בלאט 1 פון 2

לכבוד חג הסוכות; די שבעה רועים

געשריבן: זונטאג אקטאבער 12, 2008 1:50 am
דורך זיידעניו
אברהם רְחִימָא

נולד בשנת אלף תתקמ"ח לבריאת העולם, לאביו תרח, ולאמו אמתלאי, בת כרנבו.
בן ג', הכיר את בוראו (והרמב"ם כתב בן מ' שנה הכיר את בוראו).
בן י' הלך ללמוד תורה אצל שם בן נח, ונשאר שם לט' שנה ואח"כ חזר לאביו.
בן כ"ה, נשא את אשתו, שרה אמנו בת הרן אחיו.
בן נ', הושלך ע"י נמרוד לאור כשדים, וניצל ע"פ נס.
בן נ"ח, מת נח, (וסימנך נח נח).
בן ע"ה, אמר לו הקב"ה, לך לך מארצך וגו'.
בן ע"ה, היה לו המלחמה עם הארבע מלכים, והיצל את לוט.
בן פ"ה, נשא את הגר בת פרעה.
בן פ"ו, נולד בנו ישמעאל.
בן צ"ט, נימול ע"פ ציווי השם.
בן ק', נולד בנו יצחק אבינו.
בן ק"ב, עשה משתה ליום הגמל בנו.
בן ק"ה, גירש את הגר ואת ישמעאל.
בן קל"ה, מת אביו תרח.
בן קל"ז, הלך להר המוריה לעקידת יצחק.
בן קל"ז, מתה אשתו שרה אמנו.
בן ק"מ, שלח את אליעזר לקחת את רבקה ליצחק בנו.
בן ק"מ, נשא אשה ושמה קטורה (הגר).
בן ק"ס, נולדו לו נכדיו, יעקב אבינו ועשו.
בן קע"ה, מת, בשיבה טובה.

געשריבן: זונטאג אקטאבער 12, 2008 1:50 am
דורך זיידעניו
די גרויסקייט פון אברהם אבינו
אברהם אבינו האט מחבר געווען די ספר יצירה.
(זוהר)
אברהם אבינו האט מקיים געווען די גאנצע תורה אפילו עירובי תבשילין.
(יומא כח')
די מסכת עבודה זרה פון אברהם אבינו איז געווען פיר הונדערט פרקים.
(עבודה זרה יד)
אכט מאהל האט די שכינה גערעדט מיט אברהם אבינו.
(משנת ר' אליעזר ו')
אברהם אבינו איז געווען די ראש פון אלע צדיקים
(שהש"ר ג' ה')
אברהם אבינו האט זיך כסדר גע'פאניגט זיין גוף
(שהש"ר א' יג')
אברהם אבינו האט איבער געדרייט זיין יצר הרע עס זאל ווערן א יצר טוב.
(ירושלמי ברכות)
אברהם אבינו האט געהאט א שטיין וואס האט געהאנגען אויף זיין האלדז און יעדער קראנקער וואס האט דאס געזעהן איז אויסגעהיילט געווארן.
(בבא בתרא טז')
וועגן אברהם אבינו איז די וועלט באשפען געווארן.
(בראשית רבה יט')
לעתיד לבוא וועט אברהם אבינו זיצן ביים טיר פון גהינום, און ער וועט נישט אריין לאזן אין גהינם דער וואס איז גע'מהל'ט.
(בר"ר מ"ח)
והאלוקים נסה את אברהם:
לכאורה איז שוועהר, דער נסיון פון די עקידה איז דאך א גרעסערע נסיון פאר יצחק ווי פאר אברהם, ווייל יצחק האט זיך געדארפט לאזן שחט'ן?.
נאר די תירוץ איז, במילא יצחק איז דאך אויפגעוואקסען געווארן ביי אברהם, אין שוין קליינערהייט האט מען אריין געלייגט אין עם אהבת השם און מסירות נפש, ממילא איז נישט קיין חידוש אז יצחק האט זיך מוסר נפש געוועהן.
אבער אברהם, וואס איז נתגדל געווארן בבית תרח, און ער האט זיך אליין אויסגעארבעט צו צוקומען צום מדריגה פון מסירות נפש, דאס איז געוועהן די גרעסטע נסיון פאר עם.
כתב סופר

געשריבן: זונטאג אקטאבער 12, 2008 1:51 am
דורך זיידעניו
די יארן פון אברהם אבינו
תרח האט געבוירן אברהם אבינו ווען ער איז אלט געווען זיבעציג יאר.
ספה”ק הישר נ"ח
ווען אברהם איז אלט געווארן דריי יאר האט ער דערקענט ווער ס'האט באשאפן די וועלט.
נדרים לב.
אברהם אבינו איז אלט געווען 50 יאר ווען ער האט דערקענט דעם באשעפער.. 48 יאר ווען ער האט דערקענט אין באשעפער.
פסיקתא רבתי
פון די צען יאר און ווייטער איז ער געווען אין די הויז פון נח מיט זיין זון שם, און ער האט דארט געלערנט תורה 39 יאר, דערנאך איז ער צוריק געגאנגען צו זיין טאטענ'ס הויז.
ספה”ק הישר נ"ח.
אברהם אבינו איז געווען עלטער פון זיין ברודער נחור מיט איין יאר, און נחור איז געווען עלטער פון הרן מיט איין יאר.
סנהדרין ס"ט.
ביים דור הפלגה איז ער אלט געווען 48 יאר.
סדר עולם א'

פון די דור הפלגה ביז אברהם אבינו איז ארויס פון חרן, האט געדויערט 22 יאר, (דאס איז 12 יאר וואס מ'האט געדינט פאר כדלעומר, און 13 יאר וואס מ'האט מורד געווען) און יענע יאר וואס ער איז ארויס פון חרן איז געווען א הונגער יאר, איז ער געגאנגען צו מצרים, און ער האט דארט געוואוינט דריי חדשים, דערנאך איז ער געגאנגען צו אלוני ממרא וואס איז געווען אין חברון.
מדרש הגדול בראשית יד, ד.
אברהם אבינו האט באערדיגט זיין טאטע תרח, צוויי יאר פאר זיין פרוי שרה אמנו איז געשטארבן
סדר עולם א'

זיין געבוירן
אברהם אבינו וואלט ווען געדארפט געבוירן צו ווערן פאר אדם הראשון, נאר דער אויבערשטער האט געזאגט כ'האב מורא אז ער וועט עפעס פארדארבן, און ס'וועט נישט זיין ווער ס'זאל עס פארעכטן, אבער אז איך וועל קודם באשאפן אדם הראשון און וואס ער וועט פארדארבן וועט שוין אברהם אבינו פאררעכטן.
בראשית רבה, ו'.

אזוי ווי אברהם אבינו איז געבוירן געווארן האט אים שוין זיין טאטע תרח איבערגעגעבן פאר נחור און ער האט אים אויסגעלערנט וויאזוי מ'ארבעט און וויאזוי מ'דינט עבודה זרה, אבער ער האט זיך שוין נישט געקענט דערלערנען ווייל ער איז שוין דעמאלס געווען אפגעשיידט פאר עבודת הבורא.

ווען אברהם אבינו איז געבוירן געווארן האט אים שוין נמרד געוואלט הארגענען ווייל ער האט געזען וואס פון אים גייט ארויס קומען, און אברהם אבינו האט זיך באהאלטן אונטער די ערד 13 יאר און ער האט נישט געזען נישט קיין זון און נישט קיין לבנה, נאך די 13 יאר וואס ער איז געווען באהאלטן איז ער ארויסגעקומען און ער האט שוין געקענט רעדן לשון הקודש, און ער האט שוין דעמאלס פארמיאוס'ט די אלע וואס דינען עבודה זרה, האט מען אים אריינגעלייגט אין תפיסה פאר צען יאר, און דערנאך איז געווען די מעשה וואס מ'האט אים אריינגעלייגט אין קאלך אויווען, פון ויי ער איז ניצול געווארן בדרך נס.
פרקי דר"א, כ"ו

די צורה פון אברהם אבינו
אברהם אבינו איז געווען הויך ווי 47 מענטשן, און ער האט אזויפיל געגעסן ווי זיי, און ער האט געהאט אזויפיל כח ווי זיי.
מ' סופרים, כ"א ט'.
דער ריז עוג איז געווען דער זעלבער ווי אליעזר דער קנעכט פון אברהם אבינו, און זיינע פוס זענען געווען אזוי ווי 40 מיל, און מיט דעם אלעם האט אים אברהם אבינו געקענט אריינלייגן אין זיינע הענט, איינמאל האט אברהם געגעבן א געשריי אויף זיין קנעכט אליעזר, און פון גרויס פחד איז ארויסגעפאלן די ציין פון אליעזר, און אברהם האט עס גענומען און געמאכט פון דעם א בעט אדער לויט ווי טייל זאגן האט ער געמאכט א בענקעל, און ער איז אויף דעם געשלאפן.
ילקוט שמעוני, חוקת תשס"ה
די געשטאלט פון אברהם אבינו איז געווען די זעלבע ווי יצחק.
תרגום יונתן בראשית, וכן ברש"י פ' תולדות

געשריבן: זונטאג אקטאבער 12, 2008 1:51 am
דורך זיידעניו
אקעגן עבודה זרה
אברהם אבינו האט אליין דערקענט דעם אויבערשטער, און ס'איז נישט געווען קיין איינער וואס האט אים אויסגעלערנט די אלע זאכן, האט אים דער אויבערשטער געזאגט דו האסט מיך באקאנט געמאכט בין התחתונים – צווישן די מענטשן פון די וועלט, שווער איך א שבועה אז איך וועל דיר געבן סיי די וועלט און סיי יענער וועלט.
במדבר רבה יד, ב.
ווען אברהם אבינו איז אויפגעשטאנען צופרי און האט געזען ווי די זון שיינט, האט ער געטראכט ביי זיך אז דאס איז דער אויבערשטער וואס האט באשאפן די וועלט, שפעטער פארנאכט'ס ווען דער זון איז אוועק און די לבנה איז ארויסגעקומען האט ער ווייטער געטראכט אז ער האט באשאפן די וועלט, און ער האט גאנצע נאכט געדאווענט צו די לבנה, אזוי ווי ס'איז געווארן צופרי האט ער געזען אז די לבנה גייט אוועק און די זון קומט צוריק ארויס האט ער געטראכט, זיכער איז דא איינער וואס ער פירט אלע ביידע, סיי די זון און סיי די לבנה, און ער האט זייער שטארק געוואלט וויסן ווער דאס איז, האט דער אויבערשטער געזאגט אז ער וויל אזוי שטארק וויסן וועל איך אליין זיך אנטפלעקען צו אים, און דעמאלס האט ער שוין געוואוסט ווער ס'האט באשאפן די וועלט.
זוהר ח"א פ"ו.
אברהם אבינו איז געווען דער ערשטער וואס האט גערופן דעם אויבערשטער "אדון".
ברכות ז:.
ווען אברהם אבינו האט געלייקענט אין די אלע עבודה זרה'ס האט מען אים איבעראל פארשעמט, און מ'האט אים געשאלטן מיט די ערגסטע קללות, אבער ער האט גארנישט געענטפערט נאר אויסגעהערט און שטיל געווען.
מדרש הגדול, י"ב ג.
אברהם אבינו איז געווען דער ערשטער פון אלע גרים אויף די גאנצער וועלט.
חגיגה ג.
תרח פלעגט אליין מאכן עבודה זרה'ס, איינמאל ווען תרח איז געגאנגען אין וועג האט ער געשטעלט זיין זון אברהם זאל אנשטאט אים פארקויפן עבודה זרה'ס, זענען געקומען מענטשן קויפן עבודה זרה'ס, האט אברהם גענומען א קליינער האק און קלאפענדיג אויף די האק האט ער זיי געפרעגט צו זיי ווילן די עבודה זרה אבער די אנדערע, ווען מענטשן האבן געזען ווי ער האקט אזוי אויף די געטשקעס זענען זיי אוועקגעגאנגען און גארנישט געקויפט, וואס דאס האט טאקע אברהם געוואלט ווי ווייניגער עבודה זרה'ס צו פארקויפן.
מדרש הגדול בראשית י, ב.

ביי א אנדערע געלעגענהייט וואס נמרוד איז אוועק געפארן און האט געבעטן אברהם אבינו זאל פארקויפן פון די ע"ז, און א מענטש איז געקומען קויפן האט אים אברהם געפרעגט ווי אלט ער איז?, האט ער געענטפערט 50 יאר, האט אים אברהם געזאגט וויי איז פאר אזא מענטש וואס ער אליין איז 50 יאר און ער וויל דינען פאר א געטשקע וואס איז נישט אלט מער ווי א טאג, האט זיך דער מענטש פארשעמט און איז ארויס פון געשעפט, דערנאך קומט אריין א פרוי און זאגט איך האב געברענגט א זעקעל מיט מעל צו געבן צו עסן פאר די געטשקעס, האט אברהם גענומען א גרויסן האק און האט צובראכן אויף שטיקלך אלע געטשקעס וואס זענען דארט געווען, און האט איבערגעלאזט די גרעסטע געטשקע וואס איז געווען אין געשעפט, און אין זיין האנט האט ער אריינגעלייגט די האק מיט וואס ער האט זי אלע צוהאקט, ווען זיין טאטע איז אריין געקומען אין געשעפט און ער האט געזען וואס דא גייט פאר, פרעגט ער זיין זון אברהם וואס איז דא געשעהן?, זאגט אים אברהם אז דא איז אריינגעקומען א פרוי און האט געברענגט אביסל עסן פאר די געטשקעס און ס'האט זיך אנגעפאנגן א געשלעג צווישן די געטשקעס ווייל יעדער האט געוואלט באקומען פון די עסן, איז געגאנגען דער גרעסטער פון די געטשקעס און האט גענומען א האק און יעדן צושלאגן און ער אליין האט גענומען די גאנצע עסן פאר זיך, האט תרח אנגעהויבן צו לאכן זאגענדיג דאס קען נישט זיין ווייל די געטשקעס האבן נישט קיין שכל, האט אים אברהם געזאגט טאטע!! זאלן דיינע אויערן הערן וואס דו אליין האסט איצט געזאגט אז די אלע עבודה זרה'ס וואס דו דינסט צו זיי האבן נישט קיין שכל, האט אים תרח איבערגעגעבן צו נמרוד, און נמרוד האט אים געזאגט ביק דיך צו די פייער, האט אברהם גזאגט אפשר ביק איך מיך צו וואסער וואס קען אויס לעשען די פייער, האט אים נמרוד געזאגט ביק דיך צו וואסער, האט אים אברהם געזאגט אפשר ביק איך מיך צו די וואלקענעס וואס טראגט ארויף די וואסער, האט אים נמרוד געזאגט ביק דיך צו די וואלקענעס, האט אים אברהם געזאגט אפשר ביק איך מיך צו די ווינט וואס צושפרייט די וואלקענעס האט זיך נמרוד שוין אויפגערעגט און געזאגט איך ביק מיך צו פייער און איך וועל דיך אריין ווארפן אין פייער און זאל קומען דער באשעפער צו וועם די דינסט, און זאל דיך ארויס ראטעווען פון דארט.
בראשית רבה, ל"ח ח'.
ווען נמרוד הרשע האט אריינגעווארפן אברהם אין קאלך אויוען, האט דער מלאך גבריאל געזאגט פאר'ן אויבערשטער, רבוש"ע איך וועל גיין און קאלט מאכן די פייער אז ס'זאל נישט שאטן פאר אברהם, האט דער אויבערשטער געענטפערט איך בין "אליין" אויף דער וועלט, און ער איז אויך "אליין" אויף דער וועלט (אין די אמונה), ס'איז שיין אז דער איינציגסטער זאל ראטעווען דעם איינציג'סטן.
פסחים קי"ח.
45 טויזענט מענטשן בני מלכים, און 80 טויזענט גבורים האבן מלחמה געהאלטן מיט אברהם ווען מ'האט אים אריינגעווארפן אין קאלך אויווען.
סנהדרין צ"ה:
ווען משיח וועט קומען וועט דער אויבערשטער זאגן זאל קומען נמרוד און זאל זאגן עדות אז אברהם אבינו האט נישט געדינט עבודה זרה.
עבודה זרה ג.
ווען אברהם אבינו איז ארויסגעקומען פון די קאלך אויווען און יעדער האט געזען די גרויסע נס וואס איז געשעהן, האבן אים אלע קעניגן געגעבן מתנות, און נמרוד אליין האט אים דעמאלטס פארשריבן זיין זון אליעזר פאר א קנעכט פאר אברהם אבינו.
מדרש הגדול, בראשית כ"ד ב.
דער אויבערשטער זאגט איך בין נישט קיינעם אזוי מכיר טובה ווי פאר אברהם יצחק יעקב וואס זיי האבן מיך צו וויסן געטוען אויף די גאנצע וועלט.
מנחות צ"ג.

אברהם אבינו מיט די תורה
אברהם אבינו האט מקיים געווען די גאנצע תורה אפילו עירוב תבשילין וואס איז נאר א דרבנן, ווי ס'שטייט אין פסוק "תורתי" (א לשון רבים) אז ער האט אפגעהיטן סיי תורה שבכתב און סיי תורה שבעל פה.
יומא כח.

אברהם אבינו איז געווען אלע זיינע טעג א יושב בישיבה
שם.
דער אויבערשטער האט אנגעגרייט פאר אברהם אבינו צוויי נירן וואס האבן אים געגעבן פארשטאנד אז ער זאל פארשטיין די תורה, און זי האבן מיט אים געלערנט תורה בייטאג און ביינאכט.
אבות דר' נתן ל"ב א'

"וישב אברהם אל נעריו" און ווי איז יצחק אבינו געגאנגען?, נאר אברהם זיין טאטע האט געזאגט אלע מעלות וואס איך האב, איז נאר געקומען צו מיר וועגן די תורה וואס איך האב געלערנט, ויל איך נישט אז די תורה זאל אוועקגיין פון מיינע קינדער אויף אייביג, דעריבער האט ער גלייך נאך די עקידה געשיקט זיין זון יצחק אין בית המדרש לערנען.
בראשית רבה נ"ו י"א
אפילו הלכות עירובי חצרות האט אברהם אבינו געקענט, און יעדע מצוה קלה שבעל פה האט ער געוואוסט.
בראשית רבה ס"ד ד'
די מסכת עבודה זרה פון אברהם אבינו איז געווען פון פיר הונדערט פרקים.
ע"ז י"ד.
אברהם אבינו האט אזוי שטארק אפגעהיטן אלע הלכות פון טומאה וטהרה אז ער האט זיך אויסגעארבעט אז אזא איינער וואס איז נישט געווען אפגעהיטן ווי ס'דארף צו זיין האט נישט געקענט נאנט גיין צו זיין שטוב, און אזוי האט אברהם געזען אז יענער פירט זיך נישט ווי ס'דארף צו זיין און ער האט אים מתקן געווען.

די נביאות און רוח הקודש פון אברהם אבינו
איינמאל האט אברהם אבינו גערעדט מיט'ן אויבערשטער, זענען צוגעקומען מלאכי השרת און געוואלט רעדן מיט אברהם, האט ער געזאגט איצט קען איך מיט ענק נישט רעדן ווייל איך רעדט מיט'ן אויבערשטער, און אזוי ווי ער האט געענדיגט רעדן מיט'ן אויבערשטער האט ער געזאגט רבון העולמים איך דארף איצט גיין רעדן מיט די מלאכי, האט אים דער אויבערשטער געזאגט גיי בשלום (פון דא זעט מען אז אברהם אבינו איז געווען ביים אויבערשטער ווי א טאטע מיט א זון).
בראשית רבה, מ"ז ו'
פופצן מאל האט דער אויבערשטער גערעדט מיט די אבות, 8 מאל מיט אברהם, צוויי מאל מיט יצחק, און 5 מאל מיט יעקב.
משנת ר' אליעזר ו
דער אויבערשטער האט געוויזן פאר אברהם אבינו די גהים, מתן תורה, קריעת ים סוף, סדר הקרבנות, און די פיר מלכיות וואס גיין זיין איבער זיינע קינדער
מכילתא, יתרו
פיר זאכן האט דער אויבערשטער געוויזן פאר אברהם אבינו 1) תורה 2) קרבנות, 3) גיהנם 4) ד' מלכיות, און דער אויבערשטער האט אים געזאגט אזוי לאנג ווי דיינע קינדער וועלן עוסק זיין אין די צוויי זאכן תורה און קרבנות וועלן זיי נישט אריינפאלן אין די אנדערע צוויי גיהנם און מלכיות, אבער אויב זיי וועלן ח"ו נישט איינהאלטן די צוויי זאכן וועלן זיי באקומען איינס פון די אנדערע צוויי, קענסט דיך אויסוועלן וועלכע פון די צוויי דו ווילסט, און אברהם אבינו האט אויסגעוועהלט ענדערשט די פיר מלכיות.
פסיקתא דר"כ ה' כד

אלע קרבנות האט דער אויבערשטער געוויזן פאר אברהם אויסער די עשירית האיפה, און רשב"י זאגט אז אפילו די עשירית האיפה האט ער אים אויך געוויזן.
ויקרא רבה, ג' ג
דער אויבערשטער האט געוויזן פאר אברהם אבינו וויאזוי די בית המקדש האט אויסגעזען ווען ס'איז געשטאנען, און וויאזוי ס'זעט אויס ווען ס'איז שוין חרוב געווארן, און וויאזוי ס'וועט אויסזען ווען ס'וועט שוין זיין פערטיג במהרה בימינו.
בראשית רבה נ"ו י'.

די צדקות און עהרליכקייט פון אברהם אבינו

אברהם אבינו איז געווען דער ראש פון אלע צדיקים.
שיר השירים רבה ג' ה'
אברהם אבינו פלעגט זיך פארביטערן און מסגף זיין מיט יסורים.
שם א' י"ג
ס'איז נישטא נאך א גרעסערע פרוש ווי אברהם אבינו.
ברכות ט' ה"ה
אברהם אבינו האט געמאכט פון די יצר הרע פאר א יצר טוב.
שם.
אפילו אין זיין אייגענע פרוי האט ער נישט געקוקט ווי ס'שטייט אין פסוק הנה נא ידעתי כי אשה יפת מראה את, ווייל פאר דעם האט ער איר נישט געזען
בבא בתרא ט"ז
אברהם אבינו האט געגעסן חולין בטהרה (ער האט אכטונג געגעבן אז אפילו די חולין זאל זיין ריין, וואס עפ"י הלכה דארף מען דאס נישט טוען).
בבא מציעא פ"ז

א גוטע שטיין איז געווען אנגעהאנגן אויף די האלז פון אברהם אבינו און יעדער חולה וואס האט נאר געקוקט דערויף איז געווארן אויסגעהיילט
בבא בתרא ט"ז

דער אויבערשטער דריקט זיך אויס אז אברהם יצחק יעקב זענען געלאפן פאר אים אזוי ווי פערד.
סנהדרין צ"ו
די קעמלך וואס האבן באלאנגט צו אברהם אבינו זענען נישט אריין אין אזא שטוב וואס האט געהאט עבודה זרה
אבותד ר' נתן ח'
פאר דריי מענטשן האט דער אויבערשטער שוין אויף די וועלט געוויזן דער טעם פון עולם הבא, דאס זענען די דריי אבות.
בבא בתרא י"ז
די וועלט קען נישט שטיין נאר אויב ס'איז דא דרייסיג צדיקים וואס זענען אזוי גרויס ווי אברהם אבינו, ווי ס'שטייט אין פסוק ואברהם היו "יהיה" וואס איז די צאל פון דרייסיג.
ע"ז ב' ה"א

זיין עניוות
א גוטע אויג און רוח נמוכה און א נפש שפילה דאס איז א סימן אז מ'איז פון די תלמידים פון אברהם אבינו וואס ער האט געהאט די מדות.
אבות ה' י"ט

אברהם אבינו האט זיך שטענדיג געזארגט אויף די אלע יארן וואס ער האט געדינט עבודה זרה ביז ער האט איינגעזען אז ס'איז דא א באשעפער, האט אים דער אויבערשטער געזאגט דארפסט נישט זארגן אלע דיינע עבירות זענען שוין אוועק געפלויגן.
בראשית רבה ל"ט ח.
דער אויבערשטער האט געזאגט פאר אברהם אבינו, ווייל דו האלסט דיך קליין און דו האסט געזאגט ואנכי עפר ואפר, וועלן דיינע קינדער באקומען די מצוה פון פרה אדומה וואס ביי דעם שטייט אויך "אפר" פרה.
בראשית רבה מ"ט י"א

זיין הכנסת אורחים
אברהם אבינו האט געפרעגט שם בן נח, אין וועלכע זכות זענט איר ארויס פון די תיבה ואן ניצול געווארן פון אזא שווערן מבול? האט אים שם געענטפערט אין זכות פון צדקה וואס מיר האבן געטוען, האט אים אברהם געפרעגט, ס'איז דאך נישט געווען קיין ארימע לייט דארט מיט וועם מ'זאל קענען טוען צדקה, האט ער געזאגט אז דאס וואס מיר האבן געגעבן צו עסן פאר אזויפיל חיות ובהמות אין די מבול דאס איז געווען א גרויסע צדקה און אין דעם זכות זענען מיר ניצול געווארן, אזוי ווי אברהם האט געהערט וואס דאס מיינט געבן צו עסן פאר אנדערע, האט ער תיףכ געמאכט א פלאץ ווי יעדער איינער זאל באקומען אש"ל א'כילה ש'תייה ל'ינה.
מדרש שוח"ט ל"ז א
ויטע אשל בבאר שבע, דער פסוק קומט זאגן אז אברהם האט אנגעפלאנצט א גארטן פון ווי יעדער זאל קענען עסן פרוכטן און גרינסן, א אנדערע מאן דאמר זאגט אז ער האט געמאכט א גאסט הויז ווי יעדער וואס האט נאר געוואלט האט געקענט אריינקומען און עסן, און ווען מ'האט געענדיגט עסן און זיך געוואלט באדאנקען פאר אברהם אבינו האט ער געזאגט מיר קומט נישט די יישר כח, דו דארפסט דאנקען דער וואס האט דאס אלעס באשאפן, האט יענער אנגעפאנגן צו פרעגן ווער האט באשאפן די וועלט? האט אים אברהם אנגעפאנגן אויס צו לערנען אמונת השי"ת, און אזוי האט ער פארשפרייט די אמונה פון השי"ת אין די גאנצע וועלט.
סוטה י:
אברהם אבינו פלעגט איינפלאנצען א בוים ווי ער איז נאר אנגעקומען, און דורך דעם בוים האט ער געזען ווער ס'גלייבט אין באשעפער, ווייל ווער ס'האט געגלייבט אין באשעפער און ער האט זיך אריינגעזעצט אינטער די בוים האט זיך די בוים אויסגעשפרייט און געמאכט א שיינעם שאטן, אבער אויב האט זיך אהין געזעצט א נישט גלויביגער האט זיך די בוים צוזאם גענומען און אברהם האט דערקענט אז ער גלייבט נישט אין באשעפער האט ער אים נישט אוועק געלאזט פון דארט ביז ער האט געגלייבט אין באשעפער, אויך האט אברהם געהאט דארט א וואסער אונטער די בוים וואס דורך די וואסער האט ער דערקענט ווער ס'דארף זיך רייניגן און ווער נישט.
זוהר ח"א קב:

דער אויבערשטער האט געזאגט פאר אברהם ווייל דו האסט געזאגט יקח נא מעט מים, וועל איך באצאלן פאר דיינע קינדער סיי אין מדבר, און סיי אויף די באוואוינטע ערטער, און לעולם הבא
בראשית רבה מ"ח י.

אברהם אבינו וויל ראטעווען סדום
כרחם אב על בנים איז געזאגט געווארן אויף אברהם אבינו, וואס האט געבעטן רחמים אויף די סדומים.
מדרש שוח"ט ק"ג י"ד

ווען אברהם אבינו האט געבעטן פון אויבערשטער אז ער זאל נישט איבערדרייען די שטאט סדום, האט ער געזאגט פאר'ן אויבערשטער דו האסט דאך צוגעזאגט אז דו ברענגסט מער נישט קיין מבול אויף די וועלט, און טאמער וועסטו זאגן אז נאר א מבול פון וואסער ברענגסטו נישט אבער פון פייער יא, איז דאס ווי א ערמה אויף די שבועה.
ויקרא רבה י' א'.

געשריבן: זונטאג אקטאבער 12, 2008 1:52 am
דורך זיידעניו
אברהם אבינו ביים ברית בין הבתרים
אברהם אבינו האט זייער מורא געהאט, ווייל ער האט שוין געהאט אזויפיל ניסים ווי די נס פון די קאלך אוויווען, די מלחמת מלכים, צו וועט ער נאך באקומען שכר אויף זיינע מעשים וואס ער טוט, ווייל אלע זיינע זכותים נוצען זיך אויס מיט די ניסים וואס דער אויבערשטער מאכט אים, האט זיךד ער אויבערשטער באוויזן צו אים און געזאגט אל תירא אנכי מגן לך – איך וועל דיך באשיצען.
בראשית רבה מ"ד ד.

ביים ברית בין הבתרים האט דער אויבערשטער ארויפגעפירט אברהם העכער די הימל און אים געוויזן אלעס פון אויבן אויף אראפ, צוליב דעם שטייט "הבט" וואס דאס איז א לשון פון קוקען פון אויבן אויף אונטן.
בראשית רבה מ"ח ו.

ווען דער אויבערשטער האט געזאגט הבט נא השמימה, האט אים דער אויבערשטער געוויזן ווי א קעלבעלע גייט אינדערמיט, און פון די זייט'ן גייען די 12 מזלות, און דער אויבערשטער האט אים געזאגט דאס איז א סימן פאר דיר אז דיינע קינדער וועלן האבן אין מדבר פיר דגלים און די ארון וועט גיין אינדערמיט.
מדרש הגדול ב' א.

אברהם אבינו – ברית מילה
אברהם אבינו ווערט נישט אנגערופן "תמים" נאר וועגן די ברית מילה
נדרים ל"א
אלע מצוות וואס אברהם האט געמאכט איז נישט געווען גאנץ נאר נאכדעם וואס ער האט געמאכט די ברית מילה
שם ל"א
ויפול אברהם על פניו (בראשית יז, ג) צוליב דעם איז אברהם אבינו געפאלן אויף זיין פנים, ווייל ער האט נישט געקענט שטיין פאר'ן אייבעשטן פון גרויס פחד, נאר נאכדעם וואס ער האט געהאט די ברית מילה האט ער שוין געקענט שטיין פארן באשעפער.
תרגום יונתן לך י"ז ג'
די אויבערשטער האט געזאגט פאר אברהם אבינו אויב דו וועסט מאכן א ברית וועסטו זוכה זיין צום "סוד ה'", וואס דאס מיינט אז די וועסט האבן זיבצעיג נפשות – וואס סוד איז בגימטריא 70.
בראשית רבה מ"ט ב.

אברהם אבינו האט גערופן שם בן נח און ער האט אים געמאכט די ברית אין יום כיפור.
ילקוט שמעוני וירא פ'

אברהם אבינו האט זיך נישט אליין געמאכט די ברית מילה, נאר מלאך רפאל
מדרש ילמדנו

אברהם אבינו – עקידת יצחק
די אומות העולם פרעגן פארוואס מאכט דער אויבערשטער אזויפיל ניסים פאר אברהם, ער האט אים געראטעוועט פון די קאלך אויווען און פון די מלכים, און פון אלע אנדערע צרות, האט זיי דער אויבערשטער געענטפערט איך וועל ענק ווייזן אז ער וועט אפילו זיין גרייט מקריב צו זיין זיין זון פאר מיר, וואס עטץ וועט דאס קיינמאל נישט טוען, דעריבער האט ער ביי מיר אזויפיל זכותים.
מדרש שוח"ט

ווען דער אויבערשטער האט געהייסן פאר אברהם אז ער זאל ברענגן זיין זון יצחק אויף די עקידה, האט אברהם געטראכט אז ער קען נישט אויסזאגן פאר זיין פרוי שרה ווייל זי איז דאך א פרוי און די פרויען האבן נישט קיין כח צו הערן אזעלכע זאכן, האט ער איר אנגעפאנגן צו פארציילן אז ער איז ביי די דריי יאר געוואויר געווארן פון אויבערשטער, און זיין זון איז שוין אסאך עלטער און ער איז נאכנישט געהעריג נתחנך געווארן צו דעם, צוליב דעם וויל ער אים טראגן אויף א געוויסע פלאץ וואס דארט איז מען זייער גוט מחנך די קינדער, האט זי געענטפערט גיי לשלום, צומארגענ'ס איז ער אויפגעשטאנען גאנץ פרי ווען זיי פרוי איז נאך געשלאפן, כדי זי זאל נישט קענען צוריק ציען, און גענומען יצחק מיט די מעסער און די האלץ און געגאנגען אין וועג אריין, אזוי ווי זיי האבן אנגעהויבן גיין אין וועג איז דער שטן געקומען פארשטעלט אין א צורה פון א אלטער מענטש, און געפרעגט פון אברהם וואו גייסטו? האט ער גענטפערט אז ער גייט דאווענען, האט דער שטן צוריק געפרעגט אויב אזוי וואס דארפסטו די מעסער און די האלץ? האט ער געזאגט ווייל ער וויל בלייבן עטליכע טעג און ער וועט עסן אויפ'ן וועג האט ער דאס מיטגענומען, איז דער שטן געגאנגען צו שרה אמנו און געפרעגט ווי איז דיין מאן? האט זי געענטפערט ביי די ארבעט, האט ער ווייטער געפרעגט און ווי איז דיין זון? האט זי געענטפערט אז זיי זענען געגאנגען דאווענען, האט דער שטן געזאגט דיין זון וועסטו שוין מער קיינמאל נישט צוריק זען, האט שרה אמנו געענטפערט זאל דער אייבעשטע מאכן מיט מיין זון וויאזוי זיין רצון איז, אזוי ווי דער שטן האט געזען אז מ'הערט אים נישט אויס איז ער געגאנגען און ער האט זיך געמאכט פאר א טייך אז מ'זאל נישט קענען דורכגיין, האט אברהם געזאגט אויב די צוויי יונגלך וועלן דא אריינגיין האב איך מורא אז זיי וועלן דערטראנקן ווערן, וועל איך אליין גיין, אזוי ווי ער איז אריין און ד וואסער איז אנגעקומען ביז זיין האלז, האט ער אויפגעהויבן זיינע אויגן צום אויבערשטער און ער האט געזאגט רבונו של עולם אויב מיין זון יצחק וועט דערטראנקען ווערן וויאזוי וועט דיין נאמען געאיינציגט ווערן, האט דער אויבערשטער א געשריי געגעבן אויפ'ן שטון און ער איז זיך אוועקגעגאנגען, איז געקומען צוגיין דער ס"ם און האט געשריגן צו אברהם אבינו, זיידע! זיידע! א קינד וואס איז דיר געגעבן געווארן צו די הונדערט יאר גייסטו איצט שעכטן? האט ער געזאגט יא מיט דעם אלעם וועל איך דאס טוען, האט ער אנגעהויבן צושרייען די ביזט א שופך דם און א רוצח, אבער ער האט געזען אז ס'טוט גארנישט אויף איז ער געגאנגען צו יצחק פרובירן דארט עפעס אויפצוטוען און ער האט גארנישט אויפגעטוען.
בראשית רבה נ"ו
"ויבקע עצי העולה" אין דעם זכות וואס אברהם אבינו האט צוויי מאל געשפאלטן די האלץ, האבן זיינע קינדער זוכה געוען אז די ים זאל זיך פאר זיי שפאלטן.
בראשית רבה נ"ה

"ביום השלישי" דער איבעשטער האט דוקא געמאכט אז ער זאל טרעפן די פלאץ פון די עקידה דעם דריטן טאג, כדי די גוים זאלן נישט זאגן אז ער האט עס געטוען נישט איבערגעקלערט, אבער נאכדעם וואס ער האט געדארפט גיין דריי טאג האט ער געהאט גענוג צייט זיך איבער צוקלערן און מיט דעם אלעם איז ער געגאנגען מאכן די עקידה.
פסיקתא רבתי מ'

די ענן וואס איז מיטגעגאנגען מיט די אידן אין מדבר, האט געהאט אין זיך א רויך וואס דאס איז נאך געווען פון די רויך וואס אברהם אבינו האט געמאכט ביי די עקידה.
זוהר קע"ו

ווען נישט דעם וואס אברהם אבינו האט זיך פארזוימט גוט דורצוקוקען דעם מעסער זאל זיין כשר, וואלט ווען יצחק געווארן גע'שחטן.
מדרש תנחומא צ"ו

ווען די מלאכים האבן געזען ווי אברהם וויל שעכטן יצחק, האבן זיי אנגעהויבן צו וויינען, און פון די טרערן איז די מעסער פסול געווארן, האט אברהם געוואלט דערווערגן זיין זון יצחק האט אים דער אויבערשטער געשריגן "אל תשלח ידך אל הנער", אפילו זיינע הענט זאל ער נישט צורירן צו זיין זון יצחק.
בראשית רבה נ"ו

צען זאכן זענען באשאפן געווארן בין השמשות... די ווידער וואס האברהם האט מקריב געווען אנשטאט יצחק.
אבות ה'

ווען אברהם האט צוגעבינדן זיין זון יצחק, האט דער אויבערשטער מתקן געווען די צוויי כבשים פון תמיד של שחר און תמיד של בין הערבים, וואס מ'וועט מקריב זיין אין בית המקדש.
ויקרא רבה ב'

דער אויבערשטער האט געזאגט פאר אברהם אסאך צרות האבן געדארפט קומען אנך אויף דיר, אבער אזוי ווי די האסט געוואלט מקריב זין דיין זון פאר מיר וועל איך דיר נישט געבן די צרות, נאר איוב וועט דאס שפעטער באקומען, אזוי ווי ס'איז טאקע געווען אז איוב האט געהאט אסאך צרות.
במדבר רבה י"ז.

געשריבן: זונטאג אקטאבער 12, 2008 1:52 am
דורך זיידעניו
די עלטערע יארן פוןא ברהם אבינו
ביז די צייטן פון אברהם אבינו איז נישט געווען קיין עלטערע מענטשן, יעדער איינער האט אויסגעזען אייניג יונג, און מענטשן וואס האבן געוואלט רעדן מיט אברהם אבינו פלעגן זיך טועה זיין אוןן רעדן מיט יצחק וועלכער איז געווען 100 יאר יונגער פון זיין טאטע, האט אברהם אבינו מתפלל געווען צום איבערשטן און ס'איז געווארן אזא זאך ווי עלטערקייט.
בבא מציעא פ"ז

ווען אברהם אבינו האט געבעטן עלטערקייט האט ער געזאגט, רבון העולמים! א טאטע מיט א זון גייען צוזאמען אריין אין א פלאץ און מ'ווייסט נישט וועם צו מכבד זין, האט אים דער אויבערשטער געזאגט יא די בעט'ס א גוטע זאך און דו וועסט זיין דער ערשטער אלטע מענטש, און אברהם אבינו איז געווען די ערשטער ביי וועם ס'שטייט "זקן".
בראשית רבה ס"ה.

ווען שרה אמנו איז געשטארבן איז אברהם אבינו פארעלטערט געווארן.
מדרש תנחומא, חיי
דער איבעשטער האט געבענטש אברהם אבינו אין זיינע עלטערע יארן מער ווי אין די יונגע יארן.
תוספתא סוף מסכת קידושין

די פטירה פון אברהם אבינו

פינף יאר פריער איז אברהם אבינו אוועק פון די וועלט, ווייל דער אויבערשטער האט אים געזאגט איך האב דיר צוגעזאגט א "שיבה טובה" – א גוטע עלטער, און אז דו וועסט זען ווי דיין אייניקעל עשו טוט אזעלכע גרויסע עבירות איז דאס נישט קיין גוטע עלטער, דעריבער איז ער נפטר געווארן מיט 5 יאר פריער.
בראשית רבה ס"ג

זעקס מענטשן האט נישט שולט געווען דער מלאך המות ביי זיי ואלו הן: אברהם, יצחק, יעקב, משה, אהרן, מרים.
בבא בתרא י"ז

יענעם טאג וואס אברהם אבינו איז נפטר געווארן, האבן זיך אלע גרויסע מענטשן פון די אומות העולם אויפגעשטעלט און געזאגט, ווי איז צו די שיף וואס האט פארלוירן איר פירער.
בבא בתרא צ"א

א שיינע שטיין איז געווען אנגעהאנגן אין די האלז פון אברהם אבינו, און יעדער קראנקער וואס האט דאס געזען איז געווארן אויסגעהיילט, ווען אברהם אבינו איז נפטר געווארן האט עס דער אויבערשטער אריינגעלייגט אין די זון.
שם ט"ז

ביי זיבן מענטשן איז נישט שולט קיין ווערים אינטער די ערד, ואלו הן: אברהם, יצחק, יעקב, משה, אהרן, מרים, בנימין בן יעקב.
שם ט"ז
וויאזוי איז אברהם געוואור געווארן פון די מערת המכפילה?, ווען אברהם האט באקומען די דריי מלאכים פאר געסט, און ער האט זיי געוואלט מכבד זיין מיט פלייש פון א קאלב, איז אברהם געגאנגען נעמען א עגל פון שטאל, אוןד ער עגל איז אוועקגעלאפן און אברהם האט אנגעהויבן נאך צו לויפן, ווי ס'שטייט אין פסוק ואל הבקר "רץ" אברהם, און דער עגל איז געלאפן אזוי ווייט ביז ס'האט אריינגעשלעפט אברהם אין די מערת המכפלה, און ווען אברהם האט דאס דערזען האט ער געבעטן דעם אויבערשטער אז דא זאל זיין זיין מקום מנוחה.
זוהר קכ"א

ווען אברהם איז צום ערשטן מאל אריין אין די מערת המכפלה, האט ער דארט געזען א שיין און צוויי קברים, שטייענדיג דארט האט זיך אדם הראשון אויפגעשטעלט פון זיין קבר און זיך זייער געפרייט צו אים, האט שוין אברהם פארשטאנען אז דא גייט ער ליגן נאך זיין פטירה, האט ער געפרעגט אדם הראשון צו ס'איז נאך דא פלאץ אין דעם הייל? האט ער אים געענטפערט דער אויבערשטער האט מיך דא באהאלטן און זייט איך ליג דא בין איך געווען באהאלטן ווי א גראז אין די ערד, און נאכדעם וואס די ביזט געבוירן האב איך געהאט א קיום נאר אין דיין זכות.
שם
ווען אברהם אבינו איז אריין אין די הייל, האט ער געשמעקט א גראך פון גן עדן און ער האט געהערט ווי די מלאכים זאגן, אברהם אבינו איז אנגעגרייט דארט צו ווערן באערדיגט, און ער האט געזען ווי א ליכט ברענט דארט, האט ער זייער געוואלט באערדיגט ווערן דארט, און ער איז טאקע באערדיגט געווארן אין חודש תשרי.
ראש השנה י'

געשריבן: זונטאג אקטאבער 12, 2008 1:53 am
דורך זיידעניו
לך לך מארצך וגו'
אמאל האט זיך רבי הילל קאלאמייער זצ"ל מתנצל געוועהן פארן דברי חיים זי"ע אז אזוי ווי ער איז כסדר טרוד ארומצופארן אין די שטעט און האלטן דרשות, כדי צו מוסר'ן, דעם עולם און זיי מחזיר זיין למוטב, קומט אים דעריבער נישט אויס קיין סאך צייט צו לערנען תורה, ותורה מה תהא עליה? האט אים דער דברי חיים בארואיגט און ער האט זיך אנגערופען צו אים בזה"ל: "אויך ביי אברהם אבינו ע"ה געפינען מיר אז השי"ת האט אים געהייסן ארומוואנדערן פון ארט צו ארט כדי מפרסם צו זיין אלקותו ויחודו יתברך שמו, ווי די תוה"ק זאגט: "לך לך מארצך, ממולדתך ומבית אביך", און אויך אברהם אבינו ע"ה האט גע'טענה'ט אז עס קומט אים נישט אויס קיין סאך צייט פאר זיך, ווייל ער מוז א סאך צייט פארברענגען מיט אויפקלערן פאר'ן המון עם גדלות הבורא ואחדותו ית"ש וואס איז פאר אים א גרויסע טירחה. און השי"ת האט אים מבטיח געווען: "אל הארץ אשר אראך" איך בין דיר מבטיח אז דו וועסט נישט דארפן איבעראל דרש'ענען און אויפקלערן פאר'ן המון עם, "אל הארץ אשר אראך" עס וועט זיין גענוג דאס וואס איך וועל "דיך" ווייזן און מענטשן וועלן זען דיין פנים, "אשר אראך", דאס אליין, ראיית פני צדיק, וועט שוין מעורר זיין זייערע הערצער לתשובה און דאס אליין וועט שוין באווייזן איינצופלאנצן אין זיי אמונה אין דעם אדון העולם".
(קודש הילולים)

לך לך מארצך וגו'
דער צדיק ר' לייב שרה'ס זי"ע פלעגט, ווי באוואוסט, ארומפארן איבער שטעט און דערפער מחזק צו זיין די אידן אין די פארווארפאנע ווייטע ישובים און זיי מעורר זיין צו שמירת התורה ומצוות. אין איינע פון זיינע נסיעות גייענדינ פון איין פלאץ צום אנדערן, האט ער זיך געטראפען מיט זיין אלטן ידיד הרה"ק ר' פנחם'ל קאריצער זי"ע און ר' פנחם קאריצער האט אים פארגעווארפען פארוואס ער פארט ארום פון שטאט צו שטאט קען מען דען דינען דעם אויבערשטן אונטערוועגענס פונקט ווי אין דער היים?

