עס איז ידוע אז עס פלעגט זיך איהם כסדר חלום'ען תורה, און סוף ימיו, אז עס איז א דורך א נאכט וואס עס האט זיך איהם נישט געחלום'ט תורה, האט ער נעקסטען טאג געפאסט א תענית חלום.
און די יונגערע יאהרען פלעג ער פארשרייבען די חלומות, און און איינע פון די חיבורים זיינע, איז געדרוקט א קונטרס דברי חלומות.
פון די אלע תורות און יענעם קונטרס, איז נאר דא איין תורה וואס ריערט בכלל נישט אהן קיין קבלה ענינים.
איך ברענג עס דא כדי שתהא שפתותיו דובבת..
ער ברענגט דארט,
בימי חרפי..האט זיך איהם געחלומט אז דער רבוש"ע האט געשאלטען דעם נחש און געזאגט 'ואיבה אשית בין זרעך ובין זרעה'. האט ער מדייק געווען פארוואס שטייט זרעה, עס איס דאך אדם הראשון'ס קינדער אויך, נישט נאר חוה,
האט ער גענטפערט אז און ירושלמי שטייט אז עס זענען דא חיות וואס ווען זיי בייסען זענען זיי 'נושך ושובר עצם, און אנדערע חיות זענען נישט 'שובר עצם'. דער נחש איז א 'נושך ומקלקל הבשר' אבער צי קיין ביין ריערט ער נישט צי.
די גמרא זאגט ' איש מזריע לובן שבו שממנו גידים ועצמות, אשה מזרעת אודם שבה שממנה בשר ודם והקב"ה....
קומט אויס אז דער נחש, וואס ער איז נאר א נושך ומקלקל הבשר, טרעפט גארנישט אהן אין דעם חלק וואס קומט פון טאטען,
איבער דעם האט דער רבוש"ע געזאגט בין בניך ובין זרעה , איהרע קינדער נישט אדם'ס...ודפח"ח
לקוטים וענינים על פרשת בראשית
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
- scy4851
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6806
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
- לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!
לקוטים וענינים על פרשת בראשית
אונעם אשכול איבער ר' צדוק הכהן מלובלין זצוק"ל האב איך דאס געשריבען
the SCY is the limit
שבת בראשית
לכאורה דארף מען פארשטיין פארוואס רופט מען שבת פרשת בראשית מיט'ן נאמען "שבת בראשית", און אנדערע שבתים רופט מען נישט מיט די פרשה פון די וואך?
נאר אזוי ווי אין די ימים נוראים האט יעדער יוד תשובה געטוהן, דערמאנט מען איעדן אז דאס וואס איז שוין אדורך געגאנגען איז שוין אדורך געגאנגען און פון יעצט הייבט זיך אהן א נייע סדר. און אויף דעם רמז רופט מען דער ערשטער שבת נאך אלע ימים טובים "שבת בראשית".
(ארי' דבי עילאי)
בראשית ברא אלקים את
די לעצטע אותיות פון די ערשטער דריי ווערטער פון די תורה (בראשית ברא אלקים) איז אמת, אבער דער ווארט אמת איז נישט לויט דעם סדר (די אותיות זענען אויסגעמישט "תאם") די ווערטער נאך דעם "ברא אלקים את" איז אויך די לעצטע אותיות "אמת" אבער יא לויט דעם סדר ווי מ'שרייבט דער ווארט אמת (ערשט א' דערנאך מ' און דערנאך ת') דאס קומט אונז לערנען אז דער ערשטער זאך דארף א איד ארבטן אויף די מדה פון אמת און אפילו פון אנפאנג איז עס נאך נישט ווי עס דארף צו זיין וואס דאס איז מרומז אין די ווערטער בראשית ברא אלקים וואס די לעצטע אותיות זענען אמת אבער נישט און די ריכטיגער סדר זאל ער זיך נישט לאזען און דער אויבערשטער וועט איהם העלפן און ער וועט צוקימען צו דער מדת האמת בשלימות, וואס איז מרומז אין די לעצטע אותיות פון ברא אלקים את וואס דארט איז דער ווארט אמת שוין יא כסדר.
(דברי יחזקאל)
בראשית ברא אלקים את השמים ואת הארץ
די גמרא זאגט אין מסכת ראש השנה (דף י"ב ע"א,) עס איז דא א מחלוקות צווישען ר' אליעזר און ר' יהושע ווען דער אויבערשטער האט באשאפען די וועלט, רבי אליעזר האלט, אז דער וועלט איז באשאפען געווארען דער ערשטער טאג פון חודש תשרי (ראש השנה), און רבי יהושע האלט אז דער וועלט איז באשאפען געווארען דער ערשטע טאג פון חודש ניסן, נאר דער באשעפער האט געטראכט ראש השנה פון באשאפן די וועלט, לויט דעם קען מען זאגען א שיינעם רמז דא אין דעם פסוק, ווייל דאס ווארט בראשית איז די אותיות א' בתשרי דאס קומט זאגען אז "א' בתשרי" דער ערשטער טאג אין חודש תשרי "ברא אלקים את השמים ואת הארץ" האט דער אויבערשטער באשאפען די הימל און די ערד.
(בעל הטורים)
יום הששי ויכלו השמים
מיר הייבען אהן קידוש פרייטאג ביינאכט מיט די ווערטער יום הששי וואס דאס געהער נאך צו דער פריערדיגע פסוק און דערנאך זאגט מען ויכלו השמים וואס דאס געהער צו דער נעקסטער פסוק, דער טעם דערפאר איז ווייל די ראשי תיבות פון יום הששי ויכלו השמים איז דער שם הוי"ה זאגען מיר עידות ביי קידוש אז דער גאנצע בריאה פון אהנהייב ביז צום סוף האט אלץ איין באשעפער באשאפען.
(רבינו בחיי)
ויהי ערב ויהי בוקר יום אחד
מען קען זאגען א שיינעם רמז אין דעם פסוק, לאט ווי עס ווערט געברענגט אין ספרים הקדושים, אז די יצר הרע ווערט אנגעריפען "ערב", ביינאכט ווייל ער איז פינסטער ווי דער נאכט, און דער יצר טוב ווערט אנגעריפען "בוקר", בייטאג, ווייל ער איז גורם אז אידען זאלען טוהן מצוות וואס זענען לעכטיג און עס איז ידוע דאס וואס שטייט אין אבות דרבי נתן (פרק ט"ז), אז ביז א קינד ווערט בר-מצוה, האט ער נאר א יצר הרע, ווייל זיין נשמה איז נאך גענוג ריין זיך אליין צושלאגען מיט דער יצר הרע, אבער אין דעם טאג פון זיין בר-מצוה, באקומט ער א יצר טוב, וואס העלפט איהם צו ער זאל זיך קענען בעסער שלאגען מיט'ן יצר הרע. און דאס ווארט אחד איז בגימטריא דרייצן (13). קען מען דא מרמז זיין אזוי, "ויהי ערב ויהי בוקר" ווען איז די צייט ווען א מענטש האט סיי א יצר הרע וואס ווערט אהנגעריפן "ערב", און סיי א יצר טוב, וואס ווערט אנגערופן "בוקר", איז דער תירוץ, "יום אחד", אין דעם טאג וואס ער ווערט אח"ד = 13 יאהר אלט.
(ספר ציוני)
בראשית דארף מען "בני, חיי, ומזוני"
ברא מיינט קינדער מלשון ( ברא מזכי אבא), ברא מיינט אויך געזונט מלשון בריאות, און ברא מיינט אויך תבואה מלשון "בר" (לשבור בר), זעען מיר ווי די תורה איז מרמז די דריי וויכטיגסטע באדערפענישן פון א מענטש כדי צו קענען עוסק זיין בתורה, "בראשית" צו אלעם ערשטען, דארף מען האבען "ברא" קינדער געזונט און פרנסה. ולפלא אז דאס ווארט "ברא" איז בגימטריא בנ"י חי"י מזונ"י
(הגה"ק מאוסטראווצער זצ"ל)
ויברך אלקים את יום השביעי
שבת איז געבענטשט געווארען מער פון אלע טעג פון די וואך אין די מדבר איז געפאלן דאפלט מן ערב שבת גענוג פאר שבת, צו ווייזען דער וואס וועט אויסגעבן געלט לכבוד שבת וועט עס צירוק באקימען פון באשעפער.
