חומש רש"י מיט די טייטש?

ספרי קודש אויפן וועב

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זאל מען יעדע וואך מאכן אן אשכול פאר חומש רש"י מיט טייטש?

10
53%
9
47%
 
סך הכל שטימען: 19

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

חומש רש"י מיט די טייטש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

איך שטעל דא א סקר אויב איר זענט אינטרעסירט אין חו"ר מיט די טייטש אויף יעדע וואך אויף די סדרה, דהיינו איך האב אין מיינע אריכוון אויף כמעט יעדע וואך אויף די סדרה אויף חומש מיט רש"י אויף רוב סדרה, איך שטעל אריין א סעמפל פון די וואך נח דרוק דא צו זעהן דעם סעמפל.
לאזט הערן אייער מיינונג, און שרייבט אריין אין די תגובה קעסל די סברה אויף אייער שטומע, אויב איר פיהלט וויכטיג עס צו מעלדן.

יישר כחכם

הק' זיידעניו
זאנוויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאנוויל »

יאך האב געשטימט ניין, ווייל ווי עס שיינט מיר איז דער עולם דא נישט קיין דארפישע עמעראצים.

בד"וו פון ווי נעמט זיך אז תמים טייטשט - גאנץ ערליך?
אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2874
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי »

געשטימט יא, ווייל וועמען שטערט עס?

פארוואס נישט?
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.
אוועטאר
שבת קודש
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 26, 2008 1:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבת קודש »

אלץ מלמד טי איך שטענדיג דא זוכן וועגען צדיקים און דאס דערצייל איך פאר די קינדער
ממילא וואלט געווען געוואלדיג אויב עס איז דא חומש רשי מיט טייטש
אויך אויב מעגליך זוכאיך א באשרייבונג אויף יודש אויף הלכות שבת . ל"ט מלאכות . און דברי מוסר . און מידות
אויב איינער האט דאס פליז ארויף לייגען
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

איך האלט מיט זאנוויל

הייליגער שבת
עס איז דא צי באקומען דער משיבת נפש טייטש חומש פון ר' מענדעל טומבער ע"ה
the SCY is the limit
אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטעליגענט »

זיידעשי!

דו ווייסט דאך אז איך קוועל פון דיינע משונה'דיגע ברייטע ידיעות אין יעדן פעלד, זאל עס זיין סיפורי צדיקים, היסטאריע, הלכה, מנהגים, תורות, ועוד, ועוד, און יא! טייטש אויך, איך האלט מיך ממש נישט פאר קיין ע"ה, אבער פון יעדן טייטשער [נאך דערצו פון אזא ידען] קען מען ארויסנעמען נייע מחשבות וויאזוי צו טייטשן פארפלאנטערטע אפטייטשן, ווי צב"ש ביי ימים נוראים תפילות, האב איך באקומען עטליכע פרישע בייפאלן וועגן די ריכטיגע טיפקייט פון געוויסע ווערטער.

אלזא מיין פיצי מיינונג זאגט! יא!!! ברענג און ברענג אן אפהאלט, איי דער עולם קען טייטש, נו וועם שטערט, צייכן אן אלס געליינט און גיי ווייטער... און אין איינוועגס וועלן געוויסע אידן הנאה האבן.

נאכאמאל זיידע, שכויעך פאר יעדן אשכול, תגובה, וואס דו שטעלסט צו, ס'איז געוואלדיי געוואלדיג!
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

אינטעליגענט האט געשריבן: ווי צב"ש ביי ימים נוראים תפילות, האב איך באקומען עטליכע פרישע בייפאלן וועגן די ריכטיגע טיפקייט פון געוויסע ווערטער.


אונעם ידיעות התורה פורום איז דא א 'פרדס התפילה' אשכול פאר א זאלכע רעיונות.
ביטע טייל מיט זיך מיט אינז
the SCY is the limit
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

scy4851 האט געשריבן:איך האלט מיט זאנוויל

הייליגער שבת
עס איז דא צי באקומען דער משיבת נפש טייטש חומש פון ר' מענדעל טומבער ע"ה
אויף רש"י איז נאר דא ביז די צווייטע העלפט שמות ער האט ליידער נישט אנגעיאגט מער,

עס איז דא די לעצטע פאר יאהר די חומש "באר מים" ארויס געגעבען דורך די מוסדות הק' אין קרית יואל, וואס האט די טייטש פון חומש און רש"י אויף יעדע סדרה, אבער נישט די גאנצע פרשה נאר ביז בערך ווי כתה ו לערנט.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
ראמני 08
שר האלף
תגובות: 1912
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 22, 2008 12:29 pm
לאקאציע: אויפן קאמפיין באס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראמני 08 »

קונטרס דרך הלימוד
קומט ארויס כמעט יעדע וואך
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

יישר כחכם פאר אלע באטייליגטע אינעם אויספרעג. עס איז מיר א גרויסע חיזוק יעדע שטומע סיי אויף יא און סיי אויך נישט, בלויז די פאקט אליינס אז מען דיסקוסירט דעם זיידעניו און זיינע תגובות...

און יעצט איבער די תוכן הענין פון די חו"ר מיט טייטש, די יסוד מוסד פון די אשכולות איז נישט צו באשאפן קיין נייע טייטשן און פשטים, נאר אזוי ווי אונזערע רבי'ס אין חדר האבן אונז אויסגעלערנט און ווי אזוי זיי לערנען מיט אונזערע קינדערליך לאוי"ש, און דאס אליינס ערלויבט פאר שפראך ליבהאבער צו איבעראקערן פארוואס און ווי אזוי דער טייטש איז באשאפן געווארן ביי אונזערע רביים, וואס האבן עס מקבל געווען פון זייערע מדיוק'דיגע רביים פונדערהיים.

אויף יעדע ווארט אין די תורה און אין רש"י איז דא מהלכים און פשטים ווי אזוי יעדער קען טרעפן א וועג, און א מקום למצוא את אשר עם לבבו, און צוליב איזה סיבה האבן אונזערע רבי'ס אויסגעקליבן דעם וועג דאס ארייצוהאקן און די אינגע מוחות פון אונזערע קינדערליך, דאס איז נישט קיין צופאל אדער עם הערצ'ות (און געוויסע פעלער קען זיין אז א טעות קומט פון א אמת'ע פשט).

און יעצט צום ענין דער אשכול אויף טייטש, גייט טאקע אויבן אויף נישט אויסזעהן ווי א באמבע און א חידוש, עס איז דאך בלויז עברי מיט טייטש, אבער פאר די וואס אקערן דורך חו"ר קענען מסתם יא טרעפן ווערטער וואס וועט זיין פאר זיי א חידוש וואס וועט פארלאנגען א דיסקוסיע אין "קרעטשמע" לדעת מה זה ועל מה זה.

בד"וו די וואלן איז נאך אין קראפט גיט אפ אייער שטומע...
שרייב תגובה

צוריק צו “אוצר הספרים”