שמחת בית השואבה

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

שמחת בית השואבה

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג אוקטובער 10, 2008 1:13 am

זמן שמחתינו

ניסוך המים בזמן שבית המקדש היה קיים
די מקור פון ניסוך המים, גיסן וואסער ביי שמחת בית השואבה, לערנט די גמרא ארויס אין מסכת תענית פון דעם וואס דער פסוק זאגט ביי די קרבנות פון סוכות, בים צווייטן טאג "ונסכיהם" און ביים זעקסטן טאג "ונסכי'", און ביים זיבעטן טאג "כמשפטם" וואס די סופי תיבות פון דעם איז "מי"ם, וואס דאס איז א רמז פון די תורה צו גיסן וואסער ביי שמחת בית השואבה. (די מהרש"א אויפ'ן פלאץ זאגט אז דעריבער האט די תורה מרמז געווען ביים זיבעטן טאג אין די ווארט "כמשפטם" און נישט אין די ווארט ונסכיהם ווי ביים צווייטן טאג, ווייל דעם זיבעטן טאג פון סוכות דעמאלס איז שוין דער גמר פון די משפט אויף די וואסער, דעפאר האט עס די תורה מרמז געווען אין די ווארט כמשפטם).
אזוי אויך זאגט די גמרא אין מסכת ר"ה, אז דער אויבערשטער האט געהייסן מ'זאל גיסן פאר אים וואסער אין יו"ט סוכות, כדי די אלע וואסערן וואס מ'איז דן אין סוכות זאלן דורך דעם געבענטש ווערע, [אין די ספרים הקדושים הקדושים ווערט געפרעגט וויאזוי זאגט די גמרא אז אין סוכות איז מען דן אויף די וואסערן, אז מיר ווייסן אז אין ראש השנה איז דער אויבערשטער דן די גאנצע וועלט לרעב או לשובע, וואס דאס מיינט אויך צו ס'וועט יא זיין רעגן אדער נישט, ווייל רעב אדער שובע ווענדט זיך אלעס אין די רעגן, ענטפערן די ספרים הקדושים איז אין ראש השנה איז מען טאקע דן די רעגן און די פרנסה פון א מענטש, אבער אין סוכות איז מען נאך אלס דן אויף די פרנסה וואס איז אים געווארן אנגעשריבן אין ראש השנה, וויאזוי ס'זאל אים אנקומען, צו גרינג אדער שווער, דאס האט מען נאך נישט דן געווען אין ראש השנה, נאר דאס ווארט מען אויף סוכות] (אין זוהר הקדוש שטייט אז אלע וואסערן איז מען דן צו מ'האט זיך געהעריג אפגעגאסן מיט זיי נטילת ידים און צו מ'האט מזלזל געווען אין מקואות א.ד.ג.)
נאך שטייט אין זוהר הקדוש לוי'טן פסוק אין שיר השירים, מים רבים לא יוכל לכבות את האהבה, אז דאס גייט ארויף אויף די וואסערן וואס אידן גיסן ביי שמחת בית השואבה וואס דאס ווערט געמאכט פאר'ן אויבערשטערס וועגן מיט גרויס אהבה און ליבשאפט.

אין רמב"ם אין פירש המשניות מסכת סוכה שטייט, ניסוך המים אין יו"ט סוכות איז הלכה למשה מסיני, און "סאיז דא צו דעם באהאלטענע רמזים אין די תורה".

די גמרא ברענגט אז ס'איז געווען אפיקורסים וואס האבן נישט געגלייבט אין די גאנצע מצוה פון ניסוך המים, אזוי ווי זיי האבן געלייקענט אין די גאנצע תורה שבעל פה, און זיי האבן נאר געגלייבט אין תורה שבכתב, ווי די גמרא ברענגט אז מ'האט אמאל באווארפן א אפיקורס מיט אתרוגים, ווען מ'האט געזען אז ער מאכט חוזק פון די מצוה פון ניסוך המים.

דער בן איש חי ברענגט א רמז אין זיי ספה”ק "בניהו" אז די תורה האט מרמז געווען די מצוה פון ניסוך המים ביי יום ב', יום ו', יום ז', וואס דאס איז די אותיות בו"ז, און אין די קדמונים שטייט אז די תורה שבכתב ווערט אנגערופן "אהבה", קען מען מרמז זיין אין פסוק אם יתן איש את כל הון ביתו "באהבה", אויב א מענטש גלייבט נאר אין תורה שבכתב – וואס איז מרומז אין אהבה, ווי די אפיקורסים וואס גלייבן נאר אין תורה שבכתב, דעמאלס פירט אויס דער פסוק בו"ז, מיט די רמז וואס די תורה האט מרמז געווען ביי די אלע טעג פון בו"ז, יבוזו לו – טוט מען אים פארשעמען, ווייל דארט זעט מען דאך אז די תורה האט ספעציעל אזוי געשריבן כדי די חכמים זאלן ארויסלערנען זייערע ווערטער.

דעם ערשטן טאג סוכות איז געווען ניסוך המים אין בית המקדש, שטייט אין ספרים הקדושים אז דעריבער האט מען עס דוקא געמאכט אין דעם ערשטן טאג סוכות ווייל אין יענעם טאג איז אליעזר געקומען צום ברין און געטראפן דארט רבקה, און זי האט אים געגעבן וואסער, און מיט דעם איז צושטאנד געקומען די שידוך פון יצחק און רבקה, דעריבער גיסט מען וואסער אין דעם טאג מעורר זיין די זכות וואס רבקה האט געגאסן פאר אליעזר.

אין ספה”ק זרע בירך ווערט געברענגט אז דעריבער האט מען געגאסן "וואסער" און נישט אויל ווי מ'זעט אז די אבות האבן אייביג געגאסן אויל אויף דער מזבח וואס זיי האבן געמאכט, זאגט ער ווייל אין יו"ט סוכות איז מען מקריב זיבעציג קרבנות אקעגן די זיבעציג פעלקער מ'זאל זיי מיט דעם מכניע זיין, דעריבער גיסט מען אויך וואסער, ווייל די גוים זענען צוגעגלעכענט צו וואסער, ווי ס'שטייט אין פסוק מים רבים לא יוכל לכבות את האהבה און די מדרש זאגט אז מים רבים מיינט מען די גוים, דעריבער גיסט מען וואסער ווייל מיט דעם וויל מען זיי מכניע זיין.


שמחת בית השואבה

אין יסוד ושורש העבודה שטייט, וואויל זענען פאר די אידן מאכן וואס מאכן א זכר און א געדענקעניש צו די זאכן וואס מ'האט געמאכט אין בית המקדש, און זיי נעמען זיך צוזאם און זינגן זמירות ותשבחות פאר'ן אויבערשטער, און זאגן מזמורי תהילים, און מ'פרייט זיך מיט די גרויסקייט פון באשעפער.
די מהר"ל זאגט אין זיין ספה”ק גבורת ה' אז די אידן האבן ביי מתן תורה זוכה געווען צו די מעלה פון האבן דעם ריכטיגן שכל, אבער אין יו"ט סוכות האבן זיי זוכה געווען צו א גרעסערע מדריגה פון רוח הקודש, אזוי ווי ס'שטייט אין ירושלמי אז דעריבער האט עס געהייסן שמחת בית השואבה, ווייל פון דארט האט מען געשעפט "רוח הקודש".

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג אוקטובער 10, 2008 1:31 am

שמחת בית השואבה - בבית המקדש


חז"ל זאגן אמר ר' יהושע בן לוי, עס ווערט אנגערופען "שמחת בית השואבה", ווייל מען האט דארט געשעפט רוח הקודש, ווייל רוח הקודש איז שורה נאר מתוך שמחה.

די ירושלמי זאגט, אז די נביא יונה האט זוכה געווען צו זיין נביאות בשעת ער האט עולה רגל געווען, וואס ער איז געווען שטארק בשמחה פון די שמחת בית השואבה.

די שמחה איז געווען אזוי גרויס און פראכטפול, אז די משנה זאגט, "מי שלא ראה שמחת בית השואבה לא ראה שמחה מימיו".

די סדר המצוה איז געווען אזוי: דער צווייטער טאג סוכות זענען אלע יודן געגאנגען אין בית המקדש. די פרחי כהונה - דאס זענען די יונגע כהנים, זיי הייסן פרחי כהונה ווייל, זיי זענען געווען אזוי שיין ווי פרחים (בלומען), און ווייל זיי זענען געווען אזוי פלינק מיט זייערע מעשים אזוי ווי א עוף הפורח - זענען ארויף געגאנגען אויף לייטערס צו די גאלדענע מנורות, כדי אריין צוגיסען אויל, די קנויטען פאר די מנורות זענען געמאכט געווארן פון די אויסגעריבענע הויזען אין גארטלען פון די כהנים, יעדע מנורה האט געהאט פיר טעפלעך, און יעדע טעפיל האט געהאט א לייטער אנצוקומען צום טעפיל, קומט אויס פיר פרחי כהונה זענען ארויף צו איין מנורה, די כח פון די פרחי כהונה איז געווען מורא'דיג גרויס, יעדעס כהן האט געהאלטן 30 לוג שמן ווען ער איז ארויף אויפן לייטער, פיר פרחי כהונה מאל 30 לוג, צוזאמען איז 120 לוג צו יעדע מנורה.

די ליכטיגקייט פון די מנורות זענען געווען אזוי גרויס אז די משנה זאגט, "לא היתה חצר בירושלים שאינה מאירה מאור בית השואבה" עס איז נישט געווען קיין שום חצר אין ירושלים וואס האט נישט געלאכטען פון די מנורות.

אין ברייתא שטייט, אז מען האט געקענט קלויבען חיטים פון די ליטיגקייט פון די מנורות.

חסידים מיט די אנשי מעשה האבן געטאנצען אין געזונגען, געהאלטען פאקלען אין זייערע הענט און געווארפען אין דער לופט און נאכאמאל געכאפט, דער נשיא רבן גמליאל האט געווארפען אכט פאקלען אין דער לופט אין איינע האט נישט אנגערירט די צווייטע, אויך האט די נשיא זיך געביקט אויף די ערד, און זיך אנגעלענט אויף די צוויי אגודל'ס (די דיקע פינגערס) פון זיינע הענט. אזוי האבן די אלע חכמים, ראשי ישיבות, סנהדרין, חסידים, וזקנים, און אנשי מעשה געטאנצען און געזונגען און געלויבט דעם אויבערשטען מיט שירות ותשבחות ביז פארטאגס. די עמי הארץ זענען געשטאנען פון דער זייט און צוגעהערט און צוגעזען.

אויך די לוים זענען געשטאנען אויף די פופצן טרעפ וואס גייען פון עזרת ישראל צו עזרת נשים (די 15 טרעפ זענען קעגן די 15 שיר המעלות אין תהלים פון ק"כ ביז קל"ד) מיט כל מיני כלי שיר - אין די משנה שטייט בכלי שיר בלא מספר, אָן א צאל - און געזונגען שירות ותשבחות.

אין תוספתא שטייט, אז זיי האבן געזונגען די לעצטע קאפיטעל פון די שיר המעלות (קל"ד).

די חסידים וואס האבן קיינמאל נישט געזינדיגט, האבן געזאגט "אשרי ילדותינו שלא ביישה את זקנתינו", וואויל איז פאר אונזערע יונגע יארן, וואס האט נישט פארשעמט אונזערע עלטערע יארן.

די בעלי תשובה, וואס האבן געזינדיגט אבער האבן שוין תשובה געטון, האבן געזאגט, "אשרי זקנותינו שכפרה על ילדותינו" וואויל זענען אונזערע עלטערע יארן, וואס האבן מיט תשובה מכפר געווען אויף אונזערע יונגע יארן.

און אלע צוזאמען האבן געזאגט, "אשרי מי שלא חטא", וואויל איז דער וואס האט נישט געזינדיגט בכלל, "ומי שחטא ישוב וימחול לו", און דער וואס האט יא געזינדיגט זאל תשובה טון און מען וועט אים מוחל זיין.

אזוי ווי עס איז געווארן פארטאגס, האבן צוויי כהנים געבלאָזען מיט צוויי חצוצרות, תקיעה תרועה תקיעה, דאס איז געווען א סימן אז עס איז געקומען די צייט צו גיין שעפן וואסער פון די טייך שילוח צו די ניסוך המים, נאכדעם זענען די כהנים אראפ די פופצן טרעפ וואס די לוים זענען דארט געשטאנען, און ווען זיי זענען אנגעקומען צום צענטע טרעפל האבן זיי נאכאמאל געבלאזען תקיעה תרועה תקיעה, און ווען די כהנים זענען שוין אראפ אלע 15 טרעפ, האבן זיי נאכאמאל געבלאזען תקיעה תרועה תקיעה, און ביי די לעצטע תקיעה האבן זיי אזוי לאנג מאריך געווען, ביז זיי זענען אנגעקומען צו די שער וואס מען גייט ארויס אידרויסען, שער התחתון.

די כהנים זענען ארויס געגאנגען מיט א גאלדענע כלי שרת, וואס האט דערהאלטען דריי לוגין, און דאס אנגעפילט מיט וואסער פון די טייך שילוח, ווען זיי זענען צוריק געקומען פון די טייך שילוח זענען זיי אריין געקומען דורך די "שער המים" - עס האט אזוי געהייסען, ווייל דורך די טויער האט מען אריין געברענגט די וואסער צו די ניסוך המים אין סוכות.

אזוי ווי די כהנים זענען אריין געקומען מיט די וואסער, האבן די כהנים נאכאמאל געבלאזען מיט חצוצרות תקיעה תרועה תקיעה.

דער כהן וואס האט זוכה געווען דורך די גורל (פייס), צו גיסען די וואסער, איז ארויף אויפן כבש, און האט זיך געדרייט אויף לינקס צו קרן מערבית דרומית.

אפילו אייביג ווען מען איז ארויף אויפן מזבח האט מען זיך געקערט נאר אויף רעכטס, אבער דא האט מען מורא געהאט, אז אויב ער וועט ארום גיין די מזבח - וואס דאס איז בערך 100 אמה - וועלען די וואסער פארויכעט ווערן דורך די רויעך פון די מערכה, און זיי וועלן זיין פסול לנסכים.

דארט ביי די קרן איז געווען צוויי טעפלעך פון זילבער, אין איין טעפעל - דער וואס איז מער צו מערב זייט - האט ער אריין געגאסען די וואסער, און אין די אנדערע טעפעל - וואס איז געווען מער צו מזרח זייט - האט ער אריין געגאסען וויין.

די טעפעל פון די וויין האט געהאט א גרעסערע לאָך, און די טעפעל פון די וואסער האט געהאט א קלענערע לאָך, ווייל וואסער גיסט זיך שנעלער ווי וויין, און מען האט געוואלט אז ביידע טעפלעך זאלן זיך ענדיגען צו גיסען צוזאמען.

בשעת ווען דער כהן האט געגאסען די וואסער, האט די גאנצע עולם אים געזאגט "הגבה ידך", הייב אויף דיינע הענט, כדי מען זאל זען אז דו גיסט טאקע אריין אינעם טעפיל, און נישט אויף די ערד, ווייל די צדוקים האבן נישט געהאלטן פון די מצוה פון ניסוך המים, ווייל די מצוה שטייט נישט אין די תורה, עס איז נאר א הלכה למשה מסיני, דעריבער האט מען געוואלט זען צו דער כהן איז יא מקיים די מצוה.

איין מאל איז די כהן וואס האט זוכה געווען דורך די גורל צו די מצוה פון ניסוך המים געווען א צדוקי, און ער האט נישט געגאסען די וואסער אין די זילבענע טעפעל, נאר ער האט עס אויסגעגאסען אויף זיינע פיס, און ווען די עולם האט דאס געזען, האבן זיין אים באווארפען מיט זייערע אתרוגים, און די קרן המזבח איז נפגם געווארן דורך דעם, ביז דער צדוקי איז געשטארבן.

אזוי האט זיך די מצוה געצויגען זיבן טעג יעדן טאג נאכאמאל די שמחה מיט די מצוה, חוץ שבת, וואס מיט צוויי זאכען איז געווען אנדערש.

א) מען האט שוין צוגעגרייט די וואסער פון ערב שבת, ווייל די בית המקדש האט א הלכה ווי א רשות היחיד, און די טייך שילוח איז געווען אין רשות הרבים, און מען טאר נישט טראגען.

ב) די כלי שיר האט מען נישט געטארט ניצען, און מען האט נאר געטאנצען און געזונגען מיטן מויל.


מי שלא ראה שמחה זו לא ראה שמחה מימיו

גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 687
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 11, 2009 2:33 pm

תגובהדורך גבאי ביהמד » דינסטאג סעפטעמבער 29, 2009 9:00 am

ושאבתם מים בששון בממעיני הישועה

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25113
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג סעפטעמבער 29, 2009 10:04 am

זיידעניו האט געשריבן:דארט ביי די קרן איז געווען צוויי טעפלעך פון זילבער, אין איין טעפעל - דער וואס איז מער צו מערב זייט - האט ער אריין געגאסען די וואסער, און אין די אנדערע טעפעל - וואס איז געווען מער צו מזרח זייט - האט ער אריין געגאסען וויין.

די טעפעל פון די וויין האט געהאט א גרעסערע לאָך, און די טעפעל פון די וואסער האט געהאט א קלענערע לאָך, ווייל וואסער גיסט זיך שנעלער ווי וויין, און מען האט געוואלט אז ביידע טעפלעך זאלן זיך ענדיגען צו גיסען צוזאמען


קודם א יישר-כח פאר הרב הזקן פאר מעתיק זיין די סדר ניסוך המים ושמחת בית השואבה, יה"ר שנזכה עוד לראות בשמחתה בשנה הזה בימי סוכות הבעל"ט בביאת משיח צדקינו.

עטליכע הערות אויף די הלכות וואס איך האב ציטירט.

א. די ספלים-טעפלעך אויף די מזבח זענען געווען קבוע א גאנץ יאר, די פון ניסוך היין האט מען גענוצט יעדן טאג פאר אלע נסכים וועלכע זענען א טייל פון די קרבנות.
ב. אין די משנה אין פארהאן א מחלוקה צו דאס איז געווען פון זילבער אדער פון סיד, נאר עס האט אויסגעקוקט זילבער ווייל עס איז פארשווארצט געווארן פון די וויין.
ג. די וויין און דאס וואסער זענען אראפ אין די 'שיתין' און פון דארט ביז'ן תהום, די 'שיתין' זענען געווען אפלויף רערן אינטערערדיש נאך פון ששת ימי בראשית.
ד. די משנה זאגט אז אויב האט ער פארטוישט 'ועירה את של יין לתוך של מים' אדער פארקערט האט ער יוצא געווען, בפשטות איז פשט אז אויב האט דער כהן המנסך אריינגעגאסן די וויין אינעם ספל המערבי אדער דאס וואסער אינעם ספל המזרחי האט ער יוצא געווען. דער רמב"ם לערנט אבער אז די משנה מיינט אויב ער האט 'צאמגעמישט' דאס וואסער מיט די וויין און ביינעזאם דאס אריינגעגאסן אין איינע פון צוויי ספלים, האט ער יוצא געווען (עי' לקמן ביאור בדברי הרמב"ם).
ה. די לעכער וואס ווערט דערמאנט אין די ספלים, זענען געווען אויסגעפארעמט ווי א חוטם (נאז) מיט איין לאך פון אונטען פונעם ספל, ארויס פונעם מזבח, אז ווען דער כהן האט געגאסן פון אויבען אינעם עפענונג האט דאס לאנגזאם ארויסגערינט פון אונטן אוועק פונעם מזבח ארויף אויפן יסוד אריין אין די שיתין הנזכרים. (די סיבה פונעם צורת החוטם איז געווען אז די לעכער זאלען נישט פארשטאפט ווערן).

dovidal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3806
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

שמחת בית השואבה

תגובהדורך dovidal » זונטאג אוקטובער 01, 2017 12:38 pm

אין דער אלטע היים פוילן גאליציע אונגארן
ווערט ערגעץ געשריבן איבער דעם
איז געווען מקומות פאר די מלחמה וואו מען איז געטאנצען מיט כלי זמר אין חו"ל לכבוד שמחת בית השואבה ?


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט