מצות סוכה

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

מצות סוכה

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג אוקטובער 10, 2008 12:54 am

הלכות סוכה
עס איז א מצוה צו בויען די סוכה באלד נאך יום כיפור, אפילו עס איז ערב שבת, ווייל "מצוה הבא לידך אל תחמיצנה".
מען זאל בויען דער סוכה אין א ריינע שיינע פלאץ.
דער שיעור פון א סוכה איז, 7 טפחים די לענג און 7 טפחים די ברייט, און הויך 10 טפחים.
עס איז לכתחלה בעסער אז נאר דערוואקסענע מענטשן זאלן לייגן סכך, און נישט פרויען אדער קינדער.
עס איז א מצוה אז מען זאל אליין עוסק זיין מיט'ן בויען דער סוכה, אפילו א מכובד'יגע מענטש, ווייל דאס איז דער גרעסטע כבוד, אז מען איז אליין עוסק במצות.
מען וואלט געדארפט מאכן א שהחיינו ווען מען בויעט דער סוכה, אבער מיר פארלאזן זיך אויף דעם שהחיינו וואס מען וועט מאכן ביי קידוש פון דער ערשטער נאכט סוכות.
מען זאל פראבירען צו באשיינען די סוכה מיט שיינע לייליכער און נוי סוכה, אזוי ווי די גמרא(ביצה ל:) ברענגט א ברייתא: ועטרה ער האט באשיינט די סוכה בקרמים מיט געפארבטע לייליכער ובסדינין המצוירין און מיט ווייסע לייליכער פון פלאקס ותלה בה און ער האט אנגעהאנגען אין איר אגוזים ניסלעך שקדים מאנדלען אפרסקים עפרעקאט"ס ורמונים און מילגרוימען ופרחילי ענבים און שטרענגלעך פון טרויבן יינות שמנים וסלתות וויינען, אוילען, און מעל, אין גלאזענע באטלעך [עיין רש"י שם] ועטרות שבלים און קרוינען פון אויסגעטריקענטע זאנגען.
ווען מען הענגט אויף די 'נוי סוכה' דארף מען אכטונג געבן אז מען זאל אויפהענגען די נוי סוכה אין די פיר טפחים פון די סכך. עס זענען דא וואס זענען מתיר אויב די נוי סוכה הייבט זיך שוין אן אין די פיר טפחים פון די סכך, אבער דאס איז נאר אויב די נוי סוכה אליין הענגט אין די פיר טפחים, אבער אויב עס איז א לאנגע שטריק וואס הענגט אראפ הייסט דאס נישט א חלק פון די נוי סוכה.
די ווענט פון די סוכה זאלן זיין שטארק און פעסט אז זיי זאלן זיך נישט שאקלען פון א ווינט.
אויב א מענטש האט נישט גענוג געלט, איז בעסער אז ער זאל האבן דריי שטארקע ווענט, ווי איידער פיר שוואכע ווענט.
עס איז א הידור צו האבן א שלאק כדי אז נאכן רעגענען זאל די סוכה זיין אינגאנצען טריקען.
לכתחילה זאל די סכך נישט געפעסטיגט ווערן מיט א "דבר המקבל טומאה", ווי למשל כלים וכדו'.
מען זאל לייגן גענוג סכך אז עס זאל זיין "צלתה מרובה מחמתה" - מער שאטען ווי זון, ווייל אויב עס איז חמתה מרובה מצלתה - מער זון ווי שאטען, איז די סוכה פסול מן התורה.
מען זאל זיין געווארענט אז עס זאל נישט זיין קיין פלאץ פון דריי טפחים ליידיג אָן סכך, אפילו אויב די גאנצע סוכה איז "צלתה מרובה מחמתה".
אויב עס שטעקט זיך אריין אין די סוכה א קליינע דאך, איז דער דין אז ווי לאנג עס שטעקט זיך נישט אריין פיר אמות, פסל'ט דאס נישט דעם סוכה, ווייל עס איז "הלכה למשה מסיני" אז ווייניגער פון פיר אמות, זאגן מיר "דופן עקומה", דאס מיינט אז א דאך ביז פיר אמות זאגן מיר אז דאס איז א קרומע וואנט.
אין א פאל פון א "דופן עקומה" טאר מען נישט זיצען אונטער דעם דאך, ווייל יענע פלאץ האט נישט קיין "דין סוכה", אפילו עס איז ווייניגער ווי פיר אמות, אבער די איבריגע סוכה איז כשר.
אויב דער דופן עקומה איז מער ווי פיר אמות, פסל'ט דאס יענער וואנט, אבער אויב די סוכה האט דריי ווענט וואס האט כשר'ע סכך איז די סוכה כשר.
[אבער דאס איז נאר אויב יענער חלק פון די סוכה האט א שיעור סוכה, דהיינו ז' על ז' טפחים].
עס איז אסור צו בויען א סוכה אונטער א בוים.
עס שטייט אין פסוק "חג הסוכות תעשה לך" דרש'נען חז"ל "תעשה ולא מן העשוי" דעריבער טאר מען נישט מאכן די סכך איידער מען מאכט די ווענט, ווייל ווען מען לייגט די סכך דארף שוין זיין א כשר'ע סוכה.
אזוי אויך דארף מען אכטונג געבן אז ווען מען לייגט די סכך זאל די שלאק נישט צודעקען די סוכה. ווי אויך זאל מען נזהר זיין אויפצומאכן די שלאק פאר בין השמשות פון סוכות.
מען איז יוצא מיט א געבארגטע סוכה, אבער נישט מיט א גע'גזל'טע סוכה וועגן דעם זאל מען זען צו באצאלן פארן סוכה פאר סוכות. ווי אויך זאל מען נישט בויען קיין סוכה אין די רשות הרבים.
די ווענט פון א סוכה און די סכך און די נוי סוכה, זענען אסור בהנאה אלע טעג פון סוכות, וועגן דעם זענען זיי אויך מוקצה בשבת ויום טוב, דערפאר זאל מען פאר בין השמשות מאכן א תנאי און זאגן דעם לשון "אֵינִי בּוֹדֵל מֵהֶם מִהְיוֹת כּוֹחִי וּזְכוּתִי בָּהֶם לִיטְלָן כָּל אוֹרֶך בֵּין הַשְׁמָשׁוֹת שֶׁל עֶרֶב יוֹם טוֹב". אויב מען פארשטייט דאס נישט זאל מען דאס זאגן אין יודיש "איך טוה זיך נישט אפשיידן פון די ווענט, סכך, און נוי סוכה אין די צייט פון בין השמשות (וואס דעמאלס ווערט דאך דאס מוקצה) נאר איך וויל יא קענען אין חול המועד מטלטל זיין די ווענט, סכך, אדער נוי סוכה". קומט אויס אז ווען עס ווערט יום טוב, בין השמשות ווערן זיי נישט מוקצה אויף די גאנצע זיבן טעג. [פארשטייט זיך אז די זאכן וואס איז מוקצה וועגן שבת ויום טוב, דאס טאר מען נישט מטלטל זיין ביז חול המועד].
אויך נאך סוכות זאל מען זיך נישט באנוצען מיט די פלאץ פון די סוכה פאר א פראסטע זאך, ווייל זיי זענען "תשמישי מצוה" אזוי ווי ציצית.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג אוקטובער 10, 2008 12:55 am

דיני ישיבת סוכה
עס שטייט אין פסוק "בסוכות תשבו שבעת ימים" דרש'ענען חז"ל "תַּשְׁבוּ כְּעֵין תָּדוּרוּ" דאס מיינט אז מען זאל ממש "וואוינען" אין דעם סוכה זיבן טעג, פונקט ווי מען וואוינט אין א שטוב א גאנץ יאר, זאל מען יעצט אויך מאכן די עיקר דירה אין די סוכה, דעריבער זאל מען אריינברענגען אין סוכה שיינע כלים, און מען זאל עסן, טרינקען און שלאפן אינעם סוכה, און אפילו ווען מען פארברענגט, זאל דאס זיין אין דעם סוכה.
עס שטייט אין פסוק "למען ידעו דורותיכם כי בסוכות הושבתי את בני ישראל בהוציאו אותם מארץ מצרים", דעריבער בשעת מען איז אין די סוכה זאל מען אינזינען האבן די טעם המצוה וואס דאס איז "זכר ליציאת מצרים".
עס איז דא א מחלוקת תנאים וואס איז דער "זכר ליציאת מצרים", ר' אליעזר האלט אז דאס מיינט די "ענני הכבוד", און ר' עקיבא האלט אז דאס מיינט די "אוהלים" וואס די יודן האבן געבויעט אין די מדבר, און זיי האבן דארט געוואוינט.
דער ב"ח האלט אז ביי די מצות וואס עס שטייט ארויס געשריבן אין די תורה די טעם, אזוי ווי: סוכה ציצית און תפילין, דעמאלסט דארף מען מעיקרא דדינא אינזין האבן די טעם ווען מען איז מקיים דער מצוה, און אויב מען האט נישט אינזין די טעם המצוה, איז מען נישט יוצא, און טייל פוסקים נעמען אן דעם פסק להלכה.
אין אמת'ן וואלט מען געדארפט בויען א סוכה אין חודש ניסן וואס דעמאלטס איז דאך געווען יציאת מצרים, אבער וויבאלד אין ניסן בויען דאך אסאך מענטשען סוכות אין די גאס, האט די תורה פארלאנגט אז מען זאל בויען די סוכה אין א צייט וואס מענטשען גייען אריין אין די הויז וועגן די קעלט, וועט מען ווייזען אז אויב מען בויעט יעצט א סוכה איז דאס נאר ווייל דער באשעפער האט אזוי געהייסען.
מען דארף האלטן די סוכה שיין און ריין כדי אז עס זאל נישט זיין "מצות בזויות עליו", וועגן דעם זאל מען נישט אריינברענגען אין די סוכה כלים וואס זענען נישט בכבוד'יג, ווי אויך די טעלער'ס נאכן עסן זאל מען באלד ארויסטראגן, אבער ליידיגע גלעזער מעג מען יא לאזן אין די סוכה ווייל א גלאז איז נישט קיין דבר מאוס.
די ערשטע נאכט איז א חובה צו עסן אין די סוכה, וועגן דעם דארף מען עסן די ערשטע נאכט כאטש א כזית פת אין די סוכה, אפילו אויב עס קומט אים אן זייער שווער.
אויב עס רעגענט די ערשטע נאכט איז די הלכה אז אויב עס זעט אויס אז די רעגען וועט אויפהערן אין א שעה צוויי, זאל מען לכתחילה ווארטען ביז די רעגן הערט אויף, אבער אויב עס זעט אויס אז עס גייט נישט אויפהערן, זאל מען מאכן קידוש אין די סוכה, און זאגן שהחיינו, [וועגן מאכן א "לישב בסוכה" איז א מחלוקת] מען זאל זיך וואשען, מאכן המוציא, עסן א כזית חלה אין די סוכה, און נאכדעם אריין גיין אין שטוב צו ענדיגן די סעודה. [אגב: מען דארף אינזינען האבן ווען מען וואשט זיך אז מען גייט אויך עסן אין שטוב].
אויב עס האט אויפגעהערט רעגענען אינמיטען דעם סעודה, זאל מען צוריק אריין גיין אין סוכה, און אויב ער האט נאכנישט געמאכט קיין "לישב בסוכה" זאל ער דאס יעצט מאכן, און עסן אביסל מער ווי א כביצה חלה.
אויב עס האט אויפגעהערט רעגענען נאך ברכת המזון, זאל מען אריין גיין אין די סוכה, זיך וואשען, מאכן א לישב בסוכה, און עסן אביסל מער ווי א כביצה חלה.
אויב מען האט נישט ארויפגעלייגט דעם שלאק ווען עס האט גערעגענט, און עס טראפט אריין נאכן רעגען, איז בעסער מען זאל גיין צו א שכן און עסן דארט "בטוב לבב".
ווען מען קומט אהיים פון שוהל זאל מען באלד מאכן קידוש, אבער מען זאל מאכן זיכער אז עס איז שוין זיכער נאכט.
ווען מען מאכט די ברכה לישב בסוכה זאל מען אינזינען האבן אלע זאכן וואס מען גייט טון אין די סוכה ווי שלאפן לערנען וכדו'.
ווען מען מאכט דעם ברכת שהחיינו זאל מען אינזינען האבן אויף די יום טוב, און אויך אויף די סוכה, וועגן דעם זאל מען די ערשטע נאכט מאכן קודם די ברכת לישב בסוכה און נאכדעם די שהחיינו, כדי אז די שהחיינו זאל אויך ארויפגיין אויף די מצות סוכה. ווי אויבן דערמאנט זאל מען אויך אינזין האבן די שהחיינו אויף די בויען פון די סוכה.
אלע אנדערע טעג פון סוכות, איז נישט קיין חיוב צו עסן אין די סוכה, נאר אויב ער וויל "קובע סעודה זיין" אדער שלאפן טאר ער דאס נישט טון "חוץ לסוכה".
קביעת סעודה מיינט "פת" מער ווי א כביצה (פת מיינט יעדע זאך וואס איז געמאכט געווארן פון חמשת מיני דגן), און אויף קביעת סעודה מאכט מען א ברכת "לישב בסוכה".
אפילו מען עסט אסאך פירות, און אפילו מען איז קובע סעודה אויף זיי, מעג מען עס עסן חוץ לסוכה.
וויין אדער אנדערע געטראנקן, אדער פלייש וכדו', מעג מען אויך עסן חוץ לסוכה, דאס איז אבער נאר אויב ער איז נישט קובע סעודה אויף זיי, אבער אויב מען איז אויף זיי קובע סעודה, דארף מען דאס עסן אין די סוכה, אבער אין אזא פאל זאל מען נישט מאכן קיין לישב בסוכה. לכתחלה זאל מען אין אזא פאל עסן פת, כדי אז מען זאל קענען מאכן א ברכת לישב בסוכה.
די אלע זאכן וואס מיר האבן געזאגט אז מען מעג עסן חוץ לסוכה, דאס איז נאר מעיקר הדין, אבער דער וואס איז מחמיר, און ער טרינקט נישט אפילו א טראפ וואסער חוץ לסוכה "תבא עליו ברכה" (טור) "הרי זה משובח" (מחבר).
מען טאר נישט שלאפן, און אפילו נישט כאפן א דרימל חוץ לסוכה.
אין געוויסע לענדער איז נישט געווען מעגליך צו שלאפן אין די סוכה, וועגן די קעלט אדער פארשידענע אנדערע טעמים, אבער היינטיגע טעג דארף מען פראבירען צוצוגרייטען א סוכה וואס מען זאל קענען שלאפן דערין א גאנץ סוכות.
אויב עס רעגענט איז מען פטור מן הסוכה. וואס מיינט רעגענען אז מען זאל זיין פטור? אז אויב ער וואלט געהאט פאר זיך א געקעכטס, וואלט דער געקעכטס קאליע געווארן, און אויב ער ווייסט דאס נישט אפצושאצן קען ער עס מעסטן אזוי: אויב עס וואלט אזוי שטארק אריין גערעגענט ביי זיך אין שטוב, וואלט ער אויך ארויס געגאנגען פון יענער שטוב, אין אזא פאל מעג ער אויך ארויסגיין פון די סוכה.
אויב עס רעגענט אין די צייט וואס מען וויל שלאפן, אפילו א טראפ רעגען, מעג מען שוין אריינגיין אין הויז.
אויב עס הערט אויף צו רעגענען האבן חז"ל נישט מטריח געווען אז מען זאל דארפן צוריק אריינגיין אין סוכה אינמיטען א סעודה, אדער אינמיטען שלאפן, נאר מען מעג ענדיגען אין שטוב.
אין א פאל וואס מען איז "פטור מן הסוכה" און מען איז יא אין דער סוכה, מאכט מען נישט מאכן קיין "לישב בסוכה".
אויב מען גייט יא ארויס פון דעם סוכה, זאל מען ארויסגיין מיט א צוברארכן הארץ און מיט תשובה, אזוי ווי א קנעכט וואס האט אנגעגאסען א בעכער פאר זיין האר און דער האר האט אים דאס צוריקגעגאסן אין זיין פנים.
מען מאכט נישט קיין ברכת "לישב בסוכה" נאר אויב מען עסט א "אכילת קבע". מען מאכט קודם א ברכת המוציא, אדער מזונות, און מיט דעם ווערט גע'פטר'ט אלע זאכן וואס מען גייט טון אין די סוכה, און דאס העלפט ביז מען מאכט א "היסח הדעת", דאס מיינט אז מען גייט ארויס פון סוכה צום שוהל, אדער מען גייט אריין אין שטוב לערנען. אבער אויב מען זיצט א גאנצע טאג אין די סוכה, און אפילו א גאנצע וואך, דארף מען קיינמאל נישט מאכן נאך א ברכה ביז מען מאכט א היסח הדעת.
אז א מענטש גייט אפילו אינמיטען סעודה צו א סוכה, דארף ער מאכן נאך א ברכה לישב בסוכה.
אויב א מענטש האט פארגעסן צו מאכן א ברכה "לישב בסוכה" און ער דערמאנט זיך אינמיטן סעודה, זאל ער מאכן די ברכה ווען ער דערמאנט זיך.
פרויען זענען פטור פון סוכה. אויב זיי עסן אין סוכה זאלן זיי מאכן א ברכה לישב בסוכה.
קינדער העכער פינף אדער זעקס (כל אחד לפום חורפיה, ט"ז) דארף מען מחנך זיין צו עסן אין סוכה.
מען לאדענט איין די זיבן אושפיזין יעדן טאג פאר די סעודה. און מען רעכענט אויס באזונדער יעדן טאג אן אנדערער פון די אושפיזין.
ביים בענטשן זאגט מען "הרחמן הוא יקים לנו את סוכות דוד הנופלת".
יעדע מינוט וואס מען זיצט אין די סוכה איז מען מקיים א מצוה.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג אוקטובער 10, 2008 1:00 am

סגולת הסוכה

הסוכה שומר ומציל מכל רע
אין זוהר הקדוש פרשת תצוה שטייט, מאן דיתיב בצילא – ווער ס'זיצט אינטער די שאטן פון א סוכה, באינון יומין עילאין – אין די געהויבענע טעג פון סוכות, לחפיא עליה – טוט עס אים באשיצען, ולאגנא ליה בשעתא דאצטריך – און ס'באשיצט אים שטענדיג ווען ער דארף נאר.
אין תיקוני זוהר שטייט, מאן דעביד ליה סוכה – ווער ס'מאכט א סוכה, קודשא בריך הוא מסכך עליה בההוא עלמא – טוט אים דער אויבערשטער באשיצען אויף יענע וועלט, ואגין עליה מכל מלאכי חבלה – און ס'באשיצט אים פון אלע שלעכטע מלאכים, כד נפיק מההוא עלמא ואזיל לההוא עלמא – ווען ער גייט ארויס פון דער וועלט און ער גייט אריין אין יענע וועלט, טוט אים די מצוה סוכה באשיצען פון אלעם בייזען.
אין ספה"ק בארת המים (ליקוטים פון ר"ר הערש מרימנוב ז"ל) שטייט אויפ'ן פסוק אל תירא אברם אנכי מגן לך, אז דער אויבערשטער האט געזאגט פאר אברהם אבינו, דארפסט פון גארנישט מורא האבן, גיי אריין אין די סוכה און איך וועל דיך שוין באשיצען.
אין ספה"ק חסד לאברהם שטייט אז די מצות סוכה איז א שמירה אויף א גאנץ יאר, און ער ברענגט דערצו א ראי' פון מדרש, דער אויבערשטער האט געזאגט פאר די אידן איר זענט מיין וויינגארטן, און איך בין אייער שומר, דעריבער דארפט איר מאכן א סוכה פאר'ן שומר אז ער זאל האבן ווי צו זיין און אזוי ארום וועל איך אייך אפהיטן.
און נאך א רמז ברענגט ער אז די ווערטער בחמשה עשר יום לחודש השביעי איז די סופי תיבות שמירה, מרמז צו זיין אויף דעם אז אין די טעג פון פופצן טאג אין תשרי, וואס דעמאלס איז יום טוב סוכות, איז דא א שמירה דורך די מצוה פון זיצן אין די סוכה.
דערנאך ברענגט ער א ילקוט אין פרשת אמור וואס די ילקוט זאגט אויפ'ן פסוק וסוכה תהיה לצל, אז ווער ס'איז מקיים די מצוה פון סוכה בעולם הזה, היט אים דער אויבערשטער אפ פון אלע מזיקין.
אין ספה"ק מאור עינים פון טשערנאבלער מגיד זי"ע, און אזוי אויך אין ספה"ק מגן אברהם פון זיין אייניקעל דער טריסקער מגיד ז"ל, שטייט אז זיצן אין די סוכה, איז משפיע אז דער אויבערשטער זאל אונז באשיצען א גאנץ יאר.
אין ספה"ק כליל תפארת שטייט, אויף דעם וואס מיר געפונען אין די גמרא עבודה זרה, אז די מצוה פון סוכה ווערט אנגערופן מצוה "קלה" - א גרינגע מצוה, זאגט ער דער טעם דערפון איז, ווייל ביי יעדע מצוה איז דא די יצר הרע וואס ער שטערט צו טוען די מצוה, דעריבער איז שווער צו טוען דער מצוה, אבער די מצוה פון סוכה וואס באשיצט פון יצר הרע, און ער קען נישט איבער רעדן נישט צו טוען די מצוה, דעריבער איז עס גרינג צו טוען, דעריבער הייסט עס מצוה "קלה".
אין ספה"ק סוד ישרים גיט ער צו פארשטיין אז ס'איז דא דריי מיני באשיצונגען, ווי פאלגענד:
1) ווען א מענטש נעמט אריין א געוויסע זאך א מעדעצין אין זיך ווייל ער וויל זיך שיצען פון א קרענק ר"ל.
2) א מענטש טוט זיך אן ארום זיך א געוויסע זאך ווייל ער וויל זיך שיצען פון קעלט א.ד.ג.
3) אז מ'גייט אריין אין א הויז וואס דעמאלס איז מען אויך באשיצט, אבער דעמאלס שפירט מען נישט אויף זיך אליין אז מ'איז באשיצט, ווייל מ'איז מיט גארנישט ארום גענומען.
אבער ווען מ'קומט אריין אין די סוכה, און די שטערנ'ס שיינען אריין פון צווישן די סכך, שפירט מען ממש אויף די אייגענע לייב אז דער אויבערשטער טוט אונז באשיצען, און נאכדעם וואס מ'זיצט זיבן טאג אין די סוכה, און מען באקומט דעם געפיל אז דער אויבערשטער היט אונז אפ אפילו מיר פילן עס נישט אויף זיך אליין, קען מען שוין אריינגיין אין שטוב און פארשטיין אז דער אויבערשטער טוט דארט אפהיטן.
אין ספה"ק צבי לצדיק שטייט בדרך רמז אז די ראשי תיבות פון סכת איז ת'רועה כ'יפורים ס'כות, ווייל דאס קומט ווייזן אז די אלע דינים ח"ו וואס איז אנגעשריבן געווארן אין ראש השנה (וואס דאס איז די רמז פון תרועה) אדער אין יום כיפור (וואס דאס איז די רמז פון כיפורים) ווערט דאס אלעס איבערגעדרייט דורך די זכות וואס אידן זיצן אין די סוכה.
אין ספה"ק תפארת שלמה שטייט אז ארום די אידן דרייען זיך ארום חיצונים ר"ל וואס איז זייער שעדליך, און זיי זוכן זיך אנצוכאפן אין די יודען, אבער אין זכות פון די מצות סוכה וואס נעמט ארום די מענטש אינגאנצן פון קאפ ביז'ן פוס, טוט דאס באשיצען אז זיי זאלן נישט האבן קיין שליטה.

הסוכה שומר ומציל מיצר הרע
אין ספה"ק בית אהרן שטייט אויפ'ן פסוק כי בסוכות הושבתי את בני ישראל מארץ מצרים, אז ווען א איד איז מקיים די מצוה פון זיצן אין די סוכה, ציט אים דער אויבערשטער ארויס פון דעם באקאנטע מצרים, וואס דאס מיינט דער יצר הרע, און דעריבער רעדט דער פסוק דא פון יציאת מצרים, ווייל די ריכטיגע יציאת מצרים געשעהט אין סוכות ווען מ'ווערט פריי פונעם יצר הרע.
אין ספה"ק חסד לאברהם שטייט בדרך רמז אויף די משנה אין מסכת זבחים, עלה בכבש ופנה לסובב, עלה בכבש – ווען איינער וויל כובש זיין דעם יצר הרע, איז די עצה פנה לסובב – ער זאל גיין צו די מצות סוכה וואס נעמט ארום דעם מענטש, וועט ער קענען זיין א גבור הכובש את יצרו.
אין ליקוטי תורה פון ר"ר מאטעלע טשערנאבלער זי"ע שטייט, אויף די גמרא אין מסכת עבודה זרה, אז דער אויבערשטער זאגט מצוה קל"ה יש לי וסוכה שמה. זאגט ער אז דער טעם פארוואס די מצוה הייסט א מצוה קלה איז, ווייל דער מצוה טוט דערנידריגן דעם יצר הרע וואס זיין גמטריא איז די זעלבע ווי די ווארט קל"ה (מיט'ן כולל).
אין ספה"ק ראשי בשמים פרעגט ער אויפ'ן פסוק כי בסוכות הושבתי את בני ישראל בהוציאי אותם מארץ מצרים, פארוואס עפעס דארף דער פסוק זאגן אז די מעשה פון די ענני הכבוד איז געווען נאך דעם וואס מ'איז ארויס פון מצרים? נאר איז ער מסביר אזוי ווי מיר ווייסן אז ווען די אידן זענען געווען אין מצרים זענען זיי געועון איינגעזונקען אין די מ"ט שערי טומאה, און דער אויבערשטער האט זיי ארויס געצויגן פון די גרויסע טומאה צו די קדושה. וויל דער פסוק זאגן אז די זעלבע כח האט די סוכה, אז ס'נעמט ארויס פון די טומאה ר"ל, און ברענגט אריין די קדושה. און דעריבער איז טאקע די הלכה אז די סכך דארף זיין פון אזא מין וואס איז נישט מקבל טומאה, וואס דאס ווייזט אז די סוכה איז מקדש ומטהר, דעריבער טאר עס נישט זיין פון די סארט זאכן וואס זיי זענען מקבל טומאה.
אין תפארת שלמה שטייט אז דעריבער האט דער אויבערשטער געהייסן מ'זאל זיין אינגאנצן ארום גענומען מיט די מצוה פון סוכה, ווייל דאס איז א שמירה אז א גאנץ יאר זאל מען זיין אפגעהיטן פון עבירות, און דער יצר הרע זאל נישט האבן די שליטה איבער צורעדן צו א עבירה ר"ל.
מחילת עוונות על ידי הסוכה
אין ספה"ק אילה שלוחה ווערט געברענגט א מעשה, אז דער הייליגער צדיק הרה"ק ר"ר זושא זי"ע איז געקומען אין חלום צו זיין תלמוד און האט אים געזאגט אז סוכה איז ר"ת ו'יאמר ה' ס'לחתי כ'דבריך, וואס דאס ווייזט אז די מצות סוכה איז סגולה אויף כפרת עוונות.
אין ספה"ק ברית אברם ווערט געברענגט אז די מצוה פון סוכה איז אזוי ווי א גלות און דעריבער איז עס מכפר אויף די עבירות ר"ל.
אין ספה"ק מראה יחזקאל ווערט געברענגט אז דער טעם פארוואס די יום טוב סוכות איז נאך יום כיפור, ווייל יום כיפור טוט מען תשובה מיראה, וויל מ'האט מורא פונעם יום הדין, און אין די גמרא שטייט אז ווען איינער טוט תשובה מיראה איז דאס נישט אינגאנצן מכפר, נאר ס'ווערט פון מזיד אויף א שוגג, קומט אויס אז נאך יום כיפור בלייבט מען נאך איבער מיט שגגות, דעריבער האט דער אויבערשטער געהייסן מ'זאל ארויס גיין פון שטוב וואס דאס איז אזוי ווי מ'גייט אין גלות אריין, און די עונש פון גלות איז מכפר אפילו אויף שפיכות דמים ל"ע, איז עס אוודאי מכפר אויף די שגות, דעריבער גייען מיר אין סוכה צו ווערן פארצייט אויף די שגגות.
גשמיות'דיגע סגולות
בני:
אין תפארת שלמה שטייט אז די מצוה פון סוכה איז א סגולה אז מ'זאל זוכה זיין צו קינדער.
אין ספה"ק צבי לצדיק שטייט לויט ווי מיר ווייסן אז די מצוה פון שילוח הקן איז א סגולה צו האבן קינדער, די מצוה פון סוכה איז על פי קבלה די זעלבע סוד ווי מצות שילוח הקן, דעריבער איז איך די מצוה פון סוכה מסוגל צו האבן קינדער.
חיי:
אין ספה"ק זרע קודש פון ראפשיצער רב זי"ע, שטייט אויפ'ן פסוק "כל האזרח בישראל ישבו בסוכות", אז דער פסוק זאגט א לשון פון "אזרח" וואס דאס מיינט מרמז צו זיין אז די מצוה פון סוכה איז מסוגל אז אלע וואס זענען איר מקיים וועלן ווערן "אזרחים וזקנים", און א רמז איז דא אז די גימטריא פון "אזרח" איז אזוי ווי גבורה, וואס דאס מיינט אז די אלע וואס זענען מקיים מצות סוכה וועלן זוכה זיין אנצוקומען צו די גבורות, וואס דאס איז ביי אכציג יאר, ווי ס'שטייט אין פסוק אם בגבורות שמונים שנה.
אין ספה"ק מדבר קדש (ליקוטים פונעם שר שלום מ'בעלזא) שטייט אז דער וואס זיצט אין די סוכה "לשם שמים" איז ער זוכה צו לעבן לאנג, און דעריבער איז מען מקיים אין די סוכה די מצוה פון לול"ב וואס איז אויך בגימטריא חיי"ם, אזוי אויך הד"ס איז בגימטריא ווי חיים, און טאקע דעריבער שטייט אז דורך די מצוה פון סוכה איז מען זוכה צו זיצן אין די סוכה פון לויתן בב"א, וואס דאס איז די ריכטיגע און אייביגע לעבן
מזוני:
אין ספה"ק זרע קודש שטייט, אז אין דער זכות וואס מ'גייט אריין אין די סוכה וואס דאס איז דעם אויבערשטערס שאטן, איז מען זוכה צו פרנסה, ווי ס'שטייט אין קהלת בצל החכמה בצל הכסף – אז דאס וואס מ'גייט אינטערן שאטן איז א סגולה אויף געלט.
אין ספה"ק בני יששכר ווערט געברענגט בשם הרה"ק ר"ר פנחס מ'קאריץ זצ"ל, לויט ווי מיר געפונען אין שולחן ערוך חושן משפט, אז די הלכה איז ווען איינער נעמט זיך אונטער צו שפייזען א צווייטן מוז ער אים אויך געבן מלבושים, ווייל מלבושים גייט אריין אין די כלל פון מזונות, און סוכות מאכן מיר לזכר וואס דער אויבערשטער האט אונז ארום גענומען אין מדבר מיט די וואלקענעס, וואס דאס איז געווען ווי אונזערע מלבושים, און אז דער אויבערשטער האט זיך געזארגט פאר אונזערע מלבושים איז אוודאי אז ער דארף זיך זארגן פאר אונזער שפייז, וואס דאס קומט פריער פאר די קליידונג.
פירט אויס דער בני יששכר אז דורך דעם וואס מיר גייען אריין אין די סוכה און מיר ווערן ארום גענומען דורכן אויבערשטער אזוי ווי מיט א קלייד, איז אוודאי אז דאס איז אויך א סגולה צו האבן פרנסה בריווח.
אין ספה"ק צבי לצדיק שטייט אויף דעם וואס די גמרא זאגט אין עבודה זרה אז די מצוה פון סוכה ווערט אנגערופן מצוה קל"ה, און ס'שטייט דארט אין די מפרשי הש"ס אז דעריבער הייסט עס א מצוה קלה ווייל ס'איז נישט דא דערביי א חסרון כיס, זאגט דער צבי לצדיק אז דא איז דא א רמז אז די מצוה פון סוכה איז א סגולה צו פרנסה און ס'וועט ברענגן געלט פאר אידן, דעריבער זאגן די מפורשים אז ס'איז נישטא קיין חסרון כיס.
אין תפארת שלמה, שטייט אויף די גמרא אין מסכת סוכה אז ס'איז כשר אויב ס'איז ראשו ורובו אין די סוכה ושולחנו - און זיין טיש מעג זיין, בתוך הבית - אין די שטוב, זאגט ער אז דאס איז א רמז אז דורך די מצוה פון סוכה איז מען זוכה צו האבן פרנסה אין שטוב, און דאס איז די רמז פון ושולחנו וואס דאס ווייזט אויף פרנסה, "בתוך הבית" וועט אריין קומען אין שטוב אריין.
רפואה שלימה
אין תפארת שלמה שטייט אויף די גמרא אין מסכת סוכה, חולין ומשמשיהן פטור מן הסוכה, - אז א קראנקער קראנקער מענטש ל"ע און זיינע באדינער זענען פטור פון צו עסן אין די סוכה ווייל זיי זענען אויך פארנומען מיט'ן חולה, זאגט דער תפארת שלמה אז פשט פון די גמרא איז אז די חולה ווערט פטור פון די קראנקהייט דורך די מצוה פון סוכה.
אין ספה"ק צמח צדיק שטייט אז סוכות איז א סגולה אויף א רפואה אויף אלע רמ"ח איברים וואס איז דא אין א מענטש, ווייל סוכ"ה במילואו - סמ"ך וא"ו כ"ף ה"י, איז בגימטריא רמ"ח אזוי ווי די איברים וואס א מענטש האט, און בפרט אין די ערשטע טאג סוכות – אושפיזא דאברהם אבינו וואס אויך די גימטריא פון אברהם איז רמ"ח.
אין תפארת שלמה שטייט אויף די גמרא מצטער פטור מן הסוכה, אז דער וואס האט צער ווערט פטור פון די צער דורך די מצוה פון סוכה.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג אוקטובער 10, 2008 1:01 am

מעלות וחשיבות הסוכה


ווען מען זיצט אין די סוכה איז דאס אזוי ווי מען זיצט אין א בית הכנסת, אדער א בית מדרש אין ארץ ישראל.
צמח דוד

דער סוכה איז פול מיט בִּרְכַּת הַשֵׁם, אַזוי ווי דער בית המקדש.
תפארת שלמה

דורך די מצות סוכה קען מען מתקן זיין די אַלע לאוין וואָס מען איז חייב אויף זיי מלקות.
אגרא דכלה

אין דער סוכה קען מען זיך מטהר זיין, אַזוי ווי אין אַ מקוה.
תורת חיים

ווער עס איז מקיים די מצוה פון סוכה כתיקונה ווערט א שותף צו השי"ת אין די מעשה בראשית.
שו"ת מהר"י ווייל

ווער עס איז מקיים די מצוה פון סוכה אויף די וועלט, וועט השי"ת אים באשיצן פון די מזיקין זיי זאלן אים נישט שעדיגן אויף יענע וועלט.
פסיקתא דרב כהנא

די סוכה באשיצט אויף די יודן וואס זיצן אין איר פון אלע שלעכטע שטראף א גאנץ יאר, אזוי ווי א מאמע וואס שיצט אויף אירע קינדער.
מאור עינים

ווער עס זיצט אין שאטן פון די אמונה, אין די די סוכה, דער איז משפיע פאר אלע זיינע דורות געבענטשט צו ווערן מיט א העכערע ברכה.
זוהר הקדוש

אמר רבי לוי: דער וואס וועט מקיים זיין מצות סוכה אויף די וועלט, וועט השי"ת אים זעצן בסוכת עורו של לויתן ווען משיח וועט קומען.
פסיקתא דרב כהנא

סוכה איז מעין עולם הבא, אין די סוכה איז דא הערות פון גן עדן.
שפת אמת

די סוכה נעמט ארום דעם מענטש ממשיך צו זיין אויף אים קדושה אים צי באשיצן פון די כוחת הטומאה.
זרע קודש

בשעת ווען צדיקים זיצען אין די סוכה שפירן זיי א גרויסע ליכטיגקייט, און עס ברענט אין זייער א גרויסע התלהבות און ליבשאפט צו די מצוה, אז זיי ווערן כמעט פארברענט דערפון.
זרע קודש

און די סוכה זענען מיר ארום גענומען מיט חסד ה', אזוי ווי די יודן זענען געווען ארום גענומען מיט די ענני הכבוד.
מאור עינים

יעדער לויט זיין מדריגה רוהט אויף אים די שכינה ווען ער זיצט און די סוכה.
מגן אברהם-טריסק

יעדער וואס זיצט אין די סוכה ווערט געבענטשט מיט ברכות פון השי"ת.
זוהר הקדוש

די ענין פון סוכה איז, אז יעדער מענטש זאל אריין ברענגען זיין גאנצער גוף אונטער דעם רשות פון השי"ת, און אים ממליך זיין אויף אלע זיינע איברים.
באר מים חיים

די מצות סוכה איז מבטל די שלעכטע דיעות, און אמונת כוזבות.
אגרא דכלה

די מצות סוכה איז מסוגל מבטל זיין די יצר הרע פון תאוות אכילה. פרי צדיק

אלע מצות איז מען נאר מקיים מיט איין אבר, אבער די מצוה פון סוכה נעמט ארום דעם גאנצן מענטש מיט אלע זיינע אברים.
דברי יחזקאל

דער מעזריטשער מגיד זי"ע האט געזאגט מקוה איז מטהר, און סוכה איז מעלה.

די מצוה פון סוכה איז די כלל פון די גאנצע תורה, און דורך איר זענען מיר באהאפטן אין השי"ת.
זרע קודש



איינלאדענען די אושפיזין
שטייט און ספר יסוד ושורש העבודה אז פון לשון הזוהר הקדוש קומט אויס אז אויב מען לאדענט נישט איין די אושפיזין, אפילו מען איז א צדיק גמור, פונדעסטוועגן קומען בכלל נישט די אושפיזין אין זיין סוכה, ווייל מען דארף זיי איינלאדענען מיטן מויל און זיי רופען מיט זייער נאמען:

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג אוקטובער 10, 2008 1:05 am

צוגרייטן די סוכה
דער הייליגער צדיק הרה"ק ר"ר אלימלך זי"ע ברענגט אין זיין ספה"ק נועם אלימלך אין פרשת קדושים די פאלגענדע ווערטער:
יעדער מענטש דארף זיך רייניגן און הייליגען זיינע איברים וואס ער האט, כדי זיי זאלן זיין גרייט שטענדיג צו טוען דעם אויבערשטער, און צוליב דעם איז דא פארשידענע מצוות וואס מ'דארף מאכן מיט די הענט כדי צו רייניגן די הענט אז זיי זאלן גרייט צו טוען דעם אויבערשטערס רצון. ווי צום ביישפיל מאכן א סוכה מיט די הענט דעמאלס הייליגט ער זיינע איברים, אז נאכדעם וואס ער האט שוין געפארטיגט די סוכה איז שוין זיינע הענט אויסגעארבעט, און ער דארף שוין נישט שווער הארעווען נאר ער קען גלייך זיצן אין די סוכה.

אין ספה"ק דעת משה שטייט א מורא'דיג ווארט מיט די הקדמה פון דעם דערמאנטן נועם אלימלך. ער טייטש דער פסוק ששת ימים תעשה מלאכה וביום השביעי שבת שבתון, אז די קדושה וואס א מענטש איז זוכה אין שבת קודש ווענדט זיך לויט די הכנה וואס ער האט צוגעגרייט דערצו אין די זעקס טעג פון די וואך. לויט וויפל הכנה ער לייגט אריין אזויפיל השפעות נעמט ער ארויס, ווי חז"ל זאגן מי שטרח בערב שבת יאכל בשבת. דאס איז פשט אין פסוק ששת ימים תעשה מלאכה - די זעקס טעג זאלט איר זיך צוגרייטן צום שבת, און ארבעטן דערויף, וועט פארפולקאמט ווערן דער וביום השביעי שבת שבתון - איר וועט זוכה זיין צו א ריכטיגער שבת קודש.
פירט אויס דער דעת משה, ביי סוכות שטייט בסוכות תשבו שבעת ימים, זאגן חז"ל אויף דעם פסוק תשבו כעין תדורו, דער פשט דערפון איז ווי פאלגענד: סוכות האט די זעלבע קדושה ווי שבת, ווי דער פסוק איז דאס מרמז אין די ראשי תיבות פון ב'סוכות ת'שבו ש'בעת, און אזוי ווי אין שבת שפירט מען א טעם מעין עולם הבא, אזוי קען מען דאס אויך שפירן אין סוכות, אבער אזוי ווי די קדושה פון שבת שפירן נאר די וואס האבן זיך צוגעגרייט דערצו, אזוי אויך סוכות שפירט מען די קדושה נאר לויט די הכנה דערצו, דעריבער זאגן חז"ל תשבו כעין תדורו וואס זייער כוונה איז, תשבו - איר וועט זיצן אין די סוכה מיט די קדושה און מיט דעם טעם, כעין תדורו - אזוי ווי איר גרייט אן דעם וואויניג און וויאזוי איר גרייט זיך אן צום יום טוב, דעריבער איז זייער וויכטיג אין די טעג עוסק צו זיין מיט די ריכטיגע הכנה צום יום טוב, כדי זוכה צו זיין צו שפירן אין יו"ט דעם אמת'דיגן טעם פון יום טוב.

אין ספה"ק צמח צדיק שטייט בדרך רמז א טעם פארוואס מ'דארף אין די פיר טעג צווישן יום כיפור און סוכות עוסק זיין אין די מצוה פון מאכן א סוכה, ווייל סוכה איז בגימטריא צ"א, און פיר מאל די ווארט סוכה איז בגימטריא שס"ד, און מיט דעם וואס מ'בויעט א סוכה אין די "פיר" טעג טוט מען פארטרייבן דער שטן וואס אויך זיין גימטריא איז שס"ד.

אין ספה"ק תורת אמת פון הרה"ק ר' לייבעלע אייגער ז"ל שטייט א רמז וועגן בויען די סוכה און שלעפן בינטלעך סכך צו באדעקען די סוכה, לויט'ן פסוק בא יבא ברנה "נושא אלומותיו" וואס דאס מיינט שלעפן די בינטלך סכך, וואס מיט דעם וואס מ'איז עוסק אין די מצוה פון סוכה אין די טעג, איז מען זוכה צו שעפן פון די גוטע השפעות וואס קומען אראפ אין יו"ט סוכות.

אין ספה"ק סידורו של שבת ווערט געברענגט אז אין יעדע גוטע זאך, און אין יעדע מצוה זוכט די סטרא אחרא זיך אנצוכאפן דערין, און מיט דעם וואס מ'ארבעט שווער צומאכן די מצוה צוברעכט מען דער כח פון יצר הרע, און ער רעכענט אויס אפאר ביישפילן וועלכע איינס דערפון איז די מצוה פון מאכן א סוכה.

אין ספה"ק קב הישר שטייט א טעם פארוואס מיר זענען עוסק צו מאכן סוכות נאך יום כיפור, ווייל מיר געפונען ביי יום כיפור האט דער אויבערשטער געזאגט אז מ'זאל נעמען צוויי שעירים, איינס זאל זיין לה' און איינס זאל גיין לעזאזל וואס האט מיטגעטראגן מיט זיך אלע עבירות פון די אידן, און דורך דעם האבן די אידן געהאט א כפרה. פירט אויס דער קב הישר, די זעלביגע וואס אונזערע עלטערן האבן געטוען ווען דער בית המקדש איז געשטאנען, טוען מיר היינט, ווייל מיר געפונען אין פסוק שטייט וישב עשו ביום ההוא לדרכו שעירה, - עשו וואס איז געווען א "איש שעיר" האט געטוען די זעלבע ארבעט ווי די שעיר לעזאזל האט געטוען, און ער האט אוועק געטראגן מיט זיך אלע עבירות פון די אידן, וואס שטייט נאכדעם אין פסוק? ויעקב נסע "סוכֹתה", זען מיר פון דעם אז נאכדעם וואס מ'האט אוועק געטראגן די עבירות קומט די מצוה פון מאכן סוכות, דעריבער טוען מיר אויך אזוי און נאך יום כיפור וואס מ'האט אוועקגעטראגן די עבירות פון אלע אידן מאכן מיר אויך סוכות אין די טעג.

אין ספה:ק אלף המגן שטייט אז נאכדעם וואס דער אויבערשטער האט מוחל געווען די עבירות פון די אידן, שטייט דער יצר הרע און ער ווארט שוין ווען ער וועט קענען אריינכאפן די אידן אונטער זיין רשות, דעריבער איז דעמאלס א גרויס ענין עוסק צו זיין אין די מצוה פון בויען א סוכה כדי די יצר הרע זאל נישט קענען שולט זיין.

נאך א טעם ווייל אזוי ווי מיר ווייסן איז דא א הלכה אז די סכך מיט וואס באדעקט די סכך טאר נישט זיין פון א זאך וואס קען טמא ווערן, ווייל די סכך דארף זיין פון לויטער קדושה. די זעלביגע דער וואס לייגט ארויף די סכך דארף אויך זיין ריין, דעריבער איז זייער צוגעפאסט צו לייגן די סכך אין די טעג צווישן יום כיפור און סוכות וואס דעמאלס איז יעדער ריין פון עבירות.

עס שטייט אין של"ה הקדוש אז יעדער מענטש זאל זען אליין צולייגן די סכך אויף די סוכה, און עס נישט מאכן דורך א שליח.
און אין ספה"ק פתחא זוטא הלכות סוכה צייכענט ער צי א תוס' אין מסכת מועד קטן דף ט' ע"ב, וואס פון זיינע ווערטער זעט אויס אז מצות עשיית סוכה איז פון די מצוות וואס מ'קען נישט מאכן דורך א צווייטן, נאר מ'מוז עס אליין מאכן מיט די אייגענע הענט, און ס'איז דארט א נפק"מ להלכה ועיי"ש.
אין ספר דרכי חיים ווערט געברענגט אז דער צאנזער רב זי"ע פלעגט ערב יום טוב אליין ארויפלייגן די סכך אויף די סוכה.

ס'שטייט אין מטה אפרים סימן תרכ"ה, אז ס'איז א גלייך אז מ'זאל נישט צומאכן דעם שלאק ערב יו"ט ביינאכט ווען די קדושה פון יו"ט קומט אן, ווייל די קדושה פון יו"ט סוכות זאל קענען רוען אויף די סוכה.
אויך איז גלייך אז א גאנץ יום טוב ווען מ'קען נאר זאל די שלאק זיין אפען, און נישט ווי א טייל מענטשן טוען אז זיי עפענען נאר די שלאק ווען זיי עסן אין די סוכה, ווייל ווער ס'האט נאר שכל טוט נישט אזוי, עכ"ל.

אין ספה"ק אוהל אלימלך ווערט געברענגט, כ'האב געהערט פון ר' אלעזר די זון פון הייליגן ר"ר אלימלך, וואס ער האט געפרעגט אויף די גמרא אין מסכת מגילה וואס די גמרא דערציילט ווען המן הרשע האט גערעדט לשון הרע אויף די אידן, האט ער געזאגט פאר אחשורוש די אידן האלטן נישט ביים ארבעטן און שטענדיג זאגן זיי שבת היום פסח היום - היינט איז פסח אדער שבת. האט ר' אלעזר געפרעגט לכאורה וואס איז געווען המן'ס טענה, פסח איז דאך נישט א גאנץ יאר, און פארוואס זאגט ער אז א גאנץ יאר ווילן זיי נישט ארבעטן?
נאר האט ער גענטפערט אז די עיקר וואס המן האט נישט געקענט אויסהאלטן איז געווען די צוגרייטונגן וואס די אידן מאכן פאר א יו"ט, דעריבער האט ער געזאגט פאר אחשורוש אז א גאנץ יאר זענען זיי פארנומען מיט צוגרייטונגן פאר'ן יום טוב, ממילא פון דעם וואס המן הרשע האט עס נישט געקענט אויסהאלטן, זעהן מיר ווי חשוב די הכנות פאר א יום טוב זענען. ווי דוד המלך זאגט אין תהילים, מאויבי תחכמנו - פון מיינע פיינט קען מען זען וואס ס'איז חשוב ביים אויבערשטער.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג אוקטובער 10, 2008 1:06 am

פאר'ן אריינגיין אין די סוכה

אין ספה"ק שער המלך שטייט אויף די משנה אין מסכת ראש השנה, בארבעה פרקים העולם נידון - פיר מאל א יאר ווערט די וועלט גע'משפט, וואס דאס איז ווען ס'איז דא א יום טוב ביי אידן, און די משנה זאגט דארט די לשון "בפרוס" החג, זאגט דער שער המלך וואס איז די לשון "בפרוס" החג?
גיט ער צו פארשטיין אז כאטשיג יעדן יום טוב איז דא א משפט אויף געוויסע זאכן פון די וועלט ווי ס'איז אויסגערעכענט אין די משנה, אבער דער אויבערשטער וואס איז א חנון ורחום טוט אויסשפרייטן זיינע פליגלך אויף זיינע אידישע קינדער, און ער טוט זיי באשיצען, און דאס איז די לשון פון די משנה "בפרוס" וואס דאס מיינט אז דער אויבערשטער טוט באשיצען אויף די אידן, אבער דאס איז נאר ווען מ'פירט זיך אויף ווי עס דארף צו זיין. דעריבער דארף מען זען ווען דער יום טוב קומט אריין, און דער אויבערשטער וויל באשיצען זיינע אידן, אז מ'זאל ווערט זיין אז דער אויבערשטער זאל באשיצען,
דער שער המלך איז דארט מאריך צו טייטשען די משנה ובחג נידונין על המים, אז יום טוב סוכות טוט מען משפט'ען וויפיל וואסער מ'האט פארגאסן אין די פארגאנגענע טעג יום כיפור, און אזוי איז דער אויבערשטער משפיע וואס זיינע קינדער דארפן.

דער ייטב לב זאגט אין זיין ספה"ק ייטב פנים, אז די ווארט בסוכות "תשבו", איז די ווארט "בושת" וואס דאס מיינט שעמען, און ער איז מאריך דארט אז ווען א מענטש טראכט אריין די קדושה וואס איז דא אין יום טוב סוכות, און וויאזוי ער זעט אויס, ווערט ער פול מיט בושה און ער טראכט ווי אזוי קען איך אריינגיין אין די הייליגע סוכה. אבער אז מ'נעמט זיך פאָר אז מ'גייט פון היינט און ווייטער גיין אין די גוטע וועגן, נעמט עס דער אויבערשטער אן.
מיט דעם טייטש ער דעם פסוק כל האזרח בישראל - יעדער וואס זאגט "אזרח" איך גיי לייכטן (מלשון זורח - שיינען) ישבו בסוכות - דער קען שוין זיצן אין די סוכה, און א ראיה דערצו - זאגט דער פסוק ווייטער - כי בסוכות הושבתי את בני ישראל בהוציאי אותם מארץ מצרים - וויל ווען די אידן זענען ארויס פון מצרים און זיי זענען געווען פארשמירט מיט עבירות, און מיט דעם אלעם וויבאלד זיי האבן זיך פארגענומען אז זיי גייען נעמען די תורה אויפ'ן בארג סיני, האט זיי דער אויבערשטער ארויסגענומען פון מצרים. די זעלבע איז ווען איינער נעמט זיך פאר צו זיין ערליך נעמט דער אויבערשטער אן זיין גוטע מחשבה און ער קען אריינגיין אין די סוכה, און באקומען די השפעות טובות וואס סוכות איז משפיע.

דער ראפשיצער רב זי"ע אין זיין ספה"ק זרע קודש זאגט, אויפ'ן פסוק למען "ידעו" דורותיכם כי בסוכות הושבתי וכו', אז ידיעה איז טייטש מ'דארף וויסן אז מ'איז געזעסן אין די סוכה ווען מ'איז ארויס פון מצרים, און נישט נאר געדענקן אז מ'איז ארויס, ווייל דאס מיינט דאך זכירה, און אז די תורה האט דא געשריבן "ידעו" האט די תורה געוואלט אז מ'זאל וויסן.
פירט ער אויס, ווען א איד גייט אריין אין די סוכה דארף ער וויסן און ממש שפירן אז ער גייט איצט ארויס פון טומאה און גייט אריין אין קדושה, און אפילו פאר סוכות איז ער נישט געווען ווי ס'דארף צו זיין, אבער אזוי ווי ס'קומט די מינוט פון יום טוב סוכות, דארף ער זיך שפירן ווי א נייע באשעפעניש. און צוליב דעם וערן די ימים טובים אנגערופן "מצות עשה שהזמן גרמא" דאס מיינט צוזאגן ווען ס'קומט דער זמן שיקט דער אויבערשטער אראפ צוליב זיין רחמנות, א גרויסע אור וואס יעדער איינער קען דערצו זוכה זיין, אבער מיט דעם אלעס דארף זיך א מענטש רייניגן פאר סקומען אזעלכע גרויסע טעג.

אין ספה"ק מגן אברהם פון טריסקער מגיד ז"ל, שטייט אז דער יום טוב סוכות ווערט אויך אנגערופן "זמן שמחתינו", ברענגט ער פון זיין טאטע'ן דער טשערנאבלער מגיד ז"ל, וואס האט געטייטשט זמן - פון לשון אנגרייטן, אז פון דעם יום טוב גרייט מען אן שמחה און פרייד אויף א גאנץ יאר, פירט אויס דער טריסקער מגיד, דעריבער ווייל ס'קומען די הייליגע טעג, דארף מען גוט אריינטראכטן פאר מ'גייט אריין אין די סוכה אז דאס איז גאר א הייליגע זאך, און האט אין זיך גאר גרויסע סגולות, און נישט אריינגיין אין די סוכה וועגן ער איז געוואוינט אז מ'דארף אריינגיין אין די סוכה, נאר יעדע מאל זאל ער אריינטראכטן וואס א מצוה דאס איז.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג אוקטובער 10, 2008 1:06 am

די ערשטע כזית אין די סוכה

דער ב"ח שרייבט אז וויבאלד מיר געפונען אין פסוק ווען דער אויבערשטער זאגט אן די מצוה פון סוכות, שטייט דערנעבן למען ידעו דורותיכם כי בסוכות הושבתי וכו' – דער אויבערשטער זאגט פאר די אידן צוליב דעם זאלט איר זיצן אין די סוכה כדי אלע שפעטער'דיגע דורות זאל'ן וויסן אז ווען מ'איז ארויסגעגאנגען פון מצרים האט דער אויבערשטער אריינגעזעצט אין סוכות און זיי באשיצט א גאנצע וועג אין מדבר, און וויבאלד מיר זען אז דער פסוק שרייבט נעבן די מצוה למען ידעו, איז א סימן אז די תורה האט געוואלט מ'זאל אינזין האבן ביים ערשטן כזית וואס מ'איז יוצא דערמיט די מצוה, דער טעם פון די מצוה (אגב! אין סימן כ"ה ביי הלכות תפילין האלט אויך די ב"ח אז מ'דארף אינזין האבן דעם טעם.)

דער מגן אברהם קריגט אבער אויפ'ן ב"ח און האלט אז אויב מ'האט נישט אינזין געהאט איז דאס נישט מעכב.

דער גאון רבי יוסף צבי דושינסקיא ז"ל ערקלערט די מחלוקה פון ב"ח און מגן אברהם, אז דאס ווענדט זיך אין א אנדערע באקאנטע מחלוקה אין מסכת סוכה, צווישן ר' אליעזר און ר' עקיבא, איינער האלט אז מצות סוכה איז א זכר צו די וואלקענעס אין וואס דער אויבערשטער האט אונז ארום גענומען ווען די אידן זענען געווען אין מדבר, און איינער האלט אז אין מדבר האט מען געמאכט געהעריגע סוכות, און מיר מאכן א זכר צו די סוכות, האט דער גאון ז"ל מסביר געווען אז דער ב"ח האט געהאלטן אז מיר מאכן א זכר צו די וואלקענעס, דעריבער דארף מען אינזין האבן אז מיר זיצן אין די סוכות אלס א זכר צו די וואלקענעס, אבער דער מגן אברהם האט געהאלטן אז מיר מאכן דאס אלס א זכר צו די געהעריגע סוכות וואס מ'האט געמאכט אין מדבר דעריבער דארף מען נישט ספעציעל אינזין האבן, ווייל מיר זענען סיי ווי סיי אין די סוכות וואס זיי זענען געזעסן, אויך האט ער מיט דעם מסביר געווען די מחלוקה וואס מיר זען אז אין די גמרא ווערט סוכות אנגערופן מצוה קלה – א גרינגע מצוה, און אין פייט לסוכות שטייט בל תהי מצות סוכה קלה בעניך – ס'זאל נישט זיין דער מצות סוכה גרינג אין דיינע אויגן, איז דאס לכאורה א סתירה, נאר מ'קען זאגן א די גמרא האט געלערנט אין די שיטה פון מגן אברהם אז מ'דארף נישט קיין ספעציעלע כונה, דעריבער איז עס טאקע א גרינגע מצוה, אבער דער פייטן האט געלערנט ווי די שיטה פון די ב"ח אז מ'דארף יא האבן די ריכטיגע כוונה, דעריבער איז עס טאקע א שווערע מצוה.

אין ספה”ק ביכורי יעקב ווערט געברענגט אז אויב מ'האט נישט אינזין געהאט ביים ערשטן כזית, זאל מען איבער עסן נאכאמאל מיט די ריכטיגע כוונה.
נאך ווערט געברענגט אין ספה”ק ביכורי יעקב אז א יעדער טאטע דארף פארציילן די ערשטע נאכט אלע ניסים וואס איז געשעהן פאר די אידן מיט די סוכות, און פארוואס מיר זעצען אין די סוכה, אזוי ווי ס'איז דא א חיוב צו פארציילן די ערשטע נאכט פסח.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג אוקטובער 10, 2008 1:07 am

וואס דארף מען אינזין האבן?

דער חינוך אין מצוה שכ"ה זאגט אז דער טעם פארוואס דער אויבערשטער האט געהייסן מאכן דעם יום טוב סוכות, איז כדי מיר זאל'ן געדענקן די גרויסע ניסים וואס דער אויבערשטער האט אונז געמאכט ווען אונזערע עלטערן זענען ארויס געגאנגען פון מצרים, אז ער האט זיי באדעקט מיט די וואלקענעס, אז ס'זאל זיי נישט שאטן נישט די זון בייטאג, און נישט די קעלט זאל שאטן ביינאכט, און אז מיר וועלן געדענקן די אלע גוטע זאכן וואס דער אויבערשטער האט אונז געטוען, וועט יעדער איינער נאר וועלן טוען דעם אויבערשטערס ווילן, ווייל דער אויבערשטער טוט אונז אזעלכע גוטע זאכן, און אז דער אויבערשטער זעט אז מ'פירט זיך גוט, טוט דער אויבערשטער פאר אונז ווייטער גוטע זאכן, ווייל דאס איז דעם אויבערשטערס רצון נאר צו קענען טוען גוט'ס פאר זיינע קינדער.

אין סדר היום שטייט די כוונה וואס מ'דארף אינזין האבן ווען מ'עסט אין סוכה, אז מיר זענען אמאל געווען אין מצרים, און מיר זענען געווען אין מ"ט שערי טומאה, און כמעט ווי געווארן איינגעזונקען אין די שער הנו"ן פון טומאה ר"ל, און דער אויבערשטער האט אונז פון דארט ארויסגעצויגן, און דערנענטערט צו די ריכטיגע וועג, און געגעבן די תורה, און געמאכט פון אונז אזא הייליג פאלק, און אזוי ווי דאס איז געווען זייער א גרויסע טובה פאר אונז און מיר האבן צוגעזען מיט די אייגענע אויגן, וויל דער אויבערשטער מיר זאל'ן דאס געדענקן, האט ער געמאכט די דריי ימים טובים וואס אלע דריי ימים טובים זענען אלס א זכר צו יציאת מצרים, און דעריבער האט דער אויבערשטער געזאגט אז די סוכות זענען א זכר צו די וואלקענעס וואס כ'האב געמאכט "ווען איר זענט ארויס פון מצרים", ווייל די עיקר איז צו געדענקן די ניסים וואס דער אויבערשטער האט אונז געטוען ווען מ'איז ארויס פון מצרים, דעריבער דארף יעדער מענטש וואס זעצט זיך אריין אין די סוכה אין די קאלטע טעג וואס געווענליך גייט מען אריין אין שטוב, און מיר גייען ארויס און זעצען זיך אריין אין די סוכהווייל דער אויבערשטער האט געהייסע, דארף מען געדענקן די טובות וואס דער אויבערשטער האט אונז געטוען אין מצרים, אז פון די אלע טומאות האט ער אונז ארויסגעשלעפט און געמאכט פאר אזא הייליג פאלק, און אז מ'געדענקט דאס ברענגט עס אויף א מענטש יראת שמים און א וויילן צו טוען דעם אויבערשטערס רצון וואס דאס איז דער עיקר פון א מענטש.

דער רשב"ם אין ויקרא כ"ג זאגט אז דעריבער האט דער אויבערשטער געהייסן עסן אין די סוכה אין די טעג וואס געווענליך נעמט מען צוזאם די תבואה פון פעלד, און מ'פירט עס אין שטוב אריין, כדי מיר זאלן זיך דערמאנען אז אידן זענען געזעסן אין סוכות ווען מ'איז געווען אין מדבר, און מ'האט גארנישט געהאט, נאר דאס ביסעל מן און וואסער, און איצט אז מ'האט פון אלעם גוטן און מ'נעמט אריין די תבואה אין שטוב, זאל מען געדענקן אז דאס איז נישט קיין אייגענע כח, נאר דאס אלעס קומט פון אויבערשטער, ווייל ער איז דער וואס גיט אלעס פאר א מענטש, און אן אים גייט גארנישט, דאס איז די עיקר טעם פון מצות סוכה.

דער רמב"ם אין שרשי המצוות זאגט אז דער אויבערשטער האט געוואלט אז אין די גוטע צייטן זאל מען זיך דערמאנען פון די שלעכטע צייטן, דעריבער גייען מיר אריין אין די סוכות ווי ס'איז די מנהג פון די וואס גייען אין א מדבר, כדי מיר זאלן זיך דערמאנען די אלע טעג וואס די אידן זענען געגאנגען אין מדבר, און כאטשיג מיר האבן פון אלעם גוטן, דארף מען געדענקן די טעג אויך, דעריבער האט דער אויבערשטער געהייסןע זיצן אין די סוכה.

אין ספה”ק אמרי נועם שטייט אז די ערשטע טאג פון סוכות איז מסוגל צו א רפואה שלימה, מער ווי אלע טעג, ווייל די ערשטע טאג איז אקעגן אברהם אבינו, וואס ער האט געהאט א שטייט אויף זיין האלז וואס ווער ס'האט געקוקט דערויף און האט זיך גענויטיגט אין א רפואה איז געווארן אויסגעהיילט, דעריבער איז אין זיין אושפיזא א סגולה צו א רפואה שלימה.

אין ספה”ק צמח צדיק שטייט אז סוכות איז א סגולה אויף א רפואה אויף אלע רמ"ח איברים וואס איז דא אין א מענטש, ווייל סוכ"ה במילואו – סמ"ך וא"ו כ"ף ה"י, איז בגימטריא רמ"ח אזוי ווי די איברים וואס א מענטש האט, און בפרט אין די ערשטע טאג סוכות – אושפיזא דאברהם אבינו וואס איז אויך די גימטריא פון אברהם איז רמ"ח.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג אוקטובער 10, 2008 1:09 am

דיני ישיבת סוכה מספר דרך החיים ליו"ט סוכות

די גאנצע זיבן טעג פון יו"ט סוכות דארף א מענטש מאכן זיין סוכה פאר זיין באשטימטע דירה, און זיין הויז ווי ער וואוינט א גאנץ יאר דארף ער מאכן פאר אפראוואזארישע דירה, דאס מיינט אז ער דארף עסן און טרונקען, שלאפן, און שפאצירן אין די סוכה, און די אלע זאכן וואס ער טוט געווענליך אין שטוב, דארף ער עס איצט מאכן אין די סוכה, אזוי אויך די אלע שיינע כלים וואס ער האט זאל ער אריינברענגן אין די סוכה, אבער טעפ און די אלע זאכן וואס מ'טראגט נישט געווענליך אריין אין עס צימער טאר מען עס אויך נישט אריינטראגן אין די סוכה, אבער די טעלער'ס און די אנדערע עסצייג וואס מ'עסט דערמיט מעג מען יא אריין טראגן אין די סוכה, אבער ווען מ'האט אפגעגעסן איז נישט גלייך צו לאזען די שמוציגע טעלער און די שמוציגע עסצייג אין די סוכה, און אויב מ'האט יא געלאזט אומריינע זאכן ווערט די סוכה נישט פסול מיט דעם, (ס'איז כדאי אן צו ווייזן די הארבקייט פון אריינברענגן אומ- ריינע כלים אין די סוכה, אז די וואס פירן זיך אז אין שמיני עצרת זיצן זיי אויך אין די סוכה, אבער זיי ווילן ווייזן אז דאס איז נישט ווי די אנערע טעג פון סוכות, שטייט אין די פוסקים אז מ'זאל אריינברענגן אזעלכע כלים אין די סוכה וואס מ'ברענגט נישט אריין געווענליך, זעט מען אז ער זיצט נישט לשם מצוה אין די סוכה, זען מיר פון דעם אז אין די זיבן טעג פון סוכות איז זייער הארב דאס ענין פון אריינברענגן אומ- ריינע זאכן אין די סוכה).

מ'טאר נישט מאכן קיין שום ביליגע זאך אין די סוכה, ווי אויסשווענקען די כלים א.ד.ג.

די שיעור פון ווען מ'מוז עסן אין די סוכה איז ווען איינער עסט א "אכילת קבע" פון ברויט וואס דאס איז אביסל מער ווי די גרויס פון א איי, אבער ווען מ'עסט ווייניגער פון דעם, מעג מען עס עסן אויסער די סוכה, און די זעלבע הלכה וועט זיין ווען איינער עסט דעם שיעור פון די ה' מיני דגן (וואס אויף זיי מאכט מען א בורא מיני מזונות) דארף ער עס עסן אין די סוכה און מאכן די ברכה "לישב בסוכה", אבער ווען איינער עסט פרוכט, אדער וויין, קעז א.ד.ג., דארף ער נישט עסן אין די סוכה, אבער אויב ער מאכט פון די זאכן א געהעריגע סעודה דארף ער עס יא עסן אין די סוכה, אבער ער קען נישט מאכן א ברכה לישב בסוכה, דעריבער איז בעסער אז ער זאל קודם עסן א מאכל פון די ה' מיני דגן און מאכן אויף דעם די לישב בסוכה, אזוי ארום וועט ער יוצא זיין אלע דיעות.

דאס איז אלעס נאר לויט'ן דין, אבער וועס ס'איז מחמיר און טרונקט נישט אפילו וואסער אויסער די סוכה, זאל זיין געבענטש.

על פי הלכה דארף מען שלאפן אין די סוכה, אפילו דער וואס וויל נאר כאפן א קורצען דרימעל, מוז עס אויך טוען אין די סוכה, און אזוי פירן זיך טאקע די מדקדקים במצוות, אבער היינטיגע צייטן איז דא אסאך וואס פירן זיך נישט אזוי, און די פוסקים זענען שוין מאריך צו טרעפן א היתר ואיף זיי, אבער ס'איז בעסער מחמיר צו זיין און מאכן אזא סוכה וואס ער און זיי פרוי זאלן קענען שלאפן דארט אזוי ווי ער טוט א גאנץ יאר, אבער דאס איז זיכער אז די סוכה מוז זיין געבויעט אויף אזא פלאץ וואס זאל זיין ראוי מ'זאל קענען שלאפן דארט, אבער אויב ער בויעט עס אויף אזא פלאץ ווי מ'האט מורא צו שלאפן דארט ביינאכט איז מען אינגאנצן נישט יוצא די מצוה מיט די סוכה, ווייל א סוכה דארף זיין כעין תדירו, אזוי ווי א געהעריגע וואויניג.
מן התורה איז מען נאר מחויב צו עסן אין די סוכה די ערשטע נאכט פון סוכות וואס דעמאלס דארף מען עסן א כזית אין די סוכה, אנדערש ווי אלע אנדערע נעכט וואס אויב מ'עסט נאר א כזית קען מען נישט מאכן די ברכה לישב בסוכה, אבער דעם ערשטן טאג וויבאלד אויב מ'וויל עסן אפילו נאר כזית מוז מען אריינגיין עסן אין די סוכה, דעריבער דארף מען אפילו אויף א כזית מאכן א ברכה, און די ערשטע נאכט מאכט מען נישט קידוש און מ'עסט נישט די כזית ביז ס'איז זיכער נאכט.

ערב סוכות פון חצות און ווייטער עסט מען נישט קיין ברויט, כדי מ'זאל גלוסטן ביינאכט צו עסן.

די צווייטע נאכט יו"ט דארף מען אויך עסן אין סוכה אפילו מ'האט נאר א כזית, אבער א ברכה פון לישב בסוכה מאכט מען נישט נאר אויב מ'עסט א כביצה, (און מ'דארף אכטונג געבן צו עסן די כביצה אן אויסרעדן אינמיטן כדי מ'זאל עסן א כביצה אויף איינמאל).

אנדערע טעג פון סוכות איז ער נישט מחויב צו עסן אין די סוכה, נאר אויב ער וויל עסן א סעודת קבע, מוז ער עסן אין די סוכה, אבער אויב ער וויל נאר עסן פירות מעג ער, און ער קען עס עסן אויסער די סוכה, און אפילו שבת ויו"ט וואס מ'איז מחויב צו עסן א סעודה לכבוד'ן טאג, אבער ער קען עסן ווייניגער פון א כביצה און דעמאלס דארף ער עס נישט עסן אין די סוכה, אבער לכתחילה איז זיכער בעסער אז ער זאל עסן א סעודה לכבוד שבת ויו"ט און טאקע עסן אין די סוכה.

אויב עס רעגענט

אויב ס'רעגענט די ערשטע נאכט, דארף ער מאכן קידוש מיט שהחינו און עסן א כזית חלה אין די סוכה, אבער א ברכה פון לישב בסוכה קען ער נישט מאכן, און דערנאך ענדיגט ער זיין סעודה אין שטוב, אויב ס'רעגענט די צווייטע נאכט, מאכט ער קידש און עסט די סעודה אינדערהיים, און דערנאך עסט ער א כזית אין סוכה אן א ברכה לישב בסוכה, אויב ס'האט שפעטער אויף געהערט צו רעגענען מוז ער ביידע נעכט גיין אין סוכה און עסן א כביצה חלה און מאכן א ברכה לישב בסוכה, אבער אויב ער עסט נאר א כזית קען ער נישט מאכן די ברכה, ביידע נעכט אויב זעט ער לויט'ן רעגן אז ס'גייט באלד אויפהערן צו רעגענען זאל ער צו ווארטן מיט זיין סעודה, און נישט עסן ביז ס'הערט אויף צו רעגענען.

אויב ער האלט אינמיטן די סעודה, אדער נאך פאר די סעודה, און ס'פאנגט אן צו רעגענען, ווען ס'רעגענט אזוי שטארק אז אויב ס'וואלט אריינגעפאלן רעגן אין די זופ וואלט עס געווארן פארדארבן, דעמאלס איז ער פטור פון צו עסן אין די סוכה, און ווער ס'קען נישט אויס רעכענען אזוי פונקטליך דעם שיעור, זאל אויסרעכענען אויב ס'וואלט אריינגערעגענט ביי זיך אין שטוב וואלט ער צוליב דעם רעגן ארויס פון זיין שטוב און געגאנגען אין א אנדערע שטוב, אויב ס'רעגענט אזוי שטארק מעג ער ארויסגין פון די סוכה און אריינגיין עסן אין שטוב.

אויב ער עסט אין די סוכה און ס'פאנגט אן צו רעגענען, און ער איז אריין אין זיין שטוב עסן, און דערנאך האט אויפגעהערט צו רעגענען, קען ער ווייטער בלייבן עסן אין שטוב, און מ'איז אים נישט מטריח צו גיין עסן אין די סוכה, אבער אויב ער האט זיך נאך נישט געזעצט עסן אין שטוב, נאר ער הלאט נאך פאר די סעודה, כאטשיג ער האט זיך אפגעשטעלט פון צו עסן אין די סוכה, אבער ווייבאלד ער האט נאך נישט אנגעפאנגן צו עסן אין שטוב, איז עס נישט אזא גרויסע טירחא, און ער דארף צוריק גיין עסן אין די סוכה.

ווען מ'שלאפט אין די סוכה, און ס'האט אנגעפאנגן צו רעגענען, אבער ער וויל אריינגיין שלאפן אין די סוכה און ס'רעגענט, קען ער זיך לייגן שלאפן אין שטוטב, און אפילו ס'הערט אויף צו רעגענען אינמיטן די נאכט דארף ער נישט צוריק גיין יענע נאכט שלאפן אין דיס וכה, נאר ער קען ווייטער שלאפן אין שטוב, אבער אויב ער וועקט זיך אויף נאכ'ן עלות השחר און ער זעט אז ס'רעגענט נישט דארף ער יא צוריק גיין אין די סוכה, ווייל נאכ'ן עלות השחר איז שוין ווי א נייער טאג, די זעלבע אויב אינמיטן די נאכט הערשט אויף צו רעגענען, און ער האט זיך נאכנישט געלייגט שלאפן, דארף ער אויך גיין שלאפן אין די סוכה.

ביים שלאפן איז נישט די שיעור אזוי ווי ביים עסן, נאר די קלענסטע רעגן וואס רעגענט איז א צער אזוי צו שלאפן, און ער קען אריינגיין אין שטוב, אבער ווען מ'גייט ארויס פון סוכה ביי א רעגן, זאל מען נישט שטויסן און אזוי ארויס גיין נאר ארויס גיין מיט א צובראכענעקייט אז מ'קען נישט זיצן אין די סוכה, און ווי די גמרא ברענגט די משל, צו א קעניג וואס האט געהייסן זיין באדינער זאל אים ברענגן א גלאז וואסער, און ווען די קנעכט ברענגט אים די וואסער גיסט אים די קעניג אן מיט'ן וואסער, אזוי אויך דער אויבערשטער דער קעניג, האט אונז געהייסן זיצן אין די סוכה, און ווען ס'קומט דערצו גיסט ער פון אויווען וואסער – רעגן (מיט דעם פארענטפערט מען די גמרא אין מסכת עבודה זרה, וואס די גמרא דערציילט דארט אז ווען משיח וועט קומען און די גוים וועלן זאגן אז זיי האבן אויך געוואלט מקיים זיין די תורה, וועט דער אויבערשטער זאגן איך וועל אייך אויס פראבירן מיט איין גרינגע מצוה וואס דאס איז די מצות סוכה, און דער אויבערשטער וועט זיי אריין זעצען אין די סוכה, און ארויסנעמען די זון פון איר האלטער און ס'וועט זיין זייער הייס, און די גוים וועלן נישט אויסהאלטן די היץ, און וועלן געבן א שטויס אין די סוכה און וועלן ארויסגיין פון דארט, וועט דער אויבערשטער זאגן איר זעט אפילו די מצוה קענט עטץ אויך נישט מקיים זיין, פרעגן די מפורשים פארוואס האבן די גוים געדארפט בלייבן זיצן אין דיס וכה אין אזא גרויסע היץ, אפילו אידן זענען פטור פון די מצוה אין אזא צייט, ווי מיר האבן א הלכה המטצער פטור מן הסוכה, איז די תירוץ אז מ'מעג טאקע ארויס גיין אין אזא צייט פון די סוכה, אבער זייער עבירה וועט זיין אז ביים ארויס גיין פון די סוכה וועלן זיי געבן א שטויס וואס דאס איז א געפערליכע עבירה.)

אזוי ווי מ'מעג ארויסגיין פון סוכה וועגן רעגן, מעג מען ארויס גיין פון סוכה צוליב פליגן אין ענליכע זאכן וואס שטערן אים פון עסן אין די סוכה.

און ביי אזא פלאץ ווי על פי הלכה איז מען פטור פון עסן אין די סוכה, און איינער איז מחמיר און ער עסט יאר אין די סוכה האט א הלכה אזוי ווי א הדיוט און מ'טאר נישט מאכן א ברכה לישב בסוכה.

דינים פון די ברכה לישב בסוכה

מ'מאכט נישט די ברכה לישב בסוכה נאר ווען מ'עסט א געהעריגע סעודה אבער ווען מ'האט שוין איינמאל געמאכט א ברכה קען מען שוין דארט שפאצירן און זיצן אן א ברכה ווייל די ברכה וואס מ'האט געמאכט אויף די עסן פון צופרי גייט אויף אלעם ארויף, און ווען איינער האט געמאכט צופרי א ברכה, און ער איז א גאנצן טאג נישט ארויס פון די סוכה, אדער אפילו ער איז יא ארויס, אבער ער האט נישט מסיח דעת געווען פון די סוכה, און ער איז נאר געווען אינדרויסן אויף א קורצע צייט, איז ער ווייטער אלעס יוצא מיט די ערשטע ברכה, און אפילו ער גייט מאכן נאך א סעודה דארף ער נישט מאכן א פרישע ברכה, נאר ער איז אלעס יוצא מיט די ערשטע ברכה, לויט דעם קען אויסקומען אז איינער וועט א גאנץ סוכות נישט ארויסגיין פון זיין סוכה, און ער וועט א גאנץ סוכות יוצא זיין מיט די ערשטע ברכה וואס ער האט געמאכט דעם ערשטן טאג, אבער טאמער ער גייט ארויס ערלעדיגן זיינע געשעפטן, אדער ער גייט אין ביהמ"ד לערנען און דאווענען, דארף ער שפעטער ווען ער קומט צוריק צו די סוכה מאכן נאך א ברכה לישב בסוכה.

ווען איינער האלט אינמיטן די סעודה און ער גייט אריין צו זיין חבר'ס סוכה, דארף ער מאכן דארט א פרישע ברכה, (ווען ער קומט צוריק צו זיין סוכה, דארף ער נישט מאכן א ברכה אויב ער האט אינזין געהאט צוריק צו קומען, אויב ס'איז געווען אויף א קורצע צייט.
ווען איינער האט פארגעסן צו מאכן א ברכה, און ער האלט נאך אינמיטן די סעודה, קען ער דעמאלס מאכן די ברכה, און אפילו ער האט שוין גענדיגט די סעודה, אבער ער ויל נאך איצט זיצן אין די סוכה, קען ער דעמאלס מאכן א ברכה, ווייל דאס זיצן איז אויך פון די מצוה.

ווער ס'פאסט צוליב א שלעכטע חלום (ווי די גמרא זאגט אז דאס בעסטע עצה צו שטערן א שלעכטע חלום איז דורך א תענית) דארף ער מאכן א ברכה נאר אויפ'ן אריינגיין אין די סוכה ווייל דאס איז אויך א מצוה, נאר די וואס מעגן יא עסן ווארטן מיט די ברכה ביז'ן עסן, אבער דער וואס פאסט און קען נישט עסן, דארף ער מאכן א ברכה אויפ'ן זיצן, (דעריבער איז טאקע נישט גלייך צו זיצן אין די סוכה אן א ברכה, אויב מ'האט נישט געגעסן יענעם טאג אין די סוכה און געמאכט די ברכה).

ווער איז פטור פון מצות סוכה
פרויען זענען פטור פון מצוות סוכה, אזוי ווי ביי יעדע מצות עשה שהזמן גרמא – א מצוה וואס מ'איז נישט שטענדיג מחויב נאר אין געוויסע צייטן, ווי סוכה איז נאר אין יום טוב סוכות, אבער ווען זיי עסן אין די סוכה מעגן זיי מאכן א ברכה.

קליינע קינדער זענען פטור פון עסן אין די סוכה, אבער א קינד פון פינף יאר און העכער, דארף אים שוין די טאטע מחנך זיין צו עסן אין די סוכה.

א קראנקער מענטש ל"ע איז ער און זיינע באדינער פטור פון צו עסן אין די סוכה, אבער אזא חולה וואס איז נישט אין א סכנה, זענען זיינע משרתים נישט פטור פון מצות סוכה, אויב די קראנקער דארף זיי איצט נישט אזוי וויכטיג, אבער ביי א חולה וואס איז אין א סכנה טאר מען נישט איבערלאזען קיינמאל, דעריבער זענען זיינע משרתים שטענדיג פטור פון מצות סוכה.

מצטער פטור מן הסוכה – איינער וואס איז זיך מצטער צו עסן אין די סוכה צוליב פליגן אדער ענליכע זאכן איז ער אליין פטור פון צו עסן אין די סוכה, אבער זיינע באדינער'ס דארפן יא בלייבן עסן אין די סוכה, אויב ער האט נאר צער צו שלאפן אין דיסוכה אבער ביים עסן האט ער נישט קייןצער, איז ער נאר פטור פון שלאפן אבער נישט פון עסן, די זעלבע איז פארקערט, אבער דאס איז נאר אויב די צער האט פאסירט נאכן בויען די סוכה, אויב אבער האט ער געמאכט די סוכה אויף אזא פלאץ ווי ער ווייסט אז ער וועט נישט קענען שלאפן, איז ער אפילו די מצוה פון עסן אין די סוכה אויך נישט יוצא דארט, ווייל ער האט עס געמאכט אויף אזא פלאץ ווי ער גייט זיך מצער זיין.

ווער ס'קען נישט שלאפן אין די סוכה ווייל ער מוז זיך איינבייגן, איז נישט פטור און ער מוז אזוי שלאפן אין די סוכה, און א מענטש קען נישט זאגן ביי יעדע זאך אז ער זיך מצער צו זיצן אין די סוכה, נאר ביי אזעלכע זאכן ווי רוב מענטשן וואלטן זיך מצער געווען איז ער פטור פון צו זיצן אין די סוכה.

אבער די ערשטע נאכט פון סוכות, איז אפילו א מצער מחויב צו עסן אין די סוכה.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג אוקטובער 10, 2008 1:10 am

רמזי הלכות סוכה


ז' על ז'
בדרך פשט:
די הלכה איז אז די שיעור פון א סוכה דארף זיין צום ווייניג'סטענס זיבן טפחים די לענג אויף זיבן טפחים די ברייט.

בדרך רמז:
אין ספה”ק הרוקח שטייט אז די גימטריא פון די ווארט "הסוכות" איז 491, און אזוי פיל איז אויך בגימטריא די שיעור פון א כשר'ע סוכות ווי פאלגענד, די לענג און די ברייט פון די סוכה איז 7 אויף זיבן ואס דאס איז 49, און די הויכקייט פון די סוכה דארף זיין צען טפחים, און 49 מאל צען איז 490 [חסר]

אין ספה”ק תורת אמת שטייט אז סוכות האט דאך א שייכות מיט יציאת מצרים, ווייל אלע ימים טובים זענען א זכר צו יצי"מ, און ביי יצי"מ איז דאך געווען די עיקר נס דאס מיר זענען אויס געגאנגען פון די מ"ט שערי טומאה, דעריבער מאכט מען א סוכה פון זיבן אויף זיבן וואס דאס איז 49, צו ווייזן אויף דעם נס פון יצי"מ, דאס מיר זענען ארויס פון די מ"ט שערי טומאה.

כוכבים נראה מתוכה:
בדרך פשט:
די הלכה איז אז די סוכה טאר נישט זיין צו שטארק באדעקט, נאר ס'דארף זיין אזוי באדעקט אז מ'זאל קענען אריין זען אין די סוכה די שטערנ'ס.

דירת עראי
בדרך פשט:
די הלכה איז אז די סוכה דארף זיין געמאכט ווי א דירה וואס מ'וואוינט נאר צייטווייליג, און נישט ווי א דירת קבע, א דירה וואס מ'מאכט אויף צו וואוינען דארט שטענדיג.

אין יערות דבש שטייט אז די תורה האט געהייסן אז נאך יום כיפור, ווען סאיז נאך די ימי התשובה אז מ'זאל זיך אריינזעצען אין א דירת עראי, כדי מ'זאל געדענקן אין די ימי התשובה אז די וועלט איז נאר א פראוואזארישע זאך, און מ'בלייבט נישט דא אויף אייביג, און דעריבער דארף די סכך זיין געדעקט אויף אזא אופן אז מ'זאל אריינזען די שטערנ'ס, וואס דאס קומט צו ווייזן אז די אויגן פון א מענטש דארפן אייביג זיין געוואנדן צום הימל, און ער זאל שטענדיג געדענקן פון אויבערשטער, און דאס איז א גוטע עצה אז דוקא אין סוכות ווען מ'ווארט נאך אויף די אויספיר פון די חתימה, זאל מען דאס האבן פאר די אויגן אז די וועלט איז נאר א עראי, אבער ווער ס'האט שכל דער געדענקט דאס א גאנץ יאר און שטענדיג איז ביי אים די וועלט נאר א פראוואזארישע זאך, און דאס האט באמת בלעם געמיינט צו זאגן מיט די ווערטער "מה טובו אוהליך יעקב" אז די אידן איז אזוי גוט נישט אינטערעסירן די עולם הזה ווייל דאס איז נישט די עיקר, נאר די עיקר איז אויף יענע וועלט, וואס דארט איז די דירת קבע, און דאס איז פשט אין פסוק שבתע ימים – דאס מיינט די גאנצע זיבעציג יאר וואס א מענטש באקומט אויף יענע וועלט, ישבו בסוכות – זאל ער געדענקן אז ער איז נאר אין א דירת עראי ווי א סוכה, און דעריבער הייסט די אכטע טאג פוןס ווכת שמיני עצרת, וואס דאס מיינט אז נאך די זיבעציג יאר איז נאר ווי איינעם וואס מ'האלט אים אויף, אויף דער וועלט, אבער ווען איינער לעבט מיט דעם חשבון הנפש איז אים א שמחה אויף יענע וועלט, און דעריבער הייסט דער יום טוב "זמן שמחתינו" ווייל ווען מ'פירט זיך אויף אזוי ווי די יו"ט סוכות איז מרמז, איז א שמחה אויף יענער ועלט.

דער ווילנער גאון ז"ל זאגט אז דעריבער איז די הלכה אז אין א סוכה דארף זיין די שאטן מער ווי די זון, ווייל דאס קומט ווייזן אז די זון וואס דאס ווייזט אויף עולם הזה דארף זיין ביי א מענטש ווייניג, און נאר אביסל מעג ער הנאה האבן פון די עולם הזה, און דאס איז די רמז פון די שאטן, אז פון די וועלט מעג מען נאר הנאה האבן אזוי ווי א שאטן און נישט מער.

דער חיד"א ברענגט דעם טור אין הלכות ראש חודש אז יום טוב סוכות איז אקעגן יעקב אבינו, און דאס שטימט זייער גוט מיט די אויבן דערמאנטע חיד"א אז יעקב אבינו האט געמאכט די וועלט א טפל און יענע וועלט די עיקר, וואס דאס איז די רמז פון יום טוב סוכות און מיר זענען בני יעקב דארפ'ן מיר אויך גיין אין די וועגן.

דער חיד"א אויף א אנדערע פלאץ אין זיין ספה”ק איז ער אויך מאריך אין דעם שמועס, און ער פירט דארט אויס וויפיל מאל איז דא וואס א מענטש רופט צו א סעודה און מ'האלט אין איין גרייטן שפייזען וואס מער מ'קען, און ווען מ'עסט דאס זעט מען אז מ'האט גארנישט געהאט דערפון און ער זאגט דארט בדרך מליצה אסאך מאל ביי א סעודה ווערט פון משת"ה (משט"ה (לשון שטות), פון מאכל - מאכלת (מעסער), לחם - להלחם בטן - פתן - כרס קרץ, - שתיה - שטיה, תאוה - דאבה, אוהבים - אויבים, ריעים - רעים, ברית - גפרית, אבער ווען א מענטש מאכט א מצוה ווערט עס קיינמאל נישט פארפאלן, נאר דאס באגלייט אים לעולם הבא.

עפ"י האלשי"ך הקדוש ז"ל

הקדמה: דער אלשיך הקדוש אין די פרשה פון יו"ט סוכות, שמועסט אויס אז די גאנצע שמחה פון יו"ט סוכות איז, ווייל מ'האלט נאך יום כיפור און מ'איז ריין פון אלע עבירות, דעריבער האט דער אויבערשטער געהייסן מאכן א יום טוב זיך צופרייען אז מ'איז ריין פון עבירות, און כדי מ'זאל טאקע בלייבן ריין פון עבירות און נישט ח"ו ווייטער זינדיגן, האט דער אויבערשטער געהייסן ארויסגיין פון שטוב און אריינגיין אין א סוכה, צו דערמאנען אז א מענטש איז נאר צייטווייליג אויף דער וועלט, אראפגעקומען אויף דער ועלט, און ער דארף דאס געדענקן א גאנץ לעבן אז די עוה"ז איז נאר א עראי, און די עוה"ב איז א קבע, א שטענדיגע זאך, און לויט וויפיל ארבעט אויף דער וועלט איז ער זוכה שפעטער אויף יענער וועלט.
די הלכות פון סוכה זענען מרמז סיי אויף דער וועלט, און סיי אויף יענער וועלט, און דאס איז איינגעטיילט אין צוויי חלקים, 1) די הלכות פון די סכך – וואס דאס איז די עיקר פון די סוכה – איז מרמז אויף יענער וועלט 2) די הלכות פון די ווענט איז מרמז אויף עולם הזה, וואס דאס איז נאר דער טפל און נישט דער עיקר, און איצט וועלן מיר בעזהשי"ת אראפברענגן אלע הלכות פון סכך בדרך פשט ובדרך מוסר ווי פאלגענד:

דבר המקבל טומאה פוסל:
בדרך פשט: אז די סכך טאר נישט זיין פון אזא מין וואס קען טמא ווערן פון א שרץ.
בדרך מוסר: אז די מצוות וואס איז מרומז אין די סכך טאר נישט זיין אויסגעמישט מיט טמא'נע געדאנקען, און ווער רעדט נאך ח"ו אז זיין סכך - זיין שאטן איז צוזאם געשטעלט פון עבירות.

חמתה מרובה מצילתה פסול:
בדרך פשט: אז ס'דארף זיין גוט באדעקט, ווייל אויב נישט איז דא מער זון ווי שאטן און ס'איז פסול די גאנצע סוכה.
בדרך מוסר: אז מ'דארף האבן אסאך מצוות, וואס זאל גוט באדעקען דעם מענטש אז זאל נישט קענען קומען אויף אים דינים ח"ו.

אויר ג' טפחים פוסל
בדרך פשט: אויב ס'איז דא אין די סוכה א פלאץ ווי דריי טפחים איז ליידיג איז די סוכה פסול.
בדרך מוסר: ס'שטייט ווען א איד טוט א עבירה, איי מאל איז נאך דער אויבערשטער מוחל, די זעלבע ביים צווייטן מאל, אבער ביים דריטן מאל ווערט ער שוין ר"ל אפגעהאקט פון אויבערשטער.

מחובר לקרקע פסול:
בדרך פשט: אויב די סכך איז נאך מחובר לקרקע, איז עס פסול.
בדרך מוסר: א איד זאל נישט אריינעמען אין זיינע זכותים דברים ארציים – דאס מיינט זאכן וואס באלאנגן צו גשמיות זאל מען נישט אריינלייגן אין רוחניות.

סכך צריך להיות מדבר שגידולו מן הארץ:
בדרך פשט: די סכך דארף זיין פון אזא זאך וואס קומט און וואקסט פון דער ערד.
בדרך מוסר: דאס קומט ווייזן אז א מענטש זאל נישט ווערן צובראכן ביי זיך און טראכטן וואס בין איך שוין מיט מיינע מצות, נאר אדרבא א מענטש דארף זיך שטארקען און טוען די מצוות מיט א שמחה, דאס ווייזט די רמז פון "גדולו מן הארץ" אז ער דארף זיך אביסל אויפהייבן פון די ערד.

סוכה שהיא גבוה מעשרים אמה פסולה:
בדרך פשט: א סוכה וואס איז העכער צוואנציג איילן איז פסול.
בדרך מוסר: א מענטש זאל נישט זאגן איך בין נאך יונג, איך האב נאך צייט צו טוען מצוות, איצט וויל איך נאך אביסל פארברענגן, ווען איך וועל אלט זיין 20 יאר וועל איך שוין ווערן גוט, דעריבער זאגט ער "שהוא גבוה מעשרים" אויב דו ווארט'ס אויף נאך 20 איז פסול – דאס איז נישט גוט.

שתים כהלכתן ושלישית אפילו טפח:
בדרך פשט: צוויי ווענט דארף זיין געהעריג און די דריטע וואנט איז גוט אפילו אויב ס'איז נאר א טפח גרויס.
בדרך מוסר: די ווענט פון די סוכה וואס איז מרמז אויף עולם הזה (ווייל דריי ווענט איז אזוי ווי די אות ה', און די גמרא זאגט טאקע אז דער אויבערשטער האט באשאפן די עולם הזה מיט די אות ה') און אין עולם הזה איז דא דריי זאכן וואס א מענטש דארף, בני חיי, מזוני, צוויי פון די זאכן בני און חיי, פעלט אויס כהלכתו" ווי עס דארף צו זיין, און די דריטע זאך וואס דאס איז מזוני – געלט, איז גענוג טפח, וויפיל דער אויבערשטער געט אפילו ווייניג אויך.
צריך לעשות צורת הפתח:
בדרך פשט: כאטשיג א סוכה פון דריי ווענט איז טאקע כשר, אבער מ'מוז מאכן א צורת הפתח, דאס מיינט א אויסזען פון א עפענוג פון א טיר.
בדרך מוסר: א מענטש דארף שטענדיג געדענקן אז די וועלט האט א טיר פון ווי מ'גייט ארויס, און מ'בלייבט נישט אייביג דא אויף דער וועלט.
ווייל ביי זיי איז נאר אזוי ווי א אוהל – א געצעלט וואס איז נאר א פראוואזארישע זאך, און מיט דעם קען מען אויך טייטשען דאס וואס דער פסוק זאגט בסוכות תשבו שבעת ימים, כל האזרח בישראל ישבו בסוכות, דאס דער פסוק מיינט דאס מרמז צו זיין, בסוכות תשבו שבעת ימים זאלסט זיצן אין די סוכה זיבן טעג און געדענקן דאס די וועלט איז נאר א עראי, אבער כל האזרח בישראל – די חשובע אידן ישבו בסוכות – די דארפן א גאנץ יאר זיין אין די בחינה פון סוכות, אז די וועלט איז נאר א עראי. [ס'איז כדאי צו ברענגן אהער די ווערטער פון של"ה הקדוש וואס שרייבט אין זיין ספה”ק סוף מסכת סוכה, שטענדיג האט מיין הארץ וויי געטוען ווען איך האב געזען ווימענטשן בויען זיך הייזער ווי הערן, און מ'מאכט זיך א "דירת קבע" אויף די וועלט, און מ'שפירט זיך ווי גלייך דאס בלייבט אויף אייביג, און דאס קוקט ח"ו אויס ווי מ'פארגעסט פון די גאולה, צוליב דעם מיינע קינדער בעט איך ענק, ווען איר וועט מצליח זיין און האבן עשירות זאלט איר נישט בויען הייזער, איר זאלט נאר בויען וויפיל איר דארפט פאר אייער געברויך און נישט מער, אויך זאט איר אין די הייזער האבן א שטוב ווי איר וועט זיך קענען איינשפארן און טראכטן פון תשובה און תורה].
דער אלשי"ך הקדוש פרעגט לכאורה דארף מען פארשטיין פארוואס דער יום טוב ווערט אנגערופן "חג הסוכות" אויף די נאמען פון די מצות סוכה, און נישט חג ארבעת מינים, וואס לכאורה פונקט אזוי ווי מ'איז מקיים די מצוה פון סוכה, איז מען אויך מקיים די מצוה פוןא רבעה מינים, וואלט די יו"ט געדארפט הייסן "חג ארבעת המינים", נאר זאגט דער אלשי"ך הקדוש אז א מענטש דארף געדענקן אז אים האט מען אראפ געברענגט פון יענע וועלט, און דארט איז באמת זיין עיקר פלאץ, מ'האט אים נאר געזאגט צא מדירת עראי – גיי ארויס פון דיין באשטימטע פלאץ און גיי אריין אין די וועלט וואס איז פאר אים נאר א פראוואזארישע זאך, און דאס וואס ער וועט זיך איינקויפן אויף די וועלט און מיטברענגן אהין דאס וועט ער עסן אויף יענע וועלט, און א מענטש וואס טראכט טאקע אזוי העלפט אים דער אויבערשטער אז ער זאל דאס טאקע קענען באווייזן און ער העלפט אים צו אז ער זאל זוכה זיין צו תורה ומצוות, און א מענטש דארף שטענדיג טראכטן אז ער איז אזוי ווי א סוחר וואס איז אוועק געגאנגען אויף א ווייטע וועג כדי צו האנדלן, וואס ווען דער סוחר קומט אן צו די שטאט ווי ער וויל איינקויפן די סחורה, וועט אים נישט זיין קיין חילוק וויאזוי ער שלאפט און עסט, ווייל ער ווייסט אז ער איז נאר דא אויף א שטיקעל צייט און די עיקר וואס ער דארף דא טוען איז נאר איין צוהאנדלן ווי מער סחורה, און אהיים ברענגן ווי מער געלט ער האט, די זעלביגע איז א מענטש אויף די וועלט איז ער געקומען נאר כדי איינצוקויפן ווי מער מצות און מעשים טובים ער קען, און זאך אים....

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג אוקטובער 10, 2008 1:16 am

מצות מיט'ן גאנצער גוף
צוויי מצות האבן די יודן באקומען, וואס מען גייט אריין אין זיי מיט דער גאנצער גוף. דאס זענען: "מצות סוכה" און וואוינען אין "ארץ ישראל".
דאס איז מרומז אין תהילים (קאפיטל עו-ג): "וַיְהִי בְשָׁלֵם סוּכּוֹ וּמְעוֹנָתוֹ בְּצִיוֹן". "וַיְהִי בְשָׁלֵם" וועלכע מצות ווערן געטון מיט דער גאנצער גוף? "סוּכּוֹ" דער מצות "סוכה", "וּמְעוֹנָתוֹ בְּצִיוֹן" און צו וואוינען אין ציון, דאס איז "ארץ ישראל". הגאון מווילנא זי"ע

"מצות סוכה" איז זייער באליבט, מער פון אלע מצות. - ווייל יעדע מצוה ווערט געטוען דורך אן אנדערע אבר פון דעם מענטש, אבער די סוכה נעמט ארום דעם גאנצן קערפער. דברי יחזקאל

עס זאל זיך עפענען פון אויבען
דער גבאי פונעם רבין פון לובלין זי"ע איז אריין געקומען אין שטוב ערב סוכות, און געזאגט: רבי, די סוכה איז שוין אינגאנצן גרייט, דער רבי קען שוין אריינקומען אין די סוכה, מען דארף נאר געבן א דריי דעם שטריק פון הינטען און די דאך (דער שלאַק) וועט זיך עפענען פון אויבען.
דער רבי פון לובלין זי"ע האט זיך צושמייכעלט און געזאגט: יא! דאס וויל איך אייביג טון, איך זאל דרייען פון הינטען (מיט תפילות און בקשות) און עס זאל זיך אויפמאכען פון אויבען (די שערי שמים)…

ווי קען מען אריין אין די סוכה
ביים טריסקער מגיד זי"ע האט אמאל פאסירט אז איידער ער איז אריין און די סוכה איז ער געבליבן שטיין אינדרויסן, און ער האט נישט געוואלט אריין גיין אין די סוכה, און ער האט געזאגט מיר זאגן ביים דאווענען (פיוט ונתנה תוקף) "אדם יסודו מעפר וסופו לעפר" דער מענטש איז געמאכט פון ערד, אויב אזוי קומט אויס אז א מענטש איז אזוי ווי א 'כלי חרס' אן ערדענע כלי, און די הלכה איז דאך, אז מען מעג נישט אריין ברענגען און סוכה קיין כלי חרס, אויב אזוי ווי קען איך אריין אין די סוכה?
דערנאך האט ער אבער געזאגט אז די הלכה איז מען קען כשר'ן א טמא'נע כלי חרס, אויב מען צוברעכט עס, אזוי ווי חז"ל זאגן "כלי חרס - שבירתן זו היא טהרתן" אזוי אויך, מיר וועלן זיך צוברעכן דאס הארץ פאר הקב"ה, און מיר וועלן ווערן ריין פון עבירות, דאן וועלן מיר קענען אריין גיין און די סוכה.

א רמז אויף די דיני סוכה
די חיד"א ברענגט בשם א ספר קדמון אז אין די ווארט "סכה" זענען מרומז די כשרות פון די מחיצות פון די סוכה; דאס בעסטע איז ווען די סוכה האט פיר גאנצע ווענט אז עס זאל אויסזען ווי דער אות סמ"ך. מען איז אויך יוצא אויב מען מאכט נאר דריי ווענט צו די סוכה אזוי ווי דער אות כ', וועלכע האט אויך נאר דריי זייטן. אויך איז כשר אויב ער האט געמאכט א סוכה פון צוויי גאנצע ווענט, און דריטע וואנט איין טפח אזוי ווי די אות ה"א.

דער בני יששכר פירט אויס אז מען קען זען לויט די סדר פון די ווארט "סכה" אז די בעסטע און חשוב'סטע איז אז מען מאכט פיר גאנצע ווענט, דערנאך אז מען קען נישט פון דריי ווענט, און אז מען קען נישט מאכט מען פון צוויי ווענט מיט א טפח:

הרה"ק רבי ר' זושא זי"ע האט געזאגט אמאל און חלום פאר זיין תלמיד, אז די ראשי תיבות פון ו'יאמר ה' ס'לחתי כ'דברך איז סוכה ווייל פון דעם פסוק ווערט נמשך די מצוה פון סוכה, אויך פון דעם טאג יום כיפור פאנגט זיך אן די שמחה צו ציען אויף יו"ט סוכות:

סוכה טוט באשיצען
ווען א קינד ווערט געבוירען, טוט מען אים גוט איינפאקען אין ווארימע קליידער, אז עס זאל נישט שאטען פאר אים די טוישונג פון די לופט.
אזוי אויך אונז, אין יום כיפור איז דער אויבערשטער מוחל אויף אונזערע עבירות און מיר ווערן אזוי ווי ניי געבוירען, דערפאר באשיצט אונז דער אויבערשטער מיט די סוכה, אז מיר זאלן נישט שפירן די טוישונג פון קודש צו חול.
ר' דוד לעלובער זי"ע

פארוואס מאכט מען נישט קיין זכר פאר די מן און באר?
בַּסֻכֹּת תֵּשְׁבוּ שִׁבְעַת יָמִים וגו', לְמַעַן יֵדְעוּ דֹרֹתֵיכֶם כִּי בַסֻכּוֹת הוֹשַׁבְתִּי אֶת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל בְּהוֹצִיאִי אוֹתָם מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם וגו' (ויקרא כג-מב, מג).
די גמרא זאגט (שבת קל): אלע מצות וואס די יודן האבן אנגענומען מיט שמחה, טוען זיי היינט אויך מיט שמחה.
דערפאר מאכט מען נאר א זכר צו די סוכות וואס דער אויבערשטער האט געמאכט פאר די יודן, און נישט פאר די אנדערע זאכן וואס זענען געווען נאך יציאת מצרים: די מן, די בְּאֵר און די שליו. ווייל ביי די אנדערע זאכן האבן די יודן געקלאגט אויף משה רבינו, אויסער ביי די "סוכות" האבן זיי זיך געפרייט. זאגט די תורה, אז מיר זאלן מאכן די מצוה וואס איז געמאכט געווארן מיט פרייד, אין א צייט וואס מען פרייט זיך, - אין סוכות. שפתי צדיק

דער סוכה נעמט אוועק די מחשבה פון "כוחי ועוצם ידי"
חַג הַסֻכֹּת תַּעֲשֶׂה לְךָ שִׁבְעַת יָמִים בְּאָסְפְּךָ מִגָרְנְךָ וּמִיִקְבֶךָ. (דברים טז יג)
[יום טוב סוכות זאלסטו מאכן פאר דיר, ווען דו זאמעלסט איין דיין תבואה און דיין וויינגארטען.]
דער מנורת המאור זצ"ל איז מפרש אזוי: דער זמן פון מצות סוכה איז ווען דער בעל הבית באזעצט זיך אין זיין הויז, און ער פילט דאס אן מיט אלע תבואה און פרוכט. דער דאך פון זיין הויז באשמירט ער מיט פרישע קאלך, אז די ווינטער רעגענס זאלן נישט אריין טראפן.
אין אזא צייט האט מען מורא, אז דער יוד וועט זיך פארזיכערן אין זיין אייגענע כוח, און פארגעסן אז אלעס קומט פון דער באשעפער. דערפאר באפעהלט אים די תורה אז ער זאל ארויס גיין פון שטוב און זיצען אין א קליינע שוואכע סוכה, אזוי וועט ער זיך אויסלערנען צו האבן בטחון אין דער אויבערשטער וואס גיט פאר יעדעם איינעם זיינע באדערפענישן, און באשיצט אים פון אלע שלעכטס.



דער סוכה היילט
הַמִצְטַעֵר פָּטוּר מִן הַסוּכָּה, חוֹלִין וּמְשַׁמְשֵׁיהֶן פְּטוּרִין מִן הַסוּכָּה. (סוכה דף כ"ה).
די זכות פון "מצות סוכה" איז זייער גרויס, אז עס באשיצט אלע מענטשן וואס זיצען אין איהר.
דאס זאגט די משנה, "מִצְטַעֵר פָּטוּר מִן הַסוּכָּה". - "מצטער פטור", די צער פון א מענטש גייט אוועק - " מִן הַסוּכָּה" דורך די מצות סוכה. "חוֹלִין וּמְשַׁמְשֵׁיהֶן פְּטוּרִין מִן הַסוּכָּה" - אלע סארט קראנקהייטן גייען אוועק דורך די סוכה.

דער סוכה ברענגט פרנסה
מצות סוכה האט אין זיך א סגולה אז עס ברענגט פרנסה פאר די גאנצע יאר.
אויף דעם איז די משנה מרמז (סוכה פ"ב מ"ז): "מִי שֶׁהָיָה רֹאשׁוֹ וְרוּבּוֹ בַּסוּכָּה, וְשׁוּלְחָנוֹ בְּתּוֹךְ הַבַּיִת". - ווער עס איז מקיים מצות סוכה, זאגט די משנה אז "וְשׁוּלְחָנוֹ" - זיין טיש, דאס מיינט "פרנסה", "בְּתּוֹךְ הַבַּיִת" - וועט זיין א גאנצע יאר, אפילו ווען ער איז שוין אין שטוב. תפארת שלמה

כָּל הָאֶזְרַח בְּיִשׂרָאֵל יֵשְׁבוּ בַּסוּכֹּת.
"כָּל הָאֶזְרַח בְּיִשׂרָאֵל" יעדער יוד וואס זאגט: איך וויל שיינען, "יֵשְׁבוּ בַּסוּכֹּת" קענען מקבל זיין די קדושה פון די סוכה. דברי שלום

אליהו הנביא קומט אויך
בַּסֻכֹּת תֵּשְׁבוּ שִׁבְעַת יָמִים:
די ראשי תיבות פון "ב'סוכות ת'שבו ש'בעת י'מים" איז "תשבי". מרמז צו זיין אז אליהו התשבי קומט אויך מיט אלץ גאסט מיט די זיבן אושפיזין". מהר"ש מבעלזא

השפעה פון סוכות אויף א גאנץ יאר
יְהִי רָצוֹן... אֶזְכֶּה לֵישֵׁב לְשָׁנָה הַבָּאָה בְּסוּכַּת עוֹרוֹ שֶׁל לִוְיָתָן. (תפילה כשיוצאין מהסוכה).
דאס ווארט "לִוְיָתָן" איז אויך א לשון פון באגלייטען (לויה). מיר בעטן דעם באשעפער אז די הייליגע ליכטיגקייט פון די סוכה זאל אונז באגלייטען א גאנצע יאר, און אירע השפעות זאל זיך דערקענען אויף אונז אין די וואכענדיגע טעג.
ר' אהרן מקארלין זי"ע

אורחים בסוכה
רבי משה קאברינער זצ"ל האט שטרענג אנגעזאגט זיינע חסידים אריין צו נעמען אין זייער סוכה געסט ארימעלייט, און זיי אויפנעמען מיט פרייד און רואיגקייט. און אזוי האט ער געזאגט:
די גמרא זאגט (עבודה זרה ג): "ווען משיח וועט קומען וועלן די פעלקער פארלאנגען פון דעם באשעפער אז ער זאל זיי געבן א מצוה צו באקומען עולם הבא. וועט ער זיי געבן די מצוה פון "סוכה", און זיי וועלן מאכן סוכות אויף זייערע דעכער, דער זון וועט שיינען מיט א געפערליכער היץ, און זיי וועלן אלע שטויסען און איינווארפען די סוכות און אוועק לויפען"!
"פארוואס עפעס וועלן זיי מאכן די סוכות אויף זייערע דעכער"? נאר די גוים ווילען זיכער מאכן אז קיין פרעמדער מענטש זאל נישט ארויף קומען צו זיי אין סוכה אלץ גאסט...

שמחה מיט תשובה
בסוכות תשבו:
סוכות וואס איז זמן שמחתינו, איז א הכנה צו שמחת התורה, אזוי ווי עס שטייט אין די גמרא (שבת ל:) אז רבה איידער ער האט אנגעהויבען לערנען האט ער געזאגט א מלתא דבדיחותא, זען מיר אז צו לערנען תורה דארף מען האבן א הכנה פון שמחה.
אבער מען דארף געדענקען, אז תורה דארף אויך זיין מיט תשובה, אזוי ווי עס שטייט אין תהילים "ולרשע אמר אלוקים מה לך לספר חקי".
דאס איז דער פסוק מרמז, "בסוכות תשבו" - מלשון תשובה, די שמחה פון סוכות זאל צוגיין מיט תשובה. אמרי חיים

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28307
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מוצ"ש אוקטובער 11, 2008 9:07 pm

א הערליכע זאמלונג פון פערל ווערטער אויף יו"ט סוכות, תשואת חן חן לך.

אבאמא09
שר חמישים ומאתים
תגובות: 355
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 11, 2008 11:10 pm

תגובהדורך אבאמא09 » זונטאג אוקטובער 12, 2008 12:34 am

יש"כ זיידעניו, פאר אזויפויל הלכות און טייטשען ברויך מען געבן כאטשיג ל' יום קודם החג.
פון גרעבעטשלעך, קומט נישט קיין טשעקעלעך,

גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 687
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 11, 2009 2:33 pm

תגובהדורך גבאי ביהמד » דינסטאג סעפטעמבער 29, 2009 8:54 am

בסוכות תשבו שבעת ימים

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10551
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » זונטאג סעפטעמבער 30, 2012 11:10 am

קרעמער האט געשריבן:א הערליכע זאמלונג פון פערל ווערטער אויף יו"ט סוכות, תשואת חן חן לך.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24521
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג אוקטובער 05, 2014 9:23 am

גבאי ביהמד האט געשריבן:בסוכות תשבו שבעת ימים
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

הרב_שלום
שר שמונת אלפים
תגובות: 8093
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 12, 2014 9:44 am

תגובהדורך הרב_שלום » זונטאג אוקטובער 04, 2015 2:21 pm

אין שו"ע ווערט געברענגט אז שמיני עצרת עסט מען די סעודות אין די סוכה די מגן אברהם לייגט צו אבער מען שלאפט נישט.

פארוואס פירט זיך רוב וועט נישט צו עסן אין די סוכה?
Ecco Men's Melbourne Slip On Slip-On Loafer $65
https://amzn.to/34zrfdT

Deals At Walmart.com

Deals at Amazon.com

As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases

אוועטאר
פר בן בקר
שר חמש מאות
תגובות: 706
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2015 11:42 pm

תגובהדורך פר בן בקר » זונטאג אוקטובער 04, 2015 2:54 pm

עי' משיב צדק לר' צדוק הכהן באריכות

אוועטאר
אייוועלט ארטיקלען
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 09, 2016 11:36 am
לאקאציע: אין ווארד

תגובהדורך אייוועלט ארטיקלען » דאנארשטאג אוקטובער 20, 2016 5:26 pm

מאנ-יימער האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:א הערליכע זאמלונג פון פערל ווערטער אויף יו"ט סוכות, תשואת חן חן לך.
זוכט איר א זאפטיגע ארטיקל ארויסצופרינטען? באזוכט דא

האט איר געזעהן? הנאה געהאט? לאזט אייך הערן!!

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24521
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 9:33 am

ישבו בסוכות
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1325
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » פרייטאג אוקטובער 11, 2019 10:57 am


אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1325
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » פרייטאג אוקטובער 11, 2019 10:58 am

דא האט איר אויך די ווארד פייל, אויב איינער קען עס מאכן שענער ווי מיינס
https://1drv.ms/w/s!AqS-ujxnAX3_kfYIRJn ... Q?e=Eliaef


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט