דיונים ועיונים בפרשת ויצא

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מרן אדמו"ר
שר מאה
תגובות: 134
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 22, 2006 12:40 pm

דיונים ועיונים בפרשת ויצא

תגובהדורך מרן אדמו"ר » מאנטאג נובעמבער 27, 2006 10:08 am

נעכטן האט איינער געברענגט און בית המדרש א שטיקל פינעם לייטער פון יעקב אבינו איך זיך אינפארמאציע
ישר כח למפרע

אוועטאר
מרן אדמו"ר
שר מאה
תגובות: 134
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 22, 2006 12:40 pm

תגובהדורך מרן אדמו"ר » דינסטאג נובעמבער 28, 2006 12:37 pm

רבותי ביטע ענטפערט מיר איך וויל וויסן אויב איך קען בויען עפעס א פשעטיל צי זאגן פארן ליינען

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » דינסטאג נובעמבער 28, 2006 1:08 pm

אינפארמאציע אויף וואס?

אוועטאר
פענסטער
שר חמש מאות
תגובות: 597
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 02, 2006 3:03 pm

תגובהדורך פענסטער » דינסטאג נובעמבער 28, 2006 6:54 pm

איך האב געהערט פון איינעם א ווארט אויף פרשת ויצא, ביטע פרעגט מיך נישט אפ.

מ'זעט אין די וואכעדיגע סדרה אז לבן האב געזאגט פאר יעקב "יגר שהדותא", און גראד דערנאך זאגט יעקב פאר זיינע קינדער "לקטו אבנים", יעקב האט געזאגט פאר זיינע קינדער אז לבן רעדט עפעס אראמיש איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס, איז קודם לקטו אבנים גרייטס אן שטיינער, דזאסט אין קעיס...

אוועטאר
חכםאיינער
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 18, 2007 5:27 pm
לאקאציע: מען גייט, מען שרייט, מען שטייט, מען פייט,

תגובהדורך חכםאיינער » מיטוואך נובעמבער 07, 2007 4:41 pm

וכל אשר תתן לי "עשר אעשרנו" לך,
יעקב אבינו האט געבעטן דעם רבונו של עולם,
אלעס וואס איך דארף איז:
עשר" איז יו"ד, "אעשרנו" איז נאך א יו"ד, איך וויל זיין מיט נאך א איד....
"לך" למענך , פאר דיין טובה וועגן ...
(א שטייגער ווי דא אין "קרעטשמע"..)

אוועטאר
חכםאיינער
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 18, 2007 5:27 pm
לאקאציע: מען גייט, מען שרייט, מען שטייט, מען פייט,

תגובהדורך חכםאיינער » זונטאג נובעמבער 11, 2007 1:32 pm

דער הייליגער קדושת יו"ט האט געהאט אויס צו שטיין גאר אסאך עגמת נפש אין סיגוט ווי ער האט זיך אנגעליטן פון די מחרחרי ריב,
איינמאל אינמיטן פארלערנען איז אריינגעפלויגן דורך'ן פענסטער א ריזיג שטיין...
ממש ניסים געשעהן אז עס האט גארנישט פאסירט ,
אינטערעסאנט איז אבער געוועהן, די לאך אינעם פענסטער - פון ווי די שטיין איז אריין געפלויגן - איז געוועהן סאך קלענער פינעם שטיין !!
ווען מען האט עס געוויזן פאר'ן קדושת יו"ט האט ער געזאגט:
אין אמת'ן אריין האבען זיי געשאסען "אסאך קליינע שטיינער" נאר די שטיינער האבען זיך אנגעהויבן ארומצוקריגן און יעדער האט געשריגען "עלי יניח צדיק את ראשו"... איז געשעהן א נס אז "דא אין שטוב" איז עס געווארן איין גרויסע שטיין...
מלפנים "שר העשר"...

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2868
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » מאנטאג נובעמבער 12, 2007 2:38 pm

חכםאיינער האט געשריבן:דער הייליגער קדושת יו"ט האט געהאט אויס צו שטיין גאר אסאך עגמת נפש אין סיגוט ווי ער האט זיך אנגעליטן פון די מחרחרי ריב,
איינמאל אינמיטן פארלערנען איז אריינגעפלויגן דורך'ן פענסטער א ריזיג שטיין...
ממש ניסים געשעהן אז עס האט גארנישט פאסירט ,
אינטערעסאנט איז אבער געוועהן, די לאך אינעם פענסטער - פון ווי די שטיין איז אריין געפלויגן - איז געוועהן סאך קלענער פינעם שטיין !!
ווען מען האט עס געוויזן פאר'ן קדושת יו"ט האט ער געזאגט:
אין אמת'ן אריין האבען זיי געשאסען "אסאך קליינע שטיינער" נאר די שטיינער האבען זיך אנגעהויבן ארומצוקריגן און יעדער האט געשריגען "עלי יניח צדיק את ראשו"... איז געשעהן א נס אז "דא אין שטוב" איז עס געווארן איין גרויסע שטיין...


ענליכעס זאגט מען נאך, אז א געוויסע פעשליכער גביר האט זיך אמאל ארויפגעזעצט אויף א געשטריקטע פאטעל און עס האט זיך איבערגעריסען, האט איינער געזאגט די זעלבע בחינה, אז איעדע לאך האט זיך ארומגעשלאגען עלי ינוח הגביר יריכותיו, ועלי ינוח כו', מה עשה הקב"ה? געמאכט פון אלע קליינטשיגע לעכער איין גרויסע לאטך!!!---

(און יעצט פון ענק אלע - ווער ס'האט'עס נאכנישט געהערט - איין גרויסע לאחך!!!---)
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2868
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » דינסטאג נובעמבער 13, 2007 10:08 am

דאס איז א מדראש אדער א אייגענע נוטריקון?
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24333
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג נובעמבער 13, 2007 10:21 am

חכםאיינער האט געשריבן:איך האב אלץ בחור'ל געזעהן א אינטערעסאנטע טיייטש אויף א אינטערעסאנטע מדרש:
איך וויל בעטן אז ווער עס באגעגנט זיך דערמיט זאל עס ביטע ארויפלייגן אדער שיקען צו מיר אין אישית מראי מקומות און איך וועל עס ארויף לייגן בעזהשי"ת


אלעקסיי האט געשריבן:דאס איז א מדראש אדער א אייגענע נוטריקון?


אלעקס,
די ביזט חושד דעם חכם מיט ליגענט, אדער נישט באמערקט זיין באהויפטינג?

חכם-אחד,
תודה מעמקי הלב על עבודתך לרומם קרן התורה בחבורתינו, יה"ר שזכות לימוד התורה דרבים יעמוד לך להוושע בכל מילי דמיטב וכל אשר תעשה תצליח, ותהיה כעת שתול על פלגי, הוי הוי איי איי וכל אשר, אשר יעשה, אוי ווי ביך איך פארפארן.....

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2868
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » דינסטאג נובעמבער 13, 2007 10:47 am

מיללער האט געשריבן:
חכםאיינער האט געשריבן:איך האב אלץ בחור'ל געזעהן א אינטערעסאנטע טיייטש אויף א אינטערעסאנטע מדרש:
איך וויל בעטן אז ווער עס באגעגנט זיך דערמיט זאל עס ביטע ארויפלייגן אדער שיקען צו מיר אין אישית מראי מקומות און איך וועל עס ארויף לייגן בעזהשי"ת


אלעקסיי האט געשריבן:דאס איז א מדראש אדער א אייגענע נוטריקון?


אלעקס,
די ביזט חושד דעם חכם מיט ליגענט, אדער נישט באמערקט זיין באהויפטינג?



כ'האב דווקא יא געזעהן וואס ער שרייבט און דאך האב איך געפרעגט, און געמיינט צו פרעגן אויב דאס איז א געהעריגע מדרש (ווי למשל רבה תנחומא), וואס געווענליך טרעפט מען נישט דארט אזוי שטייגער נוטריקונ'ס, אדער עפעס א אייגענע נוטריקון פון א געוויסע ספר וואס טייטשעט עס שיין אויס (צומאל בשם "מדרש פליאה")
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24333
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג נובעמבער 13, 2007 11:30 am

"אייגענע" מיט "געוויסע ספר" איז א פאראדאקס לדעתי, קארעקט מי איף איי עם ראנג, מיי פרענד.

אוועטאר
חכםאיינער
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 18, 2007 5:27 pm
לאקאציע: מען גייט, מען שרייט, מען שטייט, מען פייט,

תגובהדורך חכםאיינער » דינסטאג נובעמבער 13, 2007 1:37 pm

הערטס ענק אויף צו קריגען !!!
איך האב אסאך געלערנט ספרים, מיט מדרשים, און וואס עטץ ווילטס נישט הערן און געדענקן...
איך געדענק א שיינע טייטש פון א "ספר" וואס ברענגט אראפ דעם "מדרש" און איך געדענק נישט פינקטליך די תורה אבער עפעס האב איך מיר דערמאנט:
מען זאגט שבועות און יוצר, (בערך)

בריאת העולם פתח באות שני, כי יש עולם שני,
עשרת הדברות פתח באות ראשון, כי הוא אחד ואין שני,

פשט איז אז די תורה הייבט אן דאס וועלט באשאפונג מיטן אות ב' פון בראשית,
ווייל וועלטן איז דא צוויי, עולם הבא און עולם הזה,
וועגן דעם הייבט ער או מיט א ב',

עשרת הדברות הייבט ער אן מיט א' פון אנכי,
ווייל עס איז דא נאר איין איינציגער באשעפער אויף די גאנצע וועלט,

עס ווערט דערציילט א מעשה אויף א גרויסע חסיד,
אז אייינמאל האט מען אים ציגערעדט צו טון אן עבירה, אוןן מען האוט אים צוגעזאגט אסאך געלט,
און אויב נישט גייט מען אים הרגענען,
האט ער געזאגט:
עטץ גוים האטס עטליכע אפגעטער, און נאר איין וועלט,
פארדעם פארשטייט עטץ אז אויב מען סטראשעט אז מען גייט אוועק נעמען זיין איין איינציגע וועלט וועט ער ענדערש אוועק געבון איינע פון זיינע אפגעטער און נעמען א צווייטע אנשטאט,
כדי ער זאל בלייבן מיט זיין וועלט.. וואס פון דעם האט ער נאר איינס,
אבער מיר אידען זענען פינקט פארקערט,
א באשעפער האב איך איינס, און וועלטן האב איך צוויי,
וועל איך ווי פארשטענדליך אוועק געבן איין וועלט, וואס פון דעם האב איך נאך איינס,
ווי איידער אוועק געבן מיין באשעפער , וואס דאס האב איך נאר איינס,


ווען יעקב איז אנטלאפן פון עשו און ער איז געגאנגען צו לבן, האט ער זייער מורא געהאט אז אפשר וועט ער זיך אפלערנען פון זיינע שלעכטע מעשים,
און ער האט געציטערט אוועק צופארען ,
האט ער זיך אריין געקלערט און ער האט געזעהן דעם "אות אלף" וואס מיט דעם הייבט זיך אן די עשרת הדברות,
האט ער זיך בארואיגט אריינטראכטענדיג אז ער האט צוויי וועלטן און איין באשעפער,
און אזוי וועט ער קענען ביישטיין אלע נסיונות,
ווייל ער וועט נישט וועלן אוועק געבן זיין "איין" איינציגער באשפער , פאר די הנאה וואס ער וועט האבען פון א "וועלט" וואס איז דא צוויי דערפיםן,
און דאס איז פשט פון
ויצ"א,
ו'ירא י' עקב צ' ורת א'
איך האף אז מען האט עס פארשטאנען,
מלפנים "שר העשר"...

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דינסטאג נובעמבער 13, 2007 2:17 pm

זייער שיין חכם, יישר כ'חכם'.

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2868
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » דינסטאג נובעמבער 13, 2007 2:41 pm

מיללער האט געשריבן:"אייגענע" מיט "געוויסע ספר" איז א פאראדאקס לדעתי, קארעקט מי איף איי עם ראנג, מיי פרענד.


איים העפי טא בי יאר פרענד, יעס יא אר ראנג, עס איז נאט עי פאראדאקס, אנלי ווען איימ וורייטינג פעסט ווען איים אין א ראש איטס לאקס לייק דעט, נאו יא אנדערסטענד???

נעקסט טיים איי וויל טריי טא עקספלעין מי בעטער

העוו עי נייס דעי
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2868
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » מוצ"ש נובעמבער 17, 2007 10:39 pm

געהערט אין ביהמ"ד א שיין ווארט:,

ווי אזוי האט יעקב למעשה געקענט אויסהאלטען אזוי לאנג ביי לבן הארמי נאך אלע פאפערישע שטיק?



איין גוטע זאך איז געווען, אז קיין 'שוויגער' האט ער נישט געהאט!!!

(ווי רש"י זאגט אויפן פסוק ותרץ ותגיד לאביה)
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

אוועטאר
Jewboy
מלך הייד פארק
תגובות: 418
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 26, 2006 5:30 am
לאקאציע: אונטער דער ערד
פארבינד זיך:

תגובהדורך Jewboy » זונטאג נובעמבער 18, 2007 4:27 am

דעם פאריגן שבת האט יעדער געהערט אויסרופן יגר'ל



בילד
א גוטן.
א גוטן, קען אלץ צו נוץ קומען

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24333
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג נובעמבער 25, 2007 2:31 pm

פארגאנגענע שבת האב איך געזעהן אין ספר חנוכת התורה פונעם רבי'ן ר' העשיל בשם א ספר "גליא רזיא" אז בעונש פון דעם וואס יאע"ה האט גורם געווען אריינצוברענגען צוויי אראמישע ווערטער אין די תוה"ק "יגר סהדותא" האט דער מסבב כל הסיבות גורם געווען אז הוא ובניו ירדו מצרימה, מיט דעם טייטשט דער רבי ר' העשיל די פסוקים פון פר' תבא "ארמי אובד אבי" וועגן די אראמישע שפראך איז ליידער געווען אובד אבי.
מיט דעם טייטשט ער אויך דעם פסוק און פר' וישב הנה ארחת ישמעלים באה מגלעד, די ארחות ישמעלים וועלכע האבן אפגעקויפט יוסף הצדיק זענען געקומען מ"גלעד" בעוון דעם ווארט גלעד וועלכע האט געפירט צו די אראמישע סהדותא פאמיליע.

וואס דער יגר האט אלס נישט אנגעמאכט................

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » זונטאג נובעמבער 25, 2007 3:34 pm

רבי ר' יענקעלע סקרענטענער שליט"א,
ס'מיר זייער אינטערסאנט דאס ווארט, ווייל רש"י זאגט אין פר' וישלח, אויפן פסוק "אכפרה פניו", אז לשון כפרה אצל עוון וכו' לשון קנוח היא, ולשון ארמי הוא. קומט אויס אז די תורה זעלבסט באנוצט זיך אויך טייל מאל בלשון ארמי. אפשר איז דאס אויך הערשט נאך יעקב'ס 'יגר שהדותא'?

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » זונטאג נובעמבער 25, 2007 9:51 pm

אבער דאס האט דאך שוין נישט מיט יעקב, יעקב האט גורם געווען אריינצוברענגען נאך צוויי.

איך האב נישט געזען אינעווייניג, דער טעם פונעם עונש, אבער לכאורה ווייל לשון ארמי, כאטש, וואס דאס איז שוין זינט וועלט באשאף פארהאנען, ווי די גמרא זאגט אז אדם האט שוין גערעדט דערמיט, און אזוי אויך אברהם און די אבות, אנדערש ווי אלע שפראכן וואס איז שפעטער באשאפן געווארן, אבער מען האט זיך נאר באנוצט דערמיט אויף עניני חול, און טאקע פאר דעם האט מען עס גענוצט, נישט וועלנדיג נוצן לשון הקודש אויף דברים של חול מגודל קדושתו נישט מחלל צו זיין דעם הייליג לשון כמו שהכופרים שחיק טמיא טוען ליידער.

און אין אמת'ן אריין, הרב זארעכ, איז דא נאך ווערטער אין די תורה, נישט נאר ארמי, נאר פרסי, און כתפי, ווי טטפת. יוני, ווי די גמרא זאגט הן קרבו ימיך למות, אדער לשון ערבי ווי רש"י זאגט אויף וקשותיו, און דער אבן עזרא זאגט אויף זייער אסאך ווערטער פון תנ"ך אז דאס איז לשון ארמי, האב איך געטראכט אזוי, די אלע ווערטער אריינגערעכנט דעם אכפרה פניו, איז נישט פשוטו כמשמעו א ריין ארמיש ווארט, נאר אין אראמיש איז עס אויך אזוי, אבער אין לשון הקודש אויך, אדער אז אין לשון הקודש האט עס איין פשט, און אין ארמית א צווייטע פשט וואס ליגט אויך אינעם ווארט צו פארשטיין אביסל בעסער, אדער דרש'נט מען נאר דערפון עפעס אויף לשון ארמי, ווי ס'איז די מעשה ביי דעם הן יראת ה' אדער הן קרבו ימיך, אבער ביי יגר סהדותא, איז נישטא א צווייטער טייטש ס'איז א ריין אראמיש ווארט, די תורה זאגט אפיללו ארויס אז דא שטייט יעצט אראמיש וויאזוי לבן האט איבערגעטייטשט גלעד אויף זיין שפראך.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24333
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג נובעמבער 25, 2007 10:04 pm

רבי,
ביי טט-פת האביך אמאל געהערט אז רש"י ברענגט נאר א ראי' צו די טייטש פון טוטפות ווייל אין די אנדערע לשונות זעהט מען "אויך" אז טט און פת באדייטן צוויי, אבער נישט אז די תורה שרייבט בלשון לעז.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24333
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג נובעמבער 25, 2007 10:36 pm

דא אין ישיבת כרם ביבנה ברענגט איינער הרב גרינברג אראפ דעם חנוכת התורה אין א שמועס בענין לשון הקודש, און ער צייכנט צו "וע' ביערות דבש ח"א עמ' טז מ"ש עה"פ הצרי אין בגלעד", ווער ס'זעהט דעם יערות דבש ווערט פארבעטן עס מעתיק צו זיין לתועלת הלומדים.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג נובעמבער 26, 2007 12:20 am

בנוגע אראמיש אין די תורה, זעה רבינו בחיי (דברים ל"ג, כ"ה) "מצינו הרבה לשונות בתורה שהם תרגום", אויך אויפן פסוק אף "חובב" עמים זאגן די מפרשים אז דאס איז אראמיש.

ולכבוד מיללער אמר אוהב אכתוב אעתיק אחלק עמו שלום רב לאוהבי תורה:

(1) ספר יערות דבש חלק ראשון - דרוש א (המשך)
וע"ז צווח ירמיה [ירמיה ח, נב] הצרי אין בגלעד אם רופא אין שם, כי אליהו מגלעד הוא הממציא צרי ורפואה לכל חולים כי הוא המרפא, ולכך צווח ירמיה אם רופא אין שם, ועיקר רופא הוא מגלעד, כי נודע כי לשון הקודש הוא עץ חיים וממקום קדוש יבוא, והוא לשון המיוחד לארץ ישראל, לשון קודש ארץ קודש והוא לשון עברי, ולשון ארמאי הוא מענין עץ הדעת טוב ורע, כי יש ארמאי לשון קודש ולשון נכר והוא בלול טוב ורע, ולכך אדה"ר אחר החטא בלשון ארמי סיפר [סנהדרין לה ע"ב]. וגלעד הוא קצה א"י, ויעקב דיבר בלשון הקודש גלעד, ולבן ביקש להמשיכו לסטרא מסאבא וקרא ליה יגר שהדותא, ואליהו יתקנו ויכניסנו לקדושה, ולכך היה מגלעד והוא הרופא האמתי, ועל רפואה זו יש להתפלל:

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24333
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג נובעמבער 26, 2007 10:29 am

א הארציגען דאנק הרב קרעמער פאר די העתקה, תמלאמו נפשי אריק חרבי של תורה תורישמו ידי, יהא חלקך ממזכי הרבים.

קומט אויס אז ר' יהונתן אויסער אויב ער האט אויך געזעהן דעם גליא רזיא הנ"ל האט ער מכווין געווען אביסל לדבריו אז דער אראמישער יגר'ל איז פון די סטרא מסאבא וועלכע האט ליידער אן אחוזה אין די תוה"ק און ווילאנג אלהו הנביא וועט נישט נתגלה ווערן בקרוב איז נישט פארהאן קיינע ריכטיגע רפואות וישיעות פאר כלל ישראל, און ווי דערמאנט איז דאס איינער פון די סיבות פון גלות מצרים פון וועלכע מיר זענען נאך אלס משלים לויט טייל תירוצים וויאזוי די אידן זענען ארויס פאר די צייט.

היוצא לנו מכל זה, מיר דארפן בעטן און האפן אויף ביאת משיח צדקנו במהרה וואס דאן וועט זיין דער תיקון האמתי אויף דעם פגם וואס דער רשע פעטער לבן האט אנגעווערטשאפט מיט זיינע טמא'נע דיבורים, יה"ר שנזכה בקרוב לזה בהתגלות כבוד שמים עלינו בב"א

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » מאנטאג נובעמבער 26, 2007 2:07 pm

זה הדבר אשר דברתי לך, איך וועל מיך דארפן אפירקראצן און נאכקוקן דעם גאנצן נושא דא, פון דעם גליא רזיא, צי רזא, צי גלי, צוויי ספרים איין ספר, א דריטע גאר.. ווארט צו..

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24333
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג נובעמבער 26, 2007 2:10 pm

מנהלים,
מ'קען שוין באשאפן א נייע אשכול בידיעות התורה -"יגר סהדותא" אין אירע קאנסקווענצן-?


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט