לכבוד חג הסוכות; די שבעה רועים

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג אוקטובער 12, 2008 2:12 am

"זיין ערליכקייט"
ווען יוסף הצדיק איז ארויס שפאצירן אויף די גאסן אין מצרים – ווען ער איז געווארן דער משנה למלך – האבן די מיידלך פון מצרים געווארפן פארשידענע צירונגן כדי יוסף הצדיק זאל אויף זיי קוקען, ווייל ער איז געווען זייער א שיינער, אבער יוסף הצדיק האט זיך נישט אויפגעהויבן די אויגן צו קוקען אויף זיי.
בראשית רבה צ"ח.

יוסף הצדיק האט געהייליגט דעם אויבערשטערס נאמען אפילו ווען קיינער האט נישט געזען (ביי די מעשה פון פוטיפר'ס ווייב) דעריבער האט אים דער אויבערשטער צוגעלייגט א אות ה' אין זיין נאמען וואס דאס איז א אות פונעם אויבערשטערס נאמען, ווי ס'שטייט אין פסוק "עדות ביהוסף".
סוטה ט.
יוסף הצדיק האט אפגעהיטן דעם שבת קודש אין מצרים אפילו ס'איז נאך דעמאלס נישט געווען די מצוה פון שמירת שבת, האט אים דער אויבערשטער געזאגט, ווייל דו האסט געהאלטן די מצוה פון שבת וועל איך דיר באצאלן אז דיין שבט וועט מקריב זיין די קרבן אין זיבעטן טאג, ווי ס'שטייט אין פסוק (במדבר ז) ביום השביעי נשיא לבני אפרים.
במדרש רבה, י"ד.
יוסף הצדיק האט זייער אכטונג געגעבן אויף די כבוד פון זיין טאטן און זיינע ברודער'ס, און דעריבער איז ער קיינמאל נישט אריין צו זיין טאטע'ן ווען ער איז געווען אליין, ווייל ער האט מורא געהאט אז זיין טאטע וועט אים פרעגן וואס האבן דיינע ברודער'ס געטוען פאר דיר, און ער וועט מוזען אלעס פארציילן, און זיין טאטע וועט זיי נאך ח"ו שעלטן, דעריבער איז ער קיינמאל נישט אריין אליין צו זיין טאטע, האט ער אים נישט געקענט פרעגן.
פסיקתא רבה ג'.
די שכינה האט גערוהט אויף יוסף הצדיק פון זיינע יונגע יארן ביז ווען ער איז נפטר געווארן און ס'איז קיינמאל נישט אוועק פון אים.
פרקי דר' אליעזר ל"ט.
אלע הלכות וואס יעקב אבינו האט געלערנט אין די בית המדרש פון שם ועבר, האט ער איבערגעגעבן פאר יוסף הצדיק.
בראשית רבה פ"ד

"יוסף הצדיק גייט אוועק פון זיין טאט'ן"
ווען יוסף הצדיק איז אוועק פון זיין טאטן האט ער נישט מיטגענומען קיין עסן און טרונקען, און מ'האט אים נישט באגלייט אין וועג, דעריבער האט פאסירט וואס ס'האט פאסירט.
זוהר ח"י
ווען יעקב אבינו האט געהערט די מעשה פון יוסף הצדיק, האט עס אים זייער שטארק געשטאכן, און ער האט געזאגט, דער יוסף הצדיק האט געוואוסט אז זיינע ברודער'ס האבן אים פיינט און מיט דעם אלעם איז ער געגאנגען צו זיי, און האט נישט מורא געהאט.
בראשית רבה פ"ד

יוסף הצדיק איז געווען אפגעשיידט פון זיין טאטע'ן צוויי און צוואנציג יאר, די זעלבע צאל וויפיל יעקב אבינו איז געווען אפגעשיידט פון זיין טאטן.
מגילה י"ד

ווען די ברודער'ס האבן אריינגעווארפן יוסף הצדיק אין גרוב, האט זיין ברודער שמעון נאכגעווארפן נאך אים שטיינער כדי אים צו הרגענען, אבער שפעטער אין מצרים ווען יוסף הצדיק איז געווען דער מלך און ער האט איינגעשפארט שמעון האט ער אים געגעבן צו עסן גוטע מאכלים, און ער האט נישט נקמה גענומען אויף דעם וואס ער האט אים נאכגעווארפן שטיינער.
ילקוט שמעוני, וישב.
ווען די ברודער'ס האבן אריינגעווארפן יוסף הצדיק אין גרוב, און יוסף הצדיק האט דערזען די שלענג און עגדיסן וואס ליגן דארט, האט אים אנגעכאפט א גרויסע שרעק, און ער האט געבעטן דעם אויבערשטער זאל אים ארויס ציען פון דארט, און דער אויבערשטער האט געמאכט א נס, אז אלע שלענג זענען אריינגעקראכן אין די שפאלטענעס פון גרוב, און ער האט מער גארנישט געזען פאר זיינע אויגן.
ספה”ק הישר וישב
אויף די וועג וואס יוסף הצדיק איז געגאנגען פון זיין טאטענ'ס הויז ביז ער איז אנגעקומען צו מרים, איז ער פארקויפט געווארן עטליכע מאל, פון זיינע ברודער'ס צו די ישמעאלים, דערנאך צו די סוחרים, דערנאך צו די מדינים, דערנאך צו די קעניגרייך פון מצרים, און פוטיפר האט אים פון דארט גענומען.
בראשית רבה פ"ד
יוסף הצדיק איז פארקויפט געווארן דורך זיינע ברודער פאר צוואנציג גולדען, און זיי האבן זיך געקויפט מיט די געלט שיך.
תרגום יונתן, בראשית ל"ז
ווי קען זיין אז אזא שיינער מענטש ווי יוסף הצדיק זאל מען נישט פארקויפן פאר מער ווי צוואנציג גולדען? נאר אזוי ווי מ'האט אים אריינגעלייגט אין גרוב איז זיין פנים אינגאנצן פארענדערט געווארן, און ער איז נישט ווערט געווען מער ווי צוואנציג שקלים.
מדרש תנחומא, וישב
ווען די ישמעאלים האבן איבערגענומען יוסף הצדיק, האט ער זייער געוויינט אז ער ווערט דערווייטערט פון זיין טאטענ'ס הויז, און די ישמעאלים האבן אים שטארק געשלאגן אויף זיין וויינען, און אים אראפגעווארפן פון זיין קעמעל, ווען דער אויבערשטער האט געזען וואס מ'טוט מיט אים, האט ער רחמנות געהאט אויף אים, און ס'איז געשעהן א נס אז די אלע הענט וואס האבן געשלאגן יוסף הצדיק, זענען געלעמט געווארן, און זיי האבן עס נישט געקענט רירן פון פלאץ, אזוי ווי זיי האבן דאס דערזען האבן זיי זיך דערשראקען, זעהענדיג אז ער איז א געטליכער מענטש, און שפעטער ווען מ'איז דורכגעגאנגען דעם פלאץ וואס הייסט "אפרת" איז יוסף הצדיק אראפ געגאנגען ביי זיין מאמע'ס קבר און האט זיך אויסגעבעטן ביי זיין מאמע'ס קבר, און ער האט געהערט ווי א קול זאגט, האב נישט מורא און גיי אויף מצרים, ווייל דער אויבערשטער איז מיט דיר.
ספה”ק הישר וישב

ווייל מ'האט פארקויפט יוסף הצדיק, די בכור פון רחל – פאר צוואנציג שקלים, דארף יעדער טאטע וואס האט א בכור אויסלייזן זיין זון פאר צוואנציג שקלים.
שקלים ג' הלכה ג'

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג אוקטובער 12, 2008 2:13 am

"אין מצרים ביי פוטיפר"
צוועלף חדשים האט יוסף הצדיק געארבעט פאר פוטיפר, זעקס חדשים האט ער געטוען ארבעט אין הויז, און זעקס חדשים האט ער געארבעט אין פעלד.
ילקוט שמעוני וישב

ווען יוסף הצדיק האט געגעסן א מאכל האט ער שטילערהייט געמאכט א ברכה דערויף, און זיין הער האט עס באמערקט, האט ער אים געפרעגט וואס זאגסטו דארט פאר דו עסט? האט יוסף הצדיק געזאגט אז ער מאכט א ברכה פאר'ן אויבערשטער, האט ער אים ווייטער געפרעגט, אפשר קען איך זען דיין באשעפער? האט אים יוסף הצדיק געענטפערט די זון וואס איז נאר איינער פון זיינע באשעפענישען קענסטו עס נישט אנקוקען איז אוודאי דער באשעפער אליין קענסטו נישט זען, האט דער אויבערשטער געזאגט ווייל דו האסט דאס געזאגט וועל איך מיך באווייזן צו דיר.
במדבר רבה י"ד

"ויבא הביתה לעשות מלאכתו" יענעם טאג איז געווען שבת קודש, און וואס פאר א ארבעט האט ער שוין געהאט צו טוען? נאר ער האט איבערגעלערנט די אלע זאכן וואס ער האט געהאט געלערנט ביי זיין טאטן.
ילקוט שמעוני, וישב
ווען פוטיפר'ס ווייב האט אים איבערגערעדט צו טוען א עבירה, האט יוסף הצדיק נישט געוואלט און האט איר געזאגט איך האב מורא פון מיין טאטן, האט זי אים געזאגט מיר וועלן אים הארגענען און דו וועסט נישט דארפן מורא האבן, האט יוסף הצדיק געזאגט נישט גענוג אז איך וועל הייסן א בעל עבירה זאל איך נאך אויך הייסן א רוצח, האט זי אים ווייטער געצווינגן און אריינגעשלעפט אין א שטוב, דארט איז געהאנגן א בילד פון איר עבודה זרה, האט זי גענומען א טיכל און באדעקט די עבודה זרה, כדי ס'זאל נשט זען ווי זי מאכט א עבירה, האט יסוף הצדיק געזאגט פון די נאר’ישע עבודה זרה האסטו מורא, און פון גרויסן באשעפער וואס זעט אלעס האסטו נישט מורא?
בראשית רבה פ"ז.
יעדן טאג וואס יוסף הצדיק האט געארבעט ביי פוטיפר, האט זיך פוטיפר'ס פרוי אנגעטוען שיין און יעדע שטיק צייט פון טאג האט זי געהאט אנדערע מלבושים, נאר כדי צו געפעלן אין די אויגן פון יוסף הצדיק, אבער ער האט זיך נישט צוטוען געמאכט, איינמאל האט זי אים געזאגט אז אויב ער וועט איר נישט אויסהערן וואס זי וויל בעטן פון אים וועט זי אים איינשפארן, האט יוסף הצדיק גענטפערט איך האב נישט מורא פון דיר ווייל דער אויבערשטער איז א מתיר אסורים – ער בינד אויף די וואס זענען איינגעשפארט, האט זי ווייטער געזאגט איך וועל דיך איינבייגן, האט יוסף הצדיק געענטפערט דער אויבערשטער איז א זוקף כפופים- ער שטעלט אויף די וואס זענען איינגעבויעגן, האט זי ווייטער געזאגט איך וועל דיך בלינד מאכן האט ער איר געזאגט דער אויבערשטער איז א פוקח עורים – ער מאכט זען די וואס זענען בלינד, אזוי האט ער איר אלס גענטפערט און נישט געוואלט צוהערן צו אירע רייד.
יומא ל"ה

ווען פוטיפר'ס ווייב האט אמאל זייער אנגערעדט יוסףה צדיק זאל טוען א עבירה, און ער האט שוין שיעור געוואלט טוען די עבירה, האט זיך זיין טאטע יעקב אבינו באוויזן צו אים און געזאגט בי דיינע אלע ברודער'ס וועט שטיין זייער נאמען אויסגעקריצט אויפ'ן אפוד, און דו וועסט אויך זיין צווישן זיי, אבער מיט דעם וואס דו גייסט זינדיגן וועט מען נישט ארויפלייגן דיין נאמען דארט, אזוי ווי ער האט דאס דערהערט איז ער אוועק געלאפן פון איר.
סוטה ל"ו
יוסף הצדיק איז געווען אין תפיסה ביי פוטיפר צען יאר, ווייל ער האט גערעדט לשון הרע אויף זיינע צען ברודער'ס, און ווייל ער האט געזאגט פאר'ן שר המשקים די צוויי ווערטער "כי אם זכרתני" אז ער זאל אים דערמאנען פאר פרעה, און ער האט זיך נישט פארלאזט אויפ'ן אויבערשטער, האט מען אים צוגעלייגט נאך צוויי יאר.
שמות רבה ז.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג אוקטובער 12, 2008 2:13 am

"יוסף הצדיק געוועלטיגט אין מצרים"
ווען פרעה האט געמאכט יוסף הצדיק פאר משנה למלך אין מצרים, האבן אים זיינע שטערן זעהרס געזאגט אז ס'איז דא א געזעץ אין מצרים אז א קנעכט טאר נישט זיין א קעניג אין מצרים, האט ער זיי געזאגט איך זעה אין אים אז ער איז זייער א פאסענדער מענטש פאר א קעניג, האבן זיי ווייטער געזאגט ער קען דאך נישט די זיבעציג שפראכן און יעדער קעניג דארף דאס צו קענען, איז דער מלאך גבריאל געקומען און אים אויסגעלענט די זיבעציג שפראכן, און צומארגענס האט ער שוין געקענט אלע שפראכן, און יעדע שפראך וואס פרעה האט נאר גערעדט מיט אים האט ער צוריק גענטפערט, האט יוסף הצדיק אנגעפאנגן צו רעדן צו פרעה אין לשון קודש, אבער ער האט נישט געוואוסט צוריק צו ענטפערן, האט אים פרעה געבעטן אז ער זאל אים אויס לערנען די שפראך, אבער וויפיל יוסף הצדיק האט פראבירט אויסצולערנען פאר פרעה, איז עס נישט געגאנגען, האט אים פרעה געזאגט דו מיזט מיר שווערן אז דו וועסט פאר קיינעם נישט אויסזאגן אז דו ווייסט מיט איין שפראך מער ווי מיר, האט יוסף הצדיק געשוואוירן פאר אים, שפעטער ווען יוסף הצדיק האט געוואלט ארויף טראגן זיין טאטן יעקב אבינו צו די מערת המכפילה, האט ער געזאגט פאר פרעה אז ער מוז גיין ווייל ער האט געשוואוירן פאר זיין טאטע אז ער וועט אים ארויף טראגן, האט אים פרעה געזאגט דו קענסט חרטה האבן אויף די שבועה, האט יוסף הצדיק געזאגט אויב אזוי וועל איך אויך חרטה האבן אויף די שבועה וואס כ'האב דיר געשוואוירן נישט אויסצוזאגן אז איך קען מיט איין שפראך מער פון דיר, דאס האט שוין פרעה נישט געוואלט און ער האט אים געמוזט לאזען ארויף גיין מיט זיין טאטע.
סוטה ל"ו

ווען יוסף הצדיק איז געווארן משנה למלך אין מצרים, איז זיין געוועזענע הער פוטיפר געגאנגען פרעגן פרעה, פארוואס האסטו גענומען מיין קנעכט פאר א קעניג, איך האב דאך אים אפגעקויפט פאר צוואנציג גולדען, האט אים יוסף הצדיק גענטפערט אז לויט די געזעצען פון מצרים איז ער חייב מיתה ווייל אין מצרים איז דא א געזעץ אז מ'מעג נאר קויפן א קנעכט פון די מענטשן וואס שטאמען פון כנען און איך שטאם פו שם, און אויך בין איך פון קעניגליכע משפחה ווייל איך בין א אייניקעל פון שרה אמנו וואס פרעה האט איר צוגעכאפט אויף איין נאכט, און ער האט געמאכט א בילד פון איר, און לייג צוזאם איר בילד מיט מיין פנים וועסטו זען אז אונז האב מיר איין אויסזען, איז א סימן אז איך בין איר אייניקעל, האט מען טאקע אזוי געטוען און מ'האט געזען אז די ביידע צורות זען אויס אייניג.
מדרש אגדה, בראשית מ"ט

"יוסף דערקענט זיך צו זיינע ברודער'ס"
ווען יוסף הצדיק האט זיך דערקענט צו זיינע ברודער איז ער אלט געווען 39 יאר.
סדר עולם
דריי גזירות האט יוסף הצדיק גוזר געווען אין מצרים 1) אז א קנעכט זאל נישט אריינגיין אין מצרים. 2) אז א מענטש זאל נישט אריינקומען מיט צוויי אייזלן 3) אז א מענטש זאל נישט אריינקומען אין מצרים נאר נאכדעם וואס ער שרייבט אפ זיין נאמען זיין טאטענ'ס נאמען און זיין זיידענ'ס נאמען, און פארנאכט'ס האט מען אים געברענגט אלע ליסטעס פון די מענטשן וואס זענען אריינגעקומען אין שטאט אריין, און מנשה דער זון פון יוסף הצדיק איז געווען געשטעלט אויף דעם, ווען די קינדער פון יעקב אבינו זענען אנגעקומען אויף מצרים, האט יוסף געזען אויף די ליסטע זייערע נעמען, האט ער געזאגט פאר דער וואס איז געווען געשטעלט אויף פארקויפן די תבואה, אז ווען ס'קומען צו אים די מענטשן וואס הייסן ראובן שמעון וכו', זאל ער זיי כאפן און ברענגן פאר אים, ס'איז שוין דורכגעגאנגען דריי טעג און די ברודער'ס זענען נאכנישט געקומען קויפן תבואה, האט יוסף הצדיק גענומען זיבעציג שטארקע מענטשן אז זיי זאלן גיין זוכן און אהערברענגן, האט מען זיי געזוכט און געטראפן צווישן מענטשן וואס מאכן זייער מיאוס'ע עבירות, (ווייל זיי האבן געטראכט אז זייער ברודער יוסף איז זייער א שיינער, און קען זיין אז די שלעטכע מענטשן האבן אים אריינגעכאפט צו זיך, דעריבער האבן זיי זיך געדרייט דארט), האט מען זיי געכאפט און געברענגט פאר יוסף הצדיק, און יוסף הצדיק האט געקלאפט מיט זיין בעכער און געזאגט איךז עה אין מיין בעכער אז איר זענט שפיאנען, האבן זיי געענטפערט ניין! מיר זענען אמת'ע מענטשן, נאר אונזער טאטע האט אונז געהייסן דאס מיר זאלן אריינגיין יעדער איינער פון א אנדערע טויער כדי אז ס'זאל נישט שאטן א שלעכט אויג, האט יוסף הצדיק ווייטער געפרעגט, און וואס האט איר געזוכט אויף די פלאץ ווי ס'דרייען זיך די שלעטכע מענטשן, האבן זיי גענטפערט מיר האבן עפעס פאלארן און מיר האבן עס דארט געזוכט, האט יוסף הצדיק געזאגט איך זעה אויף מיין בעכער אז צוויי פון ענק האבן שוין חרוב געמאכט א שטאט (שכם) און נאך זעה איך אז איר האט פארקויפט ענקער ברודער פאר אראבער, זענען זיי זייער דערשראקען געווארן, האט ער זיי געפרעגט ווי איז דער ברודער? האבן זיי געענטפערט מיר האבן אים פארקויפט, פאר וויפיל געלט האט יוסף הצדיק זיי געפרעגט? האבן זיי געענטפערט מיר האבן אים פארקויפט פאר פינף סלעים, האט יוסף הצדיק זיי געפרעגט און אויב איר וועט אים טרעפן און מ'ווועט בעטן דאפעלט געלט וועט איר דאס וועלן געבן? האבן זיי געזאגט יא, האט ער זיי געפרעגט און אויב מ'וועט נישט וועלן פאר קיין שום געלד צירוק געבן דעם ברודער, וואס וועט איר דעמאלס טוען, האבן זיי געזאגט צוליב דעם זענען מיר געקומען אדער צו הארגענען אדער געהארגעט צו וועען, האט יוסף הצדיק געשריגן אויף זיי, דאס איז וואס איך האב געזאגט איר זענט שפיאנען און איר זענט געקומען חרוב מאכן דאס לאנד, האט יוסף הצדיק געשיקט א שליחות צו פרעה אז ער האט דא גרויסע רויבער'ס און ער דארף האבן זיבעציג גבורים זיי איינצושפארן, אזוי ווי די גבורים האבן געוואלט איינשפארן דעם שמעון, האט ער געגעבן אויף זיי א געשריי און פון גרויס פחד זענען זיי אראפגעפאלן און צובראכן זיערע ציינער, מנשה דער זון פון יוסף הצדיק איז דארט געווען האט אים זיין טאטע געזאגט שטיי אויף און שפאר זיי איין, און מנשה האט אים טאקע איינגעשפארט, און יוסף הצדיק האט געזאגט פאר די איבבעריגע ברודער איך האלט אים דא איינגעשפארט ביז איר ברענגט מיר אייער קליינעם ברודער, נאכדעם וועט שמעון ארויסגיין פון געפענגעניש, אבער ווען די ברודער זענען אוועק געגאנגען האט ער ארויסגענומען שמעון פון געפענגעניש און אים ארום געוואשען און געגעבן צו עסן.
בראשית רבה צ"א

ווען די ברודער האבן געברענגט בנימין און יוסף הצדיק האט אים אנגעכאפט און נישט געוואלט ארויסלאזען, האט זיך אידא זייער אויפגערעגט אויף אים, האט יוסף הצדיק געזען אז ער וועט גערעגט האט ער זיך דערשאקען האט ער גענומען די שטיין אויף וואס ער איז געזעסן און עס צומאלן אויף שטיקלך, האט אידא געזאגט ער איז אויך אזוי שטארק ווי איך, האט אידא געוואלט ארויסנעמען זיין שווערד פון די האלטער, אבער ס'איז נישט געגאנגען האט ער געזאגט דער מוז זיין א ג- ט פארכטיגער מענטש, אז ס'געשעהט צו אים אזעלכע ניסים.
שם צ"ג
ווען יוסף האט געזען ווי די ברודער'ס רעגן זיך זייער שטארק, האט ער זיך דערשראקען אז זיי וועלן חרוב מאכן דאס לאנד, האט ער שנעל ארום געשיקט א שליח זאל זאגן אז יעדער איינער זאל זיך באוואפענען מיט געווער גרייט צו א מלחמה, אבער יוסף הצדיק האט זיי געבעטן אז זיי זאלן נישט מלחמה האלטן, אבער יהודה האט געגעבן אזא שריי אז ס'האט זיך געהערט אין די גאנצע לאנד און אלע מענטשן פון מצרים האבן זיך זייער דערשראקען און אפילו פרעה דער קעניג איז ארפאגעפאלן פון זיין שטיל פאר גרויס שרעק, דעמאלס האט פרעה געשיקט זאגן פאר יוסף הצדיק אז ער זאל זיי שוין צירוק געבן בנימין און זיי אלע אוועקשיקען ווייל אויב נישט שיקט ער אים אליין אויך ארויס פון מצרים.
ספה”ק הישר ויגש

יוסף הצדיק האט זיך אריינגעלאזט אין א גרויסע סכנה ווען ער האט אנגעפאנגן א קריגעריי מיט די ברודער'ס, און מיט דעם אלעם האט יוסף הצדיק נישט אריינגערופן די מצריים זאלן אים העלפן, ווייל ער האט געזאגט ס'איז בעסער אז איךז אל גע'הארגעט ווערן ווי איידער מיינע ברודער'ס זאלן פארשעמט ווערן, יהודה האט אנגעפאנגן צו זאגן פאר יוסף הצדיק אויב איך וועל ארויסנעמען מיין שווערד פון איר האלטער וועט גאנץ מצרים זיין פול מיט בלוט, און אויסגעהארגעטע מענטשן, האט אים יוסף הצדיק צירוק גענטפערט אויב דו וועסט ארויסנעמען דיין שווערד וועל איך עס אנבינדן אויף דיין האלז, און אויב דו עפענסט נאך אויף א מויל אויף מיר וועל איך עס פארמאכן מיט א שטיין, האט אים אידע געפרעגט און וואס וועט מען ענטפערן פאר מיין טאטע אז דו ווילסט נישט צירוק געבן דעם בנימין? האט אים יוסף הצדיק געענטפערט זאג פאר דיין טאטן אז די שטריק איז נאכגעפאלן נאכ'ן אנשעפער, (דאס איז א משל אז אזוי ווי ווען מ'שעפט אן וואסער פון א ברין און די טעפל פאלט אריין אין וואסער, קען זיך מאכן אז די שטריק פאלט אויך מיט, אזוי אויך זאלסטו זאגן פאר דיין טאטן אז אזוי ווי יוסף איז שוין נישטא די זעלבע איז געשעהן מיט בנימין), האט אים אידא געזאגט דו פירסט דיך נישט ריכטיג, און נישט אויסגעהאלטן לויט'ן דין, האט אים יוסף הצדיק צירוק געענטפערט און ווען איר האט פארקויפט ענקער ברודער איז עס יא געווען אויסגעהאלטן לויט'ן דין, האט אים אידא געזאגט דו רעגס'ט מיך אויף און איך גיי פארבן אלע גאסן פון מצרים מיט בלוט, האט אים יוסף הצדיק צירוק גענטפערט איר זענט שוין אלטע פארבער'ס ווייל אייער ברודער'ס העמד האט איר אויך געפארבט מיט בלוט, אבער ווען יוסף הצדיק האט געזען אז ס'האלט נישט ווייט און באלד גייען זיי חרוב מאכן די שטאט, האט ער זיי געזאגט דעם ברודער וואס איר האט פארלוירן האב איך אפגעקויפט און איך וועל אים איצט אהער רופןע, און ער האט אנגעפאנגן צו שרייען יוסף! יוסף! דיינע ברודער וואס האבן דיר פארקויפט זענען געקומען רעדן מיט דיר קום ארויס, און די ברודער קוקען אויף אלע פיר זייטן פון שטוב און זיי זען גארנישט, האט ער זיי געזאגט ווי קוקט איר, איך בין דאך ענקער ברודער וואס איר האט פארקויפט, האבן זיי אים נישט געוואלט גלייבן ווייל זיי האבן אים נישט דערקענט, ווייל ווען זיי האבן אים געזען די לעצטע מאל איז ער געווען אן א בארד און איצט האט ער געהאט א בארד, האט ער זיי געוויזן מיט סמנים אז ער איז זייער ברודער, האבן זיי אים געוואלט הארגענען איז געקומען א מלאך און האט זיי צושפרייט אויף אלע עקען פון די שטוב און זיי האבן אים גארנישט געטוען.
מדרש תנחומא ויגש ה'

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג אוקטובער 12, 2008 2:13 am

"זיין פטירה"
דריי צדיקים זענען נפטר געווארן שבת אין די צייט פון מנחה, משה רבינו, יוסף הצדיק און דוד המלך.
זוהר ח"ב
פארוואס איז יוסף הצדיק נפטר געווארן פאר אלע זיינע ברודער? ווייל ער האט זיך געפירט מיט א הערשאפט.
ברכות נ"ה
ביי יוסף הצדיק געפונען מיר אז ווען ער האט נאך געלעבט שטייט אויף אים "עצמות יוסף", די ביינער פון יוסף, א זאך וואס שטייט נישט ערגעץ אנדערש, נאר דאס איז געווען א שטראף פאר אים ווייל ער האט געהערט ווי מ'רופט זיין טאטע "דיין קנעכט" יעקב און ער האט גארנישט מוחה געווען דעריבער ווערט ער שוין אנגערופן ביים לעבן "ביינער".
סוטה י"ג:
נאכדעם וואס יוסף הצדיק איז נפטר געווארן האט נישט שולט געווען קיין שום טומאה אויף זיין גווף, און דעריבער האט ער נאר געבעטן אז מ'זאל ארויף טראגן זיינע ביינער, און גארנישט גערעדט פון זיין גוף.
זוהר קמ"א.
פאר יוסף הצדיק איז נפטר געווארן האט ער געשוואוירן פאר זיינע ברודער אז ער האט נישט קיין שום שנאה אויף זיי, און זיי האבן צירוק געשוואוירן אז זיי האבן נישט קיין שום שנאה אויף אים, האט יוסף הצדיק געבעטן פון זיי אז נאכדעם וואס ער וועט נפטר ווערן זאל מען אים טראגן אויף שכם ווייל פון דארט האט מען מיך געגנבעט און דארט זאל מען מיך צירוק טראגן
שמות רבה כ'.
"ויישם בארון במצרים, (סוף בראשית), פארוואס שטייט ויישם מיט צוויי איד'ן נאר ס'איז געשעהן א נס אז יוסף הצדיק אלייןה אט צוגעהאלפן אז מ'זאל אים קענען אריינלייגן אינעם ארון, ואס איז נישט די נארמאלע סדר אז טויטע זאלן צוהעלפן לעבעדיגע.
מדרש שכ"ט ג'.

דריי אוצרות האט יוסף הצדיק באהאלטן אין מצרים (פון אלע געלד וואס ער האט אנגעזאמעלט אין די הונגער יאר) איינס איז אנטפלעקט געווארן פאר קרח, און די צווייטע פאר אנטונינוס (די חבר פון רבינו הקדוש) און איינס האט מען אוועקגעלייגט פאר די צדיקים לעתיד לבוא.
פסחים קי"ט.

נאכדעם וואס יוסף הצדיק איז נפטר געווארן האבן די מצריים געמאכט א ארון פון פינף הונדערט ככר גאלד, און אריינגעלייגט דעם ארון אין א טייך, און מיט כישוף געמאכט אז מ'זאל אים נישט קענען ארויסנעמען, און זיי האבן געזאגט פאר פרעה אויב ווילסטו אז די אידן זאלן קיינמאל נישט ארויסגיין פון מצרים זאלסטו זען אז זיי זאלן נישט ארויסנעמען דעם קאסטן.
דברים רבה י"א.
ווען ס'איז געקומען די צייט אז די אידן האבן געדארפט ארויסגיין פון מצרים, איז משה רבינו געוואור געווארן פון סרח בת אשר ווי די ארון פון יוסף הצדיק איז באהאלטן, און זי האט אים געזאגט אז די מצריים האבן אריינגעלייגט די קאסטן אין די טייך נילוס כדי דאס וואסער זאל דורכדעם געבענטש ווערן, איז משה געגאנגען אויף די ברעג פון טייך נילוס און געזאגט יוסף יוסף ס'איז שוין געקומען די צייט אז די אויבערשטער זאל מקיים זיין די שבועה וואס ער האט געשוואוירן פאר זיינע קינדער ארויסצוגיין פון מצרים, און ס'איז שוין געקומען די צייט דאס מיר זאלן מקיים זיין דיין שבועה, קומסטו ארויס וועלן מיר דיך ארויפטראגן, און אויב נישט זענען מיר פריי פון דיין שבועה, אזוי ווי ער האט דאס געזאגט איז ארויף געשווימען די ארון ווי יוסף הצדיק איז געווען.
סוטה י"ג.
די אלע יארן וואס די אידן זענען געגאנגען אין מדבר, איז מיטגעגאנגען מיט זיי צוויי ארונות, אין איינס איז געלעגן די לוחות און אין איינס איז געווען די ביינער פון יוסף הצדיק, און ווען די דורכגייער האבן געפרעגט וואס פאר א שייכות האבן די צוויי ארונות האט מען זיי געזאגט אז יוסף האט מקיים געווען וואס שטייט אין די לוחות.
שם

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג אוקטובער 12, 2008 2:15 am

די גרויסקייט פון יוסף הצדיק
די צורה פון מלאך מיכאל און גבריאל איז געווען אין יוסף הצדיק.
(סוכת שלם)
יוסף הצדיק איז געבוירן געווארן גע'מלה'ט.
(אבות דר' נתן)

ווער עס האט איהם געזעהן האט ער איהם און זיין הארץ ליב באקומען.
(זוהר)
יוסף הצדיק איז די זויל פון די וועלט.
(זוהר)
אלעס וואס יעקב אבינו האט געלערנט ביי שם און עבר האט ער איבער געגעבן פאר יוסף הצדיק.
(בראשית רבה)
יוסף הצדיק האט געהאט אלע מדות פון די שבטים די בכורה פון ראובן, די מלכות פון יהודה, די נביאות פון לוי, די חכמה פון יששכר.
(סוכת שלם)
הקב"ה האט אפגעגעבן כבוד פאר יוסף הצדיק, ווייל ער איז געווען א ירא שמים.
(סוכת שלם)
אויף די צורה פון יוסף הצדיק איז געווען אויסגעקריצט די חותם פון הקב"ה וואס דאס איז אמת.
(סוכת שלם)
חסידות איז געווען די אומנות פון יוסף הצדיק.
(סוכת שלם)
יוסף הצדיק האט מתקן געווען תפלת מוסף.

הים ראה וינוס:
דוד המלך זאגט אין תהלים, ווען די יודען זענען אנגעקומען צום ים סוף האט זיך די ים נישט געוואלט שפאלטן פאר זיי, אבער הים ראה, ווען ער האט געזעהן, וינוס, איז ער אנטלאפן.
זאגט די מדרש אויף דעם, מה ראה, וואס האט די ים געזעהן אז ער האט זיך אזוי דערשראקן, ענטפערט די מדרש, ארונו של יוסף ראה, ער האט געזעהן דעם ארון פון יוסף, דארף מען צו פארשטיין וואס האט זיך דער ים זיך אזוי דערשראקן פונעם ארון פון יוסף הצדיק.
נאר די ים האט גע'טענה'ט, אז די מענטש איז באשאפן געווארן דעם זעק'ס'טן טאג פון ששת ימי בראשית, און די ים איז געווארן די צווייטע טאג פון ששת ימי בראשית, ממילא איז ער חשוב'ער פונעם מענטש און ער דארף זיך נישט שפאלטן פאר דעם מענטש.
אבער ווען יעקב אבינו האט זיך געטראפן מיט עשו הרשע, האט ער אויסגעשטעלט, קודם לאה ובניה, און נאכדעם זלפה ובניה, און בלהה ובניה, און צום סוף רחל ויוסף, איז רש"י דארט מסביר ווייל אחרון אחרון חביב, דער לעצטע איז דער באליבסטע.
פארדעם ווען די ים האט געזעהן ארונו של יוסף, און ער האט זיך דערמאנט אז יוסף איז געשטאנען נאך רחל, ווייל אחרון אחרון חביב, האט ער איינגעזעהן אז זיין טענה, אז ער איז באשאפן געווארן פריעהר איז נישט קיין טענה.
ילקוט הגרשוני

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג אוקטובער 12, 2008 2:15 am

ולא זכר שר המשקים את יוסף וישכחהו
אויף דעם פסוק שטייט אין מדרש, "וישכחהו - הה"ד אשרי הגבר אשר שם ה' מבטחו ולא פנה אל רהבים - זה יוסף. גליקליך איז דער מענטש וואס פארלאזט זיך אינגאצען אויפ'ן אויבערשטן און זוכט נישט קיין הילף פון פאלשע מקורות, און דאס איז געווען יוסף, פרעגן דערויף די מפרשים, אין פסוק זעען מיר דאך פארקערט, אז יוסף האט זיך באנוצט מיט'ן שר המשקים, אז ער זאל זיין פאר אים א שליח. אויב אזוי פארוואס רופט אן דער פסוק יוסף'ן אלס איינער וואס פארלאזט זיך אינגאנצן אויפ'ן אויבערשטן?

הרב הצדיק ר' ישראל טשארטקאווער, האט ערקלערט דעם מדרש מיט א מעשה פון זיין זיידן: "מיין זיידע רבי אהרן פון טיטאוו - האט דער טשארטקאווער דערציילט - איז געווען דעם בעל שם טוב'ס אן אייניקל, און א צדיק נסתר. פאר ער איז נתגלה געווארן, האט ער געוואוינט אין קאנסטאנטין, און געזעצן אין בית המדרש אונטערן אויוון, געלערנט נגלה און נסתר, און געדינט דעם אויבערשטן טאג און נאכט. ער האט אבער געליטן גרויס ארימקייט, און קיינער האט אויף אים זיך נישט אומנעקוקט.
איינמאל, ווען דאס דחקות אין זיין שטוב איז געווען שוין נישט אויסצוהאלטן, און דער צער פון זיינע בני בית האט אים גערירט ביז צום הארצן, האט ער זיך אנערופן צו די מתפללים אין בית המדרש: שוין יארן וואס עס געפינט זיך ביי אייך אין בית המדרש אן אייניקל פון בעש"ט, און דינט דעם באשעפער, און יעדער פון אייך ווייסט אז ער האט נישט קיין הכנסות פון קיין מסחר, און עס פאלט קיינעם נישט איין צו פרעגן: "פון וואס לעבט אזא איד"? עס איז געווארן א גרויס טומל אין בית המדרש, יעדער האט איינגעזען אז מ'איז באגאננען אן עוולה קעגן אים, און גלייך האבן עטליכע אידן זיך ארגאניזירט צו זארגן פאר די פרנסה פון רבי אהרן. אבער ווען רבי אהרן איז אנגעקומען צו זיך אהיים, האט אים זייער לייד געטוהן וואס ער האט געטוהן ער האט זיך ביטער צעוויינט: ווי אזוי האב איך געטוהן אזא נארישקייט, איך האב מיך שטענדיג פארלאזט אויפ'ן באשעפער, און נישט געוואלט אנקומען צו מתנות פון א בשר ודם, און יעצט האב איך מיך געוואנדן צו מענמשן? ער האט שטארק חרטה געהאט דערויף, און האט געבעטן דעם אויבערשטן אז ער זאל מאכן פארגעסן די אלע מענטשן וואס ער האט צו זיי זיך אפגערעדט וועגן זיין מצב, און עס זאל ווייטער זיין ווי פריער. זיין תפילה איז אנגענומען געווארן. און אלע מענטשן האבן פארגעסן וואס זיי האבן גענומען אויף זיך, און זיי האבן זיך ווייטער נישט אומגעקוקט אויף אים, פון די מעשה, האט דער טשארטקאווער פארענדיגט זיינע ווערטער, האב איך פארשטאנען די ווערטער פון מדרש. יוסף האט דאך אויך געבעטן א טובה פונעם שר המשקים, און געוואלט אז ער זאל זיין א שליח אים ארויסצונעמען. אבער דאס איז געווען נאר אויף א וויילע. גלייך האט יוסף אנערקענט אז ער דארף זיך נישט פארלאזן אויף א בשר ודם, און האט געבעטן דעם אויבערשטן אז דער שר המשקים זאל פארגעסן וואס ער האט אים געבעטן. און דאס זאגט דער פסוק: "ולא זכר שר המשקים את יוסף", ווייסטו פארוואס, ווייל "וישכחהו", יוסף האט אים געמאכט פארגעסן דורך זיין תפילה, דעריבער זאגט דער מדרש אז יוסף איז געווען דער ריכטיגער בעל בטחון וואס ווערט דערמאנט אין פסוק "אשרי הגבר אשר שם ה' מבטחו".

והגדתם לאבי את כל כבודי במצרים
איר זאלט דערציילן מיין טאטן דעם גאנצן כבוד וואס איך האב אין מצרים, שטעלט זיך די קשיא ווי קומט עס אז יוסף הצדיק זאל זיך לויבן און רימען מיט זיין כבוד וואס ער האט זיך ערווארבן, און ער זאל נאך טראכטין אז יעקב וועט זיך פרייען דערמיט. האמ כ"ק מרן אדמו"ר מבאבוב זצ"ל געזאגט אז ער האט געהערט פון זיין טאטין כ"ק מרן אדמו"ר מהר"ש זצ"ל, בשם רבינו הקדוש הדברי חיים זצ"ל, אז דער פשט איז והגדתם, איר זאלט זאגין "לאבי" וועגן מיין טאטענס זכות (אסאך מאל מיינט א למ"ד בשביל, וועגן) "את כל כבודי במצרים" האב איך ערווארבן מיין גאנץ כבוד און הערשאפט און מצרים, - קומט אויס, אז יעקב אבינו וועט זיך פרייען אז יוסף הצדיק איז נישט אריינגעפאלין און גאות, צו זאגין ח"ו "כוחי ועוצם ידי עשה לי את כל החיל הזה".
(הובא בקדושת ציון, פ' מסעי)

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

לקוטים וענינים על אושפיזין

תגובהדורך זיידעניו » מאנטאג אוקטובער 13, 2008 12:41 pm

דאס ווארט "אושפיזין" איז אן אראמיש ווארט, וואס מיינט "געסט" אדער "פנים חדשות". דער אויסדרוק אושפיזין קדישין, און אושפיזין מהימנותא, ווערט גענוצט כלפי די געהויבענע הייליגע געסט, וועלכע קומען אריין אין דער סוכה, אזוי ווי עס ווערט געברענגט אין זוהר הק' פרשת אמור, ווען אידישע קינדער זיצן אין סוכה רועט די שכינה אויף זיי, און מען דארף זיך פרייען מיט די הייליגע צדיקים וואס קומען אין דער סוכה.

דער מקור פון דעם נוסח וואס מיר זאגען ביים אריינקומען אין די סוכה, איינצולאדן די אושפיזין עילאין צו דער סעודה און זיי מכבד זיין, שטאמט אויך פון זוהר הקדוש. דער זוהר דערציילט, אז רב המנונא סבא ווען ער איז אריין אין דער סוכה האט ער זיך געשטעלט ביי דער טיר און איינגעלאדענט די אושפיזין עילאין. און נאכדעם ווי ער האט מסדר געווען די חלות און געמאכט א ברכה, האט ער געזאגט: בסוכות תשבו שבעת ימים, תיבו אושפיזין תיבו, תיבו אושפיזי מהימנותא תיבו. און נאכדעם האט ער ווייטער געזאגט דעם גאנצען נוסח ביז "יעקב חבל נחלתו".

עס זענען דא וואס זענען זיך נוהג איינצולאדענען די אושפיזין, יעדען טאג אן אנדערן, לויט דעם סדר פון די אבות:
אברהם, יצחק, יעקב, יוסף, משה, אהרן און דוד.
לויט די קבלת האריז"ל, און אויך אין סידור השל"ה, איז דער סדר:
אברהם, יצחק, יעקב, משה, אהרן, יוסף און דוד.

אין סידור יעב"ץ שטייט צוגעגעבן דער טיטול צו יעדן איינעם פון די 7 אושפיזין עילאין: אברהם רחימא, יצחק עקידתא, יעקב שלימתא, משה רעיא מהימנא, אהרן כהנא קדישא, יוסף צדיקא, דוד מלכא משיחא.
עוּלוּ אוּשְׁפִּיזִין עִלָאִין קַדִּישִׁין גייט אריין, די געהויבענע געסט, די הייליגע
עוּלוּ אַבְהָן עִלָאִין קַדִּישִׁין גייט אריין, די דערהויבענע אבות, די הייליגע
לְמֵיתַב בְּצִלָא דִמְהֵמְנוּתָא עִילָּאָה אין דעם שאטען, פון דעם באגלייבט'ן באשעפער
בְּצִלָּא דְּקֻדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא אין דעם שאטען פון הקדוש ברוך הוא
לֵיעוּל אַבְרָהָם זאל אריין גיין דער אברהם,
וְעִמֵּיה און מיט איהם זאל אריין גיין
יִצְחָק וְיַעֲקֹב מֹשֶׁה אַהֲרֹן יוֹסֵף וְדָוִד יצחק, יעקב, משה, אהרן, יוסף, דוד
הֲרֵינִי מוּכָן וּמְזֻמָּן איך בין גרייט, און פאר געברייט
לְקַיֵּם מִצְוַת סֻכָּה איין צו האלטען, די מצוה פון סוכה
כַּאֲשֶׁר צִוַּנִי הַבּוֹרֵא, אזוי ווי עס האט מיר באפוילען דער באשעפער
יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ געבענטש איז זיין נאמען
בַּסֻכֹּת תֵּשְׁבוּ שִׁבְעַת יָמִים אין סוכה זאלט איהר זיצן, זיבען טעג
כָּל הָאֶזְרָח בְּיִשְׂרָאֵל אלע אלט געזעסענע פון די יודן,
יֵשְׁבוּ בַּסֻּכֹּת זאלען זיצען אין סוכה
לְמַעַן יֵדְעוּ דֹרֹתֵיכֶם כדי זיי זאלן וויסן די שפעטערדיגע דורות
כִּי בַסֻּכּוֹת הוֹשַׁבְתִּי אֶת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל אז איז אין סוכות האב איך געמאכט זיצן די ב"י
בְּהוֹצִיאִי אוֹתָם מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם ווען איך האב זיי ארויסגעצויגן פון לאנד מצרים
תִּיבוּ תִּיבוּ אוּשְׁפִּיזִין עִלָאִין זעצט אייך - זעצט אייך, הייליגע געסט!
תִּיבוּ תִּיבוּ אוּשְׁפִּיזִין דִמְהֵמנוּתָא זעצט אייך זעצט אייך געסט פון באגלייבטן באשעפער
בְּצִלָּא דְקוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא און שאטן פון הקב"ה
זַכָּאָה חוּלְקָנָא וואויל איז אונזער טייל
וְזַכָּאָה חוּלְקֵיהוֹן דְּיִשְׂרָאֵל און וואויל איזדער טייל פון די יודן
דִּכְתִיב כִּי חֵלֶק ה' עַמּוֹ ווייל עס שטייט אין פסוק, אז דער טייל פון השי"ת איז זיין פאלק
יַעֲקֹב חֶבֶל נַחֲלָתוֹ דער יעקב, ווי א געפלאכטענע שטריק איז זיין ארבטייל
וִיהִי נוֹעַם ה' אֱלֹקֵינוּ עָלֵינוּ און עס זאל זיין די זיסקייט פון ד' אונזער גאט אויף אונז
וּמַעֲשֵׂה יָדֵינוּ כּוֹנְנָה עָלֵינוּ און אין די ווערק פון אונזער הענט זאלסטו אנגרייטן אויף אונז
וּמַעֲשֵׂה יָדֵינוּ כּוֹנְנֵהוּ און די ווערק פון אונזער הענט זאלסטו זיי אנגרייטן
אֲזַמֵּן לִסְעֻדָתִי איך טו אייך איינליידענען צו מיין סעודה
אֻשְׁפִּיזִין עִלָּאִין די דערהויבענע געסט
אַבְרָהָם, יִצְחָק, יַעֲקֹב, מֹשֶׁה, אברהם, יצחק, יעקב, משה
אַהֲרֹן, יוֹסֵף, דָוִד אהרן, יוסף, דוד
בְּמָטוּ מִנָּךְ איך בעט פון דיר

אַבְרָהָם יִצְחָק יַעֲקֹב מֹשֶׁה אַהֲרֹן יוֹסֵף דָוִד

אֻשְׁפִּיזֵי עִלָּאֵי דְיֵתְבוּ עִמִּי אז ער זאל זיצען מיט מיר דער דערהויבענע גאסט
וְעִמָּךְ כָּל אֻשְׁפִּיזֵי און מיט דיר זאל מיטקומען די אלע אנדערע געסט

יעדן טאג רעכענט מען אויס אלע אנדערע חוץ וועם מען האט שוין געלאדענט

אַבְרָהָם יִצְחָק יַעֲקֹב מֹשֶׁה אַהֲרֹן יוֹסֵף דָוִד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מאנטאג אוקטובער 13, 2008 12:48 pm

די אושפיזין ווארטן אויף איהם

אין די סוכה פון דעם הייליגן רבי'ן פון לובלין זי"ע זיצען אלע זיינע תלמידים און ווארטן אז דער רבי זאל אריין קומען פיהרן טיש. אבער דער רבי פרעגט: "און ווי איז ר' לייביש זאקילקוב"? (דער בעל "ליקוטי מהרי"ל") - ער האט נישט געוואלט אריין גיין ווי לאנג מען גייט נישט אויפזוכען ר' לייביש. דעם רבי'נס זוהן ר' צבי זצ"ל פרעגט דעם טאטען: "און אהן ר' לייביש קענסטו נישט אריין קומען אין די סוכה"? ענטפערט איהם זיי טאטע: "וואס דען זאל איך טוהן אז אלע אושפיזין שטייען אינדרויסען און ווילען נישט אריין קומען איידער ר' לייביש קומט נישט אריין"!!

גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 687
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 11, 2009 2:33 pm

תגובהדורך גבאי ביהמד » דינסטאג סעפטעמבער 29, 2009 8:58 am

אושפיזין עילאין, אושפיזין דמהימנותא

אוועטאר
moshele11211
שר האלף
תגובות: 1254
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 26, 2010 2:18 pm

תגובהדורך moshele11211 » זונטאג אוקטובער 09, 2011 5:21 pm

גבאי ביהמד האט געשריבן:אושפיזין עילאין, אושפיזין דמהימנותא

אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1711
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

תגובהדורך שמן למאור » זונטאג אוקטובער 09, 2011 5:23 pm

משה'לע! ביסט אן אייניקל פון זיידעניו ?

לאדז'ער
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 02, 2019 12:26 am

תגובהדורך לאדז'ער » מוצ"ש אוקטובער 12, 2019 9:56 pm

moshele11211 האט געשריבן:
גבאי ביהמד האט געשריבן:אושפיזין עילאין, אושפיזין דמהימנותא

נאו נעים
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 14, 2019 9:20 am

תגובהדורך נאו נעים » מוצ"ש אוקטובער 12, 2019 11:32 pm

זיידעניו, הערליך שיין מלקט געווען, אזוי מסודר'דיג געשריבן! ייש"כ


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט