לקוטים וענינים על פרשת נח

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
שבת קודש
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 26, 2008 1:28 am

לקוטים וענינים על פרשת נח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבת קודש »

פארוואס האט די אויבערשטער געדארפט שטראפן די ואני הנני מביא את המבול מים על הארץ.
מענטשן דווקא מיט וואסער?
ווייל פאר די אויבערשטער האט באשאפן די וועלט איז די וועלט געוועהן פול מיט וואסער. האט די וואסער געוואלט לויבן די אויבערשטער נאר זיי האבן נישט געקענט רעדן האבן זיי זיך געווארפן מיט די כוואליעס און אזוי געלויבט די אויבערשטער.
האט די אויבערשטער געזאגט – "אז וואסער וואס קען נישט רעדן, לויבט מיר אזוי, אוודאי מענטשן וואס קענען יא רעדן, וועלן מיר נאך מער לויבן" -, האט די אויבערשטער אוועק גענומען די וואסער און באשאפן די וועלט.
די מענטשן האבן אבער נישט געלויבט – פארקערט – זיי האבן נאך געטוהן עבירות און אויפגערעגט די אויבערשטער.
האט די אויבערשטער אוועקגענומען די מענטשן און צוריק געברענגט די וואסער אויף די וועלט אז זיי זאלן נאכאמאל לויבן און דאנקען די אויבערשטער.
מדרש
אוועטאר
שבת קודש
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 26, 2008 1:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבת קודש »

"שופך דם האדם באדם דמו ישפך".
(פרשת נח ט-ו)
דאס איז א רמז אויף א מענטש וואס איז ח"ו א "מלבין פני חבירו ברבים", מען טייטשט דאס אזוי, "שופך דם האדם באדם" אויב מען פארשעמט א מענטש און עס ווערט פארגאסן זיין בלוט אין איהם, זאגט די תורה "דמו ישפך", ער האט דער זעלבע דין ווי א שופך דמים.
(חפץ חיים על התורה)
אוועטאר
שבת קודש
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 26, 2008 1:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבת קודש »

ויעש נח ככל אשר צוה אותו אלוקים כן עשה:
זאגט רש"י ויעש נח = זה בנין התיבה
איז אבער שווער פארוואס דארף שטיין נאכאמאל כן עשה ? נאר מ'קען ענטפערן, אז א מענטש קען טראכטן ביי זיך אז דאס וואס נח האט געבויט די תיבה איז געווען פאר זיין אייגענע הנאה, אז ער און זיין משפחה זאל בלייבן לעבן פון די מבול, און נישט כדי צו מקיים זיין די באפעל פונעם אויבערשטער, פאר דעם קומט די פסוק און זאגט עדות אז נח האט געבויט די תיבה נאר ווייל די אויבערשטער האט געהייסען, און דאס איז פשט און די פסוק, ויעש נח און נח האט געבויט די תיבה, נאך דעם קומט די תורה עדות זאגן אז כל אשר צווה אותו אלוקים אזוי ווי דער אייבערשטער האט אים געהייסן כן עשה אזוי האט נח געבויט די תיבה און נישט פאר זיין אייגענע הנאה.
שמירת הלשון
די תיבה איז געוועהן 300 אמות די לענג, 50 אמות די ברייט, און 30 אמות די הויעך, און איין אמה די ברייט פונעם דאך.
דאס איז אזוי ווי די ווארט לשון. די למ"ד איז 30, די שי"ן איז 300, די וא"ו איז איין אמה פון 6 טפחים, און די נו"ן איז 50.
דאס איז מרמז, אז דורך דעם וואס זיי האבן זיך נישט אפגעהיטן דעם צונג, און גערעדט זאכן וואס מען טאר נישט, דאס האט גורם געוועהן אז זיי זאלן עובר זיין אויף די דריי עבירות, ע"ז, עריות, און שפיכת דמים און א מבול זאל קומען אויף זיי.
(עבודת ישראל)
אוועטאר
שבת קודש
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 26, 2008 1:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבת קודש »

צהר תעשה לתיבה, ז
אגט רש"י עס איז א מחלוקה וואס דער באלייכטונג איז געווען, ס'איז דא וואס זאגן אז עס איז געווען א פענצטער, און ס'איז דא וואס זאגן א טייערע שטיין, זאגט דער הייליגער בעלזא רב ר' ישכר דוב זי"ע אז די מחלוקה איז געוואנדן אין די מחלוקה וואס רש"י זאגט אויפן פסוק איש צדיק תמים היה בדורותיו, אז ס'איז דא וואס דארשנען לשבח אז ער וואלט געווען א גרעסערע צדיק און די דור פון אברהם, און עס איז דא וואס דרשנען לגנאי אז לויט זיין דור איז ער געווען א צדיק אבער אין דור פון אברהם וואלט ער ציגארנישט גערעכנט געווען.

זאגט דער בעלזא רב זי"ע אז איין מחלוקה ווענדט זיך און די אנדערע ווייל עס שטייט אז איינער ווערט געראטעוועט אין זיין אייגענע זכות קען ער זען און די מפלה פון די רשעים, אבער אויב ער ווערט נישט געראטוועט אין זיין אייגענע זכות נאר אין די זכות פון אנדערע למשל אין זכות פון זיינע קינדער קען ער נישט זען אין מפלה פון די רשעים
מיט דעם קען פארשטיין, די וואס האבן געדרשנט לגנאי האלטן ער איז נישט געראטוועט געווארן אין זיין אייגענע זכות, ממילא האט ער נישט געקענט זען ווי די רשעים שטארבן, האלט ער אז די באלייכטונג איז געווען א שטיין נישט קיין פענצטער ארויסציקוקען, און די וואס דארשנען צי א לויב, האלטען אז ער איז יא געראטוועט געווארן אין זיין אייגענע זכות, ממילא האט ער יא געקענט זען ווי די רשעים ווערן געשטראפט, האלטן זיי אז די באלייכטונג איז געווען א פענצטער.

(הרה"ק מהרי"ד מבעלזא זיעועכי"א)
אוועטאר
שבת קודש
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 26, 2008 1:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבת קודש »

אלה תולדות נח נח איש צדיק. (ו. ט.)
די זענען די קינדער פון נח, - נח איז געווען א צדיק תמים, רש"י זאגט די קינדער פון צדיקים זענען זייערע מעשים טובים.
דער יוד הקדוש ז"ל פון פשיתחא פלעגט זאגן, יעדער איינער זאגט, אז זיין גאנצע מי און מאטערניש איז פאר די קינדער, - אז זיי זאלן אויפוואקסן גוטע יודן, בני תורה, - ווען די קינדער ווערן גרויס, פארגעסן זיי ווייטער פון צו ארבעטן פאר זיך אליין - פאר די אייגענע שלימות און זאגן אלץ, אז זיי ארסבעטן פאר זייער קינדער, - איך וואלט שוין געוואלט זען דאס ריכטיכע קינד פאר וועלכען דער פאטער האט אלע יארן געארבעט.
דעריבער זאגט דער פסוק: אלה תולדות נח, נח - נח האט זיך נישט פארלאזט צו ארבעטן בלויז פאר די קינדער, - נאר ער האט זיך אליין אויך באטראכט פאר א קינד און אויך געארבעט פאר דער אייגענער שלימות, צו שטייגן אין עבודת השי"ת, ער איז געווען דאס ריכטיגע קינד וואס האט פארשטאנען אז מען מוז אליין אויך דינען השי"ת.
דאס הייסט: תולדותיהן של צדיקים מעשים טובים - די אייגענע מעשים טובים באטראכטן זיי אויכט ווי א קינד...
(בית יעקב מהה"צ ר' יעקב אהרן ז"ל מאלכסנדר)
אוועטאר
שבת קודש
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 26, 2008 1:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבת קודש »

"ויש שדורשין אותו לגנאי" (רש"י)
היתכן? ווי אזוי קען מען דארשענן לגנאי, בעת די תורה אליין זאגט אויף אים עדות, אז "נח איש צדיק תמים היה בדורותיו"? - נאר דער אמת איז, אז דער ווירקליכער צדיק תמים און מנהיג הדור, איז נאר דער, - וואס "יש שדורשים אותו לגנאי", וועלכער האט אויף זיך אויך מתנגדים, - (געגענער), ווייל דער מנהיג וואס מען זאגט אויף אים בלויז שבח, איז א סימן, אז ער איז א שקרן, א חונף, וועלכער זוכט צוליב באקוועמליכקייט - צו לעבן בשלום מיט אלעמען, און א יעדן מענטש אונטערצושמייכלען.
(רבי יחזקאל מקאזמיר זצלל"ה)
אוועטאר
שבת קודש
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 26, 2008 1:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבת קודש »

כי מלאה הארץ חמס מפניהם. (ו.יג.)
די ערד איז אנגעפילט מיט רויב דורך זייערע שלעכטע מעשים. - רש"י זאגט זייער גזר דין איז נישט געווארן אפגעזיגלט נאר וועגן די זינד פון גזל.
רש"י אליין זאגט דאך פריער אז זייער חטא איז געווען ערוה וזנות, פארוואס דען איז די חתימה פון גזר-דין
געווען נאר צוליב גזל? - נאר די חז"ל זאגן: אין בעל הרחמים נוגע בנפשות תחלה (מדרש ויקרא רבה פי"ז), השי"ת דער בעל הרחמים שטראפט נישט די נפשות צו ערשט, - פריער שטראפט מען דעם מענטש מיטן פארמעגן, ערשט ווען דאס העלפט נישט, - שטראפ מען דעם מענטש אליין מיט זיין נפש, - איז דאך אייגנטליך שווער, פארוואס ביים דור המבול, האט זיך באלד די שטראף אנגעהויבן מיט "אמחה את האדם" מיטן צונעמן דאס לעבן פון די מענטשן ?
אבער באמת קען דאס געלט פון מענטש אים מציל זיין, נאר דאן ווען ס'איס ערליך פארדינט, - ס'איז באמת זיינס, ווען ער פארלירט דאס געלט, הייסט עס אז ער פארלירט זיין אייגנטום און דערפאר קען ער דערמיט אפקומען זיין שטראף אלס כופר נפש (א אויסלייזונג פאר זיין נשמה) - אבער ווען דאס געלאט איז גאר נישט זיין אייגענטום, ער האט דאס צוגעגזלט פון פרעמדע, - אזא געלט קען נישט מציל זיין דעם מענטש פון שטראף.
קומט ויס אז ביים דור מבול, ווען נישט דער חטא פון גזל, וואלט אויפן חטא פון זנות זיי נישט געקומען באלד קיין פארניכטונג פון לעבן, - נאר מען וואלט זיי פריער באשטראפט מיטן פארמעגן, ווייל "אין בעל הרחמים נוגע בנפשות תחלה". אבער ווייל זייער געלט איז געווען גזל, האט באלד געמוזט גע'חסמ'ט ווערן דער גזר דין פון "הנני משחיתם את הארץ" זיי זאלן ווערן אפגעמעקט פון דער ערד.
(מלא העומר)
אוועטאר
שבת קודש
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 26, 2008 1:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבת קודש »

צהר תעשה לתיבה. (ו. טז.)
(אין לשון פון דער משנה איז תיבה טייטש א "ווארט") דאס איז א רמז אויף דעם ווארט פון תורה און תפלה וואס דו זאגסט ארויס פון דיין מויל, - דאס זאל לייכטן און זיין קלאר און ריין, - דעמאלטס איז דאס מציל פונעם מבול פון גשמיות און ערדישקייט וואס פארפלייצט דער וועלט, - דער טייטש איז - "צהר תעשה לתיבה" א ליכטיגקייט זאלסטו מאכן פאר די ווערטער פון תורה און תפלה וואס גייען ארויס פון דיין מויל - זיי זאלן לייכטן און האבן א חיות פון קדושה
(כ"ק מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א)
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

צהר תעשה לתיבה

ס'איז א מחלוקה צו א פענסטער אדער א שטיין.

ווייס מיר דאך אבער אז אילו ואילו דברי א' חיים, נאר באמת האט מען א גאנץ יאר גענוצט דעם פענסטער, אבער נח - וואס האט געהיטן די תורה - האט דאך געברויכט מאכן א סוכה, האט ער דאן געעפנט דעם פענסטער און אהין געלייגט סכך, האט ער זיך געברויכט באנוצן מיט'ן אבן טובה.

(שמעתי)
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

- יודל מענדלזאהן -


אֵלֶּה תּוֹלְדֹת נֹחַ נֹחַ (פרשת נח, ו – ט)

מען זאגט נאך פונעם יהודי הקדוש פון פרשיסחא: מענטשען טענה'ן אז זיי ארבעטן אזוי שווער נאר פאר די קינדער, און בעטן אלעמאל א ברכה פאר די קינדער, אז זיי זאלן אויסוואקסן צדיקים און ערליכע אידן. די זעלבע קינדער ווייטער, ווען זיי וואקסן אויף, טוען די פונקט ווי זייערע עלטערן, און אנשטאט צו ארבעטן אויף זיך, מוטשען זיי זיך אויך ...פאר די קינדער.

פלעג דער יהודי הקדוש זאגן: איך ווארט שוין אזוי לאנג צו זעהן דעם לעצטען קינד, דער וואס אלע האבן געבעטן און זיך געמוטשעט פאר זיינעט וועגן... נאר וואס דען, יעדער דארף טאקע זעהן זיך אינזין צו האבן מען זאל אליין אויסוואקסן א לייט.

דאס זאגט דא דער פסוק: אלה תולדות נח נח - נח האט זיך נישט פארנאכלעסיגט כדי צו ארבעטן נאר פאר די קינדער, נאר האט זיך זעלבסט געזען אלס קינד און האט געהארעוועט אויף זיך. ער איז דאס געווען דער זוהן, וואס האט פארשטאנען אז אויך אויף אים ליגט א פליכט צו דינען דעם אויבערשטען. און דאס מיינט אויך דער מאמר חז"ל "שעיקר תולדותיהם של צדיקים מעשים טובים" (סנהדרין קט), אז די צדיקים זעהן אין די מעשים טובים כאילו זיי זענען די קינדער.
(בית יעקב מהגה"צ רבי יעקב אהרן זצ"ל מאלעקסאנדער)

--

א רמז צו דאס וואס חז"ל זאגן (אבות ג') כל שרוח הבריות נוחה המנו רוח המקום נוחה המנו, און אזוי אויך פארקערט. קומט אויס לויט דעם, אז דער וואס איז א נח לבריות איז אויך א נח לשמים, ממילא איז אלה תולדות נח, די תולדות פונעם ערשטען נח, איז דער צווייטער נח.
(חת"ם סופר)

--

אֵלֶּה תּוֹלְדֹת נֹחַ נֹחַ אִישׁ צַדִּיק תָּמִים הָיָה בְּדֹרֹתָיו (ו - ט)

רש"י הקדוש: יש מרבותינו דורשים אותו לשבח ויש שדורשים אותו לגנאי.

דער רבי ר' מאיר'ל פרימישלאנער זיע"א זאגט, אז רש"י לערנט אונז דא צוויי זאכן. איינס, אז עס איז נישט מעגליך צו אנטלויפן פון די בעלי לשון וועלכע וועלן אלעמאל אנרעדן שלעכטס. אפילו דער צדיק תמים נח, וואס דער תורה אליין זאגט עדות אויף אים אז ער איז געווען א צדיק תמים, פונדעסנטוועגן דאך האבן זיך געפונען אזעלכע וואס האבן זיך נישט צוטוהן געמאכט דערפון און אים געדרשנ'ט לגנאי.

צווייטנס, אז מען דארף זיך נישט וויסנדיג מאכן פון וואס מענטשען לאכן אפ פון צדיקים, ווייל דער אמת איז דאך פארט אז נח איש צדיק אזוי ווי עס שטייט אין פסוק, און נישט אזוי ווי די וועלכע דרשו לגנאי.

--

אֶת הָאֱלֹקִים הִתְהַלֶּךְ נֹחַ (ו - ט)

רש"י: ובאברהם הוא אומר (לקמן כד) אשר התהלכתי לפניו נח היה צריך סעד לתומכו אבל אברהם היה מתחזק ומהלך בצדקו מאליו:

מען קען פארענטפערן פארוואס נח האט נישט מתפלל געווען אויף זיין דור אז זיי זאלן ניצל ווערן פונעם מבול. ווייל שפעטער ביי סדום שטייט ווען אברהם אבינו האט מתפלל געווען 'אולי ימצאון שם עשרה' זאגט רש"י: על פחות לא בקש, אמר דור המבול היו ח' נח ובניו ונשיהם ולא הצילו על דורם, ועל ט' ע"י צירוף כבר בקש ולא מצא.

לויט דעם איז אבער שווער, ווייל אברהם האט מתפלל געווען אויף 9 צדיקים מיט'ן צירוף פון דעם כביכול אלס צענטער, און ווען דער באשעפער האט באפוילן פאר נח צו בויען דעם תיבה האט דאך נאך מתושלח געלעבט, אינאיינעם מיט נח'ס פרוי און זיינע דריי קינדער מיט זייערע פרויען, איז דאך געווען 9, טא פארוואס האט ער נישט מתפלל געווען און מצרף געווען דעם כביכול אלס צענטער?

אבער לויט רש"י הקדוש דא, שטימט עס זייער גוט. ווייל אאע"ה האט נישט געדארפט קיין סעד לתומכו, האט ער דעריבער געקענט מצרף זיין דעם כביכול, אבער נח וואס זיין גאנצע צדקות איז נאר געווען מיט'ן הילף פונעם רבש"ע, איז ער דאך שוין געווען אריינגרעכנט אין די 9 צדיקים, האט נח נישט געקענט נאכאמאל מצרף זיין דער רבש"ע משלים צו זיין פאר צען.
(חת"ם סופר)

--

און דאס איז דער סמיכות הפסוקים וואס עס שטייט צום סוף פון פר' בראשית וְנֹחַ מָצָא חֵן בְּעֵינֵי ה'. און אויב אזוי, פארוואס האט ער נישט געבעטן אויפ'ן דור המבול אזוי ווי אברהם אבינו. דערפאר זאגט די פסוק אלה תולדות נח וגו', ויולד נח שלשה בנים, ער האט נאר געהאט דריי קינדער, ממילא זענען זיי צוזאמען נישט געווען מער פון 8 צדיקים, דערפאר האט ער נישט געקענט מתפלל זיין אויפ'ן דור.
(ברכת שמואל)

--

כִּי מָלְאָה הָאָרֶץ חָמָס מִפְּנֵיהֶם (ו – יג)

א"ר חנינא חמס אינו שוה פרוטה וגזל ששוה פרוטה וכך היו אנשי המבול עושים היה אחד מהם מוציא קופתו מליאה תורמוסים והיה זה בא ונוטל פחות משוה פרוטה וזה בא ונוטל פחות משוה פרוטה עד מקום שאינו יכול להוציאו ממנו בדין (בר"ר לא, ה)

אויב בית דין האט נישט געקענט צוריקנעמען דעם חמס, ווייל אין בית דין נזקקין לפחות משוה פרוטה (ב"מ נה.), דאן שטייט דאך אז "אם נעשה הדין למטה אין הדין נעשה למעלה ואם לא נעשה הדין למטה הדין נעשה למעלה" (דב"ר ה, ה) דאס הייסט אז מען משפט אין הימל פאר די סארט זאכן וואס דער בית דין של מטה קען נישט משפט'ן.

און דאס זאגט דעם פסוק: "קץ כל בשר בא לפני", און לכאורה איז דאך שווער פארוואס "לפני" פארוואס נישט פאר'ן בית דין של מטה, דערפאר זאגט דער פסוק ווייל "כי מלאה הארץ חמס", וואס דאס מיינט אז יעדער האט גערויבט פחות פון שוה פרוטה, און דאן קען דאך דער בית דין נישט פאר'משפט'ן, און אויב לא נעשה הדין למטה, דערפאר איז "בא לפני" למעלה.
(דברי יהונתן)

--

כי מלאה הארץ חמס - רש"י: לא נחתם גזר דינם אלא על הגזל (סנהדרין קח):

דארף מען דאך פארשטיין פארוואס טאקע איז נחתם גזר דינם אויפ'ן גזל, און נישט אויף אלע אנדערע הארבע עבירות.

אויף די ווערטער ווייטער אין פסוק (ח – א) 'ויזכור אלוקים את נח' זאגט רש"י: זה השם מדת הדין הוא ונהפכה למדת רחמים ע"י תפלת הצדיקים ורשעתן של רשעים הופכת מדת רחמים למדת הדין שנאמר (בראשית ו) וירא ה' כי רבה רעת האדם וגו' ויאמר ה' אמחה והוא שם מדת רחמים. זעהט מען דאך פון דא אז די אנשי דור המבול האבן ווען געקענט געראטעוועט ווערן דורכ'ן מידת הרחמים, און ווי אזוי טאקע האבן זיי איבערגעדרייט די מידת הרחמים אויף דין?

ווייל חז"ל זאגן (שבת קנא) כל המרחם על הבריות מרחמין עליו מן השמים, וכל שאינו מרחם על הבריות אין מרחמין עליו מן השמים. און דערפאר, אזוי לאנג ווי זיי האבן נאך רחמנות געהאט איינער אויפ'ן אנדערן און גומל חסדים געווען, איז כאטש זיי האבן געזינדיגט מיט אנדערע הארבע עבירות האט אויף זיי באשיצט דער מדת הרחמים, אבער ווען זיי האבן שוין גע'גזלט אויך, האבן זיי דאך באוויזן אז זיי האבן נישט קיין רחמנות אויף די בריות, האט מען אויף זיי אויך נישט רחמנות געהאט און עס האט זיך איבערגעקערט די מדת הרחמים אויף דין. און דאן איז נחתם דינם און מען האט זיי שוין אפגעצאלט אויף די אנדערע עבירות אויך.
(יעלת חן)

--

צֹהַר תַּעֲשֶׂה לַתֵּבָה (ו - טז)

רש"י: י"א חלון וי"א אבן טובה המאירה להם.

מען קען מסביר זיין דעם פלוגתא לויט דעם וואס רש"י ברענגט פריער יש מרבותינו דורשים אותו לשבח ויש שדורשים אותו לגנאי. ווייל לויט די וואס האבן אים געדרשנ'ט לשבח, איז דאך נח געראטעוועט געווארן בזכות עצמו, אבער לויט די וואס האבן געדרשנ'ט לגנאי, איז ער געראטעוועט געווארן צוליב די צוקונפטיגע דורות.

ביים איבערקערן סדום זעהן מיר אז דער מלאך האט געזאגט פאר לוט "אל תביט אחריך" ווייל אזוי ווי רש"י הקדוש זאגט "אתה הרשעת עמהם ובזכות אברהם אתה ניצול אינך כדאי לראות בפורענותם ואתה ניצול". הייסט דאס אז ווען א מענטש ווערט ניצל בזכות עצמו דאן מעג ער זעהן דער מפלה פון א צווייטן, אבער אויב ער ווערט נאר ניצל אין זכות פון אנדערע דאן טאר ער נישט זעהן.

לויט דעם, די וואס האבן געדרשנ'ט לגנאי, טאר דאך נח נישט זעהן ווי די רשעים – די אנשי דור המבול גייען אונטער, ווייל ער איז דאך נישט ניצל געווארן בזכות עצמו, האט ער נישט געמעגט מאכן א פענסטער אין תיבה ער זאל קענען ארויסקוקן, און לשיטתם האבן זיי געדארפט טייטשן אז עס איז געווען אן אבן טובה וואס האט באלאכטן אין די תיבה. אבער די וואס האבן געדרשנ'ט לשבח און נח איז ניצל געווארן בזכות עצמו, טייטשן זיי יא אז 'צהר' מיינט א פענסטער, ווייל ער האט געמעגט צוקוקן במפלתם של רשעים.
(מהרי"ד מבעלזא)

--

וַתָּבֹא אֵלָיו הַיּוֹנָה לְעֵת עֶרֶב וְהִנֵּה עֲלֵה זַיִת טָרָף בְּפִיהָ (ח - יא)

רש"י: ודרשו (עירובין יח) בפיה לשון מאמר אמרה יהיו מזונותי מרורין כזית בידו של הקב"ה ולא מתוקין כדבש בידי בשר ודם:

דער ענין פון מתוקין כדבש – זיס ווי האניג, זאגט דער הייליגער ראפשיצער רב זיע"א: פונקט ווי ביי האניג, כאטש עס איז זיס, אבער ביז ווילאנג עס קומט אן אין האנט - נאכ'ן האדעווען די בינען און עס ארויסנעמען פונעם בינען שטייג - קומט אן ביטער שווער, דאס זעלבע איז די פרנסה וואס קומט דורך א בשר ודם.

--

מען דארף פארשטיין, פארוואס האט די יונה דאס געדארפט מרמז זיין פאר נח, דאס הייסט הכרת הטוב נאכדעם וואס נח האט זיך געמוטשעט און איר געשפייזט גאנצע 12 מאנאט אינעם תיבה?

נאר די געטרייע יונה האט זיך געזארגט, אז טאמער וועט נח קלערן אז דאס וואס זי קערט זיך אום צו דער תיבה איז נישט ווייל עס איז נאך דא וואסער אויף דער ערד, נאר ווייל עס איז פשוט באקוועם אינעם תיבה וואו זי באקומט צו עסן גרינגערהייט און נח זארגט זיך פאר אלע באדערפעניש'ן, אבער אפשר איז שוין נישטא קיין וואסער אויפ'ן פני הארץ?

דערפאר האט זי אים מרמז געווען: נח לעבן, גלייב'זשע מיר, ווען איך וואלט נאר געקענט זיך מתפרנס זיין מיט די אייגענע כוחות, אפילו ווען עס איז מיר 'ביטער ווי א זית' וואלט איך זיך נישט אומגעקערט צו באקומען פון א בשר ודם. נאר וואס זאל איך טוהן אז עס איז נאך דא וואסער און מען דארף נאך דערווייל זיין אין תיבה...
(גן רוה)

--

וְיוֹם וָלַיְלָה לֹא יִשְׁבֹּתוּ: (ח – כב)

ואר"ל עובד כוכבים ששבת חייב מיתה שנא' ויום ולילה לא ישבתו ואמר מר אזהרה שלהן זו היא מיתתן אמר רבינא אפי' שני בשבת. (סנהדרין נ"ח:)

פרעגן דערויף די מפרשים לויט חז"ל (יומא כ"ח), אז אברהם אבינו האט מקיים געווען די גאנצע תורה, ווי אזוי האט ער געקענט היטן שבת, ער האט דאך דערמיט עובר געווען אויף דעם ויום ולילה לא ישבתו וואס איז געזאגט געווארן פאר די בני נח.

נאר ווייל פאר מתן תורה איז די נאכט געגאנגען נאכ'ן טאג, אזוי עס שטייט אין פסוק 'וְיוֹם וָלַיְלָה' לֹא יִשְׁבֹּתוּ, קודם יום, און דערנאך לילה. דערפאר איז א בן נח נישט חייב מיתה נאר ווען ער רוהט באטאג און די נאכט דערויף. אבער אברהם אבינו האט דאך מקיים געווען די תורה און געהיטן שבת אזוי ווי נאך מתן תורה וואס די טאג גייט נאכ'ן נאכט "מערב עד ערב תשבתו שבתכם" (ויקרא כ"ג – ל"ב) און האט די נאכט דערויף – מוצאי שבת יא געטוהן א מלאכה. אזוי ארום האט ער נישט עובר געווען אויפ'ן איסור פון וְיוֹם וָלַיְלָה לֹא יִשְׁבֹּתוּ.
(פנים יפות)

--

וְהָיְתָה הַקֶּשֶׁת בֶּעָנָן וּרְאִיתִיהָ לִזְכֹּר בְּרִית עוֹלָם (ט - טז)

פארוואס דארף דער רבש"ע דער צייכן פונעם קשת – רעגן-בויגן? עס איז דאך נישט שייך ח"ו אז כביכול זאל פארגעסן זיין שבועה אז ער וועט נישט ברענגען קיין מבול?

על פי הלכה קען עמיצער וואס שווערט מתיר זיין דער שבועה, אבער 'הנשבע על דעת חבירו', ווייל יענער האט אים א טובה געטוהן איז 'אין מתירין לו' נאר 'מדעת חבירו' אזוי ווי עס ווערט געפסקנ'ט אין שו"ע יו"ד (סי' רכ"ח ס"כ). דערפאר קען דער כביכול נישט מתיר זיין דער שבועה פונעם מבול, וויבאלד ער האט עס געשוואוירן צוליב דעם נחת רוח וואס ער האט געהאט פון די קרבנות פון נח, אזוי ווי דער פסוק זאגט וַיָּרַח ה' אֶת רֵיחַ הַנִּיחֹחַ וַיֹּאמֶר ה' אֶל לִבּוֹ לֹא אֹסִף לְקַלֵּל עוֹד אֶת הָאֲדָמָה וגו'. קומט דאך אויס אז דער רבש"ע האט געשוואוירן על דעת נח צוליב דעם טובה וואס ער האט געהאט פון אים, דערפאר קען מען עס נישט מתיר זיין.

ביי קרבנות איז דער עיקר כפרה דורכ'ן בלוט, די הזאות וכו', און נח האט מקריב געווען פון אלע בהמות און עופות אלס עולות. די קאליר פון די בלוט'ן זענען פארשידנארטיג, ווייל די קאליר פונעם פר איז נישט ווי די פונעם שעיר אזוי ווי די גמרא זאגט אין יומא, און עס קען זיין אז דעריבער קומט די רעגן-בויגן וועלכע אנטהאלט אויף פיל קאלירן מרמז צו זיין אויף די קרבנות פון נח.

לויט דעם, איז די ציל פונעם רעגן בויגן, צו פארמאכן דעם מויל פונעם שטן וואס קען טענה'ן צום רבש"ע זאל מתיר זיין דעם שבועת נח, דערפאר קומט א רעגן בויגן צו מעיד זיין, אז דער כביכול האט דאך באקומען א טובה פון נח, און קען דעריבער נישט מתיר זיין דעם שבועה.
(ישמח משה)
ועמך כולם צדיקים
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

נח איש צדיק תמים היה בדורותיו.

דער הייליגע חתם סופר זאגט זעהר א שיינעם רמז אין די ווערטער, לויט ווי עס ווערט געברענגט אין אבן עזרא, אז ווען נח איז געשטארבען, איז אברהם אבינו אלט געוועהן אכט און פופציג (58) יאהר. דאס קען דא זיין מרומז אזוי, "נח" אכט אין פופציג יאהר, אזוי ווי די גימטריא פון דאס ווארט "נח", "איש צדיק תמים" - האט געלעבט דער גרויסער צדיק, אברהם אבינו, "בדורותיו" – אין דער דור פון נח.
(תורת משה – חתם סופר)

שנים שנים באו אל נח.

עס איז דא א מדרש פליאה, אויף דעם פסוק, אז אין די ווערטער "שנים שנים באו אל נח", איז מרומז אלע ימים טובים וואס מ'זאגט אין זיי גאנץ הלל, (די ערשטע צוויי טעג פון פסח, ביידע טעג שבועות, גאנץ סוכות, און חנוכה). לכאורה דארף מען פארשטיין ווי אזוי איז דאס מרומז אין די ווערטער ? מען קען זאגן אז עס איז מרומז אזוי, די ווערטער "שנים שנים", זענען מרומז אויף די ערשטע צוויי טעג פסח, און אויף די צוויי טעג שבועות. דאס ווארט "באו", באטרעפט ניין (9), אזוי ווי די צאהל טעג פון סוכות (מיט שמיני עצרת און שמחות תורה). און די צוויי ווערטער "אל נח", זענען גימטריא גענוי די זעלבע ווי "חנוכה". ממילא איז טאקע מרומז אין דעם פסוק אלע ימים טובים וואס מען ענדיקט אין זיי הלל.
(הרה"ק ר' שמשון מאוסטראפאלי זי"ע הי"ד)

ויגברו המים ותרם התיבה מעל הארץ.

מען קען מרמז זיין א הייליג ענין אין דעם פסוק, לויט ווי די גמרא זאגט אין מסכת תענית (דף ז' ע"א), אז ווען עס שטייט אין א פסוק דאס ווארט "מים", קען עס אויך מיינען תורה. און עס ווערט עברענגט אין ספרים הקדושים, אז אויב א איד וויל אז זיינע תפילות זאלען אהנגענימען ווערן אויבן אין הימל, זאל ער לערנען תורה איידער ער שטעלט זיך דאווענען, און דאס וועט איהם העלפן אז זיינע תפילות זאלען נתקבל ווערן. דאס איז מרומז דא אין פסוק, "ויגברו המים" – אויב א איד וועט זיך שטארקען אין די תורה, וואס ווערט אהנגעריפען "מים", "ותרם התיבה מעל הארץ" – וועלן זיך די "תיבות" – ווערטער – פון זיין דאווענען אויפהייבען פון די וועלט, און ארויף גיין גלייך צום כסא הכבוד.
(לקוטי מהר"ם)

ותשחת הארץ לפני אלקים.

קען מען טייטשען "ותשחת" דאס פארדארבונג איז געוועהן, אז "הארץ" דאס ארציות איז געוועהן "לפני אלקים" פאר די רוחניות
(המגיד ממעזריטש זצ"ל)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

כי מלאה הארץ חמס: - זאגט רש"י: "לא נחתם גזר דינם אלא על הגזל": די גזירה פינעם מבול איז נישטבאשטעטיגט געווארען צוליב קיין שום אנדערע עבירה, נאר צוליב די עבירה פון "גזילה".

אין דער איסור פון גניבה איז דא פארשידענע הלכות וואס מ'דארף גוט צו געדענקען:

א) נעמען א זאך אהן רשות פון די עלטערן, געשוויסטער, אדער חברים, גייט אויך אריין אין די איסורים פון גניבה וגזילה, אפילו מ'ווייסט אז דער טאטע אדער מאמע וועלן עס געבען פאר איהם אויב ער וועט בעהטן, דאך טאר ער עס נישט נעמען אליין.

ב) "גזל שינה": מען טאר נישט גנב'ענן יענעם'ס מנוחה. למשל: מען טאר נישט מאכען א גרודער ווען יענער שלאפט. ספעציעל דארפן קינדער אכטונג געבן שבת נאכמיטאג ווען די עלטערן שלאפן, נישט אויף צו וועקן די עלטערן אדער אפילו די שכינים.

ג) "צייט" איז טייערע פון געלט. ווען איינער גנב'ט יענעם'ס צייט, ער האלט איהם אויף אומזינסט איז עס א גרעסערע עבירה ווי ער גנב'ט יענעם'ס געלט, ווייל געלט קען מען באצאלען אבער צייט קען מען קיינמאהל נישט באצאלען.

ד) "גניבת דעת" אויספאפן א צווייטן, ווערט אויך אהנגעריפן "גניבה".

ה) די גמרא זאגט אז ווען איינער גריסט א צווייטן, און יענער גריסט איהם נישט צירוק, ווערט ער אהנגעריפן א "גזלן".

דער אינטערסאנטער שטר.

צום רבי'ן ר' מאיר'ל פרימישלאנער זי"ע זענען אמאהל געקימען צוויי שותפיםוואס האבען געעפנט א נייע געשעפט, און האבען געבעהטן דער רבי זאל זיי אהנוואונטשן הצלחה. האט זיי דער רבי ר' מאיר'ל געפרעגט: "האט איהר שוין געשריבען א שטר" (קאנטראקט) ? האבען זיי געזאגט, "ניין".

"אויב אזוי", האט דער רבי געזאגט, "דעמאלט וועל איך שרייבען דעם שטר"! ער האט גענימען א צעטל און אויפגעשריבען גי אותיות:

א' ב' ג' ד'

און האט עס זיי געגעבן און געזאגט: "דא האט איהר דער שטר שותפות". צו זייער גרויס וואונדער נישט פארשטייענדיג וואס דאס מיינט, האט זיי דער רבי געזאגט:

"דא ליגט דער סוד פון אייער הצלחה, דא שטייט ראשי תיבות:

א' – אמונה. ב' – ברכה. ג' – גניבה. ד' – דלות

דאס מיינט: אויב וועט איהר עוסק זיין באמונה וועט אריין קימען די ברכה, אויב וועט איהר אביסל גנב'ענען אדער נישט עהרליך האנדלן, וועט קימען ארימקייט רח"ל.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

שבע מצוות בני נח

א) עבודה זרה
ב) גילוי עריות
ג) שפיכת דמים
ד) אבר מן החי
ה) ברכת השם
ו) גזל
ז) דינים

עבודה זרה: עס שטייט אין די תורה לא יהיה לך אלהים אחרים (שמות כ: ג)
מיר טארן נישט גלייבן אין אנדערע אפגעטער, נאר אין דער באשעפער אליין.

גילוי עריות: עס שטייט אין די תורה לא תנאף (שמות כ: יג)
דער אויבערשטער האט באפוילן, אז מ'טאר נישט חתונה האבען מיט אן אשת איש.

שפיכת דמים: עס שטייט אין די תורה לא תרצח (שמות כ: יג)
דער אויבערשטער האט באפוילן אז מ'טאר נישט הרג'ענען קיין מענטש.

אבר מן החי: עס שטייט אין די תורה ולא תאכל הנפש עם הבשר (דברים יב: כג)
דער אויבערשטער האט באפוילן אז מיר טארן נישט אפשניידן אן אבר פון א לעבעדיגע בהמה, חיה, אדער עוף, און דאס עסען איידער מ'האט די בהמה גע'שחט'ן.


ברכת השם: עס שטייט אין די תורה אלקים לא תקלל (שמות כב: כז)
דער אויבערשטער האט באפוילן אז מ'טאר נישט "מברך" זיין דער נאמען פון דער אויבערשטער. [דאס ווארט "מברך" מיינט מען ח"ו דאס פארקערטע פון בענטשען]

גזל: עס שטייט אין די תורה ולא תגזול (ויקרא יט: יג)
דער אויבערשטער האט באפוילן אז מ'טאר נישט גזל'ענען א חפץ אדער געלט פון א צווייטען מיט געוואלט.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

אלה תלדות נח נח

עס קען זיין אז דער פסוק קומט אונז מרמז זיין אויף דעם וואס די גמרא זאגט אין מסכת שבת דף קי"ח "אלמלי משמרין ישראל שתי שבתות כהלכתן מיד נגאלין", אויב די אידען וועלען אפהיטען צוויי שבתים ווי עס באדארפט צו זיין, וועלען זיי גלייך אויסגעלייזט ווערען. און מיר געפונען אז משיח ווערט אנגערופען "תמים" אזוי ווי מיר זאגען ביי די הרחמן'ס פון ברכת המזון ביי א ברית "הרחמן הוא ישלח לנו משיח הולך תמים".
לויט דעם קען מען אזוי זאגען פשט אין פסוק, "אלה תלדות" דאס וועט ארויס קומען (געבוירען ווערען) "נח נח" אויב מען וועט רוהען צוויי שבתים, (נח - א לשון פון רוהען) וועט זיין "איש צדיק תמים" וועט משיח וואס ווערט אנגערופען תמים, "היה בדרותיו" וועט זיין אין דעם דור.

עזר מיהודה



עשה לך תיבת עצי גופר

פרעגט רש"י, דער אויבערשטער האט געקענט ראטעווען נח אויף אסאך אנדערע אופנים, פארוואס האט ער איהם מטריח געווען מיט בויען דעם תיבה 120 יאהר ? אויף דעם ענטפערט רש"י, וויבאלד דער אויבערשטער האט געוואלט אז דער דור המבול זאלען וואוסען אז ער גייט ברענגען א מבול, דעריבער האט ער באפוילען פאר נח צו בויען א תיבה 120 יאהר, און ווען זיי וועלען איהם זעהן בויען דעם תיבה וועלען זיי דורך דעם געוואויר ווערען אז עס קומט א מבול, אפשר וועלען זיי נאך תשובה טוהן.

פרעגען אויף דעם די מפרשים, אז די קשיא פון רש"י ווערט נאך נישט מיט דעם פארענטפערט, ווייל דער אויבערשטער וואלט געקענט לאזען וואוסען פאר דעם דור המבול אויף אנדערע אופנים אז ער גייט ברענגען א מבול, פארוואס האט מען געדארפט מטריח זיין נח ?

ענטפערן אויף דעם די מפרשים, וויבאלד נח האט נישט מוסר געזאגט פאר דעם דור המבול, איהם איז נישט אנגעגאנגען וואס זיין דור זינדיגט, ער האט זיי נישט געהייסען און געמאנט אז זיי זאלען זיך אויסבעסערן, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק "את האלקים התהלך נח" נח איז אליין געגאנגען מיט השי"ת, ער האט קיינעם נישט מיט גענומען מיט זיך, וועגען דעם איז ער געשטראפט געווארען אז ער האט יעצט זיך געדארפט מטריח זיין מיט בויען די תיבה, וואס דורך דעם וועלען זיי איהם פרעגען "מה זה לך", און אפשר יעצט וועט ער יא זאגען שטראף רייד פאר זיי.

אבער מען דארף נאך אלץ פארשטיין, פארוואס האט דער אויבערשטער איהם געשטראפט פונקט מיט 120 יאהר ?

מען קען דאס מסביר זיין מיט דעם וואס די גמרא זאגט אין מסכת שבת (פ"ט) אז לעתיד לבוא וועט דער אויבערשטער זאגען צו יצחק אבינו דיינע קינדער האבען געזינדיגט, וועט יצחק ענטפערן - וואו פול האבען זיי דען געזינדעגט ? וואו פול זענען דען די יאהרען פון א מענטש - זיבעציג יאהר (70). נעם אראפ די ערשטע צוואנציג יאהר פון א מענטשען'ס לעבען וואס דו שטראפסט נישט אויף זיי, בלייבט איבער פופציג יאהר (50). נעם אראפ פינף און צוואנציג יאהר וועגען די נעכט, וואס ביינאכט ווען א מענטש שלאפט זינדיגט ער דאך נישט, בלייבט נאר איבער פינף און צוואנציג (25). נעם אראפ צוועלף מיט א האלב יאהר פאר דאווענען און עסען און אנדערע געברויכען, וואס אין די צייט זינדיגט מען נישט, בלייבט אינגאנצען איבער נאר צוועלף מיט א האלב יאהר.

זעהן מיר פון דעם אז דאס גאנצע וואס דער אויבערשטער קען שטראפען א מענטש איז נאר אויף פערטעל פון זיינע יאהרען - ווייל א פערטעל פון 50 איז צוועלף מיט האלב.

עס שטייט אין פסוק (בראשית ז' ו') "ונח בן שש מאות שנה והמבול היה" אז נח איז אלט געווען ביי דעם מבול 600 יאהר, קומט דאך אויס אז ווען דער אויבערשטער האט איהם באפוילען צו בויען דעם תיבה מיט 120 יאהר פאר דעם מבול, איז נח אלט געווען 480 יאהר.

לויט ווי מיר האבען פריער דערמאנט אז דער אויבערשטער שטראפט א פערטעל פון מענטשען'ס יאהרען, א פערטעל פון 480 איז 120. וועגען דעם האט דער אויבערשטער מטריח געווען נח צו בויען דעם תיבה פונקט 120 יאהר, אלס מדה כנגד מדה אז ער זאל יעצט דארפען מוסר זאגען פאר דעם דור המבול.

שמן ראש


ותשחת הארץ לפני האלקים ותמלא הארץ חמס


מען קען מסביר זיין דעם פסוק, מיט דעם וואס מיר געפונען אין פרשת בראשית (א' י"א) ווען דער אויבערשטער האט באפוילען פאר די ערד צו מאכען וואקסען פרוכט האט דער אויבערשטער געזאגט "עץ פרי", אז דער האלץ פון בוים זאל האבען דעם זעלבען טעם פון דעם בוים. נאר די ערד האט נישט געפאלגט און זי האט ארויס געגעבען "עץ עושה פרי", האלץ וואס געבט ארויס פרוכט, אבער נישט "עץ פרי", די האלץ אליין איז נישט געווען קיין פרוכט, און דעריבער איז די ערד שפעטער פארשאלטען געווארען.



טאמער די ערד וואלט ווען געפאלגט דעם באפעל פון דער אויבערשטער, וואלט געווען אויף דער וועלט גענוג עסן פאר יעדעם איינעם, און מענטשען וואלטן נישט געדארפט גנב'נן איינער פון דעם אנדערען. אבער וויבאלד די ערד האט נישט געפאלגט דעם באפעל פון השי"ת, האט דאס גורם געווען אז עס איז נישט דא גענוג עסן פאר יעדעם, און אויך איז די ערד געשאלטען געווארען אז עס וואקסט ארויס דערנער, און מען דארף זיך אסאך פלאגען ביז מען קען האבען א פארטיגע מאכל. דאס ברענגט צו אז מענטשען זאל גנב'נן איינער פון דעם אנדערען.
דאס קען זיין פשט אין פסוק "ותשחת הארץ לפני האלקים" - וויבאלד די ערד האט זיך פארדארבען פאר'ן אויבערשטער, בשעת ששת ימי בראשית, נישט פאלגענדיג דעם באפעל פון השי"ת און נישט צו שטעלען גענוג עסן פאר מענטשען, דאס האט צוגעברענגט אז "ותמלא הארץ חמס", אז די מענטשען פון דער וועלט זענען פול געווארען מיט רויב.

אמרי שפר

צהר תעשה לתבה

"צדיקים הופכין מדת הדין למדת הרחמים" צדיקים האבען א כח מיט זייער דאווענען צו טוישען א דין (גזרה רעה) אז עס זאל זיין רחמים (א גוטע גזרה). אזוי ווי עס איז מרומז אין אונזער פרשה, השי"ת האט געזאגט צו נח "צהר תעשה לתבה" אז ער זאל טוישען די ווארט "צרה" צו "צהר", (לתבה - איז טייטש א ווארט) "ואל אמ"ה (ראשי תיבות א'לקים מ'דת ה'דין) תכלנה מלמעלה" און די זאלסט פארלענדען די מדת הדין וואס איז אויבן אין הימעל, אז עס זאל ווערען רחמים, "ופתח התבה" די אנהייב פון די ווארט צרה (די אות צ') "בצדה תשים" זאלסטו לאזען אויף איהר זייט, ווייל די אות צ' בלייבט די זעלבע סיי ביי די ווארט צרה, און סיי ביי די ווארט צהר, אבער "תחתים" די אונטערשטע אותיות (דאס מיינט די אותיות ר' און ה' פון די ווארט צרה) "שנים ושלשים תעשה" די צווייטע אות פון צרה זאל ווערען די דריטע אות, און די דריטע אות פון צרה זאל ווערען די צווייטע אות, אזוי עס וועט ווערען פון "צרה" "צהר", א באלייכטונג.

ספרים


כי מלאה הארץ חמס
לא נחתם גזר דינם אלא על הגזל

לכאורה דארף מען פארשטיין, פארוואס איז פונקט אויף גזל געקומען דער גזר דין, זיי האבען דאך עובר געווען אויף גרעסערע עבירות ווי גזל, למשל זנות ועבודה זרה ?

און בכלל דארף מען פארשטיין ווייל די די אלע ז' מצות בני נח לערענט מען ארויס פון די פסוק (בראשית ב' ט"ז) "ויצו ה' אלקים על האדם וכו'", וואלט לכאורה נישט געדארפט קומען א עונש פאר די דור המבול אויף דעם וואס זיי האבען עובר געווען אויף זנות און עבודה זרה, זיי קענען זאגען אז די אלע מצות האט השי"ת נאר באפוילען פאר אדם הראשון, און נישט פאר די שפעטערדיגע דורות. (פונקט אזוי ווי משה רבינו האט געזאגט פאר השי"ת ווען די אידען האבען געמאכט דעם עגל אז מען קען זיי נישט באשטראפען, וויבאלד השי"ת האט געזאגט די עשרת הדברות בלשון יחיד, האבען די אידען אפשר געטראכט אז די אלע עשרת הדברות האט מען נאר באפוילען פאר משה רבינו).
אבער אויף דעם איסור גזל, איז נישט שייך צו זאגען אז השי"ת האט נאר געמיינט אדם הראשון און נישט די שפעטערדיגע דורות, ווייל פאר אדם הראשון האט מען נישט געדארפט אנזאגען נישט צו גנב'נען וויבאלד אלעס איז דאך ממילא געווען זיין, אזוי ווי רש"י זאגט (אין פרשת ויקרא פסוק ב') "מה אדם הראשון לא הקריב מן הגזל שהכל היה שלו".

מוז מען על כרחך זאגען אז די איסור פון גזל האט געמיינט פאר די שפעטערדיגע דורות. קען שוין נישט די דור המבול טענה'ן אז עס איז נאר געזאגט געווארען פאר אדם הראשון. מיט דעם פארשטייט מען שוין זייער גוט פארוואס "לא נחתם גזר דינם אלע על הגזל", ווייל אויף אלע אנדערע ז' מצות בני נח האבען זיי געקענט זאגען אז עס איז נאר געזאגט געווארען פאר אדם הראשון.

כתנות אור


בא אתה וכו' אל התבה
כי אתך ראיתי צדיק לפני

מיר ווייסען דאך אז מיתת צדיקים איז מכפר, אז ווען השי"ת נעמט צו א צדיק פון דער וועלט איז דאס שטארבן פון דעם צדיק מכפר פאר די זינד פון דער גאנצע וועלט. דארף מען לכאורה פארשטיין, פארוואס איז נח געבליבן לעבן און דאס גאנצע דור המבול אויסגעהרג'ט געווארען, מען וואלט געקענט מאכען אז נאר נח זאל שטארבן, וועט דאך זיין שטארבן מכפר זיין פאר דעם גאנצען דור ?

מען קען ענטפערן, אז ווען איז דאס שטארבן פון דעם צדיק מכפר, נאר ווען דער דור ווייסט און אנערקענט אז זיי האבען געטוהן עבירות, און אויך טוהן זיי אנערקענען אז דער איז געווען א צדיק, וואס צוליב זייערע עבירות האט השי"ת געמוזט צו נעמען דעם צדיק, און זיי טוהן יעצט תשובה.

אבער ביי נח וואס זיין גאנצער דור האט אים נישט געהאלטען פאר א צדיק, וועלען זיי סיי ווי נישט תשובה טוהן, וועגען דעם האט השי"ת איהם נישט צו גענומען און האט איהם געלאזט בלייבן לעבן.

דאס קען זיין די המשך פון פסוק, השי"ת האט געזאגט פאר נח "בא אתה אל התבה" גיי אריין אין די תיבה, דו וועסט בלייבען לעבען און דו וועסט נישט שטארבען צוליב די עבירות פון דעם דור, "כי אותך ראיתי צדיק לפני", וויבאלד נאר איך זעה אז דו ביסט א צדיק, אבער אלע אנדערע מענטשען פון דעם דור האלטען נישט דיר פאר א צדיק. וועלען זיי דאך נישט תשובה טוהן אויב דו וועסט שטארבען, ממילא זאלסטו אריין גיין אין די תיבה און וועסט בלייבען לעבען, און נאר זיי וועלען שטארבען.

בנין דוד


מפני מי המבול
אף נח מקטני אמנה היה


לכאורה דארף מען פארשטיין, נח וואס די תורה איז מעיד אויף איהם אז ער איז א צדיק תמים, זאל נישט גלייבען וואס השי"ת האט געזאגט אז עס וועט קומען א מבול?

מען קען דאס מסביר מיט דעם וואס די גמרא דערציילט אין מסכת תענית כ"א ע"ב, אז עס איז אמאהל געווען א מגפה אין די שטאט סורא, אבער אויף דעם גאס ווי רב האט געוואוינט האט נישט שולט געווען די מגפה, און די מענטשען פון רב'ס שכינות זענען נישט געשטארבען. זאגט די גמרא, אז אלע מענטשען האבען געטראכט אז זיי זענען אלע געראטעוועט געווארען אין זכות פון רב. האט מען זיי געוויזען אין חלום אז נישט אין זכות פון רב זענען זיי ניצול געווארען, נאר אין די זכות פון א אנדערע מענטש וואס האט דארט געוואוינט אין יענע גאס.

זאגט די גמרא אז מען זאל נישט מיינען אז רב האט האט נישט געהאט קיין זכותים מגין צו זיין אויף זיין גאס, נאר פונקט פארקערט "הא מילתא זוטרא ליה לרב" דאס איז צו א קליינע נס לויט וויפיל זכותים רב האט געהאט.

זענען די מפרשים מסביר, אז דאס וואס א צדיק האט א כח צו באשיצען אויף זיין פלאטץ אז עס זאל נישט קומען קיין מארד, וויבאלד מיר וויסען אז "כיון שניתן רשות למשחית לחבל" אז מען געבט רשות פאר די מלאך המות צו הרג'נען "אינו מבחין בין צדיק לרשע" (רש"י פרשת בא י"ב כ"ב) מאכט ער שוין נישט קיין חילוק צווישען א צדיק און א רשע. דעריבער וויבאלד מען וויל באשיצען דעם צדיק אז ער זאל נישט שטארבען געבט מען נישט קיין רשות פאר די מלאך המות אפילו צו גיין אין די געגענט ווי דער צדיק וואוינט. און דורך דעם ווערען שוין ניצול אלע מענטשען וואס וואוינען נעבען דער צדיק.

דאס איז נאר געזאגט געווארען ביי א צדיק שאינו גמור, וואס איז נישט אזוי א גרויסע צדיק, ביי איהם האב איך מורא אז די מלאך המות וועט איהם אויך הרג'נען ווען ער הרג'ט אלע אנדערע מענטשען. אבער ביי א צדיק גמור איז נישט געזאגט געווארען "כיון שניתן רשות למשחית" איהם קען נישט די מלאך המות הרג'נען.

קומט אויס אז דאס וואס א צדיק באשיצט אלע מענטשען ארום איהם איז נאר ביי א צדיק שאינו גמור, אבער ביי א גרויסע צדיק, וועט דאך ממילא דער מלאך המות איהם נישט קענען הרג'נען איז ער נישט מגין אויף אלע מענטשען.

דאס איז פשט אין די גמרא, רב'ס זכותים זענען אזוי גרויס געווען, ער איז געווען א צדיק גמור, וועגען דעם האט אויס געפעהלט די זכות פון אן אנדערע מענטש וואס האט געוואוינט אויף יענע גאס.

ביי נח איז געווען די זעלבע זאך, ווייל נח האט געטראכט אמת אז השי"ת האט מיר אנגערופען "צדיק" אבער נח האט זיך געהאלטען פאר א צדיק שאינו גמור, ממילא וועט זיין זכות יא מגין זיין אויף אלע מענשטען און דאס מבול וועט נישט קומען.

דאס קען זיין פשט אין רש"י - "נח מקטני אמנה היה מאמין" נח האט זיך געהאלטען פאר א קליין גלייביגע, אז ער איז נישט א צדיק גמור, וועט דאך זיין זכות מגין זיין אויף אלע מענטשען "ואינו מאמין שיבא המבול" דעריבער האט ער נישט געגלייבט אז עס וועט קומען א מבול "עד שדחקוהו המים" ....

ב) מען קען אויך אזוי זאגען פשט אין די ווערטער פון רש"י - "אף נח מקטני אמנה היה מאמין" נח האט אויך געגלייבט אין די מענטשען וואס זענען קליין אין די אמונה, נח האט געהאלטען אז די אלע מענטשען וועלען נאך תשובה טוהן, דעריבער "ואינו מאמין שיבא המבול" האט ער נישט געגלייבט אז עס וועט קומען א מבול, "עד שדחקוהו המים".


ויפתח נח את חלון התבה אשר עשה

רש"י זאגט אז עס איז א מחלוקת וואס מיינט "צהר תעשה לתבה" י"א חלון, אז השי"ת האט באפוילען פאר נח צו מאכען א פענסטער, וואס פון דעם וועט ער האבען ליכטיגקייט, וי"א אבן טובה המאירה להם, אז נח האט אריינגענומען א טייערע שטיין אין דעם תבה, וואס דאס האט באלאכטען פאר איהם.

פרעגען אלע מפרשים, ווי אזוי קען די יש אומרים זאגען אז "צהר" מיינט א אבן טובה - עס שטייט דאך בפירוש "ויפתח נח את חלון התבה", אז נח האט ג'עפענט א פענסטער, זעהן מיר אז נח האט יא געהאט א פענסטער ?

און בכלל איז שווער פארוואס דארף שטיין "את חלון התבה אשר עשה", וואס לכאורה זענען די ווערטער "אשר עשה" איבריג, זיכער איז עס וואס נח האט געמאכט, עס וואלט גענוג געווען אויב עס וואלט נאר געשטאנען "ויפתח נח את חלון התבה" ?

מען קען זאגען (לויט די יש אומרים אבן טובה) אז לעולם ווען השי"ת האט באפוילען פאר נח "צהר תעשה לתבה" האט השי"ת געמיינט א אבן טובה און נישט א פענסטער. נאר נח האט פון זיך אליין געמאכט אויך א פענסטער. איז שוין זייער פארשטענדיגט פארוואס עס שטייט "אשר עשה", וואס נח האט פון זיך אליין געמאכט.

קומט אויס אז לויט ביידע יש אומרים האט נח געהאט א פענסטער, לויט די יש אומרים אז צהר מיינט א חלון, האט איהם השי"ת באפוילען צו מאכען א פענסטער. און לויט די יש אומרים אז צהר מיינט א אבן טובה האט נח געמאכט פון זיין אייגענע דעת א פענסטער. פארשטייט מען שוין ווי אזוי נח האט געהאט א פענסטער אפילו לויט די יש אומרים אבן טובה.

ב) מען קען מסביר זיין די מחלוקת צווישען די צוויי יש אומרים, אויב צהר מיינט א פענסטער, אדער צהר מיינט א אבן טובה, אז דאס איז די זעלבע מחלוקת וואס רש"י זאגט וואס מיינט "בדרתיו" צו דאס איז לשבח אדער לגנאי.

ווייל דער זעלבע מאן דאמר ר' יוחנן אין מסכת סנהדרין דף ק"ח ע"א וואס דרש'נט בדרתיו לגנאי זאגט אויך דארט דף ק"ח ע"ב אז צהר מיינט אבן טובה. זענען די מפרשים מסביר אז די צוויי פשטים פון ר' יוחנן זענען געוואנדען איינס אין די אנדערע.

מיר געפונען ווען די מלאכים זענען געגאנגען איבערדרייען סדום און ראטעווען לוט האבען זיי געזאגט פאר לוט (בראשית י"ט י"ז) "אל תביט אחריך". אז ער זאל נישט צוריק קוקען צו זעהן ווי אזוי סדום ווערט איבערגעקערט. איז רש"י מסביר וויבאלד לוט איז נישט ניצול געווארען אין זיין אייגענע זכות, דעריבער האט ער נישט קיין רעכט צו קוקען אויף די מפלה פון די רשעים.

ר' יוחנן וואס ער דרש'נט בדרתיו - לגנאי, האלט אז נח איז נישט ניצול געווארען אין זיין אייגענע זכות, דעריבער טייטשט ר' יוחנן צהר מיינט א אבן טובה כדי נח זאל נישט האבען א פענסטער פון ווי ער זאל קענען זעהן די מפלה פון די רשעים.
אבער דער אנדערע מאן דאמר וואס דרש'נט בדרתיו לשבח, האלט אז נח איז ניצול געווארען אין זיין אייגענע זכות, דעריבער האט ער געמעגט זעהן די מפלה פון די רשעים, וועגען דעם טייטשט ער צהר מיינט א פענסטער.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

לעולם אל יוציא אדם דבר מגונה מפיו

ומן הבהמה אשר איננה טהורה

די גמרא אין מסכת פסחים (דף ג' ע"א) לערענט פון דא ארויס "לעולם אל יוציא אדם דבר מגונה מפיו, שהרי עקם הכתוב שמונה אותיות ולא הוציא דבר מגונה מפיו שנאמר ומן הבהמה אשר איננה טהורה", א מענטש זאל נישט ארויס זאגן פון מויל א נישט ריין ווארט, און דארף אלעמאהל רעדען מיט א ריינע לשון, ווייל עס וואלט געווען א קערצער לשון ווען די תורה וואלט ווען געשריבען "ומן הבהמה הטמאה" – וואס הטמאה האט נאר פינף אותיות - דאך האט די תורה געשריבען "אשר איננה טהורה" – וואס האט דרייצעהן אותיות – האט די תורה צוגעלייגט 8 אותיות מער כדי צו שרייבעך מיט א לשוך נקיה.

אויך דערציילט דארט די גמרא (דף ג' ע"ב) אז יוחנן חקוקאה (ער איז געוועך א סופר, און א סופר ווערט אנגערופעך מחוקק) איז געגאנגען באזוכען די דערפעלעך צו זעהן ווי אזוי די תבואה וואקסען, ווען ער איז צוריק געקומען האט מען איהם געפרעגט ווי אזוי זענען די חטים (ווייץ), האט ער גע'נטפערט אז די שעורים (גערשטן) זענען גוט, (ווייל ער האט נישט געוואלט ארויס זאגען פון זיין מויל אז די חטים זענען נישט גוט וויבאלד דאס איז א לשון פון קללה). האבען זיי געזאגט צו יוחנן ער זאל דאס דערציילען צו די פערד און אייזלען (ווייל שעורים זענען א מאכל פאר בהמות און עס איז נישט קיין לשון נקיה צו נוצען א מאכל וואס איז באשטימט פאר בהמות ווען מען וויל רעדען וועגען מאכלים וואס זענען פאר מענטשען). פרעגט די גמרא, וואס האט ער געדארפט ענטפערען כדי נישט צו זאגען א לשון פון קללה און דאך זאגען מיט א לשון נקיה ? ענטפערט די גמרא, ער האט געדארפט זאגען אז לעצטע יאהר זענען די חטים גוט געווען, אדער די לינזען זענען גוט, און מען וואלט אליין פארשטאנען אז די חטים זענען יעצט נישט גוט. זעהט מען פון דעם ווי ווייט מען דארף זיך היטען צו נוצען א לשון נקיה.

אויף דעם וואס די גמרא זאגט אז וועגען דעם האט די תורה נישט געשריבען "הטמאה" ווייל תורה האט זיך געוואלט באנוצען מיט א לשון נקיה, פרעגען אלע די קשיא, מיר געפונען דאך זייער אסאך מאל דאס ווארט "טמא" און "טמאה" אין די תורה, פארוואס האט די תורה אין די אלע ערטער נישט משנה געווען און נישט געשריבען "לא טהורה" ?

מען קען דאס מסביר זיין מיט א משל: אין א שטאט האט געוואוינט א גרויסער תלמיד חכם, א יחסן, און דערצו אויך א גרויסער עושר. בשכנות מיט אים האט געוואוינט א עושר – מיט'ן נאמען יאסעל, אבער ער איז געווען א גרויסער עם הארץ, ער האט זיך אויפגעפירט זייער פראסט, מענטשען פון שטאט האבען איהם גערופען מיט דעם צונאמען "יאסעלע פויער".

איינמאל קומט אריין צום תלמיד חכם א פרעמדער איד און פרעגט, וואו עס וואוינט ר' יאסעל ? שרייט אויס דער משרת "ווער ? יאסעל דער פויער ?" – ער וואוינט אין דער צווייטער טיר קעגען איבער די גאס. דערהערענדיג דעם דאזיגען ענטפער, האט דער תלמיד חכם שטארק אויסגע'מוסר'ט זיין משרת, פארוואס ער איז מבזה דעם שכן און פארשעהמט איהם פאר פרעמדע מענטשען, און איהם אנגערופען מיט דעם שפעט נאמען "יאסעל'ע פויער" !

אין א צייט שפעטער קומט אריין צום תלמיד חכם א שדכן און ערקלערט, אז דער שכן יאסעל וואס וואוינט קעגען איבער די גאס האט איהם געשיקט פארלייגן, אז ער וויל זיך מיט אים משדך זיין. דער תלמיד חכם איז פון דעם דאזיגען פארשלאג געווארען שטארק אין כעס – ער איז געווארען אויסער זיך - איך זאל זיך משדך זיין מיט יאסעל דער פויער ?! יאסעל'ע פויער זאל ווערען מיין מחותן ? און ער האט גענומען אנשרייען דעם שדכן פאר דער חוצפה וואס ער האט געהאט אפילו צו קומען צו איהם מיט אזעלכע שידוכים.

ווען דער שדכן איז שוין אוועק געגאנגען, פרעגט דער משרת זיין בעל הבית, פארוואס האט ער יא געמעגט אנרופען דעם שכן מיט דעם צונאמען "יאסעלע דער פויער" – און ווען איך האב איהם גערופען מיט דעם צונאמען האסטו מיר אנגעשריגען אז איך האב איהם פארשעהמט און מבזה געווען – און דא זעה איך אז דו אליינס רופסט איהם מיט דעם צונאמען ?

האט איהם דער בעל הבית געענטפערט, דעמאלס איז מען סתם אזוי אריין געקומען פרעגן אויף איהם ווי ער וואוינט, און עס האט זיך נישט געהאנדלט וועגען א פראגע, וואס פאר א מענטש אונזער שכן יאסעל איז, עס איז נישט געווען ריכטיג, און עס איז נישט געווען אויפן פלאץ צו דערציילען דעם פרעמדן איד וואס פאר א צונאמען אונזער שכן האט. אבער יעצט, ווען מען האט שוין די חוצפה פארצולייגן פאר מיר, אז איך זאל מיך מיט איהם משדך זיין, האב איך געמוזט ערקלערן, פארוואס דער דאזיגער שידוך איז נישט פאר מיר, אז "יאסעל דער פויער" איז נישט פאר מיר א מחותן.

דער נמשל איז: דא אין פרשת נח, ביים אויסרעכענען די בהמות, וואס מען האט אריינגענומען אין דער תיבה, וואס עס איז נישט דא קיין שום נפקא מינה לדינא וועלכער פון זיי עס איז געווען טהור און וועלכער איז טמא, האט די תורה מקפיד געווען און געשריבען בלשון נקיה "ומן הבהמה אשר איננה טהורה". אבער אין אלע אנדערע פלעצער אין די תורה, וואו עס האנדלט זיך וועגן דערווייטערן זיך פון עסען מאכלות אסורות, - דארט דארף מען נישט מקפיד זיין אויף לשון נקיה, נאר פארקערט, מען מוז בפירוש ערקלערן און אנווייזן פארוואס מען דארף זיך פון די דאזיגע בהמות דערווייטערן.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

וישלח את הערב ויצא יצוא ושוב עד יבושת המים


פארוואס איז דער עורב נישט געגאנגען אויף דער שליחות פון נח צו זעהן אויב די ערד איז שוין טריקען ?

די גמרא זאגט אין מסכת סנהדרין (ק"ח ע"ב) אז דער עורב האט נישט אויסגעפאלגט זיין שליחות, ער האט זיך באקלאגט קעגען דעם אויבערשטען און קעגען נח. אז דער אויבערשטער האט איהם פיינט, וויבאלד ער האט פון אנדערע כשר'ע מינים איבער געלאזט זיבען פאהר, און פון איהם האט ער נאר איבער געלאזט צוויי. אויך האט ער זיך באקלאגט אז נח האט איהם פיינט, ווייל ער האט פונקט איהם אויסגעקליבען ארויס צו שיקען פון די תיבה, כאטש פון זיין מין איז נאר דא צוויי, און עס קען געשעהן א אומגליק אויפן וועג, פארוואס שיקט ער נישט פון די אנדערע מינים וואס האבען זיבען פאהר ? דאס איז א סימן אז ער וויל פון איהם פטור ווערען.

2) רש"י זאגט - "עד יבושת המים" מיינט מען ביז עס וועט זיין א טריקעניש, וואס דעמאלס וועט מען יא שיקען דעם עורב צו געבען ברויט און פלייש פאר אליהו הנביא.

די מעשה ווערט דערציילט אין מלכים א' קאפיטל י"ז. אין די צייטען פון אַחְאָב בן עמרי, ווען ער איז געווען קעניג האט ער זיך זייער שלעכט אויפגעפירט און ער האט געזינדיגט. אַחְאָב האט דערצערענט דעם אויבערשטער אויף להכעיס, מער ווי אלע קעניגען, וואס זענען פאר איהם געווען.

אין זיין צייט האט חִיאֵל אויפגעבויט די שטאט יריחו, וועלכע איז געווען חרוב פון די צייטען פון יהושע בן נון. ביז דעמאלס איז עס נישט אויפגעבויט געווארען, ווייל מען האט מורא געהאט פון די קללה פון יהושע בן נון. ווייל יהושע האט גע'אסר'ט פון ווידער אויפבויען די שטאט, און ער האט פארשאלטען דעם וואס וועט זיך וואגן צו ווידער אויפבויען די שטאט יריחו, און אזוי האט ער געזאגט אין זיין קללה:

"דער וואס וועט זיך נעמען צום אויפבויאונג פון די שטאט יריחו, וועט ביי אים דער עלטסטער זוהן שטארבען ביים לייגען דעם גרונדשטיין פון די שטאט, און אין משך פון די בויען, וועלען אלע איבריגע קינדער אויסשטארבען, און ווען ער וועט אויפשטעלען די טויערן פון שטאט, וועט דער יונגסטער זוהן שטארבען"

יעצט אין די צייטען פון אַחְאָב, ווען מען האט געזעהן אז אַחְאָב זינדיגט אזוי פיהל און ווערט נישט באשטראפט, האט זיך חִיאֵל געטרויט עס צוריק אויפבויען. אבער יהושע'ס קללה איז טאקע פונקטליך מקויים געווארען ביי חִיאֵל, ווען ער האט געלייגט דעם גרונד שטיין פון שטאט יריחו, איז זיין עלטסטער זוהן (אֲבִירָם) געשטארבען. און ווען ער האט די טויערן אויפגעשטעלט, איז דער לעצטער און יונגסטער זוהן (שְׂגִיב) געשטארבען.

אליהו הנביא און אַחְאָב זענען געגאנגען מנחם אבל זיין חִיאֵל. האט אַחְאָב געזאגט צו אליהו הנביא, "די קללה פון תלמוד יהושע בן נון איז מקויים געווארען, און די קללה פון זיין רבי משה רבינו ווערט נישט מקוים, ווייל משה רבינו האט געזאגט "וסרתם ועבדם אלהים אחרים והשתחויתם להם, וחרה אף ה' בכם ועצר את השמים ולא יהיה מטר" - און אז איהר וועט זיך אפקערען און דינען פרעמדע געטער, וועט דער צארען פון השי"ת זיין אויף אייך און וועט אפהאלטען די הימלען פון רעגען, און דא זעהסטו, אז די אידען דינען עבודה זרה און עס רעגענט! האט אליהו הנביא געזאגט פאר אַחְאָב:

"איך שווער ביי דעם ג-ט פון ישראל, וואס איך דיען פאר איהם, אז אין די קומענדיגע יאהרען וועט נישט גיין קיין טוי און רעגען, נאר לויט מיין אנזאג".

עס איז טאקע אזוי געשעהן. און עס האט אויפגעהערט גיין רעגן און עס איז געווארען א הונגער אין לאנד. אליהו הנביא האט זיך אבער געמוזט אויסבאהאלטען פאר אַחְאָב'ס צארן. דער אויבערשטער האט געזאגט צו אליהו הנביא:

"גיי אוועק פון דעם ארט און קער זיך צו מזרח זייט, און דו זאלסט זיך אויסבאהאלטען ביי דעם טייך כְּרִית, וואס איז פאר דעם ירדן. וואסער וועסטו טרינקען פון דעם טייך, און די עורב פייגלעך האב איך באפוילען זיי זאלען דיר באזארגען מיט שפייז".

אליהו הנביא האט געטוהן ווי השי"ת האט איהם באפוילען. און ער איז געקומען ביי דעם טייך כְּרִית, און האט זיך דארט אויפגעהאלטען. יעדען אינדערפרי און אין אווענט, האבען איהם די עורב פייגלעך געברענגט ברויט און פלייש, און וואסער האט ער געטרונקען פון דעם טייך.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

את קשתי נתתי בענן, והיתה לאות ברית ביני ובין הארץ


נאך דעם מבול האט דער אויבערשטער געמאכט א בונד, און ער האט געשוואוירען אז ער וועט נישט מער ברענגען א מבול אויף די וועלט. און דער אויבערשטער האט געמאכט א צייכען אויף דעם, א "קשת" - רעגען בויגען.

דער שטייגער איז ביי די וואס האלטען מלחמה, ווען מען וויל זיך אונטער געבען פאר די שונא, און מען רופט דעם פיינד צו מאכען שלום, דרייט מען איבער דעם קשת פארקערט (די רונדיגע זייט קעגען זיך). אזוי איז אויך דער קשת אויפן הימל פארקערט, די רונדיגע זייט איז פון אויבן. מיט דעם ווייזט דער קשת אז השי"ת וויל נישט שטראפען דער וועלט.

דער קשת וואס באווייזט זיך אויפן הימל, האט אויך נישט דעם בענדל אויף וועלכע מען שטעלט אן דעם פייל צו שיסען, איז עס דעריבער א שלום צייכען און נישט קיין מלחמה צייכען.
דער קשת איז נישט באשאפען געווארען יעצט נאך דעם מבול, נאר עס איז שוין באשאפען געווארען אין די ששת ימי המעשה, אזוי ווי די משנה זאגט אין מסכת אבות פרק ה' משנה ו' צעהן זאכען זענען באשאפען געווארען ערב שבת פון די ששת ימי המעשה, און איינע פון די צעהן זאכען איז דער "קשת".

ביז דער מבול האט דער קשת נישט געוויזען קיין אות אדער צייכען פאר דער מענטש, אבער יעצט נאך דער מבול איז עס א צייכען. את קשתי נתתי - מיין רעגען בויגן האב איך שוין געגעבען - בשעת בריאת העולם - בענן - אויף די וואלקענעס - אבער פון יעצט אהן ווייטער "והיתה לאות ברית" וועט עס זיין פאר א צייכען אז איך האב געמאכט א בונד מיט די מענטשען אז איך וועל מער נישט ברענגען א מבול.






בענין ברכת הקשת

דער מחבר זאגט אין שלחן ערוך אורח חיים סימן רכ"ט ס"א "הרואה קשת" דער וואס זעהט א קשת דארף זאגען די ברכה "בָּרוּךְ אַתָּה ה' אֱלוֹקֵינוּ מֶלֶךְ הָעוֹלָם זוֹכֵר הַבְּרִית וְנֶאֱמָן בִּבְרִיתוֹ וְקַיָּם בְּמַאֲמָרוֹ".

דער משנה ברורה ברענגט צו פון חיי אדם, עס איז נישט כדאי צו גיין דערציילען פאר א חבר אז מען זעהט א קשת, וויבאלד דאס איז אזוי ווי מען דערציילט א שלעכטע בשורה.

די גמרא זאגט אין מסכת חגיגה דף ט"ז ע"א, אז מען זאל נישט אסאך קוקען אויף א קשת, נאר א קוק געבען און שוין זאגען די ברכה. און דער וואס קוקט יא אסאך אויף דער קשת, ווערען זיינע אויגען פארטונקעלט. און אזוי אויך פסק'נט דער מחבר (שם) "ואסור להסתכל בו ביותר".
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ומוראכם וחתכם יהיה על כל חית הארץ


פארוואס האט דער אויבערשטער נאר געגעבען אזא ברכה פאר נח, אז אלע באשעפענישען וועלען מורא האבען פון מענטשען, און נישט פאר אדם הראשון ?

נאר וויבאלד אלע חיות און בהמות זענען דאך געווען צוזאמען מיט נח און זיין משפחה אין דער תיבה, זענען זיי געווארען צוגעוואוינט צו מענטשען, און אז זיי זענען כסדר מיט מענטשען פארלירען זיי די מורא פון זיי, דעריבער האט נח געדארפט א באזונדערע ברכה אז די בהמות און חיות זאלען מורא האבען פון איהם.

אדער קען מען דאס מסביר זיין, וויבאלד אדם הראשון האט נישט געמעגט עסען קיין פלייש פון בהמות, האבען די בהמות געלעבט בשלום מיט אלע מענטשען, וויבאלד די בהמות האבען געזעהן אז קיינער פון די מענטשען הרג'נן בהמות כדי צו עסען פון זייער פלייש. יעצט אבער אז דער אויבערשטער האט מתיר געווען פאר נח צו עסען פלייש, וועלען די בהמות זיך נוקם זיין אין די מענטשען און גיין הרג'נן מענטשען, דעריבער האט אויסגעפעלט די ברכה פאר נח "ומוראכם וחתכם יהיה על כל חית הארץ".

מען דארף אבער פארשטיין, וויבאלד דער אויבערשטער האט צוגעזאגט אז אלע חיות וועלען זיך פארכטען און ציטערן פון דער מענטש. אויב אזוי, פארוואס האבען מענטשען מורא פון די חיות ? און ווי אזוי קענען חיות הרג'נן א מענטש ?

נאר דער טעם פארוואס די בהמות און חיות האבען מורא פון א מענטש, איז ווייל דער מענטש איז באשאפען געווארען "בצלם אלוקים" מיט דעם געשטאלט פון כביכול דעם אויבערשטער אליין, דעריבער כאפט אהן א ציטער אלע באשעפענישען ווען זיי זעהן דעם אויבערשטערס געשטאלט. אבער דאס איז נאר ווי לאנג דער מענטש זינדיגט נישט און ער האט אויף זיין פנים דעם "צלם אלוקים", דעמאלס האבען אלע חיות מורא פון איהם, אבער ווען א מענטש זינדיגט ח"ו פארלירט ער פון זיין פנים דאס געשטאלט פון דער אויבעשרטער, דעמאלס האבען די חיות מער נישט קיין מורא פון איהם און זיי קענען געוועלטיגען איבער איהם.

אזוי ווי די גמרא זאגט אין מסכת שבת (דף קנ"א ע"ב) רמי בר אבא האט געזאגט, א חיה פאלט נישט ארויף אויף א מענטש איהם צו הרג'נן, נאר אויב דער מענטש זעהט אויס אין די אויגען פון די חיה אזוי ווי א בהמה, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (תהלים מ"ט) "נמשל כבהמות נדמו". דרש'ן איך "נמשל" ווען געוועלטיגט א חיה אויף א מענטש - "כבהמות נדמו" אויב דער מענשט זעהט אויס ווי א בהמה.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ויקח שם ויפת את השמלה: זאגט רש"י שם שנתאמץ במצוה יותר מיפת, לכך זכו בניו לטלית של ציצית. ווייל שם האט זיך געשטארקט צו די מצוה האבן מיר זוכה געווען צו מצות ציצית.
ביי די מצוה פון ציצית שטייט הכנף פתיל תכלת, אז די ציצית דארף האבן תכלת. היינט האבן מיר נישט קיין תכלת, אין אמאליגע צייטן ווען אידישע קינדער האבן יא געהאט תכלת, וויפיל תכלת האט מען געלייגט אויף יעדע ציצית?
צו מבאר זיין דאס ענין וועלן מיר מקדים זיין א אינטערעסאנטער ענין פון וואו מ'זעהט אויך ארויס דאס גרויסע עניוות פון בעל ברך משה מסאטמאר זללה"ה.
געווען איז דאס פר' שלח תשמ"ב לפ"ק דאן איז געווען אין סאמע ברען פון די לבנון מלחמה, ווען די ציונים האבן זיך גערייצט מיט זייערע אראבישע שכנים וואס דאס האט גורם געווען צו שפיכת דמים. און דער רבי ז"ל האט דאן געזאגט א שארפע תורה איבער דעם ענין. בתוך הדברים האט דער סאטמארע רבי נאכגעזאגט א תורה פונעם בעלזער רב זי"ע, וואס ער פארענטפערט די סתירה פון רש"י אז אין פר' שלח שטייט אז מען לייגט אכט פעדימער אויף די ציצית, ווייל עס איז געווען אכט טעג פון יציאת מצרים ביז קריעת ים סוף. און אין פר' בשלח שטייט אין רש"י אז שביעי של פסח איז געווען קריאת ים סוף. זאגט דער בעלזער רב אז פסח ביינאכט האט דער אייבערשטער אויפגעהויבן אידישע קינדער מיט די עננים און זיי געטראגן קיין ארץ ישראל צו עסן דעם קרבן פסח, כדי אלע גוים זאלן וויסן און מוזן מסכים זיין אז עס איז דא א באשעפער אויף די וועלט וואס ער קען אלעס טון, ממילא אויב רעכענט מען פון די יציאה איז טאקע געווען אכט טאג, אבער פון יציאת מצרים פסח אינדערפרי איז טאקע נאר געווען זיבן טאג.
האט דער רבי געזאגט אז פארדעם לייגט מען זיבן ווייסע פעדימער און איין פאדים פון תכלת, ווייל די גמרא זאגט דאך אז תכלת דומה לים וים לרקיע ורקיע לכסא הכבוד, קומט אויס אז די תכלת דערמאנט דעם כסא הכבוד, און דער אויבערשטער איז משגיח אויף די גאנצע וועלט וואס דאס האט מען געזעהן ביי די 'ערשטע' יציאה פסח ביינאכט, צוליב דעם לייגט מען איינס פון תכלת. אבער די איבריגע וואס איז קעגן די איבריגע זיבן טעג איז גענוג צו לייגן ווייסע עכדה"ק (ועי' בברך משה פ' שלח עמוד קכ"ח).
איז געווען ביים טיש א אינגל וואס איז אים שווער געווארן אויף די תורה א קשיא, אויב איז איין פאדעם פון תכלת, איז אבער ווען מען נעמט דאס אריין מיט די אנדערע דריי ציצית טאפעלט מען עס דאך, און עס ווערט שוין צוויי?
עס איז געווען געציילטע טעג איידער מען איז געפארן אין קעמפ, און אנקומענדיג אין קעמפ האט דער יונגל געשריבן א בריוו צום רבי'ן זי"ע וואו ער האט אים אנגעפרעגט די קשיא אויף די תורה.
דער רבי ברוב ענוותנותו האט צוריק געשריבן א ענטפער בכתב יד קדשו, וז"ל:
"עיין רמב"ם הלכות ציצית הל' ו' עיי"ש, ובראב"ד ובכ"מ שם שכן משמע בספרי".
דער פשט פונעם רבי'נס ווערטער איז אזוי:
דער רמב"ם שרייבט אבער אז "אחד משמונה חוטין חוט תכלת ושבעה לבנים", אז נאר איינס פון 8 איז בלוי, און די איבריגע 7 זענען ווייס. דער ראב"ד שרייבט אז דאס איז א טעות, מכח די קשיא וואס דער יונגל האט געפרעגט, ווייל ס'איז נישט שייך איין פאדעם פון זיבן, ווייל יעדע בלויע פאדעם איז דאך געדרייטערהייט 2, ווי אזוי קען זיין איינס פון זיבן, דעריבער פירט ער אויס "אלא שנים של תכלת", ווייל צוויי פעדימער איז איין נאנצע.
אבער דער כסף משנה ברענגט דאס צו פארענטפערן, שרייבט ער אז מען האט גענומען א ווייסע פאדים און מען האט געוועבט די האלבע מיט תכלת, במילא איז אויסגעקומען אז ווען מען האט עס איינגעבויגן איז טאקע געווען זיבן ווייסע און איין בלויע.
עס איז אויך כדאי צו צוצייכענען אז רש"י און תוס' אנהייב פרק התכלת (מנחות דף ל"ח ע"א) האלטן אז פון די אכט פעדימער פון ציצית זאל זיין צוויי גאנצע פעדימער בלוי, און צוויי ווייס, דאס מיינט אז ווען די ציצית ווערן געבינדן איז פיר בלוי און פיר ווייס.
פארוואס הייסט דאס ציצית? רש"י אין פר' שלח ברענגט צוויי טעמים 1) ציצית איז א לשון פון פעדימער. 2) ציצית איז א לשון פון קוקן, און די מצוה איז דאך "וראיתם אותו".
עס איז דא א אינטערעסאנטע גמרא אין מס' שבת (דף ל"ב ע"ב) אמר ריש לקיש כל הזהיר בציצית זוכה ומשמשין לו שני אלפים ושמונה מאות עבדים, שנאמר (זכריה ח) כה אמר ה' בימים ההמה אשר יחזיקו עשרה אנשים מכל לשונות הגוים בכנף איש יהודי לאמר נלכה עמכם וגו'. פארוואס דוקא 2,800 קנעכט וועלן באדינען דעם איד וואס טוט אן ציצית?
רש"י הק' ערקלערט דאס ענין, לויטן פסוק וואס די גמ' ברענגט אז ווען משיח וועט קומען וועלן קומען 10 גוים פון אלע 70 אומות, דאס איז 700 גוים, יעדער וועט אנהאלטן ביי איין כנף איש יהודי, דאס מיינט אז ביי אלע 4 עקן וועלן זיין 700. (4 מאל 700 איז גענוי 2,800).
*
היינט האבן מיר נישט קיין תכלת, אין אמאליגע צייטן ווען אידישע קינדער האבן יא געהאט תכלת, וויפיל תכלת האט מען געלייגט אויף יעדע ציצית?
רש"י און תוס' אנהייב פרק התכלת (מנחות דף ל"ח ע"א) האלטן אז פון די 8 פעדימער פון די ציצית זאל זיין צוויי גאנצע פעדימער בלוי, און צוויי ווייס, דאס מיינט אז ווען די ציצית ווערן געבינדן איז פיר בלוי און פיר ווייס.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

עס איז אמאהל געווען א איד וואס האט נעבעך נישט געהאט קיין קינדער פאר אסאך יאהרן.
איין מאהל איז אויס געקומען, אז די הייליגער צדיק הרה''ק הבעל "לב שמחה" פון גור זצוק''ל האט געדארפט האבן א וויכטיגע טובה פון דער איד, און דער איד האט עס געטאהן מיט זיין גאנצן הארץ.
האט די הייליגער "לב שמחה" געזאגט צו דער איד, אז עס שטייט אין רש''י "תולדותיהם של צדיקים מעשים טובים", האט די הייליגער רבי ר' בונם פון פשיסחא זצוק''ל געטייטשט, אז עס איז דא אובן אין הימל אסאך שערים "אסאך טויערן", צוויי פון די טויערן זענען נאנט איינס לעבן די אנדערן, דאס זענען תולדותיהם של צדיקים, די שער פון האבן קינדער, און די אנדערע איז מעשים טובים, דער וואס טוט חסד איינער מיט'ן אנדערן.
האט די הייליגער "לב שמחה" געזאגט צו דער איד, אז דו האסט געעפענט די שער פון טאהן חסד, קענסטו זיך גרינג אריין כאפן אין די אנדערע שער פון האבן קינדער. וכך הוה, עס האט נישט לאנג גענומען און דער איד איז געהאלפן געווארן מיט קינדער.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

מדרש בראשית רבתי מספרו של ר' משה הדרשן
פרשת נח
דער מדרש ברענגט א מעשה פארוואס ווערט אנגערופען נח איש צדיק, ווייל ער האט געטוהן צדקה מיט יעדען אין די תיבה דערציילט דער מדרש אז אין די צייטען פון אדם הראשון איז די קאץ און דער מויז געוועהן צוזאמען אין הויז פון אדם הראשון- איין טאג איז די מויז געווארען בייז אויף די קאץ איז די מויז געגאנגען און געזאגט צו אדם הראשון "מיין האר גיב מיר רשות אז איך זאל מעגין הרג'ענען די קאץ ווייל זי איז א גנב און א רויבער"
האט אדם הראשון געזאגט צו אים "ווייל דו האסט גערעדט לשון הרע וועסט די ווערין זיין עסען" און באלד איז די קאץ ארויף געשפרינגען אויף די מויז און אים גע'הרג'ט. אזוי ווי ווי די קינדער פון די מויז און זיין ווייב האבען געזעהן וואס איז געשעהן האבען זיי מורא געהאט און זענען געלאפען אין זיך באהאלטען אין די שפאלטען פון די בערג און אין די לעכער פון די ערד ווייל זיי האבען געזאגט מיר וועלען נישט קענען געראטעוועט ווערין פון אונזער פיינד די קאץ

ווען דער אויבערשטער האט געזאגט פאר נח אז ער זאל אריין נעמען פון יעדען מין אין די תיבה , האט נח זיי אריין גענומען אין די תיבה , איינמאהל זענען די קאץ און זיין ווייב געשטאנען איינער לעבען דעם אנדערען זאגט די קאץ צו זיין ווייב איך געדענק ווען איך בין געוועהן קליין האט מען מיר געברענגט פון די משפחה פון דעם דעם , און איך האב אים געגעסען און עס איז געוועהן זעהר גוט און יעצט וועל איך אים נאכיאגען און איך וועל אים כאפען און עסען, אזוי ווי די מויז האט געהערט די רייד פון די קאץ איז ער אנטלאפען פון אים , און די קאץ איז נאכגעלאפען און עס איז געשעהן א נס און עס האט זיך געטראפען א לאך און ער איז דארט אריינגעגאנגן, האט די קאץ אריינגעשטעקט זיין מויל אין לאך ארויסצוציען די מויז פון דארט האט די מויז געגעבען א ביס די קאץ און די קאץ האט גענומען זיין נאגעל און צוריסען די אונטערשטע ליפ פון די מויז.

נאך א צייט איז די מויז געגאנגען צו נח איז געזאגט "איש צדיק" מאך מיט מיר א צדקה און ניי מיר צו וואס די קאץ האט מיר צוריסען , זאגט נח צו די מויז "גיי ברענג מיר א האר פון אים וועל איך האבען מיט וואס צו צונייען, איז די מויז געגאנגען צו די קאץ און אים געטרפאען שלאפען , האט ער ארויסגענועמען א האר פון די קאץ און עס געברענגט צו נח און ער האט אים צוגענייט , דאס וואס איז איז געוועהן צוריסען און וועגין דעם ווערט נח אנגערופען איש צדיק
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ומוראכם וחתכם יהי' על כל חית הארץ

די תורה הקדושה זאגט (בראשית פרשה ט' פסוק ב') אז השם יתברך האט געזאגט פאר נח אז אייער מורא און שרעק וועט זיין אויף אלע חיות פון די וועלט דאס מיינט אז יעדער מענטש האט א כוח צו געוועלטיגען אויף די חיות אבער אויב מען זונדיגט ח"ו פארלירט מען דעם "צלם אלקים" [דאס ג-טליכע געשטאלט] און דעמאלט קען ח"ו די חיה געוועלטיגען אויף דעם מענטש
(עיין שבת קנ"א ע"ב)
* * * * * * *
הרה"ק רבי משה סאווראנער זצ"ל האט דערציילט, אז ווען דער גרויסער גאון וקדוש דער פני יהושע זצ"ל איז געווען רב אין פראנקפורט פלעגט ער זיך פירען אנצוטוהן טלית און תפילין אין שטוב, און ווען ער האט געהאט אויף זיך דעם טלית און תפילין פלעגט ער קומען אין שוהל

איינמאהל ווען ער גייט ארויס פון שטוב אויפ'ן וועג צום שוהל זעהט ער ווי די גאסין זענען אויסגעליידיגט עס איז איז אים געווען א וואונדער וואס עפעס איז היינט דא געשעהן. אבער נישט לאנג האט ער געדארפט טראכטין ווייל ער באמערקט ווי א גרויסער בער וואס איז ארויס געקומען פון נעבענדיגן וואלד לויפט א קעגען אים , האט ער גלייך פארשטאנין אז דאס איז די סיבה וואס קיינער טרויט זיך נישט ארויסצוקומען אין די גאס יעדער איז געבליבען איינגשפארט אין די הייזער.
דער הייליגער פני יהושע האט זיך אראפגענומען זיין טלית פון זיין הייליגען פנים און גייט צו צום גרויסען בער און קוקט אים אן, ווען דער בער האט געזהן דאס הייליגע געשטאלט פון דעם פני יהושע איז דער אנטלאפין פון די שטאדט און מער האט מען נישט געזעהן דעם בער.
זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל אמן
(לקוטי שושנים - סאווראן )
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

אלה תולדות נח, נח, וגו'. עס איז באקאנט די קשיא פארוואס שטייט צוויי מאל דאס ווארט נח, מען קען מרמז זיין די באקאנטע גמרא אין מסכת שבת (קי"ט ע"ב) רבי יוסי בר' יהודה זאגט אז צוויי מלאכי השרת באגלייטען דעם מענטש ערב שבת (פרייטאג צו נאכטס) נאך דעם דאווענען, ווען דעם מענטש קומט א היים פון שול, איין מלאך איז א גוטער מלאך און דער אנדערער מלאך איז א שלעכטער,
ווען זיי קומען אריין אין דעם איד'ס שטוב און זיי זעהן אז עס ברענט ליכט לכבוד שבת , א אנגעגרייטער טיש, די שטוב אויפגערומט זאגט דער גוטער מלאך השם יתברך זאל העלפין אז קומענדיגען שבת זאל אויך אזוי זיין, און דער שלעטכער מלאך האט נישט קיין ברירה און זאגט נאך אמן! (אויב נישט איז פארקערט ח"ו)
דער זוהר הקדוש זאגט אז דאס ווארט נח מיינט מען מלשון מנוחה ושביתה, קען מען זאגען אז נח איז א רמז אויף שבת קודש [יום מנוחה וקדושה],
דא איז דא דער רמז צו די פריערדיגע גמרא אלה תולדות נח דאס קומט ארויס פון איין שבת [וואס מען איז אים געהעריג מכבד] אז נח אז קומענדיגער שבת וועט אויך זיין א שיינער שבת.
(הגה"ק הארי' דבי עילאי זצ"ל, הו"ד בכרם שלמה)

אלה תולדות נח נח וגו' עס איז שווער פארוואס דארף שטיין צוויי מאהל דאס ווארט נח, מען קען דא מרמז זיין דאס וואס די משנה זאגט אין אבות (פ"ג משנה י"ג ) אז דער מענטש וואס איז נוח לבריות איז נוח לשמים דאס מיינט אז דער וואס איז גוט און ערליך צווישען מענשטין ער טשעפעט נישט קיינעם ער האנדעלט ערליך איז פונקט ווי מענטשין זענען צופרידען פון אים איז אויך השי"ת צופרידען פון אים.
דאס איז מרומז אין פסוק אלה תולדות נח, דאס קומט ארויס פון נח פון זיין רוהיג און איידל [נח לבריות], אז נח ער ווערט אויך באליבט ביים אויבערשטען [נח לשמים].
(חתם סופר)


נח איש צדיק תמים וגו' נח איז גיווען א צדיק, תמים גאנץ ערליך. ס'איז שווער וואס איז דער דאפעלטע לשון "צדיק תמים", נאר א סאך מאהל פירט מען זיך אויף ערליך, אפגעהיטען פון עבירות אבער מען מיינט עס נישט ערענסט מ'טוט, עס צו זיין חשוב און צו באקומען כבוד.
ביי נח איז גיווען די מעשים בשלימות ער האט זיך אויפגעפירט ווי מען דארף, און עס געטוהן וועגין ליבשאפט אין מורא פון השם יתברך, דאס מיינט דער פסוק צדיק במעשה און תמים מיינט מען אין הארץ איז ער אויך געווען ערליך .
(עיין רבינו בחיי, וכתב סופר וכתב דלפי"ז מיושב דאח"כ לא כ' תמים כיון דהקב"ה אמר לו צדיק בוודאי הוא תמים )

נח איש צדיק תמים היה בדורותיו את האלקים התהלך נח לכאורה זעהט עס אויס א דאפילט לשון אז מען זאגט שוין אז נח איז געווען א צדיק אין זיינע דורות ווייסט מען דאך אז ער איז געגאנגען אין די וועגן פון אובערשטען .
דער תירוץ איז אז נח איז געווען א אמתדיגע ירא שמים סיי ווען ער איז געווען צווישען מענטשען און אויך ווען ער איז געווען ביי זיך אין שטוב ווען קיינער האט נישט געקוקט נאר דער אויבערשטער אליין .
דאס זאגט דער פסוק אז נח איז געווען א מענטש א צדיק אין זיינע דורות דאס מיינט צווישען די מענטשען, ער האט נישט גע'גזל'ט און נישט גערויבט און אויך את האלקים התהלך נח ווען ער איז געשטאנען נאר לפני האלקים ווען מעטנשען האבען נישט געזעהן נאר דער אויבערשטער איז ער אויך געווען ערליך .
אבער דער דור המבול איז געווען פארקערט זיי זענען געווען פארדארבען צווישען זיך, זיי האבען געטוהן שלעכטס איינער מיט דעם צווייטן און אויך ווען זיי זענען געווען באהאלטין וואס נאר דער אויבערשטער ווייסט האבן זיי אויך געטוהן שלעכטס – ותשחת הארץ לפני האלקים דאס מיינט אז זיי האבען פארדארבען זייערע וועגן בין אדם למקום אויך זענען זיי געווען שלעכט, בין אדם לחבירו, ותמלא הארץ חמס .
(כלי חמדה , למהר"ש ליניידו ז"ל)
************************************************************************************
נח איש צדיק תמים היה בדורותיו את האלקים התהלך נח. דער רמ"א (או"ח סימן א') זאגט אז דורך דעם וואס א מענטש איז מקיים שויתי השם לנגדי תמיד, ער טראכט כסדר אז דער אויבערשטער זעהט אלעס וואס ער טוט , ווייסט אלעס וואס ער טראכט , פירט מען זיך אויף זייער ערליך- נח הצדיק האט מקיים געוועהן שויתי השם לנגדי תמיד. ער האט שטענדיג געפילט און געטראכט אז דער אויבערשטער שטייט פאר אים ממילא האט ער זיך אפגעהיטען פון טוהן עבירות.
זאגט דער פסוק, נח איש צדיק תמים היה בדורותיו, ווי אזוי איז ער צוגעקומען אז ער איז נישט נאכגעגאנגען אין די שלעכטע וועגען פון דור המבול , דאס איז געוועהן ווייל את האלקים התהלך נח, נח האט מקיים געוועהן שויתי השם לנגדי תמיד ממילא האט ער זיך גוט אויפגעפירט .
(חומת אנ"ך להרחיד"א ז"ל)
***********************************************************************************
את האלקים התהלך נח סופי תיבות חכ"ם (מכ"ח) שפעטער אין די פרשה שטייט כי מלאה הארץ חמס , ראשי תיבות חכמה (כמה"ח)
מען קען זיין א חכם אויסנוצען די קלוגשאפט צו דינען השי"ת און צו באזיגען דעם יצר הרע מ'קען חס וחלילה זיין א חכ"ם אויסנוצען די קלוגשאפט צו גנב'ענען אין רויבען ווי דער דור המבול, נח איז גיווען א חכ"ם צום גוטען אויסגענוצט די חכמ"ה צו עבודת השי"ת .
(אמרי נתן )
***********************************************************************************
קנים תעשה את התבה [דער פשט קנים שטיבעלעך, וואוינונגען זאלסט דו מאכין די תיבה] קנים תעשה את התיבה טייטשט דער בארדיטשובער זצ"ל מיר געפונען א סאך מאהל אז "תיבה" איז טייטש א ווארט,
דאס איז א רמז קנים וואוינונגען תעשה זאלסט דו מאכין את התיבה דאס ווארט, דאס מיינט ווען די דאווענסט אין די לערנסט זאלסט דו וואוינען אין דעם ווארט, זאלסט מכוין זיין שטארק וואס דו זאגסט ארויס פון מויל, נישט זאלסט זאגען א ווארט אין די מחשבה טראכט פון עפעס אנדערש נאר זאלסט זיין אין גאנצין באהאפטין אין דעם ווארט.
(קדושת לוי)
צהר תעשה לתבה, צהר איז טייטש א באלייכטונג, יעדעס ווארט (תיבה איז אויך טייטש א ווארט) וואס א מענטש דאווינט אדער לערנט , דארף ער זעהן אז עס זאל לייכטען אין הימעל ....
(עיין דגל מחנה אפרים , ס"א ע"ב בשם הבעל שם טוב זי"ע ועיין נועם אלימלך זי"ע)

***********************************************************************************
פרשה ז' פסוק ח'
מכל הבהמה הטהורה וגו' ומן הבהמה אשר איננה טהורה
די גמרא זאגט אז ר' יהושע בן לוי זאגט אז אייביג זאל א מעטנש נישט אויסרעדען א ווארט וואס איז נישט שיין, ווייל מ'זעהט אז דער פסוק האט געקענט זאגין הטמאה (5 אותיות) פארוואס איז דער פסוק מאריך אין זאגט אשר איננה טהורה (13 אותיות) ,מיט אכט (8) אותיות מער?
נאר די תורה לערענט אונז אז מ'זאל נישט ארויסרעדין א ווארט וואס איז נישט שיין . פון דא דארפין מיר זיך ארויסלערנען א מוסר ווי שטארק מ'דארף האביען א ריין לשון, נישט רעדין חס וחלילה קיין מיאוסע רייד, נאר רעדין שיין און איידעל
(פסחים ג' ע"ב)


ויהי בנסעם מקדם, דער בעל הטורים ברענגט א מסורה אויף דעם ווארט בנסעם דא אין פסוק, און דער צווייטער מאהל בנסעם מן המחנה (במדבר י') מען קען מרמז זיין אין די מסורה די הייליגע רייד פון רמב"ם ז"ל (הל' דעות פ"ו ה"א) אז די טבע פון א מענטש איז צו ווערין צו געצויגען מיט זיינע דעות און מעשים נאך זיינע פריינד און חברים און לויט די מנהגים פון זיין לאנד, דערפאר דארף זיך דער מענטש באהעפטין צו צדיקים און זיצען נעבען די חכמים כדי זיך צו לערנען פון זייערע מעשים טובים אזוי אויך ווערט געברענגט אין א סאך ספרים הקדושים דאס חשיבות פון זיין אין א גוטע סביבה, זיך באהעפטין מיט גוטע חברים וואס פירען זיך בדרכי התורה והחסידות און היטען זיך פון יעדע שלעכטע זאך, און זיך דערווייטערן פון נישט גוטע חברים, ווייל אויב מען חבר'ט זיך מיט שלעכטע חברים קענען זיי אים ח"ו אפקערן פון גוטען וועג.
דאס לערנט אונז די מסורה אויב "בנסעם מן המחנה" מען ציהט זיך ארויס פון די אידישע מחנה מען גייט אוועק פון די ערליכע מחנה, מען גייט אין א געגענט פון פושעים און קלים איז דעמאלט "בנסעם מקדם" מען ציהט זיך אוועק פון דעם קדמונו של עולם פון דעם אויבערשטען וואס איז געוועהן פאר די וועלט (עיין רש"י פרשת לך על הפסוק ויסע לוט מקדם), אויך דורך גיין מיט שלעכטע חברים קערט מען אפ פון "מקדם" פון דעם פריערדיגען גוטען וועג, וואס איז מקובל פון די פריערדיגע דורות.
(מהר"ש השני באבוב)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

"שופך דם האדם באדם דמו ישפך".
(פרשת נח ט-ו)
דאס איז א רמז אויף א מענטש וואס איז ח"ו א "מלבין פני חבירו ברבים", מען טייטשט דאס אזוי, "שופך דם האדם באדם" אויב מען פארשעמט א מענטש און עס ווערט פארגאסן זיין בלוט אין איהם, זאגט די תורה "דמו ישפך", ער האט דער זעלבע דין ווי א שופך דמים.
(חפץ חיים על התורה)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

א. די חז"ל זאגן, אז פונקט אזוי ווי השי"ת האט געוויזן פאר משה רבינו א מנורה של אש (כמ"ש "וזה מעשה המנורה"), און א מטבע של אש ביי דעם מחצית השקל (כמ"ש "זה יתנו"), אזוי אויך האט נח נישט פארשטאנען ווי אזוי צו מאכן די תיבה, ביז השי"ת האט אים געוויזן א תיבה כצורתה, אזוי האט ער געוויסט ווי אזוי צו מאכן די תיבה, און דאס איז פשט אין פסוק "וזה אשר תעשה אותה", אז השי"ת האט אים געוויזן אז אזוי דארף אויסזעהן די תיבה.
(פרקי דרבי אליעזר)
ב. "ומן הבהמה אשר איננה טהורה". מיט די ווערטער, לערנט אונז די תורה, אז א מענטש זאל פריוון נישט ארויסצורעדן קיין אומריינע ווערטער פון זיין מויל, ווייל די תורה האט געשריבן אכט איבריגע אותיות, כדי נישט צו זאגן דאס ווארט "טמא" (די תורה וואלט געקענט שרייבן "הבהמה הטמאה", דערווייל שטייט "הבהמה אשר איננה טהורה", וואס איז אכט אותיות מעהר).
(פסחים ג.)
ג. עס איז דא א מחלוקת, צי דער מבול איז געוועהן אין ארץ ישראל, ר' יוחנן האלט אז נישט, און ריש לקיש האלט אז יא. אויך זאגט די גמרא, אז כאטש דאס וואסער פון דעם מבול איז געוועהן זעהר הייס, איז אבער ארום די תיבה געשעהן א נס, און דאס וואסער איז געוועהן קאלט, אזוי האט עוג געקענט דארט שטיין, און אויך די פעך (זפת) מיט וואס די תיבה איז געוועהן באשמירט, איז נישט צולאזט געווארן.
(זבחים קיג.)
ד. דער נאמען פון נח'ס ווייב איז געוועהן "נעמה".
(מדרש רבה, ורש"י פרשת בראשית)
ה. מתושלח האט געלעבט דער לענגסטער פון אלע מענטשן אין דער וועלט, ער האט געלעבט 969 יאהר.
ו. צוויי מענטשן זענען געבליבן לעבן נאכ'ן מבול - חוץ נח מיט זיין משפחה, און זיי זענען אויך נישט געוועהן אין די תיבה מיט נח, זיי זענען: סיחון מלך אמורי און עוג מלך הבשן. הקב"ה האט זיי איבערגעלאזט, כדי עס זאל נתקדש ווערן שם שמים על ידיהם בימי משה רבינו.
(מעין גנים - מהרמ"ע מפאנו)
ז. די "שבע מצוות בני נח" (וואס השי"ת האט באפוילן נח) זענען: א) עבודה זרה, ב) גילוי עריות, ג) שפיכת דמים, ד) אבר מן החי, ה) ברכת השם, ו) גזל, ז) דינים. א סימן צו געדענקען די "שבע מצוות בני נח" איז: די דריי מצוות וואס דער דין איז ביי זיי "יהרג ואל יעבור" (עבודה זרה, גילוי עריות, און שפיכת דמים), און די אנדערע פיהר זענען ראשי תיבות א' ב' ג' ד'.

ח. ווען א מענטש זעהט א "קשת", דארף ער זאגן די ברכה "ברוך אתה ה' אלוקינו מלך העולם זוכר הברית נאמן בבריתו וקיים במאמרו".
(שלחן ערוך או"ח סימן רכ"ט סעיף א')
ט. די גמרא זאגט, אז עס איז אסור צו קוקען אויף א "קשת". די פוסקים ברענגען, אז דער איסור איז צו קוקען דערויף א לאנגע צייט, אבער מען מעג קוקען אויפ'ן "קשת" כדי צו קענען מאכן די ברכה "זוכר הברית".
(חגיגה ט"ז)
י. די סיבה פון די גרויסע גבורה וואס נמרוד האט געהאט (כמ"ש "הוא הי' גבור ציד"), האט זיך גענומען פון די וואונדערליכע בגדים וואס ער האט געטראגן כידוע (עיין רש"י פרשת תולדות על הפסוק "החמודות" - שחמד מנמרוד). די בגדים זענען געוועהן די "כתנות עור" וואס השי"ת האט געמאכט פאר אדם וחוה, חנוך האט זיי באקומען פון אדם, וחנוך למתושלח, ומתושלח לנח, און חם האט זיי גע'גנב'ט פון נח, און געגעבן צו כוש, און כוש לנמרוד.
(ילקוט ראובני)
יא. "נבקעו כל מעינות תהום רבה וארובות השמים נפתחו". דער טעם פארוואס דער אויבערשטער האט פארפלייצט די וועלט מיט הייס וואסער פון דעם תהום, איז, וויבאלד דער וועלט איז געוועהן פיל מיט טומאה פון די עבירות פון דעם דור המבול, האט דער אויבערשטער געוואלט "כשר'ן" די וועלט מיט הייס וואסער, אזוי ווי מען טוט מיט א כלי וואס איז נישט כשר. און איבערדעם האט דער אויבערשטער נאכדעם געעפנט די פענסטער פון הימל, וואס פון דארט האט געגאסן קאלט וואסער, ווייל גלייך נאכדעם ווי מען כשר'ט כלים אין הייס וואסער, באגיסט מען זיי מיט קאלט וואסער.
(ש"ך עה"ת)
יב. אויב א גוי רוהט פון טוהן א מלאכה א גאנצן מעת לעת, איז ער מחויב מיתה, אזוי ווי די גמרא זאגט "נכרי ששבת חייב מיתה", און נישט דוקא אויב ער רוהט שבת, נאר אפילו ער רוהט איינע פון די אנדערע טעג פון די וואך, איז ער אויך מחויב מיתה, ווייל עס שטייט אין פסוק "יום ולילה לא ישבותו".
(סנהדרין נ"ח)
יג. איבעראהל וואו עס שטייט מיתה ביי א בן נח, מיינט עס מיתת סייף.
(סנהדרין נו'.)
יד. דער טעם פארוואס אין די צייטן פון אדם ונח האבן מענטשן געגעבן נעמען פאר זייערע קינדער לויט די פאסירונגען פון די צייט, אזוי ווי "פלג - כי בימיו נפלגה הארץ", אדער "נח - לאמר זה ינחמנו", און היינט געבט מען א נאמען נאך א מענטש פון א פריערדיגן דור. ווייל אין יענע צייטן זענען זיי געוועהן בקי אין זייער יחוס, האבן זיי נישט געדארפט א נאמען געבען נאך א זיידן וכדומה, אבער היינט אז מיר זענען נישט בקי, דארף מען געבן א נאמען נאך א זיידע וכדומה, כדי מען זאל געדענקען פון וועמען מען שטאמט. נאך א טעם, וויבאלד זיי זענען געוועהן בעלי רוח הקודש, האבן זיי געוויסט וואס וועט פאסירן אין די צייט פון דעם לעבן פון דאס קינד.
(מדרש רבה)
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”