דברי תורה על פרשת השבוע בדרך צחות

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1035
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

דברי תורה על פרשת השבוע בדרך צחות

תגובהדורך פויער » דאנארשטאג ינואר 29, 2009 3:45 pm

איך האב נישט געוואלט לייגן צוזאמען מיט די געהעריגע דברי תורה וועגן עס פאסט האב איך געמאכט א באזונדער אשכול

מנהלים אחראים טוט וואס איר פארשטייט...

עס שטייט ביי ארבה ויסר ממנו רק את המות הזה פרעגט זיך די קשיא ער האט שוין געהאט ערוב מיט ברד דארטן האט ער נישט געזאגט מות הזה פונקט דא יא, נאר די בעל הטורים זאגט אז די ארבה האט גערוהט שבת (מסורה וינח בכל גבול מצרים וינח ביום השביעי עיי"ש), ממילא פאר פרומע מכות האט ער זיך שוין דערשראקען, מפי השמועה
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6655
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » פרייטאג ינואר 30, 2009 12:49 pm

משה רבינו האט געזאגט פאר פרעה ער גייט אוהם שיקען א רבי פאר א מכה
הנני מביא מחר א'רבי בגבוליך.

דערנאך האט פרעה זיך געבעטען והסר מעלי רק את המות הזה
the SCY is the limit

שמן זית
שר חמש מאות
תגובות: 933
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2009 7:54 pm

תגובהדורך שמן זית » דינסטאג פאברואר 03, 2009 5:33 pm

והסר מעלינו את המות הזה די מחלה הידוע
וואס לפניו לא היה כן ואחריו לא יהיה
(פינקי וועבער בחתונה של הרב דוד דוב דושינסקי חדב''נ כ''ק אדמו''ר מהר"א מ'סאטמאר שליט''א)

אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1035
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

תגובהדורך פויער » פרייטאג פאברואר 06, 2009 5:44 am

דער הייליגער מגיד רבי נחום מטשערנאביל זי"ע איז אמאל געקומען אין א שטאט ווי עס איז געווען אסאך מתנגדים אין ער האט געוואלט זאגן א דרשה עס איז געווען פרשת בשלח האט ער אנגעפאנגען ויהי בשלח פרעה את העם האט דער עולם אריינעשריגן ולא נחם נישט נחום זאל רעדן האט ער געגעבן א שריי אלוקים דרך ארץ דער באשעפער וויל אז מען האבן דרך ארץ
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!

אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1035
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

תגובהדורך פויער » פרייטאג פאברואר 06, 2009 5:47 am

שטייט ויהפך לבב פרעה וכו' כי שלחנו את ישראל מעבדינו זאגט רשי בשביל ממונם שהשאילם קען מען זאגן בדרך הלצה אז מיט די היינטיגע מצב קען מען עס פארשטיין די בענק האבן געבארגט צופיל געלט ממילא איז אלעס געגאנגען קראכען מיז מען אוועקשיקן די ארבעטער, כי שלחנו את ישראל מעבדינו פארוואס האבן זיי אוועקגעשיקט בשביל ממונם שהשאילם מען האט ארויסגעגעבן צופיל געלט אין די עקאנאמיע איז אריין אין דער ערד
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1385
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

'גרשון' בן עמינדב

תגובהדורך מונאוויטש » זונטאג ינואר 28, 2018 8:43 am

בחול המועד פסח היגש בעל דרשן אחד אל הבימה ופתח ואמר:

רבותי ! עוד כמה ימים יחול 'שביעי של פסח' בו אנו קוראים בתורה את קריאת ים סוף. באו נתבונן מה ארע שם.

כולם ודאי יודעים כמה נורא היה מצבם של עם ישראל באותה עת. מאות אלפי יהודים צועדים עם נשותיהם וילדיהם הקטנים , מאחוריהם שועטים מליוני פרשים מצריים , ולפניהם - ים סוף. אין לאן לברוח! באותם רגעים נצרך מעשה של מסירות נפש שיציל את עם ישראל ויגרם לכך שהים יבקע. ללא מעשה של מסירות נפש - לא היו יכולים להנצל!

היה שם יהודי אחד בשם גרשון בן עמינדב...

כל הקהל מתחיל ללחש נחשון בן עמינדב, נחשון הן עמינדב! אבל מיודעינו האברך עשה עצמו כאינו שומע וממשיך לתאר במילים ציוריות את התלבטויותו הקשות של גרשון בן עמינדב.

מה עליו לעשות בעת הזו: מצד אחד נצרך מעשה של מסירות נפש לקפוץ למים, מצד שני - מה יהיה על אישתו וילדיו הקטנים מי ידאג להם כאשר ימות בטביעה?

ואף על פי כן, החליט גרשון בן עמינדב, יש למסור נפש, בלי להתחשב בשיקולים אחרים כלל! ובכן -המשיך האברך - היה ברור לו שללא מסירות נפש לא יזוז דבר. החליט אפוא גרשון בן עמינדב שהוא קופץ לתוך המים, אלא שלהפתעתו המרובה את מי הוא פוגש שם? את נחשון בן עמינדב שהקדימו בכמה רגעים ...

אם נחשון לא היה מקדים את גרשון - עד היום היה הנס נקרא ע"ש גרשון!

כך מפסיד אדם זכות עולמית של קידוש ה' בעקבות השתהות ותהיות - סיים הדרשן. כשייש לך רעיון טוב - הזדרז לקפוץ ולבצע אותו מיד,
קנה עולמך מיד לפמי שיקדימוך אחרים!

אוועטאר
זענדל
שר חמש מאות
תגובות: 537
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:41 am

פרשת יתרו

תגובהדורך זענדל » זונטאג ינואר 28, 2018 9:57 am

וישלח משה את חותנו, מ'זאגט איבער אז משה האט געגעבן פאר זיין שווער "שלישי", ווייל ער האט געוואלט "שישי" (עשרת הדברות) פאר זיך, דערפאר האט ער איהם אוועק געשיקט
ל'א נ'שאר ז'ולת ד'לת ע

אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2000
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » זונטאג ינואר 28, 2018 3:35 pm

פויער האט געשריבן:דער הייליגער מגיד רבי נחום מטשערנאביל זי"ע איז אמאל געקומען אין א שטאט ווי עס איז געווען אסאך מתנגדים אין ער האט געוואלט זאגן א דרשה עס איז געווען פרשת בשלח האט ער אנגעפאנגען ויהי בשלח פרעה את העם האט דער עולם אריינעשריגן ולא נחם נישט נחום זאל רעדן האט ער געגעבן א שריי אלוקים דרך ארץ דער באשעפער וויל אז מען האבן דרך ארץ

איך האב געהערט די מעשה אז די שקצים האבן געשריגן און אים נישט געלאזט רעדן, האט ער געזאגט
ולא נח"ם אלקים, נחום איז טאקע נישט קיין באשעפער אבער דרך ארץ פלשתים, די רשעים זאלן האבן דרך ארץ...
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק

אוועטאר
זענדל
שר חמש מאות
תגובות: 537
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:41 am

פרשת יתרו

תגובהדורך זענדל » זונטאג ינואר 28, 2018 4:37 pm

וישתחו וישק לו
פארוואס האט משה זיך געבוקט צו יתרו און יתרו נישט צו משה?\
ווויייל רש"י זאגט אז יתרו האט געדינט אלע עבודה זרה'ס
סא מ'זאל איהם נישט חושד זיין אז דאס איז נאך א עבודה זרה..
(הג"ר משה פיינשטיין זצ"ל, דרש משה ח"ב )
ל'א נ'שאר ז'ולת ד'לת ע

מוכר ספרים
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 2:12 pm

תגובהדורך מוכר ספרים » דאנארשטאג פאברואר 01, 2018 2:46 pm

כהן מדין חותן משה.
ווען עס האט אים געכאפט צו א גוטע מינוט האט ער געדארפט אריינקלערן אז כהן מדין, און ווען עס האט אים געכאפט א שוואכע מינוט האט ער געדארפט אריינטראכטן אז ער איז חותן משה (ספרים).
מאכט זיך זייער שווער אז א מוכר ספרים זאל זיין א שיינע פארדינער

אוועטאר
זענדל
שר חמש מאות
תגובות: 537
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:41 am

פרשת משפטים

תגובהדורך זענדל » דינסטאג פאברואר 06, 2018 5:04 am

אם כסף תלוה אעת העני עמך, האט ר' יהושע'לע דזשיקעווער זצ"ל געטייטשט, דער סדר אז ארימאן קומעט לייען געלט פונ'ם עושר, זאגט ער איהם: מיינסטע בין איך אזא גרויסער גביר, איך בין אויך א ארימאן ווי דו, דאס זאגט דער פסוק, ווען "אם כסף תלווה" ענטפערט ער "את העני עמך" איך בין גלייך מיט דיר....
ל'א נ'שאר ז'ולת ד'לת ע

אוועטאר
טשעירמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע: אויפן באלעמער

תגובהדורך טשעירמאן » דינסטאג פאברואר 06, 2018 10:14 am

א זשאמבאו שכח פאר די וואס לייגען די קורצע - טרעפליכע - שיינע מליצות איך באלעק איך מיך די פינגער מיט אזאנע דיברי תורה

איך קען אויך באשטיין צו וויסען אויב סאיז שוין דא אזא אשכול, אדער ווי כקען טרעפן אזאנע אדער ענליכע קורצע - אינטערסאנטע טייטשען ע''פ שבוע אויב איינער ווייסט?

יענקל פאטאש
שר חמש מאות
תגובות: 961
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 6:59 pm

תגובהדורך יענקל פאטאש » דינסטאג פאברואר 06, 2018 10:14 am

כרם הצבי פ' משפטים
צוגעלייגטע
כרם הצבי.JPG
כרם הצבי.JPG (61.36 KiB) געזעהן 911 מאל

פראהביטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 7:01 pm

תגובהדורך פראהביטש » פרייטאג פאברואר 09, 2018 1:02 am

IMG-20180208-WA0006.jpg
IMG-20180208-WA0006.jpg (99.31 KiB) געזעהן 855 מאל

אוועטאר
זענדל
שר חמש מאות
תגובות: 537
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:41 am

תגובהדורך זענדל » מיטוואך פאברואר 14, 2018 7:27 am

בשעה שאמרו ישראל נעשה ונשמע אמר להם הקב''ה ויקחו לי תרומה

האט הגה"ק מהרי"ץ דושינסקי זיע"א געטייטש

יעדער איד האט זיך געשטופט ארום מרע"ה כדי מרע"ה זאל אליינ'ס הערן פון זיין מויל ווי ער זאגט נעשה ונשמע, און ס'געווארן א געפערליכע געדרענג ארום מרע"ה
האט מרע"ה געזאגט פארן רבוש"ע, איך ווער דא דערווארגן, האט דער רבוש"ע גלייך געזאגט 'ויקחו לי תרומה', און דער עולם איז נעלם געווארן.

קרעדיט [דבר בשם אמרו]: @הילולא דצדיקיא (פון א פארשפארטע אשכול)
ל'א נ'שאר ז'ולת ד'לת ע

מוכר ספרים
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 2:12 pm

תגובהדורך מוכר ספרים » דאנארשטאג פאברואר 15, 2018 12:43 pm

ויקחו לי תרומה הה"ד שמע ישראל ה' אלוקינו ה' אחד (מדרש), דער ביאור איז באקאנט, אז ווען מען גייט נאך געלט צו א איד ביים דאווענען, תיכף לייגט ער די הענט אויף די אויגן און זאגט שמע ישראל, והדברים עתיקים וידועים...
מאכט זיך זייער שווער אז א מוכר ספרים זאל זיין א שיינע פארדינער


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט