דיונים ועיונים בפרשת תולדות

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

א אידעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2006 12:27 pm
לאקאציע: דרייט זיך אינמיטען וועג

דיונים ועיונים בפרשת תולדות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א אידעלע »

מען דערציילט, אז אמאל האט דער הייליגער ראפשיצער געוואלט אויספרובירן וואס איז די סיבה פארוואס ער שפירט אזא דערהויבנקייט אינ'ם הייליגן שבת, האט ער איינמאל אינמיטן א גרינע מיטוואך -אזוי ווי היינט- זיך אנגעטוען די בגדי שבת, און ער האט געגעסן פון די מאכלי שבת, פיש, קוגעל, אייער צוויבל, טשאלענט, וכו' וכו', און ער געשפירט אזא טעם ווי ער שפירט אינ'ם הייליגן שבת,

איז ער געגאנגען צובראכענערהייט צו זיין רבי'ן דער הייליגער חוזה פון לובלין, אים זאגן אז ער האט געגעסן אלע מאכלי שבת אינמיטן די וואך אין ער האט געשפירט די זעלבע טעם ווי ער שפירט שב"ק.

האט אים די חוזה געפרעגט, צו ער האט אויך אנגעטוען די בגדי שבת, האט ער אים געענטפערט אז יא, האט דער הייליגער חוזה, געזאגט אז די בגדי שבת, האבן אין זיך אזא קדושה אז אפילו מען טוט זיי אן אינמיטן די וואך, שפירט מען זיך כאילו עס איז שבת, (ע"כ המעשה).

די זעלבע זאך איז געווען די וואך מיט יעקב אבינו, וואס יעקב אבינו איז דאך געווען א איש תם, און ער האט נישט געקענט זאגן שקר, און ווען רבקה האט געהייסן פאר יעקב זאגן שקר, 'אני עשו בכורך', האט ער עס נישט געקענט טוען, נאר ווען ער האט אנגעהאט די בגדים פון עשו.
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

גוט.

אגב, אז איך שרייב שוין (...) די וואך איז דא דער אינטערעסאנטער ישמח משה, וואס פארענטפערט מיט איין מהלך, 17-18 קשיות, וויאזוי יצחק האט געקענט ליב האבן עשו, וואס איז געווען דער "ויחרד יצחק" אי משום הגיהנם שפתוחה לו מתחתיו מדוע עד היום הזה לא הורגש בזה יצחק, וויאזוי האט יצחק געגעסן פון די פלייש וואס עשו האט אים געברענגט ביז היינט, ווער האט גע'שחט'ן דאס פלייש ועוד ועוד

מוראדיג, לערנטס עס ותחי נפשכם, ס'איז זייער א לייכטע תורה, און מ'קען עס איבערזאגן און 4-5 מינוט.
פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פענסטער »

יגר'ל, איך האב דיך געפאלגט און כ'האב געלערנט דעם ישמח משה, ס'איז טאקע א שיינע תורה וכו' בלא בלא בלא.

נאר וואס מיך ווינדערט איז, אז דארט האב איך געזען אז דעס וואס מיינע רבי'ס האבן נאכגעזאגט אין חדר מיט א פשטות אז עשיו פלעגט אייביג טראגן די בהמות צו יעקב אז ער זאל עס אים שחט'ן, אז דאס איז גאר א ישמח משה, און נישט קיין מדרש וויאזוי איך האב מיך איינגערעדט.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

און ווער האט עס געשחטן' דאס מאל? אמער יעקב איז דאך געווען פארנומען צו שחט'ן זיין אייגענעם בהמה?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
חכםאיינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכםאיינער »

שוועמל,
אז דו וועסט לערנען דעם ישמח משה וועט דיר אלעס פארענפערט ווערן,
דאס מאל האט מען עס טאקע נישט געשחטן און וועגן דעם האט יצחק אבינו געזען גהינם פתוח מתחתיו,
לערן עס דורך וועט דיר פארענטפערט ווערן אסאך קשייות,
וועסט באמת הנאה האבען,
חכםאיינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכםאיינער »

רביה"ק בעל דברי יואל זצוקללה"ה האט אמאל מסביר געווען ווי אזוי דער דרך הלימוד דארף אויס קוקען כדי עס זאל נישט זיין קיין "סברות כרסיות" איז דאן פארציילט געווארן די מעשה:
געווען אמאל א מלמד וואס ער אליין איז געווען א קנאפע יודע ספר.. און ער האט פאר געלערנט פרשת תולדות פאר די קינדער,
ווען ער איז אנגעקימען צו די פסוקים ווען עשו איז אריינגעקימען נעמען די ברכות. האט ער אנשטאט זאגען "ויחרד יצחק חרדה גדולה" מיט זיין גרויס "למדנות" פארגעלערנט "ויחרר יצחק חררה גדולה"..
און וויסענדיג וואס עס טייטשט "עני המהפך בחררה" האט ער פארגעלערנט"ויחרר יצחק- און יצחק האט אפעגקיכענט (אפגעבאקען) חררה גדולה- א גרויסע קיכעלע, "עד מאוד" -זייער גרויס...
אבער רבי -האט א אינגעל אויף געהויבען זיין האנט - פון ווי האט ער געהאט אזא ריזיגע אובען אפצובאקען אזא ריזיגע קיכן ?...
קיין עינע הארע האסט א גוט קעפל -ריפט דער מלמד אויס- די תורה אליין פרעגט ווייטער די קשיא "מי איפה" -א ווי האט ער דאס געבאקען דעם ריזן קיכן...?..
נו, -וויל דער אינגעל וויסען - וואס איז דער תירוץ...???.....
קוק אריין אין רש"י -קלאפט דער מלמד צוזאם זיינע הענט פון התפעלות- ראה גהינם פתוח מתחתיו - דער גהינם איז געווען אפען, און דער גהינם איז דאך ריזיג ריזיג גרויס... האט ער עס דארטן אפגעבאקען ביים פייער פון גהינם...

האט מען דארט אויס געפירט, אז אלע עמהערוצות פיטען אריין און די פסוקים... מען דרייט אהער און מען דרייט אהין און עס ווערט הערליכע סברות כרסיות...
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

אוי איז דאס א זיסע מעשה...
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2874
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי »

חכם איינער, דאס איז געוואלדיג, נאך קיינמאל נישט געהערט!!!
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.
אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסטער »

חכםאיינער, די מעשה דערמאנט אן אלטע וויץ וועגן א רב וואס האט גע'דרש'נט עפעס אזוי: עס שטייט אין פסוק פון קטורת "ויאמר ה' אל משה לאמר קח לך סמים". ס'פרעגט זיך, פארוואס שטייט דא "לאמר"? "לאמר" מיינט דאך "צו זאגן צו אנדערע" און דאס משה-רבינו האט דאך געדארפט מאכן אליין. נאר דער תירוץ איז... און אזוי ווייטער.
נאך דער דרשה פרעגט אים איינער פונעם קהל: "רבי, אבער אינעם פסוק שטייט דאך נישט די ווארט 'לאמר' ?"
דער רב ווענדט זיך צו אים, קוקט אויף אים פארטראכט עטלעכע רגעים און ענטפערט: "ווייסטו וואס, ס'איז נאך א תירוץ".
די וואָר הענגט אויף א האָר
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

חכם איינער; כ'האב זייער געלאכט פון דיין תגובה, יש"כ.
אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2874
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי »

א בחינה פון:

א זון פרעגט ביי זיין טאטע'ן (נאכן זאגן הלל אין שול):
- טאטע, פארוואס עס שטייט אין פסוק "הים ראה, וינס הירדן"? עפעס א נישט פארשטאנדיקע זאך - פארוואס זשע ירדן האט אנטלאפן אויב דער ים האט עס געזען?
דער טאטע נעמט דעם סידור, עטלעכע מינוט קוקט זיך איין אינעם פסוק און טראכט און דערנאך ענטפערט:
- אט פונקט די שאלה פרעגט דאך דוד המלך דארטן ווייטער, זאגנדיק: "מה-לך הים, כי תנוס הירדן?".
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.
אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטורליך »

יגר סהדותא, צוליב דיין מראה מקום דא האב איך געקוקט אין ישמח משה דעם שב"ק העל"ט, בשעת די הויעכע שמו"ע.
עס איז גאר שיין, א געוואלדיגער חידוש פון ישמח משה אז עשיו האט געגעבען פאר יעקב צו שחט'ן די בהמות וואס ער האט געפיטערט דעם טאטען.
א דאנק פאר'ן תורה. לייגט נאך, וישמחו כל ישרי לב
גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 11, 2009 2:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבאי ביהמד »

ארויף געברענגט
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

געזעהן אן אינטערעסאנטע קשיא אויף דעם מדרש וואס רש"י ברענגט אהנפאנג סדרה
צר קלסטר פניו של יצחק וועגען די לצני הדור וואס האבען געזאגט מאבימלך נתעברה שרה.

איז שווער אז וואס האט דער צר קלסטר פניו אויפגעטוהן. די לצני הדור קענען נאך אלטס זאגען זייערס,
ווייל שרה איז געווען לוט'ס שוועסטער יסכה איז דאך שרה און ביידע זענען געווען קינדער פון הרן, אברהם'ס ברידער.

רש"י זאגט און פרשת לך לך אויפען פסוק כי אנשים אחים אנחנו' אז לוט האט אויסגעזעהן אוויא אברהם

איז יעצט קען נאך אלטס זיין אז מאבימלך נתעברה שרה, און יצחק האט אויסגעקוקט אוויא אוהר ברידער לוט, וואס דאס איז זייער מעגליך, און ממילא האט ער אויך אויסגעקוקט אוויא אברהם. און פון דעם 'צר קלסטר פניו של יצחק דומה לאברהם' איז נישט מוכרח אז מאברהם נתעברה שרה
the SCY is the limit
פרייליכערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייליכערהייט »

אזוי ווי איינער האט אמאהל געפרעגט מיט גרויס דייקנות פשט אין פסוק "שובר" כל עצמותיו, אחת מהנה לא נשברה..... צוברעכט יא אדער נישט ,
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

:?: :?: זיי מסביר וואס די זאגסט...
the SCY is the limit
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

פרייליכערהייט באציהט זיך צו די פריערדיגע תגובות אינעם אשכול וואס האבן אראפגעברענגט מאדנע תורות, ווי צב"ש ויחרר יצחק חררה גדולה.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ר' שמחה, לויט ווי די גמרא אין ב"מ זאגט אז ערשט איז ער געבוירן מיט אן אנדערע צורה און ערשט נאך וואס די ליצנים האבן געזאגט מה שאמרו איז געווען צר קלסתר פנים, פאלט אוועק די גאנצע קושיא.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

ישר כוח
the SCY is the limit
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

איינער האט מיר אמאל געפרעגט פון וועם האט מען זיך צוטאן געמאכט, פון לצים? היינט זאגט ער מאבימלך נתעברה און מארגען טרעפט ער עפעס א פרישע מעשה? ווען מ'ענטפערט אים באקומט ער דאך נאר חיזוק צו טרייבן מער לצנות?!
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ר' יוסלמאן, דאס איז זיכער אז די לצים'ס מיינונג איז נישט געווארן געביטן, זיי זענען געבליבן לצים און ווייטער פארקויפט זייערע לאקשן, אבער קיין תמימי לב האבן זיי שוין נישט געקאנט איינרעדן זייערע חכמות, כנלפע"ד.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 04, 2009 11:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א טענצל! »

יוסלמאן האט געשריבן:איינער האט מיר אמאל געפרעגט פון וועם האט מען זיך צוטאן געמאכט, פון לצים? היינט זאגט ער מאבימלך נתעברה און מארגען טרעפט ער עפעס א פרישע מעשה? ווען מ'ענטפערט אים באקומט ער דאך נאר חיזוק צו טרייבן מער לצנות?!


איך האב געקלערט אז די גמ' איןמס' ברכות (הובא ברש"י פ' בא) טרעפן מיר אז משה רבינו האט געזאגט "כחצות" און נישט "בחצות" הגם משה האט געוואוסט פונקטליך ווען ס'איז חצות, ווייל שמא יעטו אצטגניני פרעה ויאמרו משה בדאי הוא!
נו, וואס שטערט מיך צו זיי גייען זאגן משה בדאי אדער נישט, ס"ה אפילו זיי וועלן זיך טועה זיין אינעם זמן פון חצות, וועט אין א מינוט-צוויי קומען די מכה- אלא מאי אז מען מאכט זיך יא צוטוהן פון וואס מען זאגט. אפשר א שטיקל ראי'.
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

טענצל אויף דעם איז טאקע דא אסאך וואס צו זאגן. נאך אלע מכות און דא שטארבן בכורים וועט מען זאגן משה בדאי אז ס'איז געשען מיט א מינוט שפעטער? נאר ס'האט אסאך תירוצים.

קודם זייער פשוט, אין יציאת מצרים איז תלוי א גרויס חלק פון דער אמונה, מ'דערמאנט עס יעדן טאג ביים דאווענען און ס'איז א מצוה פון שטענדיג געדענקן, במילא האט מען געוואלט אז יארן שפעטער זאל מען נישט אויפקומען מיט קיין טענות אז ס'איז געווען מיט א מינוט שפעט און בלא לא בלאב.

אבער דא ביי יצחק איז דאך אביסל אנדערש, די לצני הדור האבן זיך נישט געטוישט, לצנות איז א גוט גייענדע ארטיקעל וואס קען ארבייטן צו ס'מאכט סענס צו נישט, במילא פארוואס זיך צוטאן מאכן? נאר ידידינו הרב הישן האט געזאגט א פיינעם תירוץ אז תמימי לב האט מען שוין נישט געקענט איינרעדן.

קען זיין נאך א זאך, ווען מ'זעהט אז די עבדי יצחק האבן געהאט א שטיקעל מחלוקה (גראדע איז דא א שיין חתם סופר אויף די נעמען פון די בארות, עשק, שטנה, רחבות) איז יצחק געווען דער נאכגעבער, ווי ס'שטייט ויעתק משם ויחפרו באר אחרת, ער האט זיך נישט איינגעריסן, אז די ווילסט דווקא דא וועל איך גיין דארט.

אבער פעטער לוט איז געווען פארקערט. אברהם האט אים געפרעגט ווי ווילסטו גיין, דארט ווי די ווילסט, דארט גיי! איך וועל מיר שוין א עצה געבן. לוט איז אבער נישט געווען אזא צדיק, וואס ער האט געוואלט האט ער געוואלט, אנע חכמות.

האט דאך יצחק געהאט עפעס פון טאטן אברהם, ער האט זיך נישט געזוכט צו קריגן ח"ו מיט קיינעם נאר ער האט אלץ מוותר געווען, האבן די לצני הדור געקענט זאגן וואס זיי ווילן, אבער יעדער האט געזעהן ווי קלסתר פניו, נישט דייקא דער גשמיותדיגער פנים כפשוטו, נאר די אינערליכע מדות טובת וואס אברהם האט געהאט האט זיך געפינען ביי יצחק אבינו. און דאס איז נישט געווען מכוח מ'שפחת שרה, והא ראיה אז לוט האט נישט געהאט די מדות, נאר אברהם הוליד את יצחק.

כן נראה לענ"ד בדרך אפשר.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

פייין געזאגט ר' יוסלמאן.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

אין כלי יקר זאגט ער אויף למה זה אנכי ותלך לדרוש, אז רבקה אמנו האט געזעהן אז דאס קינד וויל ארויס ביים ביהמ"ד און ביי להבדיל בית תפלתם האט זי מורא געהאט אויף זיך אליין, שמא ח"ו האט זי שתי רשיות, פארדעם ותלך לדרוש את הד', פשוט צו מחזק זיין די אמונה. כ'א'נישט דעם כלי יקר צו ברענגן דעם לשון גענוי, אבער בערך דאס זענען זיינע ווערטער.

ווען א קינד טויג נישט, נאך במעי אמו, דארף מען קודם חושד זיין זיך אליין!
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”