רבי פנחם האט אים אויך געזאגט דערביי א רמז פארוואס אין קאפטיל פון "אשרי יושבי ביתך" זענען די פסוקים לויט'ן א' ב' יעדער פסוק הייבט זיך אן מיט אן אנדערן אות פון די א' ב' (אויסער די נ') און אין קאפיטל "אשרי תמימי דרך" זענען די א' ב' געדאפעלט אכט מאל, יעדע אכט פסוקים זענען פון זעלבן אות פון די א' ב'?


דער תירוץ איז, האט הרה"ק ר' פנחם'ל קאריצער בדרך צחות געזאגט, אויב מ'זיצט אינדערהיים מ'איז פון די אשרי יושבי ביתך, איז גענוג איינמאל די א' ב', מ'קען דינען דעם אויבערשטן אויף איין אופן, מה שאין כן, אויב מ'וואנדערט ארום אויפ'ן וועג, מ'איז פון די "אשרי תמימי דרך" און מען טרעפט זיך מיט פארשידענע סארטן מענמשן איז נישט גענוג איינמאל א' ב', ווייל אויפ'ן וועג דארף מען דינען השי"ת אויף פארשידענע אופנים און די עבודה איז פיל שווערער.

רבי פנחס'ל האט ווידער גע'טענה'ט מיט ר' לייב שרה'ס פארוואס דארפט איר גיין צו די אידן און לערנען מיט זיי, פארוואס טוט איר נישט ווי משה רבינו האט געטוהן? ביי משה רבינו שטייט "והיה כל מבקש ד' יצא אל אהל מועד אשר מחוץ למחנה" ווער עס האט געזוכט צו וויסן דעם דרך ד' האט געדארפט גיין צו משה רבינו און נישט משה רבינו איז געגאנגען צו זיי?

און בכלל, דער דרך אז דער צדיק זאל פארן פון שטאט צו שטאט צו זיינע מענטשן איז נישט מוסיף קיין כבוד פאר דער תורה, האט הרה"ק ר' פנחם'ל קאריצער זי"ע געענדיגט.

האט אים הרה"ק ר' לייב שרה'ס געענטפערט: יעדער צדיק האט זיך זיין דרך. עס זענען טאקע דא צדיקים וועלכע זיצן אין שטוב, און אזוי דינען זיי דעם באשעפער. עס איז אויך פאראן א דרך פון צדיקים צו דינען השי"ת דוקא אויפ'ן וועג.

מיר געפונן אז השי"ת האט געזאגט פאר אברהם אבינו "לך לך מארצך וממולדתך ומבית אביך אל הארץ אשר אראך" און השי"ת האט אים נישט אויסגעזאגט ווי אהין ער זאל גיין ווייל דער פליכט פון אברהם אבינו איז געווען צו וואנדערען פון איין מקום צום אנדערן אן קיין ציל ווי אנצוקומען כדי צו פארשפרייטען איבעראל אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט.

און איך, האט אויסגערופען הרה"ק ר' לייב שרה'ס גיי אין דרך פון אברהם אבינו!

יצחק אבינו

געשריבן: זונטאג אקטאבער 12, 2008 1:55 am
דורך זיידעניו
יצחק עֲקֵידָתא

נולד בשנת ב' אלפים מ"ח לבריאת העולם, לאביו אברהם אבינו ולאמו שרה.
בן ח' ימים, נימול (הוא היה הראשון שנימול לח' ימים).
בן ל"ז, הלך לפשוט צוארו על גבי המזבח.
בן ל"ז, מתה אמו שרה אמינו.
בן ל"ח, הלך ללמוד בביהמ"ד של שם ועבר.
בן מ', נשא את אשתו, רבקה בת בתואל.
בן ס', נולדו לו בניו, יעקב ועשו.
בן ע"ה, מת אביו אברהם אבינו.
בן ק"י, מת רבו שם בן נח.
בן קכ"ג, כהו עיניו.
בן קכ"ג, נתן הברכות ליעקב בנו.
בן קכ"ג, שלח את יעקב בנו, ללמוד בביהמ"ד של שם ועבר.
בן קל"ז, הלך יעקב בנו לחרן.
בן קל"ט, מת רבו עבר.
בן קמ"ד, נשא יעקב בנו את לאה ורחל, ונולדו לו הנכדים השבטים.
בן קנ"ט, מתה אשתו, רבקה אמינו.
בן ק"פ, מת.

געשריבן: זונטאג אקטאבער 12, 2008 1:55 am
דורך זיידעניו
"זיין געבוירן און זיינע יוגנע יארן
יצחק אבינו איז געבוירן געווארן אין יום טוב פסח.
ראש השנה י:

פונקט ביי חצות היום, דעמאלס ווען די אידן זענען שפעטער ארויס פון מצרים איז יצחק אבינו געבוירן געווארן.
בראשית רבה נ"ג
פאר פיר מענטשן האט מען געגעבן א נאמען נאך פאר זיי זענען געבוירן געווארן ואלו הן: יצחק אבינו, ישמעאל, יאשיהו, און שלמה.
ברכות א' ה"ו
פארוואס איז געטוישט געווארן די נאמען פון אברהם און יעקב אבינו אבער די נאמען פון יצחק אבינו האט מען נישט געטוישט? נאר ווייל זייער נאמען איז געגעבן געווארן דורך זייער עלטערן, אבער די נאמען פון יצחק איז געגעבן געווארן דורך דעם אויבערשטער אליין דעריבער איז עס נישט געטוישט געווארן.
שם

יצחק האט נישט געקענט געבוירן ווערן נאר נאכדעם וואס זיין טאטע האט צובאקומען א ה"א צו זיין נאמען, אויך האט שרה אמנו צובאקומען א ה"א צו איר נאמען, און דעריבער האט ער טאקע געהייסן יצחק, מיט א י' פון אנפאנג ווייל צוויי מאל ה' איז י' צוזאמען.
זוהר צ"ו

אזוי ווי אברהם אבינו איז נפטר געווארן, האט זיך דער אויבערשטער אנטפלעקט צו יצחק אבינו און אים געבענטש.
בראשית רבה ס"א
יצחק אבינו איז געווען אזוי שיין ווי יוסף הצדיק, און א גבור בכח.
מדרש תנחומא, תולדות

"כי ציד בפיו" ווייל יצחק אבינו איז געווען א בן זקונים, און איז געבוירן געווארן צו די עלטער פון זיין טאטע'ן, דעריבער איז ער געווען א מפונק און ער האט געוואלט מיני מעדנים צו עסן.
מדרש שכ"ט, בראשית

פון דעם טאג וואס יצחק אבינו איז געבוירן געווארן, האט מען מער נישט גערופען ישמעאל, נאר בן הגר – די זון פון הגר.
זהר קי"ח

די צדקות פון יצחק אבינו
אלע דריי אבות אברהם, יצחק און יעקב אבינו זענען געווען אייניג גרויס.
בראשית רבה א'
יצחק אבינו פלעגט אפשיידען מעשר שני.
ילקוט שמעוני משלי תתקל"ח.

יצחק אבינו האט מתקן געווען תפלת מנחה.
ברכות כ"ו:

"ויצא יצחק לשוח בשדה" די פעלד איז געווען נאנט צו די הייל וואס אברהם אבינו זיין טאטע האט אפגעקויפט, און ווען יצחק אבינו איז דארט אריין האט ער געשמעקט א גראך פון גן עדן, און ער האט געזען ווי די שכינה רוהט דארט, האט ער דארט געדאווענט תפלת מנחה, און דערנאך עס באשטימט פאר איינער פון די דריי תפלות וואס מ'דאווענט יעדן טאג.
זוהר ח"ב ל"ט

"עקידת יצחק"
יצחק אבינו איז געבוירן געווארן אין חודש ניסן, און אין חודש ניסן איז ער נעקד געווארן
שמות רבה ט"ו.
כאטשיג יצחק אבינו איז נישט געשחטון געווארן ביי די עקידה, זאגט דער אויבערשטער איך רעכן אויף אים ווי גלייך ער וואלט עס ווען טאקע געטוען.
בראשית רבה נ"ה

ווען יצחק אבינו איז געגאנגען צו די עקידה, איז דער ס"ם געקומען צו גיין צו אים און געזאגט, מ'גייט דיך איצט שחט'ן און די לאזט דיך? האט ער געזאגט יא, האט דער שטן ווייטער געזאגט, אויב אזוי די אלע צירונגן וואס דיין מאמע האט דיר געמאכט וועט איצט אריבער גיין צו ישמעאל, און יצחק אבינו האט זיך נישט וויסענדיג געמאכט פון די שטן'ס רייד, אבער אביסל איז עס יא אריין אין אים, און דעריבער האט ער געזאגט "אביו אבי" צוויי מאל ווייל ער האט געוואלט אז זיין טאטע אברהם אבינו זאל רחמנות האבן אויף אים.
בראשית רבה נ"ו
ווען יצחק איז געגאנגען מיט זיין טאטע צו די עקידה, איז דער שטן געקומען צו גיין צו די רעכטע זייט פון יצחק און געזאגט, דיין מאמע האט געפאסט אזויפיל תעניתים אז זי זאל דיך געבוירן, און מיט אזויפיל תפלות איינגעריסן, און איצט איז דיין אלטער טאטע בייגעפאלן צוטוען אזא נארישקייט, און די גייסט נאך מיט אים, האט זיך יצחק אויסגעדרייט צו אברהם אבינו און געזאגט, טאטע וואס ענטפער איך אים? האט אברהם אבינו געגעבן א געשריי צום שטן "אלקים יראה לו השה לעולה בני" און ער איז זיך אוועקגעגאנגען.
פסיקתא מ'.
"ויבן שם אברהם את המזבח" און ווי איז יצחק געועון בשעת מ'האט געבויעט די מזבח? נאר אברהם אבינו האט אים באהאלטן ווייל ער האט מורא געהאט אז דער שטן וועט ווארפן אויף אים א שטיין כדי אים פסול צומאכן פון א קרבן.
בראשית רבה נ"ו

די אויגן פון אברהם אבינו האבן געקוקט אויף יצחק, און יצחק האט געקענט קוקען אויף די מלאכי השרת, אבער אברהם האט נישט געזען די מלאכים.
תרגום יונתן בראשית כ"ב.
אזוי ווי אברהם אבינו האט אויסגעשטרעקט זיין שווערד אויף יצחק'ס האלז, איז די נשמה פון יצחק אבינו ארויסגעפלויגן, אזוי ווי דער אויבערשטער האט געזאגט "אל תשלח ידך אל הנער" איז ער צוריק לעבעדיג געווארן, און יצחק האט זיך אויפגעשטעלט אויף זיין פוס, און געזאגט די ברכה פון מחיה המתים.
פרקי דר' אליעזר ל"א

געשריבן: זונטאג אקטאבער 12, 2008 1:55 am
דורך זיידעניו
מיט זיין זון עשו"
אברהם אבינו מיט יצחק אבינו וועט זייער פנים זיין פארזויערט לעתיד לבוא, אברהם אבינו וועגן זיין זון ישמעאל, און יצחק וועט זיין טרויעריג וועגן ער האט געהאט אזא זון ווי עשו.
במדבר רבה ב'
פארוואס האט אברהם נישט געבענטש זיין זון יצחק? וועגן ער האט געזען אז ער וועט האבאן אזא שון ווי עשו.
פסיקתא דר"כ

יצחק אבינו וועט נישט פרובירן צו ראטעווען זיין זון עשו פון גיהנם
סנהדרין ק"ד.
לעתיד לבוא וועט דער אויבערשטער מאכן א סעודה פאר אלע צדיקים, און ער וועט מכבד זיין יצחק אבינו מיט בענטשען, וועט ער זאגן ער קען נישט בענטשען ווייל ער האט ארויסגעגעבן אזא קינד ווי עשו.
פסחים קי"ט.

"די פארטונקעלטע אויגן"
אבימלך האט געשאלטן שרה "הנה הוא לך כסות ענים, און ס'איז מקוים געווארן ביי אירע קינדער, אז יצחק האט געהאט פארטונקעלטע אויגן.
מגילה ט"ו.

ווען אברהם אבינו האט צוגעבינדן זיין זון יצחק אויף די עקידה, האבן די מלאכים זייער געוויינט, און פון די טרערן איז אריינגערינען אין יצחק'ס אויגן, און ווען ער איז אלט געווארן זענען זיינע אויגן פארטונקעלט געווארן פון דעם.
בראשית רבה, ס"ה
וועגן ער האט גערעכט געגעבן פאר עשו זענען זיינע אויגן פארטונקעלט געווארן, ווי ס'שטייט אין פסוק (שמות כ"ג ח) כי השוחד יעור פקחים.
שם

ווען אברהם אבינו האט צוגעבינדן זיין זון יצחק אויף די עקידה, האט יצחק אויפגעהויבן זיינע אויגן, און ער האט געזען די שכינה, האט דער אויבערשטער געזאגט איצט קומט זיך אים מיתה, ווייל א לעבעדיגע מענטש קען נישט זען דעם אויבערשטער, אבער איך וויל אים נישט הרגענען וועגן זיין טאטע אברהם אבינו, דעריבער וועל איך אים פארטונקלן די אויגן, וואס ביי דעם שטייט אז דאס איז אזוי ווי מיתה.
שם
עשו פלעגט זינדיגן, און ער האט מקטירג עווען עבודה זרה פאר די עבודה זרה, איז די רויך אריין אין יצחק'ס אויגן, און פון דעם איז ער בלינד געווארן.
פסיקתא רבה, י"ב
דער אויבערשטער האט געזאגט, אויב יצחק אבינו וועט ארויסגיין אויף די גאס וועלן מענטשן זאגן דער איז די טאטע פון דעם רשע עשו, וועל איך אים בעסער פארטונקלן די אויגן און אזוי וועט ער זיין איינגעשפארט אין שטוב, און נישט ארויסגיין אויף די גאס.
בראשיתר בה ס"ה
פארוואס איז פארטונקעלט געווארן זיינע אויגן? נאר אז יעקב אבינו זאל שפעטער קענען קומען און נעמען די ברכות.
שם

"די ברכה פאר זיינע קינדער"
"ויקרא אל עשו בנו הגדול" די מעשה פון די ברכות איז געווען ערב פסח.
תרגום יונתן, בראשית כ"ז
ווען יצחק אבינו האט געזאגט פאר עשו "ואברככה" – איך וועל דיך בענטשען, איז אויפגעשאקעלט געווארן די כסא הכבוד פונעם אויבערשטער.
זוהר קמ"ג.
יעקב אבינו האט געברענגט פאר זיין טאטע'ן וויין צו טרינקען, פון ווי האט ער געהאט וויין? דער מלאך מיכאל האט אים געברענגט פון גן עדן.
מדרש תנחומא תולדות ט"ז

געשריבן: זונטאג אקטאבער 12, 2008 1:56 am
דורך זיידעניו
"זיין פטירה"
יצחק אבינו האט געבעטן פון אויבערשטער אז ווען א מענטש שטארבט און ער האט נישט געהאט קיין יסורים, איז מען אים אבער דן מיט מדת הדין, האט יצחק אבינו געבעטן אז ער וויל יא האבן יסורים פאר'ן שטארבן, און אזוי ארום וועט ער פטור זיין שפעטער פון די מדת הדין, האט אים דער אויבערשטער גענטפערט, יא ריכטיג! דו האסט גוט געזאגט און פון דיר וועל איך טאקע אנהייבן, און צוליב דעם טאקע איז זיינע אויגן פארטונקעלט געווארן פאר ער איז נפטר געווארן.
בראשית רבה, ס"ה

ווען יוסף הצדיק איז געשטאנען פאר פרעה, און ער איז אלט געווען דרייסיג יאר, דעמאלס איז נפטר געווארן יצחק אבינו
סדר עולם ב'

ביי זעקס מענטשן האט נישט שולט געווען קיין ווערים נאך זייער שטארבן, און איינער פון די איז יצחק אבינו.
שם

"זיין זכות אויף שפעטער"
דער איייבעשטער האט געהייסן מ'זאל בלאזען אין ראש השנה מיט א שופר פון א איל, כדי ער זאל זיך דערמאנען די עקידת יצחק, און אין די זכות פארשרייבן א גוט יאר פאר זיינע קינדער.
ראש השנה ט"ז
דער אויבערשטער האט דוקא געהייסן ואיפבויען די בית המקדש אין די חודש וואס יצק אבינו איז געבוירן געווארן.
שמות רבה נ"ב
לעתיד לבוא ווען דער אויבערשטער וועט גיין צו די אבות און זיי זאגן אז די אידישע קינדער האבן געזינדיגט, וועט זיך יצצחק אבינו אננעמען און מאכן א חשבון מיט'ן אויבערשטער וויאזוי ער זאל זיי מוחל זין.
שבת פ"ט:

געשריבן: זונטאג אקטאבער 12, 2008 1:56 am
דורך זיידעניו
די גרויסקייט פון יצחק אבינו
ווען יצחק אבינו איז געבוירן געווארן זענען אלע קראנקע געזונט געווארן, די טויבע זענען געווארן הערענדיג, די בלינדע זעענדיג.
(מדרש תנחומא וירא)
די געשטאלט פון יצחק אבינו איז געווען אזוי ווי דאס געשטאלט פון אברהם אבינו.
(בבא מציעא)
די שכינה האט גערוהט אין די משכן אין די זכות פון יצחק
(סוכת שלם)
די זכות פון יצחק האט געהאלפן אז די אידן זאלן קענען גיין ארץ ישראל.
(סוכת שלם)
וועגן יצחק אבינו האט געגראבן פיר ברינען פון וואסער האבן די יודן זוכה געווען צו פיר דגלים.
(ילקוט חדש)
יצחק אבינו איז צוגעגליכנט צו די זון.
(ילקוט חדש)
בזכות יצחק אבינו האבן די אידן מקבל געווען די תורה פון השי"ת אליין.
(ילקוט חדש)
לעתיד לבא וועט השי"ת זאגן פאר יצחק אבינו דיינע קינדער האבן געזינדיגט, וועט יצחק זאגן "רבונו של עולם" נאר מיינע קינדער זענען זיי, און זיי זענען דען נישט דיינע קינדער.
(שבת פט')
מה' יצא הדבר:
ווען אליעזר עבד אברהם האט דערציילט פאר לבן ובתואל די גרויסע סייעתא דשמיא וואס ער האט געהאט מיט טרעפן דעם רבקה, און ער האט דערציילט דאס גרויסקייט און איידלקייט וואס רבקה האט, האבן זיי געענטפערט צו אליעזר מה' יצא הדבר.
די מדרש זאגט אויף דעם פסוק, מהיכן יצא, פון ווי איז עס ארויס געקומען, זאגט די מדרש, מהר המוריה. דארף צו פארשטיין וואס איז דא די מדרש מרמז.
נאר ווען אליעזר האט דערציילט דאס צדקות און גמילות חסדים וואס ער האט געזעהן אין רבקה, האבן זיי זיך געווינדערט, ווי קומט דאס אז ביי אזעלעכע רשעים ווי אונז, זאל נתגדל ווערן אזא צדיקות, ביז זיי האבן זיך מיישב געוועהן, אז ביים עקידה ווען יצחק האט זיך מוסר נפש געוועהן, האט ער משפיע געוועהן א גרויסע קדושה אויף די גאנצע וועלט, און פון די קדושה איז רבקה געבוירן געווארן.
דאס זאגט די מדרש, לבן ובתואל האבן זיך געווינדערט מהיכן יצא, פון ווי קומט אזא צדיקת אין א שטוב פון רשעים, האבן זיי שפעטער געזאגט, מהר המוריה.
מהר"ש מבעלז

געשריבן: זונטאג אקטאבער 12, 2008 1:56 am
דורך זיידעניו
ויצא יצחק לשוח בשדה לפנות ערב וירא והנה גמלים באים
הגאון מוה"ר שמואל ראזנבערג ז"ל אבד"ק אונסדורף האט אמאל פארציילט, איך בין אמאל געפארען צוזאמען מימ הגה"ק כ"ק אדמו"ר מוהר"ש מבאבוב זצוק"ל. האב איך אים געפרעגט וואס איז די טעם אז די חסידים פארשפעטיגען זמן תפילת מנחה נאנט צו נאכט. האט ער געענטפערט אז ס'איז באוויסט אז אין די זמן פין מנחה פארנאכטס איז דא דינים אויף די וועלט אין יעדער רגע ווערט עס שטערקער וועגען דעם דאווענט מען נאנט צו נאכט כדי ממתיק צו זיין די דינים,

מיט דעם תירוץ האב איך געקלערט קען מען מכוון זיין אין דעם פסוק ווייל די גמרא זאגט (ברכות נו) הרואה גמל בחלום מיתה נקנסה עליו (דער וואס זעהט א קעמעל אין זיין חלום איז א סימן אז עס איז גע'פסק'נט געווארן אויף אים אז ער גייט שטארבן) קומט אויס אז גמל איז מרמז אויף דינים, איז דאס פשט ויצא יצחק לשוח בשדה לפנות ערב דעמאלטס האט ער מתקן געווען תפלת מנחה, פארוואס פארנאכט זאגט דער פסוק ווייל וירא והנה גמלים באים וואס דאס איז מרמז אויף דינים האט ער דעמאלטס געדאווענט מנחה כדי ממתיק צו זיין די דינים.
(הובא בספר תולדות שמואל)
ויהיו ימי יצחק מאת שנה ושמנים שנה
יצחק אבינו האט געלעבט הונדערט און אכציג יאר. דער טעם דערפון איז ווייל יצחק אבינו ע"ה איז געווען דער ערשטער אין די וועלט וואס איז גע'מל'מ געווארן צו אכט טאג, וואס דאס איז די מצוה בשלימות. דאס ווארט מיל"ה מיט דעם מילוי באטרעפט הונדערט אכציג, ווייל מ"ם באטרעפט 80, יו"ד באטרעפט 20, למ"ד באטרעפט 74, ה"א באמרעפט 6, צוזאמען איז עס 180.
(הרה"ק ר' מאיר'ל מפרימישלאן זצ"ל, הובא בדברי מאיר החדש)

* יעקב אבינו

געשריבן: זונטאג אקטאבער 12, 2008 2:00 am
דורך זיידעניו
יעקב שְׁלֵימָא

נולד בשנת ב' אלפים ק"ח לבריאת העולם, לאביו יצחק אבינו ולאמו רבקה.
בן ט"ו, מת זקנו אברהם אבינו.
בן י"ח, הלך ללמוד בביה"ד של שם ועבר.
בן ס"ג, נתברך מאביו יצחק.
בן ע"ג, הלך לחרן לדודו לבן הארמי.
בן ע"ט, מת עבר רבו.
בן פ"ד, נשא את נשיו, לאה ורחל.
בן פ"ה, נולד ראובן בכורו, ואח"כ המשך השבטים.
בן צ"א, נולד יוסף.
בן צ"ז, חזר לארץ כנען.
בן צ"ט, לקח שכם בן חמור את דינה בתו.
בן ק', נולד בנימין.
בן ק', מתה אשתו רחל אמינו.
בן ק"ה, מתה אשתו, לאה אמינו.
בן ק"ח, נמכר יוסף בנו לעבד.
בן ק"כ, מת אביו יצחק אבינו.
בן ק"ל, ירד למצרים בשבעים נפש.
בן קמ"ז, ביום א' דסוכות, נפטר, וימי הבכייה והחנטה נגמרו בכ"ה כסליו, ואז טמן במערת המכפלה.

געשריבן: זונטאג אקטאבער 12, 2008 2:00 am
דורך זיידעניו
"זיין געבוירן וכו'"
ויתרוצצו הבנים בקרבה, און זיי האבן זיך געשלאגן ווער ס'זאל פריער ארויסגיין פון די מאמע, ביז עשו האט זיך אנגערופן אויב דו לאזט מיך נישט ארויס וועל איך הארגענען די מאמע און אזוי ארויס גיין, האט אים יעקב געזאגט דו רשע ביזסט שוין א רוצח, און ער האט אים געלאזט ארויסגיין.
מדרש הגדול, בראשית

ווען יעקב אבינו איז געבוירן איז ער שוין געווען גע'מאלעט
אבות דר' נתן ב'
ס'איז נישטא קיין דור וואס ס'איז נישטא אזא איינער וואס איז אזוי גרויס ווי יעקב אבינו.
בראשית רבה, נ"ו

די שיינקייט פון יעקב אבינו איז געווען מעין פון די שיינקייט פון אדם הראשון, וואס דער אויבערשטער אליין האט אים געמאכט.
בבא מציעא פ"ד.
פון דעם טאג וואס אדם הראשון איז געבוירן געווארן איז נאכנישט געווען אזא הייליגער גוף ווי יעקב אבינו, און די זעלבע שיינקייט וואס אדם הראשון האט געהאט האט יעקב אבינו געהאט.
זוהר חלק ב'.

ווען מ'האט געשטעלט יעקב אבינו פאר פרעה אין מצרים, האט זיין שיינקייט יעדן באצויבערט, און ס'האט געשטעלט אין שטאען אלע הערן פון מצרים, וואס האבן דעמאלס געזען אז זיי זענען גארנישט שיין.
מדרש שכ"ט

"זמנים אין זיין לעבן"
יעקב אבינט האט באדינט שם בן נח פופציג יאר, און אברהם אבינו האט ער באדינט פופצן יאר.
סדר עולם
פון ווען יעקב אבינו איז געבוירן געווארן ביז זיינע קינדער האבן געזאגט שירה אויפ'ן ים איז געווען דריי הונדערט און פערציג יאר.
ילקוט שמעוני נ"ח.

ווען בנימין איז געבוירן געואורן איז יעקב אבינו אלט געווען הונדערט יאר, און דעריבער הייסט ער טאקע בן- ימן, ווייל ימ"ן איז בגימטריא הונדערט, מיינט די רמז אז ער איז געבוירן געווארן צו די הונדערט יאר פון זיין טאטע יעקב אבינו.
במדבר רבה י"ד.

"זיין ערליכקייט"
דער אויבערשטער אליין האט אים אנגערופן א- ל, ווי ס'שטייט אין פסוק וירא לו א- ל אלקי ישראל.
מגילה י"ח.
ודובר אמת (תהילים ט"ו) דאס מיינט מען יעקב אבינו.
מדרש שוחר טוב ט"ו

ווען משיח וועט קומען וועט דער אויבערשטער זאגן, זאל קומען צוגיין לבן און זאגן עדות אויף די ערליכקייט פון יעקב אבינו, אז ער האט אים ערליך באדינט
עבודה זרה ג'.
"ותחסרהו מעט מאלוקים" – ער וועט אים מאכן אביסל ווייניגער פון באשעפער, דאס גייט ארויף אויף יעקב אבינו, וואס ער האט געהייסן די שעף זאלן ווערן עקודים נקודים, און וויאזוי ער האט געהייסן איז געווארן, ס'האט נאר געפעלט אז ער זאל אריינלייגן די נשמות, וואס דאס האט געטוען דער אויבערשטער, דאס מיינט אז ער איז געווען כמעט ווי דער בעשעפער אליין.
מדרש שוח"ט ח'.
"לא רגל על לשונו" (תהילים ט"ו), מ'טאר נישט רעדן קיין שלעכט'ס מיט'ן מויל, דאס מיינט מען יעקב אבינו, וואס האט געזאגט אולי ימושני אבי – אפשר וועט מיך מיין טאטע טאפן.
מכות כ"ד

אברהם אבינו איז נישט ניצול געווארן פון די קאלך אויווען, נאר אין די זכות פון יעקב אבינו, זיין אייניקעל.
בראשית רבה, ס"ג

אלע טעג פון יעקב איז נישט געווען די מדת הדין אויף די וועלט.
זוהר ק"פ.
יעקב אבינו האט געגעבן מעשר שני פון די גאנצע פארמעגן וואס ער האט געהאט.
תרגום יונתן בראשית ל"ג

ביי אברהם אבינו שטייט נישט ארויס אין פסוק אז ער האט געהיטן שבת, דעריבער האט ער נאר באקומען מיט א מאס, אבער יעקב אבינו וואס ביי אים שטייט יא שמירת שבת, האט ער באקומען א נחלה אן א מאס.
בראשית רבה, י"א.

"זיין נביאות"
דער אויבערשטער האט געוויזן פאר יעקב אבינו די בית המקדש איז אויפגעבויעט, און דיכ הנים זענען מקריב קרבנות.
מדרש שוח"ט ע"ח

פאר צוויי מענטשן האט דער אויבערשטער באוויזן ווען ס'וועט זיין די עק פונעם גלות, פאר יעקב אבינו און דניאל.
שם ל"א.
"קום עלה בית א- ל" דער פסוק קומט מיר זאגן אז דער אויבערשטער האט געוויזן פאר יעקב אבינו אלע הימלן, און אלע שטיבלך וואס איז דא אויף יענער וועלט.
פון ווי זעה איך אז יעקב אבינו האט געהאט נביאות? ווייל ער האט שוין פאראויס געזאגט "יהי דן נחש" און מרמז געווען די מעשה פון שמשון הגבור.
סוטה ט'.

ווען יעקב אבינו האט געזען בנביאות שמשון הגבור, האט ער געמיינט אז דאס איז שמשון הגבור [צ"ל משיח, הבחור הזעצער], אבער נאכדעם וואס ער האט געזען אז ער גייט שטארבן, האט יעקב אבינו געפרעגט ער גייט אויך שטארבן? ווען וועלן די אידן האבן א ישועה, און ער האט אויסגעפירט "לישועת קויתי ה'".
בראשית רבה צ"ח

געשריבן: זונטאג אקטאבער 12, 2008 2:00 am
דורך זיידעניו
"זיין תורה און תפלה"
יעקב אבינו איז געזעסן א גאנצן טאג אין ביהמ"ד און געלערנט.
יומא כ"ח:

יעקב אבינו האט געהאט די ספה”ק פון אדם הראשון, און די ספה”ק יצירה פון אברהם אבינו, און פון דעם האט ער געלערנט.
זוהר, יתרו

ס'איז נישט דא נאך אזא מענטש וואס ער איז געזעסן און געלערנט, אזוי ווי יעקב אבינו, ער איז געגאנגען פון ביהמ"ד פון שם, צום ביהמ"ד פון עבר, און נער געלערנט.
מדרש תנחומא, וישלח

"לולי ה' שהיה לנו יאמר נא ישראל" (תהלים קכ"ד), איז געזאגט געווארן אויף יעקב אבינו וואס ער האט געזאגט גאנץ תהילים.
בראשית רבה ס"ח

בשעת ס'איז געווען די גזירה פונעם חורבן בית המקדש האט דער אויבערשטער געזאגט פאר ירמיהו הנביא, גיי און וועק אויף אברהם יצחק און יעקב אבינו, ווייל זיי קענען זייער גוט וויינען, און זיי וועלן אויסבעטן א ישועה.
פתיחתא איכה רבה

"זיינע חטאים"
וועגן די שרעק וואס יעקב אבינו האט דערשראקען זיין טאטן יצחק, ווען עשו איז אריינגעקומען נעמען די ברכות, ווי ס'שטייט אין פסוק "ויחרד יצחק חרדה גדולה" איז יעקב אבינו געשטראפט געווארן מיט די צרה פון זיין זון יוסף הצדיק.
זוהר קמ"ד
אין יענע צייט וואס יעקב אבינו האט געזאגט פאר עשו "אדוני" – מיין הער, אכט מאל, האט דער אויבערשטער געזאגט פאר יעקב אבינו, ווייל דו האסט געזאגט אכט מאל אדוני, וועלן ארויסגיין פון זיינע קינדער אכט קעניגן פאר דיינע קינדער.
בראשית רבה ע"ה
לעתיד לבוא וועט דער אויבערשטער מאכן א סעודה פאר די צדיקים, און וועט מכבד זיין מיט'ן בענטשען יעקב אבינו, אבער וועט עס אפזאגן ווייל ער האט פגם אויף זיך אז ער האט חתונה געהאט מיט צוויי שוועסטער'ס.
פסחים קי"ט.
יעקב אבינו האט מקבל געווען לשון הרע פון זיין זון יוסף, דעריבער איז די שכינה אוועק פון אים פאר צוויי און צוואנציג יאר.
אוצר מדרשים

געשריבן: זונטאג אקטאבער 12, 2008 2:01 am
דורך זיידעניו
"די בכורה"
עשו האט פיינט געהאט די בכורה, און האט שוין פון אנפאנג געווארט ווען וועט יעקב אבינו קומען און אפקויפן די בכורה מיט געלט.
זוהר קל"ט
אזוי ווי דער אויבערשטער האט גערוהט זיין נאמען אויף יעקב אבינו, אזוי האט געדארפט רוען דעם אייבערשטענס נאמען אויף עשו, און ס'איז געווען אנגעגרייט אז פון עשו זאלן ארויסקומען די קעניגן פון אידן, און פון יעקב אבינו זאל ארויסקומען די כהנים, און איצט ווען יעקב אבינו האט אלעס צוגענומען האט ער אלעס באקומען.
מדרש שיר השירים רבה

פארוואס האט יעקב אבינו אפגעקויפט די בכורה? נאר ווייל דעמאלס איז געווען מותר צו מקריב זיין אויף די במות, און די עבודה האבן געטוען די בכורים, האט יעקב אבינו געקלערט דער רשע וועט שטיין און מקריב זיין קרבנות פאר'ן אויבערשטער, האט ער זיך מוסר נפש געווען ער זאל קענען באקומען די בכורה.
בראשית רבה, ס"ג
"מן האדום האדום הזה", חוץ דעם וואס יעקב אבינו האט געגעבן פאר עשו די רויטע לינזען, האט ער אים אויך געגעבן גאלד וואס דאס איז רויטליך, ווייל פאר די געקעכץ אליין האט ער נישט געוואלט פארקויפן די בכורה.
מדרש לקט טוב, בראשית כ"ה.

"יעקב אבינו נעמט די ברכות"
יעקב אבינו האט באקומען פינף ברכות, 2 פון זיין טאטע יצחק אבינו, און 1 פון אברהם אבינו זיין זיידע, און 1 פון א מלאך, און 1 פון אויבערשטער אליין.
פסיקתא דרב כהנא

יענעם טאג וואס עשו איז געגאנגען אין פעלד צו כאפן א חיה פאר זיין טאטע כדי ער זאל באקומען די ברכות, איז א גוטער מלאך געגאנגען און ער האט אויפגעבינדן אלע הערשען וואס ער האט נאר געכאפט, אלעס נאר צוליב דעם אז יעקב אבינו זאל קומען און נעמען די ברכות.
בראשית רבה ס"ז.

"בגדי עשו" דאס איז געווען די קליידער וואס עשו האט צוגענומען פון נמרוד, וואס דאס האט באמת באלאנגט פאר אדם הראשון, וויבאלד יעקב אבינט האט זיי איצט אנגעטוען, איז עס געווען ווי א פארלוירענע זאך וואס טרעפט צירוק איר בעה"ב, די זעלבע זאך איז דא געווען אז די קליידער האבן געטראפן איר בעה"ב, און זיי האבן באקומען א גוטע'ן גראך.
זוהר קמ"ח
"הלבישה על ידה" רבקה אמנו האט געמאכט פאר יעקב אבינו די אנטועכץ אויף די הענט, און אויף די גלאטע פלעצער פון זין גוף, און ווען ס'וואלט ווען נישט געווען דארט מעשה נסים וואלט נישט געווען גענוג אפילו אויף די העלפט פון די הענט אויך נישט.
מדרש שכ"ט.
ווען יעקב אבינו איז אריינגעגאנגען צו זיין טאטע איז די גן עדן מיט געגאנגען צוזאמען מיט אים.
בראשית רבה ס"ה.
ווען יצחק אבינו האט געזאגט פאר יעקב אבינו קום אהער און לאמיר דיך אנכאפן, איז ער אזוי שוואך געווארן פון פחד אז די אויבערשטער האט אים געדארפט שיקען צוויי מלאכים זאלן אים אנכאפן.
שם
"ויבא לו יין" יעקב אבינו האט נישט געהאט אנגעגרייט קיין וויין, נאר א מלאך האט אים געברענגט פון די וויין וואס איז אנגעגרייט פון ווען די וועלט איז באשאפן געווארן אויף לעתיד לבוא.
תרגום יונתן בראשית כ"ז.

ווען יעקב אבינו איז ארויסגעגאנגען פון זיין טאטע מיט די ברוכת, איז ער געווען באקרוינט מיט צירונגן ווי א חתן און א כלה, און ס'איז אראפגעגאנגען אויף אים די טל פון תחיית המתים, און ער איז אויך דעמאלס געווארן א גבור חיל און א בעל כח.
פרקי דר' אליעזר ל"ב

ווען מ'רופט אויס אין הימל די ווערטער "הקול קול יעקב" ציטערט די גאנצע הימל.
שם
ווען יעקב אבינו איז אנטלאפן פון עשו וועגן די ברכות, איז אים אליפז נאכגעלאפן, און געזאגט איך האב נישט קיין ברירה און איך מוז דיך הרגענען, ווייל מיין טאטע עשו האט מיך אזוי געהייסן, האט אים יעקב אבינו געגעבן א עצה אז ער זאל אים אלעס צונעמןע, וועט ער זיין א ארימאן, און א עני איז גערעכענט ווי א טויטער ר"ל, און אזוי איז טאקע געווען און אליפז האט אים צוגענומען אלעס וואס ער האט געהאט אפילו די קליידער, איז ער אריינגעשפרינגן אין א וואסער, און געבעטן דעם אויבערשטער זאל אים שיקען א ישועה, איז דארט אדורכגעפארן א רייטער און איז אריינגעפאלן אין די וואסער און געשטארבן, איז יעקב אבינו געאנגן און צוגענומען די קליידער און עס אנגעטוען, דערנאך איז ער אנטלאפן פון דארט כדי די קרובים פון די רייטער זאלן אים נישט נאכלויפן.
חיד"א בשם רז"ל
"יעקב אבינו ביי לבן"

די אלע טעג וואס יעקב אבינו איז געווען ביי לבן האט דער אויבערשטער נישט גערעדט מיט אים.
מדרש תנחומא, ויצא
מיט איין האנט האט יעקב אבינו אראפגענומען די שטיין פון די ברין, און האט אנגעטרונקען די שעף פון זיין פעטער לבן, און פון דעמאלס ביז צוואנציג יאר שפעטער האט די שטיין געהאלטן אין איין געבן וואסער.
תרגום יונתן בראשית כ"ט

יעקב אבינו האט אכטונג געגעבן ביי לבן אויף 127 סטאדעס שעף, און 60 טויזענט הינט.
בראשית רבה ע"ע
יעקב אבינו האט גוזר געווען פונקטליך וויאזוי די שעף זאלן אויסזען, און וויאזוי זיי זאלן זיין, און ס'האט נאר אויסגעפעהלט אז דער אויבערשטער זאל אריינגעבן נשמות.
מדרש שוח"ט ח'

"יעקב אבינו מיט'ן מלאך"
יעקב אבינו האט געזען אז דער ס"ם דרייט זיך דארט ארום יענע נאכט, נאר ער האט זיך פארשטעלט און האט אויסגעזען אזוי ווי עשו, דעריבער האט ער נישט מורא געהאט און אהין געגאנגען נעמען די פכים קטנים.
זוהר ק"ג

ויותר יעקב לבדו" ס'איז איבערגעבליבן פאר יעקב אבינו קליינע קריגלך איז ער צירוק געגאנגען נעמען, כאטשיג ער האט געוואוסט אז ער שטעלט מיט דעם איין זיין לעבן, פון דא זען מיר אז פאר צדיקים איז זייער געלט מער געליבט ווי זייער אייגענע גוף, און זיי געבן זייער שטארק אכטונג אויף געלט.
חולין צ"א

אזוי ווי דער אויבערשטער האט געזען אז יעקב אבינו האט מורא פונעם מאלך האט ער געשיקט מלאך מיכאל זאל אים העלפן.
מדרש תנחומא, וישלח
"ויאבק איש עמו" דער מלאך האט זיך פארשטעלט ווי א פאסטוכער מיט שעף און קעמלך אזוי ווי יעקב אבינו האט געהאט, אוןד ער מאלך האט אים געזאגט דו פיר קודם אריבער דיינע בהמות און דערנאך וועל איך אריבער פירן מיינע בהמות, איז יעקב אבינו געגאנגען מיט זינע בהמות פריער און דערנאך געוואלט צירוק גיין קוקען דו זאכן וואס ער האט איבערגעלאזט אויף יענע זייט, איז אים דער מלאך באפאלן.
בראשית רבה, ע"ז
דער מלאך האט אים געשריגן, דו האסט צוגעזאגט "וכל אשר תתן לי עשר אעשרנו לך" און די האסט צוועלף קינדער און דו האסט נישט געגעבן קיין מעשר פון זיי, האט ער תיכף אפגעשיידט דו פיר עלטצע פון די פיר אמהות אז דאס זאל בלייבן פאר זיי, איז אים איבערגעבליבן אכט קינדער, האט ער אנגעפאנגן צו ציילן פון שמעון און ס'איז אים אויסגעקומען אז דער צענטער איז געווען לוי, און ער איז טאקע געווארן דער שבט וואס האט געארבעט פאר'ן אויבערשטער.
תרגום יונתן, בראשית ל"ב
"ויאבק איש עמו" די שטויב וואס איז דעמאלס ארויסגעקומען פון זיי ביידע, האט דער אויבערשטער גענומען און געלייגט פאר'ן כסא הכבוד, און אלע הצלחות וואס יעקב אביו האט געהאט איז נאר געקומען אין זכות פון דעם שטויב, און אלע געשעפטן וואס אידישע קינדער מאכן היינטיגע צייטן און זיי זענען מצליח איז נאר בזכות פון די שטויב.
שיר השירים רבה ג'

"כי שרית עם אלהים" יעקב אבינו איז געווארן א הער פאר'ן מלאך, דא האט אים דער מלאך מרמז געווען אז ס'גייען ארויס קומען פון אים צוויי ראשים, דער אש פון די בני גולה – פון די אידן וואס וועלן זיין אין גלות, און די נשיא פון ארץ ישראל, און דא האט ער אים מרמז געווען אז אידן וועלן נאך גיין אין גלות.
חולין צ"א

ווער איז גרעסער דער וואס געזעגענט יענעם, אדער דע וואס געזעגענט זיך? דער וואס געזעגענט יענעם, אויך דא איז יעקב אבינו געווען דער וואס האט געזעגענט דעם מלאך, זען מיר אז יעקב אבינו איז געווען גרעסער ווי דער מלאך.
מדרש שוח"ט צ"א

ווען דער מלאך האט געזאגט פאר יעקב אבינו לאמיר ארויף גיין זאגן שירה, האט אים יעקב אבינו געזאגט לאז עס איצט פאר דיין חבר און מארגן וועסטו שוין זאגן שירה, האט אים דער מלאך געזאגט אז מ'וועט מיר זאגן אז די ביסט נעכטן נישט דא געווען דארפסטו איצט אויך נישט זאגן, אבער יעקב אבינו האט זיך נישט געלאזט ביז ער וועט אים נישט אויסזאגן פארשידענע זאכן, האט זיך דער מלאך געבעטן אז איין מלאך האט אויסגעזאגט סודות פון אויבערשטער, און מ'האט אים אוועקגעשיקט פאר 238 יאר, אבער יעקב אבינו האט אים נישט געלאזט אוועקגיין, האט אים דער מלאך געזאגט איך וועל דיר אויסזאגן די סודות, און אויב דער אויבערשטער וועט דיר פרעגן פארוואס כ'האב אויסגעזאגט, וועל איך אים ענטפערן, אז ווען צדיקים זענען גוזר קען עס דער אויבערשטער אויך נישט מבטל זיין ווי ס'שטייט צדיק גוזר והקב"ה מקיים, איז אוודאי איך וואס כ'בין נאר א מלאך קען איך עס זיכער נישט מבטל זיין, און ער האט אים געבענטש, און אויסגעזאגט פארשידענע זאכן
בראשית רבה, ע"ח

געשריבן: זונטאג אקטאבער 12, 2008 2:01 am
דורך זיידעניו
"יעקב מיט עשו"
ס'איז א באקאנטע הלכה אז עשו האט פיינט יעקב, (דאס מיינט לדורות א גוי האט געווענליך פיינט א איד).
ספה”קי, בהעלותך
קום און זעה וואס עשו האט געוואלט טוען פאר יעקב אבינו, ער האט געוואוסט אז יעקב אבינו גייט ארום ליידגערהייט, ווייל אליפז האט אים אלעס צוגענומען, אוןמיט דעם אלעם האט ער אים געוואלט הארגענען, עשו האט אויסגערעכענט וועלכע וועג יעקב אבינו דארף דורכגיין, און ער איז געגאנגען פאראויס כדי אים צו כאפן אויפ'ן וועג, יעקב אבינו האט דאס באמערקט, און געבעטן רחמים פון אויבערשטער, האט דער אויבערשטער געמאכט נסים פאר אים, און מיט זיין שטעקען האט ער געשפאלטן דעם ירדן און געגאנגען א אנדערן וועג ווי עשו האט אויסגערעכענט, אזוי אז עשו האט אים נישט געכאפט, ווען עשו האט דאס באמערקט איז ער אים נאכגעלאפן, און געטראפן זיצן אין א הייל, האט ער עס ארום גענומען אז ער זאל נישט קענען ארויסקומען און שטארבן אין הייל פון הונגער, האט אים דער אויבערשטער געזאגט דו רשע וואס דו ביסט! קעגן אזא צדיק ווילסטו דיך שלאגן, און פאר יעקב אבינו האט דער אויבערשטער געזאגט "הנה אנכי עמך" – איך בין מיט דיר און דו דארפסט נישט מורא האבן.
מדרש תנחומא ויצא

ווען עשו איז געקומען צו גיין אקעגן יעקב אבינו, האט ער מתפלל געועון צום אויבערשטער, רבונו של עולם דו האסט געשריבן אין דיין תורה "אותו ואת בנו לא תשחטו ביום אחד" – אז א טאטע מיט א זון טאר מען נישט הארגענען אין איין טאג, און אויב דער רשע וועט קומען און הארגענען אין איין טאג מיך מיט מיינע קינדער, די ספה”ק תורה וואס דו ווילסט געבן אויפן בארג סיני ווער וועט איר לייענען.
שם וישלח
"ויקח מן הבא בידו מנחה" פון די שוואכע שעף האט ער גענומען פאר א מתנה, ווייל די שטארקע שעף האבן זיך אויסגעריסן פון אים און נישט געוואלט גיין צו עשו פאר א מתנה.
מדרש הגדול, בראשית

"איין טאג" איז יעקב אבינו מיט עשו געווען בשלום, (און נישט מער).
ילקוט שמעוני, וישלח
ווען יעקב אבינו איז געגאנגען מיט עשו, איז אים אויסגעשטארבן אלע זיינע שעף, ווייל ער איז מיט געגאנגען מיט אזא רשע, אויסער איין שעפעלע פון איין יאר איז אים איבערגעבליבן בזכות פון זיין זיידען אברהם.
אוצר המדרשים

ווען יצחק אבינו איז נפטר געווארן און יעדער איז געגאנגען אפגעבן דעם לעצטן כבוד פאר יצחק אבינו, איז עשו אויך דארט געווען, ווען מ'איז אריין אין מערת המכפילה און יעדער האט געוויינט אויף די גרויסע פארלוסט וואס מ'האט געהאט, האט עשו געטראכט איצט לעבט שוין נישט דער טאטע און איך קען שוין הארגענען דעם יעקב, און אזוי ווי יהודה האט דאס דערזען האט ער ארויסגענומען זיין שווערד און אים גע'הארגעט.
מדרש שוח"ט י"ח
"די צרה מיט זיין זון יוסף"
וועגן אביסל זיידען פון צוויי סלעים (די כתונת פסים) וואס יעקב אבינו האט געגעבן פאר זיין זון יוסף איז אויסגעקומען אז זיינע קינדער זענען שפעטער ארפאגעגאנגען אויף מצרים.
שבת י:
"ואביו שמר את הדבר" – יעקב אבינו האט געווארט ווען ס'וועט שוין מקוים ווערן די חלום וואס יוסף האט געזען, ער האט גענומען א פעדער און פאראויס געשריבן אין וועלכע שעה, טאג, און פלאץ די חלום וועט מקוים ווערן.
בראשית רבה פ"ד
ווען זיינע קינדער האבן אים געברענגט די כתונת פסים מיט די בלוט דערויף צו ווייזן פאר יעקב אבינו אז יוסף איז שוין געשטארבן, האט ער זיי נישט געוואלט גלייבן ווייל ער האט געוואוסט אז דער חלום דארף נאך מקוים ווערן, איז ער געגאנגען און ער האט אויספה”קאבירט מיט צוועלף בינטלך, ער האט אויף יעדע בינטעל אויפגעשריבן די נאמען פון די שבטים און זייער מזל, און זייער חודש, ווי צום ביישפיל, אויף איינס האט ער ארויפגעשריבן ראובן, טלה, ניסן, און אזוי ווייטער, דערנאך האט ער אנגעפאנגן צו זאגן פאר די בינטעל פון שמעון זאל זיך ביקען פאר די בינטעל פון ראובן, און ער האט זיך נישט געביקט, אזוי ווייטער אלע שבטים און קיינער האט זיך נישט געביקט פאר'ן צווייטן, דערנאך האט ער געהייסן אז מ'זאל זיך ביקען פאר די בינטעל פון יוסף און אלע האבן זיך געביקט האט ער פון דעם געוואוסט אז די חלום וואס יוסף האט געהאט וועט נאך מקוים ווערן, און אזוי האט ער געמאכט נאך א סימן פון שטיינער און ס'האט נאכאמאל פאסירט די זעלבע זאך, האט ער שוין געוואוסט פון דעם אז יוסף לעבט נאך.
מסכת סופרים פכ"א

ווען יעקב אבינו האט געקוקט אויף יוסף הצדיק האט ער זיך דערמאנט פון רחל אמנו, ווייל די שיינקייט פון יוסף איז געווען גלייך צו די שיינקייט פון זיין מאמע, רחל אמנו.
זוהר רט"ז
פון יענעם טאג וואס יוסף איז אוועקגענומען געווארן פון יעקב אבינו, האט ער נישט געהאט קיין רוח הקודש, ער האט עפעס געזען און נישט געוואוסט וואס ער זעט.
בראשית רבה, צ"א

געשריבן: זונטאג אקטאבער 12, 2008 2:02 am
דורך זיידעניו
"יעקב אבינו גייט אראפ אויף מצרים"
ס'איז באמת געווען א גזירה אז יעקב אבינו זאל אראפגיין אויף מצרים מיט אייזערנע קייטן, נאר צוליב זיין גרויסן זכות וואס ער האט געהאט איז ער געגאנגען אין א אנדערע וועג אויף מצרים.
שבת פ"ט
אויב די וועלט וואלט ווען געוואוסט די גרויסע מדריגה וואס יעקב אבינו איז געווען בשעת דער אויבערשטער האט אים געזאגט "אנכי ארד עמך מצרימה", וואלט מען אפילו אויפגעלעקט די ערד וואס איז דריי פרסה אוועק פון זיין קבר.
זוהר ח"ב ה'
יענעם טאג וואס יעקב אבינו איז אראפ אויף מצרים זענען מיטגעגאנגען מיט אים 600 טויזענט מלאכים.
שם.
ווען יעקב אבינו איז אנגעקומען צו פרעה, איז פונקט דעמאלס געזעסן נעבן פרעה, עוג מלך הבשן, און פרעה זאגט אים דו האסט געזאגט אויף זיין זיידען אברהם אז ער קען נישט האבן קיין קינדער, און דא זיצט שוין זיין אייניקעל וואס האט מיטגעברענגט מיט זיך זיבעציג נפשות.
מדרש הגדול, בראשית
"די קינדער פון יעקב אבינו"
יעקב אבינו האט געהאט צוועלף קינדער וואס האבן נישט געהאט קיין שום פגם.
שבת קמ"ו
יעקב אבינו האט געציטערט א גאנץ לעבן אז ס'זאל נישט ארויסגיין קיין שלעכטע קינדער פון אים אזוי ווי זיינע עלטערן האבן געהאט, ביז דער אויבערשטער האט אים צווויסן געטוען אז ראובן האט תשובה געטוען, דעמאלס האט ער זיך בארואיגט.
ספה”קי, ואתחנן
"יעקב אשר פדה אברהם" (ישעי' כ"ט) אברהם אבינו האט אויסגעלייזט זיין אייניקל יעקב אבינו פון צער גידול בנים, ער זאל נישט האבן קיין צער פון די קינדער.
סנהדרין י"ט.
אין זיבן יאר האט יעקב אבינו געהאט עלף זון און איין טאכטער.
ילקוט שמעוני, ויצא

אלע קינדער פון יעקב אבינו האבן חתונה געהאט מיט זייערע שווערסטער'ס.
שם, מקץ.

"זיין פטירה"
ביז יעקב אבינו, איז נישט געווען אזא זאך אז א מענטש זאל זיין קראנק, האט יעקב אבינו געבעטן אז מענטשן זאל'ן נישט אוועקגיין פלוצלינג ווייל מ'האט נישט קיין צייט צוציטיילן די ירושה צווישן די קינדער, האט דער אויבערשטער געזאגט פאר יעקב אבינו דו בעט'ס א גוטע זאך און פון דיר וועט מען אנהייבן, און יעקב אבינו איז געווען דער ערשטער מענטש וואס פאר זיין שטארבן איז ער קראנק געווארן.
ב"מ פ"ז. בראשית רבה ס"ה
יעקב אבינו איז נישט נפטר געווארן נאר נאכדעכם וואס ער האט געזען 600 טויזענט פון זיינע אייניקלך.
שם ע"ט.
ביי זעקס מענטשן האט דער מלאך המות נישט שולט געווען ביי אברהם, יצחק, יעקב, משה, אהרן, מרים.
בבא בתרא י"ז.
יעקב אבינו איז נישט געשטארבן, פונקט ווי זיינע קידנער זענען געבליבן לעבן איז ער אליין אויך געבליבן לעבן.
תענית ה.
"ועיני ישראל כבדו מזוקן" יעקבג אבינו האט שווער געזען אויף די עלטערע יאר'ן, ער האט זיך מקבל געווען אויף זיך אלס עונש וואס ער האט נישט מכבד געווען זיין טאטן די אלע יארן וואס ער איז נישט געווען אינדערהיים.
מדרש שכ"ט בראשית מ"ח

יעקב אבינו האט אנגעזאגט פאר די פטירה גיט אכטונג אז קיין שום גוי זאל נישט אנרירן אין מיין ארון, כדי די שכינה זאל נישט אוועקגיין, און טראגט'ס מיך דריי פון יעדע זייט, און אזוי ווי עטץ וועט'ס איצט שטיין וועט אויך זיין ביי די דגלים אין מדבר.
בראשית רבה, ק.
ווען מ'האט ארויפגעטראגן די ארון פון יעקב אבינו האט מען ארום גענומען די ארון מיט קרוינען, זענען געקומען צו גיין די בני קטורה און די בני ישמעאל מלחמה צו האלטן מיט די אידן, אזוי ווי זיי האבן געזען ווי די קרוין פון יוסף הצדיק ליגט דארט האבן זיי מורא געהאט און זיי האבן ארויפגעלייגט זייער אייגענע קרוינען אויף די ארון פון יעקב אבינו, און צוזאמען איז איצט געווען 36 קרוינען אויף די ארון פון יעקב אבינו, ווען מ'איז אנגעקומען צו די מערת המכפילה איז עשו אנגעקומען און האט נישט געוואלט לאזען מ'זאל דארט באערדיגן יעקב אבינו, און ער האט געהאט א טענה אז יעקב האט שוין דארט געלייגט זיין ווייב לאה, און די אנדערע פלאץ באלאנגט פאר אים, האט מען אים געזאגט דו האסט דאך עס פארקויפט פאר אונזער טאטע יעקב אבינו, האט ער געזאגט איך וויל זען דעם שטר ווי ס'שטייט אז איך האב עס פארקויפט, האט מען אים געזאגט מיר האבן עס איבערגעלאזט אין מצרים ווי מיר וואוינען, מיר וועלן שיקען נפתלי וואס קען זייער שנעל לויפן ער זאל ברענגן דעם שטר. דארט איז אויך געווען חושים דער זון פון דן וועלכער איז געווען טויב און האט נישט געהערט, ווען ער האט געזען אז מ'בארערדיגט נישט יעקב, האט ער געפרעגט וואס ס'גייט פאר? האט מען אים דערציילט, האט ער געזאגט מיין זיידע יעקב וועט אזוי לאנג דא ליגן מיט א בזיון, האט ער געגעבן א קלאפ אויף עשו, און די אויגן זענען אים ארויסגעפאלן, און געפאלן אויף יעקב אבינו, האט זיך יעקב געעפענט די אויגן און געשמייכעלט.
סוטה י"ג.
די קאפ פון עשו איז אריינגעפאלן אין די הייל, און די בעט פון יעקב אבינואיז פול געווארן מיט זיין בלוט.
מדרש אגדה, בראשית.
ווען אידן זינדיגן ח"ו שפירט עס יעקב אין די קבר מער פון אלע אנדערע אבות, און די זעלביגע ווען ס'וועט קומען די ישועה וועט זיך יעקב אבינו מער פרייען ווי אלע אנדערע אבות.
מדרש שוחר טוב, י"ד

ביי זיבן מענטשן האט נישט שולט געווען קיין ווערים נאך זייער שטארבן, און איינער פון איז געווען יעקב אבינו.
בבא בתרא י"ז.

געשריבן: זונטאג אקטאבער 12, 2008 2:04 am
דורך זיידעניו
די גרויסקייט פון יעקב אבינו
יעקב אבינו האט מתקן געווען דעם חטא פון אדם הראשון,
(סוכת שלם)
יעקב אבינו ווערט אנגערופען "קדוש".
(מדרש שוחר טוב)
יעקב אבינו איז די שורש פון אלע נשמות פון כלל ישראל.
(סוכת שלם)
ווער עס זעהט יעקב אבינו און זיין חלום, פאר מערט מען איהם זיינע יארן.
(סוכת שלם)
די מדה פון "אמת" איז די אומנות פון יעקב אבינו.
(סוכת שלם)
די מדה פון "חסידות" איז די אומנות פון יעקב אבינו.
(סוכת שלם)
דאס געשטאלט פון יעקב אבינו ליגט שטענדיג ביים כסא הכבוד.
(תרגום יונתן בראשית)
יעקב אבינו האט ממשיך געווען די מצות סוכה אויף כלל ישראל,
(סוכת שלם)
יעקב אבינו האט זוכה געווען אנצוקומען אין די הויכע הימל'ן ווי אברהם אבינו און יצחק אבינו האבן נישט זוכה געווען.
(סוכת שלם)
און זכות פון יעקב אבינו האט מען געגעבן תורה שבכתב.
(סוכת שלם)
ביז ווילאנג יעקב אבינו האט געלעבט איז נישט געווען קיין שלעכט דינים אויף די וועלט.
(זוהר)
השי"ת האט מגלה געווען פאר יעקב אבינו די צייט ווען משיח צדקינו וועט קומען.
(מדרש)
יעקב אבינו האט געבעטן פון השי"ת אז אלע מענטשן זאלן פארן שטארבן קראנק ווערן, כדי מען זאל נאך זוכה זיין תשובה טוהן פארן שטארבן.
(בבא מציעא)
ויעקב נסע סכותה:
די ערשטע סעיף אין שלחן ערוך איז "שויתי ד' לנגדי תמיד", אז א מענטש דארף שטענדיג זיך פארשטעלן כאילו ער שטייט יעצט לפני מלך מלכי המלכים הקדוש ברוך הוא, און די התנהגות פון א מענטש פאר א מלך איז גאנץ אנדערש ווי דאס התנהגות זיינע ביי אים אין שטוב.
סוכות, איז א לשון פון זעהן, אזוי ווי שרה אמינו ווערט אנגערופן יִסְכָּה, ווייל זי האט געזעהן מיט רוח הקודש.
דאס איז די פסוק מרמז, ויעקב נסע סכותה, יעקב אבינו איז שטענדיג געפארן מיט א ציל אנצוקומען די זעהן דעם שויתי ד' לנגדי תמיד.
דגל מחנה אפרים

געשריבן: זונטאג אקטאבער 12, 2008 2:05 am
דורך זיידעניו
ויאמר לו אלקים שמך יעקב, לא יקרא עוד שמך יעקב כי אם ישראל
"יעקוב ישראל", איז בגימטריא "קרע שטן", דער "שם" איז מסוגל מבטל צו זיין די חיצונים, וועגן דעם האט אים געזאגט דער שר של עשו, וועלכער איז דער מקור פון די חיצונים: "לא יעקב יאמר עוד שמך כי אם ישראל" ישראל אליין, כדי ער זאל נישט קענען מבטל זיין די חיצונים. אבער השי"ת האט אים געזאגט "שמך יעקב", אז ביידע נעמען זאלן בלייבן, כדי ער זאל יא האבן דעם כח מבטל צו זיין די חיצונים.
(חתם סופר)
לא יקרא שמך עוד יעקב כי אם ישראל
די גמרא זאגט אין ברכות (יג ע"א): אז אויב איינער רופט אברהמ'ען אברם איז ער עובר אויף אן עשה, ווייל דער פסוק זאגט "והיה שמך אברהם", דיין נאמען זאל זיין אברהם, ר' אליעזר זאגט, אז ער האט עובר געוועהן אויף א לאו ווייל עס שטייט, "ולא יקרא עוד את שמך אברם", מ'זאל מער נישט רופן דיין נאמען אברם. פרעגט די גמרא: אויב אזוי זאל מען מער נישט טארן רופן יעקב אבינו'ן "יעקב", נאר "ישראל", ווייל עס שטייט, "לא יקרא שמך עוד יעקב כי אם ישראל יהי' שמך"?
ענטפערט די גמרא: ביי יעקב איז אנדערש, ווייל דער פסוק אליין האט אים דערנאך גערופן "יעקב", אזוי ווי עס שטייט אין די תורה, "ויאמר יעקב יעקב". פרעגן די מפרשים: דאס אליין איז שווער צו פארשטיין, פארוואס טאקע ביי יעקב'ן האט דער פסוק יא אנגערופן יעקב, אין ביי אברהמ'ן נישט? אויך פרעגן זיך די מפרשים צו פארשטיין, פארוואס ווערט יעקב אבינו אנגערופן אמאל "ישראל" און אמאל "יעקב", עס מוז דאך האבן עפעס א פשט? טייל מפרשים ענטפערן אזוי, הקב"ה האט נישט געגעבן דעם נאמען אברם, דעם נאמען אברם האט געגעבן תרח, נאר שפעטער, ווען אברהם אבינו האט שוין אויסגעארבעט זיין גאנצן גוף, אז אלע זיינע רמ"ח (248) אברים, זאלן טוהן נאר דעם רצון הבורא, האט דער אויבערשטער אים געגעבן דעם נאמען "אברהם", וואס איז בגימטריא רמ"ח וועגן דעם האט די תוה"ק פארבאטן אנצורופן אברהם מיט דעם נאמען "אברם", ווייל אברם באטרעפט נאר רמ"ג (243), וואס מיינט, אז ער האט נישט אויסגעארבעט אלע רמ"ח איברים, אבער דעם נאמען יעקב, האט אויך השי"ת אליין געגעבן, אזוי ווי רש"י זאגט אין פרשת תולדות אויפ'ן פסוק, "ויקרא שמו יעקב", אז הקב"ה האט אים געגעבן דעם נאמען יעקב. נאר שפעטער האט השי"ת געהייסן אז מ'זאל אים מוסיף זיין נאך א נאמען "ישראל". וואס באדייט שררה, גרויסקייט און הערשאפט. אבער דער נאמען "יעקב", וואס ווייזט אויף "עקיבה ורמיה", לאקערן און איבערקליגן, ווערט זיכער נישט בטל, ווייל ביידע נעמען פעלן אויס. איי, פארוואס פעלט אויס ביידע נעמען, איז דער תירוץ, מיט א משל א איד א גביר האט געהאט אן איינציגן זון, ווען דער זון איז נאך געווען א קליין קינד, האט אים דער פאטער געלאזט אויפנייען א ווארעמען מאנטל אויפ'ן ווינטער, דאס מאנטל איז געווען פון שעפסן פעל, פון דעם זעלבן מאטעריאל וואס מ'פלעגט מאכן מאנטלעך פאר ארימעלייט האט דאס קינד אמאל געפרעגט זיין פאטער: טאטע! פארוואס לאזטו מיר נישט מאכן א שענערן מאנטל, פון פוקסן פעל, באצירט מיט זיידן און סאמעט, דו האסט דאך די מעגליכקייט דערצו! מיין קינד - האט אים דער טאמע געענטפערט - דו ביסט דאך נאך א קליין קינד, דו שפילסט זיך אין זאמד און אין בלאטע, אויב דו וועסט אנטוהן א טייערן מאנטל, וועסטו עס אין עטליכע טעג צוגרונד לייגן, דו וועסט עס פארשמירן און צערייסן, און עס האט זיך טאקע אזוי ארויסגעשטעלט, דאס קינד האט זיין מאנטל פארשמירט און צעריסן, אזוי ווי אלע קינדער טוען. ווען דאס קינד איז גרעסער געווארן, ער איז שוין געווארן א גרויסער בחור האט אים דער טאטע געלאזט אויפנייען א שיינעם טייערן מאנטל פון טייערע פעל, באצירט מיט זיידן און סאמעט כדרך העשירים. ווען דער בחור האט באקומען דעם נייעם מאנטל, האט ער זיך זייער געפרייט, און האט געוואלט אוועקווארפן דעם אלטן צעריסענעם מאנטל, ניין, מיין קינד - האט אים דער טאטע געזאגט - ס'איז נישט כדאי אוועקצוווארפן דעם אלטען מאנטל, עס לוינט זיך צו האלטן ביידע מאנטלען, די נייע און די אלטע. דעם נייעם מאנטל וועסטו נוצן, ווען דו וועסט קומען צווישן חשוב'ע מענטשן, און דעם אלטן מאנטל וועסטו אנטוהן ווען ס'וועט זיין א שלעכטער וועטער, ווייל אין רעגן אדער אין שניי קען צוגרונד גיין א שיינער מאנטל, אדער ווען מ'קומט צווישן אראמע מענמשן, ווייל אויב זיי וועלן זען אויף דיר אזא טייערן מאנטל, וועלן זיי פרובירן דאס צו גנב'ענען, לוינט זיך ענדערש אנצוטוהן א פראסטן מאנטל. דאס זעלבע איז געווען מיט די צוויי נעמען פון יעקב אבינו. השי"ת האט אים קודם געגעבן דעם נאמען "יעקב", וואס מיינט "עקיבה ורמיה" לאקערן און איבערקליגן, ווייל השי"ת האט געוואוסט, אז אין אנהייב וועט ער האבן צו טוהן מיט עשו'ן, ער וועט אים דארפן איבערקליגן ביים אפקויפן די בכורה, און ביים צונעמען די ברכות, און אויך ביי לבנ'ען האט יעקב גערארפט אומגיין מיט אים מיט עקיבה ורמיה ווייל די בני לבן האבן גע'טענה'ט "לקח יעקב את כל אשר לאבינו", און יעקב איז אנשלאפן וכו' - דעמאלטס איז אים דער נאמען יעקב גוט צונוץ געקומען, שפעטער אבער, ווען ער איז שוין פטור געווארן פון לבן און פון עשו'ן, האט ער באקומען דעם נאמען "ישראל", וואס ווייזט אויף גרויסקייט און הערשאפט.
(עת רצון, להרה"צ ר' בנימין זאב סגל זצ"ל)

* אהרן כהנא קדישא

געשריבן: זונטאג אקטאבער 12, 2008 2:08 am
דורך זיידעניו
אהרן כַּהֲנָא
נולד בשנת ב' אלפים שק"ה לבריאת העולם, לאביו עמרם, ולאמו יוכבד.
בן כ"ז, מת אביו עמרם.
בן פ"ג, עמד לפני פרעה.
בן פ"ד, מתו שני בניו, נדב ואביהוא.
בן קכ"ג, ר"ח אב, מת, ויבכו אותו כל בית ישראל.



די גרויסקייט פון אהרן הכהן
די ענני הכבוד איז געווען אין זכות פון אהרן הכהן.
(תענית ט')
קיינער האט נאך נישט זוכה געווען צו די הויכע מדריגות און נבואה ווי אהרן הכהן.
(סוכת שלם)
די וועלט האלט זיך אויף און די זכות פון "משה רבינו" און "אהרן הכהן".
(חולין)
שלום איז געווען די אומנות פון אהרן הכהן.
(סוכת שלם)
די מעלה פון אהרן הכהן איז גלייך ווי אדם הראשון פאר ער האט געזונדיגט.
(סוכת שלם)
ווען אהרן הכהן איז נפטר געווארן האט געבערענט א גאלדנע מנורה פאר זיין מיטה.
(סוכת שלם)
עס איז שווער געווען פאר השי"ת דאס שטארבען פון אהרן הכהן, אזוי די ווייטאג ווען די לוחת זענען צובראכן געווארן.
(ויקרא רבה)

געשריבן: זונטאג אקטאבער 12, 2008 2:11 am
דורך זיידעניו
ויעש כן אהרן:
ביי די מצוה פון הדלקת המנורה זאגט די פסוק, ויעש כן אהרן, און רש"י זאגט אויף דעם "מגיד שבחו של אהרן שלא שינה", און אלע מפרשים שטעלן זיך שוין וואס האט דא רש"י געוואלט מחדש זיין, וואס איז בכלל די הוה אמינא אז אהרן וועט יא משנה זיין ח"ו פון ציווי השם.
ווען די אויבערשטער האט געגעבן די מצוה פון אויפצושטעלן א מלך שטייט אין פסוק, והיה "כשבתו" על כסא ממלכתו וכתב לו את משנה התורה הזאת, איז לכאורה וואלט געדארפט שטיין והיה "בשבתו" ווען ער וועט זיצן על כסא ממלכתו, און נישט "כשבתו" מיט א כ"ף.
נאר די סדר פון א מלך איז, ווען ער ווערט מלך איז ער טאקע נאך בשפלות און ער האלט זיך קליין, אבער שפעטער מיט די יאהרן, הייבט ער זיך אן צו שפירען גרויס און ער געואוינט זיך צו אז ער איז דער שטארקע מלך.
דאס זאגט אן די פסוק פארן מלך, והיה, עס זאל אייביג זיין, כשבתו על כסא ממלכתו, אזוי ווי ווען ער האט זיך באזעצט אויף די כסא מלוכה און ער האט זיך געהאלטן דעמאלס קליין, אזוי דארף ער זיך אייביג פירען, און דאס וועט זיין דורך דעם וואס וכתב לו את משנה התורה הזאת.
און באמת איז אז אזוי גייט עס ביי יעדע זאך, ווען עס איז נאך א נייע זאך טוט מען עס מיט א התלהבות, און מיט גרויסע הכנה, אבער מיט די צייט ווערט מען צוגעוואוינט דערצו און מען טוט עס מיט א התרשלות.
דאס וויל דא רש"י זאגן אויף אהרן הכהן, מגיד שבחו של אהרן שלא שינה, אפילו ער האט געדארפט יעדן טאג אנצונדען די מנורה, אבער יעדן טאג איז געוועהן ביי עם כשבתו על כסא ממלכתו, אזוי ווי די ערשטע טאג וואס די אויבערשטער האט עם געהייסן אנצונדען די מנורה, מיט די זעלבע התלהבות, און מיט די זעלבע כוונות און הכנות צו דער מצוה.
תכלת מרדכי

געשריבן: זונטאג אקטאבער 12, 2008 2:11 am
דורך זיידעניו
ונתת אל חשך המשפט..ונשא אהרן את משפט בני ישראל על לבו לפני ה'
דער אמת'ער צדיק שפירט די צרות און שמערצן פון פאלק. ער נעמט זיך צום הארצן דאס ליידן און איז מתפלל פאר זיי צו פארלייכטערן די צרות. אהרן איז געווען דאס הארץ פון די אידן אזוי ווי דאס הארץ פיהלט דאס ערשטע די קערפערליכע ווייטאגן, אזוי האט אהרן געשפירט דעם צער פון יעדן איד און געבעטן השי"ת פאר אים. "ונשא אהרן את משפט בני ישראל" אהרן האט געטראגן ביי זיך די צרות ("משפטים" הייסן אויך שטראף) פון כלל ישראל, ער האט זיי געפיהלט אויף זיין הארץ, על לבו, און ער האט מתפלל געווען שטענדיג פאר זיי לפני ה' אז עס זאל זיי לייכטער ווערן.
(באר מים חיים)

ענני הכבוד בזכות אהרן
חכמינו זכרונם לברכה זאגן אין מסכת תענית (ט' ע"א) אז די "ענני הכבוד" זענען געווען בזכות אהרן, דארף מען פארשטיין וואס האט דער ענין פון ענני הכבוד מיט אהרן הכהן. נאר די מדה פון אהרן איז געווען אוהב שלום ורודף שלום (אבות פ"א) חכמינו ז"ל זאגן אז אויב אידן זענען בשלום קען קיין שום אומה ולשון נישט שולט זיין אין זיי. יעצט, דער מדה טובה פון שלום איז ווי א מויער אקעגן די שונאים פון דרויסן, דערפאר זענען די ענני הכבוד געווען בזכות אהרן הכהן וואס ער איז געווען דער וואס האט געמאכט שלום צווישן די אידן, איז געשאפין געווארין א מויער וואס האט אפגעהיטן כלל ישראל פון שלעכטס.דערפאר ווערט אנגערופן די עננים "ענני הכבוד", ווייל אויב מען וויל ניצול ווערן פון מחלוקת זאל מען אפגעבן יעדן כבוד, ווען מען גיבט אפ כבוד פאר א חבר איז עס מקרב די הערצער, און מיט דעם וואס מען מאכט נישט קיין מחלוקת ברענגט עס כבוד פאר דעם מענטש ווי די משנה זאגט אין אבות (פ"ד מ"א) איזהו "מכובד" "המכבד" את הבריות. מחלוקת איז א שרעקליכע מדה וואס איז גורם בזיונות ווייל דורך דעם וואס מען איז איינעם מבזה איז ער צוריק מבזה, יעדער דעקט אויף דעם אנדערענס חסרונות. אבער אויב מען האט זיך ליב איז "על כל פשעים תכסה אהבה" קומט אויס אז עננים וואס איז מרמז אויף שלום און אחדות וואס שיצט די אידן, ברענגט כבוד פאר יעדן איד, און דאס קומט דורך געבן כבוד פאר אן אנדערן איד.
(לשון רנה)

יוסף הצדיק

געשריבן: זונטאג אקטאבער 12, 2008 2:11 am
דורך זיידעניו
יוסף צַדִיקָא
נולד בשנת ב' אלפים קצ"ט לבריאת העולם, לאביו יעקב אבינו, ולאמו רחל אמינו.
בן ט', נולד אחיו בנימין.
בן ט', מתה אמו רחל אמינו.
בן י"ז, נמכר לעבד למצרים.
בן י"ח, הושם בבית האסורים.
בן כ"ח, פתר את החלומות לשר המשקים ולשר האופים.
בן ל', ר"ה, עמד לפני פרעה, ומלך על מצרים.
בן ל', נשא את אסנת בת פוטי פרע.
בן ל"ד, נולדו לו שני בניו, מנשה ואפרים.
בן ל"ט, פגש את יעקב אביו אחרי כ"ב שנה.
בן נ"ט, מת אביו יעקב אבינו.
בן ע"א, מת פרעה, ומלך לבד במצרים מ' שנה.
בן ק"י, מת, והושם בנילוס, ואחר קל"ט שנה הוציא אותו באומרו עלה שור עלה שור.