דיונים ועיונים בפרשת וירא

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג נובעמבער 13, 2014 2:42 am

ויפקח אלקים את עיניה... ותלך ותמלא את החמת

וואס האט הגר דאן פארלוירן אז זי האט געדארפט זאגן דעם פסוק?....
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג נובעמבער 14, 2014 2:18 am

שוועמל האט געשריבן:כדענק צי איינער האט שוין געפרעגט אמאל,
דער מלאך זאגט שוב אשוב אליך כעת חיה, איך גיי צוריקומען איבערס יאר.
ביי די פסוקים פון לידת יצחק שפעטער זעט מען אין ערגעץ נישט אז דער מלאך איז צוריקגעקומען??

כווייס נישט קיין תירוץ. אולי קען אבער זיין דאס האט מלאך רפאל געזאגט און טאקע צוריקגעקומען היילן שרה נאכן קינד, כענין שכינה למעלה מראשותיו של חולה.
נאר אולי.
איינער האט א בעסערע תירוץ ביטע שטעלן.

געזען אין אברבנאל ער פרעגט די קשיא און ענטפערט צוויי תירוצים.
אדער איז עס נכלל אין וה' פקד את שרה דהיינו בעת לידה איז געווען עפעס א נבואה/פקידה.
אדער ווי חזל זאגן אין רבה אז ביים לידה האט אברהם געמאכט א גרויסע סעודה און די שלשה אנשים זענען ווידער געקומען דאן עסן.
הגם עס איז נישט נזכר בפסוק, אבער ברמז זאגט ער כן "תעשה" כאשר דברת. תעשה לשנה הבאה נאך א סעודה, כדרך שדרשו חג הסוכות "תעשה" לך לשנה הבאה.

#זייער אינטערעסאנט
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18003
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » פרייטאג נובעמבער 14, 2014 4:33 am

א דאנק פאר אייער טירחא
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 15918
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » פרייטאג נובעמבער 14, 2014 5:58 am

שוועמל האט געשריבן:כדענק צי איינער האט שוין געפרעגט אמאל,
דער מלאך זאגט שוב אשוב אליך כעת חיה, איך גיי צוריקומען איבערס יאר.
ביי די פסוקים פון לידת יצחק שפעטער זעט מען אין ערגעץ נישט אז דער מלאך איז צוריקגעקומען??

כווייס נישט קיין תירוץ. אולי קען אבער זיין דאס האט מלאך רפאל געזאגט און טאקע צוריקגעקומען היילן שרה נאכן קינד, כענין שכינה למעלה מראשותיו של חולה.
נאר אולי.
איינער האט א בעסערע תירוץ ביטע שטעלן.

לויט רש"י גייט שוב אשוב ארויף אויף השי"ת, נישט אויף די מלאכים.
עס איז מארגן אין אמעריקע, אז מען לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18003
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » פרייטאג נובעמבער 14, 2014 6:37 am

שוועמל האט געשריבן:ויפקח אלקים את עיניה... ותלך ותמלא את החמת

וואס האט הגר דאן פארלוירן אז זי האט געדארפט זאגן דעם פסוק?....


זי האט דאך נישט געזעהן די ברינע
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5502
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » זונטאג נובעמבער 15, 2015 2:05 pm

קודם וויל איך מיר אנטשילדיגען אז איך האלט נאך ביי פרשיות וירא צו לערנען חומש רש"י אבער אויסלאזן איז דאך נישט די עצה.............
איך האב אנגעהיובן צו לערנען חומש רש"י ונתערבב לי קצת הדברים ואמרת אשיחה כאן אולי אמצה את שאהבה נפשי ואחזתיו
מען הייבט אן לערנען חומש זעהט מען אז לחם לא הביא: מלמד שפירסה נדה, שרה איז טמא געווארן א מורא'דיגע נס א פרוי פון 90 יארע אחרי הבלוית היתה לה עדנה
אפאר פסיקים שפעטער טרעפט מען אז די מלאכים פרעגן איה אשתך פירש רש"י לשגר לה כוס של ברכה, טייטש אז עס איז יא געווען ברויט מען האט זיך נערמאל געוואשען,
לשגר לה כוס של ברכה פרעגן די מפרשים אז מען טאר דיך נישט שואל זייין בשלום אשת חבירו לויט רוב מפרשים כ"ש לשגר לה כוס של יין אבער ע"י בעלה איז אביסעל גרינגער, טייטש אז אברהם האט עס געטראגן, טייטש אז שרה איז געווען ריין.
ותצחק שרה בקרבה אחרי בלותי היתה לי עדנה, האט זי דען נישט געזעהן אז אפאר מינוט צירוק איז געשעהן א ריזעגע נס אז זי איז צוריק יונג געווארן? מען האלט דאך שוין נאכן נס.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 15918
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג נובעמבער 15, 2015 2:22 pm

עס וואלט געווען ריכטיג איבערצוליינען דעם אשכול, אדער כאטש מאכן א זוכעניש אין דעם אשכול, איידער מען טייפט אזא לאנגע תגובה וואס איז שוין אמאל געפרעגט געווארן כמעט ווארט פאר ווארט:

viewtopic.php?p=164690#p164690
עס איז מארגן אין אמעריקע, אז מען לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5502
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » זונטאג נובעמבער 15, 2015 2:31 pm

אמת אז יעדע קשיא ווערט שוין געפרעגט עקסטער [נאך אין די ראושינים] אבער איך האב נאך נישט געטראפן קיין נערמאלע תירץ, אפילו אויף איין קשיא שטימט עס יא שטימט נישט מיט די נעקסטע קשיא.
לעצט פאראכטן דורך סאדאם חוסעין אום זונטאג נובעמבער 15, 2015 2:36 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 15918
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג נובעמבער 15, 2015 2:35 pm

אפשר ווייסטו נישט וואס מיינט נערמאל
עס איז מארגן אין אמעריקע, אז מען לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

תגובהדורך פייערמאן » דאנארשטאג נובעמבער 17, 2016 11:04 pm

אויפריכטיג האט געשריבן:לערנענדיג די סדרה בין איך אנגעקומען צום פסוק פון "היא אבי מואב עד היום". דער רשב"ם שרייבט דערויף אזוי: "בימי משה; וכן כל "עד היום" עד ימי הסופר שכתב את הדבר. עכ"ד.
דאס וואונדערט מיר ווייל ווי איך געדענק מיינט עד היום ביז אייביג, כ'ווייס טאקע נישט פון וואו דאס שטאמט, אבער אזוי ליגט מיר אין קאפ.


קרעמער האט געשריבן:דו געדענקסט גוט, און דער מקור איז א רש"י אין די וואך'ס פרשה, אויפן פסוק אשר יאמר היום בהר ה' יראה

למעשה קען מען אבער מעיר זיין דערויף פון עטליכע פלעצער וואו עס איז נישט אזוי פארשטענדליך דער עד היום הזה

בעצם איז שוין די גמרא אין מס' יומא דף נד. דן איבער דעם וואס מיינט עד היום הזה, און לויט ווי אזוי די גמרא קומט דארט צו אין די מסקנא מיינט עס ביז די זמן פון וואס די פסוק רעדט, אבער אין מס' סוטה דף מו: זאגט דארט רש"י 'כל מקום שנאמר עד היום הזה לעולם ולעולמי עולמים הוא', ר' ישעי' פיק איז שוין מעיר דארט אין די זייט, פון די גמרא אין יומא, און אזוי אויך רע"א אין גליון הש"ס אין מס' יומא, אין נוב"י או"ח תנינא סי' פז פרעגט ר' ישעי' פיק דעם נוב"י די סתירה און דער נוב"י וויל מאכן א מחלוקת הסוגיות יעו"ש.

לגבי די רש"י די וואך ראה בשו"מ תנינא ח"ג סי' עח וואס פרעגט ווי אזוי די רש"י שטימט מיט די גמרא אין מס' יומא הנ"ל, וראה עוד בש"ך חו"מ סי' מג ס"ק מה.

אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

תגובהדורך פייערמאן » דאנארשטאג נובעמבער 17, 2016 11:33 pm

שאינו יודע האט געשריבן:שטייט און פסוק שבו "לכם" פה עם החמור דרשנט די גמרא עם הדומה לחמור איז שווער אז ישמאל איז לכאורה נישט געווען קיין עם הדומה לחמור ער איז דאך געווען גע'מלה'ט

דער ריטב"א דארט אין מס' קידושין דף סח. שרייבט דארט בזה"ל 'אי נמי דנפקא לן (דבעכו"ם לא תפסי קידושין) מדכתיב שבו לכם פה עם החמור, דהא שני נעריו הוו, וחד מינייהו אליעזר שהיה עבד והשני גוי, ותרווייהו איתקש לחמור, דליכא למימר דהשני היה ישמעאל, דההוא בנו קרוי ליה כל דוכתא ולא נערו, ואע"ג דהכי איתא באגדה, אנן לא שמעינן ליה הכא' עכ"ל, באמת איז דער ריטב"א סתם אזוי א פלא ווייל פשטות איז א גוי נישט נדמה לחמור ראה יבמות סב. דגוי יש לו חייס, (אמנם בירושלמי איכא פלוגתא בזה) וכבר העירו בזה, אבער עכ"פ לויטן ריטב"א איז גוט ווייל עס מיינט טאקע נישט ישמעאל, אבער באמת אפילו עס מיינט ישמעאל, איז דאך א גרויסע מחלוקת צו אברהם האט באפרייט הגר, ראה בספורנו בלך לך על הפסוק שפחתך בידך וכן באוהחה"ק שם פסוק ה' שהייתה שפחה, ולפי"ז איז ישמעאל אויך געווען אן עבד וא"ש, וראה עוד בפדר"א פרק ל' וברד"ל שם.

אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

תגובהדורך פייערמאן » זונטאג נובעמבער 20, 2016 12:04 pm

קרעמער האט געשריבן:א הפלא'דיגע פשט זעה איך יעצט אין באר מים חיים (א זוכעניש אויף די ווערטער "ולחם לא הביא" האט מיר אהינגעפירט) אז שרה האט געזאגט "אחרי בלותי היתה לי עדנה" די וסת איז טאקע יא אנגעקומען, מיין פראבלעם איז נאר "ואדוני זקן" עיין שם.

אין דעת זקנים אויפן פסוק ואני זקנתי שטייט שוין אזוי וז"ל 'מכאן אחז"ל שמותר לשנות מפני השלום, שהיא אמרה ואדוני זקן, והקב"ה שינה ואמר ואני זקנתי, ואע"ג דלפום ריהטא משמע שגם היא אמרה ואני זקנתי דכתיב אחרי בלותי, י"ל לי יכול להיות תקנה ללדת בנים, שהרי אחרי בלותי היתה לי עדנה שהרי פרסתי נדה, אבל לבעלי אין תקנה שהרי ואדוני זקן, וכן נ"ל דמשמע הלשון היתה לי, ולא תהיה' עכ"ל.
די עצם קושיא פרעגט אויך דער הג"ה אויף תוס' אין ר"ה דף יא: יעו"ש, וראה עוד במהרש"א אין מס' נדה דף ו: וואס ענטפערט אז בעצם איז זי נאכנישט טמא געווארן, נאר דאס וואס שטייט אז ולחם לא הביא משום שפירסה נדה, איז וועגן די מלאכים האבן געוויסט אז שפעטער אין דעם טאג וועט זי טמא ווערן - און דער דין איז דאך אז א נדה איז מטמא למפרע א מעת לעת - ממילא האבן זיי דאס געזאגט פאר אברהם און וועגן דעם האט ער נישט געברענגט די ברויט, און לויט דעם איז ער מסביר דאס וואס רש"י זאגט אז ער האט געגעסן חולין שנעשו על טהרת הקודש, ווייל נאר ביי קדשים איז די הלכה אז א נדה איז מטמא למפרע, וע"ע שם בערול"נ, (לכאורה איז אבער די מהרש"א אביסל שווער, די גאנצע טעם פארוואס א נדה איז מטמא למפרע, איז דאך נאר אלס חשש אז אפשר האט זי שוין פריער געזעהן, אויב אזוי האבן דאך די מלאכים געוויסט אז זי איז נאכנישט טמא געווארן, דעמאלטס פארוואס האבן זיי נישט געקענט עסן דערפון וצ"ע).
scy4851 האט געשריבן:קרעמער! האסט מיך מהנה געווען!
אגב, איך האב געזאגט פאר מיין בני בית די קשיא האט זי געזאגט אז עס איז פשוט!
זיי זענען דאך געווען פארשטעלט אוויא אראבער גייענדיג אויפען וועג, האבען זיי זיכער
געהאט מיט זיך צידה לדרך,
נאר וואס דען, אברהם אבינו האט זיי געוואלט געבען פריש געבאקען ברויט.
עס האט זיך אבער נישט אויסגעארבעט ווייל פרסה נדה, האבען זיי געמיזט
עסען די ברויט וואס זיי האבען געהאט מיט זיך..

אינטערסאנט אז אין נאות דשא פון נייטרא רב ז"ל ברענגט ער דעם קושיא פון אן אשה חכמנית ומשכלת...
ער ענטפערט אן ענדליכע תירוץ.
צוגעלייגטע
Screenshot_2016-11-20-11-58-04-1.png
Screenshot_2016-11-20-11-58-09-1.png
Screenshot_2016-11-20-11-58-09-1.png (32.33 KiB) געזעהן 3770 מאל

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1768
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » זונטאג נובעמבער 20, 2016 12:34 pm

רש"י ברענגט אז שרה האט געזייגט גויאישע קינדער צו צייגן אז זי האט נישט גענומען אן אסופי פון גאס.
איז מיר שווער געווארן, די הלכה איז דאך בת ישראל תניק בת עובדת כוכבים. די גמ' זאגט אז אפי' בשכר טאר מען נישט. (עבו"ז כ"ו. וכן נפסק בשו"ע יו"ד סי' קנד ס"ב)

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1509
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » זונטאג נובעמבער 20, 2016 1:30 pm

חשבתי שאולי היו מאותן שנתגיירו על ידן, שוב ראיתי שר' חיים קנייבסקי תירץ כן.
הטו"ז תי' שרק באופן קבוע אסור באופן שכל ההנקה ע"י ישראל.
עוד מתרצי' שטעם האיסור שלא להוליד בן לע"ז, ואיתא במדרש שכל אלו שהניקו משרה נעשי' יראי שמים.
עוד י"א שבשו"ע איתא שבאופן שיש הרבה חלב ומצטערת מותר, ואית' בחז"ל שנעשו דדיה כשני מעיינות ונובעות חלב באופן נס. והי' צריכות שינקו ממנה.

וויל וועלן
שר חמש מאות
תגובות: 513
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm

תגובהדורך וויל וועלן » דינסטאג נובעמבער 22, 2016 7:23 pm

שוועמל האט געשריבן:
שוועמל האט געשריבן:כדענק צי איינער האט שוין געפרעגט אמאל,
דער מלאך זאגט שוב אשוב אליך כעת חיה, איך גיי צוריקומען איבערס יאר.
ביי די פסוקים פון לידת יצחק שפעטער זעט מען אין ערגעץ נישט אז דער מלאך איז צוריקגעקומען??

כווייס נישט קיין תירוץ. אולי קען אבער זיין דאס האט מלאך רפאל געזאגט און טאקע צוריקגעקומען היילן שרה נאכן קינד, כענין שכינה למעלה מראשותיו של חולה.
נאר אולי.
איינער האט א בעסערע תירוץ ביטע שטעלן.

געזען אין אברבנאל ער פרעגט די קשיא און ענטפערט צוויי תירוצים.
אדער איז עס נכלל אין וה' פקד את שרה דהיינו בעת לידה איז געווען עפעס א נבואה/פקידה.
אדער ווי חזל זאגן אין רבה אז ביים לידה האט אברהם געמאכט א גרויסע סעודה און די שלשה אנשים זענען ווידער געקומען דאן עסן.
הגם עס איז נישט נזכר בפסוק, אבער ברמז זאגט ער כן "תעשה" כאשר דברת. תעשה לשנה הבאה נאך א סעודה, כדרך שדרשו חג הסוכות "תעשה" לך לשנה הבאה.

#זייער אינטערעסאנט


אין יפה נוף פון ר' יואל פריעד ברענגט ער א שיינע חסידי'שע תירוץ אויף דעם; אין פרשת חיי שרה.

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2774
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » פרייטאג אוקטובער 26, 2018 3:21 pm

ארויף
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אוועטאר
זאג א גוטס
שר האלף
תגובות: 1597
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:36 pm

Re:

תגובהדורך זאג א גוטס » מאנטאג נובעמבער 09, 2020 5:14 pm

לכאורה האט געשריבן:
שוועמל האט געשריבן:כדענק צי איינער האט שוין געפרעגט אמאל,
דער מלאך זאגט שוב אשוב אליך כעת חיה, איך גיי צוריקומען איבערס יאר.
ביי די פסוקים פון לידת יצחק שפעטער זעט מען אין ערגעץ נישט אז דער מלאך איז צוריקגעקומען??

כווייס נישט קיין תירוץ. אולי קען אבער זיין דאס האט מלאך רפאל געזאגט און טאקע צוריקגעקומען היילן שרה נאכן קינד, כענין שכינה למעלה מראשותיו של חולה.
נאר אולי.
איינער האט א בעסערע תירוץ ביטע שטעלן.

לויט רש"י גייט שוב אשוב ארויף אויף השי"ת, נישט אויף די מלאכים.

די זוה"ק זאגט אז די 3 מלאכים זענען געווען די אבות הק' אברהם יצחק ויעקב. עפי"ז ווערט געברענגט בשם הרה"ק ר' פנחס'ל קאריצער זי"ע אז י"ל די מלאך האט געזאגט "שוב אשוב", איך וועל צוריקקומען איבערס יאר אלס יצחק. ודוק.

כן ראיתי מביא בגליון באור החיים -טאהש
דער אויבערשטער טוט נאר גוטס!
מער גוטס ווי א מענטש קען טון פאר זיך אין זיין גאנצע לעבן, טוט דער אויבערשטער יעדע רגע!

מקור

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1456
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: דיונים ועיונים בפרשת וירא

תגובהדורך ממה נפשך » מאנטאג נובעמבער 09, 2020 5:29 pm

שבת ביים לערנען חו"ר איז מיר שווער געווארן דאס פאלגענדע:

שרה האט געהייסן אוועקשיקן ישמעאל פונדערהיים וויבאלד ער איז געווען מצחק, זאגט רש"י אז ער האט עובר געווען אויף די שלש חמורות.

ווידער שפעטער ביים ברונעם האבן די מלאכים געטענה'ט אז ישמעאל דארף שטארבן, אבער דער אויבערשטער האט זיך אנגענומען אויף אים באשר הוא שם וויבאלד ער איז יעצט א צדיק.

איז מיר שווער האיך יתקיימו שנים, איינער וואס איז עובר אויף שלש חמורות ווערט אנגערופן א צדיק?

בדוחק קען זיין אז ער האט מהרהר בתשובה געווען, ווי די גמ' אין קידושין זאגט אז מ'איז א צדיק גמור. אבער כ'וואלט געוואלט הערן א בעסערע תירוץ פון ווער ס'האט.
איך בין שטאלץ צו זיין א אייוועלט איד!

Boeing is the last to admit Boeing made mistakes - this is why I no longer trust them.

אוועטאר
אוראייניקל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

Re: דיונים ועיונים בפרשת וירא

תגובהדורך אוראייניקל » מאנטאג נובעמבער 09, 2020 7:59 pm

מזרחי
פי' מאותה עבירה של צמא אבל משאר העבירות רשע גמור היה כדלעיל.
אבל יש לתמוה למה לא קטרגו המלאכים מאותן עבירות שבידו אבל קטרגו מן העבירה שעתיד לעשות ולא הוא עצמו אלא בניו אחריו. ושמא יש לומר מפני שעכשיו היה נידון בצמא אם למות בה ואם לחיות קטרגו עליו מעבירת הצמא שהיא מדה כנגד מדה והניחו השאר.
אך קשה כיון שלא יכלו לקטרג מאותה עבירה של צמא היה להם לקטרג מהעבירות שבידו. ושמא יש לומר שהאגדה הזאת אתיא אליבא דר' שמעון דפליג עלייהו דרבי עקיב' ושאר הדורשין שדרשו קרא דמצחק לגנאי.
גור אריה-מהר"ל
אף על פי דרשע היה כדלעיל (רש"י פסוק ט) שאין "מצחק" רק גלוי עריות ועבודה זרה ושפיכות דמים (קושית הרא"ם), ואין זה קשיא, כי לא היו יכולים המלאכים לקטרג אותו שלא להעלות הבאר בשביל חטאו, שהרי הקב"ה משיב כי לכך מעלה לו הבאר בשביל להוציא אומה שלימה הישמעאלים, ובשביל חטא ישמעאל - שהיה יחיד - אין לבטל האומה, אבל עכשיו שהיו מקטרגים על ישמעאלים - שהם כלל האומה - שיהיו כך עושים לישראל, שהם בניו, זה יש קטרוג בודאי.

ועוד הרי המלאכים לא היו מקטרגים על מה שעשה, ולא אמרו 'מי שעשה כך וכך אתה מעלה לו הבאר', ועל כרחך בשביל כך לא היו מקטרגים בזה, כי השם יתברך עושה חסד אף למי שאינו ראוי, וכך מדתו, ולכך לא היו מקטרגים רק מה שיעשה בסוף לישראל, ובהא לא שייך חסד כיון שהוא יעשה כך וכך לישראל, למה יעשה לו חסד. ולפיכך השיב למלאכים - צדיק או רשע הוא עתה, כלומר מדבר זה שאתם מקטרגים עליו - צדיק או רשע הוא, והשיבו צדיק הוא מדבר זה שיש עליו קטרוג וכו'.

אוועטאר
אוראייניקל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

Re: דיונים ועיונים בפרשת וירא

תגובהדורך אוראייניקל » מאנטאג נובעמבער 09, 2020 8:09 pm

וואס איז מיר שווער געווען.
רש"י שרייבט אויפ'ן פסוק (יט, יז) "ההרה המלט פן תספה". "אצל אברהם ברח שהוא יושב בהר שנאמר ויעתק משם ההרה ואף עכשיו היה יושב שם שנאמר אל המקום אשר היה שם אהלו בתחלה ואע"פ שכתוב ויאהל אברם וגו' אהלים הרבה היו לו ונמשכו עד חברון".
איז שווער צוויי קשיות
1) א טאג פריער איז דאך אאע"ה געווען באלוני ממרא, וואס איז אין חברון, און באגלייט די מלאכים קיין סדום. און דעם טאג וואס סדום איז איבערגעדרייט געווארן שטייט דאך (שם כז) "וישכם אברהם בבקר אל המקום אשר עמד שם את פני ה'. וישקף על פני סדם ועמרה ועל כל פני ארץ הככר וירא והנה עלה קיטר הארץ כקיטר הכבשן", איז ער דאך נאכאלץ געווען אין חברונ'ער געגנט בשעת'ן איבעדרייען סדום, אויב אזוי פארוואס זאגו די מלאכים פאר לוט צו אנטלויפן צום בארג אשר בין בית אל ובין העי וואס געפונט זיך היבש ווייטער פון דארט.

2) ווייטער זאגט רש"י "ויסע משם אברהם" - כשראה שחרבו הכרכים ופסקו העוברים והשבים נסע לו משם (ב"ר) ד"א להתרחק מלוט שיצא עליו שם רע שבא על בנותיו. איז שווער, אויב אאע"ה האט געהאט געצעלטן ביז בית אל, און דארט האט ער געוואוינט, איז פארוואס האט ער גמוזט זיך ציען ביז פלישתים.

אויפ'ן ערשטע קשיא קען מען ענטפערן בירך חבירתה, אז היות ס'איז געווען א סיבה דאס איבערדרייען סדום אז אאע"ה זאל זיך אוועקציען פון דארט, ממילא האבן די מלאכים פארשטאנען (אזוי ווי איך פארשטיי, אינעם צווייטן קשיא)אז אאע"ה וועט זיך ציען צו זיינע געצעלטן נעבן בית אל, ממילא האבן זיי גלייך געזאגט לוט'ן ער זאל אהין אנטלויפן.

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1456
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: דיונים ועיונים בפרשת וירא

תגובהדורך ממה נפשך » מאנטאג נובעמבער 09, 2020 9:48 pm

אוראייניקל האט געשריבן:מזרחי
פי' מאותה עבירה של צמא אבל משאר העבירות רשע גמור היה כדלעיל.
אבל יש לתמוה למה לא קטרגו המלאכים מאותן עבירות שבידו אבל קטרגו מן העבירה שעתיד לעשות ולא הוא עצמו אלא בניו אחריו. ושמא יש לומר מפני שעכשיו היה נידון בצמא אם למות בה ואם לחיות קטרגו עליו מעבירת הצמא שהיא מדה כנגד מדה והניחו השאר.
אך קשה כיון שלא יכלו לקטרג מאותה עבירה של צמא היה להם לקטרג מהעבירות שבידו. ושמא יש לומר שהאגדה הזאת אתיא אליבא דר' שמעון דפליג עלייהו דרבי עקיב' ושאר הדורשין שדרשו קרא דמצחק לגנאי.
גור אריה-מהר"ל
אף על פי דרשע היה כדלעיל (רש"י פסוק ט) שאין "מצחק" רק גלוי עריות ועבודה זרה ושפיכות דמים (קושית הרא"ם), ואין זה קשיא, כי לא היו יכולים המלאכים לקטרג אותו שלא להעלות הבאר בשביל חטאו, שהרי הקב"ה משיב כי לכך מעלה לו הבאר בשביל להוציא אומה שלימה הישמעאלים, ובשביל חטא ישמעאל - שהיה יחיד - אין לבטל האומה, אבל עכשיו שהיו מקטרגים על ישמעאלים - שהם כלל האומה - שיהיו כך עושים לישראל, שהם בניו, זה יש קטרוג בודאי.

ועוד הרי המלאכים לא היו מקטרגים על מה שעשה, ולא אמרו 'מי שעשה כך וכך אתה מעלה לו הבאר', ועל כרחך בשביל כך לא היו מקטרגים בזה, כי השם יתברך עושה חסד אף למי שאינו ראוי, וכך מדתו, ולכך לא היו מקטרגים רק מה שיעשה בסוף לישראל, ובהא לא שייך חסד כיון שהוא יעשה כך וכך לישראל, למה יעשה לו חסד. ולפיכך השיב למלאכים - צדיק או רשע הוא עתה, כלומר מדבר זה שאתם מקטרגים עליו - צדיק או רשע הוא, והשיבו צדיק הוא מדבר זה שיש עליו קטרוג וכו'.


צוויי שיינע תירוצים, שכח פארן צוברענגען.
איך בין שטאלץ צו זיין א אייוועלט איד!

Boeing is the last to admit Boeing made mistakes - this is why I no longer trust them.


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט