חומש רשי שמות

ספרי קודש אויפן וועב

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
שבת קודש
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 26, 2008 1:28 am

חומש רשי שמות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבת קודש »

פרשת שמות

א) ואלה און די זענען
שמות די נעמען
בני ישראל פון די קינדער פון יעקב
הבאים וואס זענען געקומען
מצרימה צו מצרים
את יעקב מיט יעקב
איש יעדער מאן
וביתו און זיין הויז געזונט
באו זענען זיי געקומען

ב) ראובן ראובן
שמעון שמעון
לוי לוי
ויהודה און יהודה

ג) יששכר יששכר
זבולן זבולן
ובנימין און בנימין

ד) דן דן
ונפתלי און נפתלי
גד גד
ואשר און אשר

ה) ויהי און עס איז געווען
כל נפש אלע זעהלן
יצאי ירך יעקב פון יעקב'ס קינדער
שבעים נפש זיבעציג זעהלן
ויוסף און יוסף
היה איז געווען
במצרים אין מצרים

ו) וימת יוסף און יוסף איז געשטארבן
וכל אחיו און אלע זיינע ברידער
וכל הדור ההוא און יענער גאנצער דור

ז) ובני ישראל און די אידישע קינדער
פרו האבן זיך געפרוכט-בארט
וישרצו און זיי האבן זיך געווידמעט
וירבו און זיי האבן זיך פארמערט
ויעצמו און זיי האבן זיך געשטארקט
במאוד מאוד מיט זייער זייער
ותמלא הארץ און דאס לאנד איז פול געווארן
אתם מיט זיי

ח) ויקם און עס איז אויפגעשטאנען
מלך חדש א נייער קעניג
על מצרים איבער מצרים
אשר לא ידע וואס ער האט נישט געקענט
את יוסף דעם יוסף

ט) ויאמר און ער האט געזאגט
אל עמו צו זיין פאלק
הנה אט
עם בני ישראל דאס פאלק פון די אידישע קינדער
רב איז פיל
ועצום און שטארק
ממנו (מער) פון אונז

י) הבה גרייט אייך צו
נתחכמה זאלן מיר זיך קליגן
לו צו אים
פן ירבה טאמער וועט ער זיך פארמערן
והיה און עס וועט זיין
כי תקראנה אז עס וועט זיך טרעפן
מלחמה א מלחמה
ונוסף און ער וועט זיך פארמערן
גם הוא אויך ער
על שנאינו אויף אונזערע פיינט
ונלחם און ער וועט מלחמה האלטן
בנו מיט אונז
ועלה און ער וועט ארויף גיין
מן הארץ פון דעם לאנד

יא) וישימו און זיי האבן געלייגט
עליו איבער אים
שרי מסים הערן פון שטייערן
למען פון וועגן
ענתו אים צו פייניגן
בסבלתם מיט זייערע שווערע ארבעט (פון די מצריים)
ויבן און ער האט געבויט
ערי שטעט
מסכנות פאר באהאלטענישן (אוצרות)
לפרעה צו פרעה
את פתם ואת רעמסס דעם פתם און דעם רעמסס

יב) וכאשר יענו אתו און אזוי ווי זיי האבן אים געפייניגט
כן ירבה אזוי האט ער זיך געמערט
וכן יפרץ און אזוי האט ער זיך געשטארקט
ויקצו און זיי האבן זיך פאר'מיאוס'ט
מפני בני ישראל פון פאר די אידישע קינדער

יג) ויעבדו מצרים און די מצריים האבן געמאכט ארבעטן
את בני ישראל די אידישע קינדער
בפרך מיט שווערע ארבעט

יד) וימררו און זיי האבן פארביטערט
את חייהם זייער לעבן
בעבדה קשה מיט שווערע ארבעט
בחמר מיט ליים
ובלבנים און מיט ציגל
ובכל עבדה און מיט אלע ארבעט
בשדה אין דעם פעלד
את כל עבדתם זייער אלע ארבעט
אשר עבדו וואס זיי האבן געארבעט
בהם מיט זיי
בפרך איז געווען מיט שווערע ארבעט

טו) ויאמר מלך מצרים און דער קעניג פון מצרים האט געזאגט
למילדת העבריות צו די אידישע הייבאמס
אשר שם האחת שפרה וואס דער נאמען פון די איינע איז שפרה
ושם השנית פועה און דער נאמען פון די צווייטע איז פועה

טז) ויאמר און ער האט געזאגט
בילדכן ווען איר וועט מאכן געבוירן
את העבריות די אידישע פרויען
וראיתן זאלט איר זען
על האבנים אויף די געבורטס שטיל
אם בן הוא אויב ער איז א זון
והמתן אתו זאלט איר אים הרג'נען
ואם בת היא און אויב זי איז א טאכטער
וחיה זאל זי בלייבן לעבן

יז) ותיראן המילדת און די הייבאמס האבן זיך געפארכטן
את האלקים פון דעם אויבערשטן
ולא עשו און זיי האבן נישט געטון
כאשר דבר אליהן מלך מצרים אזוי ווי דער קעניג פון מצרים האט גערעדט צו זיי
ותחיין און זיי האבן געלאזט לעבן
את הילדים די קינדער

שני

יח) ויקרא און ער האט געלאזט רופן
מלך מצרים דער קעניג פון מצרים
למילדת צו די הייבאמס
ויאמר להן און ער האט געזאגט צו זיי
מדוע עשיתן פארוואס האט איר געטון
הדבר הזה די דאזיגע זאך
ותחיין און איר האט געלאזט לעבן
את הילדים די קינדער

יט) ותאמרן המילדת און די הייבאמס האבן געזאגט
אל פרעה צו פרעה
כי לא ווייל נישט
כנשים המצרית אזוי ווי די מצרי'שע ווייבער
העבריות זענען די אידישע
כי חיות הנה ווייל זענען זיי אליין הייבאמס
בטרם נאך פאר
תבוא אליהן המילדת די הייבאמס קומען אן צו זיי
וילדו האבן זיי שוין געבארן

כ) וייטב אלקים און די באשעפער האט גוטס געטון
למילדת צו די הייבאמס
וירב העם און דאס פאלק האט זיך פארמערט
ויעצמו מאד און זיי האבן זיך זייער געשטארקט

כא) ויהי און עס איז געווען
כי יראו המילדת ווייל די הייבאמס האבן זיך געפארכטן
את האלקים פון דעם באשעפער
ויעש להם האט ער געמאכט צו זיי
בתים הייזער

כב) ויצו פרעה און פרעה האט באפוילן
לכל עמו צו זיין גאנצע פאלק
לאמר אזוי צו זאגן
כל הבן יעדער זון
הילוד וואס ווערט געבוירן
היארה צו דעם טייך
תשליכהו זאלט איר אים ווארפן
וכל הבת און יעדע טאכטער
תחיון זאלט איר לאזן לעבן


פרק ב'

א) וילך איש און א מאן איז געגאנגען
מבית לוי פון הויזגעזונט פון לוי
ויקח און ער האט גענומען
את בת לוי די טאכטער פון לוי

ב) ותהר האשה און די פרוי איז טראגעדיג געווארן
ותלד בן און זי האט געבוירן א זון
ותרא אתו און זי האט אים געזען
כי טוב הוא אז ער איז גוט
ותצפנהו און זי האט אים באהאלטן
שלשת ירחים דריי חדשים

ג) ולא יכלה עוד הצפינו און זי האט אים נישט געקענט מער באהאלטן
ותקח לו און זי האט גענומען פאר אים
תבת גמא א קאסטן פון פימזן האלץ
ותחמרה און זי האט עס באשמירט
בחמר מיט ליים
ובזפת און מיט פעך
ותשם בה און זי האט געלייגט אין איר
את הילד דאס קינד
ותשם און זי האט עס געלייגט
בסוף אינם זימפ
על שפת אויף דעם ברעג
היאר פון דעם טייך

ד) ותתצב אחתו און זיין שוועסטער האט זיך געשטעלט
מרחק פון ווייטענס
לדעה צו וויסן
מה יעשה וואס וועט געטון ווערן
לו צו אים

ה) ותרד בת פרעה און די טאכטער פון פרעה איז אראפגעגאנגן
לרחץ זיך צו וואשן
על היאר נעבן דעם טייך
ונערתיה און אירע דינסטמיידלעך
הלכת גייען
על יד היאר נעבן דעם טייך
ותרא און זי האט דערזען
את התבה די קאסטן
בתוך הסוף צווישן די זימפ
ותשלח און זי האט אויסגעשטרעקט
את אמתה איר האנט
ותקחה און זי האט זי גענומען

ו) ותפתח און זי האט געעפנט
ותראהו און זי האט אים דערזען
את הילד דאס קינד
והנה און אט
נער בכה א יונגל וויינט
ותחמל און זי האט רחמנות געהאט
עליו אויף אים
ותאמר און זי האט געזאגט
מילדי העברים זה פון די אידישע קינדער איז ער

ז) ותאמר אחתו און זיין שוועסטער האט געזאגט
אל בת פרעה צו די טאכטער פון פרעה
האלך זאל איך גיין?
וקראתי לך און איך זאל רופן צו דיר
אשה א פרוי
מינקת א זייגערין
מן העברית פון די אידישע
ותינק לך און זי וועט אנזייגן פאר דיר
את הילד דאס קינד?

ח) ותאמר לו און עס האט געזאגט צו איר
בת פרעה די טאכטער פון פרעה
לכי גיי
ותלך העלמה און דאס יונגע מיידל איז געגאנגען
ותקרא און זי האט גערופן
את אם הילד די מוטער פון דעם קינד

ט) ותאמר לה בת פרעה און די טאכטער פון פרעה האט געזאגט צו איר
היליכי נעם דיר
את הילד הזה דעם דאזיגן קינד
והינקהו לי און זייג אים פאר מיר
ואני אתן און איך וועל געבן
את שכרך דיין באלוינונג
ותקח האשה און די פרוי האט גענומען
הילד דאס קינד
ותניקהו און זי האט אים געזייגט

י) ויגדל הילד און דאס קינד איז גרויס געווארן
ותבאהו און זי האט אים געברענגט
לבת פרעה צו די טאכטער פון פרעה
ויהי לה און ער איז געווען צו איר
לבן צו א זון
ותקרא שמו משה און זי האט אנגערופן זיין נאמען משה
ותאמר און זי האט געזאגט
כי מן המים ווייל פון דעם וואסער
משיתהו האב איך אים ארויסגעצויגן

יא) ויהי און עס איז געווען
בימים ההם אין יענע טעג
ויגדל משה און משה איז גרויס געווארן
ויצא און ער איז ארויסגעגאנגען
אל אחיו צו זיינע ברידער
וירא און ער האט געזען
בסבלתם אין זייער שווערע ארבעט
וירא און ער האט געזען
איש מצרי א מאן א מצרי
מכה שלאגט
איש עברי א מאן א איד
מאחיו פון זיינע ברידער

יב) ויפן און ער האט זיך געקערט
כה וכה אהער און אהין
וירא און ער האט געזען
כי אין איש אז קיין שום מענטש איז נישט דא
ויך האט ער דערשלאגן
את המצרי דעם מצרי
ויטמנהו און ער האט אים באהאלטן
בחול אין זאמד

יג) ויצא און ער איז ארויסגעגאנגן
ביום השני און דעם צווייטן טאג
והנה און אט
שני אנשים צוויי מענטשן
עברים אידן
נצים קריגן זיך
ויאמר און ער האט געזאגט
לרשע צו דעם רשע
למה תכה פארוואס זאלסטו שלאגן
רעך דיין חבר

יד) ויאמר און ער האט געזאגט
מי שמך ווער האט דיך געשטעלט
לאיש צו א מאן
שר א הער
ושפט און א ריכטער
עלינו איבער אונז
הלהרגני צו דען מיך צו הרג'נען
אתה אמר זאגסטו
כאשר הרגת אזוי ווי די האסט גע'הרג'ט
את המצרי דעם מצרי
ויאמר און ער האט געזאגט
אכן עס איז אמת
נודע הדבר די זאך איז דערוויסט געווארן

טו) וישמע פרעה און פרעה האט געהערט
את הדבר הזה די דאזיגע זאך
ויבקש להרג און ער האט געוואלט הרג'נען
את משה דעם משה
ויברח משה און משה איז אוועק געלאפן
מפני פרעה פון פאר פרעה
וישב און ער האט זיך באזעצט
בארץ מדין אין לאנד מדין
וישב און ער האט זיך געזעצט
על הבאר נעבן ברינן

טז) ולכהן מדין און צו דעם הער פון מדין
שבע בנות איז געווען זיבן טעכטער
ותבאנה און זיי זענען געקומען
ותדלנה און זיי האבן אנגעשעפט
ותמלאנה און זיי האבן אנגעפילט
את הרהטים די רינען
להשקות אנצוטרענקען
צאן די שאף
אביהן פון זייער פאטער

יז) ויבאו הרעים און די פאסטעכער זענען געקומען
ויגרשום און זיי האבן אוועק געטריבן
ויקם משה און משה האט זיך אויפגעשטעלט
ויושען און ער האט זיי געהאלפן
וישק און ער האט אנגעטרענקט
את צאנם זייערע שעף

יח) ותבאנה און זיי זענען געקומען
אל רעואל אביהן צו זייער פאטער רעואל
ויאמר און ער האט געזאגט
מדוע מהרתן פארוואס האט איר געאיילט
בא צו קומען
היום היינט

יט) ותאמרן און זיי האבן געזאגט
איש מצרי א מאן א מצרי
הצילנו האט אונז געראטעוועט
מיד הרעים פון די פאסטעכערס האנט
וגם און אויך
דלה אנשעפען
דלה לנו האט ער צו אונז אנגעשעפט
וישק און ער האט אנגעטרענקט
את הצאן די שאף

כ) ויאמר און ער האט געזאגט
אל בנתיו צו זיינע טעכטער
ואיו און ווי איז ער
למה זה פארוואס איז דאס
עזבתן אז עטס האטס פארלאזט
את האיש דעם מאן
קראן לו רופט אים
ויאכל און ער וועט עסן
לחם ברויט

כא) ויואל משה און משה האט געוואלט
לשבת צו בלייבן
את האיש מיט דעם מאן
ויתן און ער האט געגעבן
את צפרה בתו זיין טאכטער צפרה
למשה צו משה

כב) ותלד בן און זי האט געבוירן א זון
ויקרא און ער האט אנגערופן
את שמו זיין נאמען
גרשם גרשם
כי אמר ווייל ער האט געזאגט
גר הייתי א פרעמדער בין איך געווען

כג) ויהי און עס איז געווען
בימים הרבים ההם אין יענע פילע טעג
וימת מלך מצרים און דער קעניג פון מצרים איז געשטארבן
ויאנחו בני ישראל און די אידישע קינדער האבן געזיפצעט
מן העבדה פון די דינסט
ויזעקו און זיי האבן געשריגן
ותעל שועתם און זייער געשריי איז ארויף געגאנגען
אל האלקים צו דעם אויבערשטער
מן העבדה פון די דינסט

כד) וישמע אלקים און דער אויבערשטער האט געהערט
את נאקתם זייער געשריי
ויזכר אלקים און דער אויבערשטער האט געדענקט
את בריתו זיין בונד
את אברהם מיט אברהם
את יצחק מיט יצחק
ואת יעקב און מיט יעקב

כה) וירא אלקים און דער אויבערשטער האט געזען
את בני ישראל די אידישע קינדער
וידע אלקים און דער אויבערשטער האט געוויסט


רש"י

שטייט אין פסוק ואלה שמות בני ישראל זאגט די הייליגע רש"י

אף על פי כאטשיג
שמנאן בחייהן אז ער האט זיי געציילט ביי זייער לעבן
חזר ומנאן האט ער זיי נאכאמאל געציילט
במיתתן ביי זייער שטארבן
להודיע צו לאזן וויסן
חבתן זייער ליבשאפט
שנמשלו לכוכבים אז זיי זענען צוגעגליכן צו שטערנס
שמוציאן וואס ער נעמט זיי ארויס
ומכניסן און ער ברענגט זיי אריין
במספר מיט א צאל
ובשמותם און מיט זייערע נעמען
שנאמר אזוי ווי עס שטייט אין פסוק
המוציא וואס טראגט זיי ארויס
במספר מיט א צאל
צבאם זייערע הערשאפטען
לכלם צו זיי אלע
בשם יקרא מיט נעמען וועט ער זיי אנרופן

שטייט אין פסוק ויוסף היה במצרים פרעגט די הייליגע רש"י

והלא און דאך
הוא ובניו ער און זיינע קינדער
היו זענען געווען
בכלל שבעים אין די צאל פון 70
ומה בא ללמדינו און וואס קומט (די פסוק) ער מיר צו לערנען
וכי לא היינו יודעים וואלטן מיר דען נישט געוויסט
שהוא היה אז ער איז געווען
במצרים אין מצרים
ענטפערט די הייליגע רש"י
אלא להודיעך נאר דיך צו לאזן וויסן
צדקתו של יוסף די הייליגקייט פון יוסף
הוא יוסף ער איז יוסף
הרועה צאן אביו וואס פאשעט די שאף פון זיין טאטע
הוא יוסף ער איז דער זעלבע יוסף
שהיה במצרים וואס איז געווען אין מצרים
ונעשה למלך און ער איז געווארן א קעניג
ועומד בצדקו און ער איז געבליבן אין זיין הייליגקייט

שטייט אין פסוק וישרצו זאגט די הייליגע רש"י

שהיו יולדות אז זיי פלעגן געבוירן
ששה בכרס א' זעקס אין איין מאל

שטייט אין פסוק ויקם מלך חדש זאגט די הייליגע רש"י

רב ושמואל רב און שמואל (קריגן זיך)
חד אומר איינער זאגט
חדש ממש א נייע ממש
וחד אמר און איינער זאגט
שנתחדשו גזירותיו עס האבן זיך באנייט געווארן זיינע גזירות



שטייט אין פסוק ולא ידע זאגט די הייליגע רש"י

עשה עצמו ער האט זיך געמאכט
כאילו לא ידע אזוי ווי ער ווייסט נישט

שטייט אין פסוק הבה נתחכמה לו זאגט די הייליגע רש"י

כל הבה יעדעס מאל וואס שטייט הבה
לשון איז א לשון
הכנה והזמנה פון זיך אנגרייטן
לדבר הוא צו א זאך
כלומר דאס מיינט צו זאגן
הזמינו עצמכם גרייט אייך צו
לכך צו דער זאך

שטייט אין פסוק נתחכמה לו זאגט די הייליגע רש"י

פאר וועם?
לעם צום פאלק
נתחכמה לאמיר זיך קליגן
מה לעשות לו וואס צו טון צום פאלק
ורבותינו דורשים און אונזערע רבי'ס דרש'נען
נתחכם לאמיר זיך קליגן
למושיען של ישראל צו דער העלפער פון די אידן
לדונם זיי צו משפט'ן
במים מיט וואסער
שכבר נשבע ווייל ער האט שוין געשוואוירן
שלא יביא מבול לעולם אז ער וועט נישט ברענגען א מבול אויף די וועלט
והם לא הבינו און זיי האבן נישט פארשטאנען
שעל כל העולם אז אויף די גאנצע וועלט
אינו מביא ברענגט ער נישט
אבל הוא מביא אבער ער ברענגט
על אומה אחת אויף איין פאלק
ברש"י ישן אזוי שטייט אין רש"י ישן


שטייט אין פסוק ועלה מן הארץ זאגט די הייליגע רש"י

על כרחנו געצווינגטערהייט
ורבותינו דורשים און אונזערע רבי'ס דרש'נען
כאדם שמקלל עצמו אזוי ווי א מענטש שעלט זיך אליין
ותולה קללתו און ער הענגט אויף זיין קללה
באחרים אין אנדערע מענטשן
והרי הוא און ער איז
כאילו כתוב אזוי ווי עס וואלט געשטאנען
"ועלינו" און אונז וועלן ארויף גיין
מן הארץ פונם לאנד
והם און זיי
יירשוה וועלן איר ירש'נען
איך אליין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך אליין »

אסאך ארבעט אריינגעלייגט א דאנק
שרייב תגובה

צוריק צו “אוצר הספרים”