דיונים ועיונים בפרשת בראשית

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

>>טרענספער<< שאלה פון די וואך: בראשית - [תשסו]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

עפ"י בקשת הרב קרעמער ברענג איך דא אריבער פון די ארכיוון פון אלטן קרעטשמע אין היידפארק יצ"ו,

צום ערשט די שאלה פון די וואך פרשת בראשית (איך ברענג עס אריבער בשלימות מיט יעדע תגובה)



19:44 נשלח ב 28/10/2005 gishmoker

מאן דחזי חלמא בישא זאל זאגן הטבה בשעה שהכהנים עולין לדוכן.

ווען זאגן די כהנים הטבת חלום?

בשעת'ן דוכן'ען זינגט ער דאך אוועק?




19:49 נשלח ב 28/10/2005 התאחדות
דאס מיינט צו זאגן אז דער וואס האט געזעהן די חלמא בישא זאל זיך אליין זאגן אן הטבה, און לכאורה פון דעם נעמט זיך די מנהג צו זאגן די יהי רצון הנדפס בסידורים


20:3 נשלח ב 28/10/2005 קרעמער
די מקור פון די נוסח פון רבונו של עולם חלום חלמתי, געפונט זיך אין מסכת ברכות (נ"ה ע"ב) איך וועל עס שרייבן אויף אידיש:

דער וואס האט געזען א חלום, און ער ווייסט נישט וואס ער האט געזען (אויב עס איז א גוטע חלום אדער ח"ו פארקערט), זאל ער זיך אראפשטעלן פארנט פון די כהנים ווען זיי שפרייטן אויס זייערע הענט און דוכנ'ען [ווער ווייסט פארוואס דאס הייסט דוכענען?], און זאל זאגען אזוי:

רבונו של עולם אני שלך וחלומותי שלך וכו'. וואס דער אפטייטש דערפון איז, רבונו של עולם: איך בין דיינס, און מיינע חלומות זענען פון דיר. איך האב גע'חלומ'ט א חלום און איך ווייס נישט וואס דאס איז. סיי איך האב גע'חלומ'ט עפעס אויף מיר אליין, סיי אנדערע האבן אויף מיר גע'חלומ'ט, סיי אויב איך האב גע'חלומ'ט אויף אנדערע (דאס איז אביסל אנדערש ווי די נוסח וואס מיר זאגען). אויב איז דאס א גוטער חלום, זאל דאס מקוים ווערן, און אויב נישט, דאן הייל אויס דעם חלום און דריי עס איבער אויף גוטס. און מען זאל ענדיגן צוזאמען מיט די כהנים, דאן וועט די אמן פונעם עולם ארויפגיין אויך אויף זיין בקשה.

יעצט, וואס טוען די כהנים? גוטע שאלה! ס'מיר קיינמאל נישט בייגעפאלן.

קען זיין זיי זאגען די נוסח הטבת חלום וואס איז געדרוקט אין אסאך סידורים, וואס די גמרא זאגט דארט (אביסל ארויפציהר), מען זאגט דריי פסוקים פון 'הפוכות' דריי פסוקים פון 'פדיות' און דריי פסוקים פון 'הטבות' עיין שם.

חלמא טבא חזית חלמא טבא חזית חלמא טבא חזית


20:43 נשלח ב 28/10/2005 בןהרחמן
גאנץ א גוטע קשיא!

א האלב פון די כהנים'ס חלומות ווערן אבער אויך מוטב מיטן עולם'ס יהי רצון ווייל דארט זאגט מען דאך בין שחלמו אחרים עלי זאל עס אויך נתהפך ווערן לטובה, ממילא די חלומות וואס די כהנים חלומ'ען אויף אנדערע מענטשן ישראלים און לויים ווערן מוטב דורכדעם וואס יענער מענטש זאגט (האפנטליך) דעם יהי רצון, בלייבט נאר איבער די חלומות וואס זיי חלומ'ען אויף זיך אליין אדער אויף אנדערע כהנים וואס זאגן אויך נישט קיין יהי רצון, דאס איז שוין טאקע א ערנסטע פראבלעם אדער וועלן זיי מוזן טוהן קרעמער'ס עצה אדער וועלן זיי מוזן חלומ'ען נאר פון אנדערע מענטשן ישראלים און לויים

קרעמער
די עצה פון זאגן די דריי פסוקים פון הפובות קוקט אויס פון די גמרא אז מען ברויך צו האבן דריי מענטשן וואס ער זאל זיי זאגן חלמא טבא חזיתי און זיי ענטפערן וכו' און זיי זאלן זאגן די פסוקים (ועי' שם בתוס' אויב מען זאגט דאס זיבן מאהל אדער דריי מאהל) עכ"פ דאס קען מען נישט זאגן פאר זיך אליין נאר ער דארף נעמען לכאורה דריי מענטשן.


21:19 נשלח ב 28/10/2005 קרעמער
בן הרחמן;

ביסט כשר גערעכט. מען ברויך האבן דערצו נאך דריי מענטשן. דערפאר האב איך געשריבן אז דער נוסח שטייט אין די סידורים. ווייל אין די סידורים שטייט טאקע אז מען זאל צורופען דריי מענטשן און פאר זיי זאגען "חלמא טבא חזאי" (נישט 'חזיתי') וכו'.

פאר כהנים וואס זוכען זיך מטיב חלום צו זיין (אזוי ווי געשמאקער ? ) איז דאס גרינגער ווי ווארטן ביז פסח ווען מען גייט קומענדיגע מאל דוכנ'ען.


0:57 נשלח ב 30/10/2005 ענדע_צדיק
מיין זין האט מיר געפרעגט אונטער דער טלית פארוואס די כהנים קענען נישט זאגן און מיר וועלען מיר זינגען?


2:23 נשלח ב 30/10/2005 מלוה_מלכה

מיין רבי אין חדר פלעגט טון ווען איינער האט זיך פארחלומט,
קום אהער יואלי !
מאך אויף די סידור!
זאג הויך רבש"ע חלום חלמתי וכו' !

עס איז געווען יענע בושה. מער האט ער שוין נישט געחלומט...
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

גם אני בעניי וועל זיך מצרף לבקשת ידידי הרב קרעמער, און וועל צוצייכענען א לינק איבער א שמועס וואס מיר האבן פארבראכט אין די קרעטשמע פארגאנגענעם יאר.

"כח היולי" - וואס איז דאס?
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

דיונים ועיונים בפרשת בראשית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

מען טרענספערט אהער און מ'טרענספערט אהין, אבער פלעין א גוט ווארט איז נאכנישט דא,
ס'שטייט די וואך, לא טוב היות האדם לבדו אעשה לו עזר כנגדו, זאגט רש"י זכה נעשה לו עזר לא זכה כנגדו להלחם, מ'קען זאגן אז דאס גייט ארויף אויף די באשאפונג פונעם יצר הרע, דער אייבישטער האט געזאגט לא טוב היות האדם לבדו, ווייל אז עס איז נישט דא קיין יצר הרע, איז דאך נישט דא קיין שכר אויף די מצוות, און אדם לעמל יולד, זכה אויב דער מענטש איז זוכה ער איז זיך גובר אויפן יצר, איז עזר אוזי ווי ס'שטייט אז בעל כרחו יענה אמן, אבער אויב ח"ו לא זכה איז כנגדו להלחם, אזוי ווי ס'שטייט הוא היצר הרע הוא השטן הוא המלאך המות, זאל דער אייבישטער העלפן אז אלע יודישע קינדער זאלן קענען ביישטיין די אלע פיתויי היצר און מ'זאל שוין זוכה זיין צו די גאולה שלימה ווען מען וועט שוין שחט'ן דעם יצר הרע און ס'וועט נתגלה ווערן כבוד שמים עלינו במהרה בימינו אמן.
א אידעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2006 12:27 pm
לאקאציע: דרייט זיך אינמיטען וועג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א אידעלע »

מען האלט שוין פרשת נח, זעט אויס אז פרשת בראשית האט דער עולם געענדיגט און עס שטימט אלעס.

איך האב געלערנט אין רש"י, אז די לבנה האט זיך אפגערעדט "אין שתי מלכים משתשמשים בכתר אחד", און דער אויבערשטער האט קלענער געמאכט די לבנה, האט מיין חברותא געפרעגט צו די לבנה איז קלענער געווארן אין סייז? אדער דער אויבערשטער האט געמאכט אז עס זאל נישט האבן קיין ליכטיגקייט פון זיך אליין, ווי באקאנט איז די שיין פון די לבנה דורך זון און עס האט נישט קיין אייגענע ליכטיגקייט?
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15456
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

איך מיין אז ביידע.
און אז דו רעדסט שוין פון די מחלוקה, מיין שכן אין שול האט מיך געפרעגט וויאזוי איז געווען פארן טויש, וויאזוי האט מען געוואוסט ווען עס איז טאג און ווען עס איז נאכט, איך האב אים גענטפערט א שטיקל תירוץ אבער ער האט מיך אויסגעלאכט, סאו לאמיר הערן וואס איר האט צו זאגן.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

ס'איז דא א עקסטערע באשאפונג פון טאג און עקסטער פון נאכט, און נאכדעם האט מען באשאפן די זון זאל ארבעטן בייטאג און די לבנה ביינאכט, דאס איז נאר בקיצור.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15456
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

דאס האב איך אים גענטפערט, האסט געדארפט זעהן די שמייכלען וואס האט זיך ארויפגעצויגן איבער די לעפצן.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

שלאק;

א ריזן פארן אויפברענגן די טעמע, עס האט מיר אויך געשטערט ביים לערנען חומש ורש"י, און ברוך השם, נאך גרויס יגיעה, איז מיר געלונגען צוזאמצוקראצן ארום 5 שיטות אין די נושא!

צוליב א סיבה, וויל איך עס נישט דא ארויפלייגן, ווער עס וויל עס באקומען בכתב (דורך אימעיל), זאל זיך ביטע פארשטענדיגן מיט מיר אין תיבה אישית, אדער אויף גוגעל (דזשימעיל).

---------------
אין יענעם קונטרס (וואס איך האב יעצט אויפדערנאכט צוזאמגעשטעלט אין איילעניש) וועט איר אויך געפונען ענטפערס אויף די פאלגענדע שאלות:

1) ווער איז געווען די ערשטע פרוי ?
2) וויאזוי האט אדם הראשון געזינדיגט אן קיין יצר הרע ?
3) די העברעאישע ווארט "גברת" האט א פשט ?
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

האט איר דורכגעלערנט היי יאר חומש ורש"י פרשת בראשית?

האט ער עספיהט מעביר סדרה צו זיין?

אויב נישט, כאפט שנעל אריין, אנדערש וועט איר זיך כאפן ביים קאפ הושענא רבה אז איר קענט נישט מסיים זיין די תורה צוליב עטליכע פרשיות וואס פעלן אייך!
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

איך האב מעביר סדרה געווען פאר די סעדה שבת אינדערפרי.
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

יאך האב געלערנט חו"ר חול המועד און שבת ביים דאווענען שחרית און בשעת קריאת התורה, און נאכאלץ נישט גענדיגט - ליידער.
מעביר סדרה געווען האמיר שבת נאכמיטאג פאר מנחה.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

מעביר סדרה געווען, האבעך היינט, חומש רש"י, האלט מער אינמיטן, מעמערעס ענדיגן מיט דעם פון אויבן'ס הילף, נאך פארן אנהייבן פרשת נח, כ'לערן אויף א סדר ביז איך כאפ מיך מיט מיטן וואגן.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

היינט געענדיגט בראשית.

איך האב באמערקט עטליכע זאכן וואס כ'מיין אז נישט יעדער כאפט עס אויף.

ווער האט גע'הרג'עט קין'ען?

וויפיל קינדער האט אדם הראשון געהאט?
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

למך האט גע'הרג'ט קין, דאס איז א פשוט'ע זאך.

און אדם הראשון האט געהאט "בנים ובנות", ווי רש"י ברענגט אז מיט קין איז געבוירן א תאומה, און מיט הבל צוויי שטיק, אויך האט ער געהאט שת.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

כאמעך פארגעשטעלט אז איינער גייט דאס ענטפערן, אבער ס'איז דא בראשית רבה וואס זאגט אז נישט למך האט אים גע'הרג'עט.

פון פסוק איז משמע אז ער האט געהאט נאך בנים ובנות נאכן האבן שת.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

פון וואנעט האב איך געזאלט וויסן אז דו רעדסט פון מדרש? כ'האב געמיינט דו רעדסט פון חומש רש"י.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

זייער זייער שיין, וואו קען מען אייך הערן שלש-סעודות?
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

גוט גוט.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

בנימין;

ביידע פשטים זענען גוט, אבער קרוב אני בעיני צום ערשטן פשט...
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

בני היכלא,

והא אזמין עתיק יומין, די פשטים זענען אריגינעל, בע'טעם'ט (וויטש מיענס טעיסטי) אין הומאריסיטיש, למנחא למצחא עדי יהון חלפין, לאמיר האפן אז זיי וועל פארבלייבן מיט אונז בהאי וועדא, ווייל שבתך ומשענתף דיין אנוועזנהייט ביין אונז בני, המה ינחמונו (מל' זה ינחמני פר' נח), ושבתי בבית ה' לאורך ימים, אזוי פארבלייבן מיר אינעם בית ה' אפי' זייענדיג טרוד על הגפן ועל פרי הגפן.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

קרעמער האט געשריבן:פון וואנעט האב איך געזאלט וויסן אז דו רעדסט פון מדרש? כ'האב געמיינט דו רעדסט פון חומש רש"י.


רש"י ברענגט דעם מדרש.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך האב ביי מעביר סדרה געווען געהאט די זעלבע מחשבה. ווייסט דאך אבער וואס מען זאגט: א פשט'ל קען מען נישט אפפרעגן - אין ערגסטן פאל מאכט מען דאס לענגער...

דיין צווייטע פאראגראף האט פארזען "שת", און "שם", און אברהם.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

בני,

ביי מעביר זיין די סדרה האב איך מכוין געווען צו דיר און קרעמער (זעה כאטש ווי דיינע ווערטער זענען יורד לחדרי בטני) און כ'האב שוין געווארט אויך די המשל ה'פשטל, דערווייל ביזטו געקומען און צווארפן דעם בנין פון די יסוד.

ווער אבער חלילה נישט צובראכן, אזוי ווי דער באקאנטער סיגוטער משל מיט'ן חברה-מאן וועלכער האט געפלאנצט און געריסן דעם בוים אפאר מאל צו מאכן די ערד ראוי, תבאיאמו ותטעמו וכו'
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

קרעמער האט געשריבן:איך האב ביי מעביר סדרה געווען געהאט די זעלבע מחשבה. ווייסט דאך אבער וואס מען זאגט: א פשט'ל קען מען נישט אפפרעגן - אין ערגסטן פאל מאכט מען דאס לענגער...

דיין צווייטע פאראגראף האט פארזען "שת", און "שם", און אברהם.


אברהם איז דען נישט געווען קיין בכור?

גראדע ארפכשד בן שם, זעט אויך נישט אויס צו זיין קיין בכור, אין פסוק שטייט עילם ואשור און נאכדעם הערשט ארפכשד.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

אברהם איז געווען דער אינגסטער זוהן פון תרח, געבוירן נאך נחור און הרן.
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”