נישט נאר דאס וואס מ'גיבט אויס פאר שבת צאלט דער באשעפער צירוק נאר דער וואס איז מכבד שבת אזוי ווי עס באדארף צו זיין וועט דער באשעפער באלוינען אזוי ווי עס באדארף צו זיין, דאס קען מען זעהן פון דעם מעשה.
ר' חייא בר אבא האט אמאהל פארציילט, איך בין אמאהל איינגעלאדענט געווארען צו א רייכע מענטש אין די שטאט לודקיא. עס איז אריינגעפירט געווארען א טיש וואס 32 מענטשען האבען געדארפט טראגען דעם טיש אזוי שווער איז געוועהן דער טיש אז עס האט געדארפט אינטערגעהאלטען ווערען דורך 16 פיס. עס איז געוועהן אנגעלאדענט מיט אלע מינע גיטע עסענווארג די געשמאקסטע פיש, פלייש, פרוכט פון אלע ערליי אזוי אז איך האב נאך אזעלעכס נישט געזעהן, אין מיט'ן פון טיש איז געזעצען א יונגעל און געזינגען דער גאנצע צייט די ווערטער "לד' הארץ ומלאה" צו דער אויבערשטער געהער די וועלט און אלעס וואס דערפילט די וועלט.
דער רייכע מענטש האט געניצט די יונגל זאל איהם דערמאנען אז עשירות קומט נישט פון וואס א מענטש ארבט נאר פון אויבערשטער אליין.
דערציילט ר' חייא ווייטער, איך האב געפרעגט דער רייכע מענטש פון ווי ער האט זוכה געוועהן צו אזא רייכקייט? האט ער מיר גענטפערט, איך בין אמאהל געוועהן א קצב butcher)) און ווען איך האב געזעהן א שיינע גרויסע בהמה האב איך עס אוועק געלייגט פאר שבת.
האט ר' חייא געזאגט פאר דער רייכע מענטש דיינע זכותים זענען גרויס אין זכות פון מכבד זיין דעם הייליגען שבת ביסטו רייך געווארען.
נאך א ברכה האט דער הייליגע שבת, אז די רשעים אין גיהנם רוהן אין שבת ווייל דער פייער ברענט נישט אין זכות פון שבת.
דער ערשטער טאג וואס די וועלט איז באשאפען געווארען האט דער באשעפער באשאפען א ליכטיגקייט וואס מ'האט מיט דעם געקענט זעהן פון איין עק וועלט ביז צום צווייטען עק וועלט און דער אויבערשטער האט עס באהאלטען פאר די צדיקים לעתיד לבא ווען משיח וועט קימען, אבער דער ערשטער שבת האט דער באשעפער עס ארויס גענימען און געלאזט אדם הראשון זאל הנאה האבען פון דעם ליכטיגקייט אלעס נאר לכבוד שבת.
(מדרש)
רש"י ברענגט די וואך דאס וואס מיר האבען דא יעצט דערמאנט אז דער אור וואס דער אויבערשטער האט באשאפען אין די ששת ימי בראשית, האט מען דערמיט געקענט זעהן פון איין עק וועלט צום צווייטען, און דער אויבערשטער האט דער אור באהאלטען און די תורה.
עס ווערט געברענגט און ספר אור המאיר (פרשת פקודי) אז ר' ברוך קאמינקער האט אמאהל ארויס געשיקט אקסן אויפ'ן וועג, ווען ער האט געהערט אז ציגאנער האבען בארויבט אקסען פון אנדערע סוחרים, איז ער געווארען זעהר באזארגט אפשר האט מען צוגענימען זיינע אקסן אויך, וואס דאס איז געוועהן א פארמעגען מיט געלט, האט ער געשיקט ר' יוסף קאמינקער צו דער הייליגע בעל שם טוב זי"ע, דער בעל שם טוב האט אויפגעעפענט א זוהר הקדוש, און האט אין דעם אריינגעקוקט, און געזאגט. "איך זעה די אקסן קיינער האט זיי נישט צו גע'גנב'ט". פרעגט ר' יוסף מיט וואונדער, "צי שטייט דאס דען אין זוהר הקדוש? ענפערט איהם דער בעל שם טוב, "די חכמים זאגען אז דער אור וואס דער אויבערשטער האט באשאפען אין די ששת ימי בראשית האט ער באהאלטען אין די תורה, און מיט דעם אור קען מען זעהן פון איין עק וועלט ביז צום צווייטען, און דורך דעם האב איך פון זוהר הקדוש געזעהן די אקסען".
דער הייליגער צאנזער רב זי"ע פלעגט ערקלערן דעם ענין פון "שבת בראשית" מיט א משל:
אין בראד פלעג אפגעהאלטן ווערן א יארמארק. דאס הייסט, במשך פיר וואכן זענען געקומען סוחרים פון אלע עקן וועלט קויפן און פארקויפן סחורה. זיי האבן געמאכט גרויסע גישעפטן, פארקויפנדיג א סך סחורה, און אפקויפנדיג אנדערע סחורה צו האנדלען דערמיט במשך א גאנץ יאר. אויפ'ן וועג צוריק, פארנדיג אהיים, פלעגן די דאזיגע סוחרים, ביים אפשטעלן זיך אויף דער ערשטער סטאנציע, זיך אוועקזעצן און מאכן א חשבון פון די הוצאות והכנסות וואס זיי האבן איינגעהאנדלט אין די פאר וואכן, בכדי צו וויסן מיט וואס זיי פארן אהיים.
"דאס זעלביגע איז מיט די אידן", האט דער דברי חיים געזאגט. "די ימים נוראים און הושענא רבה" זענען אזוי ווי א יארמארק איינמאל אין יאר צו מאכן גרויסע געשעפטן, מקבל צו זיין אויף זיך מלכות שמים, זיך ריינצוואשן פון עבירות און פלעקן, און אויסבעטן כל טוב אויפ'ן גאנצן יאר. שבת בראשית איז די ערשטע אכסניא ווי מען רוט זיך אפ אין דעם יום מנוחה און מען זעצט זיך אוועק מאכן א חשבון הנפש מיט וואס מען גייט אהיים נאך די גרויסע הייליגע עבודה פון גאנץ חודש תשרי.
"פארדעם ווערט עס אנגערופן "שבת בראשית", דהיינו די ערשטע סטאנציע."
בראשית ברא אלוקים את השמים ואת הארץ
דער ערשטער זאך וואס די באשעפער האט געשריבן אין די תורה איז געוועהן די באשאפונג פון די וועלט, און נאכדעם אלע הלכות אין מצות.
פארוואס?
כדי די אידעשע קינדער זאלן וויסן אז דער יסוד און דער עיקר פון א איד איז "אמונה", גלייבן אז די באשעפער האט באשאפן די וועלט און אלעס וואס איז דא אין איהר, און דער וואס עס גלייבט נישט אין דעם, קען נישט אהנהייבן לערנען די תורה.
ווי אזוי דארף מען גלייבן?
אמונה איז טייטש: דער מענטש זאל באשטימען אין הארץ אז דאס איז דער אמת, און עס קען בשום אופן נישט זיין אנדערש. ער זאל דאס שטענדיג חזר'ן און קיינמאל נישט טראכטן אדער זאגן אנדערש אפילו מען וועט אים וועלן הרג'נען ח"ו אויב ער זאגט נישט אנדערש. אט דאס אלעס דארף ער טוהן אפילו ער פארשטייט דאס נישט, ביז השי"ת וועט אים העלפן אז ער וועט אליינס פארשטיין די טיפקייט פון די הייליגע אמונה.
(ספר החינוך מצוה כ"ה)
דער צדיק ר' משה'לע קאברינער זי"ע האט געזאגט אויפ'ן פסוק "האמנתי כי אדבר" (איך גלייב ווייל איך רעד דערפון) אז כדי זוכה צו זיין צו די "אמת'ע אמונה", מוז מען שטענדיג רעדן דערפון און עס חזר'ן, וועגן דעם דארף מען ארויס זאגן די אני מאמין'ס מיט'ן מויל א יעדן טאג,עס זאל ווערן איינגעקריצט אינעם מח מיט א קלארקייט.
א) איך גלייב מיט א גאנצע אמונה, אז השי"ת האט באשאפן די וועלט מיט אלעם וואס געפינט זיך אין איר, און ער פירט און טוט אלעס פון איידער די וועלט איז באשאפן געווארן ביז אייביג.
ב) איך גלייב מיט א גאנצע אמונה, אז השי"ת איז איינציג, און ער אליינס איז אייביג געווען אונזער באשעפער און וועט אייביג בלייבן.
ג) איך גלייב מיט א גאנצע אמונה, אז השי"ת איז נישט קיין קערפער, און עס טרעפט אים נישט דאס וואס עס פאסירט מיט א קערפער, און ער האט נישט קיין שום פארגלייך צו א קערפערליכן מענטש.
ד) איך גלייב מיט א גאנצע אמונה, אז השי"ת איז דער ערשטער און דער לעצטער.
ה) איך גלייב מיט א גאנצע אמונה, אז נאר צו השי"ת דארף מען דאווענען, און נאר פון אים קען מען בעטן אלע באדערפענישן און עס איז נישט דא נאך איינער וועם מען קען בעטן.
ו) איך גלייב מיט א גאנצע אמונה, אז אלע רייד פון די נביאים זענען אמת.
ז) איך גלייב מיט א גאנצע אמונה, אז די נבואה פון משה רבינו עליו השלום איז אמת, און אז ער איז געווען דער גרעסטער און אויסדערוועלטער פון אלע נביאים, סיי פון פאר אים, און סיי פון נאך אים.
ח) איך גלייב מיט א גאנצע אמונה, אז די גאנצע תורה וואס מיר האבן היינט האט השי"ת געגעבן צו משה רבינו אויפן בארג סיני.
ט) איך גלייב מיט א גאנצע אמונה, אז די תורה וועט קיינמאל נישט ווערן איבערגעטוישט, און מיר וועלן נישט באקומען פון השי"ת קיין אנדערע תורה
י) איך גלייב מיט א גאנצע אמונה, אז השי"ת ווייסט און זעהט אלע מעשים פון די מענטשן מיט אלע זייערע טראכטונגען.
יא) איך גלייב מיט א גאנצע אמונה, אז השי"ת באצאלט א גוטן שכר אויף יענע וועלט פאר די וואס היטן זיינע מצות, און באשטראפט די וואס פאלגן נישט זיינע באפעלן.
יב) איך גלייב מיט א גאנצע אמונה, אז משיח בן דוד וועט אונז קומען אויסלייזן פון גלות, און כאטש ער זוימט זיך, האף איך יעדן טאג אז ער וועט היינט אנקומען.
יג) איך גלייב מיט א גאנצע אמונה, אז ווען עס וועט זיין דער רצון פון השי"ת וועלן אלע געשטארבענע ווערן לעבעדיג און גיין קיין ארץ ישראל, דעמאלט וועט געלויבט און געגרויסט ווערן השי"ת'ס נאמען אויף שטענדיג.
דער רבי ר' פנחם קאריצער זי"ע האט געזאגט פאר א מענטש וואס האט נישט געהאט קיין פרנסה, אז אויב ער וועט זאגן יעדן טאג די דרייצן אני מאמין'ס וועט ער האבן פרנסה, דער איד האט אזוי געטוהן און איז געווארן א גרויסער עושר, ווען עס איז שוין דורך א לאנגע צייט האט ער אויפגעהערט צו זאגן קלערענדיג אז עס איז שוין נישט וויכטיג, איז ער ל"ע צוריק געווארן א ארימאן, זעהט מען פון דעם די געוואלדיגע חשיבות פון זאגן די דרייצן "אני מאמין'ס".
(מדרש פנחם)

דער קעניג פון לאנד רוים, אנדרינוס קיסר, האט אמאל געפרעגט פון דעם תנא רבי יהושע אינמיטן א שמועס, צי די וועלט האט א הער (א בעל הבית).האט אים ר' יהושע צוריק געפרעגט: "איז דען די וועלט הפקר?" מיינענדיג צו זאגן אז עס קען נישט זיין אז אזא וועלט זאל באשאפן ווערן פון זיך אליינס. האט אים דער קיסר געפרעגט: "זאג מיר, ווער האט באשאפן די הימל און ערד?"
ענטפערט אים ר' יהושע מיט קורצע אויפריכטיגע ווערטער: "השי"ת! אזוי ווי עס שטייט אין פסוק "בראשית ברא אלקים!" (צום ערשט האט דער אויבערשטער באשאפן די הימל און די ערד).
דער קיסר טראכט איבער זיינע ווערטער און זאגט: "יעדער קעניג באווייזט זיך עטליכע מאל אין יאר צו די מענטשן פון זיין לאנד, פארוואס באווייזט זיך נישט דער אויבערשטער כאטש צוויי מאל אין יאר אז די מענטשן זאלן אים זעהן און מורא האבן פון אים"?
ווייל די וועלט קען נישט אויסהאלטן די שיין פון השי"ת, אזוי ווי עס שטייט "כי לא יראני האדם וחי" (א מענטש קען מיך נישט זעהן און בלייבן לעבן).
דער קיסר האט נישט געוואלט אננעמען דעם תירוץ, ווייל זיין גוי'אישער שכל האט נישט באגריפן די טיפקייט פון דעם הייליגן תנא'ס ווערטער, דעריבער האט ער געזאגט: "אויב דו וועסט מיר נישט ווייזן דעם באשעפער גלייב איך נישט"! עס איז געווען אינמיטן א העלן טאג ווען די זין האט שטארק געשיינט, האט ר' יהושע געבעטן דעם קיסר ער זאל ארויס קומען מיט אים אויף די גאס און דארט וועט ער אים ווייזן דעם באשעפער. ביידע זענען ארויס און ר' יהושע האט געשטעלט דעם קיסר אקעגן די זין און אים געזאגט: "קוק גוט אריין אין די זין וועסטו אים זעהן".
דער קיסר פרובירט אריין צוקוקן אין די זין, אבער די "זין שטראלן" האבן אים אריין געשיינט אין די אויגן אז זיינע אויגן זענען פארטונקלט געווארן, האט זיך דער קיסר צושריגן: ווער קען דען קוקן אין די זין עס שיינט דאך זייער שטארק? זאלן דיינע אויערן הערן וואס דיין מויל רעדט, מה דאך די זין וואס איז נאר איינס פון צענדליגער טויזנטער באדינער פון השי"ת קען מען נישט אריין קוקן אין איר, כל שכן אז מען קען נישט זעהן דעם אויבערשטן אליינס"! דער קיסר האט פארשטאנען דעם ענטפער און איז, צופרידן אהיים געגאנגען.
(ילקוט שמעוני)
דער אויבערשטער האט באשאפען זיבן זאכען איידער ער האט באשאפען די וועלט. די זיבן זאכען זענען:
א) תורה
ב) תשובה
ג) גן עדן
ד) גיהנם
ה) כסא הכבוד
ו) בית המקדש
ז) שמו של משיח
תורה: די תורה האט די באשעפער באשאפען פאר די וועלט, ווייל די גאנצע וועלט איז נאר באשעפען געווארען אין דעם זכות אז יודען וועלן לערנען תורה און מקיים זיין די מצוות.
תשובה: כדי מענטשען זאלען קענען בלייבען לעבען, און עס זאל ווייטער זיין א וועלט, האט דער אויבערשטער באשאפען די זאך פון תשובה, אז אויב וועט מען ח"ו זינדיגען, זאל מען נישט באלט שטארבען, נאר מ'זאל קענען תשובה טוהן און בלייבען לעבען.
גן עדן: גן עדן האט דער אויבערשטער באשאפען, צו פארזיכערן א שכר טוב פאר די ערליכע אידן.
גיהנם: גיהנם האט דער אויבערשטער באשאפען צו שטראפען די רשעים. [גן עדן און גיהנם האט מען אויך געדארפט באשאפען פאר די וועלט, כדי מענטשען זאלען וויסען וואס דער מענטש וועט נאר טוהן, וועט ער באצאלט ווערען פארדעם, אדער גוט'ס, אדער שלעכט'ס ח"ו].
כסא הכבוד: דער כסא הכבוד איז באשאפען געווארען פאר דער וועלט, צו ווייזען דער גאנצע וועלט דער גרויסע כבוד פון דער קעניג פון דער וועלט.
בית המקדש: דער בית המקדש איז באשאפען געווארען פאר די וועלט, ווייל דער שכינה האט געוואלט רוהן צווישען אונז אויף אייביג, האט מען געדארפט א פלאץ ווי דער שכינה זאל רוהן, האט דער אויבערשטער באשאפען דער בית המקדש.
שמו של משיח: דער נאמען פון משיח האט דער אויבערשטער באשאפען פאר דער וועלט ווייל דער גאנצע וועלט, אלע באשעפענישען, ווארטען אויף דעם טאג וואס משיח וועט קומען, און עס וועט זיין התגלות השכינה, דער שכינה וועט זיך אנטפלעקען צו אונז.
א אשה מאכט א ברכה שעשני כרצונו (במקום שלא עשני אשה) ווייל ווען השי"ת האט באשאפען אדם הראשון שטייט "נעשה אדם" זאגט די גמרא אז הקב"ה האט געפרעגט די מלאכים (בדרך ענוה), אבער ביי חוה שטייט נישט אזוי ווייל זיי האבען שוין מסכים געוועהן אויף אדם און זי איז דאך א עזר לאדם האט הקב"ה שוין נישט געפרעגט נאר אליין באשאפען "ברצונו" אהן דעם רצון המלאכים דאס מיינט "שעשני כרצונו".
(ישועות יעקב סימן מ"ו)
עס איז דא א מחלוקת תנאים וועלכע מין בוים עס איז געוועהן דער עץ הדעת (עץ שאכל ממנו אדם הראשון), ר' מאיר זאגט גפן, ר' יודא זאגט חטה, ר' נחמי' זאגט תאנה, עס איז אויך דא א מאן דאמר וואס האלט אז אתרוג הי'. כדי מתקן צו זיין דעם חטא נעמען מיר א אתרוג למצוה און חטה פאר מצות און גפן פאר קידוש והבדלה און תאנה לביכורים (משבעת המינים).
(מדרש תלפיות אות א')
אנכי ד' אלקיך אשר הוצאתיך מארץ מצרים (פרשת יתרו)
עס איז דא א מצוה צו גלייבן אז עס איז דא א באשעפער אויף די וועלט, דאס איז די מצוה פון אמונת השם.
עס איז א מצוה צו גלייבן אז אלעס וואס איז דא אויף דער וועלט איז פון דעם באשעפער'ס כח, און פון זיין ווילן איז באשאפן געווארן אלעס וואס איז דא, וואס עס איז געוועהן און וואס עס וועט זיין ביז אייביג. פון גארנישט האט ער דאס אלעס באשאפן.
און אויך דארף מען גלייבן אז די באשאפער האט אונז ארויסגעצויגן פון מצרים, און האט אונז געגעבן די תורה.
דער ענין פון אמונה איז אז א מענטש זאל פעסטשטעלן אין זיין הארץ אז נאר אזוי איז עס און עס קען גארנישט זיין אנדערש.
דאס איז איינער פון די זעקס מצות וואס א איד דארף מקיים זיין שטענדיג יעדן מינוט פון זיין לעבן.
דער מצוה איז די יסוד פון אלע מצות. ווייל נאר דער וואס גלייבט אז דער באשעפער איז א כל יכול, נאר אזא איינער איז גרייט צו פאלגן זיינע מצות. און דער וואס גלייבט נישט אין דער מצוה, איז א כופר בעקר, און האט נישט קיין חלק און זכות אין דעם אידש'ן פאלק.

בראשית, דער רמ"א ז"ל אין שולחן ערוך (סימן א') זאגט אז שויתי י' לנגדי תמיד איז א גרויסע כלל אין תורה ווייל דער מענטש וואס טראכט שטענדיג אז דער אויבערשטער זעהט אלעס וואס ער טוט ווי עס שטייט אין פסוק אז מענטש באהאלט זיך זעהט אים אויך דער אויבערשטער אזא מענטש היט זיך אפ פון עבירות און האט מורא פון אויבערשטען
דער סוף פון די תורה איז אשר עשה משה לעיני כל ישראל בראשית די למ"ד פון ישראל און דאס ווארט בראשית זענען די ראשי תיבות פון בכל רגע אחשוב שויתי י' לנגדי תמיד , מרמז צו זיין אז שטענדיג זאל דער איד זאגען אז איך וועל כסדר טראכטען פון אויבערשטען דורך דעם וועל איך אינזינען האבין צו טוהן זיין הייליגען ווילען בשלימות
(ספרים הקדושים)
שבת בראשית
פארוואס רופט מען פונקט פרשת בראשית, שבת בראשית פארוואס רופט מען נישט אויך שבת פרשת נח שבת נח ,שבת פרשת לך , שבת לך ?
ענטפערט דער צאנזער רב זכותו יגן עלינו אז דער מדרש זאגט אז ווען א מענטש טוט תשובה ווערט ער אזוי ווי א נייער מענטש, (עיין מדרש רבה פ"א פ' אמור עה"פ ועשיתם) איז דאך ממילא , ווען עס קומט נאך די הייליגע טעג וואס מ'האט תשובה געטוהן , אין מ'האט זיך אויסגערייניגט פון די עבירות, איז מען דאך ווי א מענטש וואס איז יעצט באשאפאען גיווארין , וועגען דעם רופט מען אהן דעם שבת, שבת בראשית, ווייל עס איז דער אהייב פון באשאפונג פון כלל ישראל
(מהרש"ם בשם מרן הגה"ק מצאנז ז"ל עי' עטרת חיים)
נאך א טעם
דער שינאווער רב ז"ל ברענגט נאך א טעם בשם זיין שווער דער ארי' דבי עילאה ז"ל ווייל אין די ימים נוראים האט יעדער יוד געהאט א הרהור תשובה, יעדער האט אויף זיך מקבל גיוועהן זיך צו פארבעסערין ,זיין ערליכער , מער אפגעהיטען פון עבירות מער לערנען, זאגט מען דעם מענטש געדענק שבת בראשית דאס מיינט אז יעצט הייבט זיך אהן א פרישער סדר וואס איז געוועהן איז געוועהן , אבער יעצט בראשית הייב אהן פריש, און פון יעצט אהן זאלסט כאטש זיין גוט
(דברי יחזקאל ז"ל)
בראשי"ת , איז נוטריקון בקול רם אברך שמו יתברך תמיד
מיט א הויעך קול וועל איך לויבען דעם געלויבטען באשעפער שטענדיג.
(הרחיד"א ז"ל)
ד) בראשית ברא אלקים איז די סופי תיבות אמת ס'איז אבער נישט אויפען סדר (ס'איז נישט מיט א סדר אמת נאר ת-א-מ. שפעטער ביי די פרשה פון קידוש שטייט דאס ווארט אמת כסדר ברא אלקים לעשות צו ווייזען אז אפילו קודם איז שוער צוצוקומען צום אמת אבער שפעטער וועט שוין גיין לייכט אין א סדר דאס מיינט אז אפילו מען זעהט אז קודם איז שווער צו זיין ערליך אבער ווען מען וויל אמתדיג העלפט השי"ת דעם מענטש .
(עיין דברי יחזקאל ז"ל)
בראשית זאגען חז"ל (בר"ר פ"א) אז די וועלט איז באשאפין געווארען בזכות התורה שנקראת ראשית ווי עס שטייט אין פסוק (משלי ח) ה' קנני ראשית דרכו וגו' דער טעם פארוואס די תורה ווערט אנגערופען ראשית איז, ווייל עס שטייט אין פסוק (איוב י"א) ארוכה מארץ מדה ורחבה מני ים די תורה איז אזוי גרויס אז וויפיהל מען לערנט איר האלט מען נאך אלץ ביים אנהייב, יעדע מייסטערשאפט ווען מען לערנט עס קען מען ענדיגען אבער די תורה איז אזוי גרויס אז מען האלט אייביג ביים אנהייב דערפאר רופט זיך די תורה ראשית.
און דערפאר ווען מען ענדיגט די תורה שמחת תורה הייבט מען גלייך אהן בראשית צו ווייזען אז מיר האבען נאך נישט געענדיגט נאר מען האלט נאך ביים אנהייב .
(כ"ק מרן אדמו"ר מבאבוב זצ"ל הו"ד בליקוטי כרם שלמה ח"ג ע' רפ"ח )
וירא ה' כי רבה רעת האדם בארץ וכל יצר מחשבות לבו רק רע כל היום וינחם ה' כי עשה את האדם (סוף פרשה) עס איז באקאנט די גמרא (עירובין י"ג ע"ב) אז צווי און א האלב יאהר איז געועוהן א מחלוקה צווישען בית שמאי און בית הלל וואס איז בעסער פאר דעם מענטש , צו עס איז בעסער אז ער וואלט נישט באשאפען געווארען אדער עס איז בעסער פאר דעם מענשט אז ער זאל יא באשאפען ווערין , נאך די צווי און א האלב יאר, איז מען געקומען צו אן אויסגליך אז עס וואלט בעסער געוועהן פאר'ן מענטש אז ער זאל נישט באשפין ווערין ,אבער ווי באלד ער איז יא באשאפין געווארען זאל ער גוט איבערקוקן זיינע מעשים אז עס זאלין זיין ווי עס באדארף צו זיין [נמנו וגמרו טוב לו לאדם שלא נברא משנברא, עכשיו שנברא יפשפש במעשיו וכו']
איז דער מהרש"א (מכות כ"ג ע"ב) מסביר דעם לשון "נמנו" מען האט געציילט אז וויבאלד עס זענען דא מער לא תעשה'ס ווי עשה'ס איז דאך דא א גרעסערער מעגליכקייט עובר צו זיין ח"ו אויפ'ן ציווי השם דערפאר וואלט געוועהן בעסער נישט צו באשאפין ווערין , אבער יעצט זאל ער טוהן דער רצון ה'.
זאגין אבער די מפרשים (עיין להרחיד"א ז"ל בספר ראש דוד ר"פ עקב בשם הזרע בירך ובחנוכת התורה אות קצ"ח) אז כאטש די מצות עשה'ס זענען ווייניגער פון דעסטוועגין איז מען נענטער צו שכר ווי צו אן עונש , ווייל , אויב מען האט מחשבות טובות פאר מען טוט די מצוה , באקומט מען דאפעלט שכר א) פאר די מחשבה טובה וואס איז כמעשה ב) פאר די מצוה אליין אבער ביי אן עבירה ח"ו באקומט מען נאר דעם עונש אויף די עבירה אבער נישט אויף די מחשבה פון די עבירה ,[ אזוי ווערט אויך געברענגט בשם הרבי ר' שמעלקא מניקלשבורג זצ"ל.]
יעצט קומט אויס אז ווער עס האט הייליגע מחשבות איז כדאי געוועהן ער זאל באשאפין ווערין ווייל ער וועט דאך באקומען שכר פאר די מצוה און סיי פאר די מחשבה פון די מצוה אבער ווען וירא ה' וגו' אז "וכל מחשבות לבו רק רע כל היום " דאס מיינט אז זיי טראכטען שטענדיג פון שלעכטס, אויב אוזי איז דאך זיכער אז אזעלכע מענשטין איז נישט כדאי אז זיי זאלען באשאפין ווערין ווייל די לא תעשה'ס איז ער דאך עובר, איי ער טוט מצות וואס דעמאלטס האט מען א סאך שכר, ניין! ער האט נאר די מצוה עשה'ס אליין וואס איז ווייניגער ווי די לא תעשה'ס איז דאך א שאד אז ער איז געבוירען געווארען דערפאר וינחם ה' כי עשה את האדם .
(מעייני הישועה ,להגה"ק ר' יעקב יצחק מדוקלא זצ"ל)

כ"ק מרן אדמו"ר מהר"י מפשעווארסק זצ"ל האט געשריבן:[די תלמידי בעש"ט, דער מאור עינים און דער אור המאיר אוי זאגען זיי א זיסען פשט, ((אויפן ערשטען פסוק פין בראשית)) יראת שמים איז דאך דאס ערשטע, ראשית חכמה יראת ד', נאר סאיז דאך באקאנט אז סאיז דא צוויי ערליי יראה, יראת העונש און יראת הרוממות, לערנען זיי בראשית אפגעטיילט די בי"ת, ב' ראשית, ברא אלקים, דער אייבערשטער האט באשאפן צוויי ראשית, את השמים, איז יראת הרוממות וואס צדיקים האבען, און ואת הארץ, וואס די פראסטע מענטשן האבען, יראה תתאה, יראת העונש].
[איך האב געהערט פין א יוד אין דערהיים, סאיז געווען אין רימינוב דער רבי ר' הערש, און דער זין האט געהייסן ר' יאסאלע, [ער 0איז אוועק א יאר פאר די ערשטע קריג,] האט א יוד אפגעגעבען א קוויטל, און די רעבעצן איז אויך פינקט דארט געווען אין שטוב, האט ער געבעטן אין קוויטל אז ער וויל יראת הרוממות, אין יראה איז אויך דא פארשידענע מדריגות, יראת העונש און יראת הרוממות, האט דער רימאנובער רבי ר' יאסאלע ז"ל געגעבען א שמייכל, האט די רעבעצן געפרעגט פארוואס ער שמייכעלט, זאגט ער אז דער יוד וויל אזא זאך וואס אונץ האמיר אויך חשק צי דעם, דער פשט דערפין איז אזוי, דער וואס האט שוין יראת העונש, ער היט זיך פין א עבירה, ער האלט א תשובה מיראה, קען ער חשק האבען צי יראת הרוממות, אז יענער האלט ביי די אל"ף, ער האט נישט קיין יראת העונש אויך נישט, ער וויל יראת הרוממות, פליען איבערן הימל, קודם האלט אונטן, ביי די ערשטע זאך, דאס האט ער געמיינט ר' יאסעלע רימיניבער, ער פאר זיך האט זיך געהיטן נישט צי טין קיין עבירה, קיין גרויסע, קיין קליינע, האט ער געזיכט ער זאל האבן יראת הרוממות].
דער ווארט "בראשית" איז צוזאמען געשטעלט פון "ב" "ראשית". מרמז צו זיין אז צום ערשט דארף א מענטש קוקן אויף 2 זאכן: 1)גדלות הבורא (גרויסקייט פון דער אייבערשטן) 2)שפלות עצמו (זיין אייגינע נידריגקייט).
(רבי יצחק נעשכיזער זי"ע)
את השמים ואת הארץ. והארץ היתה תהו ובהו וגו' (א-א, ב). דער מענטש וואס קומט אן צו די מדריגה אז ער אנערקענט אז דער אייבערשטער האט באשאפן הימל און ערד, דער מענטש פארשטייט אויך אז די גאנצע וועלט איז נאר וויסט און ליידיג.
(רבי העניך מאלכסנדר זי"ע)
ויאמר אלקים יהי רקיע בתוך המים ויהי מבדיל בין מים למים. (א-ו). ביי "יום שני" שטייט נישט "כי טוב". ווייל אין דעם טאג איז באשאפן געווארן מחלוקת. די הימל האט אפגעשיידט די אויבערשטע וואסערן פון די אונטערשטע. און כאטש אין דעם ערשטן טאג איז אויך געווארן אפגעשיידט ליכטיגקייט פון טונקעלקייט, זענען זיי אבער צוויי פארשידענע זאכן.
(אהלי יעקב - הוסיאטין)
והיו לאתת ולמועדים וגו' (א-יד). "מועדים" שטייט "מלא" מיט א "ו", א רמז אויף די 6 ימים טובים: ראש השנה, יום כיפור, סוכות, שמיני עצרת, פסח און שבועות".
(אגרא דכלה)
והיו למאורת ברקיע השמים, להאיר על הארץ וגו' (א-טו). "מאורות" איז א רמז אויף די צדיקים וואס זיי לייכטן אויבן אין הימל. און כאטש זיי לייכטן אויבן, דערקענט זיך אויך זייער ליכטיגקייט אונטן אויף די וועלט.
(תפארת שלמה)
ועוף יעופף על הארץ על פני רקיע השמים (א-כ). א איד ווען ער לערנט תורה דארף ער אינזינען האבן אז דאס לערנען זאל ארויף קומען אויבן אין הימל כדי עס זאל זיין א "נחת רוח" פאר דעם באשעפער. און נישט חס ושלום פאר זיין אייגענעם כבוד, ווייל דעמאלטס בלייבט דאס דא אונטן. - "עוף" איז א רמז אויף די תורה. "ועוף יעופף על הארץ על פני רקיע השמים", - די תורה דארף ווערן געלערנט אויף אזא אופן, אז עס זאל ארויף קומען אויבן אין הימל.
(מאור ושמש)
נעשה אדם בצלמנו כדמותנו (א-כו) רש"י זאגט, אז וועגן דעם שטייט "נעשה" (מיר וועלן מאכן, א לשון רבים) ווייל כביכול דער אייבערשטער האט זיך באראטן מיט די מלאכים, און די טעם פארוואס דער אייבערשטער האט אזוי געטוהן איז, כדי אז מיר זאלן זיך פון דעם אויסלערנען אז אפילו גרויסע זאלן זיך באראטן מיט קליינע. עס שטייט אין דער גמרא, "כל המתגאה כאלו עובד עבודה זרה" (דער וואס האלט זיך גרויס, איז אזוי ווי ער דינט עבודה זרה) לכאורה פארוואס איז דווקא גאווה, אזוי ווי דינען עבודה זרה ? מיט דער רש"י קען מען דאס פארענפערן. אז אויב איינער איז א בעל גאווה, ווי אזוי וועט ער טייטשן דער פסוק, "נעשה"? ער וועט דאך נישט וועלן טייטשן אז דער אייבערשטער האט זיך באראטן מיט די מלאכים, ווייל דאס ווייזט דאך אויף ענוה, און ער איז דאך א בעל גאווה, וועט ער דאך וועלן טייטשן, אז ווען עס שטייט "נעשה" מיינט דאס חס ושלום "שתי רשויות" (ער זאגט אז עס איז דא ח"ו א צווייטע, און וועגן דעם שטייט א לשון רבים). קומט דאך אויס אז א בעל גאווה איז א עובד עבודה זרה.
(חנוכת התורה)
ויכל אלוקים ביום השביעי (ב-ב) מיר ווייסן דאך אז "אלוקים" איז מדת הדין, קען מען אזוי טייטשן "ויכל אלוקים ביום השביעי "אין די הייליגע טאג פון שבת קודש, ווערט די מדת הדין בטל, דאס הייסט אז עס איז נישט דא קיין מדת הדין. און אזוי זאגן מיר טאקע יעדן שבת אין כגונא, "וכל דינין מתעברין מנה".
(אמרי חיים)
ביום השביעי וגו'. "השביעי" שטייט מיט א "ה". א רמז אויף די חמשה חומשי תורה וואס איז געגעבן געווארן אין שבת קודש.
(רבי צדוק הכהן מלובלין זצ"ל)
דער גר''א זצ''ל האט אמאל געזאגט פאר זיינע תלמידים אז אין די ווארט "בראשית" איז מרומז די אלע תרי''ג מצוות, האט אים א תלמיד געפרעגט וואו איז מרומז די מצוה פון פדיון הבן, האט ער אויפ'ן פלאטץ געענטפערט בראשית איז ר''ת בן ראשון אחר שלשים יום תפדה.

- יודל מענדלזאהן
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3111
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
- לאקאציע: ואנה מפניך אברח?
וַיֹּאמֶר אֱלֹקִים תַּדְשֵׁא הָאָרֶץ דֶּשֶׁא .. עֵץ פְּרִי עֹשֶׂה פְּרִי לְמִינוֹ (א, יא)
פירש"י: עץ פרי - שיהא טעם העץ כטעם הפרי והיא לא עשתה כן אלא ותוצא הארץ וגו' ועץ עושה פרי ולא העץ פרי לפיכך כשנתקלל אדם על עונו נפקדה גם היא על עונה ונתקללה.
פארוואס איז די ערד נישט נתקלל געווארן באלד דערויף וואס זי האט געטוהן אנדערש פון רצון הבורא?
די גמרא זאגט (מנחות מא.) אז מען איז נישט מעניש פאר'ן עובר זיין אויף א מצות עשה נאר בעידנא דריתחא. די ערד האט דאך דא עובר געווען אויף אן עשה, אז הקב"ה האט באפוילן צו מאכן אן עֵץ פְּרִי עֹשֶׂה פְּרִי, און זי האט נישט אזוי געטוהן. דערפאר, אזוי לאנג ווי עס איז נישט געווען קיין עידנא דריתחא איז די ערד נישט באשטראפט געווארן.
אבער שפעטער, אז אדם הראשון האט געזינדיגט, און עובר געווען אויפ'ן לא תעשה פון וּמֵעֵץ הַדַּעַת טוֹב וָרָע לֹא תֹאכַל מִמֶּנּוּ, איז ער באשטראפט געווארן און נתקלל געווארן דערויף. דאן, וויבאלד עס איז שוין געווען אן עידן ריתחא, איז די ערד שוין אויך באשטראפט געווארן פאר'ן עובר זיין אויף די עשה וואס הקב"ה האט איר באפוילן.
אמרי שפר
--
וַיְכֻלּוּ הַשָּׁמַיִם וְהָאָרֶץ וְכָל צְבָאָם: - א חשבון הנפש שבת בראשית.
אמאל שבת בראשית האט דער צאנזער רב זי"ע גענומען די כוס קידוש אין האנט, אנגעטוהן מיט'ן טלית, און איז געשטאנען אזוי א לאנגע צייט מיט'ן כוס אין די האנט פארזונקען אין זיינע הייליגע געדאנקען. דערנאך האט ער געמאכט קידוש.
שפעטער האט ער עס מסביר געווען מיט א משל: א סוחר פארט אויפ'ן יריד, האט אסאך געשעפטן צו ערלעדיגן – קויפן פארקויפן, האנדל וואנדל. מטבע הדברים האט ער דאך נישט קיין צייט במשך דעם יריד צו מאכן זיך א חשבון פון זיינע פארצווייגטע געשעפטן. נאר שפעטער, ווען ער איז שוין אויפ'ן וועג צוריק, נוצט ער אויס די געלעגענהייט ביים ערשטן אכסני' וואו מען שטעלט זיך אפ, און דארט זעצט ער זיך מאכן א פונקטליכע חשבון וויפיל ער האט אויסגעגעבן און וויפיל פארדינט וכדו'.
די זעלבע מיט אונז – האט דער דברי חיים אויסגעפירט. עס זענען דא אריבער די הייליגע טעג, אזעלכע געהויבענע ימים טובים. אזויפיל מצוות אריינגעכאפט – די תקיעות, פאסטן יו"כ, עסן אין סוכה, ד' מינים, הקפות אא"וו. האבן מיר דאך קיין צייט נישט געהאט צו מאכן א חשבון וואו מען שטייט ערגעץ, ווי אזוי די מצוות אונזערע האבן אויסגעקוקט, ווי אזוי מיר האבן אפגעפראוועט דעם הייליגן חודש.
אצינד שבת בראשית, אז מיר זענען שוין אין די ערשטע סטאנציע נאך די הייליגע טעג, האב איך זיך געשטעלט מאכן א חשבון איבער אלעס וואס איך האב געטוהן...
--
וַיְכַל אֱלֹקִים בַּיּוֹם הַשְּׁבִיעִי (ב, ב)
שבת קודש הערשט די מדת הרחמים און אלע דינים ווערן אפגעטוהן – וכל דינין מתעברין מינה.
דאס איז פשט וַיְכַל אֱלֹקִים – עס ענדיגט זיך די מדת הדין וועלכע רופט זיך אלקים, בַּיּוֹם הַשְּׁבִיעִי אינעם זיבעטן טאג שבת קודש.
דגל מחנה אפרים
--
וַיִּטַּע ה' אֱלֹקִים גַּן בְּעֵדֶן מִקֶּדֶם (ב, ח)
שמעתי מפי הרב הגאון בוצינא קדישא מהו' דוב בער (דער מעזריטשער מגיד) זללה"ה – ווי אזוי האט דער באשעפער באשאפן א גן עדן איידער די וועלט (שבעה דברים נבראו קודם שנברא העולם ואלו הן תורה ותשובה וגן עדן - פסחים נד.), אויב די גן עדן פון יעדן איד באשאפט דאך דער איד זעלבסט דורך זיינע מצוות און מעש"ט?
נאר דער באשעפער איז דאך צופה ומביט עד סוף כל הדורות, און ער זעהט שוין די תענוג וואס ער וועט האבן פון די עבודה פון די צדיקים. מיט אט די תענוג האט ער באשאפן פאר יעדן זיין גן עדן - מיט די תענוג וואס ער וועט שפעטער געניסן פון אים.
דאס זאגט די פסוק: וַיִּטַּע ה' אֱלֹקִים גַּן – דער באשעפער האט געפלאנצט די גארטן - בְּעֵדֶן – דורך די תענוג וואס ער וועט האבן פון די צדיקים, מִקֶּדֶם – נאך איידער זיי זענען בכלל אראפגעקומען אויף די וועלט.
אורח לחיים
--
וְעֵץ הַחַיִּים בְּתוֹךְ הַגָּן (ב, ט)
אין אלע מידות, שרייבט דער רמב"ם אין הלכות דעות, דארף דער מענטש גיין אויפ'ן מיטלסטן וועג. ער טאר נישט זיין עקסטרעם אויף קיין זייט.
דאס איז די פסוק מרמז, וְעֵץ הַחַיִּים – די פאסיגסטע וועג פון לעבן איז: בְּתוֹךְ הַגָּן – אינדערמיט, נישט אויפ'ן זייט, נישט אויפ'ן עק...
כנסת הגדולה
--
(ג, יא-יב) וַיֹּאמֶר .. הֲמִן הָעֵץ אֲשֶׁר צִוִּיתִיךָ וכו' וַיֹּאמֶר הָאָדָם ... הִוא נָתְנָה לִּי מִן הָעֵץ וָאֹכֵל:
עס ווערט געברענגט אין מדרש רבה, (יט, יב) אויפ'ן ענטפער פון אדה"ר פאר'ן רבש"ע: א"ר אבא בר כהנא ואכלתי אין כתיב כאן אלא ואוכל, אכלתי ואוכל. ד.ה. אז אדם הראשון האט גאר געזאגט אז ער וועט נאך עסן ווייטער אויך...
מען דערציילט אז הגה"ק דער נודע ביהודה זי"ע איז אמאל געקומען באזוכן א גביר אין שטאט ערש"ק נאכמיטאג, און אים געטראפן עסן א סעודה'ניו – בשר ודגים וכל מטעמים...
זאגט אים דער רב: מען טאר דאך נישט עסן ער"ש נאך חצות קיין סעודות, טא פארוואס עסטו יא?
ענטפערט דער גביר מיט א פשעטל: די גאנצע טעם פארוואס מען טאר נישט עסן קיין סעודה פרייטאג נאכמיטאג איז נאר כדי מען זאל האבן אפעטיט פרייטאג צו נאכטס ביי שבת'דיגע סעודה. נו, ביי מיר איז דאס א קנאפע פראבלעם. איך קען איצט רואיג עסן, און ביינאכט ווידעראמאל עסן די סעודה מיט גרויס אפעטיט...
האט געזאגט דערויף דער נודע ביהודה, איצט איז מיר פארענטפערט געווארן די מדרש וואס אדם האט געענטפערט פאר'ן אויבערשטען: אכלתי ואוכל, איך וועל עסן נאך. לכאורה איז דאך שווער, וואו נעמט דאס א מענטש די חוצפה אזוי צו ענטפערן פאר'ן רבש"ע?!
נאר די גמרא זאגט (סנהדרין לח) אז אדם הראשון איז באשאפן געווארן ערב שבת, און ער האט געזינדיגט מיט'ן עץ הדעת אין די צענטע שעה פון טאג. לויט דעם קען מען זאגן, אז דאס האט דער אויבערשטער אים געפרעגט הֲמִן הָעֵץ אֲשֶׁר צִוִּיתִיךָ לְבִלְתִּי אֲכָל מִמֶּנּוּ אָכָלְתָּ – עס קומט דאך איצט דער שב"ק, פארוואס עסטו? וועסט דאך שפעטער נישט קענען עסן די שבת'דיגע סעודה?! האט אדה"ר געענטפערט: אכלתי ואוכל – נישט געדאגה'ט, איך וועל שפעטער קענען עסן נאכאמאל...
אבער זעסט דאך – האט דער נודע ביהודה אויסגעפירט פאר'ן גביר – אז אדה"ר איז נענש געווארן דערויף. פון דא זעהט מען אז א איד טאר נישט אליין פארטייטשן די טעמי המצוות און דערנאך מזלזל זיין אין זיי מיט א שיינע פשעטל דערצו...
--
אָרוּר אַתָּה מִכָּל הַבְּהֵמָה וּמִכֹּל חַיַּת הַשָּׂדֶה (ג, יד)
רש"י הק' שרייבט פריער: ואף החיות הוצרכו לברכה אלא מפני הנחש שעתיד לקללה לכך לא ברכן שלא יהא הוא בכלל (א, כב)
לויט דעם קומט אויס, אז ביז ווילאנג עס האט נישט פאסירט די מעשה מיט'ן עץ הדעת, האבן די חיות נישט פארשטאנען פארוואס זיי האבן נישט באקומען קיין ברכה. ווער צווישן אונז האלט אפ די ברכה?
אבער ווען די נחש האט געזינדיגט, האבן שוין אלע פארשטאנען, אז צוליב עם ליידן זיי אלע, נאר וועגן אים זענען זיי נישט געבענטשט געווארן. און פון דאן אן שעלטן אלע בהמות און חיות דעם שלאנג ווייל ער האט פון זיי אפגעהאלטן די ברכה פון אויבערשטען.
און דאס זאגט דער פסוק: אָרוּר אַתָּה מִכָּל הַבְּהֵמָה וּמִכֹּל חַיַּת הַשָּׂדֶה, אז אלע בהמות און חיות שעלטן דיר, ווייל נאר פון דיינעט וועגן זענען זיי נישט געבענטשט געווארן.
אמרי שפר
--
וַיַּעַשׂ ה' אֱלֹקִים לְאָדָם וּלְאִשְׁתּוֹ כָּתְנוֹת עוֹר וַיַּלְבִּשֵׁם: (ג, כא)
דער מדרש זאגט: אמר רבא, מכאן שיחידים היו בעולם.
מען קען ערקלערן די מדרש בדרך פלפול, לויט די זוה"ק אז די כתנות עור זענען געווען תפילין וואס אדם און חוה האבן אנגעטוהן. לכאורה איז אבער שווער, תפילין איז דאך א מצות עשה שהזמן גרמא, און דאס אז פרויען זענען פטור פון א מצ"ע שהזמן גרמא לערנט מען ארויס טאקע פון תפילין. לויט די ירושלמי (שבת פ"א ה"ב) אז יעדער וואס טוט א מצוה פון וועלכע ער איז פטור הייסט א הדיוט, ווי אזוי האט חוה אנגעטוהן תפילין?
מען קען עס אבער פארענטפערן לויט די שבות יעקב, אז די גאנצע טעם פארוואס מען הייסט א הדיוט, איז אלס מחזי כיוהרא. לויט דעם, טאמער טוט ער די מצוה בצנעה, הייסט ער נישט קיין הדיוט אפילו אויב ער איז נישט מחויב דערין.
ברענגט טאקע רבא א גוטע ראי' אז זיי זענען געווען די איינציגסטע אויפ'ן וועלט. ווייל אזוי ארום האט חוה געקענט גיין אנגעטוהן מיט תפילין א גאנצע טאג. די טעם פון מחזי כיוהרא איז דאך שוין נישט שייך!
הגהות מבן המחבר כלי חמדה
--
וַיִּשַׁע ה' אֶל הֶבֶל וְאֶל מִנְחָתוֹ: (ד, ד)
הבל איז נוט' העוסק בתורה לשמה, מִנְחָתוֹ איז מרמז אויף צדקה.
פארהאן אזעלכע וואס קלערן, אז וויבאלד זיי געבן צדקה, האבן זיי שוין יוצא געווען, און זיי זענען נישט מחויב אויך קובע זיין עתים לתורה. אויף דעם זאגט די פסוק וַיִּשַׁע ה', אז דער באשעפער האט הנאה נאר ווען ער איז מקיים ביידע, סיי אֶל הֶבֶל- ד.מ. ער לערנט תורה, און סיי וְאֶל מִנְחָתוֹ מען גיבט צדקה.
אמרי חיים
--
אִם תֵּיטִיב שְׂאֵת וְאִם לֹא תֵיטִיב לַפֶּתַח חַטָּאת רֹבֵץ (ד, ז)
אִם תֵּיטִיב - טאמער וועסטו אליין זיין גוט, דינען דעם באשעפער, טוען מצוות און מעש"ט, דאן שְׂאֵת – וועסטו קענען דערטראגן אנדערע מענטשנ'ס מעשים אויך. וְאִם לֹא תֵיטִיב - טאמער וועטסו ח"ו זיך נישט אויפפירן ווי עס געהער צו זיין, דאן לַפֶּתַח חַטָּאת רֹבֵץ – ביי יעדן טיר וועטסו זעהן זינד, אויף יעדן וועסטו טרעפן שלעכטס...
בשם בעל התניא זי"ע
--
וַיֹּאמֶר קַיִן אֶל הֶבֶל אָחִיו וַיְהִי בִּהְיוֹתָם .. וַיָּקָם קַיִן אֶל הֶבֶל אָחִיו וַיַּהַרְגֵהוּ: וַיֹּאמֶר ה' אֶל קַיִן אֵי הֶבֶל אָחִיךָ וַיֹּאמֶר לֹא יָדַעְתִּי וכו'. (ד ח-ט)
וואס האט קין געזאגט פאר הבל? די פסוק זאגט דאך נישט נאר וַיֹּאמֶר קַיִן אֶל הֶבֶל אָחִיו, אבער נישט וואס ער האט אים געזאגט? נאך איז שווער, פארוואס האט קין געענטפערט פאר'ן אויבערשטער לא ידעתי – איך האב נישט געוואוסט. לכאו' וואלט ער געדארפט זאגן 'איני יודע' – איך ווייס נישט?
פארענטפערט דער ווילנער גאון זי"ע, לויט די חז"ל אז הבל איז געווען שטערקער פון קין, און קין וואלט אים נישט געקענט סתם הרג'נען. דעריבער איז קין געגאנגען בערמה, און אים באפריינדעט, אים אנגערופן "מיין ברודער" – אֶל הֶבֶל אָחִיו. אזוי האט הבל נישט געוואוסט פון אים זיך צו היטן, און קין האט אים געקענט הרג'נען.
דאס האט הקב"ה געפרעגט פון קין: אֵי הֶבֶל אָחִיךָ – וואו איז די ברודערשאפט וואס דו האסט תמיד ארויסגעוויזן פאר הבל? און דערויף האט קין געענטפערט: לא ידעתי, איך האב קיינמאל פון קיין ברודערשאפט נישט געוואוסט, עס איז אלץ געווען געפאָפּטע מעשיות...
--
אמאל איז דער הייליגער קאזשניצער מגיד זי"ע געפארן קיין אפטע אויפ'ן יארצייט פון זיין טאטן רבי שבתי וועלכער איז געלעגן אין אפטא. דער עולם האט געהערט אז דער הייליגער קאזשניצער מגיד איז געקומען, איז אים יעדער געלאפן מקבל פנים זיין. אויך דער הייליגער אפטער רב זי"ע איז געגאנגען אים באזוכן, און אים געזאגט: יעצט האט מען מיר גארנישט אינזינען. אלעס לויפט נאר צו אייך...
די צוויי צדיקים האבן געדאווענט אין איין ביהמ"ד. נאכ'ן דאווענען האט מען צוגעשטעלט א סעודה. אינמיטן סעודה האט דער מגיד געזאגט פאר'ן אפטער רב: איך האב געזעהן אדם הראשון זיך דרייען דא אין שוהל היינט, און ער האט אייך עפעס געזאגט. וואס איז דאס געווען?
האט אים דער אפטער רב געענטפערט: היינט צופרי ווען איך האב אנגעטוהן טלית און תפילין און איר זענט נאך נישט געווען אין שוהל, האב איך געווארט אויף אייך מיט'ן דאווענען. אזוי ווארטנדיג איז מיר איינגעפאלן א גוטע תירוץ צו פארענטפערן אדם הראשון. איז ער געקומען מיר זאגן א יישר כח. דערפאר האט איר אים טאקע געזעהן דא אין שוהל...
אוצר ישראל

-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4410
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
- פארבינד זיך:
Re: לקוטים וענינים על פרשת בראשית
ליל שישי פרשת בראשית תשפ“ב אוראייניקל
ליל שישי פרשת בראשית תשפ“ב מומחה יוחס
ליל שישי פרשת בראשית תשפ“ג מומחה יוחס
א ווארט אויף די פרשה (א נייניקל) בראשית תשפ“ב בראשית תשפ“ג

כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר