ליקוטים וענינים על פרשת ויצא

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג נובעמבער 30, 2008 11:05 am

מה נורא המקום הזה אין זה כי אם בית אלקים וזה שער השמים:
אין די הייליגע ספרים שטייט אז אין היינטיגע צייטן, וואס מיר האבן ליידער נישט קיין בית המקדש, און די כהנים קענען נישט טון די עבודה, און די לוים קענען נישט זינגען בשעת די עבודה, און די ישראלים קענען ליידער נישט ברענגען קיין קרבנות, ווייל די הייליגע בית המקדש איז חרוב געווארן וועגן אונזערע עבירות, רח"ל,
האט אונז אבער דער הייליגער באשעפער מיט זיין גרויס רחמנות געגעבן א בית מקדש מעט, דאס זענען די הייליגע שולן ווי מיר קומען זיך צוזאמען, און מיר דאווענען און בעטן ביים הייליגען באשעפער און די שולן זענען די שערי השמים, פון וואו אונזערע תפלות גייען גראד ארויף צום הייליגען באשעפער, און ער איז מקבל אונזערע ווארימע תפלות,
מ'דארף אבער וויסן, אז נאר דעמאלץ האבן די הייליגע שולן, און די הייליגע בתי מדרשות די סגולה אז פון דארט זאל ארויף גיין אונזערע הייליגע תפלות צום הייליגען באשעפער, נאר טאמער די מענטשן וואס קומען דאווענען אין שול פירן זיך דארט אויף מיט קדושה, און מ'רעדט נישט אין בית מדרש קיין דברים בטלים און קיין נארישקייטן, נאר מ'שטייט אין בית מדרש מיט דרך ארץ, און מ' דאווענט ערליך, נאר דעמאלץ איז די בית המדרש די שער השמים, פון וואו די תפלות זאלן ארויף גיין צום הייליגען באשעפער, טאמער אבער מ'טוט נישט אזוי, נאר מ'קומט זיך צוזאם אין בית המדרש און מ'רעדט אלע מיני שטותים, בשעת מ'דאווענט אדער מ'ליינט די הייליגע תורה, אדער מ'קריגט זיך נאך ארום מיט חבירים, דעמאלץ ווערן ליידער די שערי השמים פארמאכט, און די הייליגע תפלות גייען חלילה נישט ארויף צום הימל.

דאס איז די תורה דא מרמז אין זה אויב דאס בית המדרש איז נישט עפעס אנדערש כי אם בית אלקים "נאר" א הייליגע הויז, און מ'פירט זיך דארט אויף בקדושה און מיט איידלקייט אזוי ווי עס דארף צו זיין דעמאלץ איז וזה שער השמים איז די בית המדרש די טויער פון הימל פון וואו די תפלות גייען ארויף צום היילגען באשעפער און ער איז מקבל אונזערע תפלות. (באר מנחם)

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג נובעמבער 30, 2008 11:06 am

דער פרשה הייבט אן ''ויצא יעקב מבאר שבע וילך חרנה'' און יעקב איז ארויס געגאנגען פון באר שבע און ער האט ג'גאנגען צו חרן. דער קשיא איז ידוע אז ס'האט געקענט זאגן ''וילך יעקב חרנה'', און איך וואלט אליין ג'קענט פארשטיין אז ער איז ארויס ג'גאנגען פון באר שבע? רש''י ענטפערט אז דער פסוק קומט אונז צו לערנען אז ווען א צדיק גייט ארויס פון אן ארט מאכט דאס א רושם.

דער סטייפלר זצ''ל בריינגט א תירוץ פן די מפרשים. ער זאגט אז נארמאל ווען א מענטש גייט פון איין ארט צו א צווייטע, אדער זיין תכלית איז ווייל ער מוז זיין אין דער צווייטע ארט, אדער זיין תכלית איז צו נישט זיין אין דער ערשטע ארט. ביי יעקב אבינו יעדער זאך דהיינו דער ארויס גיין פון באר שבע און דער גיין צו חרן האט ג'האט א תכלית און א מצוה. דער ארויס גיין פון באר שבע איז געווען א מצוה פון כיבוד אם ווייל רבקה האט איהם ג'הייסען צו אנטלויפען פון עשיו. דער גיין צו חרן איז געווען א מצוה פון כיבוד אב, צו גיין האבן חתונה מיט דער משפחה פון רבקה.

דער סטייפלר איז ממשיך און זאגט אז היינט ווען א בחור גייט צו ישיבה איז אויך פארהאן די צוויי תכליתים וויבאלד היינט סאיז פארהאן אין דער וועלט אזוי פיל כפירה דארף מען אוועק לויפען פון דעם און גיין אין א ישיבה. ס'איז אויך פארהאן דער תכלית פון זיין אין דער ישיבה און שטייגען אין לערנען תורה. קומט אויס אז ווען א בחור גייט און א ישיבה האט ער א מצוה אין דער ''ויצא'' און אין דער ''וילך''

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג נובעמבער 30, 2008 11:07 am

אכן יש ה' במקום הזה ואנכי לא ידעתי (כח - טז) יעקב אבינו האט געוואוסט אז מ'קען דינען דער אייבערשטער מיט לערנען תורה, אזוי ווי ער האט געטאהן פערצן יאהר בבית עבר, אבער אז "אכן יש ה' במקום הזה" מ'קען דינען דער אייבערשטער אפילו אויף די פלאץ מיט שלאפן, דאס "ואנכי לא ידעתי" האב איך נישט געוואוסט.
(אוהב ישראל ליקוטים)

השמר לך פן תדבר עם יעקב מטוב עד רע (לא-כד) פארוואס האט דער אייבערשטער געזאגט צו לבן "מטוב עד רע", ממילא "עד רע, אבער פארוואס זאל ער נישט רעדן קיין גוטס? זאגט דער הייליגער כתב סופר, אז עס ווערט געברענגט פארוואס זענען די אמהות געווען עקרות, כדי אז מען זאל נישט זאגן אז פון די ברכה וואס לבן האט אנגעוואונטשען "אֲחוֹתֵנוּ אַתְּ הֲיִי לְאַלְפֵי רְבָבָה" זענען זיי געהאלפן געווארן. אזוי וועלן זיי אליין דארפן מתפלל זיין און דער אייבערשטער וועט זיי העלפן אין זייער אייגענע זכות. וועגן דעם האט דער אייבערשטער געזאגט צו לבן: "רעד נישט צו יעקב אפילו קיין גוטע זאכן, ווייל קוק וואס עס איז געווארן פון דיין ברכה צו די מאמע רבקה, אז די אמהות זענען פון דעם געווארן עקרות.
(כתב סופר)

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג נובעמבער 30, 2008 11:08 am

כי לא אעזבך עד אשר אם עשיתי את אשר דברתי לך.
ווען די הייליגער רבי דוד משה פון טשארטקוב זצ''ל, איז נאך געווען א קליין קינד אינגאנצן דריי יאהר, איז ער אמאל געווען אין דעם דרויסנדיגן צימער, נעבן דעם צימער וואו זיין גרויסן פאטער דער הייליגער ריזשינער זצ''ל האט זיך געפונען.
מיט אמאל איז געקומען א איד און געוואלט אריין גיין צום רבי'ן זיך אויס רעדן דאס הארץ, איידער דער איד איז אריין געגאנגען אין דעם חדר מיוחד, האט דער קליינער דוד משה'לע אים געפרעגט, וואס ער וויל רעדן מיט זיין פאטער.
"איך נוטיג זיך אין א ישועה" האט דער איד געענטפערט.
"ווען דו וועסט ארויס קומען פון מיין פאטער, בעט איך דיר דו זאלסט מיר זאגן וואס ער האט דיר געענטפערט", האט דאס קינד געבעטן דעם איד.
נאכדעם וואס דער איד איז ארויס געקומען, פרעגט אים דער קליינע דוד משה'לע: "נו, וואס האט דער פאטער דיר געזאגט", דער רבי האט געזאגט אז דער אייבערשטער וועט העלפן. און וואס וועט זיין ביז דער אייבערשטער וועט העלפן, האט דאס קינד נישט נאך געלאזט. איך ווייס נישט... האט דער איד נישט געוואוסט וואס צו זאגן. גיי צוריק אריין צום פאטער אין פרעג אים איבער.
איז דער איד ווידער אריין געגאנגען צום רבי'ן און אים איבער געפרעגט. האט דער ריזשינער זיך אנגערופען: דער אייבערשטער וועט העלפן אויך ביז דאן וואס ער וועט העלפן, און אזוי שטייט מפורש אין פסוק " כי לא אעזבך עד אשר אם עשיתי את אשר דברתי לך" אז די אייבערשטער וועט העלפן ביז ער וועט שיקן די ישועה.

הרה''ק ר' מרדכי פון לעכעוויטש זצוק''ל האט אין שבת פר' ויצא נישט געזאגט קיין תורה, האט אים א תלמיד געפרעגט אויף די סיבה. האט ער אים געענטפערט, אונזער פרשה "פר' ויצא" אליין לערנט אונז פון אנהויב ביז'ן סוף ווי אזוי א צדיק עסט, טרינקט, שלאפט, האט קינדער, און עוסק אין פרנסה אפילו אין אזעלעכע אופנים וואס א פשוטער מענטש פארשטייט זיי נישט אלטס, אבער ווערט געטאהן לשם שמים, און פון דעם אלטס ווערט א תורה שלימה.

די הייליגער ישמח משה זצוק''ל האט געזאגט אז ער איז שוין געווען אויף די וועלט דריי מאהל, איין מאהל איז ער געווען אין די צייט פון יעקב אבינו, ער איז געווען איינער פון יעקב אבינו'ס שעפעלעך. און ער געדענקט נאך די קלאפ וואס יעקב אבינו האט אים געפאטשט מיט זיין שטעקן.

הייתי ביום אכלני חרב וקרח בלילה. די הייליגער חזון איש זצוק''ל איז אמאהל געגאנגן אין גאס און עס האט אנגעפאנגן שטארק צו רעגענען מיט שטארקע ווינטן, א טעקסי קאר איז אדורך געגאנגן און האט אים געוואלט צו פירן. האט אים די חזון איש געזאגט, אז ער טאהר אים נישט נעמן ווייל ער ארבייט פאר איינעם. האט אים די דרייווער געזאגט, אז ער איז זיכער אז זיין בעה''ב וואלט מסכים געווען אים מיט צו נעמן. אבער די חזון איש האט אבער נאך אלטס נישט געוואלט מיט גיין מיט אים.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג נובעמבער 30, 2008 2:38 pm

ויצא יעקב מבאר שבע וילך חרנה, רש"י ז"ל ברענגט פון מדרש דעם טעם פארוואס שטייט ויצא יעקב עס וואלט דאך געוועהן גענוג עס זאל שטיין וילך חרנה, ווייל יציאת צדיק מן המקום עושה רושם וכו'
מען קען זאגען נאך א טעם פארוואס עס שטייט דא ויצא ווייל ווען א מענטש גייט ארויס פון א פלאץ קען עס זיין צוליב צוויי סיבות א) ווייל ער וויל אוועק גיין פון דעם ארט ווי ער איז, ווייל עס טויג אים נישט דארט. אדער (ב) ווייל ער וויל עפעס ערלעדיגען אויף דעם פלאץ ווי ער גייט.
דא ביי יעקב אבינו האבין זיך צוזאם געטראפען ביידע זאכען (א) עס איז געוועהן ביי אים דער ענין פון ארויס גיין –ויצא ווייל ער האט דאך געמוזט אנטלויפען פון עשו (ב) עס איז אויך געוועהן דער ענין פון וילך גיין – ווייל ער האט דאך געמוזט גיין קיין חרן צו טרעפין זיין זיווג דערפאר שטייט דא ויצא יעקב וואס מיינט ער האט געדארפט ארויס גיין פון באר שבע , און אויך וילך חרנה ווייל ער האט דאך געמוזט גיין קיין חרן, טרעפין זיין זיווג.
(אהל יעקב להמגיד מדובנא זצ"ל)

והנה ה' נצב עליו, די ראשי תיבות פון די ווערטער והנה י' נצב עליו זענען עניו (ח"ס ק"מ ד"ה והנה) דאס איז מרמז אויף דעם וואס די גמרא (סוטה ה) לערנט ארויס פון די פסוקים אז אויב דער מענטש איז א בעל גאוה דערווייטערט זיך השי"ת פון אים, אבער ווען דער מענטש איז בענוה רוהט השי"ת ביי דעם מענטש, ו'הנה י' נ'צב ע'ליו ווייסט פארוואס, ווייל עני"ו דער מענטש איז בענוה.
(כתר יהושע)

והנה אנכי עמך ושמרתיך בכל אשר תלך, דאס ווארט אנכי איז מרמז אויף די תורה הקדושה וואס מיט דעם ווארט האט השי"ת אנגעהויבען קבלת התורה (ועיין שבת ק"ה. אנא נפשי כתיבת יהבית, רבנן אמרי אמירה נעימה כתיבה יהיבה וכו')
ווען מען איז באהאפטען צו די תורה הקדושה מען לערנט איר היט די תורה שטענדיג דעם מענטש אפילו ווען דער מענטש גייט אויף דעם וועג (סוטה כ"א ע"א תורה מגינה ומצלא בין בעידנא דעסיק בה, ובין בעידנא דלא עסיק בה) דאס זאגט השי"ת צו יעקב, אז וויבאלד והנה אנכי עמך, מיין תורה איז מיט דיר דו לערנסט די תורה דעמאלט ושמרתיך בכל אשר תלך.
(כ"ק אדמו"ר מ'באבוב זצ"ל הו"ד בליקוטי כרם שלמה )

אכן יש השם במקום הזה ואנכי לא ידעתי
דער רמ"א אנהייב שולחן ערוך ברענגט "ולא יתבייש מפני בני אדם המלעיגים עליו בעבודת ה' " אז דער מענטש זאל זיך נישט שעמין פאר מענטשען בעבודת ה' אפילו מען לאכט פון אים ווען ער איז מדקדק במצות זאל ער עס ווייטער טוהן,
ווען דער מענטש ווייסט אז "שויתי ה' לנגדי תמיד" השי"ת זעהט אים שטענדיג אלעס וואס ער האט איז פון דעם אויבערשטען ארט אים נישט וואס מענטשין זאגין, קיינער האט נישט קיין כח אים עפעס צו טוהן אויב השי"ת לאזט נישט.
דאס איז מרומז אין די רייד פון יעקב אבינו אז ווען מען ווייסט אז אכן יש ה' במקום הזה דעמאלט "ואנכי לא ידעתי " ווייס איך נישט פון דעם איך, ער פילט נישט מער אז איך שעהם זיך ווייל ער טוט דאך וואס השי"ת הייסט אים ….
(עיין פנים יפות ד"ה עוד יש לפרשת וח"ס ע' קט"ו )

ויען לבן ויאמר טוב תתי אותה לך מתתי אותה לאיש אחר שבה עמדי
עס איז שווער ווי קומט עס אז לבן הרשע זאל גלייך מסכים זיין אז זיין טאכטער רחל זאל חתונה האבין מיט אזא צדיק ווי יעקב אבינו עס וואלט דאך געוועהן צו ערווארטען אז ער זאל זאגין אז ער וויל חתונה מאכין זיין טאכטער דוקא צו א רשע ענדליך ווי ער (לבן)
מען קען פארשטיין בהקדם (א משל) עס האט אמאהל פאסירט אז א געוויסער עושר וואס איז געוועהן מורא'דיג קארג ער פלעגט קיינמאהל נישט געבין קיין צדקה אפילו פאר זיינע ארימע קרובים ער פלעגט זיך נישט וויסענדיג מאכען פון זיי , אדער אינגאנצען אפלייקענען אז זיי זענען זיינע קרובים ,אבער ווען ער איז זייער ערנסט קראנק געווארן (ל"ע) און זיינע קינדער זענען געקומען צום צדיק מעורר רחמים זיין פאר א רפואה שלימה האט ער זיי שארף געזאגט אז אויב ער וועט נישט געבין א געוויסע סכום פאר צדקה וועט ער… ווען ער האט געזעהן אז קיין ברירה האט ער נישט , זאגט ער פאר'ן זוהן צייל אפ דעם סכום פאר צדקה אינמיטען ציילען זאגט ער פאר'ן זוהן אז איך מוז שוין ממילא געבין זאל עס כאטש זיין פאר מיינע קרובים
דאס זעלבע האט דער רשע לבן געזאגט הער אויס מיין פלימעניק יעקב אז דו וועסט חתונה האבין מיט א ווייב וועסטו מאכין יענע ווייב פאר א צדיקת און אויך איר פאטער און איר משפחה וועסטו מאכין ערליך און אויב וועט רחל די צדיקת חתונה האבין מיט א פרעמדען מענטש וועט זי איבערדרייען איר מאן פאר א צדיק און אויך משפיע זיין אויף יענע משפחה קדושה און טהרה, אויב אזוי וואס טויג עס מיר עס זאל פארמערט ווערין אזוי פיעל ערליכע מענטשען אויב דו צדיק, וועסט חתונה האבין מיט מיין טאכטער די צדיקת וועט נישט צוקומען קיין צדיקים, אויך וועסטו דו מיר (לבן) אויך נישט איבערדירייען צום גוטן
איז טאקע פארשטענדליך אז דערפאר האט לבן געוואלט אז יעקב זאל חתונה מיט רחל טוב תתי אותה לך, עס איז בעסער איך זאל דיר געבין ווי פאר א אנדערע וואס וועט זיך מערין אזוי פיל צדיקים
(נועם מגדים , פ' מקץ באריכות, והביא שם דברי האור החיים הק' עה"פ אחותינו את היי)

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג נובעמבער 30, 2008 2:38 pm

אכן יש ה' במקום הזה ואנכי לא ידעתי:
דער הייליגער אפטער רב זי"ע, זאגט אז יעקב אבינו האט זיך אויפגעכאפט פון שלאף, און געזעהן אז אפילו אינמיטן שלאפן האט זיך דער אויבערשטער צו אים באוויזן, האט יעקב אבינו פארשטאנען אז אויב מען שלאפט ווי אן ערליכער יוד, כדי צו האבן כח צו לערנען די הייליגע תורה, קען מען מיט שלאפן אויך דינען דעם באשעפער, און עס ווערט גערעכנט פאר א מצוה:

און דאס איז פשט אין פסוק "יש ה'" דער אויבערשטער איז דא אפילו "במקום הזה" אפילו דא וואו מען שלאפט "ואנכי לא ידעתי" דאס האב איך נישט געוואוסט, איך האב געמיינט אז נאר ווען מען דאווענט און מען לערנט, איז מען נאנט צום הייליגען באשעפער, אבער יעצט זעה איך, האב יעקב אבינו געזאגט, אז אויב מען פירט זיך ערליך קען מען מיט שלאפן אויך דינען דעם באשעפער:

אכן יש ה' במקום הזה ואנכי לא ידעתי:
ווי ס'איז באקאנט איז אויפגעקריצט אויף די כסא הכבוד - ארי - נשר - כרוב. און דאס קען זיין פשט וואס יעקב אבינו האט געזאגט "אכן" דאס מיינט "א'רי" "כ'רוב" "נ'שר" יש ה' במקום הזה, האב איך געוואוסט אז עס איז אויפגעקריצט אויף "במקום הזה" אויף די כסא הכבוד, אבער "אנכי" וואס דאס איז "א'רי" "כ'רוב" "נ'שר" "י'עקב" "לא ידעתי" האב נישט געוואוסט עס איז אויפגעקריצט.

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3083
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

תגובהדורך יודל מענדלזאהן » דאנארשטאג דעצמבער 04, 2008 4:28 pm

ויצא יעקב מבאר שבע וילך חרנה. (כח, י)

רש"י הק' זאגט אויפ'ן פלאץ "יצא ללכת לחרן". אבער פריער סוף פרשה זאגט רש"י, ולמדנו מכאן שנטמן בבית עבר י"ד שנים ואח"כ הלך לחרן. לכאורה איז דאס א סתירה מיט די ווערטער וואס רש"י זאגט דא אז ער איז באלד געגאנגען קיין חרן?

חז"ל זאגן (קידושין כט:) ביי די שאלה טאמער ילמוד תורה און נאכדעם ישא אשה אדער פארקערט, פירט די גמרא אויס אז :הא לן והא להו, און ר"ת זאגט דארט אז הא לן מיינט מען די בני בבל וואס זיי זענען געווען ארימעלייט און אויב עס וועט קודם זיין רחיים על צווארו וועלן זיי שוין נישט קענען לערנען, פאר זיי איז געזאגט געווארן ילמוד תורה ואח"כ ישא אשה. און "הא להו", די בני ארץ ישראל וואס זענען געווען פארמעגליך, ביי זיי איז דער דין אז "ישא אשה ואח"כ ילמד תורה".

יעקב אבינו איז ווי באקאנט ביים ארויסגיין פון באר שבע געווען פארמעגליך, דערפאר איז "יצא ללכת לחרן" באלד אויפ'ן ארט, אזוי ווי דער דין ביי אן עושר אז ישא אשה ואח"כ ילמד תורה. אבער נאכדעם וואס אליפז האט אים צוגענומען דאס גאנצע געלט און ער איז געווארן ארעם, האט זיך אויך געטוישט דער דין, איז ער טאקע געגאנגען צום בימד"ר פון שם ועבר און דארט געזעסן על התורה במשך 14 יאר.

נחל קדומים

--

ויצא יעקב מבאר שבע וילך חרנה. (כח, י)

פריערדיגע סוף פרשה זאגט רש"י, ולמדנו מכאן שנטמן בבית עבר י"ד שנים ואח"כ הלך לחרן. מען קען זאגן א טעם דערפאר, ווייל יעקב אבינו האט זיך געזארגט אז לבן זאל אים נישט פארפירן און איבעררעדן צו זינד, אזוי ווי רש"י זאגט אויפ'ן פסוק "ושבתי בשלום אל בית אבי".

די גמרא זאגט אין יומא (לח:) "כיון שיצאו רוב שנותיו של אדם ולא חטא שוב אינו חוטא שנאמר (ש"א ב, ט) רגלי חסידיו ישמור."

עס שטייט אין ירושלמי (ברכות ה.) אז כימי השמים על הארץ, איז דער צאל פון די לעבנס טעג פון די הייליגע אבות, וכשם שבין הארץ לרקיע מהלך חמש מאות שנה, קומט אויס די יארן פון די אבות אויך 500 יאר. ווייל אברהם אבינו האט געלעבט 175 יאר, און יצחק 180, און יעקב 147, ווען מען רעכנט נישט די ערשטע צוויי יאר פון אברהם ווייל "בן ג' שנים הכיר את בוראו" (נדרים לב.) קומט עס אויס 500.

יעקב אבינו האט געמיינט אז זיין טאטע יצחק וועט לעבן אזוי פיל ווי אברהם, 175 יאר, ווייל ער האט דאך נישט געוואוסט אז צוליב עשיו הרשע איז פארמינערט געווארן 5 יאר פון אברהם כדי ער זאל נפטר ווערן בשיבה טובה. קומט אויס אז פאר יעקב קומט צו לעבן 152 יאר, (נאך 5 יאר משלים צו זיין די פינף הונדערט,) האלב דערפון איז 76, דאן איז רוב שנותיו מיט איין יאר מער = 77.

דערפאר ווען יעקב איז ארויס קיין חרן צו לבן הארמי'ס הויז, און ער איז דאן געווען אלט 63, איז ער באלד אוועק צום ביהמד"ר פון שם ועבר, וואו ער האט געלערנט תורה ועבודה. דאמאלטס איז ער שוין געווען רואיג אז ער וועט נישט זינדיגן, ווייל אויב ער האט נישט געזינדיגט זייענדיג ביי זיינע עלטערן א "איש תם יושב אוהלים" און שפעטער איז ער געווען אין ישיבה פון שם ועבר, איז דאך שוין אריבער רוב שנותיו לויט זיין חשבון, שוב אינו חוטא, וועט ער שוין קיינמאל נישט זינדיגן.

ישמח משה

--

ויקח מאבני המקום וישם מראשותיו (כח, יב)

פירש"י: שהיה ירא מפני חיות רעות

דארף מען דאך פארשטיין פארוואס האט יעקב דוקא דא מורא געהאט פון חיות רעות? נאר ווייל יעקב האט געזאגט פאר עשיו ביים קויפן די בכורה "השבעה לי", און עשיו האט אים געשוואוירן. איצט האט דאך עשו צושטערט די שבועה און האט געוואלט הרגענען יעקב פאר'ן צונעמען די בכורה און דאדורך די ברכות.

חז"ל זאגן (שבועות לט) אז סיי דער נשבע און סיי דער משביע האבן ביידע א חלק אינעם איסור אויב מען איז עובר אויפ'ן שבועה. חז"ל זאגן אויך (אבות פ"ה) חיה רעה באה לעולם על שבועת שוא.

ווייל יעקב האט באשוואוירן עשו אויפ'ן בכורה, און איצט אז עשו האט עובר געווען אויפ'ן שבועה, דערפאר האט יעקב מורא געהאט אז עס זאל'ן נישט קומען קיין חיות רעות וועגן די שבועת שוא אויף וועלכע ער האט באשוואוירן עשו.

כתב סופר

--

ויחלום והנה סולם מוצב ארצה וראשה מגיע השמימה (כ"ח, י"ב)

דער בעל הטורים שרייבט דא אז סולם איז בגימ' ממון. דער טבע פון געלט איז אז אזוי ווי א לייטער וואס גייט ארויף און אראפ, קען געלט אויך אמאל אראפפירן דעם מענטש צו א גאר נידריגע דרגה, און אמאל פארקערט, דורך געלט קען מען אנקומען צו הויכע מדרגות, עס ווענדט זיך נאר ווי אזוי מען באנוצט זיך דערמיט.

הבעש"ט הק'

--

והיה זרעך כעפר הארץ (כח, יד)

פארוואס שטייט "כעפר הארץ" און נישט אזוי ווי געווענליך "כחול הים און ככוכבי השמים" וואס דאס איז טייטש א 'ריבוי בכמות' אזוי ווי די ברעקלעך שטויב און שטערנס פון הימל. עפר הארץ ווידער, איז דאך איין שטיק, און דאס מיינט נישט קיין גרויסער צאל.

נאר אזוי ווי די ערד, וואס כאטש זי דערהאלט אלע באשעפענישן, ווייל פון די ערד קומט ארויס די קראפט פאר אלע געוואוקסן, פונדעסנטוועגן דאך טרעטן אלע אויף איר שטענדיג. און דאס איז טאקע דער אורזאך פארוואס די ערד האט די קראפט ארויסצוגעבן שפייז פאר אלע באשעפענישן, ווייל זי האלט זיך קליין און ווערט גארנישט גערעכנט אלס וויכטיג, אט דערפאר איז זי די מאמע פון אלע באשעפענישן.

פון דעם דארף דער מענטש זיך ארויסלערנען צו זיין אן עניו, און דורך דעם וועט זיין זכות זיין גרויס ביז צו קענען משפיע זיין גוטס פאר'ן גאנצן וועלט. און דאס זענען די חז"ל מרמז (חולין פט.) אז ווער עס האלט זיך אזוי ווי עפר, הויבט אים הקב"ה אויף ביזן הימל, אז דורך דעם וואס ער האלט זיך קליין קען ער מקיים זיין די בריאה און זיין מדרגה איז גאר גרויס.

דאס מיינט די ברכה פון "והיה זרעך כעפר הארץ", אז צוליב דעם וואס זיי וועלן גערעכנט ווערן אזוי ווי עפר וואס יעדער טרעט אן, דאדורך וועלן זיי שטייגן און משפיע זיין כל טוב פאר'ן גאנצן וועלט.

תפארת שלמה

--

ונתן לי לחם לאכול ובגד ללבוש... ושבתי בשלום אל בית אבי והי' ה' לי לאלקים (כ"ח, כ')

מען דערציילט אז ביי די גרויסע חתונה אין שטאט זשלאבין, פון די אייניקלעך פון הרה"ק רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זיע"א און דער בעל התניא זיע"א, האט דער הייליגער בעל התניא ביים סעודה געגעבן לחיים פאר'ן מחותן דער בארדיטשובער, און געזאגט: לחיים מחותן, השי"ת זאל אונז העלפען בגשמיות און ברוחניות. האט אים הרה"ק מבארדיטשוב געפרעגט היתכן, גשמיות קומט דען פאר רוחניות?

האט אים דער בעל התניא געענטפערט אז יא, ווייל אזוי זעהט מען אין אונזער פרשה אז יעקב אבינו האט געבעטן ביים באשעפער ונתן לי לחם לאכול ובגד ללבוש, און ערשט דערנאך והי' ה' לי לאלקים, זעהט מען דאך אז יעקב האט אויך מקדים געווען גשמיות פאר רוחניות. האט דער בארדיטשובער הק' ווייטער געפרעגט: צו קען מען דען צוגלייכן יעקב אבינו'ס גשמיות צו אונזער גשמיות? האט אים דער בעל התניא הק' געענפטערט: און צו קען מען דען צוגלייכן אונזער רוחניות צו יעקב אבינו'ס רוחניות?!

--

ויאמר לבן הכי אחי אתה ועבדתני חנם הגידה לי מה משכורתך (כט, טו)

לבן הרשע איז געווען אן אומפארגינער, און האט מורא געהאט אז יעקב וועט בעטן א געהעריגע פרייז פאר'ן היטן די שאף, דערפאר האט ער אים געזאגט א גאנצע הקדמה: דער דרך העולם איז אז פאר א ברודער "אחי אתה", ארבעט מען פאר אומזיסט, נאכדערצו אז דו האסט מיר דערציילט אז דו אנטלויפסט פון עשיו'ן וועלכער וויל דיר אומברענגען און איך טוה דיר באשיצן ווייל "אחי אתה". נו, לויט דעם ביסטו דאך דא אוודאי נישט געקומען פארדינען, נאר דו ווילסט דאך ארבעטן פאר מיר פאר אומזיסט. אבער איך בין דאך א גוטער, איך וועל נישט צולאזן אז דו זאלסט ארבעטן אן קיין לוין, איך וויל דיר גוטס טוהן מער ווי עס קומט, דערפאר "הגידה לי מה משכורתך".

נו, נאך אזא הקדמה איז שוין לבן זיכער געווען אז יעקב וועט זיך שעמען צו בעטן א נארמאלע פרייז, נאכדערצו אז ער האט נישט פארגעשלאגן קיין באלוינונג, נאר געהייסן יעקב זאגן "מה משכורתך", און א גאסט, נאכדערצו ווען ער איז געקומען זיך אויסבאהאלטן, שעמט זיך דאך געווענליך צו בעטן א גוטע פרייז.

הרב האלקי רבי חיים וויטאל זיע"א

אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1036
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

תגובהדורך פויער » פרייטאג דעצמבער 05, 2008 9:17 am

והנה סולם מוצב ארצה וראשו מגיע השמימה והנה מלאכי אלוקים עולים ויורדים בו

דער אור החיים הקדוש זאגט אז עס שטייט והנה אפאר מאל צו זאגן אז עס איז געווען ממש זייער א קלארע נבואה, מיט א אספקלריא המאירה און נישט אזוי ווי א חלום, מען קען זאגן אז עס מרומז אין פסוק ווייל חז"ל זאגן (ברכות נז:) אז א חלום איז א זעכציגסטל פון נבואה, און די ווארט הנה באטרעפט זעכציג, פארדעם שטייט עס ביי יעדע חלק פונעם חלום צו ווייזן אז עס איז געווען אלע 60 חלקים ביי די חלום נישט נאר איינס אזוי ווי ביי יעדע חלום.

דגל מחנה אפרים
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!

אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1036
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

תגובהדורך פויער » פרייטאג דעצמבער 05, 2008 9:57 am

אן ענדליכע בחינה שטייט אין אגרא דכלה, אז לכאורה איז שווער פארוואס האט ער געדארפט זעהן די מלאכים גיין ארויף אין אראפ וואס האט דאס מיטן חלום, נאר חז"ל זאגן אז חלומות זענען נישט מעלה ומוריד, ממילא האט מען אים געוויזן עולים ויורדים מרמז צו זיין אז די חלום איז א נבואה און עס איז יא מעלה ומוריד.
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!

אוועטאר
הכל בכל מכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 01, 2008 10:11 pm
לאקאציע: ווען ער זיכט א צווייטן

תגובהדורך הכל בכל מכל » זונטאג דעצמבער 07, 2008 3:29 pm

געהערט שיינע ווארט
לבן האט זיך אנגעטון א זיידענע בעקיטשע און געזאגט זאל מען עס רופן יגר שהדותא (זוהר'דיגן לשון)
זאגט איהם יעקב נע מאך זיך נישט אזא צדיק, דו מיינסט נישט נישט מער ווי גלעד "געלד"
יא יא הכל בכל מכל איז נאר דא איין באשעפער

גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 687
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 11, 2009 2:33 pm

תגובהדורך גבאי ביהמד » מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 10:36 pm

קום

אינגערמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 25, 2009 9:01 am

תגובהדורך אינגערמאן » מיטוואך נובעמבער 25, 2009 5:09 pm

אויף וועם דערציילט מען די גאנצע תורה פון צדיק זה בא לבית מלוני ויפטר בלי "מלאנע"?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך נובעמבער 25, 2009 9:22 pm

המעגלי צדק מדעעש

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך נובעמבער 25, 2009 9:24 pm

איז דא עפעס א מקור צו דעם וואס די מלמדים אין חדר זאגען אז יעקב האט אראפגעקוילערט דעם שווערן שטיין מיט "די קליינע פינגער" פון די האנט?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22372
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג נובעמבער 26, 2009 11:34 am

אין תרגום יונתן שטייט "בחד מאדרעוהי" מיט איין האנט.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » פרייטאג נובעמבער 27, 2009 8:25 am

געזען אמאל א קשיא אין רבי עקיבא אייגער, רש"י ברענגט דאך אז קיפל השי"ת ארץ ישראל בד' אמותיו, אויב אזוי, ד' אמות של אדם קונה לו, האט דאך שוין יעקב אבינו קונה געווען ארץ ישראל?

בימי ילדותי, אולי מעשה ילדות היה בי, האמיר פארענטפערט מיט דעם וואס תוס' אין כתובות, דאכט זיך דף לא ע"ב, זאגט אז לגנב איז ד' אמות נישט קונה, און יעקב איז דאך געווען אויפן וועג אנטלויפענדיג פון עשיו ווייל ער האט צוגענומען די ברכות, האט עס נישט קונה געווען!
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1072
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:07 pm

תגובהדורך א טענצל! » מוצ"ש נובעמבער 28, 2009 12:52 pm

פיין געזאגט!

דברי פי חכם חן!

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » דינסטאג נובעמבער 09, 2010 10:54 am

קרעמער האט געשריבן:מיין מלמד פלעגט דערציילן א מעשה, און איך זוך עס מיט ליכט עד היום הזה און דערווייל נישט געפונען.

איר האט אויך געהערט אז ווען אליפז איז געקומען צו יעקב האט ער אים צום סוף אויסגעטאן די וועש און איבערגעלאזט בעירום ובחוסר כל, נאכדעם וואס יעקב האט אים געזאגט עני חשוב כמת?

פיין.

מיין מלמד פלעגט דערציילן, אז נאכדעם איז אנגעקומען א רייטער אויף א פערד, ער האט זיך אויסגעטאן די וועש און איז זיך געגאנגען טובל'ן אין א דערנעבנדיג טייך, מה עשה הקב"ה ער איז פארשוועמט געווארן און יעקב האט אנגעטאן זיינע קליידער און ווייטער געגאנגען אויף זיין וועג.

איך האב שוין אפילו געזען אין א ספר אז דורכדעם קומט אויס אז יעקב האט געהאט א חלק אין די מיתה פון דעם מענטש (עכ"פ בשוגג, און פאר אזא צדיק ווערט דאס נחשב לפגם) און דערפאר איז ער געגאנגען צו בית מדרשו של עבר ווייל דברי תורה זענען קולט ווי אן עיר מקלט וכו' וכו' וכו'.

אבער די מקור הדברים האב איך נאכנישט געפונען אין קיין שום מדרש אדער ספר הישר. ביטע העלפט מיר זוכן.


אקעי, הננו, די תגובה איז געשריבן געווארן "מיטוואך ויצא תשס"ז!" אבער קיינמאל נישט צו שפעט.

איז אזוי, אויף דיין ערשטע קשיא, האט מען דיר שוין דא געענטפערט אז ס'איז א חיד"א, אויפן צווייטן העלפט ביסטו נאך ביז יעצט געבליבן סטאָק. דו ווילסט וויסן ווי דאס איז: איך האב שוין אפילו געזען אין א ספר אז דורכדעם קומט אויס אז יעקב האט געהאט א חלק אין די מיתה פון דעם מענטש (עכ"פ בשוגג, און פאר אזא צדיק ווערט דאס נחשב לפגם) און דערפאר איז ער געגאנגען צו בית מדרשו של עבר ווייל דברי תורה זענען קולט ווי אן עיר מקלט וכו' וכו' וכו'. ע"כ

אינעם ספר יש"מ בפרשתן [די צווייטע תורה] זאגט ער א הערליכע געדאנק, און קען זיין פון דעם וועט דיר ליכטיג ווערן. ער זאגט אז יעקב איז געגאנגן אין גלות ווייל ער האט גע'הרג'ט א מענטש בשוגג! פשט? ביי א גוי זאגט מען דאך מחשבה רעה הקב"ה מצרפה למעשה, עשיו האט דאך געוואלט הרג'ענען יעקב, איז אזוי ווי עשיו האט בפועל גע'הרג'ט יעקב'ן. ווער האט געמאכט אז עשיו זאל וועלן הרג'ענען יעקב? יעקב אליינס מיטן צונעמען די ברכות! זאגט ער אז וועגן דעם איז יעקב געגאנגן אין גלות ווייל יעקב האט זיך אליינס גע'הרג'עט!! ס'איז אזא שיינע חידוש פאסט פארן ישמח משה. ס'איז די צווייטע שטיקל די וואך.

יעצט דער ספר, גייט א שטיקל אן אנדערן מהלך, באט גוט איז גוט.

איך האב נאר באגעגנט דעם יאר א מדרש, איך שעם מיך צו זאגן ס'איז א מדרש רבה וואס יעדער קען שוין, אבער איך זעה עס און ס'איז אינטערעסאנט.

מדרש רבה פ' וישלח עו ה: א"ר לוי וכו' נכנס אבינו יעקב לשם [אין די חמי טברי'] ונעל בפניו עשו [אז יעקב זאל זיך דארט דערשטיקן רח"ל], וחתר לו הקדוש ברוך הוא חתירה במקום אחר ויצא הה"ד (ישעיה מג) כי תעבור במים אתך אני ובנהרות לא ישטפוך! דער מדרש טייטש דארט אויס דעם פסוק: מה לך הים כי תנוס וגו' מלפני אלוה יעקב וגו'.

שייגעץ דער עשו

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג נובעמבער 09, 2010 2:07 pm

יישר כח פאר די אינטערסאנטע ישמח משה

[אגב, די ספר וואס איך האב צוגעברענגט, הייסט "אשל אברהם", ארויסגעגעבן בעפארן קריג דורך א איד וואס האט געוואוינט אין דעעש. עפעס אזוי ליגט מיר אין זכרון]

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6519
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דינסטאג נובעמבער 09, 2010 9:55 pm

געהערט אמאל א שיין פשט ויצ"א איז ראשי תיבות ו'ירא י'עקב צ'ורת א'לף
דער מדרש ברענגט פון א מלך וואס האט געהאט טויזענט עבדים ושפחות, און ער האט געפרעגט איינעם (א תנא צו ווער) וואס טוט דער אייבערשטער, האט ער געזאגט דער אייבערשטער איז מזווג זיווגים, האט ער געזאגט דאס קען איך אויך, און ער האט אין איין נאכט מזווג געווען די טויזענט עבדים ושפחות, צופרי זענען זיי אויפגעשטאנען צופראסקעט איינער פונעם צווייטן, האט ער מודה געווען אז נאר דער אייבערשטער איז מזווג זיווגים.
יעקב אבינו איז געגאנגען טון א שידוך, ו'ירא י'עקב צ'ורת א'לף די טויזענט עבדים ושפחות, און עס געהאלטן פאר די אויגן אז דער אייבערשטער איז דער מזווג זיווגים
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

imzist
שר חמישים ומאתים
תגובות: 498
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 07, 2010 6:05 pm

תגובהדורך imzist » מיטוואך נובעמבער 10, 2010 12:20 am

מחמת קוצר הפנאי האביך נישט דורכגעליינט דעם גאנצן אשכול. יתכן אז עס ווערט שוין געברענגט אויבן.

אינעם ילקוט מדרש אגדה לא נודע למי (ארויסגעגעבן דורך ר"ש בובער מלבוב, איך בין זיכער אז ערגעץ וואו דא אויפן וועלטעלע איז שוין דא א אשכול איבער האיש ופעולותיו) ברענגט ער אזא טייטש:מה נורא המקום הזה, וווי שטארק דארף מען מורא האבן פארן אייבערשטן.(המקום- דער באשעפער). משיטפי' דלישנא זעט אויס צו זיין גאר א דרש פון חז"ל.

imzist
שר חמישים ומאתים
תגובות: 498
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 07, 2010 6:05 pm

תגובהדורך imzist » מיטוואך נובעמבער 10, 2010 12:24 am

מחמת קוצר הפנאי האביך נישט דורכגעליינט דעם גאנצן אשכול. יתכן אז עס ווערט שוין געברענגט אויבן.

אינעם ילקוט מדרש אגדה לא נודע למי (ארויסגעגעבן דורך ר"ש בובער מלבוב, איך בין זיכער אז ערגעץ וואו דא אויפן וועלטעלע איז שוין דא א אשכול איבער האיש ופעולותיו) ברענגט ער אזא טייטש:מה נורא המקום הזה, וווי שטארק דארף מען מורא האבן פארן אייבערשטן.(המקום- דער באשעפער). משיטפי' דלישנא זעט אויס צו זיין גאר א דרש פון חז"ל.

http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =&pgnum=88
לעצט פאראכטן דורך imzist אום מיטוואך נובעמבער 10, 2010 12:46 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
מאטעס
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 15, 2008 12:28 pm

ואולם לוז שם העיר לראשונה

תגובהדורך מאטעס » מיטוואך נובעמבער 22, 2017 3:46 pm

רמז נאה ששמעתי משם הגאון ר' צבי חשין שליט"א
ידוע מספה"ק שעצם הלוז אינו נרקב וממנו יבנה הגוף בתחיית המתים
גם איתא בספה"ק שעצם הלוז ניזון מסעודת מלוה מלכה במוצאי שבת
וכל זה רמוז בפסוק זה וא[ו]ל"ם ר"ת ונאמן אתה להחיות מתים, לוז - עצם הלוז, ש"ם - ר"ת מוצאי שבת, העיר לראשונה - העיר מלשון התעוררות ממנה יתעורר הגוף לראשונה בתחיית המתים, במהרה דידן
כאילו הוא נושה על הצלחת ובעל חוב על הקלחת.. (ר"י אלחריזי)

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2911
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » מיטוואך נובעמבער 29, 2017 1:29 am

ביי מעביר סדרה זיין האמיר באמערקט אויפן פסוק ואשלחך בשמחה ובשירים בתוף ובכינור. אין די תרגום שטייט אין אסאך חומשים בתופין "ובחינגין", למעשה דארף שטיין "ובכינרין". ס'קוקט אויס ווי א טעות מיט בתופים ובמחולות וואס שטייט נאך די שירה פרשת בשלח וואס דארט איז די תרגום טאקע בתופין ובחינגין.
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

לייבעלע הירש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 28, 2017 8:23 pm

תגובהדורך לייבעלע הירש » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 11:38 am

ארויף
טעות לעולם חוזר


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט