב דא ארבעטען מיט'ן מילשטיין און איך וועל גיין אנשטאט דיר צום קעניג ארבעטען, כאטשיג ער האט געהייסען זיין טאטע'ן ארבעטען איז ער זוכה לחיי העוה"ב ווייל ער האט למעשה מכבד געווען זיין טאטע, אבער ס'איז געווען איינער וואס האט געגעבען יעדען טאג גוטע עופות פלייש פאר זיין טאטע איינמאל האט אים זיין טאטע געפרעגט פון וואו נעמסטו די פלייש? האט ער געזאגט פאר'ן טאטע וואס גייט דיר אן דו עס און פארטיג, אזא איינער איז פארקערט ער ווערט פארטריבען פון עוה"ב, קומט אויס אז כיבוד אב ואם ווענדט זיך וויאזוי ער איז מכבד זיין טאטע - מאמע, אויך ביי עשו געפונען מיר אויך אז ער האט אנגעטון די טייערע מלבושים ווען ער איז געגאנגען מכבד זיין יצחק אבינו זיין טאטען.

ספר החינוך (מצוה כ"ז)
דער חינוך וואס ער איז געווען א ראשון זאגט אז ס'איז ראוי פאר א מענטש ער זאל מכיר טובה זיין פאר די וואס האבן מיט אים געטוהן א טובה, און ער זאל נישט זיין א נער און א כפוי טובה ווייל דאס איז א מורא'דיגע שלעכטע און א מיאוס'ע מדה פאר'ן אויבערשטען און פאר מענטשען, און ער זאל אריינטראכטען און פארשטיין אז נאר דורך זיי איז ער אראפגעקומען אויף די וועלט, און וועגן דעם דארף ער זיי פרובירען צו טוהן וואס ער קען נאר, און ווען ער וועט דאס גוט פארשטיין און זיך איינגעוואוינען מיט דעם וועט ער אריינטראכטען אז קל וחומר מ'דארף געבען כבוד פאר'ן אויבערשטען וואס ער געט אים אלעס און ווען נישט השי"ת געט אים שכל וואלט ער געווען ווי א בהמה און פון דעם וועט ער אפשאצען ווי ס'דארף זיין.

א ווערטעל...
די גמרא זאגט אז עולא האט גע'דרש'נט ביים טיר פון ביהמ"ד אז ביי כבד את אביך האבן אפילו די גוים אויך מסכים געווען אז די אויבערשטער רעדט גוטע זאכן, וואס עפעס האט ער עס געזאגט ביים טיר? נאר ס'איז דא אזעלכע וואס קומען אין ביהמ"ד נאר צו יזכור פאר זייער טאטע האט ער עס גע'דרש'נט ביי די טיר, ווען ער איז ארויס ביי יזכור, ווי גרויס די מצוה פון כיבוד אב איז.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער זעקסטער דיבור:

לא תרצח

די פגם פון רציחה
אין מכילתא שטייט אז אנכי מיט לא תרצח איז געשטאנען איינס קעגען די אנדערע ווייל איינער וואס איז נישט נזהר אין רציחה רעכענט אויף אים די פסוק אזוי ווי ער האט שוואך געמאכט די כח פון כביכול דער אויבערשטער, א משל צו א קעניג וואס האט אויף געשטעלט אין שטאט אזעלכע סטאטועס פון זיין פנים און איינער האט עס צווארפען האט ער מיט דעם שוואך געמאכט דעם קעניג די זעלבע זאך איז מיט איינעם וואס איז עובר אויף רציחה ווייל אין פסוק שטייט אז א מענטש ווערט געבוירען מיט'ן צלם אלוקים און ממילא ווען איינער הארגעט איינעם מאכט ער שוואך כביכול ח"ו.

די שארפע עונש לעת"ל
אין מדרש שטייט אז לעתיד לבוא וועט דו נרצח אויפשטיין און וועט בעטען השי"ת דו האסט מיך באשאפען, געשפייזט, און דער רוצח איז געגאנגען און ער האט מיך גע’הרג’ט, נעם נקמה פאר מיין בלוט וואס ער האט פארגאסען, וועט השי"ת ווערן אין כעס און וועט יענעם רוצח אריינלייגען אין גיהינם אריין, און דער נרצח וועט צוזעהן די נקמה.

"לא" און נישט "אל"
מיר זעהן אז אין פסוק שטייט נישט אל תרצח נאר לא תרצח, דאס קומט ווייזן אז דער פסוק וויל נישט דוקא זאגן אז מ'טאר נישט הארגענען נאר די פסוק וויל זאגן אז מ'זאל נישט טוהן אזעלכע זאכן וואס ברענגען צו צי רציחה.

א קטמץ און א פחתחח
דער ווילנער גאון ז"ל איז מדייק אז בציבור ליינט מען תרצח מיט א קמץ און ביחידות ליינט מען מיט א פתח, זאגט ער לויט די גמרא אין מס' עבודה זרה וואס דרשענט די פסוק כי רבים חללים הפילה אז דאס מיינט איינער וואס איז נאכנישט געקומען צו די מדריגה פון קענען פסקענען און ער פסקענט יא,און ועצומים כל הרוגיה מייינט איינער וואס קען יא פאסקענען און ער האלט זיך צוריק, קומט אויס אז ס'איז דא צוויי ערליי עבירות איינער וואס דארף יא רעדען און ער רעדט נישט, און איינער וואס דארף נישט רעדען און ער רעדט יא, און קמ"ץ איז מרמז אויף צוזאם געצויגען, און פתח איז טייטש אפען, דאס ווייזט אז ס'איז דא א עבירה פון אפען מויל און א עבירה פון א צוגעמאכט מויל און ביידע איז א שאלה פון רציחה - לא תרצטח.

נאך א פשט
א ענליכע פשט שטייט אין ספרים אויף דעם דיוק, נאך מער דארף מען פארשטיין פארוואס ביחידות זאגט מען מיט א פתח און בציבור ליינט מען מיט א קמץ, שטייט ווייל ס'איז דא צוויי מיני רציחות איינס איז ממש הארגענען און ס'גיסט בלוט, און איינס איז די עבירה פון הלבנת פנים, די חילוק צווישען די צוויי איז ווייל די עבירה פון רציחה ממש איז אפילו ביחידות אויך אבער די עבירה פון הלבנת פנים איז נאר מלבין פני חבירו ברבים, איז במילא ווען מ'ליינט בציבור זאגט מין מיט א קמ"ץ וואס דאס איז טייטש צוזאם נעמען וואס דאס מיינט פארשעמען יענעם און די בלוט לויפט צוזאם אין פנים, און דאס איז נאר ברבים דערפאר ליינט מען דאס ברבים, אבער די אנדרע ענין פון רציחה איז פת"ח אז די בלוט לויפט אפענערהייט, דאס איז אפילו ביחידות דערפאר ליינט מען מיט א פתח ביחיד.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער זיבעטער דיבור:

לא תנאף

דער איסור פון שמירת עינים
דער בני יששכר אין זיין הייליג ספר דרך פקודיך איז מאריך בנועם שיח און שיינע מוסר רייד וועגן די הארבע עבירה פון שמירת עינים וואס גייט אריין אין די לאו פון לא תנאף, און ער זאגט אז א מענטש דארף מתפלל זיין צו השי"ת אז ער זאל ניצול ווערן פון ראיות אסורות ווייל די ראי' פון א מענטש איז נישט ברשות האדם ווייל אין איין מינוט קען ער ח"ו זעהן נישט גוטע זאכן, אבער אויב מען בעט פון השי"ת איז דא דער כלל פון נאמן בעל מלאכתנו שישלם אז השי"ת באצאלט דערפאר און היט אפ.

ס'איז נישט קיין פרומע זאך
ער ברענגט ווייטער ס'איז דא מענטשען וואס מיינען אז ס'איז נישט מער ווי א חסידות זיך צו היטן די אויגען וויסען זאלסטו וויסען אז ס'איז א איסור דאורייתא און א בפירוש'ע פסוק לא תתירו אחרי לבבכם וכו' און אפילו א מענטש וואס קלערט אז ס'וועט אים גארנישט שאטען האט אבער סיי ווי סיי עובר געווען אויף א איסור מן התורה.

א מעשה שהיה
דער בני יששכר ברענגט ווייטער, איך וועל דיר פארציילען וואס מיין חבר הרב המפורסם בקדושתו ר' משה סופר מ'פשעווארסק זי"ע האט מיר געזאגט אז ער איז אמאל געפארען אין א שטאט און איז איינגעשטאנען אין א גאסט הויז האבן זיך דארט צוזאם גענומען חסידים וואס האבן געוואלט הערען אין עבדות השם, איז דארט געווען איינער א עושר פון בראד וואס האט גערעדט זייער ברייט און געזאגט איך וויל אייך עפעס פרעגען אויב איר וועט ענטפערן איז גוט אז נישט איז א סימן אז איר זענט א באנדע בלאפער, האט מען אים געהייסען פרעגען האט ער פארציילט אז אמאל איז געווען ביי אים אין שטאט דער ערשטער ר' משה מ'פשעווארסק ז"ל (זיין זיידע) און ער האט געהאט אסאך חסידים און איך האב מיך באטראכט אז איך וועל אויך גיין צו אים אזוי ווי איך בין אריינגעקומען האט ער זיך אנגערופען אז יעצט איז אריינגעקומען א מענטש וואס איז עובר אויף לא תנאף, און איך ווייס ביי מיר אז איך האב נאך קיינמאל נישט עובר געווען אויף די לאו, וואס איז פשט אין די ווערטער, פארציילט ער פאר'ן בנ"י איך האב געבעטען פון השי"ת אז ער זאל מיר ווייזן די ריכטיגע תירוץ פאר דעם מענטש און איך האב געפענט א גמרא און פונקט געפענט א מאמר חז"ל וועגן ראיות אסורות, האב איך אים געזאגט אז אינטערוועגענס גייענדיג צו מיין זיידען האסטו געקוקט אויף פרעמדע נשים און זיך מטמא געווען די אויגען איז אריין אין דיר א פגם פון די לאו פון לא תנאף און דערפאר האט ער געזאגט אז איר האט עובר געווען אויף לא תנאף.

ענפים פון די עבירה
מיר געפונען אין די גמרא אז איינער וואס האלט זיך גרויס איז ווי גלייך ער איז עובר אויף לא תנאף, אויך ווען איינער גייט אריין אין די פרנסה פון זיין חבר איז גלייך ווי ער האט עובר געווען אויף די לאו.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער אכטער דיבור:

לא תגנוב

וואס גניבה איז גורם
אין זוהר הקדוש שטייט אז ביי די לוחות איז געווען לא תגנוב געשריבען אקעגען לא תשא את שם אלוקיך לשוא, ווייל דער וואס איז נישט געווארענט אין גניבה דער וועט שווערן פאלטש אויך אויף די גניבות.

זיבן סארט גנבים
דער ערשטער אין די ריי איז ווען איינער איז גונב דעת חבירו, און ער מאכט זיך גוט צו יענעם, דער צווייטער איז ווער ס'פעלטש אין מאס און די וואג, דער דריטער איז ווער ס'גנבעט א נפש מישראל וואס ער איז זיך מחייב בנפשו, דער פערטער איז ווער ס'איז א שותף מיט' גנב און צוטיילט זיך מיט אים, דער פיפטער איז דער וואס דארף ווערן פארקויפט פאר א עבד וועגן זיין גניבה, דער זעקסטער איז ווער ס'גנבעט פון א גנב, און דער זיבעטער איז ווער ס'גנבעט אויף צוריק צוגעבען.

בלשון יחיד
דער ווילנער גאון ז"ל האט מדיייק געווען אז דא שטייט לא תגנוב בלשון יחיד און אין פרשת קדושים שטייט לא תגנובו בלשון רבים, האט ער פארענטפערט אז דא רעדט מען פון גונב נפשות און דאס איז דא זייער ווייניג שטייט עס בלשון יחיד, אבער אין קדושים רעדט מען פון א גונב ממון און דאס איז ליידער דא אסאך.

וכל העם רואים את הקולות – בדרך צחות
שטייט אין ספרים א טעם פארוואס ס'האט אויסגעפעלט אז מ'זאל זעהן די קולות, ווייל ביי לא תגנוב וואלט ווען איינער געקענט זאגן אז ס'מיינט "לו" תגנוב אז מ'זאל ח"ו יא גנב'נען דערפאר האט מען געזעהן אז מ'זאגט "לא" תגנוב מ'טאר נישט.

זיבן מדות טובות לערנט מען פון א גנב
פון הרה"ק ר"ר משה לייב מסאסוב זי"ע שטייט אז ס'איז דא זיבן זאכן וואס מ'לערנט ארויס פון א גנב און מ'קען עס אויסנוצען צו יראת שמים:
1) ארבעט נאר ביינאכט ווען קיינער זעהט נישט, די זעלבע דארף מען טוהן פאר'ן אויבערשטען אלעס באהאלטערנערהייט.
2) יעדע נאכט נוצט ער אויס און לאזט נישט איבער קיין איין נאכט, די זעלבע דארף מען אויסנוצען יעדען נאכט צו תורה און יראת שמים.
3) וואס ער קען טוהן טוט ער צו האבן ווי מער געלט, די זעלבע איז מיט תורה ווי מער מ'קען אריינכאפען.
4) נישט אויסזאגן קיין סודות, די זעלבע דארף מען אלעס האלטען ביי זיך נישט אלעס זאגן.
5) נישט מודה זיין פאר קיינעם און זיך נישט לאזען אפילו מיט יסורים, די זעלבע טאר מען זיך קיינמאל נישט לאזען פון יצר הרע.
6) נישט זאגן לשון הרע אויף זיינע חברים און שותפים, די זעלבע טאר מען נישט זאגן שלעכט'ס אויף א אנדערע איד.
7) אלעס וואס ער האט זיך אנגעפלאגט קען ער פארלירען אין איין מינוט, די זעלבע זאך אלעס וואס מ'פלאגט זיך אן קען מען ח"ו פארלירען מיט גרויסע עבירות ר"ל.

מענין לענין באותו ענין
אויך האט ער געזאגט אז מ'קען פון א קינד זיך ארויס לערנען דריי זאכן:
1) ער זיצט קיינמאל נישט ליידיג.
2) ווען ער דארף עפעס וויינט ער.
3) ווען ער באקומט די זאך וואס ער דארף פרייט ער זיך תיכף ומיד.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער ניינטער דיבור:

לא תענה

אקעגען שבת
אין זוהר הקדוש שטייט אז די לאו פון לא תענה איז אקעגען שבת קודש אין די לוחות, ווייל א מענטש וואס היט שבת זאגט עדות אז השי"ת האט באשאפען די וועלט, ווי ס'שטייט אין די גמרא אויף איינעם וואס זאגט ויכלו (און וועגן דעם זאגט מען ויכלו שטייענדיגערהייט אזוי ווי עדות זאגן).

די עונש פון פאלטש עדות זאגן
אין גמרא שטייט ווער ס'רעדט לשון הרע און זאגט עדות שקר איז ראוי מ'זאל אים ווארפען פאר די הונט, ווייל אין פסוק שטייט לכלב תשלוכין אותו און נעבען דעם שטייט לא תשא שמע שסטואא.

וואס מיינט אלס לא תענה
דער חיד"א שרייבט אז ס'איז דא זאכן וואס גייט אריין אין דעם לאו פון לא תענה, ווי מוציא שם רע, און איינער פארשפרייט אויף איינעם אז ער איז נישט א עושר, און איינער וואס ליינט קר"ש אן די תפילין וואס די גמרא זאגט אז דאס איז ווי א מעיד עדות שקר.

א מעשה שהיה
צום ווילנער גאון ז"ל איז געקומען א איד מיט א געוויין אז מ'האט אויסגעטראכט א בילבול אז זי האט געטון א גרויסע עבירה און מ'האט געדינגען פאלטשע עדות און זיי ווילען נישט צוריק ציען און ער בעט דעם גר"א אז ער זאל אים ארויסהעלפען, האט דער גר"א געלאזט רופען די צוויי עדות און זיי אויסגעפרעגט, דערנאך האט ער ארויסגעשיקט איינעם פון שטוב און אים אויסגעפרעגט זיין עדות און אים ארויסגעשיקט און אריינגערופען דעם צווייטען און אויסגעפרעגט, דערנאך האט ער ביידע אריינגערופען און געשריגען זייט אייך שוין מודה איר זענט שקרנים, און מסביר געווען פון ווי ער ווייסט, ווייל זיי זאגן אלעס פונקטליך די זעלבע זאך אויף די האר איז א סימן אז ס'איז אפגעשמועסט און ער האט געברענט ראיות דערצו פון א גמרא און אזוי איז געפאסקענט אין שו"ע.

אין דעם איז תלוי די תורה
דער בנ"י אין זיין ספר דרך פקודך ברענגט א מורא'דיגע זאך אז ווער ס'איז עובר אויף איין זאך פון די תורה איז ער פסול לעדות און ער קען נישט מקיים זיין די לאו פון לא תענה און ער מוז נאכמאל מגולגל ווערן כדאי צו קענען מקיים זיין די לאו.

קען נישט ליינען קר"ש
נאך שרייבט ער אז אין די לאו שטייט אויך אז ווען איינער איז א בעל עבירה ל"ע איז די קר"ש וואס ער ליינט נישט קיין קר"ש, ווייל קר"ש איז אזוי ווי א עדות און ער איז פסול לעדות.

דריי טעמים אין די מצוה
אין דרך פקודיך שטייט, דריי טעמים אויף דעם לאו:
א) ווייל טאמער וועט מען מעגען זאגן עדות מיט ליגענט וועט דאס גורם זיין רציחות און גזילה ווייל מ'וועט זיך ארויסדרייען מיט עדות שקר.
ב) דער מהר"מ הבבלי לייגט צו א טעם ווייל דאס איז ווי כפירה ווייל מיר ווייסען אז הקב"ה שטייט ביי א דין תורה ווי ס'שטייט אין פסוק אלוקים נצב בעדת א' און אז ער קען דארט זאגן ליגענט איז ער א כופר בעיקר ווייל ער גלייבט נישט אז השי"ת איז דארט.
ג) נאך זאגט ער, ווייל די אויבערשטער האט אלעס באשאפען מיט אמת ווי זיין זיגעל איז, און אז ער רעדט מיט ליגענט באשאפט ער אזא זאך וואס דער אויבערשטער האט נישט געמאכט איז ער ווי א עבודה זרה ר"ל.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער צענטער דיבור:

לא תחמוד

די באקאנטע קשיא פון אבן עזרא
ווי קען די תורה אנזאגן אז מ'זאל נישט גלוסטען דאס איז א זאך וואס ווענדט זיך אין הארץ און ווי קען מען דאס אנזאגן פאר א מענטש אז ער זאל נישט גלוסטען ווען ער זעהט א שיינע זאך, ??? (דער בני יששכר שרייבט טאקע אז די איסור איז טאקע נישט צוטראכטען ווייל דאס קען מען נישט אנווארענען נאר ער דארף פראבירען נישט צו לאנג אריינטראכטען אין די מחשבה) ענטפערט ער מיט א משל ווען א דארפסמאן זעהט א בת מלך וועט ער נישט ועלען מיט איר חתונה האבן ווייל ער ווייסט ער קען נישט דערגרייכען דערצו, די זעלבע זאך איז ווען א מענטש טראכט אריין און גלייבט אז אלעס וואס איז אים באשערט באקומט ער סיי ווי סיי און וואס נישט באקומט ער נישט וועט ער נישט גלוסטען צו א פרעמדענ'ס זאכן ווייל ער ווייסט ער קען נישט דערגרייכען דערצו ווייל ס'איז אים נישט באשערט, במילא דארף זיך א מענטש פרייען מיט זין חלק און נישט גלוסטען פון יענעם.

דער בריסקער רב'ס תירוץ
מיט א משל צו א מענטש וואס האט אים אנגעכאפט א גלוסטעניש צו א עבירה און אנגעפאנגען נאכצולויפען דערנאך אינמיטן איז אנגעקומען א טייך וואס איז געווען פארפרוירען, איז ער דארט ארויפגעגאנגען און ווייטער געלאפען נאך זיין תאווה, אינמיטן האט די אייז זיך אנגעפאנגען צוברעכען און ער איז שיעור ארייגעפאלען, אין יענע רגע וואס ער האט זיך אזוי דערשראקען איז זיין גאנצע תאווה אויסגערינען פון שרעק, די זעלבע זאך ווען א מענטש האט מורא פון א עבירה איז די שרעק אליין דארף אוועקנעמען די תאווה ווייל ער ווייסט אז דאס איז א עבירה און ווי קען ער עס עובר זיין, לויט דעם איז פאר ענטפערט די קשיא פון אבן עזרא, (צדיקים האבן געזאגט אז מ'דארף זיין א בריסקער גאון צוזאגן אזא תירוץ).

פרעמדע געלט
דער יהודי הקדוש זאגט אז די פסוק האט צוזאם געשטעלט צוויי איסורים לא תחמוד אשת רעך און לא תחמוד בית רעך, צוזאגן אז פונקט ווי מיט א פרעמדע פרוי טאר מען זיך נישט מייחד זיין די זעלבע מיט פרעמדע געלט טאר מען זיך נישט מייחד זיין און מ'דארף אוועקגיין דערפון זייער שטארק.

די ספק פון בני יששכר
דער בני יששכר קלערט אריין אין זיין ספר דרך פקודיך צו די לאו פון לא תחמוד מיינט נאר אז מ'טאר נישט גלוסטען יענעמ'ס א חפץ אבער מ'מעג וועלען אליין האבן אזא מין זאך אדער קען זיין פשט איז אז מ'טאר אפילו נישט וועלען האבן אזא מין ענליכע זאך ווייל יענער האט עס, און ער איז פושט אזוי ווי די צווייט'ע וועג אז מ'טאר גארנישט גלוסטען און ער ברענגט עס בפירוש פון א זוהר הקדוש וואס איז מדייק אז אין פסוק שטייט איבעראל צווישען די לא א פסיק צו ווייזן אז אמאל מעג מען עס יא, אבער ביי לא תחמוד טאר מען קיינמאל נישט ממילא שטייט נישט א פסיק ווייל דאס איז אייביג פארבאטען, אויסער ביי לימוד התורה מעג מען יא ווי מיר ווייסען קנאת סופרים תרבה חכמה אז די קנאה פון תלמידי חכמים ברענגט נאך תורה
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

אשר לרעך - ז' מצוות דרבנן
שטייט אז אין די עשרת הדברות ביז אשר לרעך איז דא 613 אותיות ווי די תרי"ג מצוות,
און אין אשר לרעך איז מרומז די ז' מצוות דרבנן ווי פאלגענד:
א' א'ורה (נר חנוכה)
ש' ש'בת (נר שבת)
ר' ר'נה (קריאת ההלל)
ל' ל'קריאה (קריאת מגילה בפורים)
ר' ר'חיצה (נטילת ידים)
ע' ע'ירובין
ך' כ'ברכותיך (ברכת הודאה וברכת המזון)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

רעכטע זייט הרמז והשייכות לינקע זייט

אנכי ה' אלוקיך אז ווער ס'הרג'ט טוט ממעט זיין כביכול אין די דמות פון אויבערשטען ווייל יעדע איד האט אין זיך א חלק אלוקי ממעל. לא תרצח
לא יהיה לך אלהים אחרים אז עבודה זרה איז אזוי הארב ווי ניאוף ר"ל. לא תנאף
לא תשא אז ווער ס'גנב'ט וועט סוף כל סוף אויך שווערן פאלטש ווען מ'וועט אים רופען צו א דין תורה. לא תגנוב
זכור את יום השבת. ווער ס'זאגט פאלטש עדות זאגט דער אויבערשטער אז ס'איז אזוי ווי ער זאגט אז דער אויבערשטער האט נישט באשאפען די וועלט און נישט גערוט אין שב"ק. לא תענה ברעך עד שקר
כבד את אביך ווער ס'גלוסט יענעמ'ס ווייב וועט האבן אזעלכע קינדער וואס וועלען נישט מקיים זיין כבד את אביך. לא תחמוד
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער חיד"א ברענגט אין נאמען פון תשב"ץ אז דערפאר הייסט עס עשרת "הדברות". און נישט עשרת הדברים, ווייל דברות איז בגימטריא 612, (מיט'ן כולל 613) א רמז אויף די תרי"ג מצות, וואס איז מרומז אין די עשרת הדברות.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

מעלין בקודש
the SCY is the limit
גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 11, 2009 2:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבאי ביהמד »

scy4851 האט געשריבן:מעלין בקודש
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אקארשט געהערט פון הרה"ח המרומם ר' סענדער דייטש ז"ל, מיר גיבן אים איבער דאס ווארט:

דער רבי האט מיר אמאל דערציילט, ר' שלום קאמינקא'ער פלעגט ארומפארן אין שטעלעך און ישובים ווי פארצייטענס איז געווען דער סדר, אמאל זייענדיג ביי א ישוב'ניק האט אים דער בעה"ב געבעטן ער זאל פארהערן זיין זון, פרעגט ר' שלום קאמינקא'ער דעם זון, וועלכע גמרא לערנסטו? ענפערט דער זון, "יתרו" פרעגט אים ר' שלום, און ווער איז געווען יתרו? זאגט דער זון, צו ערשט איז ער געווען א גלח און ער האט זיך גע'שמד'ט און געווארן א רבי.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

ידוע הטעם אמאי עשה דוחה לא תעשה, שבקבלת התורה פתח בעשה, אנכי השם וכו' ואחריו אמר ל"ת לא יהיה לך וכו, לכן עשה דוחה ל"ת.

בזה אמרתי בבחרותי, שמובא בספרים הק' (כמדומה בספה"ק נועם אלימלך פר' שופטים) על לא יהיה לך אלוקים אחרים על פני, שאיש הישראלי יש לו צלם אלוקים, בצלם דמות תבניתו, וכשאדם עושה עבירה רח"ל פוגם בצלמו ותחת צלם אלוקים, חלא אלוקי ממעל, לובש צורתו אלוקים אחרים רח"ל, וזה הפי' לא יהיה לך אלוקים אחרים על פני. והעצה היצועה להחזיר הצלם אלוקים על פניו, הוא להתחזק באמונת השם, ממש עד מסי"נ, ובזה יחזיר לו הצלם אלוקים.

לכן מתחיל התורה בעשה, אנכי השם אלוקיך, האמונה הטהורה זכה וברורה שדוחה לא יהיה לך אלוקים אחרים על פני, שעשה של האמונה ידחה האלוקים אחרים ויחזיר לאיש היהודי הצלם אלוקים.

(אמרי יוסלמאן – תשנ"ח)
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

יוסלמאן האט געשריבן:(אמרי יוסלמאן – תשנ"ח)

דאס געהערט אין אשכול "ספרים חדשים".
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

משה קאפויער האט געשריבן:וישמע יתרו.
פירש"י מה שמועה שמע ובא קריעת ים סוף ומלחמת עמלק.

שטייט אין ספר "דברי תורה" להגה"ק בעל מנחת אלעזר ממונקאטש זי"ע (ח"א אות ע"א) אז ער האט געהערט פון זיינע הייליגע עלטערן זי"ע אז זיין זיידע דער הייליגער בני יששכר זי"ע האט זיך אמאל אויפגעכאפט פון א דרימל שבת נאכמיטאג פאר מנחה, און ער האט געזאגט אז א אלטער איד האט זיך אנטפלעקט צו אים אין חלום, און ער האט אים געזאגט אז וישמ"ע איז נוטריקון ש'מע מ'לחמת ע'מלק ו'קריעת י'ם. [און אזוי שטייט אויך אין ספר חמרא טבא].

און דער בעל הטורים זאגט,
ו"ישמע י"תרו כ"הן מ"דין ח"תן בגי' א"לה ה"ם ק"ריעת ה"ים ו"מלחמת ע"מלק
the SCY is the limit
אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

וַיִּקַּח יִתְרוֹ חֹתֵן משֶׁה עֹלָה וּזְבָחִים לֵאלֹקִים (יח, יב)

פארוואס שטייט ויקח, נישט והקריב אדער והעלה יתרו?

עס איז באקאנט די טעם פון קרבנות, ווייל הקב"ה וויל אז דער מענטש זאל האבן א צובראכן הארץ פאר אים. אזוי ווי חז"ל דרשנ'ן אויפ'ן פסוק "זבחי אלקים רוח נשברה", און אזוי ווי עס איז טאקע געווען די סדר אין ביהמ"ק ווען א איד האט געברענגט א קרבן, האבן אים די כהנים און לויים מעורר געווען לתשובה שלימה איידער מען האט מקריב זיין קרבן.

יתרו איז דאך געזעצן ברומו של עולם און האט אלעס אנגעווארן צוליב זיין אמונה אין אויבערשטען און ארויסגעגאנגען צו א וויסטע מדבר כדי זיך מתדבק צו זיין אין דעם עם הנבחר. מיט די דאזיגע מעשים זיינע האט ער שוין צובראכן זיין הארץ און וועזן און זיך משפיל געווען. ווערט עס גערעכנט כאילו יתרו האט זיך זעלבסט מקריב געווען אלס קרבן. דערפאר שטייט וַיִּקַּח יִתְרוֹ עֹלָה וּזְבָחִים, אז ער האט זיך אליין גענומען בשפלות ובשברון לב, וואס דאס איז די ריכטיגע עולה און זבחים פאר'ן אויבערשטען, אזוי ווי דער פסוק זאגט זבחי אלקים רוח נשברה.

חוט של חסד לבעל שבט מוסר

--

כִּי יִהְיֶה לָהֶם דָּבָר בָּא אֵלַי (יח, טז)

צום ווארשאווער רב ר' בעריש מייזליש ז"ל פלעג אריינקומען א יונגערמאן, א גרויסער מפולפל, און האט כסדר פארדרייעט דעם קאפ מיט זיינע פלפול'דיגע קשיות, אויפ'ן דרך פון היכי תמצא'ס און טעארעטישע שאלות.

דעם רב האבן ענדליך די דאזיגע שאלות דערעסן און ער האט זיך שוין מער נישט געוואלט אומקוקן אויף דעם אפטן גאסט און אים אפילו נישט מכבד געווען זיך אראפצוזעצן. ווען דער מפולפל האט געפרעגט דעם רב פארוואס ער באהאנדלט אים אזוי, האט אים ר' בעריש אנגעוויזן פון די וואכעדיגע סדרה און געזאגט בדרך צחות אז משה רבינו האט זיך אויך אזוי געפירט:

אין פסוק שטייט אז משה רבינו האט געענטפערט אויף זיין שווער יתרו'ס פראגע: "מדוע אתה יושב לבדך וכל העם נצב עליך" מיט די ווערטער: "כי יהי' להם דבר בא אלי". זענען דאך שווער צוויי קשיות. איינס: מיט דעם ווערט נאכנישט פארענטפערט פארוואס משה רבינו זיצט און לאזט דעם עולם שטיין א גאנצן טאג. דאס איז דאך בכלל נישט קיין "תשובה ממין השאלה"! צווייטנס: פארוואס האט משה רבינו געזאגט "כי יהי' להם דבר" מיט א לשון עתיד, אנשטאט כי "יש" להם דבר, א לשון הוה?

נאר איין קשיא ווערט פארענטפערט מיט די צווייטע: משה רבינו האט געענטפערט פאר יתרו אז דערפאר בעט ער נישט דאס פאלק זיצן, ווייל זיי פרעגן אים נישט קיין פאקטישע שאלות פון טאג טעגליכן לעבן, נאר טעארעטישע שאלות: "כי יהי' להם דבר - וואס וועט זיין אויב עס וועט זיך טרעפן אזוי און אזוי". נו, פאר אזעלכע שאלות וואס פארדרייען אומזיסט דעם קאפ, דארף ער נישט מכבד זיין צו זיצן. לאזט ער די פרעגערס שטייען א גאנצן טאג...

--

עַתָּה שְׁמַע בְּקֹלִי אִיעָצְךָ וִיהִי אֱלֹקִים עִמָּךְ (יח, יט)

לכאורה פון די ווערטער פון יתרו איז משמע אז ביז היינט חלילה איז נישט געווען אֱלֹקִים עִמָּךְ, קען מען דען אזוינס זאגן?

נאר די כוונה קען זיין לויט די קשיא פון זוה"ק, ווי אזוי קען די שכינה זיין בעדת קל בשעת א משפט, די משנה זאגט דאך אז די בעלי דינים דארפן אנהויב זיין אין די אויגן פון די דיינים אזוי ווי רשעים (אבות פ"א – כשיהיו בעלי דינים עומדים לפניך יהיו בעיניך כרשעים, וכשנפטרים מלפניך יהיו בעיניך כזכאין כשקבלו עליהם את הדין), און די שכינה קען דאך נישט זיין מיט א רשע אונטער איין דאך? נאר ווייל ווען די בעלי דינים גייען ארויס און די דיינים רעדן זיך דורך, זיי זענען נושא ונותן בדין, דאן רוהט דארט די שכינה.

דאס האט יתרו געזאגט פאר משרע"ה, מדוע אתה יושב לבדך וגו', ווייל ווען משה רבינו איז געווען דן יחידי, האבן די בעלי דינים נישט געדארפט ארויסגיין, ווייל ער האט נישט געהאט מיט וועמען זיך דורכצורעדן. טא וואו קען דארט רוען די שכינה? דערפאר האט יתרו גע'עצה'ט מיט חכמה אז ער זאל אויפנעמען נאך דיינים מיט זיך, אזוי ארום וועלן די בעלי דינים מוזן ארויסגיין, און דאן וִיהִי אֱלֹקִים עִמָּךְ, אזוי ווי די זוה"ק פארענטפערט כנ"ל.

עדות ביוסף עה"ת בשם הגאון מו"ה אליעזר ז"ל מקראקא

--
משה'עלע
שר האלף
תגובות: 1237
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 24, 2012 9:25 am
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה'עלע »

ארויף אויפען טיש
ביי ביי.
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4410
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

זיידעניו האט געשריבן:דער פערטער דיבור:
זכור את יום השבת לקדשו
במה אתה מקדשו - במאכל ובמשתה ובכסות נקייה, שלא יהא סעודתך בשבת כסעודתך בחול, שבת קודש דארף אלעס אנדערש אויסזעהן.

ווי שטייט די לימוד? די גמרא אין מס' שבת לערנט עס ארויס פין אם תשוב אבער נישט סעודת שבת
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3157
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

שילדערונג פון יתרו'ס באגעגעניש מיט משה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

עלנד אליינס קומט משה אן קיין מדין אנטלויפנדיג פון פרעה'ס שווערד, ענדליך קען ער זיך שוין אפרוען פון וועג, אנקומענדיג אין שטאט גייט ער פארביי דעם ברינעם, זעצט ער זיך דארט אוועק ווארטנדיג עמיצער זאל רחמנות באקומען אויף אים און אהיימרופן צו זיך פאר א וועטשערע און געלעגער.
נאך די מעשה חסד מיט יתרו'ס טעכטער מיט די וואסער פאר זייערע שאף, נעמט יתרו דעם משה צו זיך אהיים, און גיבט אים צו עסן און צו אנקליידן, דערצו מאכט ער אים גאר חתונה מיט זיין אייגן טאכטער, און האלט אים אויף קעסט ביי אים. און משה נעמט זיך צום שאף פאשעריי כדרכי האבות והשבטים הקדושים.
אזוי האט דאס אנגעהאלטן א שיינע פאר יאר, ביז איין שיינעם טאג ווען דער אייבירשטער האט זיך באוויזן צו משה ביים דארן, און אים באפוילן זיך צו גט'ן פון זיין פרוי (זוה"ק, וכדעת רבי יהושע במכילתא, ודברים רבה בסופו).
יעצט ווען מען האלט שוין נאך יציאת מצרים און קריעת ים סוף, יתרו הערט די וואונדערליכע הימלישע נסים וואס איז פארגעקומען, וויל ער קומען זיך מגייר זיין, נעמט ער די מיה און זוכט אויף זיין געוועזענע איידעם משה אין מדבר (עיין ספורנו יח, ב), און וועם נעמט ער מיט מיט זיך? נישט קיין צווייטער נאר צפורה! די אפגע'גט'ע ווייב!
(אוה"ח הק' ומלבי"ם עה"כ אחר שלוחיה)
משה רבינו פון זיין זייט, האט שוין לאנג פארגעסן פון זיין שווער די גלח, וואס קיין עבודה זרה איז נישט פארהאן וואס ער האט זיך נישט אויסגעקענט דערמיט און געדינט דערצו, ער ליגט אריינגעטוהן כל כולו אין רוחניות און אין די עבודת הקודש צו לערנען מיטן פאלק און זיי צוגרייטן צו קבלת התורה וואס קומט פאר אט אט ביז געציילטע וואכן (למ"ד יתרו בא קודם מתן תורה).
יתרו קומט שוין נענטער און נענטער צו משה'ס געצעלט, שיקט ער א שליח מודיע זיין אז די שווער קומט (ובתנחומא ישן איתא דבר פלא: לא היה יכול לבוא אצל משה, מה עשה, כתב אגרת, וקשרה בחץ, וירה ובא החץ אצל משה וקרא אותה משה ויצא אצלו). משה אנשטאט אים אוועקשיקן און לאזן גיין פון ווי ער קומט, גייט ער ארויס אנטקעגן אים אים מקבל פנים זיין, און מיט אים קומען מיט אלע גדולי הדור, און ווער נישט, משה נעמט שיין אויף יתרו דער גלח, ביקט זיך פאר אים און קישט אים, און ליידנט אים איין צום סעודה מיט די באטיילונג פון אהרן און אלע חשובע זקנים, ווען ער אליין שטייט און באדינט דעם עולם אפגעבענדיג דעם גרעסטן כבוד פאר יתרו כהן מדין.
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”