בלאט 1 פון 1

ליקוטים וענינים לפרשת וילך

געשריבן: פרייטאג אקטאבער 03, 2008 3:17 pm
דורך זיידעניו
וילך משה וידבר את הדברים האלה (לא-א) עס איז דאך באקאנט אז אין יעדן דור איז דער צדיק הדור בבחינת משה רבינו, אזוי ווי עס שטייט אין די גמרא לגבי א תלמוד חכם "משה שפיר קאמרת" אין אזוי אויך ווען א צדיק זאגט דברי תורה איז ער בבחינת משה, דאס זאגט די תורה, "וילך משה" כאטש משה רבינו איז טאקע אוועק (נפטר געווארן) "וידבר את כל הדברים האלה" דאך רעדט ער נאך אלץ דברי תורה דורך די צדיקים, צו די בני ישראל.
(תפארת שלמה)

בן מאה ועשרים שנה אנכי היום (לא-ב) היום מלאו ימי ושנותי, ביום זה נולדתי וביום זה אמות (רש"י) מיר ווייסן אז המן האט זיך זייער געפרייט אז עס איז אויסגעקומען דער גורל אין אדר ווייל משה רבינו איז דעמאלס נפטר געווארן ממילא איז דער חודש זייער א שלעכטער מזל פאר די יודן, ער האט אבער נישט געוואוסט אז אין דעם חודש איז משה רבינו געבוירן געווארן, און וועגן דעם איז דער חודש זייער א גוטע מזל פאר די יודן, אויב אזוי פארשטייען מיר שוין פארוואס משה רבינו האט דא געדארפט מרמז זיין אז ער איז אויך היינט געבוירן געווארן, ווייל די יודן וואלטן דאך אויך געקענט טראכטן אז דער זמן איז נישט קיין צייט פאר מלחמות, ווייל דער מזל איז זייער א שלעכטע? האט זיי משה רבינו בארואיגט, אז היינט איז זייער א גוטע מזל, ווייל היינט איז דער טאג וואס ער איז געבוירן געווארן.
(תורת משה)

ואנכי הסתר אסתיר פני ביום ההוא על כל הרעה אשר עשה וגו' (לא-יח) כאטש עס איז א בחינה פון "הסתר אסתיר" הסתרת פנים, דאך זאגט די תורה "ואנכי" אז אפילו אין אזא מצב בין איך "אנכי", צוזאמען מיט די יודן.
(בעל שם הקדוש)

געשריבן: זונטאג אקטאבער 05, 2008 1:00 am
דורך קרעמער
אינטערסאנט, די ערשטע תורה פון תפארת שלמה האב איך היינט ביי שלש סעודות געלערנט אין דברי יואל!

תרי נביאים מתנבאים בסגנון אחד.

געשריבן: זונטאג אקטאבער 05, 2008 1:07 am
דורך scy4851
הרב קרעמער,
זיכער אז דער רבי ברענגט עס נישט בשם דעם תפארת שלמה?
סע'איז שווערליך צי גלייבען אז ער זאלל נישט האבען געוויסט אז דער תפארת שלמה זאגט עס.

געשריבן: זונטאג אקטאבער 05, 2008 1:16 am
דורך קרעמער
ניין! דער רבי שטעלט זיך אויפן דיוק וואס האט ער געזאגט אין דעם ערשטן וידבר את כל הדברים האלה, און ברענגט א גאנצע הקדמה פון איתפשטותיה דמשה בכל דרא ודרא מיט הקדמות פון ישמח משה און ייטב לב, און פירט אויס אז דאס איז דער פשט אין פסוק. (מען האט עס פארגעלערנט אין די סאטמארע שוהלן די וואך, די וואס האבן געלערנט די תורה פון פרשת וילך, נישט פון שבת שובה).

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 03, 2010 1:06 pm
דורך פויער
מעלין בקודש

Re: ליקוטים וענינים לפרשת וילך

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 11:28 pm
דורך יעדער
זיידעניו האט געשריבן:

ואנכי הסתר אסתיר פני ביום ההוא על כל הרעה אשר עשה וגו' (לא-יח) כאטש עס איז א בחינה פון "הסתר אסתיר" הסתרת פנים, דאך זאגט די תורה "ואנכי" אז אפילו אין אזא מצב בין איך "אנכי", צוזאמען מיט די יודן.
(בעל שם הקדוש)
ואפילו בהסתרה שבתוך הסתרה בודאי גם שם נמצא השם יתברך